ר' שמעון סופר מערלוי זצ"ל-הי"ד בעל התעוררות תשובה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

ר' שמעון סופר מערלוי זצ"ל-הי"ד בעל התעוררות תשובה

תגובהדורך scy4851 » זונטאג מארטש 09, 2008 11:54 pm

די ערלויער רביטצען, אן אייניקעל פונעם חתם סופר. זי איז געווען אן ערשטע קאזין מיט איהר מאן דער ערלויער רב.
זי ליגט און ערלוי. די יארצייט איז קומענדיגען מיטוואך ה' אדר.

דעם ערלויער רב ר' שמעון סופר בן הכתב סופר ובעמח"ס שו"ת התעוררות תשובה האט מען געפירט קיין אושוויטץ הי"ד.

עס איז אינטערעסאנט דער לשון 'נפטרה כמעט במיתת נשיקה'
אפשר אלטץ עס איז נישט קיין כבוד כלפי מעלה צי באניצען אזא לשון לגבי אן אשה, אזוי וויא מיר זעהן ביי מרים הנביאה
צוגעלייגטע
k_erlau.JPG
k_erlau.JPG (48.08 KiB) געזעהן 4750 מאל
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 10, 2008 12:00 am

זי איז געווען די זיווג שני פונעם ערלויער רב, בזווג"ר איז ער געווען אן איידעם ביי ר' חיים שמואל בירנבוים בעמח"ס רחש לבב און אייניקל פון רעק"א, ער האט איר גע'גט משום סיבות, זיין זוהן ר' עקיבא איז געווען מזוו"ר, דער היינטיגער ר' יוחנן סופר פון ערלוי-אר"י איז א זוהן פון ר' משה הי"ד בן ר' שמעון מזוו"ש.

דער ערלויער רב האט געהאט א זוהן ר' אברהם סופר וועלכער האט מוציא לאור געווען די ספרי המאירי ער האט געוואונט אין איטאליע נאך די קריג.

יישר-כח ר' שמחה פאר'ן בילד, כ'האב עס נאכנישט געזעהן.


בייגעלייגט איז א בילד פונעם התעוורות תשובה
צוגעלייגטע
Erlou.jpg
Erlou.jpg (13.31 KiB) געזעהן 4803 מאל
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום מאנטאג מארטש 17, 2008 3:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג מארטש 10, 2008 12:57 am

רב מיללער
און ווער איז דאס אויב די ווייסט.
ער ליגט אויך דארט און ערלוי.
שטייט אז ער איז נפטר געווארען אונגעצען 26 יאהר אלט און מחבר געווען שו"ת דברי סופר.
צוגעלייגטע
K_Erlau Sofer.JPG
K_Erlau Sofer.JPG (63.58 KiB) געזעהן 4742 מאל
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 10, 2008 1:00 am

פילייכט איז ער דעם היינטיגען ערלויער רב'ס ברודער, אבער איך וועל נאכקוקען.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20692
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 10, 2008 8:57 am

מיללער האט געשריבן:דער ערלויער רב האט געהאט א זוהן ר' אברהם סופר וועלכער האט מוציא לאור געווען די ספרי המאירי ער האט געוואונט אין איטאליע נאך די קריג.


געהערט פון עלטערע אידן געווען א זעלטענער ידען און א בן בית אין וואטיקאן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 17, 2008 2:03 pm

farshlufen האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער ערלויער רב האט געהאט א זוהן ר' אברהם סופר וועלכער האט מוציא לאור געווען די ספרי המאירי ער האט געוואונט אין איטאליע נאך די קריג.


געהערט פון עלטערע אידן געווען א זעלטענער ידען און א בן בית אין וואטיקאן.


דאס איז א בילד פון דעם דערמאנטען ר' אברהם סופר (קרעדיט, פארשלאפן)
צוגעלייגטע
RAvSofer.jpg
RAvSofer.jpg (108.79 KiB) געזעהן 4563 מאל

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג מארטש 17, 2008 2:10 pm

אויפן פאטער פונעם היינטיגען ערלויער רב האט מען געזאגט גרויסע זאכן ער איז געווען א חסיד ופרוש
דאכט זיך אז ער איז שוין אפילו געווען רב הצעיר אין ערלוי

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 17, 2008 2:15 pm

יא ער האט געהייסן ר' משה הי"ד ער, דער היינטיגער ערלויער רב האט מו"ל זיינע תשובות וחידושים בשם 'יד סופר' ער איז געווען רב הצעיר, עס איז אויך פארהאן א ספר 'מהר"ז סופר' פון אן אנדערן זוהן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 24, 2008 11:21 pm

לעצטענס האב איך געזעהן א בריוו פון דעם התעוררות תשובה צו ר' יוסף חיים זוננענפעלד איבער מקריב זיין קרבנות בזמן הזה, עס איז זייער אינטערעסאנט ווי ער שרייבט אז זיין זיידע ר' עקיבא אייגער האט שוין געשריבען דערוועגן צום חת"ם סופר און ער פרעגט צו עס איז שייך הייינט צו טאג (בשנות התר"פ) מקריב צו זיין קרבנות מיט רשות פון די ענגלענדער, דער ירושלימער רב ר' יוסף חיים ענטפערט אים אז דאס וועט אויפרייצן די גוים און ס'איז נישט כדאי.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג מארטש 27, 2008 5:29 pm

ווער איז געווען זיין צווייטע רביצין? בת מי היתה?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 11:46 pm

יו"ל ספר מתולדות חייו בשם "רבי שמעון חסידא" ע"י מכון חת"ס,
וכפי אשר אמר לנו ידידינו כבוד הרבד"צ היה לו חמש זיווגים.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 12:25 am

זארעכפעפער האט געשריבן:ווער איז געווען זיין צווייטע רביצין? בת מי היתה?


פון קיין חמש זוגים ווייס איך נישט, אבער דריי האב געזעהן אין זיין ספר 'התעוררות תשובה', די ערשטע איז געווען בתו של ר' יצחק פריעד פון קליינווארדיין וועלכע איז אוועק צוויי יאר נאך די חתונה איבערלאזנדיג איין טאכטער א יתומה, דאס צווייטע מאל איז ער געווען אן איידעם ביי ר' חיים שלמה בירנבוים מדובנא חתן רעק"א ובעמח"ס רחש לבב ומעשה חושב פון וועלכע ער האט זיך גע'גט נאכען האבען מיט איר איין זוהן ר' עקיבא סופר פון לעמבערג , דאס דריטע מאל איז ער געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' בנימין שלמה זלמן שפיצער אב"ד שיפשוהל בוויען חדב"ן מרן החת"ס (בזוו"ש) פון וועלכע ער האט מעמיד געווען א שטוב מיט דרייצען קינדער בנים ובנות.

די קינדער אלע אין די רייע כסדרן כפי מה שפורטו שם;
1) מרת גיטל אשת ר' זאב פרענקל מ'פעסט
2) ר' עקיבא סופר מלבוב
3) מרת שרה אשת ר' משה דייטש אב"ד סאבאדקא
4) ר' שמואל חיים סופר אב"ד זאגרוב
5) ר' משה סופר ראב"ד ערלוי ומח"ס יד משה (אבי הרה"צ מערלוי שליט"א)
6) ר' יעקב בנימין סופר מאיהעל
7) מרת רבקה אשת ר' אליעזר יואל פאשקעס ממאקאווא נכד בעל שו"ת ריב"א מרעכניץ
8) ר' זלמן סופר מבני ברק בעל חידושי מהר"ז סופר
9) מרת שרה אשת ר' משה פאללאק נכד בעל וידבר משה
10) ר' אברהם סופר אב"ד גריצא-איטאליע ומו"ל ספרי המאירי
11) מרת חוה לאה (ע"ש אשת הכת"ס) אשת ר' יונתן ווייס מנירעדהאז
12) מרת רחל אשת ר' ישראל ראזענבלאט מטשעטשאוויץ
13) מרת רייזל אשת ר' ישראל שמואל קליין אב"ד פיזעש-אבאני
14) הילדה רויזא נפטרה בילדותה
15) הילד שלמה נפטר בילדותו

ספרו שו"ת התעוררות תשובה

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 11:40 pm

אינטערעסאנט צו זעהן ווי אויף יעדן עמוד פונעם ספר אויבן אינמיטן דעם נאמען פונעם ספר איז געדרוקט די פאלגענדע שורה.

(אין לסמוך על הוראה זו כלל עי' בהקדמה)

איך בין נייגעריג וועלכער מחבר היינט וועט זיך ערלויבן צו שרייבן אזא זאך, נאכדערצו האט ער זיך נישט באגענוגענט מיטן שרייבן סתם אין די הקדמה, נאר אויף יעדן עמוד אינעם ספר האט עס געמוזט זיין געדרוקט.

נאך אן אינטערסאנטע זאך איז ווי לאנג ער האט מאריך ימים געווען בכסא הרבנות אינעם זעלבן שטאט, דהיינו ער איז אויפגענומען געווארן בשנת תרמ"א, און ער איז געווען דארט רב ביז תש"ד ווען מען האט איהם ובני משפחתו וקהילתו געפירט עקד"ה הי"ד אלץ זקן ושבע ימין בן צ"ה שנים, ס"ה א קיימא לן פון 64 (פיר און זעכציג) יאהר רב אין ערלוי.

נאך א וויכטיגע נקודה מחייו של ההתעוררות תשובה האסטו אויסגעלאזט, אז ער האט געדרוקט די ספרי תורת משה עה"ת לזקינו החתם סופר, און ער האט דארט צוגעלייגט זיינע חידושים בשם שיר מעון אבער מענוותנותו האט ער עס געלייגט בעילום שמו, אינטערעסאנט צו זעהן די לשון וואס ער שרייבט צום סוף פון די הקדמה, 'גם הי' בידי ספר כתב יד שמו שיר מעון שם המחבר איננו כתוב שם ולקחתי מעט מפריו וספחתים פה כי לכל זמן ועת לכל חפץ'.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 11:53 pm

כ'האב אמאל אין די בחור'ישע יארן, געגעסן שבת ביי א איד א תלמיד חכם, אינמיטן די סעודה האט ער פארגעלערנט א פייערדיגע תורה פונעם חתם סופר פון אינעוויינעג, נאכ'ן ענדיגן דעם דבר תורה און עס באוואונדערן, באמערקט ער אז דער דבר תורה איז גאר פונעם בעל שיר מעון...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 3:40 pm

בעני,
איר דערמאנט דעם 'אין לסמוך' דאס גייט אין איינקלאנגט מיט דעם וואס דער התעוררות תשובה איז געווען גאר א פרומער ומדקדק במצוות, די גט מיט בתו של רח"ש בירנבוים האט אויך געהאט מיט דעם, און אזוי פארציילט מען אז ביי איינער פון זיינע חופות האט ער זיך אראפגעזעצט אונטער די חופה ביים זאגן ברכת בופה"ג.

דער ערלויער רב איז אנגעבליך דער עלטסטער רב געהרגט צו ווערן ביים קריג הי"ד זייענדיג 94 יאר אלט, מאנכע זאגן אז ידי זרים לא שלטו בו און ער איז נאך אוועק אין אוישוויץ ביים אפשטייגען פון באן איידער זיי האבן עספיעט אים צו פארגאזען רח"ל.

עס איז אינטערעסאנט אז ער האט נישט געגבן א נאמען נאך זיין טאטען אינגאנצן נאר צוטיילט צווישן צוויי קינדער; שמואל חיים און יעקב בנימין.

איך זעה אז ר' שמחה האט אויבן געברענגט א בילד פון א מציבה אין ערלוי פון ר' אש"ב סופר בעמח"ס שו"ת דברי סופר, ואבן הזוהר וועלכער איז אוועק אינגערהייט נאך די קריג אין ערלוי פרעגנדיג ווער דאס איז געווען, אין אמת'ן אריין איז גאר אינטערעסאנט אז מ'זאל נישט שרייבען אויף א מציבה בן מי היה, אבער אויסער דעם זענען די צוויי ספרים נישט אויף היברו בוקס, קען זיין אז דאס איז אין פאקט קיינמאל נישט געדרוקט געווארן, איך בין דערווייל נישט זיכער וועמענס זוהן ער איז געווען, אפשר ווייסט איינער?
צוגעלייגטע
K_Erlau%20Sofer[1].JPG

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 11:24 pm

די מציבה איז פון ר' אברהם שמואל בנימין
ב"ר משה הי"ד ראב"ד ערלוי ובעמח"ס שו"ת יד סופר
בן ר' שמעון בעל התעוררות תשובה

דאס הייסט ער איז געווען א ברודער מיט להבחל"ח דעם היינטיגן ערלוי'ער רב ר' יוחנן סופר

דער היינטיגער ערלוי'ער באוויינט איהם אינעם ספר שו"ת יד סופר פון זיין פאטער ר' משה הי"ד וואס ער האט ארויסגעגעבן נאכן קריג, ער שרייבט דארט אז דער ברודער איז דער איינציגסטער חוץ איהם וואס איז געבליבן פון זיין משפחה נאכן חורבן און מיט איהם האט ער זיך געטרייסט, אבער שקעה השמש שלא בעונתה, זעה דא.

דארט דערמאנט ער צוויי ספרים וואס דער ברודער האט מחבר געווען, 1) שו"ת דברי סופר ב"ח, 2) ספר מחזה אברהם (הגהות וביאורים על שו"ת חת"ס או"ח), און ער דערמאנט נישט קיין ספר אבן הזוהר, ממילא טראכט איך קען זיין דאס וואס שטייט אויפן מציבה אבן הזוהר חיבר עוד חיבורים מחוכמים, איז נאר געווען אינמיטן די חרוזים אבער נישט קיין נאמען פון א ספר וואס ער האט מחבר געווען, ווייל בפשטות האט דער ערלוי'ער רב געשריבן די מציבה אויך און פארוואס אינעם יד סופר דערמאנט ער נישט פונעם אבן הזוהר.

ווי עס קוקט דארט אויס זענען דער ערלוי'ער רב מיטן ברודער דער דערמאנטער ראש"ב צוריק געגאנגען נאכן קריג וואוינען קיין ערלוי, און ער האט דארט משמש געווען ברבנות, און דארט אין אונגארן געדרוקט דעם ספר אין בודאפעסט.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 11:30 pm

נאכ'ן זיין א שטיק צייט בראשות הישיבה בשותפות אין בודא-פעסט האט ער זעך אף געטיילט,
און מיט א טייל תלמידים געגאנגען קיין ערלוי און צוריק מחדש געווען די ישיבה דארט.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 11:34 pm

אין די ירחוני 'האהל' וואס ישיבת ערלוי פלעגט ארויסגעבן האבן זיי עטליכע מאהל אריינגעלייגט חידושים פון דעם דערמאנטן ראש"ב בן היד סופר, פון דארט קוקט אויס אז זיינע חיבורים שו"ת דברי סופר זענען נאך בכת"י (עכ"פ דעמאלס ווען דער האהל איז געווען געדרוקט), זעה דא וואו זיי שרייבן וועגן א סעודת הילולא וואס דער ערלוי'ער רב האט געפראוועט ביים יארצייט פון זיין ברודער.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 11:54 pm

בן,
וואס זאגסטו אבער צו דעם אז אויפן מציבה ווערט נישט דערמאנט דעם פאטער'ס נאמען? והוא פלאי, איך האב מיך טאקע געוואונדערט אז א אינגערמאן בן כ"ו שנים זאל שרייבען א ספר אויפן זוהר, ונדחקתי לתרץ שזה רק שם הספר אבל אינו מיוסד על ספר הזוהר, אבער עס קען זיין אז פשט איז ווי איר זאגט נאר א טיטול אויף אים נישט קיין שם הספר בכלל.

איך האב טאקע שפעקולירט דעמאלטס אז ער איז דעם ערלויער רב'ס ברודער, ווייסט איינער איבער קינדער פון די אנדערע בני ההתעוררות תשובה וועלכע זענען בתחום הרבנות ומרביצי תורה?

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 12:01 am

דאס אז עס שטייט נישט דעם פאטערס נאמען איז טאקע אינטערעסאנט, חוץ אויב אויף די אנדערע זייט פונעם מציבה איז דא א באזונדערע נוסח פארן פאטער אזוי ווי אסאך טוען פאר די קדושי המלחמה אז מען שרייבט אויפן צווייטן זייט פון א מציבה פון איינעם פון די קרובי המשפחה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20692
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג נובעמבער 08, 2011 5:22 pm

מיללער האט געשריבן:
זארעכפעפער האט געשריבן:ווער איז געווען זיין צווייטע רביצין? בת מי היתה?


פון קיין חמש זוגים ווייס איך נישט, אבער דריי האב געזעהן אין זיין ספר 'התעוררות תשובה', די ערשטע איז געווען בתו של ר' יצחק פריעד פון קליינווארדיין וועלכע איז אוועק צוויי יאר נאך די חתונה איבערלאזנדיג איין טאכטער א יתומה, דאס צווייטע מאל איז ער געווען אן איידעם ביי ר' חיים שלמה בירנבוים מדובנא חתן רעק"א ובעמח"ס רחש לבב ומעשה חושב פון וועלכע ער האט זיך גע'גט נאכען האבען מיט איר איין זוהן ר' עקיבא סופר פון לעמבערג , דאס דריטע מאל איז ער געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' בנימין שלמה זלמן שפיצער אב"ד שיפשוהל בוויען חדב"ן מרן החת"ס (בזוו"ש) פון וועלכע ער האט מעמיד געווען א שטוב מיט דרייצען קינדער בנים ובנות.

די קינדער אלע אין די רייע כסדרן כפי מה שפורטו שם;
1) מרת גיטל אשת ר' זאב פרענקל מ'פעסט
2) ר' עקיבא סופר מלבוב
3) מרת שרה אשת ר' משה דייטש אב"ד סאבאדקא
4) ר' שמואל חיים סופר אב"ד זאגרוב
5) ר' משה סופר ראב"ד ערלוי ומח"ס יד משה (אבי הרה"צ מערלוי שליט"א)
6) ר' יעקב בנימין סופר מאיהעל
7) מרת רבקה אשת ר' אליעזר יואל פאשקעס ממאקאווא נכד בעל שו"ת ריב"א מרעכניץ
8) ר' זלמן סופר מבני ברק בעל חידושי מהר"ז סופר
9) מרת שרה אשת ר' משה פאללאק נכד בעל וידבר משה
10) ר' אברהם סופר אב"ד גריצא-איטאליע ומו"ל ספרי המאירי
11) מרת חוה לאה (ע"ש אשת הכת"ס) אשת ר' יונתן ווייס מנירעדהאז
12) מרת רחל אשת ר' ישראל ראזענבלאט מטשעטשאוויץ
13) מרת רייזל אשת ר' ישראל שמואל קליין אב"ד פיזעש-אבאני
14) הילדה רויזא נפטרה בילדותה
15) הילד שלמה נפטר בילדותו

ספרו שו"ת התעוררות תשובה

ווען איז ר' אברהם סופר הנ"ל געקומען קיין אמעריקא און ווי לאנג האט ער געוואינט דאהי?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג יוני 14, 2012 1:03 am

די וואך געווען די יארצייט פון דעם הייליגן התעוררות תשובה, ר' שמעון חסידא, אדער ווי מען פלעגט אים רופן אין אונגארן, דער אונגארישער בעל שם. א איד וועלכער האט זוכה געווען צו א שיבה טובה, ווי ער איז נאך געווען פריש און געזונט ווען מען האט אים אוועק געפירט, און ווי איך האב געהערט פון דעם ערלוי'ער רב שליט"א, איז ער געווען זייער פארהייליגט אפילו ביי די גוים, און דער גוי וועלכער איז געווען דער מעיאר, צו גאווערנאר (איך ווייס נישט פונקטליך) פון דעם גאנצן געגענט פלעגט זיך שטענדיג קומען אדורכרעדן מיט אים און בעטן ברכות ביי אים.

ווען מען האט אוועק געפירט די אידן קיין אוישוויץ איז דער גוי געקומען צו אים באהאלטענערהייט און האט אים פארציילט אז מען פארשיקט אלע אידן למיתה, ער האט אים קלאר געזאגט וואס מען טוט מיט זיי, און האט אים געאפערט אים צו ראטעווען. אבער דער הייליגער צדיק האט געענטפערט, איך וויל גיין מיט אלע אידן, אויב פירט מען זיי צום טויט, וויל איך מיטגיין מיט זיי, והדברים נוראים.

ערלוי'ער רב רעדט שטענדיגט פון זיין געוואלדיקער קדושה וטהרה און זיין גאונות בתורה, און רעדט שטענדיג פון דעם וואס ער האט זוכה געווען אסאך משמש צו זיין דעם זיידן.

אזוי ווי מען האט דערמאנט דא הרה"ג העלם ר' אברהם שמואל בנימין סופר זצ"ל, דער ברודער פון דעם ערלוי'ער רב, איז כדאי צו דערמאנען אז דער ערלוי'ער רב רעדט טאקע שטענדיג פון דעם ברודער, און ער רעדט זייער גרויס פון אים, כפי ידיעתי איז זיין ספר דברי סופר קיינמאל נישט געדרוקט געווארן.

אין ווילאמסבורג וואוינט א איד ר' משה יוסף פאשקעס, א גרויסער תלמיד חכם און מוציא לאור פון דעם ספר תורת משה חת"ם סופר, ער איז אויך אן אייניקל פון דער בעל התעוררות תשובה, ער האט קינדער און אייניקלעך. ער האט אויך א שוועסטער וועלכע האט איבערגעלעבט די קריג און האט אלע יארן געלעבט אליינס. דער ערלוי'ער רב האט איר אויסגעהאלטן און צוגעשטעלט מטה כסא שולחן ומנורה ווי זי וואלט געווען זיינס א קינד.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 11:19 am

מיללער האט געשריבן:
זארעכפעפער האט געשריבן:ווער איז געווען זיין צווייטע רביצין? בת מי היתה?


פון קיין חמש זוגים ווייס איך נישט, אבער דריי האב געזעהן אין זיין ספר 'התעוררות תשובה', די ערשטע איז געווען בתו של ר' יצחק פריעד פון קליינווארדיין וועלכע איז אוועק צוויי יאר נאך די חתונה איבערלאזנדיג איין טאכטער א יתומה, דאס צווייטע מאל איז ער געווען אן איידעם ביי ר' חיים שלמה בירנבוים מדובנא חתן רעק"א ובעמח"ס רחש לבב ומעשה חושב פון וועלכע ער האט זיך גע'גט נאכען האבען מיט איר איין זוהן ר' עקיבא סופר פון לעמבערג , דאס דריטע מאל איז ער געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' בנימין שלמה זלמן שפיצער אב"ד שיפשוהל בוויען חדב"ן מרן החת"ס (בזוו"ש) פון וועלכע ער האט מעמיד געווען א שטוב מיט דרייצען קינדער בנים ובנות.

די קינדער אלע אין די רייע כסדרן כפי מה שפורטו שם;
1) מרת גיטל אשת ר' זאב פרענקל מ'פעסט
2) ר' עקיבא סופר מלבוב
3) מרת שרה אשת ר' משה דייטש אב"ד סאבאדקא
4) ר' שמואל חיים סופר אב"ד זאגרוב
5) ר' משה סופר ראב"ד ערלוי ומח"ס יד משה (אבי הרה"צ מערלוי שליט"א)
6) ר' יעקב בנימין סופר מאיהעל
7) מרת רבקה אשת ר' אליעזר יואל פאשקעס ממאקאווא נכד בעל שו"ת ריב"א מרעכניץ
8) ר' זלמן סופר מבני ברק בעל חידושי מהר"ז סופר
9) מרת שרה אשת ר' משה פאללאק נכד בעל וידבר משה
10) ר' אברהם סופר אב"ד גריצא-איטאליע ומו"ל ספרי המאירי
11) מרת חוה לאה (ע"ש אשת הכת"ס) אשת ר' יונתן ווייס מנירעדהאז
12) מרת רחל אשת ר' ישראל ראזענבלאט מטשעטשאוויץ
13) מרת רייזל אשת ר' ישראל שמואל קליין אב"ד פיזעש-אבאני
14) הילדה רויזא נפטרה בילדותה
15) הילד שלמה נפטר בילדותו

ספרו שו"ת התעוררות תשובה


ר' אליעזר יואל פאשקעס ב"ר מיכאל חיים ממאקאווא חדב"ן בעל התעוררות תשובה איז אוועק אינגערהייט בן ל"ט שנים ומנו"כ בעיר מאקאווא (זה בילד פון מציבה) זיין זון ר' משה יוסף פאשקעס לאויט"א פון וומ"ס גיט זיך אפ מיט דרוקען ספרי אבותיו ממשפחת הסופרים (תרתי משמע)
צוגעלייגטע
Paskes.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוקטובער 23, 2013 1:14 pm

מיללער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער ערלויער רב האט געהאט א זוהן ר' אברהם סופר וועלכער האט מוציא לאור געווען די ספרי המאירי ער האט געוואונט אין איטאליע נאך די קריג.


געהערט פון עלטערע אידן געווען א זעלטענער ידען און א בן בית אין וואטיקאן.


דאס איז א בילד פון דעם דערמאנטען ר' אברהם סופר (קרעדיט, פארשלאפן)


געטראפן א באשרייבונג איבער הרב אברהם סופר בנו של הגה"ק מערלוי הי"ד, אעבר לויטן בילד, זעהט אויס אז דאס בילד וואס מ'האמיר געהאט ביז היינט, איז א טעות.
http://www.jpress.org.il/Default/Script ... sQuery=%22%u05d0%u05d1%u05e8%u05d4%u05dd%20%u05e1%u05d5%u05e4%u05e8%22&rEntityType=&sSearchInAll=true&ViewMode=HTML
צוגעלייגטע
getimage (2).jpg
getimage (2).jpg (29.85 KiB) געזעהן 3448 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5555
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג מארטש 20, 2016 12:50 pm

הקמת-מצבה-בערלוי-1.jpg
הקמת-מצבה-בערלוי-2.jpg


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט