רבי אברהם יהושע העשיל מקראקא - חנוכת התורה - כ' תשרי תכ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי אברהם יהושע העשיל מקראקא - חנוכת התורה - כ' תשרי תכ"ד

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 26, 2008 12:13 pm

הה"צ ר' אברהם יושע העשיל ב"ר יעקב מקראקא, רבי ר' העשיל מקראקא חנוכת התורה- תכ"ד
ווען דער גאון רבי ר' העשיל זצ"ל איז געווארן רב אין די גרויסע שטאט קראקא, האט מען גערופן זיין פרוי די "רביצין", האט ער זיך אמאל אנגערופן צו זיין פרוי בדרך הלצה און געפרעגט, "איך האב געדארפט לערנען צו ווערן א רב, אבער וואס האסטו געדארפט טוען צו ווערן א רביצין"? האט זי געענטפערט מיט חכמה, ביי אברהם אבינו שטייט לא יקרא עוד שמך אברם, נאר והי' שמך אברהם, דאקעגן ביי שרה שטייט דאס לשון לא תקרא את שמה שרי 'כי שרה שמה',און נישט והיה שמה שרה, ווייל איר נאמען איז סיי ווי געווען שרה, ווייל אז מ'האט א מאן ווי אברהם, דאס אליין איז שוין גענוג אז מ'זאל הייסן שרה. אז מ'האט אזא מאן, איז מען שוין ווערט צו הייסן א רביצין.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 26, 2008 12:14 pm

ווען דער גאון וצדיק הרה"ק רבי ר' העשיל פון קראקא זצ"ל איז אינגאנצן אלט געווען 10 יאר האט מען אים שוין אנגעטראגן שידוכים. עס האט נישט געמאנגעלט אזעלכע וואס האבן געוואלט אריינבאקומען אזא געלונגענעם איידעם אין שטוב, וואס טראץ זיין יונגען עלטער, האט מען שוין אנגעזען אז ער וועט נאך באלייכטן די וועלט. ביי איינע פון די אנטראגעס זענען עטליכע אידן אים געקומען באקוקן, צווישן זיי איז געווען דער צוקונפטיגער אבי הכלה. איינער פון די אנוועזענדע - וועלנדיג פלרובירן זיין חכמה - האט אים געפרעגט, "העשיל'ע, לאמיר זען צי דו ווייסט ווער איז דער אבי הכלה? און דער קליינער העשיל'ע האט ריכטיג אנגעוויזן צו אלעמענ'ס וואונדער. פון וואו האסטו געוואוסט? האט איינער געפרעגט.

מיר זעען ביי רבקה, האט דער קליינער ערקלערט, אז זי האט געזען פונדערווייטנס קומען יצחק איז זי פון שרעק אראפלגעפאלן פון קעמל, פון וואו האט זי געוואוסט אז דאס איז יצחק? נאר זי האט געשפלירט אז דער וועט נאך זיין איר מאן. דאס זעלבע ביי א שווער שפלירט מען אויך אז דער וועט נאך זיין מיין שווער...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 26, 2008 12:14 pm

הרה"ק ר"ר העשיל מקראקא זצ"ל האט זיך געפירט, ווען ער האט פלרובירט א פעדער, האט ער ערשט געשריבן עמלק אדער המן און דאס אויסגעמעקט, מקיים צו זיין די מצוה פון מחיית עמלק, (ענליך ווערט געברענגט אין ספר קב הישר.)

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6613
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג פאברואר 26, 2008 12:27 pm

רבי ר' העשל מקראקע זצ"ל

די מצבה זעהט אויס וויא די אריגינעלער (וויא כמעט רוב מצבות און דעם אלטען בית החיים) און זיין נאמען שטייט נאר 'העשל'
צוגעלייגטע
KheshelMkrakow.JPG
KheshelMkrakow.JPG (115.77 KiB) געזעהן 2289 מאל
the SCY is the limit

איטשע
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג מארטש 16, 2010 9:29 am

ער האט אבער זיך גע'חתמ'ט העשיל מיט א יו"ד...

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » דינסטאג מארטש 16, 2010 9:38 am

עס איז דא א מעשה מיט אים פארוואס עס איז נישט געדרוקט געווארן זיינע חידושים. עפעס מיט זיין רבי דער ש"ך זצ"ל.

