הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב בעל תפילה המפורסם, הנקרא 'צוגאנד'ער שוחט'

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
yoy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב בעל תפילה המפורסם, הנקרא 'צוגאנד'ער שוחט'

תגובהדורך yoy » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 5:48 pm

חכמהלאג האט געשריבן:ר' אהרן קרויס ציגאנדער שוחט איז אויך געווען א מתפלל "ביהמ"ד סאלקא בוומ"ס - ומזקני חסידי קאסאן"

מיין שטעלונג האט געשריבן:דער ציגאנדער שוחט פלעגט דאווענען מיטל נאכט פסח אין גרויסן סאטמארן בית המדרש אין וויליאמסבורג יארן לאנג בצל רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע. און ער איז לעגענדאר מיטן ניגון וואס ער פלעגט זינגען ביי פתחי לי ביי הלל.
איז עס דער ניגון פון לכה דודי אויף דעם איז עס דער ניגון פון לכה דודי אויף דעם נייע סידי - שמור וזכור?

אינעם אלטען סאטמארן ביהמ"ד איז געווען א מפורסם'דיגע בעל תפילה ר' אהרן קרויס, באקאנט אלס דער "ציגאנדער שוחט"

עלטערע בעלי תפילות זאגען נאך פון עם אסאך שיינע זאכען (אפילו גאר ר' ליפא שווארטץ וכו')
עמצער זאגט מיר, אז ער פלעגט דאווענען און א קליין ביהמ"ד אנטקעגען דעם אלטען סאטמארן ביהמ"ד אויף בעדפארד עוו.
איז דאס געווען דער סאלקא/קאסאן ביהמ"ד?

איינער מיט מער אינפא?
לעצט פאראכטן דורך yoy אום זונטאג דעצמבער 08, 2019 5:07 pm, פאראכטן געווארן 6 מאל סך הכל.

אביונה
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 5:56 pm

סאלקא קאסאן ביהמ"ד איז אייביג געווען אויף בעדפארד היוז..
קיינמאל נישט געווען בגלילות אלטן סאטמארן ביהמ"ד וואס איז א שיינע פאר גאסן אהין ציער, אויף בעדפארד ראסס-ווילסאן, אדער פריער אויף קליימער..
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אידישע מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:26 pm

געווען א פארצייטישער חשובער איד פלעגט בלייבן אין בית המדרש ביז גוט אינמיטן טאג לערנען

זייער שיין געדאווענט
פלעגט ימים נוראים דאווענען ערגעץ אין בארץ פארק
געוואנט אוים הויז לעבן סאלקא
לעצט פאראכטן דורך אידישע מוח אום דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אידישע מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:27 pm

יצחק אייזיק זילבערשטיין פון קרית יואל זיין איידעם

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 8:49 pm

אביונה האט געשריבן:סאלקא קאסאן ביהמ"ד איז אייביג געווען אויף בעדפארד היוז..
קיינמאל נישט געווען בגלילות אלטן סאטמארן ביהמ"ד וואס איז א שיינע פאר גאסן אהין ציער, אויף בעדפארד ראסס-ווילסאן, אדער פריער אויף קליימער..

סאלקא איז געווען אויף מארטאן סטריט פאר היוז סטריט
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 9:05 pm

אביונה האט געשריבן:סאלקא קאסאן ביהמ"ד איז אייביג געווען אויף בעדפארד היוז..
קיינמאל נישט געווען בגלילות אלטן סאטמארן ביהמ"ד וואס איז א שיינע פאר גאסן אהין ציער, אויף בעדפארד ראסס-ווילסאן, אדער פריער אויף קליימער..

צו זאגן אזא סטעיטמענט מיינט אז מ׳האט נאך קיינמאל נישט שטודירט די וויליאמסבורגער היסטוריה
מארטאן סטריט איז פון די מערסט נאסטאלאגישע גאסן
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 9:13 pm

די באקאנטע כי חלצת וואס יענקל אונגאר זינגט אויף זיין טעיפ שטאמט פון אים.
ער האט איין זוהן וואוינט אין וויליאמסבורג ר' מענדל קרויס
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 9:16 pm

ר' מענדל קרויס דער איגענטימער פון ארטאמייער וועגלעך איז זיין זוהן.
מען קען נאך הערן ביי אים דעם פיתחו לי.

און מיין יוגענט פלעגט הערן ר' מענדל'ן אראפלייגען דעם הלל אלע יארן לילי פסחים. מען האט זיך נישט ארויס געזעהן פונעם הלל פאר פינעוו און דרייסיג מינוט. אלע עלטערע יודן האבן צוגעלייגט אן אויער מיט אינטערעסע. זיי האבן זיך געפילט שוועבן הונטער די סטרונעס פונעם ציגנדאר שוחט.

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 9:24 pm

blue moon האט געשריבן:ר' מענדל קרויס דער איגענטימער פון ארטאמייער וועגלעך איז זיין זוהן.
מען קען נאך הערן ביי אים דעם פיתחו לי.

און מיין יוגענט פלעגט מען הערן ר' מענדל'ן אראפלייגען דעם הלל אלע יארן לילי פסחים. מען האט זיך נישט ארויס געזעהן פונעם הלל פאר פינעוו און דרייסיג מינוט. אלע עלטערע יודן האבן צוגעלייגט אן אויער מיט אינטערעסע. זיי האבן זיך געפילט שוועבן הונטער די סטרונעס פונעם ציגנדאר שוחט.

אביונה
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 1:32 pm

blue moon האט געשריבן:ר' מענדל קרויס דער איגענטימער פון ארטאמייער וועגלעך איז זיין זוהן.
מען קען נאך הערן ביי אים דעם פיתחו לי.

און מיין יוגענט פלעגט הערן ר' מענדל'ן אראפלייגען דעם הלל אלע יארן לילי פסחים. מען האט זיך נישט ארויס געזעהן פונעם הלל פאר פינעוו און דרייסיג מינוט. אלע עלטערע יודן האבן צוגעלייגט אן אויער מיט אינטערעסע. זיי האבן זיך געפילט שוועבן הונטער די סטרונעס פונעם ציגנדאר שוחט.


אה, ר' מענדל שיחי'
נעוואדע געדענק איך זיין 'פתחו לי'...., אה אה, יעדן יום טוב ביינונז אין שולכל האט ער געדאווענט פארן עמוד
זאל ער דערלעבן משיח'ן...

האבעך געפינען א בילד פון אים, אינעם אשכול פונם מסע הקודש לעצטע וואך
download/file.php?id=229022
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
yoy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » זונטאג דעצמבער 08, 2019 10:07 am

אידישע מוח האט געשריבן:געווען א פארצייטישער חשובער איד פלעגט בלייבן אין בית המדרש ביז גוט אינמיטן טאג לערנען
זייער שיין געדאווענט
פלעגט "ימים נוראים" דאווענען ערגעץ אין בארץ פארק
געוואנט אוים הויז לעבן סאלקא

די באקאנטע זייער ווארעם חלק פון יום כיפור בייטאג כורעים, והכהנים והעם העומדים בעזרה, וואָס איז זייער באוווסט
והכהנים והעם העומדים בעזרה, כשהיו שומעים שם המפורש שהוא יוצא מפי כהן גדול, היו כורעים ומשתחוים ונופלים על פניהם, ואומרים: ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד
בעלי תפילות זאגען אַז עס איז פֿון ר' ליפא שווארטץ, אבער באמת איז עס פון אים

אוועטאר
yoy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » זונטאג דעצמבער 08, 2019 11:50 am

btw. ווער איז געווען ציגאנדער רב?
איך זע אין דעם בוך טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן
איך זע דארט א ציגאנדער רב
https://beta.hebrewbooks.org/pdfpagefee ... 3383&pgnum
https://beta.hebrewbooks.org/pdfpagefee ... &pgnum=125

אוועטאר
yoy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » זונטאג דעצמבער 08, 2019 3:04 pm

מצבות שטעלער האט געשריבן: תמונות בית החיים דקרית יואל
422 מרת חי' ב"ר מנחם מענדל, אשת ר' אהרן קרויס - י' סיון תשמ"א
2212

וואו האָט מען געלייגט מוה"ר ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב
וואס פאר א בית עולם?
צוגעלייגטע
2195.jpg
2195.jpg (36.23 KiB) געזעהן 1484 מאל

אידישע מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » זונטאג דעצמבער 08, 2019 3:08 pm

yoy האט געשריבן:
מצבות שטעלער האט געשריבן: תמונות בית החיים דקרית יואל
422 מרת חי' ב"ר מנחם מענדל, אשת ר' אהרן קרויס - י' סיון תשמ"א
2212

וואו האָט מען געלייגט מוה"ר ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב
וואס פאר א בית עולם?

ליגט אויך אין קרית יואל

אוועטאר
yoy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » זונטאג דעצמבער 08, 2019 3:57 pm

מצבות שטעלער האט געשריבן:תמונות בית החיים דקרית יואל
1396ר' אהרן ב"ר יוסף אשר קרויס - כ"ג חשון תשמ"ו 1610

פ"נ
הרבני החסיד המפורסם
מופלג בתורה וירת ה'
מוהר"ר אהרן ב"ר יוסף אשר ז"ל
קרויס
שהיה שו"ב ומוהל מומחה
בק"ק ציגאנדע ובשאר ק"ק יצ"ו
את בניו הדריך בדרכי התורה והמסורה
אהוב לבריות ובסבר פנים פתח ביתו לאביונים
השכים והעריב וקבע עתים רבות לתורה
הקדיש ימיו למלאכת הקודש והלך בצדק ובאמונים
רבות יסורים סבל וקיבל באהבה גזירה
רגליו כיתת לצדיקי דורו כחסידים הראשונים
נעים זמירות כיבד את ה' מגרונו בשירא
נשמתו תהא צרורה בצרור החיים עד עת רננים
נלב"ע בשנת השמונים לחייו
ביום כ"ג מרחשון תשמ"ו לפ"ק
ת' נ'צ'ב'ה'
צוגעלייגטע
3312.jpg
3312.jpg (41.53 KiB) געזעהן 1446 מאל
לעצט פאראכטן דורך yoy אום זונטאג דעצמבער 08, 2019 4:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
yoy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » זונטאג דעצמבער 08, 2019 4:14 pm

ציגאנדע (אונגאריש: Cigánd) איז א קליין שטעטל אין אונגארן,
https://www.google.com/maps?safe=strict ... AXoECBUQAw
11 ק"מ דרום מערב פון ריטשע,
14 ק"מ מערב פון קליינווארדיין און
24 ק"מ דרום מזרח פון איהעל,
נישט ווייט פונעם גרענעץ

אידישע מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:55 pm

שמועס איך יעצט מיט זיינע אן איינוקל
זאגט ער מיר אז דער רבי אהרן איז נאך די מלחמה אנגעקומען קיין מעין ער איז דארט געווען א שיינער איד שו״ב געמאכט שיין פרנסה ער האט איין טאג באמערקט ווי זיינס א טאכטער ווערט צי נאנט מיט א מיידל פון זייער א שוואכע שטוב
ביז צעהן טאג האט ער שוין געוואנט אין ווילמסבורג זיך נאכדעם געמוטשעט כל ימיו אויף פרנסה

אוועטאר
yoy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב בעל תפילה המפורסם, הנקרא 'צוגאנד'ער שוחט'

תגובהדורך yoy » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 2:38 pm

עס וואלט ווען געווען אינטערעסנט, אויב עמצער קען ווען פארשאפן א בילד פון אים

א פארצייטישער חסידישער איד האט זיכער געהאט עפעס א סארט חן

ער איז זיכער געווען א מענטש מיט ליבשאפט און נאטורן

אנא עבדא
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב בעל תפילה המפורסם, הנקרא 'צוגאנד'ער שוחט'

תגובהדורך אנא עבדא » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 2:41 pm

yoy האט געשריבן:עס וואלט ווען געווען אינטערעסנט, אויב עמצער קען ווען פארשאפן א בילד פון אים

א פארצייטישער חסידישער איד האט זיכער געהאט עפעס א סארט חן

ער איז זיכער געווען א מענטש מיט ליבשאפט און נאטורן

גם אני מצטרף לבקשה זאת.
ביטע אויב איינער האט א בילד פון איהם.
ייש"כ גדול.

אוועטאר
yoy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב בעל תפילה המפורסם, הנקרא 'צוגאנד'ער שוחט'

תגובהדורך yoy » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 3:06 pm

איז אפשר נאך פארבליבען רעקארדינגס פון איהם

אוועטאר
yoy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב בעל תפילה המפורסם, הנקרא 'צוגאנד'ער שוחט'

תגובהדורך yoy » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:11 pm

מגבעות האט געשריבן:
גוטער איד האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
גוטער איד האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:....
ער האט לכאורה נישט געקענט אפילו קענען דער ערשטן קאסיאנער רבי, אגב זיין אן אייניקל ר' אהרן קרויס ז"ל איז שוין יא געווען א קאסיאנער חסיד און קרוב זייענדיג א טאהשער אייניקל.

איז דאס אויף אונזער רבי אהרן קרויס ז"ל??

אוועטאר
yoy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב בעל תפילה המפורסם, הנקרא 'צוגאנד'ער שוחט'

תגובהדורך yoy » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 3:57 pm

סע איז אן אנדערער ר' אהרן קרויס, אויך געווען א קאסאניע חסיד, סע קוקט אויס ווי סע איז מעגלעך א משפּחה מיטגליד (ביידע הייסן עפּעס אהרן קרויס, ווייסט איינער ווי אזוי?)
https://www.ivelt.com/forum/download/fi ... &mode=view (בילד מצבות ר' יוסף שמואל קרויס)

הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב דאבראני איז געווען פין די קאסאניער גלילות, א פייערדיגע קאסאניע חסיד
(קינדער פון ר' אהרן) דריי ברודער האבן אלע געהייסן קרויס, נאך די מלחמה, האבן זיך צוויי געטוישט,
1. ר' מרדכי לייב, האט געטוישט צו האלפערין,
2. ר' יוסף שמואל, קרויס, האט געטוישט צו גערטנער,
3. ר' ישראל יעקב, קרויס, פון ארץ ישראל-קוממיות (זון וואוינט אין טאהש, ר' אהרן אייזיק,שוחט)
שוועסטערס
4. מרת יוטא עקשטיין, אלמנת ר' ישראל מאיר עקשטיין ע"ה פון קרית יואל, גאר א חשוב'ע אידענע געווען,
5. מרת עהרנטאל, (ווי האט זי געהייסן??) דער איידעם, איז געווען, ר' ישעי' עהרנטאל, בן ר' משה ע"ה, מייסד בנות ירושלים.
לעצט פאראכטן דורך yoy אום מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 9:02 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אנא עבדא
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב בעל תפילה המפורסם, הנקרא 'צוגאנד'ער שוחט'

תגובהדורך אנא עבדא » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 7:09 pm

yoy האט געשריבן:3. ר' ישראל יעקב, קרויס פון ארץ ישראל-קוממיות (זון וואוינט אין טאהש, ר' אהרן אייזיק,שוחט)

ר' ישראל יעקב די שווער פון הגה"צ רבי משה נחמן כהנא שליט"א פון ספינקא ?

לייברערין
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

Re: הרה"ח ר' אהרן קרויס ז"ל שו"ב בעל תפילה המפורסם, הנקרא 'צוגאנד'ער שוחט'

תגובהדורך לייברערין » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 2:15 am

יא, ר' משה נחמן איז אן איידעם ביי ר' ישראל יעקב קרויס


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט