איך זיך פרטים איבער די ווייבער אין קינדער פון הרה״ח ר׳ ברוך (ב״ר נפתלי) ה״וו ממעליץ. אין וויקיפעדיה שטייט אז ר׳ ברוך איז געווען אן איידעם בזוו״ר פון ר׳ יצחק אייזיק אייכנשטיין מפוהדייץ (מיהו?), אין בזוו"ש חתן רבי אלחנן ווייסבלום מליזענסק.
ווייסט אפשר איינע צו ער האט געהאט קינדער פון זיין ערשטע פרוי?
אזוי אויך לפי ידיעתי האט זיין פרוי מ׳ חיה שרה (בת ר׳ אלחנן ווייסבלום) געבוירען 3 זוהן אין ליזענסק, אלחנן, יעקב (שליט״א) און אברהם אבא (שליט״א, וומס״ב). די לעצטע צוויי וואוינען אין אמעריקע.
בייגעלייגט דא איז א ליסטע פון זיין משפחה פארן ארויספאהרען אויף אמעריקע פון דייטשלאנט תש״י
- E7C70D5A-8792-4674-B2D8-EDA761F38C31.jpeg (49.62 KiB) געזען 1844 מאל
דא ווערט נאר דערמאַנט צוויי קינדער אין א נייע פרוי (געבוירען אין אונגארען), ווייסט אפשר איינער וואס איז געשעהן מיט׳ן זוהן אלחנן? ווער איז דער (דריטע?) פרוי?