בילדער פון גדולי ישראל ווער ווייסט?

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 27, 2008 5:39 pm

דער לעצטער לינקס קוקט אויס ווי רמ"מ מליובאוויטש

קרעניצער אייניקל
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 24, 2008 6:22 am

תגובהדורך קרעניצער אייניקל » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 2:51 am

#11
דאס איז גענומען ביי א חתונה (כמובן) אין תש"ו. פון רעכטס צו לינקס:
ר' חיים משה יהושע טווערסקי-שניאורסאהן פון טומשפול
דער סטולינער רבי ר' יעקב פערלאוו
חתדב"נ ר' שמרי' גורארי'
דער חתן
אבי החתן, דער באוואוסטער משפיע ר' שמוא' הלוי לעוויטין
רמ"מ פון ליובאוויטש

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 9:37 am

ווער איז דער וואס שטייט? (די פנים איז מיר באקאנט אביסל)

אגב, אין תש"ו האט די סטאלינער רבי רבי יעקב חיים נאך געלעבט? און לויט מיינע ידיעות האט די רמ"ש אויסגעזעהן עלטער אין תש"ו. וואו איז דער חתונה? אין נו יארק? ווען איז די רמ"ש אנגעקומען קיין נו יארק?
לעצט פאראכטן דורך לעווי אום דינסטאג אוקטובער 28, 2008 10:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 10:45 am

זיכער נישט, נאכן קריג איז ר' יוחנן געווען דער איינציגער פון די סטאלינער ברודער וואס איז לעבן געבליבן.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 10:51 am

יאסל האט געשריבן:זיכער נישט, נאכן קריג איז ר' יוחנן געווען דער איינציגער פון די סטאלינער ברודער וואס איז לעבן געבליבן.


רבי יעקב חיים האט געלעבט נאכן קריג פאר זייער א קורצע צייט (ער האט דאך געשיקט שליחים אויף צו זוכן זיין ברודער רבי יוחנן אין די די פי קעמפס) מיין שאלה איז נאר צו ער האט נאך געלעבט אין תש"ו.

יעצט האב איך געזעהן אין די ענגלישע וויקיפידיע אז ער איז טאקע אוועק 1946.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 11:24 am

מיללער האט געשריבן:דער לעצטער לינקס קוקט אויס ווי רמ"מ מליובאוויטש


מען האט איהם נאך יעמאלט גערופען דער רמ"ש
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

קרעניצער אייניקל
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 24, 2008 6:22 am

תגובהדורך קרעניצער אייניקל » מיטוואך אוקטובער 29, 2008 5:29 am

לעווי האט געשריבן:ווער איז דער וואס שטייט? (די פנים איז מיר באקאנט אביסל)

אגב, אין תש"ו האט די סטאלינער רבי רבי יעקב חיים נאך געלעבט? און לויט מיינע ידיעות האט די רמ"ש אויסגעזעהן עלטער אין תש"ו. וואו איז דער חתונה? אין נו יארק? ווען איז די רמ"ש אנגעקומען קיין נו יארק?

ער האט געהייסען משה לייב ראדשטיין. דוכטזיך מיר אז ער איגעווען א סעקרעטאר ביים ריי"ץ און שפעטער ביים רמ"מ.
דער "רמ'ש" איז אנגעקומען אין אמעריקא כ"ח סיון תש"א, א יאר מיט דריי חדשים נאך דער ריי"ץ, און דאס איז א גרויסער יו"ט ביי ליובאוויטשער חסידים.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך אוקטובער 29, 2008 10:22 am

אז מען רעדט שוין איבער רמ"מ/רמ"ש, איך האב אלעמאל געוואסט אז מען האט אים גערופן די רמ"ש, אבער דעם יו"ט האב איך געליינט א יומן פון א חסיד אין די תר"צ יארן וואו ער באשרייבט שמחת תורה בחצר חב"ד ווען די ריי"צ איז נישט געווען דארט, ער שרייבט דארט צאם גדלות איבער די איידעם די רמ"מ, דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס איך האב געזעהן א חבד'סקע זאל אים רופן אזוי.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוקטובער 29, 2008 10:42 am

קען איינער שרייבן אביסל מער איבער ר' חיים משה יהושע טווערסקי-שניאורסאהן מטומושפיל?

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מוצ"ש נובעמבער 01, 2008 10:12 pm

בילד #12

ווער דערקענט?
צוגעלייגטע
5775.jpg
לחיים ולברכה!

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » זונטאג נובעמבער 02, 2008 7:48 am

קארלין?

קרעניצער אייניקל
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 24, 2008 6:22 am

תגובהדורך קרעניצער אייניקל » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 2:56 am

לייג אריין נאך א בילד.
אפשר האט איינער נאך בילדער פון שטאט קרעניץ? ס'האט שוין ערשינען א פאר.....

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 12:22 pm

ר' נחמן, ס'וואלט זיך געפאסט אז די זאלסט אריינשטעלן א שטיקעל רמז אויף אייער בילד.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 12:25 pm

ר' יאסל,

ברוך שובך.

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מוצ"ש נובעמבער 08, 2008 10:10 pm

בילד 12

ער איז געווען א דיין אין ירושלים בימים ההם.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:58 am

ר' פישל בערנשטיין?

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג נובעמבער 10, 2008 11:07 am

13
צוגעלייגטע
(Custom).JPG

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מאנטאג נובעמבער 10, 2008 12:17 pm

ר' ברוך דוב פוברסקי שליט"א מיט?

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג נובעמבער 11, 2008 9:30 pm

מיט הרב העלעפאנט

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג נובעמבער 11, 2008 9:34 pm

14
צוגעלייגטע
(Custom).JPG

שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

תגובהדורך שמואל'יק'יל » דינסטאג נובעמבער 11, 2008 9:39 pm

כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל ה"ברך משה" פון סאטמאר מיט הרב שך

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג נובעמבער 11, 2008 10:00 pm

15
צוגעלייגטע
Custom).JPG

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מיטוואך נובעמבער 12, 2008 2:27 am

אלכסנדר?
אדער ספינקער רבי שליט"א און יאר תשע"ט...
זיידי, ווער איז דאס דער רב העלעפאנט?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך נובעמבער 12, 2008 1:03 pm

זעליג האט געשריבן:אלכסנדר?
אדער ספינקער רבי שליט"א און יאר תשע"ט...

הרב זעליג,
איר פארמאגט א טיים מאשיו? :wink:
the SCY is the limit

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך נובעמבער 12, 2008 9:05 pm

יא זעליג עס איז אלכסנדר רבי

בד"וו ס'האט מיר געקאסט א שמייכל "ספינקא רבי ע"ט" אבער מי יודע אויב עס וועט נישט ווערן שנעלער ווייסער, וד"ל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט