האדמו"ר רבי חיים מערץ זצ"ל מתולעת יעקב - ד' אייר תש"פ
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6090
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
- לאקאציע: דארט
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מתולעת יעקב זצוק"ל
די בחורים פון ישיבה נזר התורה ד'סאטמאר האבן אריינגעכאפט די לעצטע זומער זייענדיג מיטן רב אינעם זעלבן קאנטרי, די בחורים האבן זייער הנאה געהאט ספעציעל נאכן דאווענען ווען ער פלעגט קענען סתם שמועסן, און דערנאך ביים באגלייטן אהיים האט מען אויך געקענט מיטהאלטן שיינע שמועסן, די בחורים פארציילן פון די של"ס יעדע וואך וואס האט געהאט א ספעציעלע דערהויבענקייט, א שיינע חלק פון די בחורים האבן זיך צוגעקלעבט צום רב נאכן זומער און פלעגן פון צייט צו צייט אריבערגיין צו טישן אדער סתם א שבת צום דאווענען, די בחורים האבן ארויסגעקוקט צו קענען פארברענגען נאך א זומער מיטן רב, (עס וואלט לכאורה סייווי נישט געשען אפילו ער לעבט) אבער דעס אז זיי האבן געוואלט ווייזט ווי שטארק זיי האבן הנאה געהאט, די בחורים פילן ווי זיי האבן פארלוירן זייער רב,
זאל זיין זכות מגין זיין אויף אלע בחורים, זי"ע
אגב, איינמאל איז להבחל"ח הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א געקומען אויף א באזוך און נאכן דאווענען איז געווען א לחיים, סיז געווען איינעמס יארצייט איך כגעדענק נישט וועמענס, און די 2 רבנים האבן זיך אנגעהויבן צו קריגן ווער סזאל די ערשטע מאכן א ברכה, פארן רב ז"ל איז נישט בייגעפאלן אז ער איז עלטער און אפילו באלעבאס דארט און ווען מאיז אים מכבד דארף ער מאכן א ברכה קודם, סיז אנגעגאנגען אזוי א שיינע פאר מינוט ביז איינער האט אויפגעגעבן איך געדענק שויניש ווער,

- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 351
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:45 am
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מתולעת יעקב זצוק"ל
קען איינער אהערברענגן עפעס תוכנ'דיג.
עפעס פון די הערליכע סיפורי צדיקים וועלכע זענען דערציילט געווארן דורכן רב זצ"ל ביי די בא'חנ'טע וועכנטליכע מלוה מלכה?
עפעס אן הנהגה אדער עובדא?
עפעס פון די הערליכע סיפורי צדיקים וועלכע זענען דערציילט געווארן דורכן רב זצ"ל ביי די בא'חנ'טע וועכנטליכע מלוה מלכה?
עפעס אן הנהגה אדער עובדא?
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 449
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מתולעת יעקב זצוק"ל
לכאורה האט געשריבן:אפטרופס האט געשריבן:ווי איז ער געווען א איידעם בזיוו"ש?
גערטנער
ר' אברהם זאנוול?
פלא ווי רבי הה"ק רבי יחזקאלע זי"ע
איז מרמז איבער כ"ו אב יארן פריער ווי ער ברענגט די ראשי תיבות פון ביידע פרשיות ווי עס שטייט די תוכחה ==== ספרו נדפס תשל"ז
[ קומט נישט אריין דא אזוי ווייט אבער אזוי ווי עמיצער האט מיר דאס היינט געוויזן לייג איך עס דא ]

- אטעטשמענטס
-
- MERTZ99.jpg (111.29 KiB) געזען 2269 מאל
לעצט פארראכטן דורך dovidal אום מיטוואך אפריל 29, 2020 11:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מתולעת יעקב זצוק"ל
שארף און קליג האט געשריבן:קען איינער אהערברענגן עפעס תוכנ'דיג.
עפעס פון די הערליכע סיפורי צדיקים וועלכע זענען דערציילט געווארן דורכן רב זצ"ל ביי די בא'חנ'טע וועכנטליכע מלוה מלכה?
עפעס אן הנהגה אדער עובדא?
זייער שארף כ'זעה נישט קליג...
וואס מיינט ביי דיר תוכנ'דיג?
דאס אז די ליינסט דא פון א יוד א דמות פון א צדיק פון א צדיק פין א פריערדיגע דור איז נישט תוכן?
א איד וואז זיין גאנצע מהות איז געווען כל כולו קדושה ( מתוך יסורים) בשמחה איז נישט תוכן?
לעבען מיט אז תתענג על ה' 24/7 פאר 70 יאר בלי הפסק איז נישט תוכן?
אוי ווי גיט האבען די מתפדים ארויסגברענג. אז אויף וועם וועט יעצק ווייזען א ערליכע יוד...זהעט אויס אז מ'קען עס נישט אפשרייבען.
אבער אז די ווילסט דווקא א מעשה צו איבערדערציילען דא האסטו וואס כ'הב באקומען פון כלי ראשון
I am on the board of yeshive for otd kids
1 of them came to his tish last year purim and was drunk and he wanted to give the רב לחיים and the גבאי pushed him away and the בחור got hurt ..
The next day the rebbe was told what happened..he told his גבאי that he wants to go visit the yeshive
The גבאי explained its 2 hours away so total of 4 hours travel instead just make a call ..he insisted on going they decided to make כא אדר סעודה in yeshove he spent all day between traveling 4 hours and sitting there by the סעודה..people he didn't know at all not from our community..they just happened to be in Williamsburg to come visit me on purim
-
- שר העשר
- תגובות: 22
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2016 3:27 pm
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מתולעת יעקב זצוק"ל
סאיז נאך פריש די וואונד אבער אז מוויל אז מען זאל פארציילען וועל איך פרובירן אביסל
איך גידענק 10 יאר צוריק שושן פורים ער איז געווען זייער אנגעטרונקען און ער האט זיך געגעבן א רוף אן ווער עס וויל ווערן א חתן זאל זינגען שיר המעלות צום בענטשען איז דארטן געווען אן עלטערע בחור( זאגן די נאמען אין אישי אויב איינער וויל) וואס האט אנגעהויבען צו זינגען
געדענק איך ער איז געווארן א חתן נאך פאר פסח
סאיז מיר געווען א פלא - ווייל ער איז בעצם נישט געווען אזא מין מענטש , וועל איך יעצט צולייגען אז איינע פון די גבאיםוואס האבן געזעהן אז עס איז א שעת הכושר האבן זיך געבעטן ביי אים ער זאל האבן עשירות און ער האט בשום אין אופן נישט געוואלט זאגן ער האט אים געזאגט סאיז נישט פאר דיר
דאס איז א מופת אבער דאס איז א קליינקייט
זיין עבודת השם איז אסאך מער ווי דאס
איין עובדה וואס כהאב געהערט פונעם גבאי ניישטיין
אז איינע פון זיינע חשובע מעריצים האבן חתונה געמאכט און ער האט אריין געטראגן א פעקל הונדערטערס צען טויזענט דאללער
די נעקסטע פאר טאג ביי שחרית האט ער געטיילעט הונדערטורס פאר אלע משולחים וואס און די צייט האט ער געהאט א פלאד ביי זיך און בעסמענט וואס די גבאי האט געטרייט צאם צושטעלן געלט
וואס אגב האט מיר די גבאי געזאגט אז עס קומען טעגליך אריין מער משולחים ווי קוויטל געבערס
אוי וויי ווי טרעפט מען נאך היינט אזאנס
איין זאך סאיז דא אן א שיעור אזעלכע מעשיות אי׳ה אז דער עולם וועט וועלן וועל איך נאך שרייבען

- פעפערקארן
- שר האלף
- תגובות: 1661
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 8:06 am
- לאקאציע: אויפן עולם התוהו
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מתולעת יעקב זצוק"ל
אפטרופס האט געשריבן:קאץ און מויז האט געשריבן:ווער האט מספיד געווען אין וומ"ס?
אין ביהמ"ד אין וומס"ב:
די קינדער הרה"ג ר' משה יוסף און הרה"ג ר' יחזקאל שרגא פון קרית טאהש (הוקאפ)עס איז נישט געווען דורך א הוקאפ ער איז געווען אין בית המדרש בשעת די לוויה
און הרה"ח ר' דוד הערש מערץ -ראה"ק.
ביים ביה"ח אין נוא דזשערסי:
כ"ק גאב"ד קארלסבורג
האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא
הרב יואל זוסמאן בשם אביו הרה"צ ר' יעקב אדמו"ר מתפאת יחזקאל קר"י
די קינדער און איידעמער פונעם גרויסן נפטר זצ"ל.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 878
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מתולעת יעקב זצוק"ל
מאיר מייער האט געשריבן:סאיז נאך פריש די וואונד אבער אז מוויל אז מען זאל פארציילען וועל איך פרובירן אביסל
איך גידענק 10 יאר צוריק שושן פורים ער איז געווען זייער אנגעטרונקען און ער האט זיך געגעבן א רוף אן ווער עס וויל ווערן א חתן זאל זינגען שיר המעלות צום בענטשען איז דארטן געווען אן עלטערע בחור( זאגן די נאמען אין אישי אויב איינער וויל) וואס האט אנגעהויבען צו זינגען
אוי וויי ווי טרעפט מען נאך היינט אזאנס
איין זאך סאיז דא אן א שיעור אזעלכע מעשיות אי׳ה אז דער עולם וועט וועלן וועל איך נאך שרייבען
אוודאי זאלסטו שרייבן, יישר כח ביז אהער.
די בעסטע מוסר ספר איז א סיפורי צדיקים און בפרט פון א צדיק פון די לעצטע יארן וואס מען שפירט מער עס האט א שייכות מיט זיך.
שרייב און האב א זכיה פון מזכה זיין מענטשן מיט התעוררות תשובה און קרבת אלקים.
פרוביר עס זאל זיין מיט מקור, אלץ בעסער.
Re: האדמו"ר רבי חיים מערץ זצ"ל מתולעת יעקב - ד' אייר תש"פ
פארוואס הייסט דער בית המדרש "תולעת יעקב" ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: האדמו"ר רבי חיים מערץ זצ"ל מתולעת יעקב - ד' אייר תש"פ
dovidal האט געשריבן:פארוואס הייסט דער בית המדרש "תולעת יעקב" ?
נאך ר' יעקב פראנקפורטער
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9234
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
Re: האדמו"ר רבי חיים מערץ זצ"ל מתולעת יעקב - ד' אייר תש"פ
dovidal האט געשריבן:פארוואס הייסט דער בית המדרש "תולעת יעקב" ?
ר' יחזקאל'ע מערץ'ס טאטע ר' יואל זוסמאן זצ"ל (וואס האט נאך מאריך ימים געווען לענגער ווי ר' יחזקאל'ע אליינס) איז געווען אן איידעם ביי ר' יענקעלע פראנקפורטער זצ"ל מקאשוי.
און דער ביהמ"ד הייסט על שמו פון ר' יענקעלע.
---
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: האדמו"ר רבי חיים מערץ זצ"ל מתולעת יעקב - ד' אייר תש"פ
- אטעטשמענטס
-
- המאור Vol. 16 No. 3 Teves 5725 491.jpg (233.43 KiB) געזען 1465 מאל
-
- המאור Vol. 16 No. 3 Teves 5725 501.jpg (375.52 KiB) געזען 1465 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Re: האדמו"ר רבי חיים מערץ זצ"ל מתולעת יעקב - ד' אייר תש"פ
farshlufen האט געשריבן:dovidal האט געשריבן:פארוואס הייסט דער בית המדרש "תולעת יעקב" ?
נאך ר' יעקב פראנקפורטער
וואס מיינט תולעת?
דביה תחדי נפשא
Re: האדמו"ר רבי חיים מערץ זצ"ל מתולעת יעקב - ד' אייר תש"פ
איז עמיצר באקאנט ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די אדמורו"ת ביי ר' יחזקאלע און ר' חיים?
כ'מיין אז ר' יחזקאלע האט נישט געפירט טיש פרייטאג צונאטס, ביי ר' חיים איז לכאורה אויך נישטג עווען אזוי אין די ערשטע יארן
כ'מיין אז ר' יחזקאלע האט נישט געפירט טיש פרייטאג צונאטס, ביי ר' חיים איז לכאורה אויך נישטג עווען אזוי אין די ערשטע יארן
Re: האדמו"ר רבי חיים מערץ זצ"ל מתולעת יעקב - ד' אייר תש"פ
האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א האט נאכעזאגט ביי זיין הספד אויפ'ן שוואגער רבי חיים זצ"ל, וואס רבי חיים האט אויסגעשריגן ביים לוי' פון זיין זיידן רבי יואל זוסמאן זצ"ל, "פרעג אויבן אין הימל פארוואס משיח קומט נאכנישט, צו וועמען ווארט מען אז משיח זאל קומען". און האדמו"ר שליט"א האט שטארק מעורר געווען אז דער נפטר זצ"ל זאל איצטערט פרעגן די קשיא אויבן אין הימל, אויף וועמען ווארט מען...
צווישן אנדערע האט דער רבי שליט"א אויך דערמאנט די שטארקע הערצה וואס רבי חיים זצ"ל האט גענאסן ביי זיין פאטער רבי הערשעלע מספינקא זצ"ל.

- תגובות: 10
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 8:18 am

- שר חמישים
- תגובות: 81
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 12:55 pm
Re: האדמו"ר רבי חיים מערץ זצ"ל מתולעת יעקב - ד' אייר תש"פ
שה אחד האט געשריבן:האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א האט נאכעזאגט ביי זיין הספד אויפ'ן שוואגער רבי חיים זצ"ל, וואס רבי חיים האט אויסגעשריגן ביים לוי' פון זיין זיידן רבי יואל זוסמאן זצ"ל, "פרעג אויבן אין הימל פארוואס משיח קומט נאכנישט, צו וועמען ווארט מען אז משיח זאל קומען". און האדמו"ר שליט"א האט שטארק מעורר געווען אז דער נפטר זצ"ל זאל איצטערט פרעגן די קשיא אויבן אין הימל, אויף וועמען ווארט מען...
צווישן אנדערע האט דער רבי שליט"א אויך דערמאנט די שטארקע הערצה וואס רבי חיים זצ"ל האט גענאסן ביי זיין פאטער רבי הערשעלע מספינקא זצ"ל.
אז די רעדסט פון די הערצה וואס רבי הערשעלע זצ״ל האט געהאט צו ר׳ חיים זצ״ל, האביך אמאל געהערט פון א איד, אז אדמו״ר מתולדות צבי שליט״א האט אמאל פארציילט ברבים, כמדומה ביי די לוי׳ פון רבי חיים׳ס ערשטע רעביצן, אדער ביי זיין פאטערס לוי׳, אז ער איז אמאל אנגעקומען שפעט צו זיין טאטענס טיש, אויף די פראגע פון זיין טאטען ווי ער איז געווען, האט רבי אייזיק זיך פארענטפערט אז ער איז געווען ביי זיין שוואגער רבי חיים׳ס טיש, הערענדיג דאס האט רבי הערשעלע געזאגט, ״ווען איך וואלט מיך נישט געשעמט וואלט איך ווען אויך געגאנגען צו אים״
Re: האדמו"ר רבי חיים מערץ זצ"ל מתולעת יעקב - ד' אייר תש"פ
האמיר שוין געזען דא עטליכע בילדער פון די גרויסער נפטר צוזאמען מיט זיין שוואגער האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא,
ער זיצט ביי א חתונה מיט איהם,
ער שמייכלט מיט איהם,
און ווי ער טאנצט מיט איהם,
האט איינער עפעס ערנסטע סחורה? ווי בילדער פון די אינגע יארן אלס אינגערמאן מיט זיין טאטן וכו'.
ער זיצט ביי א חתונה מיט איהם,
ער שמייכלט מיט איהם,
און ווי ער טאנצט מיט איהם,
האט איינער עפעס ערנסטע סחורה? ווי בילדער פון די אינגע יארן אלס אינגערמאן מיט זיין טאטן וכו'.
Re: האדמו"ר רבי חיים מערץ זצ"ל מתולעת יעקב - ד' אייר תש"פ
חמרא טבא האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:dovidal האט געשריבן:פארוואס הייסט דער בית המדרש "תולעת יעקב" ?
נאך ר' יעקב פראנקפורטער
וואס מיינט תולעת?
מסתבר אז דער נאמען געבער (צו ר׳ יחזקאלע אדער ר׳ חיים) האט געזאגט תולדות יעקב און האט מבליע געווען דעם ד׳ און דער שרייבער האט פארשטאנען תולעת.
אנדערש האט דאס נישט קיין פשט.
Re: האדמו"ר רבי חיים מערץ זצ"ל מתולעת יעקב - ד' אייר תש"פ
ישרן האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:dovidal האט געשריבן:פארוואס הייסט דער בית המדרש "תולעת יעקב" ?
נאך ר' יעקב פראנקפורטער
וואס מיינט תולעת?
מסתבר אז דער נאמען געבער (צו ר׳ יחזקאלע אדער ר׳ חיים) האט געזאגט תולדות יעקב און האט מבליע געווען דעם ד׳ און דער שרייבער האט פארשטאנען תולעת.
אנדערש האט דאס נישט קיין פשט.
עס איז א לשון הפסוק אין ישעיה (מ"א, י"ד) "אל תיראי תולעת יעקב".
אין דער מדרש תנחומא (בשלח ט' ושוחר טוב תהלים כ"ב) איז עס מסביר, "מה תולעת אין כוחה אלא בפה כך יעקב אין כוחו אלא בפה".
Re: האדמו"ר רבי חיים מערץ זצ"ל מתולעת יעקב - ד' אייר תש"פ
אפטרופס האט געשריבן:ישרן האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:dovidal האט געשריבן:פארוואס הייסט דער בית המדרש "תולעת יעקב" ?
נאך ר' יעקב פראנקפורטער
וואס מיינט תולעת?
מסתבר אז דער נאמען געבער (צו ר׳ יחזקאלע אדער ר׳ חיים) האט געזאגט תולדות יעקב און האט מבליע געווען דעם ד׳ און דער שרייבער האט פארשטאנען תולעת.
אנדערש האט דאס נישט קיין פשט.
עס איז א לשון הפסוק אין ישעיה (מ"א, י"ד) "אל תיראי תולעת יעקב".
אין דער מדרש תנחומא (בשלח ט' ושוחר טוב תהלים כ"ב) איז עס מסביר, "מה תולעת אין כוחה אלא בפה כך יעקב אין כוחו אלא בפה".
גערעכט. איך בעק ארויס.