כגעדענק נישט פונקטליך. צו געדענקט עס איינער?

אגב און די טור מכון ירושלים אין די בעק פון חושן משפט איז עפעס יא דא פון אים וצ"ע
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

איטשע
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג מארטש 16, 2010 9:43 am

דער ש"ך איז געווען זיין תלמיד.. אויך דער טורי זהב איז געווען זיין תלמיד...

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » דינסטאג מארטש 16, 2010 2:40 pm

איטשע האט געשריבן:דער ש"ך איז געווען זיין תלמיד.. אויך דער טורי זהב איז געווען זיין תלמיד...


נא איך שרייב דאך אז געדענק נישט פונקטליך!
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

איטשע
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך מארטש 17, 2010 12:08 pm

קיינער קאמפלעינט...

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

לרגל היאצייט של הרבי ר' העשיל זי"ע שחל הלילה:

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » דינסטאג סעפטעמבער 28, 2010 1:48 am

" אבן מאסו הבונים" וכו'. י"ל ע"פ מגילה ט"ו " ד' נשים יפות היו בעולם" וכו', והקשו בתוס': אמאי לא חשיב חוה ,הא כל העולם היו בפניה כקוף בפני אדם?
ותי', דאינו חושב אלא יפיפיות שנולדו ע"י בו"ד, משא"כ חוה שהיתה מעשה ה' וכו'.א"כ י"ל דזהו הפי' : " אבן", ר"ל היינו חוה שהיתה האבן והיסוד של העולם , " מאסו הבונים", ר"ל הת"ח שמכונים בשם בונים, מאסוה ולא חשבוה בין הנשים היפיפיות.וקשה: הא היתה לראש פינה , דכולם היו כנגדה כקוף וכו'? וע"ז מתרץ: " מאת ה' היתה זאת", היינו כיון שהיא היתה מעשה ה' כנ"ל , היא נפלאת בעינינו? בתמיה. זיע"א . [ חנוכה"ת ליקוטים תהילים].
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

איטשע
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג אוקטובער 03, 2010 9:11 am

מאמר ויתילדו 91, בירור מקיף וחדש אודות יחוסו
צוגעלייגטע
91.pdf
(222.68 KiB) דאונלאודעד 133 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 9:52 pm

איטשע האט געשריבן:ער האט אבער זיך גע'חתמ'ט העשיל מיט א יו"ד...

אויף די ארגינעלע מצבה שטייט 'העשיל' מיט א יו"ד
צוגעלייגטע
4673.jpg

מינצקער
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 3:47 pm

תגובהדורך מינצקער » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 10:55 pm

פה כתוב נפטר יום א ד' תשרי שנת? תכד
ואילו בתמונה דלעיל כתוב כ' תשרי

איטשע
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג נובעמבער 04, 2014 7:01 am

יום ד׳ איז יענע יאהר געווען מיטוואך
יום כ׳ איז געפאלן אויף א זונטאג, און אזוי שטייט אויך אינעם קראקאווער פנקס, הגרון מהרא"ב קלוגר, ברענגט עס צו אינעם ס׳ שם הגדולים החדש (וואלדען) מערכת ל' אות ס"ב: נשמת אלוף התורה אביר הרועים רבן של חכמי דורו הגאון הגדול מו"ה אברהם יהושע העשיל בן הגאון מו"ה יעקב נתבקש בישיבה של מעלה יום א' ך' תשרי תכ"ד לפ"ק.
עס איז אויפן מצבה גאנץ זעכער געווען אויסגעקריצט א ך׳ - ענדע כ׳

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2623
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דינסטאג נובעמבער 04, 2014 8:27 am

די צווייטע מצבה איז זיכער נישט די אריגינעלע, אינטען איז דא נאך שורות ווי סאיז געשטאנען נתחדשה בשנת תקנ"ג ע"י נכדי הגאון האמיתי הר"ר העשיל, די שאלה איז נאר אויף די אנדערע בילד אויב דאס איז אריגינעל.


די חיד"א אין שם הגדולים ברענגט אז מען האט געוויזן דעם ר"ר העשל אין חלום אז ה'נני ע'ומד ש'ם ל'פניך, ר"ת העשל, על הצור בגי' קראקא.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג נובעמבער 04, 2014 8:59 am

תורה לא בשמים הוא!

מינצקער
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 3:47 pm

תגובהדורך מינצקער » דינסטאג נובעמבער 04, 2014 9:51 am

התמונה הראשונה נלקח לפני כמה שנים א"כ לא מסתבר שהיום יש המצבה המקורי אם כבר נתחדש לפני מתאיים שנה

איטשע
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג נובעמבער 04, 2014 10:28 am

מען קען זעהן אויף די אינטערשטע האלב פון די מצבה, אז עס איז א באנייטע מצבה, עפעס שטייט דארט געשריבען, און מען האלט שוין נאך תנצב״ה, וואס איז אלעמאל דער סוף פון דער נוסח.

אוועטאר
יציב פתגם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג אפריל 04, 2016 6:19 pm

שלט חדשה על מצבת הגה"ק הרבי ר' העשיל מקראקא זי"ע

IMG_2039.JPG

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 9:59 am

איז באקאנט - מקורות'דיג - די קינדער פון רבי העשיל ובניהם אחריהם?
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

איטשע
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:40 am

גריסע פאלאנטער דארטן

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

רבי נפתלי הירש אבד"ק לובלין

תגובהדורך משיח » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 6:12 am

רבי נפתלי הירש חתן ר"ר העשיל זצ"ל - "ר' הירש ר' העשיל'ס"
אבד"ק בלובלין,

אין קורות היהודים בלובלין ברענגט ער זיין צוואה און די נוסח המציבה כדלהלן:
פה נגנז הרב ר' נפתלי הירש חתן הרב
הגולה מוה' יהושע העשיל בן הרב הגולה מוה'
יעקב אב"ד ור"מ דק"ק לובלין היום יום ט"ו אלול תמ"ב

איז דא קראנטע אינפערמאציע איבער זיין אפשטאם?
ר' יוסף לעווינשטיין איז אים מקשר על פי השערה צו משפחת היילפרין, און אלס אן אייניקל פון רבי ליפמאן חתן המהר"ם מלובלין זצ"ל,
תמצאהו בקורות היהודים בלובלין במכתב שלו בשולי הספר, ובקונטרס תפארת צבי (בספר עטרת צבי) במכתב ממנו, ובהגרן ח"א במאמר שלו,
די יסודות פון די השערה זענען שוין אפגעפרעגט בשעתו.
מיין שאלה איז אויב מווייסט טאקע יא עפעס וועגן זיין אפשטאם,

דאס וואס ס'שטייט אין קורות לובלין אז זיין טאטע האט געהייסן ר' בנימין וואלף, איז ריכטיג?

אין זיין צואה שרייבט ער איבער זיין זוהן ר' יעקב שנטבע בים ר"ל, און ער האט איבערגעלאזט א טאכטער חי' לעב,

האט ער געהאט נאך קינדער?
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

איטשע
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 3:32 pm

ר׳ נפתלי הירש׳ס פאטער, ר׳ וואלף איז געווען א ברודער פון ר׳ יעקב דער פאטער פון דער רבי ר׳ העשיל.
וואס הרב לעווינשטיין שרייבט, איז כמובן נישט ריכטיק.
ךפי זה איז דער רבי ר׳ העשיל געווען א שני בשני מיט זייין איידעם.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 3:32 pm

איטשע האט געשריבן:ר׳ נפתלי הירש׳ס פאטער, ר׳ וואלף איז געווען א ברודער פון ר׳ יעקב דער פאטער פון דער רבי ר׳ העשיל.
וואס הרב לעווינשטיין שרייבט, איז כמובן נישט ריכטיק.
דער רבי ר׳ העשיל איז געווען א שני בשני מיט זייין איידעם.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 3:41 pm

איטשע האט געשריבן:ר׳ נפתלי הירש׳ס פאטער, ר׳ וואלף איז געווען א ברודער פון ר׳ יעקב דער פאטער פון דער רבי ר׳ העשיל.

יישר כוח הרב איטשע,
וואס איז די מקור דערויף?
און ווייסט מען ווי ר' וואלף איז געווען אן איידעם?
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט