שייכות בין הרה"ק מסאטמאר והרה"ק מסקווירא, זכותם יגן עלינו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובה דורך אביונה »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
שנלר האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
פון אן אנדערע מקור האב איך אפגעשריבן אז כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל האט דעמאלט געפרעגט פון הרה"ח ר' יודא משה וויזעלטיהר שיחי' וויאזוי איז די מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, און דערביי אים געזאגט: דו ווייסט נישט ווי ווייט זיינע מענטשען דארפן איהם האבן.


מיינסט צו זאגן אז ער האט געהאלטן אז דער סאטמארער עולם איז פון א שוואכערע קאליבער, ממילא מוזן זיי האבן זייערע רבי זיי צו האלטן?
שווער אזוי צו זאגן.

דו האלסט אז ער האט געהאלטן אנדערש?

יא, כ'האלט אז ער האט געהאלטן אנדערש ווי יוסף פריעדמאן האלט
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7434
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אביונה האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:בספר 'בית שמחה' להרב ח"מ שנייבלג [אות תתקצ"ד], מביא מה ששמע מחו"ז הה"ק מהר"צ מקרעטשניף זצ"ל:
פעם אחת סיפר הרה"ק מסקווירא מעשה בעת שביקר להרה"ק מסאטמאר וידוע שהה"ק מסאטמאר לא אהב כל המעשיות שהיו מספרים, ואמר הה"ק מסאטמאר להה"ק מסקווירא, ווען איר זאלט מיר האבן פארציילט די מעשה אויף ר"ר מרדכי'לע פון נדבורנא וואלט איך די מעשה געגלייבט

מעניין מאוד!
ואילו כאן באשכול מנסים להחיות סיפור שאין לזה מקור ברור!
האם לדעתכם היה האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל בעצמו מאמין לסיפור זה?

מה מעוניין יש פה?
אין כאן שום חידוש
זה דבר ידוע ומפורסם מאוד, שהאדמו"ר מסאטמאר היה מבטל מעשיות אפילו מן כאלה שמקובלים ומוסמכים מאוד, ויש כמה עובדות ע"ז ואכמ"ל

מעניין שמנסים להחיות סיפור ש... וכו'
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובה דורך אביונה »

וואס געפעלט אייך נישט אין דעם סיפור?
כידוע הרבי מסאטמאר היה חסיד מאוד מן הה"ק ר"מ מנדבורנא, וזכה להכירו בילדותו
מסתמא איז עס געווען אזא סארט מעשה וואס וואלט געפאסט אויף רבי מרדכי'לע
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7434
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אביונה האט געשריבן:וואס געפעלט אייך נישט אין דעם סיפור?
כידוע הרבי מסאטמאר היה חסיד מאוד מן הה"ק ר"מ מנדבורנא, וזכה להכירו בילדותו
מסתמא איז עס געווען אזא סארט מעשה וואס וואלט געפאסט אויף רבי מרדכי'לע

אני מדבר על הסיפור שמדובר מתחילת האשכול.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7434
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אביונה האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
שנלר האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
פון אן אנדערע מקור האב איך אפגעשריבן אז כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל האט דעמאלט געפרעגט פון הרה"ח ר' יודא משה וויזעלטיהר שיחי' וויאזוי איז די מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, און דערביי אים געזאגט: דו ווייסט נישט ווי ווייט זיינע מענטשען דארפן איהם האבן.


מיינסט צו זאגן אז ער האט געהאלטן אז דער סאטמארער עולם איז פון א שוואכערע קאליבער, ממילא מוזן זיי האבן זייערע רבי זיי צו האלטן?
שווער אזוי צו זאגן.

דו האלסט אז ער האט געהאלטן אנדערש?

יא, כ'האלט אז ער האט געהאלטן אנדערש ווי יוסף פריעדמאן האלט

יעך גלייך נישט צו מיינע דעות צו הייליגע יודן.
איך פראביר סך הכל צו פארשטיין וואס שנלר פארשטייט אונ'ם סקווירא רבי'ן זצ"ל.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובה דורך איינפאכער איד »

זעהט מיר אויס ווי אויף דעם אשכול וועט מען בקרוב קענען זאגן "אשרי מי שחתמו ימיו במהרה"...
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

תגובה דורך ביללער »

היסטאריקער האט געשריבן:
ביללער האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:ווייס איך נישט צו עס קומט דא אריין, אבער באזני שמעתי מש"ב הרה"ח ר' מאיר שניצלער הי"ו וואס ער האט דערציילט אז ווען ער איז געווען הויז בחור ביי רביה"ק מסאטמאר זי"ע, בערך בשנת תש"ל, איז דער היינטיגער סקווערער רבי שליט"א - וועלכער איז דאן געווען א פרישער רבי און ניטאמאל קיין 30 יאר אלט! - געקומען דאס ערשטע מאל אלס רבי אויף א באזוך ביים רבי'ן זי"ע, וואס מען האט דאן צוגעגרייט אויפ'ן אויבנאן 2 בענקלעך איינס פאר'ן רבי'ן זי"ע און איינס פאר'ן גאסט, אבער זעהט אויס אז איינעם פון די הייסע חסידים האט נישט געשמעקט דעם כבוד וואס דער רבי גיבט אפ דעם נייעם יונגן אדמו"ר האט יענער אוועקגערוקט דעם בענקל פון סקווערער רבי'ן צו די זייט פונעם טיש, אבער דער רבי זי"ע האט דאס באמערקט ווי נאר דער סקווערער רבי שליט"א איז אריינגעקומען און האט גלייך געהייסן צוריקשלעפן דעם גאסט'ס בענקל נעבן זיין בענקל אויפ'ן אויבנאן.

ער איז געקומען צוזאמען מיטן שוואגער זז"ג דער ראחמיסטריווקער רבי, און ס'דא א מעשה דערביי


איך ווייס נישט אויב די מעשה איז אמת אבער ראכמאסטריווקער רבי איז זיכער נישט געווען, ידוע אז זייט די פילוג מיט בעלז זענן צוויי יודן נישט געקומען צום רבי'ן, ר' משה ניישלאס זצ"ל און ראכמאסטריווקער רבי שליט"א, ר' משה ניישלאס זצ"ל איז אינמיטן די ל''ס יא אנגעהויבן צו קומען (א עקסטרע מעשה פאר זיך ואכמ"ל) אבער ראכמאסטריווקער רבי נישט, נאר אלס רבי צום ב"מ זצ"ל

איך גיב דיר גערן א נאמען פון א איד וואס איז געווען דארט
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

תגובה דורך ביללער »

שנלר האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
פון אן אנדערע מקור האב איך אפגעשריבן אז כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל האט דעמאלט געפרעגט פון הרה"ח ר' יודא משה וויזעלטיהר שיחי' וויאזוי איז די מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, און דערביי אים געזאגט: דו ווייסט נישט ווי ווייט זיינע מענטשען דארפן איהם האבן.


מיינסט צו זאגן אז ער האט געהאלטן אז דער סאטמארער עולם איז פון א שוואכערע קאליבער, ממילא מוזן זיי האבן זייערע רבי זיי צו האלטן?
שווער אזוי צו זאגן.

כ'ווייס נישט וואס ער מיינט. אבער ס'קען זיין ער האט געהאלטן אז פאר זיין עדה ביי זיך אין סקווירא פעלט ער נישט אזוי שטארק אויס ווי פאר די אלפים ורבבות אידן ברחבי ניו יארק וואס האבן זיך געקלאמערט ביי סאטמאר רב
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14668
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

תגובה דורך הרב_שלום »

סקווירא רבי האט שטארק געהאלטן פון סאטמאר רבי זי"ע און אזוי פארקערט
בענין ציונית פלעגט סקווירא רבי נישט אינטערשרייבען פאר די סאטמאר ריב האט דאס שטארק געבאדערט, זיי פלעגן זיך אסאך מתווכח זיין איבער דעם, ר' יוסל האט איינמאל געזאגט פארן רבין אז ווען מען טרעפט זיך מיטן סקווירא רבין מען לאזן ציונית אין א זייט אבער די סאטמאר רבי האט זיך געהאלטען ביי זיינס
בענין ברעסלאוו האט די סאטמאר רבי זי"ע שטארק געהאלטען פון זיינע ספרים אבער די סקווירא האט דאס נישט אויסגעהאלטן
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובה דורך לב בשר »

ביללער האט געשריבן:
שנלר האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:

כ'ווייס נישט וואס ער מיינט. אבער ס'קען זיין ער האט געהאלטן אז פאר זיין עדה ביי זיך אין סקווירא פעלט ער נישט אזוי שטארק אויס ווי פאר די אלפים ורבבות אידן ברחבי ניו יארק וואס האבן זיך געקלאמערט ביי סאטמאר רב

אז מ׳רעדט שוין, וואלט כדאי געווען אראפצולייגן וויאזוי ס׳האבן אויסגעקוקט די צוויי קהילות און די תש״י-תש״כ יארן. וויפיל מענטשען, סארט מענטשען, פון ווי זיי זענען געקומען פון דערהיים...
מ׳רעדט שוין פון 60-70 יאר צוריק...
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

תגובה דורך לייטער »

איינפאכער איד האט געשריבן:זעהט מיר אויס ווי אויף דעם אשכול וועט מען בקרוב קענען זאגן "אשרי מי שחתמו ימיו במהרה"...
אטעטשמענטס
20191224_205734.jpg
20191224_205734.jpg (268.85 KiB) געזען 1021 מאל
אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובה דורך לעמעלע »

אין ספר קרית מלך רב ברענגט ער פון רבי עקיבא'לא גאנץ אז ווען די סקווירא רבי האט נאך גאוואוינט אין וויליאמסבורג און די רבי ז"ל איז אמאל געגאנגען באזוכן, האט אים די רבי געזאגט אז ע"פ הלכה לויטן רמב"ם טאר מען נישט וואוינען אין א שטאט מיט גוים, נאר אונז זעמער אנוסים.

סקווירא רבי האט זיך געוואונדערט אויף די שארפע ווערטער פון די רבי, האט די רבי נאכאמאל איבערגעזאגט אז ס'איז נישט קיין לכתחילה פאר א איד דא צו וואוינען.

דעמאטלץ האט סקווירא רבי זיך אריינגעווארפן אין בויען זיין שטעטל און עטליכע יאר שפעטער טאקע געגרונדעט זיין שטעטל

נאכדעים ברענגט ער פון ר' אהרן פאללאק אז ער איז שפעטער געווען אויף א שמחה אין שיכון סקווירא און סקווירא רבי האט אים געפרעגט "געדענקסט ווען סאטמר רבי האט מיר געזאגט אז עפ"י הלכה דארף מען וואוינען מחוץ לעיר? איך האב אים געפאלגט און טאקע אזוי געטון און געבעטן אלחנן ראטשילד אנהייבן קוקן פאר א שטעטל
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

תגובה דורך פליטה גדולה »

איינפאכער איד האט געשריבן:די מעשה מיט'ן וויזניץ מאנסי רבי'ן זצ"ל איז געווען געדריקט צווישן די פילע הערכות וואס זענען ארויסגעקומען נאך זיין פטירה, וכפי המונח בזכרוני גייט די מעשה אז ווען דער סקווערער רבי זצוק"ל איז אנגעקומען קיין אמעריקע מיט'ן איידעם דער וויזניצער רבי זצ"ל, האט אים דער וויזניצער רבי געבעטן איינמאל צו גיין באזוכן דעם סאטאמרער רבי'ן זצוק"ל, אבער דער סקווערער רבי האט אים געענטפערט אז ער גייט נישט באזוכן קיינעם, דער איידעם האט אבער נישט נאכגעלאזט און געזאגט אז דער סאטמארער רבי איז אן אויסנאם, און דער סקווערער רבי איז טאקע געגאנגען באזוכן ביים סאטמארער רבי'ן, און ווי דער וויזניצער רבי האט דערציילטל אז גלייך ביים אריינקומען האבן די 2 צדיקים זיך אנגעקוקט איינער דעם צווייטן פאר עטליכע מינוט נישט ארויסרעדנדיג קיין ווארט, אז מ'האט געזעהן בחוש ווי דא ליגט עפעס העכערס.

אזוי ליגט מיר אין קאפ וואס כ'האב געליינט אין איינע פון די פילע הערכות אויפ'ן וויזניצער רבי'ן זצ"ל, און אויב איינער ווייסט קלארער איז אדרבה זאל ער קומען און דערציילן קלאר.

געהערט אז א ענליכע מעשה איז געווען ווען וויזניץ מאנסי רבי'ן זצ"ל איז איינמאל געגאנגען באזוכן זיין שוואגער הרה"ק רבי יודל'ע דזיקוב'ער זי"ע זענען זיי ביידע געזעצען און זיך אנגעקוקט א וויילע ווען ביידע פנימ'ער האבן געפלאמט און גארנישט ארויסגערעדט פון מויל און אזוי האבן זיי זיך געזעגענט. מי יעמוד בסוד קדושים!
אפטרופס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

תגובה דורך אפטרופס »

נחוניא האט געשריבן:איך זעה אז איך האב ביי מיר פאשריבן דעם סיפור ווי כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל האט זיך נאכגעפרעגט איבער די מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, לויט ווי דער פאלטיטשאנער רב הגה"צ ר' מרדכי שטיין שליט"א האט עס דערציילט:
לפני החתונה של אחי הצעיר הי"ו הי' בשנת תשכ"ח, ואבי ז"ל שכב אז בשפיטאל לאחר הארץ אטאקע (לא ידענו אם יוכל להשתתף בהחתונה), ונסענו אז לפני החתונה לשיכון סקווירא ליכנס אל רבינו, (לא רצה ליקח קוויטלעך מהקרובים), וזה הי' בעת שהאדמו"ר מסאטמאר חלה ותקף לו סטראוק, וכשהגענו לבית דודי זצוק"ל כבר חיכה עלינו דודתי הרבנית ע"ה ואמרה לנו שהיא יודעת שהשאלה הראשונה ישאל אותם רבינו מטוב האדמו"ר מסאטמאר זצוק"ל איך הוא מרגיש, מ'מוז אים זאגן אז ס'איז גוט, ווייל ער טראגט עס נישט איבער. כשנכנסנו אכן שאל אותנו רבינו זצוק"ל: וואס טוט דער סאטמארער רב? והשבנו שב"ה הוטב לו. (ואכן אז כבר קצת הוטב לו, ואנחנו הפרזנו עוד על זה). ואמר אז רבינו: מ'מוז אים האבן דעם אלטיטשקן, כ'האב דא געזאגט אז ער פעלט אונז אויס, ווייל דא אין אמעריקא ווען נישט אים, איך ווייס נישט וואס וואלט געווען. ביי זיין עולם איז דאך אפגערעדט, - אן אים? דער אייבערשטער זאל אפהיטן, גארנישט גארנישט.

פון אן אנדערע מקור האב איך אפגעשריבן אז כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל האט דעמאלט געפרעגט פון הרה"ח ר' יודא משה וויזעלטיהר שיחי' וויאזוי איז די מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, און דערביי אים געזאגט: דו ווייסט נישט ווי ווייט זיינע מענטשען דארפן איהם האבן.

געהערט לעצטענס פון א פאלטישאנער אייניקל די זעלבע מעשה
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3647
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

ביללער האט געשריבן:
שנלר האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
פון אן אנדערע מקור האב איך אפגעשריבן אז כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל האט דעמאלט געפרעגט פון הרה"ח ר' יודא משה וויזעלטיהר שיחי' וויאזוי איז די מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, און דערביי אים געזאגט: דו ווייסט נישט ווי ווייט זיינע מענטשען דארפן איהם האבן.


מיינסט צו זאגן אז ער האט געהאלטן אז דער סאטמארער עולם איז פון א שוואכערע קאליבער, ממילא מוזן זיי האבן זייערע רבי זיי צו האלטן?
שווער אזוי צו זאגן.

כ'ווייס נישט וואס ער מיינט. אבער ס'קען זיין ער האט געהאלטן אז פאר זיין עדה ביי זיך אין סקווירא פעלט ער נישט אזוי שטארק אויס ווי פאר די אלפים ורבבות אידן ברחבי ניו יארק וואס האבן זיך געקלאמערט ביי סאטמאר רב

אדער קען מען מעגליך זאגן בדרך אפשר אז אונז פשוטע מענטשן פארשטייען בכלל נישט וואס עס האט זיך אפגעטון צווישן די שרפי מעלה! נישט איינגעפאלן.. וואס?
און אויב וויל מען דווקא, קען מען עס מפרש זיין פשוט ווי נחוניא איז מסביר להלן.
לעצט פארראכטן דורך לעגאו מענטשעלע אום דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 10:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובה דורך פסיקתא »

אביסעל אזוי געבליקט אין דער אשכול למעשה פין ביידע צדדים אפילו דער מעשיות הערען זיי פין דער רביס זי״ע אליין וואלט עס זיי געשטערט דאס צי הערען למשל הערצה
אויף בעלזא וואלט זיי נישט געשטערט אבער אויף סאטמאר....אין אזוי אויך פארקערט סאטמאר אויף בעלזא
לאמיר רעדען נאך פאר דער פרשה פין בחירות אבער אויף סקווירא.... ממילא איז סתם נאריש דא דער דין ודברים יא זיין שפראך נישט... ספאסט ענק נשט דעטס אלל!!!!
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובה דורך געשיקטער »

נחוניא האט געשריבן:פון אן אנדערע מקור האב איך אפגעשריבן אז כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל האט דעמאלט געפרעגט פון הרה"ח ר' יודא משה וויזעלטיהר שיחי' וויאזוי איז די מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, און דערביי אים געזאגט: דו ווייסט נישט ווי ווייט זיינע מענטשען דארפן איהם האבן.

איך האב שטארקע ספיקות אויף די ווערטער
כאילו די הייפעלע אידען וואס זענען געווען מקושר צו הרה"ק מסקווירא האבען אים נישט געדארפט
רבטוב האט געשריבן:......
אספר סיפור שסיפר לי הרב ר' אברהם יעקב [יענקעלע ] טייטלבוים ז''ל מייסד היוגענט גרופע בווינא שכל גדולי ישראל שאנו מכירים מווינא נתגדלו שם . אביו ר' ישראל מרדכי הי'
הגבאי של האדמו''ר מהרי''מ מקופיטשניץ . והוא בעצמו הי' תלמיד מובהק של בעל האמרי יושר הרב מטארנא . הי' ת''ח מופלג ובר דעת הי' לו ביהמד''ר בקווינס והי' הרב של קעמפ
אגודה . והי' מבאי ביתו של האדמו''ר מסאטמאר ובויואל משה ובקונטרס על הגאולה יש שני דברים שהוא סיפר לו . עכ''פ פעם לפני שהי' צריך לנסוע לקעמפ ניתחו אותו . והאדמו''ר בא לבקרו . אמר לו ר' יאנקעלע שיבטיח לו רפואה שלימה '''במהרה''' כי צריך לנסוע לקעמפ אגודה . האדמו''ר ברוב פיקחותו אמר לו בזה''ל ר' יאנקעלע בזה שאתה אומר לי שאתה צריך
לנסוע לקעמפ '''אגודה''' הלא מסתמא אתה מתכוון למשהוא . אמר לו כן לדעתי הרבי הוא האגודאי הכי גדול . אמר לו הרבי מה אתה אומר הכל כבר אמרו עלי אך לא שאני אגודיסט
אמר לו ר' יאנקעלע . שידע הרבי אני חבר בועד הפועל של אגוד''י וכשיושבים באסיפה ודנים . שואלים מה יאמר הרב מסאטמאר .נמצא שהרב מסאטמאר מחזיק את האגודה בדרכה
ואמר לו עוד אגיד לרבי אפילו בן-גוריון לא רוצה שהרב מסאטמאר יגיד עליו שהוא עוכר ישראל . ממילא נמצא שהרב מסאטמאר מחזיק את כל היהדות .דבר זה סיפר לי בבית מדרשו

און הרב שך האט געזאגט אזל האי גברא דמיסתפינן מיניה
קענסט דיר פארשטעלען וואס פאר א אימפקאט
סאטמער האט געהאט אויף אידען יראים ושלמים
אן סאטמער וואלטען זיי געווען ווי אניה בלב ים
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובה דורך מומחה יוחס »

פליטה גדולה האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:די מעשה מיט'ן וויזניץ מאנסי רבי'ן זצ"ל איז געווען געדריקט צווישן די פילע הערכות וואס זענען ארויסגעקומען נאך זיין פטירה, וכפי המונח בזכרוני גייט די מעשה אז ווען דער סקווערער רבי זצוק"ל איז אנגעקומען קיין אמעריקע מיט'ן איידעם דער וויזניצער רבי זצ"ל, האט אים דער וויזניצער רבי געבעטן איינמאל צו גיין באזוכן דעם סאטאמרער רבי'ן זצוק"ל, אבער דער סקווערער רבי האט אים געענטפערט אז ער גייט נישט באזוכן קיינעם, דער איידעם האט אבער נישט נאכגעלאזט און געזאגט אז דער סאטמארער רבי איז אן אויסנאם, און דער סקווערער רבי איז טאקע געגאנגען באזוכן ביים סאטמארער רבי'ן, און ווי דער וויזניצער רבי האט דערציילטל אז גלייך ביים אריינקומען האבן די 2 צדיקים זיך אנגעקוקט איינער דעם צווייטן פאר עטליכע מינוט נישט ארויסרעדנדיג קיין ווארט, אז מ'האט געזעהן בחוש ווי דא ליגט עפעס העכערס.

אזוי ליגט מיר אין קאפ וואס כ'האב געליינט אין איינע פון די פילע הערכות אויפ'ן וויזניצער רבי'ן זצ"ל, און אויב איינער ווייסט קלארער איז אדרבה זאל ער קומען און דערציילן קלאר.

געהערט אז א ענליכע מעשה איז געווען ווען וויזניץ מאנסי רבי'ן זצ"ל איז איינמאל געגאנגען באזוכן זיין שוואגער הרה"ק רבי יודל'ע דזיקוב'ער זי"ע זענען זיי ביידע געזעצען און זיך אנגעקוקט א וויילע ווען ביידע פנימ'ער האבן געפלאמט און גארנישט ארויסגערעדט פון מויל און אזוי האבן זיי זיך געזעגענט. מי יעמוד בסוד קדושים!

א ענדליכע מעשה האב איך געהערט פין איינער וואס איז געוועהן דארט בשעת מעשה ווען הרה"ק רבי יענקעלע מפשערווארסק זצ"ל האט זיך געטראפן מיט הרה"ק רבי יודלע מדזיקוב זצ"ל אןי לונדון האב זיי אנגעקוקט איינער דער אנדערע אן אויסרעדן קיין איין ווארט, אין טרערן האבן געגאסן פין ביידע, והוא נפלא
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובה דורך טראק דרייווער »

רבי יודלע פלעגט בכלל כמעט נישט רעדן בסוף ימיו
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובה דורך מומחה יוחס »

טראק דרייווער האט געשריבן:רבי יודלע פלעגט בכלל כמעט נישט רעדן בסוף ימיו


איך געדענק עס טאקע קלאר, זייעדיג ביי ר' יודעלע עטליכע מאל ער האט טאקע כמעט נישט גערעדט
לעצט פארראכטן דורך מומחה יוחס אום דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 10:34 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובה דורך פסיקתא »

י
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובה דורך נחוניא »

שנלר האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:פון אן אנדערע מקור האב איך אפגעשריבן אז כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל האט דעמאלט געפרעגט פון הרה"ח ר' יודא משה וויזעלטיהר שיחי' וויאזוי איז די מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, און דערביי אים געזאגט: דו ווייסט נישט ווי ווייט זיינע מענטשען דארפן איהם האבן.

מיינסט צו זאגן אז ער האט געהאלטן אז דער סאטמארער עולם איז פון א שוואכערע קאליבער, ממילא מוזן זיי האבן זייערע רבי זיי צו האלטן?
שווער אזוי צו זאגן.

אפשר מיינט פשט "זיינע מענטשן", די וואס גייען אויף זיין שיטה פון קנאות, אז זיי דארפן אים האבן אלס א מנהיג צו ווייזן די ריכטיגע וועג פון קנאות. וואס הכל מודים אז הרה"ק מסאטמאר טראץ זיין שארפע וועג אין קנאות, האט ער אבער געהאט די ריכטיגע הבחנה ווען און וואס צו טון, און נישט חלילה צו טוהן מעשים אשר לא יעשו מיט די איצטלא פון קנאות.
ווי הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל דערציילט אין זיינע זכרונות, אז אמאל האט מען געהאט צוגעגרייט א גרויסע הפגנה אויף א מוצאי שבת, און בשעת שלש סעודות האט מען דערציילט פאר הרה"ק מסאטמאר אז די אראבערס גרייטן זיך אויך צו אנשליסן און מוחה זיין, האט ער באלד מבטל געווען די גאנצע הפגנה.
ווי אויך איז ער געווען גאר בידידות מיט גאונים וצדיקים כאטש זיי האבן געהאט אנדערע שיטות אין עניני קנאות, און ער איז געווען א נאנטער ידיד מיט הגאון ר' אהרן קאטלער און מיטן באיאנער רבי'ן זצ"ל וואס האבן געפייערט אז עס איז א חוב קדוש צו גיין צו די בחירות, און דאס האט נישט גערירט די ידידות וואס הרה"ק מסאטמאר האט געהאט מיט זיי.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9618
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובה דורך dovidal »

לידיעה בעלמא שהצדיקים מסאטמאר סקווירא זי"ע האבן זיך שוין געקענט פון פריער פארן קומען קיין אמעריקע והיו מטיילים ביחד בדארנא וואטרא והשתתפו ביחד על שמחות משפחתם וכבר אז היה דין ודברים בנוגע חתן מאהל וכדומה אבל החשיבו זה את זה אגב ידוע כשהרה"ק מסאטמאר זי"ע הגיע לחותונת בת הרבי מסקווירא זי"ע עם החתן הרבי מרחמסטריווקא שליט"א ,,, ולא נטל ידיו לסעודה הרבי מסאטמאר וכיון שלהרבי מסקווירא היה קפידא שלא ליתן כיבוד [ השבע ברכות ]לאחד שלא נטל ידיו לסעודה ע"כ מפני כבודו של הרבי מסאטמאר "האט ער געצויגן און געצויגן לאנג די סעודת החתונה" והדברים ידועים

א
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

תגובה דורך ביללער »

dovidal האט געשריבן:לידיעה בעלמא שהצדיקים מסאטמאר סקווירא זי"ע האבן זיך שוין געקענט פון פריער פארן קומען קיין אמעריקע והיו מטיילים ביחד בדארנא וואטרא והשתתפו ביחד על שמחות משפחתם וכבר אז היה דין ודברים בנוגע חתן מאהל וכדומה אבל החשיבו זה את זה אגב ידוע כשהרה"ק מסאטמאר זי"ע הגיע לחותונת בת הרבי מסקווירא זי"ע עם החתן הרבי מרחמסטריווקא שליט"א ,,, ולא נטל ידיו לסעודה הרבי מסאטמאר וכיון שלהרבי מסקווירא היה קפידא שלא ליתן כיבוד [ השבע ברכות ]לאחד שלא נטל ידיו לסעודה ע"כ מפני כבודו של הרבי מסאטמאר "האט ער געצויגן און געצויגן לאנג די סעודת החתונה" והדברים ידועים

א

דעמאלט האט ער געזאגט די באקאנט ווערטעל מה כל הרעש
[עוד לא ידעו ממנו אז]
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

תגובה דורך ביללער »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
ביללער האט געשריבן:
שנלר האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
פון אן אנדערע מקור האב איך אפגעשריבן אז כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל האט דעמאלט געפרעגט פון הרה"ח ר' יודא משה וויזעלטיהר שיחי' וויאזוי איז די מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, און דערביי אים געזאגט: דו ווייסט נישט ווי ווייט זיינע מענטשען דארפן איהם האבן.


מיינסט צו זאגן אז ער האט געהאלטן אז דער סאטמארער עולם איז פון א שוואכערע קאליבער, ממילא מוזן זיי האבן זייערע רבי זיי צו האלטן?
שווער אזוי צו זאגן.

כ'ווייס נישט וואס ער מיינט. אבער ס'קען זיין ער האט געהאלטן אז פאר זיין עדה ביי זיך אין סקווירא פעלט ער נישט אזוי שטארק אויס ווי פאר די אלפים ורבבות אידן ברחבי ניו יארק וואס האבן זיך געקלאמערט ביי סאטמאר רב

אדער קען מען מעגליך זאגן בדרך אפשר אז אונז פשוטע מענטשן פארשטייען בכלל נישט וואס עס האט זיך אפגעטון צווישן די שרפי מעלה! נישט איינגעפאלן.. וואס?
און אויב וויל מען דווקא, קען מען עס מפרש זיין פשוט ווי נחוניא איז מסביר להלן.

ס'איז זייער אינטערעסאנט ווי קודם טאר מען גארנישט פארשטיין פון שרפי מעלה, ממש דו ווינדערסט דיך, און א שורה שפעטער איז פשוט ווי נחוניא איז מסביר..
די סיבה איז פשוט, ס'געפעלט דיר נחוניא'ס לעקציע פאר די סאטמארע בהלכות קנאות.. געענדיגט מיט אלע תמיהות
פארשפארט

צוריק צו “צדיקים וחסידים”