בלאט 1 פון 2

הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב בעל תפילה המפורסם, הנקרא 'צוגאנד'ער שוחט' - כ”ג חשון תשמ”ו

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:48 pm
דורך yoy
חכמהלאג האט געשריבן:ר' אהרן קרויס ציגאנדער שוחט איז אויך געווען א מתפלל "ביהמ"ד סאלקא בוומ"ס - ומזקני חסידי קאסאן"

מיין שטעלונג האט געשריבן:דער ציגאנדער שוחט פלעגט דאווענען מיטל נאכט פסח אין גרויסן סאטמארן בית המדרש אין וויליאמסבורג יארן לאנג בצל רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע. און ער איז לעגענדאר מיטן ניגון וואס ער פלעגט זינגען ביי פתחי לי ביי הלל.
איז עס דער ניגון פון לכה דודי אויף דעם איז עס דער ניגון פון לכה דודי אויף דעם נייע סידי - שמור וזכור?

אינעם אלטען סאטמארן ביהמ"ד איז געווען א מפורסם'דיגע בעל תפילה ר' אהרן קרויס, באקאנט אלס דער "ציגאנדער שוחט"

עלטערע בעלי תפילות זאגען נאך פון עם אסאך שיינע זאכען (אפילו גאר ר' ליפא שווארטץ וכו')
עמצער זאגט מיר, אז ער פלעגט דאווענען און א קליין ביהמ"ד אנטקעגען דעם אלטען סאטמארן ביהמ"ד אויף בעדפארד עוו.
איז דאס געווען דער סאלקא/קאסאן ביהמ"ד?

איינער מיט מער אינפא?

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:56 pm
דורך אביונה
סאלקא קאסאן ביהמ"ד איז אייביג געווען אויף בעדפארד היוז..
קיינמאל נישט געווען בגלילות אלטן סאטמארן ביהמ"ד וואס איז א שיינע פאר גאסן אהין ציער, אויף בעדפארד ראסס-ווילסאן, אדער פריער אויף קליימער..

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 6:26 pm
דורך אידישע מוח
געווען א פארצייטישער חשובער איד פלעגט בלייבן אין בית המדרש ביז גוט אינמיטן טאג לערנען

זייער שיין געדאווענט
פלעגט ימים נוראים דאווענען ערגעץ אין בארץ פארק
געוואנט אוים הויז לעבן סאלקא

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 6:27 pm
דורך אידישע מוח
יצחק אייזיק זילבערשטיין פון קרית יואל זיין איידעם

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 8:49 pm
דורך דממה דקה
אביונה האט געשריבן:סאלקא קאסאן ביהמ"ד איז אייביג געווען אויף בעדפארד היוז..
קיינמאל נישט געווען בגלילות אלטן סאטמארן ביהמ"ד וואס איז א שיינע פאר גאסן אהין ציער, אויף בעדפארד ראסס-ווילסאן, אדער פריער אויף קליימער..

סאלקא איז געווען אויף מארטאן סטריט פאר היוז סטריט

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 9:05 pm
דורך משה צימערינג
אביונה האט געשריבן:סאלקא קאסאן ביהמ"ד איז אייביג געווען אויף בעדפארד היוז..
קיינמאל נישט געווען בגלילות אלטן סאטמארן ביהמ"ד וואס איז א שיינע פאר גאסן אהין ציער, אויף בעדפארד ראסס-ווילסאן, אדער פריער אויף קליימער..

צו זאגן אזא סטעיטמענט מיינט אז מ׳האט נאך קיינמאל נישט שטודירט די וויליאמסבורגער היסטוריה
מארטאן סטריט איז פון די מערסט נאסטאלאגישע גאסן

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 9:13 pm
דורך ים רויבער
די באקאנטע כי חלצת וואס יענקל אונגאר זינגט אויף זיין טעיפ שטאמט פון אים.
ער האט איין זוהן וואוינט אין וויליאמסבורג ר' מענדל קרויס

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 9:16 pm
דורך blue moon
ר' מענדל קרויס דער איגענטימער פון ארטאמייער וועגלעך איז זיין זוהן.
מען קען נאך הערן ביי אים דעם פיתחו לי.

און מיין יוגענט פלעגט הערן ר' מענדל'ן אראפלייגען דעם הלל אלע יארן לילי פסחים. מען האט זיך נישט ארויס געזעהן פונעם הלל פאר פינעוו און דרייסיג מינוט. אלע עלטערע יודן האבן צוגעלייגט אן אויער מיט אינטערעסע. זיי האבן זיך געפילט שוועבן הונטער די סטרונעס פונעם ציגנדאר שוחט.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 9:24 pm
דורך blue moon
blue moon האט געשריבן:ר' מענדל קרויס דער איגענטימער פון ארטאמייער וועגלעך איז זיין זוהן.
מען קען נאך הערן ביי אים דעם פיתחו לי.

און מיין יוגענט פלעגט מען הערן ר' מענדל'ן אראפלייגען דעם הלל אלע יארן לילי פסחים. מען האט זיך נישט ארויס געזעהן פונעם הלל פאר פינעוו און דרייסיג מינוט. אלע עלטערע יודן האבן צוגעלייגט אן אויער מיט אינטערעסע. זיי האבן זיך געפילט שוועבן הונטער די סטרונעס פונעם ציגנדאר שוחט.

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 1:32 pm
דורך אביונה
blue moon האט געשריבן:ר' מענדל קרויס דער איגענטימער פון ארטאמייער וועגלעך איז זיין זוהן.
מען קען נאך הערן ביי אים דעם פיתחו לי.

און מיין יוגענט פלעגט הערן ר' מענדל'ן אראפלייגען דעם הלל אלע יארן לילי פסחים. מען האט זיך נישט ארויס געזעהן פונעם הלל פאר פינעוו און דרייסיג מינוט. אלע עלטערע יודן האבן צוגעלייגט אן אויער מיט אינטערעסע. זיי האבן זיך געפילט שוועבן הונטער די סטרונעס פונעם ציגנדאר שוחט.


אה, ר' מענדל שיחי'
נעוואדע געדענק איך זיין 'פתחו לי'...., אה אה, יעדן יום טוב ביינונז אין שולכל האט ער געדאווענט פארן עמוד
זאל ער דערלעבן משיח'ן...

האבעך געפינען א בילד פון אים, אינעם אשכול פונם מסע הקודש לעצטע וואך
download/file.php?id=229022

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 10:07 am
דורך yoy
אידישע מוח האט געשריבן:געווען א פארצייטישער חשובער איד פלעגט בלייבן אין בית המדרש ביז גוט אינמיטן טאג לערנען
זייער שיין געדאווענט
פלעגט "ימים נוראים" דאווענען ערגעץ אין בארץ פארק
געוואנט אוים הויז לעבן סאלקא

די באקאנטע זייער ווארעם חלק פון יום כיפור בייטאג כורעים, והכהנים והעם העומדים בעזרה, וואָס איז זייער באוווסט
והכהנים והעם העומדים בעזרה, כשהיו שומעים שם המפורש שהוא יוצא מפי כהן גדול, היו כורעים ומשתחוים ונופלים על פניהם, ואומרים: ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד
בעלי תפילות זאגען אַז עס איז פֿון ר' ליפא שווארטץ, אבער באמת איז עס פון אים

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 11:50 am
דורך yoy
btw. ווער איז געווען ציגאנדער רב?
איך זע אין דעם בוך טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן
איך זע דארט א ציגאנדער רב
https://beta.hebrewbooks.org/pdfpagefee ... 3383&pgnum
https://beta.hebrewbooks.org/pdfpagefee ... &pgnum=125

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:04 pm
דורך yoy
מצבות שטעלער האט געשריבן: תמונות בית החיים דקרית יואל
422 מרת חי' ב"ר מנחם מענדל, אשת ר' אהרן קרויס - י' סיון תשמ"א
2212

וואו האָט מען געלייגט מוה"ר ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב
וואס פאר א בית עולם?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:08 pm
דורך אידישע מוח
yoy האט געשריבן:
מצבות שטעלער האט געשריבן: תמונות בית החיים דקרית יואל
422 מרת חי' ב"ר מנחם מענדל, אשת ר' אהרן קרויס - י' סיון תשמ"א
2212

וואו האָט מען געלייגט מוה"ר ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב
וואס פאר א בית עולם?

ליגט אויך אין קרית יואל

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:57 pm
דורך yoy
מצבות שטעלער האט געשריבן:תמונות בית החיים דקרית יואל
1396ר' אהרן ב"ר יוסף אשר קרויס - כ"ג חשון תשמ"ו 1610

פ"נ
הרבני החסיד המפורסם
מופלג בתורה וירת ה'
מוהר"ר אהרן ב"ר יוסף אשר ז"ל
קרויס
שהיה שו"ב ומוהל מומחה
בק"ק ציגאנדע ובשאר ק"ק יצ"ו
את בניו הדריך בדרכי התורה והמסורה
אהוב לבריות ובסבר פנים פתח ביתו לאביונים
השכים והעריב וקבע עתים רבות לתורה
הקדיש ימיו למלאכת הקודש והלך בצדק ובאמונים
רבות יסורים סבל וקיבל באהבה גזירה
רגליו כיתת לצדיקי דורו כחסידים הראשונים
נעים זמירות כיבד את ה' מגרונו בשירא
נשמתו תהא צרורה בצרור החיים עד עת רננים
נלב"ע בשנת השמונים לחייו
ביום כ"ג מרחשון תשמ"ו לפ"ק
ת' נ'צ'ב'ה'

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 4:14 pm
דורך yoy
ציגאנדע (אונגאריש: Cigánd) איז א קליין שטעטל אין אונגארן,
https://www.google.com/maps?safe=strict ... AXoECBUQAw
11 ק"מ דרום מערב פון ריטשע,
14 ק"מ מערב פון קליינווארדיין און
24 ק"מ דרום מזרח פון איהעל,
נישט ווייט פונעם גרענעץ

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:55 pm
דורך אידישע מוח
שמועס איך יעצט מיט זיינע אן איינוקל
זאגט ער מיר אז דער רבי אהרן איז נאך די מלחמה אנגעקומען קיין מעין ער איז דארט געווען א שיינער איד שו״ב געמאכט שיין פרנסה ער האט איין טאג באמערקט ווי זיינס א טאכטער ווערט צי נאנט מיט א מיידל פון זייער א שוואכע שטוב
ביז צעהן טאג האט ער שוין געוואנט אין ווילמסבורג זיך נאכדעם געמוטשעט כל ימיו אויף פרנסה

Re: הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב בעל תפילה המפורסם, הנקרא 'צוגאנד'ער שוחט'

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 2:38 pm
דורך yoy
עס וואלט ווען געווען אינטערעסנט, אויב עמצער קען ווען פארשאפן א בילד פון אים

א פארצייטישער חסידישער איד האט זיכער געהאט עפעס א סארט חן

ער איז זיכער געווען א מענטש מיט ליבשאפט און נאטורן

Re: הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב בעל תפילה המפורסם, הנקרא 'צוגאנד'ער שוחט'

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 2:41 pm
דורך אנא עבדא
yoy האט געשריבן:עס וואלט ווען געווען אינטערעסנט, אויב עמצער קען ווען פארשאפן א בילד פון אים

א פארצייטישער חסידישער איד האט זיכער געהאט עפעס א סארט חן

ער איז זיכער געווען א מענטש מיט ליבשאפט און נאטורן

גם אני מצטרף לבקשה זאת.
ביטע אויב איינער האט א בילד פון איהם.
ייש"כ גדול.

Re: הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב בעל תפילה המפורסם, הנקרא 'צוגאנד'ער שוחט'

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 3:06 pm
דורך yoy
איז אפשר נאך פארבליבען רעקארדינגס פון איהם

Re: הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב בעל תפילה המפורסם, הנקרא 'צוגאנד'ער שוחט'

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:11 pm
דורך yoy
מגבעות האט געשריבן:
גוטער איד האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
גוטער איד האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:....
ער האט לכאורה נישט געקענט אפילו קענען דער ערשטן קאסיאנער רבי, אגב זיין אן אייניקל ר' אהרן קרויס ז"ל איז שוין יא געווען א קאסיאנער חסיד און קרוב זייענדיג א טאהשער אייניקל.

איז דאס אויף אונזער רבי אהרן קרויס ז"ל??

Re: הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב בעל תפילה המפורסם, הנקרא 'צוגאנד'ער שוחט'

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 3:57 pm
דורך yoy
סע איז אן אנדערער ר' אהרן קרויס, אויך געווען א קאסאניע חסיד, סע קוקט אויס ווי סע איז מעגלעך א משפּחה מיטגליד (ביידע הייסן עפּעס אהרן קרויס, ווייסט איינער ווי אזוי?)
https://www.ivelt.com/forum/download/fi ... &mode=view (בילד מצבות ר' יוסף שמואל קרויס)

הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב דאבראני איז געווען פין די קאסאניער גלילות, א פייערדיגע קאסאניע חסיד
(קינדער פון ר' אהרן) דריי ברודער האבן אלע געהייסן קרויס, נאך די מלחמה, האבן זיך צוויי געטוישט,
1. ר' מרדכי לייב, האט געטוישט צו האלפערין,
2. ר' יוסף שמואל, קרויס, האט געטוישט צו גערטנער,
3. ר' ישראל יעקב, קרויס, פון ארץ ישראל-קוממיות (זון וואוינט אין טאהש, ר' אהרן אייזיק,שוחט)
שוועסטערס
4. מרת יוטא עקשטיין, אלמנת ר' ישראל מאיר עקשטיין ע"ה פון קרית יואל, גאר א חשוב'ע אידענע געווען,
.

Re: הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב בעל תפילה המפורסם, הנקרא 'צוגאנד'ער שוחט'

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 7:09 pm
דורך אנא עבדא
yoy האט געשריבן:3. ר' ישראל יעקב, קרויס פון ארץ ישראל-קוממיות (זון וואוינט אין טאהש, ר' אהרן אייזיק,שוחט)

ר' ישראל יעקב די שווער פון הגה"צ רבי משה נחמן כהנא שליט"א פון ספינקא ?

Re: הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב בעל תפילה המפורסם, הנקרא 'צוגאנד'ער שוחט'

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 2:15 am
דורך לייברערין
יא, ר' משה נחמן איז אן איידעם ביי ר' ישראל יעקב קרויס

Re: הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב בעל תפילה המפורסם, הנקרא 'צוגאנד'ער שוחט'

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 5:56 am
דורך מגבעות
yoy האט געשריבן:סע איז אן אנדערער ר' אהרן קרויס, אויך געווען א קאסאניע חסיד, סע קוקט אויס ווי סע איז מעגלעך א משפּחה מיטגליד (ביידע הייסן עפּעס אהרן קרויס, ווייסט איינער ווי אזוי?)
https://www.ivelt.com/forum/download/fi ... &mode=view (בילד מצבות ר' יוסף שמואל קרויס)

הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב דאבראני איז געווען פין די קאסאניער גלילות, א פייערדיגע קאסאניע חסיד
(קינדער פון ר' אהרן) דריי ברודער האבן אלע געהייסן קרויס, נאך די מלחמה, האבן זיך צוויי געטוישט,
1. ר' מרדכי לייב, האט געטוישט צו האלפערין,
2. ר' יוסף שמואל, קרויס, האט געטוישט צו גערטנער,
3. ר' ישראל יעקב, קרויס, פון ארץ ישראל-קוממיות (זון וואוינט אין טאהש, ר' אהרן אייזיק,שוחט)
שוועסטערס
4. מרת יוטא עקשטיין, אלמנת ר' ישראל מאיר עקשטיין ע"ה פון קרית יואל, גאר א חשוב'ע אידענע געווען,



אביסעלע שפעט באמערקט, כ'וויל נישט פארפירן די אשכול פונעם ארגינעלן טאפיק, אבער כדאי אנדערע זאלן זיך נישט טועה זיין איז גוט צו וויסן אז א שיין חלק פון די אינפארמאציע דא איבער ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב דאבראני און זיינע אנגעבליכע קינדער זענען נישט אמת.