רבי דוד משה מטשארטקוב זצ"ל - כ"א תשרי תרס"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי דוד משה מטשארטקוב זצ"ל - כ"א תשרי תרס"ד

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 26, 2008 12:17 pm

הה"צ ר' דוד משה מטשארטקוב בהה"צ ר' ישראל מרוזשין. - תרס"ד.

הרה"ק ר' ישראל מטשארקוב זצ”ל האט זיך אויסגעדרוקט אויף זיין טאטען הרה"ק ר' דוד משה מטשארקוב זצ”ל, ביים טאטען האט מען געזעהן אן אויסטערלישע התלהבות ביי צוויי פלעצער, ביי קידוש און ביי קר"ש, פון קידוש האט די וועלט געוואוסט און פון קר"ש נישט. איין שבת האט געוויילט אין טשארקוב דער צדיק הרה"ק בעל דברי שמואל מסלאנים זצ”ל, נאך קידוש האט ער זיך אנגערופן צו א איד דערנעבן. "נו וואס זאגט איר וויאזוי טשארקובער רב איז מעיד אויף בריאת שמים וארץ"?
לעצט פאראכטן דורך זיידעניו אום דאנארשטאג אוקטובער 02, 2008 12:55 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 26, 2008 12:17 pm

אין ספר דורש טוב וועט געברענגט אז מ'האט געשמועסט צוויישן די חסידים אז בשעת קידוש פון צדיק הרה"ק ר' דוד משה מטשארקוב זצ”ל קען מען ממש זען ווי די וויין אין בעכער קאכט און זידט. ווען הגאון ר' מאיר אריק זצ”ל איז געווען אין טשארקוב און האט בייגעוואוינט די קידוש, האט ער געזאגט "איך ווייס נישט צי די וויין קאכט, אבער דער רבי קאכט זיכער".

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 26, 2008 12:18 pm

אין ספר דברי דוד פון הרה"ק ר' דוד משה מטשארקאב זצ”ל ווערט געברענגט אז ר' ישראל שותק האט אמאל געפרעגט זיין טאטן הרה"ק מרוזשין זצ"ל, פארוואס ער דאווענט נאך זמן תפילה? האט ער געענפערט אז פארן חטא פון נחש איז נישט געווען א באשטימטער צייט ווען צו דאווענען, נאכן חטא זענען געקומען די אבות און א באשטימט א צייט פאר יעדע תפילה, שפעטער ווען מ'האט מקבל געווען די תורה זענען זיי ווידער צוריק געווארן למעלה מן הזמן, ווען מ'האט געזינדיגט ביים חטא העגל זענען זיי ווידער נפגם געווארען און די אנשי כנסת הגדולה האבן צוריק באשטימט א צייט, אבער די וואס האבן נישט געזינדיגט ביים חטא העגל זענען ווייטער למעלה מן הזמן....

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 26, 2008 12:18 pm

אן אייניקל פונעם בעש"ט ז"ל האט אמאל געברענגט פאר'ן צדיק הרה"ק ר' דוד משה מטשארטקוב ז"ל דעם ספר ילקוט שמעוני וואס זיין זיידע האט נאך געלערנט דערין. ווי דער צדיק האט עס געעפענט, האט ער באמערקט אז ס'איז דא דערין הארלעך פונעם בעש"ט וואס איז אריינגעפאלען ווען ער האט געלערנט, האט ער אויסגערופן: קדוש יהי' גדל פרע שער ראשו, און זיי געקושט, זאגענדיג אז דאס האט די זעלבע קדושה ווי א ספר תורה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 26, 2008 12:18 pm

אין די נאכט פון ר"ה (תרס"ד) האט זיך דער צדיק הרה"ק ר' דוד משה מטשארטקוב זצ"ל (דריי וואכן פאר זיין פטירה) אנגערופן די פאלגענדע דיבורים: רבוש"ע, מיר זענען פול מיט עבירות ל"ע, אבער דו ביסט דאך מלא רחמים, און אפילו אז אונזערע עוונות זענען גאר א סאך, ווי קומט דאס דען צו צו דיין אוצר פון רחמים, וואס איז אן א שיעור און אן א סוף? דעריבער סלח נא לעון העם הזה, "כגודל" חסדך, ווייל דו ביסט דאך אנגעפילט מיט חסד ורחמים...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 26, 2008 12:19 pm

הרה"ק מהר"י מפשעווארסק ז"ל האט דערציילט וואס ער האט געהערט פון הגה"ק נאראלער רב ז"ל, וואס ער האט דאס געהערט פון דער טשארקוב'ער רביצין'ס זון, (דער טשארטקובער רבי ר' דוד משה ז"ל האט געהאט א זיווג שני, די רביצין האט געהאט קינדער פון פריער, און ער האט דאס געהערט פון די רביצין'ס זון, דעם טשארטקובער'ס שטיף זון.) אז עס פלעגט זיין דער מנהג אין טשארקוב אז ס’איז געווען אין די פאסט א וויכטיגע זאך דורך צו שמועסען, פלעגט מען ארויף לייגען דעם וויכטיגען בריוו וואס איז געקומען אינמיטן די וואך אויפן טעצל מיט לעקעך צום קידוש פון בייטאג, פארן טשארקאוו'ער רבי'ן, געווענליך האט עס דער זון ר' ישראל פריער באקוקט, אויך די גבאים האבען עס באקוקט, און איבער געשמועסט וואס ס’איז געשטאנען, און דערנאך האבען זיי עס געלייגט אויפ'ן טאץ.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 26, 2008 12:20 pm

דעמאלט ווען די טשארקובער רביצין'ס זון איז בר מצוה געווארן, איז געקומען א בריוו פון א שטעטל וואס איז געווען אין גליל פון טשארקוב, מיט א בקשה אז זיי דארפן וויכטיג געלט אויף א דבר מצוה, אזוי ווי מ'האט ארויף געגעבען דעם טאץ מיט לעקעך האט מען ארויף געלייגט דעם בריוו אויך, די גבאים האבן איבער געזאגט וואס ס'שטייט אין בריוו, אז דאס שטעטל שרייבט אז זיי דארפן געלט פאר וויכטיגע דבר מצוה, ר' דוד משה האט זיך אנגערופען צום זון ר' ישראל אז ער זאל טוהן דערין, דאס מיינט אז אינדערוואכען זאל ער שאפן געלט וואס מ'דארף שיקן אין שטעטל.

ער האט זיך גארנישט אנגערופן, נאר די גבאים, [דארט אין סאדיגורא און אין טשורטקוב האט געהייסן א גבאי א מקורב, ביי אונז רופט מען דאס א גבאי און ביי זיי האט עס געהייסן א מקורב, ביי זיי זענען געווען די גבאים תלמידי חכמים חשובע אידן. איך האב געהערט פון יאשליסקער רב ז"ל א סברא פארוואס, ווייל אין צאנז און שינאווא איז דער רבי נישט געווען אזוי סגור ומסוגר, דאקעגן אין טשארקוב האט מען ווייניג געהאט מיטן רבי'ן, דער רבי איז געווען פארשלאסען, האט אויסגעפעלט אז דער גבאי זאל זיין עפעס א גבר בגוברין מיט וועמען זיך דורכצורעדן, דעריבער איז דער גבאי געווען א תלמיד חכם און א חשובער איד.] אז ס’איז נישט איצט דער זמן, ס’איז זייער א שווערע צייט, איז נישט קיין כבוד פארן יונגן רבי'ן ר' ישראל ער זאל גיין נאך געלט אין אזא צייט, אויך דער צווייטער גבאי האט זיך אויך אזוי אנגערופן, אז ס’איז נישט קיין פאסיגער זמן צי גיין נאך געלט.

דער צדיק ר' דוד משה דער טשורטקובער רבי ז"ל האט געזאגט, "איך האב נישט געוואלט דערציילען די מעשה נאר אזוי ווי דו ווילסט נישט גיין, מוז איך דיר דערציילען".

אין די צייטן ווען דער רמ"א איז געווען רב אין קראקא, [דער פאטער ר' איסר'ל איז געווען פרנס אין קראקא,] איז געווען דארט א טרעגער וואס האט געהייסן יענקל, זיין ארבעט איז באשטאנען פון דעם וואס ער פלעגט נעמען א זאק מעל פון הונדערט קילא אויף די פלייצעס און ארום טראגן פארקויפן, דער יענקל האט געהאט דריי נעמען, מ'האט אים גערופען. "יענקל טרעגער", "יענקל שיכור" און "יענקל שבת",

פארוואס האט מען אים גערופן יענקל שיכור? ווייל ער האט געהאט א מנהג אז פרייטיג ביז צוועלף אזייגער האט ער געארבעט, פרייטאג צוועלף אזייגער איז ער געגאנגען אין שענק אריין, און מיט א מטבע זיך געקויפט א גלעזל מעד, און געזינגן "שבת שבת".

איינמאל פרייטיג איז דער יענקל געגאנגען אריין אין שענק, אויפ'ן ערשטן שטאק האט געוואוינט א אידענע, זי איז געשטאנען ביים פענסטער, אזוי ווי זי האט געזען יענקל גיין, זי האט שוין געוויסט אז ער גייט אין שענק אריין, האט זי אויסגעשריגן "ער גייט שיכור'ן און איך האב נישט אויף שבת", ער האט דאס געהערט, איז ער געבליבן שטיין, ער האט געהאט א הארבע שאלה וואס צוטוהן, דער יצר טוב האט גובר געווען און ער האט די יודענע געגעבען דאס געלט אויף שבת, אזוי ווי ער איז אוועק געגאנגען פון די יודענע איז ער געגאנגען אהיים, ער האט דאך שוין נישט געהאט קיין געלט צו גיין איו שענק אריין, און ער איז ל"ע נפטר געווארן.

דארט וואו דער רמ"א האט געוואוינט, האט דער רמ"א געהאט אין זיין שול לומדים וואס האבן געלערנט ביינאכט, און ער האט זיי אויס געהאלטן, [דעם רמ"א'ס פאטער ר' איסר'ל איז געווען אן עושר,] מוצאי שבת איז דער רמ"א אריינגעקומען פון זיין שטוב אין בית המדרש, וואו די לומדים די יושבים האבען געלערנט, און האט געפרעגט די לומדים, צי זיי ווייסן נישט עפעס פון דעם יענקל טרעגער, צי ער לעבט צי ער איז געשטארבען? רופט זיך אן א יונגל פון די וואס האבען אויך דארט געלערנט, אז ער איז געשטארבען, ווייל זיין מוטער האט פרייטיג געזוכט א טרעגער און ער איז שוין נישט געווען צווישן די לעבעדיגע.

דער רמ"א האט זיי דערציילט פארוואס ער פרעגט אויף דעם יענקל, ווייל ער האט געזען ווי יענקל איז געקומען אויפ'ן עולם העליון האט מען אים גע'פסק'ענט גן עדן, ווען ער קען לערנען וואלט ער געווען אין בית דין, נאר אזוי ווי ער קען דאך נישט לערנען, איז ער געווארען שמש ביים בית דין של מעלה.

דער רמ"א האט ערקלערט פאר זיינע תלמידים פארוואס ער האט באקומען אזא גרויסע פאזיציע, ווייל די יודענע וואס ער האט איר אוועק געגעבען דאס געלט אויף שבת, איז געווען א גילגול פון אסתר המלכה. ווען אסתר המלכה איז ארויף געקומען אויף יענעם עולם, איז געווען א קיטרוג אויף איר, אז זי האט נאר געהאלטן די תורה ווייל זי איז שטענדיג געווען רייך, דעריבער איז זי נאכעמאל אראפגעקומען אויף די וועלט כדי צו האלטן די תורה טראץ איר גרויס ארימקייט, און אזוי ווי זי איז געווען א גרויסע נשמה האט ער דאך מחיה געווען אסתר המלכה, ווען ער האט איר געגעבן אויף שבת, דעריבער איז ער געווארן שמש ביים בית דין של מעלה.

דארטן אין גן עדן, - דערציילט מיר יעקל - האט מען געשמועסט, אזוי ווי די אידענע איז דאך בייגעשטאנען דעם נסיון העוני, אז דער רב פון קראקא דער רמ"א איז אויך נאר א צדיק מתוך עושר, האבן זיי אים געשיקט וואס ער איז שמש ביים בית דין של מעלה, מיט א שליחות צום רמ"א, ער זאל זאגען דעם רמ"א אז זיי ווילן אים פרובירען מיט'ן נסיון העוני, ער זאל זיך געזעגענען פון די וועלט, און געבוירען ווערען ביי א ארעמאן און מ'וועט זיך איבערצייגן צי ער וועט אויסהאלטען דעם נסיון העוני.

יענקל שיכור האט זיך אנגענומען פאר'ן רמ"א אז ער זאל נאך לעבען, מיט די טענה אז דער רמ"א גייט נאך געלט, האט דער בית דין געזאגט, אז ער גייט נאר נאך געלט צו די נגידים, וואו מ'גיט בסבר פנים יפות, אבער צו די ארעמע געסלעך צו די ארעמעלייט גייט ער נישט נאך געלט, דאס אלעס האט דער יענקל דערציילט פאר'ן רמ"א.

אזוי ווי דער רמ"א האט נאך נישט געוואוסט אז יענקל איז שוין געשטארבן, האט דער רמ"א אים געזאגט, "יענקל, ביסט נאך שיכור פון פרייטיג", ווייל פרייטיג פלעגט ער טרינקען, און דאס איז געווען מוצאי שבת, און ער זאגט אים אז ער קומט פון בית דין של מעלה, האט דער רמ"א געמיינט אז ער רעדט שיכור'ערהייט, האט ער זיך אנגעבייזערט אויף אים, איז ער אוועק געגאנגען, נאכדעם האט זיך דער רמ"א בארעכענט, אז אזוי ווי דער טויער איז פארשלאסען, ווי אזוי האט ער געקענט אריין קומען, איז ער געגאנגען אין בית המדרש פרעגן צי ער לעבט צי נישט.

ווי דאס יונגל האט אים געזאגט אז ער איז טאקע געשטארבען, האט דער רמ"א גע'פועל'ט אז דער יענקל שיכור זאל קומען נאכאמאל, ווען ער איז געקומען נאכאמאל, האט ער געזאגט פאר יענקל, גיי זאג דארטן אין בית דין של מעלה, אז איך וועל שוין גיין נעמען געלט ביי די ארעמעלייט אויך, אפילו ס'קומט אן שווער, ווייל די ארעמעלייט ווילן נישט אזוי געבען, צומארגענס איז דער רמ"א געגאנגען נאך געלט אין די ארעמע געסלעך, און ער האט זיך מיט זיי געדינגן, די ארעמעלייט האבען נישט געוואלט געבען וואס דער רמ"א האט פארלאנגט, און זיי האבען זיך געקריגט מיטן רמ"א. דאס האט דער טשורקובער רבי דערציילט זיין זון, אויספירנדיג אז פון דער מעשה זעט מען אז אפילו ווען ס'איז נישט אזא גוטע צייט, דארף מען גיין נאך געלט.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 26, 2008 12:20 pm

אין ספר אבן ישראל ווערט דערציילט, מ'האט אמאל מכבד געווען הרה"ק ר' דוד משה מטשארקאוו זצ"ל ער זאל אריינטראגן א נייע ספר תורה אין בית המדרש, דערביי האט אים זיין גבאי באמערקט אז דאס איז א שווער ספר, דער צדיק האט געענפערט מיט א שמייכל, "דער ספר תורה איז נאר שווער פאר מ'האלט איר, ווען מ'האלט שוין די ספר תורה זעט מען איין אז דאס איז גארנישט אזוי שווער"...

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג יוני 24, 2008 5:12 pm

איך האב לעצטענס געהערט אז עס איז דא א טשארטקאווער אייניקעל וועמען די אלטער טשארטקאווער חסידים ווילן אז ער זאל איבער נעמען די רבי'סטיווע.

ווי אזוי איז ער אן אייניקל? איינער ווייסט?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג יוני 24, 2008 5:15 pm

ר' ישראל רב ביהמ"ד ומח"ס ב'מאנטשעסטער בן ר' דוד משה (כ"ז שבט תשמ"ח) מ'לאנדאן בן הרה"ק ר' דוב בער בן הרה"ק ר' ישראל
לעצט פאראכטן דורך ביקסאד אום דינסטאג יוני 24, 2008 5:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג יוני 24, 2008 5:18 pm

ביקסאד האט געשריבן:בני ר' דוד משה מ'לאנדאן


ביטע גיב די גאנצע יחוס ביז די לעצטע טשארקאווער רבי.

שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

תגובהדורך שמואל'יק'יל » פרייטאג יולי 04, 2008 12:11 pm

צורת קודשו פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' דוד משה פרידמן פון טשארטקוב זיע"א - דער הערשטער טשארטקוב'ער רבי.
צוגעלייגטע
__789.jpg
__789.jpg (62.87 KiB) געזעהן 3848 מאל

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » פרייטאג יולי 04, 2008 12:21 pm

א בילד פונעם הייליגען טשארטקאווער
וואס איז ערשינען אויף א פאסט מארקע לכבודו
צוגעלייגטע
.jpg
.jpg (20.8 KiB) געזעהן 3833 מאל

שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

תגובהדורך שמואל'יק'יל » פרייטאג יולי 04, 2008 12:48 pm

צורת קודשו פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' ישראל פרידמן פון טשארטקוב זיע"א - דער צוויטער טשארטקוב'ער רבי.
צוגעלייגטע
ICA5J9M0JCAW3DJ4XCAYK6O3KCAYJPFK1CA8CKGK9CANTVL50CAL4NLISCA58IE5TCATOLVDACA71INDRCAN94VK2CAQVVE5KCAVGLSGQCAN1PW8OCA5FLH1JCAJ3EKWFCAD8I1LJCAKUI2ZCCAGDWWI5CAZSS7C5.jpg
ICA5J9M0JCAW3DJ4XCAYK6O3KCAYJPFK1CA8CKGK9CANTVL50CAL4NLISCA58IE5TCATOLVDACA71INDRCAN94VK2CAQVVE5KCAVGLSGQCAN1PW8OCA5FLH1JCAJ3EKWFCAD8I1LJCAKUI2ZCCAGDWWI5CAZSS7C5.jpg (2.44 KiB) געזעהן 4662 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 28, 2008 6:30 pm

דער ציון אויפן קבר פון ר' דוד משה מטשארטקוב אויפן ביה"ח אין טשארטקוב.
(גענומען פון דא)
צוגעלייגטע
untitled.jpg.jpg
untitled.jpg.jpg (6.11 KiB) געזעהן 4526 מאל

שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

תגובהדורך שמואל'יק'יל » מאנטאג יולי 28, 2008 6:41 pm

נאך א בילד פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' דוד משה פרידמן פון טשארטקוב זיע"א
צוגעלייגטע
''מ.gif
''מ.gif (16.35 KiB) געזעהן 4523 מאל

שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

תגובהדורך שמואל'יק'יל » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 10:50 pm

און דער קומענדיגער וואך איז דא 2 יו"ד פון 2 ברודערס פון טשארטקוב.


א) כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' דוב בער פרידמן פון טשארטקוב זיע"א - כ"ד אלול תרצ"ו.

ב) כ"ק הרה"ק ר' חיים אהרן פרידמן פון טשארטקוב זיע"א - כ"ו אלול תרפ"ו.

שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

תגובהדורך שמואל'יק'יל » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 4:31 am

לכבוד די יו"ד פון האנט
גענומען פון גליון "תפארת ישראל" טשארטקוב און אנטווערפן
צוגעלייגטע
Doc3.doc
(142 KiB) דאונלאודעד 185 מאל

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 6:20 am

ר' אריה בקנרוט איז ארויס געקומן מיט א פרישע ספר פון סיפורים ועובדות דאס מאל פון הרה"ק ר' דוד משה מיט דעם נאמען "הנאדר בקדושים".
לעצט פאראכטן דורך ביקסאד אום פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 3:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ועמך כולם צדיקים

שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

תגובהדורך שמואל'יק'יל » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 9:11 am

נאדר בקדושים

שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

תגובהדורך שמואל'יק'יל » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:07 pm

לכבוד די יו"ד פון האנט
גענומען פון גליון "תפארת ישראל" טשארטקוב און אנטווערפן
צוגעלייגטע
Doc4.doc
(32 KiB) דאונלאודעד 145 מאל

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 8:19 pm

בילד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג אוקטובער 16, 2008 6:25 pm

עס קומט באלד די הילולא 'הושענא רבא'
וסימנך אז הלכות הושענא רבה איז אין סימן תרס"ד
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג אוקטובער 17, 2008 11:09 am

א פחד איז געוועהן די פטירה זעלבסט!!!!

הושענא רבה צופרי (אושפיזא דדוד) האט ער געזאגט פסוקי דזמרא, נאך אז ישיר געזאגט נשמת,
ביי די ווערטער כאמור ל"דוד" ברכו נפשי את ד', יצאתה נשמתו בטהרה,

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג אוקטובער 19, 2008 6:36 pm

היינט נאכט איז דער יארצייט פון הקוה"ט רבי דוד משה זצוק"ל

ער געווען באוויסט צו זיין "דער רבי פון די רבי'ס"! אן א שיעור רבי'ס און מנהיגים פון פארשידענע קרייזן זענען געקומען צו פאהרן צו איהם. עס איז אפילו באקאנט אז הגה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זצ"ל איז געפארן אמאל קיין טשארטקוב אן רשות פון זיין טאטן הגה"ק בעל דרכי תשובה זצ"ל. די סיבה פארן נישט פרעגן רשות איז געווען ווייל דער דרכי תשובה (ווי אויך דער מנחת אלעזר) איז געווען א פלאם פייערדיגער שינאווער (צאנז) חסיד, און צוליב די התנגדות האט ער נישט געוואלט פאר קיינעם דערציילן. דער זעלבע האט אויך געטוהן דער כנסת יחזקאל פון דעעש זצ"ל און דער עצי חיים זצ"ל.
זיי האבן אלע מפליג געווען בשבחו פונעם הייליגען טשארטקובער זצ"ל.

אזוי אויך איז באקאנט אז הגה"ק בעל דברי שמואל מסלאנים זצ"ל איז געווען פון די גאר שטארקע טשארטקובער חסידים, און אפט געפארן להסתופף בצל קדשו.
צוגעלייגטע
13.jpg
לחיים ולברכה!


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], מענטשאלע און 15 געסט