רבינו ישראל אור שבעת הימים הבעל שם טוב הקדוש זי"ע - שבועות תק"כ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א טיילווייזע רשימה פון די תלמידי הבעש"ט


א. בנו הה"ק ר' צבי
ב. חתנו הה"ק ר' יחיאל
ג. גיסו הה"ק ר' גרשון קיטבער
ד. גיסו הה"ק ר' אהרן קיטבער
ה. גיסו הה"ק ר' יעקב
ו. חתן חורגו הה"ק ר' יוסף אשכנזי
ז. נכדו הה"ק ר' משה חיים אפרים מסדילקאב (דגל מחנה אפרים)
ח. נכדו הה"ק ר"ר ברוך ממעזיבוז
ט. הה"ק ר' דוב בער ממעזריטש (המגיד)
י. הה"ק ר' יעקב יוסף מפולנאה (תולדות יעקב יוסף)
יא. הה"ק ר' פינחס מקארעץ
יב. הה"ק ר' יצחק מדראהביטש
יג. הה"ק ר' יחיאל מיכל מזלאטשוב
יד. הה"ק ר' וואלף קיצעס
טו. הה"ק ר' דוד לייקיס
טז. הה"ק ר' דוד פירקוס
יז. הה"ק ר' דוד ממיקאלייעב
יח. הה"ק ר' דוד (השני) ממיקאלייעב
יט. הה"ק ר' דוד מקולמייא
כ. הה"ק ר' נחמן מקאסוב
כא. הה"ק ר' נחמן הורדנקא
כב. הה"ק ר' יהודא ליב פיסטנער
כג. הה"ק ר' יהודא לייב מפולנאה (המוכיח)
כד. הה"ק ר' מנחם מענדל מבאר
כה. הה"ק ר' מנחם מענדל מפראמישלאן
כו. הה"ק ר' מאיר (הגדול) מפראמישלאן
כז. הה"ק ר' משה מדאלין (דברי משה)
כח. הה"ק ר' משה מקיטעב
כט. הה"ק ר' משה קעדס
ל. הה"ק ר' יחיאל מיכל מהודאדני
לא. הה"ק ר' קהת מווערש
לב. הה"ק ר' שמעריל מווערהיווקא
לג. הה"ק ר' יוסף מדראהביטש
לד. הה"ק ר' ליפא מחמעלניק
לה. הה"ק ר' אברהם דוב מחמעלניק
לו. הה"ק ר' נחום מטשערנאביל (מאור עינים)
לז. הה"ק ר' מאיר מרגליות מאוסטאראה (מאיר נתיבים)
לח. הה"ק ר' יצחק דוב מיזאלוויטץ
לט. הה"ק ר' יעקב יוסף מאוסטראה (רב ייבי)
מ. הה"ק ר' יעקב קאפעל מקולמייא
מא. הה"ק ר' אפרים סופר
מב. הה"ק ר' צבי הירש סופר
מג. הה"ק ר' סענדר סופר
מד. הה"ק ר' יוסף יואל מסטעפין
מה. הה"ק ר' אברהם אבא (אבי ר"פ מקארעץ)
מו. הה"ק ר' אברהם מפאדאלסק
מז. הה"ק ר' אברהם אבא מדוביסאר
מח. הה"ק ר' אברהם אבא מקרבוש ושדה לבן
מט. הה"ק ר' חיים קראסנער
נ. הה"ק ר' מאיר מקאנסטיטין
נא. הה"ק ר' דוד הלפרין מאוסטראה וזסלב
נב. הה"ק ר' דוב בער מזסלב
נג. הה"ק ר' ישראל מסאטינוב (תפארת ישראל)
נד. הה"ק ר' יוסף מקאמינקא
נה. הה"ק ר' ברוך מקאמינקא
נו. הה"ק ר' שמואל מקאמינקא
נז. הה"ק ר' צבי הירש מקאמינקא
נח. הה"ק ר' דוד מקאמינקא
נט. הה"ק ר' מאיר מקאמינקא
ס. הה"ק ר' יצחק ממעזריטש
סא. הה"ק ר' ליב קעסלער
סב. הה"ק ר' יונה מקאמינקא
סג. הה"ק ר' אהרן ממעזיבוז
סד. הה"ק ר' יוסף משה ממעזיבוז
סה. הה"ק ר' יעקב ממעזיבוז
סו. הה"ק ר' יעקב מסמילא
סז. הה"ק ר' יעקב מהאניפולע
סח. הה"ק ר' לייבוש ממעזריטש
סט. הה"ק ר' אהרן מקליוואן
ע. הה"ק ר' ליב "ממארי דחושבנא
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ענינים מהבעש"ט הק' זי"ע,
לשון קדשו פון ר' יענקעלע פשעוואסקער
- ל"ה -
דער יארצייט פין בעש"ט איז דא א קלער צי יו"ט ראשון צי יו"ט שני, פין בעש"ט איז דאך דא אסאך מעשיות, עמער פארציילען א קליינע מעשה פין בעש"ט'ס א חבר, איך האב עס געהערט פין וויעליטשקער רב, פין די עלטסטע שיניווער אייניקלעך, מהאט מודיע געווען דעם בעש"ט (פין הימל) אויף א יוד, אין די און די שטאט, א סוחר צי א שענקער, אז דער יוד וועט זיין, זיין חבר אין ג"ע, איז דער בעש"ט אהין געפארען ער האט געוואלט קענען לערנען דעם חבר, ער האט עם נאך געקיקט, א שטיקל צייט א פאר טאג, און ער האט נישט געזען ביי עם קיין גרויסע זאכען, אזוי ווי א סוחר וואס שטייט אין געשעפט,
ווען ער האט זיך געזעגענט פאר'ן אוועק פארן, האט דער סוחר געזאגט צים בעש"ט "איך ווייס גארנישט ווי מהאט צייט פין זעך ארויס צי קיקען און אין יענעם אריין צי קיקען", אז ער איז געווען דעם בעש"ט'ס חבר האט ער דאך דערקענט אין עם וואס ער זיכט און זיכט, האט ער דעמאלטס הערשט געזען דאס גרויסקייט פין חבר, אז מהאט נישט קיין צייט, דאס גאנצע לעבען דארף מען זיכען זעך, נישט קיקען אויפן צווייטען.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לשון קדשו פון ר' יענקעלע פשעוואסקער
- ל"ז -
דער רבי ר' אייזיקל קאמארנער ברענגט א אינטרעסאנטע זאך, [ספארשטייט זיך אז סאיז פארהאנען מדריגות, ביי א צדיק איז אפשר אזוי, און ביי א פראסטן מענטש איז אפשר אנדערש,] וואס ער האט עס געהערט פון זיין שווער פון פינטשובער רב, פון דעם בעש"ט'ס תלמידים איז געווען וואס איין תלמיד איז געווארן זייער שוואך און סאיז געגאנגען אלץ ערגער, דער בעש"ט האט דאס געזען, האט ער געארבעט אין די עולמות עליונים אז דער תלמיד זאל בלייבן לעבן, מדארף דאך אבער וויסען פון וואס איז דאס געווארן, וואס ער איז נישט געזינט געווארן, איז דער בעש"ט געוואויר געווארן אין די עולמות עליונים, אז ער איז נישט געזינט געווארן וועגען דעם וואס דער תלמיד האט געטיילט טאביק ביים דאווענען, ביי פסד"ז צי ביי שחרית, [פארצייטענס פלעגט מען שמעקן טאביק, היינט איז דא יחידים וואס זיי שמעקן טאביק,]
פלעגט ער גיין מיט א פישקע טאביק, ער האט געוואלט מזכה זיין ווער סוויל שמעקן טאביק, איז א אנדערער תלמיד געווען ברוגז אויף עם, ווייל ער האט געהאלטן אז סאיז א קלות אינמיטן דאווענען צי טיילן טאביק, [איך געדענק נישט צי ער האט עם בפירוש געזאגט, ביים לובלינער ווייס איך האט ער עם געזאגט, ביים רעבין פון לובלין איז געגאנגען א חסיד מיט טאביק און א אנדערער חסיד האט זיך אויף עם געבייזערט, אינמיטן דאווענען גייט ער מיט טאביק, האט דער רבי פון לובלין געזען, צי ער האט געהערט, אז איין חסיד האט זיך געבייזערט אויפן צווייטן וואס ער טיילט טאביק אינמיטן דאווענען, האט דער רבי פון לובלין געזאגט, סאיז בדרך צחות אבער סאיז א מוסר השכל אויכעט, סאיז צי פארשטיין, אמאל איז פארהאנען אז מטיט ביי א רעבין א עבירה און סדארף אזוי זיין, סקומט אזוי אויס, [ר' יוזעף נאנאשער (די בריזעל'ס זענען אייניקלעך בא"ב, ער איז געווען א למדן א ת"ח) האט געהאט חברים מתנגדים, האט מען עם געפרעגט ווי אזוי קען ער פארן צי א רעבין, סאיז דאך דא אסאך עבירות, מדאווענט אביסל שפעטער, מוואשט זיך נישט במקום סעודה, געווענלעך האט מען זיך געמיזט וואשן אין הויף צי ווי אזוי, נאך און נאך, האט ער געזאגט, יא, ביים רעבין טיט מען עבירות, נאר די עבירות ביים רעבין זענען מכפר אויף די מצוות וואס מטיט אינדערהיים],
האט עם דער רבי פין לובלין געפרעגט, וואס בייזערסט דו דיך, שמעון הצדיק זאגט אין פרק, אז די וועלט שטייט אויף דריי זאכן, על התורה על העבודה ועל גמילת חסדים, דער מקטרג וויל דאך חרוב מאכן די וועלט, פרעגט דער מקטרג דער שטן, סאיז דאך נישטא היינט די דריי עמודים, זאל די וועלט אינטער גיין, דער מלאך מיכאל איז דער יודישער שר אין הימל, און ער וויל פאר ענטפערן אז סאיז דא די דריי זאכן, תורה, דער עולם איז דאך פאריאגט אין די ביזנעס, איז דאך דא דער רב דער דיין צי דער רבי, מצאלט עם געהאלט און ער לערנט תורה, ער לערנט בשם כל ישראל, איז דאס דער עמוד התורה, און עבודה, מרעדט דאך ביים דאווענען, איז דאך דא דער בעל תפילה, ער איז אויס געדרייט פון עולם און שטייט ביים עמוד, ער רעדט דאך שוין נישט ביים דאווענען איז דער עמוד העבודה שטייט אויפן ש"ץ, און גמילת חסדים, מוויל נישט בארגן קיין געלט איינער דעם אנדערען, (סאיז נאך נישט געווען דער גמ"ח דא), איינער גיט דעם אנדערען א שמעק טאביק דאס איז גמילת חסדים, שרייט דער מקטרג, דעם שמעק טאביק ווילסטו רעכענען פאר גמילת חסדים, זאגט עם דער מלאך מיכאל, די תורה פון רב האסטו פארשטאנען, די עבודה פון חזן האסטו פארשטאנען, זייערס איז נישט ווערט געווען קיין שמעק טאביק, אז דו האסט פארשטאנען אויף די ערשטע צוויי, זאלסטו אויף דעם גמילת חסדים אוודאי פארשטיין, דאס פארציילט מען נאך פון רעבין פון לובלין,]
איז נגזר געווארן אויף דעם תלמיד וואס האט געטיילט טאביק ער זאל חלילה גיין פון די וועלט, האט דער בעש"ט געפועלט און געארבעט אז דער תלמיד זאל ניצל ווערן און בלייבן לעבן, האט ער אבער נאר געקענט אויס פירן אויף דעם אופן, אז דער תלמיד וואס איז געווען בייז אויפן טיילן, זאל אליין מלמד זכות זיין אויף דעם תלמיד וואס האט געטיילט טאביק, דער בעש"ט האט דאך געקענט אין יענעמס מחשבה אריין לייגן אויכעט, איז געקומען אויף די מחשבה פון דעם תלמיד וואס איז געווען ברוגז, וואס איז די מעשה מיט דעם טאביק, סאיז דאך א נייע זאך, [רייכערן איז דאך אויך א נייע זאך, בראנפן איז א נייע זאך, סאיז נישט געווען אין די פריערדיגע צייטן, מרייכערט דאך אן א ברכה, איז דא א יש אומרים וואס זאגן אז ווען רייכערן וואלט געווען אין די צייטן פון די גמרא
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לשון קדשו פון ר' יענקעלע פשעוואסקער
- ל"ט -
דער בעש"ט זאגט אז די תורה איז א נצחיות, דער רמב"ם זאגט אויך אז די תורה איז א נצחיות, אני מאמין שזאת התורה וועט נישט זיין מוחלפת, נאר סאיז א גרויסער חילוק, דער רמב"ם מיינט דאס צי זאגען, אז די תרי"ג מצוות וואס איז דא אין די תורה וועט נישט ווערען איבער געטוישט, שמיני וועט נישט קומען פאר צו, די תורה וועט זיין די זעלבע, דער בעש"ט זאגט א אנדערע זאך, אז דאס וואס סשטייט די מעשיות פין די תורה, איז ביי יעדען מענטש, לאמער זאגען אז ער לאזט לערנען דעם זין, און ער קלערט נישט קיין תכלית ער זאל זיין א אדוואקאט א דאקטער, דאס איז אביסל מעין פין די עקידה, ווער סגעדענקט פאר די קריג, איז טאקע געווען כמעט, היינט איז ב"ה די יונגעלייט מלערנט א האלבען טאג, סאיז נישט געווען אינדערהיים קיין כולל, פלעגט מען זאגען אינדערהיים, אז מהאט געלאזט א בחור אין בימ"ד, ער ברענגט דעם זין אויף די עקידה, מהאט באדארפן פרנסה, סאיז געווען א ארעם פוילען, איז געווען זייער שווער, האט מען געמיזט לערנען א מלאכה אדער עפעס אנדערש, און טאמער האט ער גלאזט דעם בחור אין בימ"ד, און זיך פארלאזט אויף ניסים, פלעגט מען זאגען ער ברענגט דעם זין אויף די עקידה,
הכלל דער בעש"ט זאגט אז די תורה איז א נצחיות ביי יעדען מענטש, בכל אדם ובכל מקום ובכל זמן, סמיז נישט זיין פינקטלעך אבער סאיז מעין אזוי, צים ביישפיל דער מאור עינים זאגט אז היינט איז אויך דא מן, דער צנצנת המן לערנט דער מאו"ע אז היינט איז דער מן פארדעקט, מהאנדעלט מטיט, דעמאלטס איז געגאנגען מן, א מאכל פין הימל, און היינט גייט דער מן פארשטעלט מיט עפעס, עכ"פ דאס וואס דער זוה"ק זאגט ווען מליינט אחרי דארף מען וויינען, ווייל סשטייט ואחיכם יבכו, איז א סייעתא צים בעש"ט אז די תורה איז א נצחיות, נישט בלויז אויף דעמאלטס באותו הדור,
וואלט מען געמאכט א ברכה אויף רייכערן, דער כת"ס ברענגט פון ר' מרדכי באנעט אז איידער ער האט גענימען די פאקע און גערייכערט האט ער געמאכט אויף עפעס א זאך א שהכל, ער זאל מוציא זיין דאס רייכערן, אבער דער מנהג איז דאך אז ממאכט נישט קיין ברכה אויף רייכערן, דאס רייכערן איז געווארן אין די דורות האחרונים,]
איז דעם תלמיד געקומען אויף די מחשבה פינוואנעט האט זיך דאס גענימען, סאיז דאך אלעס א סיבה וואס סהאט זיך געמאכט מן השמים, סאיז אראפ געקומען א טבע אז מען רייכערט, איז עם געקומען אין די געדאנקען אריין, סשטייט דאך פון אריה"ק אז אין די מאכלים און אין אלע זאכן איז דא ניצוצות הקדושים, איז דא אזעלכע ניצוצות נשמות וואס זענען מגולגל, א ניצוץ הייסט, נישט די גאנצע נשמה, נאר עפעס פון די נשמה, אין די מאכלים איז דא א ניצוץ, אזוי איז דא אין דעם וואס מרייכערט, פינקט אזוי ווי ביים עסען, איז מען מעלה דאס חיות דקדושה וואס איז דא אין דעם עסען, אין די ערד עפעל צי אין פלייש, איז מען מעלה אויף א גרעסערע מדריגה, אזוי ביי רייכערן אויך אזוי, הכלל איז עם געקומען אויף די געדאנק, אויב אזוי אז סאיז א ענין וואס מאיז מעלה, איז דאך אפשר דער תלמיד גערעכט וואס ער האט געטיילט טאביק אינמיטן דאווענען, איז יענעם תלמיד בעסער געווארן און איז ניצל געווארן, אויף דעם ברענגט ר' אייזיקל צי, אז סאיז פארהאנען אמאל במחשבה וואס ער האט דן געווען יענעם נישט צים גיטן, האט יענער חלילה געקענט גיין פון די וועלט, איז אז מפסקענט אינטן גיט, פסקענט מען אויבן אויך גיט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לשוון קדשו פון ר' יענקעלע פשעוואסקער
- מ"ג -
סאיז א באקאנט ווארט פין בעש"ט, ער איז געקומען אמאל אין א בימ"ד אריין, איז ער ארויס געגאנגען און געזאגט אז סאיז פיל מיט תורה, האט מען עם געפרעגט, רבי, אז סאיז פיל מיט תורה פארוואס גייט איר אוועק, האט ער געזאגט, אז סאיז מיט יראה און אהבה פליט עס אין הימל אריין, איז דאס בימ"ד ליידיג, און אזוי ווי די תורה דא אין דעם בימ"ד, איז נישט מיט קיין יראה און נישט מיט קיין אהבה, איז די תורה געבליבען דא אין בימ"ד, פארדעם האט ער נישט געוואלט אריין גיין, ווייל סאיז פיל מיט תורה.

[די ליבאוויטשער ברענגען צי אז דער תניא איז געווען אין שקלאוו, סאיז געווען פין די מתנגדים גדולים בתורה, איז געווען דארט א גדול ר' בונם פין שקלאוו, סאיז דאך ידוע דער זוה"ק וואס זאגט אז תורה אן יראה און אן אהבה פליט נישט ארויף אין הימל, סאיז א באקאנטע זאך, סאיז א זוהר צי א תיקונים, אורייתא בלא דחילו ורחימו לא פרחת לעילא [דחילו איז יראה און רחימו איז אהבה,]
האט ר' בונם פין שקלאוו געפרעגט דעם תניא צי סגעפינט זיך דאס אין די גמרא, [לעולם, ביים ווילנער גאון איז נישט געווען קיין חילוק צי סשטייט אין די גמרא צי אין זוהר, דער זוהר איז געווען ביי עם א גרויס חשיבות, אפילו סשטייט נישט אין די גמרא, נאר אזוי ביי אנדערע גדולים, תחילת, פארצייטענס,]
האט דער תניא געזאגט יא, די גמרא זאגט אין פסחים דף נ' ע"ב, בעושין לשמה איז עס מעל שמים, העכערן הימל, שלא לשמה איז עד שמים, פארוואס, ווייל ספליט נישט ארויף, סאיז א גיטע ראי', אז די גמרא האלט אויך אזוי.
ישעי' ווייסמאן האט מיר פארציילט, אז ר' יוסף ענגיל, ער איז באקאנט מיט זיינע ספרים, [ער איז געווען א שלישי בשני מיטן ראדימישלער רב,] האט געפרעגט דעם בלאזובער רב, וואס איז דער חילוק, עד שמים צי על שמים, האט עם דער בלאזובער רב געענטפערט, אז דער חילוק איז דער שם הוי', ע"ד, באטרעפט דאך פיר און זיבעציג, און ע"ל, איז הינדערט, סהייסט אז ער לערנט פארן אייבערשטען, קומט צי די זעקס און צוואנציג, דער שם הוי'].
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לשון קדשו פון ר' יענקעלע פשעוואסקער
- מ"ה -
דער בעש"ט טייטשט, סשטייט תורת ד' תמימה, פשוט איז פשט סאיז גאנץ אין שכל און די הלכות, דער בעש"ט זאגט אז די תורה איז אזוי גרויס אז די אלע פירושים וואס איז דא אויף די תורה דאס אלעס הייסט נאך נישט אנגעהויבן, למשל, איינער האט גענימן א ליטער וואסער פון ים, עט מען דען זאגן אז ער האט שוין אנגעהויבן צי שעפן פון ים, איין ליטער וואס איז דען אקעגן א ים, דאס זעלבע די תורה איז גאנץ מהאט זי נאך גארנישט מפרש געווען, אזוי טייטשט דער בעש"ט, תורת ד' איז תמימה, נישט אזוי ווי מהאט שוין אנגעהויבן צי זאגן פירושים, ווייל אקעגן די אלע פירושים וואס עט ערשט זיין, הייסט נאך נישט אנגעהויבן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לידת הבעל שם טוב

מיט בערך 300 יאר צוריק האט געלעבט א איד ר' אליעזר וואס איז געווען א גרויסער צדיק. ספעציעל האט זיך ר' אליעזר אויסגעצייכענט אין די מצוה פון הכנסת אורחים. ער האט מיט ווארעמקייט אויפגענומען יעדען איד יהי' מי שיהי, און יעדער אורח איז פון עם ארויס א שטארק צופרידענער. אזוי ווייט איז דערגאנגען זיין צדקות אין די מצוה ביז אפילו די מלאכים אין הימעל האבען זיך מתקנא געווען אין עם, און עס איז באשטימט געווארען אז מען דארף דעם ר' אליעזר'ן פריווען מיט א גרויסען נסיון.

צו דעם תפקיד איז אויסגעקליבען געווארען אלי' הנביא זכור לטוב, און עס איז געווען א שבת אינדערפרי ווען אלי' הנביא האט זיך פארשטעלט פאר א אלטען פראסטען איד וואס טראגט זיין שטעקען מיט א בינטעל געלט אין שבת, און מ'וועט זעהן צו ר' אליעזר וועט זיך נישט בייזערען אויף דעם איד. דער "אלטער איד" איז אנגעקומען צו ר' אליעזר און זיך אויפגעפירט זעהר נישט איידל און פראסט, פארלאנגט אסך עסען און זיך צו לייגען שלאפען ווייל ער איז זייער מיד פון וועג. ר' אליעזר האט זיך גאר נישט געבייזערט אויף עם נאר אלעס סובל געוועהן און געטוהן אזוי ווי ער האט געהייסען און דער איד האט זיך אראפגעלייגט שלאפען. ווען ער איז אויפגעשטאנען און געוואלט אוועק גיין האט אלי' הנביא אנטפלעקט צו ר' אליעזר ווער ער איז און אז דאס איז געווען א נסיון פון הימעל צו ער וועט זיך בייזערען אויף א אורח און אזוי ווי ער איז בייגעשטאנען דעם נסיון און זיך טאקע נישט געבייזערט וועט זיין, זיין שכר אז ער וועט האבען א זוהן וואס וועט פארשיינען די וועלט מיט זיין תורה און מיט א נייעם דרך וואס וועט דערלייכטען אידען די אויגען עד ביאת משיח דער דרך החסידות.

א יאר איז אדורך און עס איז געבוירען געווארען ביי ר' אליעזר א זוהן און ער האט אים א נאמען געגעבען ישראל, וואס איז אויפגעוואקסען צו זיין רבינו ישראל בעל שם טוב, דער בעש"ט איז געבוירען געווארען ח"י אלול שנת תנ"ח לפ"ק.

ווען ישראל איז אלט געווען פינעף יאר איז זיין פאטער נישט געזונט געווארען. ער האט צוגערופען ישראל צו זיין בעט און עם געזאגט "מיין קינד איך זאג דיר אן צוויי זאכען איינס אז דו זאלסט נישט מורא האבען פאר קיין זאך אין דער וועלט נאר פון השי"ת, און אויך אז דו זאלסט ליב האבען א יעדען איד אין דער וועלט ווער עס זאל נאר זיין מיט דיין גאנצען הארץ", און מיט די ווערטער האט זיך ר' אליעזר געזעגענט מיט זיין זוהן און ער איז נפטר געווארען.

א קורצע צייט איז א דורך און ישראל'ס מוטער איז אויך נפטר געווארען און ישראל איז געבליבען פאר יתום'ט אהן טאטע און מאמע. די שטאט מענטשען האבען רחמנות געהאט אויף עם און האבען עם געגעבען צו א מלמד ער זאל עפעס לערנען. ישראל האט ליב געהאט צו גיין אליין אין וואלד און דארט איבער חזר'ן דאס לערנען פון אויסענווייניג, כאטש אנדערע קינדער האבען מורא געהאט צו גיין אין דעם וואלד אבער ישראל האט גארנישט מורא געהאט אזוי ווי זיין טאטע האט עם אנגעזאגט אין זיינע לעצטע ווערטער אז ער זאל פאר קיין זאך נישט מורא האבען נאר פאר השי"ת אליין.

קיינער האט נישט געוואוסט ווי ישראל ווערט אלץ באהאלטען אויף א גאנצען טאג און אסאך מאל פלעגט ער דארט נעכטיגען אויך, ישראל פלעגט דארט לויבען דעם באשעפער פאר זיין טייערע וועלט וואס ער האט באשאפען. צוויי יאר זענען אדורך ביז איין טאג קומט ישראל אין וואלד אריין און הערט א קול אין וואלד. ישראל האט זיך דערנענטערט צום קול און פליצלונג געזעהן פון די ווייטענס ווי א איד שטייט איינגעהילט אין א טלית און דאווענט מיט גרויס כוונה, און זיין קול איז זיס און פייערלעך און עס האט דערקוויקט ישראל'ס הארץ. ישראל האט געווארט ביז דער איד האט אפגעדאווענט און צוגעגאנגען צו דעם איד און שלום געגעבען. דער איד האט עם געענפערט עליכם שלום און פרעגט עם באלד, "מיין קינד דו האסט נישט מורא צו גיין אליין אין אזא טיפען וואלד? "ענפערט עם ישראל" ניין, מיין טאטע האט מיר אנגעזאגט פאר זיין פטירה אז איך זאל פון קיינעם נישט קיין מורא האבען נאר פאר'ן באשעפער, און איך בין דאס שטענדיג מקיים". פרעגט דער איד נאכאמאל, "דיין טאטע האט געהייסען ר' אליעזר"? ענפערט ישראל, "יא". האט דער איד ארויסגענומען א גמרא און געזאגט צו ישראל אז ער וויל מיט עם לערנען. זיי האבען זיך אוועקגעזעצט ביי א בוים און געלערנט אפאר שעה. נאכדעם האט דער איד מיטגענומען ישראל מיט זיך אין געוואנדערט צוזאמען פון דארף צו דארף. אויפ'ן וועג האט דער איד געלערנט מיט ישראל און עם געשפייזט, ישראל האט נישט געוואוסט אז דער איד איז פון די צדיקים נסתרים ער האט אבער געזעהן אין זיין פירונג אז ער איז א גוטער רבי פאר זיינעטוועגען.

אזוי האבען זיי געוואנדערט ביז איין טאג זענען זיי אנגעקומען אין א שטאט וואס דארט האט געוואוינט א אנדערער צדיק נסתר מיט'ן נאמען ר' מאיר און דער איד האט איבערגעלאזט ישראל ביי דעם צדיק נסתר ר' מאיר ער זאל לערנען מיט עם. 4 יאר האט ר' מאיר געלערנט מיט ישראל ביז ער איז בר מצוה געווארען איז ער שוין געווען א גרויסער גאון און צדיק. אבער אזוי ווי ישראל האט זיך געדרייט צווישען די צדיקים נסתרים האט ער אויך נישט געוואלט אז עמיצער זאל עפעס וויסען וועגען זיין לערנען אדער עבדות ה', נאר אלעס האט ער געטוהן בסתר און די מענשען אין שטאט האבען געמיינט אז ער איז א איינפאכער בחור אזוי ווי אלע און ער קען ווייניג ממילא האבען זיי עם גענומען פאר א באהעלפער צו די קינדער ער זאל צוהעלפען דעם מלמד ברענגען די קינדער אין חדר, און דאס גלייכען. ישראל האט אבער אויסגעניצט די געלעגענהייט צו לערנען מיט די קליינע הייליגע קינדערלעך א' ב' און ברכות און זאגען שמע ישראל און אריינברענגען אמת'ע יראת שמים אין די הייליגע תינוקות של בית רבן.

ווען דער בעש"ט איז אלט געווען 26 יאר האט זיך באוויזען צו עם אחי' השילוני און געלערנט מיט עם 10 יאר ביז ער איז אלט געווען 36 יאר. דעמאלסט האט זיין רבי אחי' השילוני עם געזאגט אז עס איז נגזר געווארען מן השמים אז ער מוז נתגלה ווערען און ער קען מער נישט זיין באהאלטען ווייל ער מוז זיין תורה מגלה זיין פאר'ן כלל ישראל ווייל וועגען דעם איז ער אראפגעקומען אויף די וועלט.

רבינו ישראל בעל שם טוב האט אין זיין דרך מגלה געווען אסאך וויכטיגע ענינים. אפאר פון זיי זענען: א איד דארף אלעמאל זיין בשמחה נישט קיין חילוק לויט די אומשטענדען דארף ער זיך אלעמאל מחזק זיין אז השי"ת וועט עם העלפען, אויך אז אין זכות פון די אמונה און די שמחה וועט עם השי"ת טאקע העלפען.

אויך האט ער געלערנט אז א איד דארף האבען אהבת ישראל, יעדען איד דארף מען ליב האבען מיט'ן גאנצען הארץ. עס איז נישט דא קיין חילוק צווישען איין איד און דעם צווייטען, יעדער איד האט זיין תפקיד אויף דער וועלט וואס ער דארף אויפטוהן און ווען ער איז משלים זיין תפקיד איז פינקט אזוי חשוב ווי א אנדערער. דער בעש"ט האט אויפגעשטעלט תלמידים גאונים וקדושים הייליגע אידען וואס זיי האבען געצויגען דער גאלדענער קייט פון דרך החסידות צו די שפעטערע דורות דורך זייערע תלמידים און קינדער. דער בעש"ט איז נפטר געווארען יום א' שבועות (וי"א יום ב') שנת תק"ך לפ"ק.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל !
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ואלה תולדות: דער הייליגער בעש"ט איז געבוירן אין שטאט אקופ, צו זיין פאטער ר' אליעזר וואס איז געווען אחן אייניקל פון דער גאון ר' אליעזר פון קראקא, דער ברודער פון הייליגן רמ"א, און אחן איידעם פון דעם הייליגן מהרש"ל, וואס די יחוס פון מהרש"ל איז באקאנט ביז רש"י הק' וועלכער האט געשטאמט פון מלכות בית דוד. די מאמע פונעם בעש"ט הק' איז געווען די צדיקת שרה. ווען דער הייליגער בעש"ט איז געקומען אויף דער וועלט זענען זיינע עלטערן שוין געווען אין די טיפע עלטער פון הונדערט יאר. ער איז געבוירן אין דעם זכות וואס זיי האבן זיך מוסר נפש געווען פאר די גרויסע מצוה פון הכנסת אורחים, און דערנאך בייגעשטאנען די געוואלדיגע נסיון וואס אליהו הנביא האט אים אויספרובירט, פארשטעלנדיג זיך פאר א שמוציגער גאסט, און זיך אויפגעפירט זייער נאכגעלאזט, אבער דאס געוואלדיגע אהבת ישראל וואס ר' אליעזר מיט זיין רעבעצין שרה האבן געהאט, האט אויף אלעס פארקוקט און זיך אפגעגעבן מיט אים אויפ'ן שענסטן און בעסטן אופן. דערנאך האט זיך אליהו הנביא צו זיי מגלה געווען און מבשר געווען די בשורה טובה אז זיי גייען געהאלפן ווערן מיט א קינד וואס וועט ליכטיג מאכן די אויגן פון די אידן און עס וועט אויף אים מקויים ווערן דעם פסוק "ישראל אשר בך אתפאר".
ווען דער בעש"ט הק' איז נאך געווען א קליין קינד איז ער געבליבן א קיילעכיגער יתום פון טאטע און מאמע, און ער פלעגט אליין ארומגיין אין די וועלדער און פעלדער, און זיך אומקוקן אויף די נאטורליכע וואונדער פונעם אייבירשטן און פיל געדאוונט און אזוי זיך מדבק געווען צום אייבירשטן.
ווען דער בעש"ט הק' איז אלט געווארן פערצן יאר איז ער געווען א משמש אין א ביהמ"ד, וואו ער פלעגט פארברענגען איינער אליינס ביינאכט מיט זיין עבודת הבורא, און בייטאג איז ער געווען א מלמד פאר קליינע קינדער, ביז איין נאכט האט מען אים פון הימל געשיקט די פארבארגענע כתבים פון הייליגן ר' אדם בעל שם. די כתבים האט רבי אדם בעל שם געטראפן אין א הייל, האט ער געמאכט א שאלת חלום און אנגעפרעגט אין הימל, וואס צו טון מיט די כתבים האט מען אים געזאגט אז דאס זאל ער דערנאך איבערגעבן פאר רבי ישראל ב"ר אליעזר בעל שם.
דער בעש"ט הק' האט אויך געהאט א רבי וואס האט געלערנט מיט אים די כתבים, דאס איז געווען 'אחיה השלוני' וועלכער איז געווען פון די יוצאי מצרים און פון די בית דין פון דוד המלך און דער רבי פון אליהו הנביא. ער איז אראפגעקומען אויף די וועלט לערנען מיט'ן הייליגן בעש"ט הק'.
אין יענע יארן האט זיך נאך דער הייליגער בעש"ט הק' באהאלטן פון דער וועלט און געלעבט ווי א ל"ו צדיק, ער האט חתונה געהאט צו די שוועסטער פון רבי גרשון קיטובער און געלעבט זייער באהאלטן, זיך שטענדיג געדרייט צווישן די בערג און היילן וואו עס האבן זיך נישט געפונען קיין מענטשן נאר רויבער, און דארט געטון זיין הייליגער עבודה.
ווען מען האט פון הימל געזאגט פאר'ן בעש"ט הק' אז עס איז שוין צייט צו ווערן נתגלה, האט דער בעש"ט הק' באוויזן פארשידענע אותות ומופתים וויאזוי מענטשן האבן זיך איבערצייגט וועגן זיין גרויסקייט און הייליגקייט.
די הייליגע אור פון חסידות האט אויפגעשיינט און טויזנטע אידן זענען געקומען און זיך געווארעמט ארום די ליכטיגקייט פון וואו זיי האבן געשעפט פרישע חיות און אויפגעלעבט אויפן דרך החסידות.
מיט די נשמה פונעם הייליגן בעש"ט הק' איז אויך אראפגעקומען אויף דער וועלט זעכציג גרויסע נשמות ששים גבורים סביב לו, וואס זיי זענען געווען די חבריא קדישא, וואס האבן ארומגענומען דעם הייליגן בעש"ט הק' און מקבל געווען מאור תורתו פון די סודות התורה בדרך החסידות.
די גאנצער אידישקייט האט באקומען אחן עליה, און טוזנטע נשמות וואס זענען געווען פארבלאנדזשעט, זענען צוריקגעקומען און געווארן ערליכע אידן און חסידים פונעם הייליגן בעש"ט הק'.
אזוי ווייט אז כ"ק מרן המגיד מטשערנאביל זי"ע האט זיך אויסגעדריקט: "מיר גלייבן אז א יעדער אידישער קרעכץ [הרהור תשובה] פון א איד, אפילו אין טיף דייטשלאנד - ביז משיח וועט קומען - אלעס איז מכח הבעש"ט".
די שטאט מעזיבוזש איז געווען א שטאט וואו טויזנטע אידן זענען געקומען צו פארן און אויסגע'פועל'ט ישועות און רפואות און אלע השפעות ביים הייליגער בעש"ט. ווען א איד האט געפרעגט א שאלה פונעם בעש"ט הק' האט דער בעש"ט געענטפערט אפילו מסוף העולם און אפילו פון די פריערדיגע גלגול און עס איז דא אויף דעם פיל סיפורים נפלאים.
דער בעש"ט האט אנגעארבעט אז דער מאור עינים זאל קומען צו אים, און דאן האט דער בעש"ט געזאגט פאר זיין רעבעצין אז א גנב קומט אויף שבת, ווייל מיט זיינע מעשים טובים וויל ער צו'גנב'ענען די גאנצע עוה"ב. דער מאור עינים איז געווען ביים בעש"ט צוויי מאל. ווען דער בעש"ט האט אים געזעגנט, האט דער מאור עינים געפרעגט פונעם בעש"ט וואס ער זאגט צו אים, האט דער הייליגער בעש"ט אים געזאגט: "ודברי אשר שמתי בפיך לא ימושו מפיך מפי זרעך ומפי זרע זרעך!" האט דער הייליגער מאור עינים געענטפערט: "אמר ה' מעתה ועד עולם!"
דער בעש"ט הק' האט געהאט א זון הרה"ק רבי צבי זי"ע און א טאכטער אדל [די ר"ת פון אדל איז א'ש ד'ת ל'מו]. דער מאן פון די צדיקת אדל איז געווען רבי יחיאל וועלכער איז געקומען פון א משפחה מפוארת פון לומדים און צדיקים פון דייטשלאנד. מען האט אים גערופן דער דייטשל.
אין יאר תק"כ דער ערשטער טאג שבועות איז די הייליגע נשמה פונעם בעש"ט הק' ארויף אין הימל. זיעועכי"א.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די סדר פונעם הייליגער בעש"ט איז געווען אז נאכ'ן דאווענען מעריב [וואס די תלמידים פון בעש"ט הק' האבן עדות געזאגט אז בשעת יעדער תפלה פונעם בעש"ט הק' האט געהערשט אזא יראה, אז אפילו די וואסער וואס איז געלעגן אינעם פאס האט זיך געשאקלט פאר ציטער] איז דער בעש"ט הק' אריין אין זיין הייליגן שטוב און אנגעצינדן דווקא צוויי ליכט, ווייל דער בעש"ט פלעגט זאגן אז איין ליכט אדער דריי ליכט קען מען נישט גוט זעען.
דערנאך האט דער בעש"ט הק' ארויפגעלייגט אויפן טיש זיינע ספרים הקדושים, וואס צווישן זיי איז שטענדיג געווען משניות סדר קדשים און טהרות און א גמרא מסכת זבחים און מנחות, און ספר יצירה, און נאך ספרים, און ביז עלף אזייגער האבן די שמשים אריימגעלאזט אידן וואס האבן געוואלט אריינגיין צום הייליגן בעש"ט אויסצורעדן זייער הארץ און בעטן ישועות און רפואות.
איין נאכט ווען דער בעש"ט הק' האט געפראוועט די אידן וואס זענען געקומען יענע נאכט איז געווען א מורא'דיגע געשעעניש.
איין איד איז אריין צום בעש"ט הק' און אויסגערעדט זיין דערביטערט הארץ בעניני שידוכים פאר זיינע טעכטער וואס ער האט אין שטוב.
דער בעש"ט הק' האט אים לאנג אויסגעהערט און דערמוטיגט און געוואונטשן א ישועה.
אויך איז יענע נאכט אריינגעקומען א צובראכענער איד צום הייליגן בעש"ט הק' און אויסגערעדט זיין הארץ אז עס האלטן זיך ביי אים נישט קיין קינדער, רח"ל, און ער דארף א ישועה.
א דריטער איד איז אריינגעקומען צום בעש"ט הק' און גערעדט וועגן זיינע געשעפטן. דער בעש"ט הק' האט אים אויך אויסגעהערט און מייעץ געווען וואס צו טון און צוגעוואונטשן הצלחה.
נאך א איד איז אריינגעקומען א דערהויבענער חסיד און גערעדט בעניני רוחניות און עבודת ה'. אזוי זענען יענע נאכט אריין פיל אידן און זיך געפראוועט ביים הייליגן בעש"ט הק'. ווען די אידן זענען ארויסגעקומען פונעם בעש"ט הק' רופט זיך אטן דער ערשטער איד צום צווייטן:
דער בעש"ט הק' האט מיר געגעבן אזויפיל צייט און ער האט נאר גערעדט צו מיר, און צו דיר האט ער גארנישט גערעדט.
דער צווייטער הערט און זאגט צום ערשטן:
כ'פארשטיי נישט וואס דו רעדטסט, כ'בין אריין צוזאמען מיט דיר, און דער בעש"ט הק' האט די גאנצע צייט גערעדט נאר צו מיר און נישט צו דיר. אזוי האבן זיך די צוויי אידן ארומגע'טענה'ט, ביז דער דריטער שטעלט זיך צו און ער זאגט גאר אז דער בעש"ט הק' האט נאר גערעדט צו אים, און אזוי האט אויך געזאגט דער פערטער און דער פיפטער.
אלע וואס זענען ארויסגעקומען די זעלבער צייט האבן געזאגט אז דער בעש"ט הק' האט גערעדט נאר צו אים.
אזוי האט זיך פאר זיי אויסגעשטעלט אז דער בעש"ט הק' האט געפראוועט צענדליגע מענטשן אין די זעלבע צייט און יעדער האט געזען דעם בעש"ט הק' רעדן נאר צו אים אליין, ויהי לפלא.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך האב אף גערוימט די שטויב און ארויף געברענגט דעם אשכול פינעם בעסמענט
the SCY is the limit
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35424
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א דאנק ר' שמחה,
יעצט ווייס איך שוין פון וואו דער טעות אויפן אקדמות אשכול קומט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

פארשלאפען
עס האט מיר געדוירט אפאר מיניט כאפען וואס די זאגסט.
יעצט פארשטיי איך :smile:
the SCY is the limit
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

זיידעניו האט געשריבן:ענינים מהבעש"ט הק' זי"ע,
לשון קדשו פון ר' יענקעלע פשעוואסקער
- ל"ה -
דער יארצייט פין בעש"ט איז דא א קלער צי יו"ט ראשון צי יו"ט שני.



היינט ווייסט מען שוין זיכער אויף 100 פראצענט אז דער יארצייט איז יום א' דשבועות

וויל ס'יאז געטראפען געווארען א סידור מיט א כוונות עפ"י קבלה בכתב יד פון הרה"ק ר' אברהם שמשון מראשקוב זי"ע א זוהן פונעם תולדות זי"ע, וואס ר' שמשון אליינס האט זיך אסאך געדרייט ביים בעש"ט

און ער שרייבט דארט אין סידור ביי ברכת כהנים, עפעס א כוונה וואס ער האט גהערט פונעם בעש"ט, וזל"ק בערך: שמעתי ממורי מהר"י בעש"ט שנפטר בעוה"ר ביום א' דשבועות העבר ...

דאס איז א עדות נאמנה מבן דורו שאין אחריה כלום
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יישר כח פאר די אינפארמאציע, און בפרט פארן מקור.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35424
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' פורקני', א דאנק

ס'איז ביי מיר באמת א חידוש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

דא האט איר א מורא'דיגע סיפור פון די הייליגע בעש"ט, דערציילט דורך ר' שלמה קארליבאך ע"ה, די מעשה איז נישט קיין לאנגע מעשה אבער ער לייגט עס אראפ מיט א הארציגקייט און ער ברענגט שטארק ארויס די מוסר השכל. לענ"ד איז דער מעשה ווערט מער ווי אלע מופתים צוזאמען. אי"ה ווען איך וועל האבן מער צייט וועל איך איבער שרייבן די מעשה דא אויף די אידישע שפראך, און אויב איינער וויל עס טון יעצט גיב איך אים רשות.


(אזהרה: נישט פאר שוואכע הערצער!!! ער רעדט העברעיאיש! :wink: )

שמעו ותחי נפשכם
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

היינט איז יום הולדת פונעם הייליגן בעש"ט ח"י אלול תנ"ח
אזוי איז אנגענומען אין אסאך מקומות חב"ד ועוד, איך מיין אז די מקור איז די גנוזות
אבער אנדערע האבן שטארק מפקפק געווען דערויף, ווי למשל די הייליגע מנחת אלעזר ועוד
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

עס איז קלאר אנגענומען אז דער גאנצער זאך איז הוילע בלאף און ער איז נישט געבוירן שנת נח"ת, און ווי ר' מרדכי חיים סלאנימער האט זיך מיט זיין שארפקייט אויסגעדרוקט דער בעל שם הק' איז געבוירן א גאנץ יאר נאר נישט ח"י אלול.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ביסט ביזי שליט"א
קיק איבער דיין תגובה,
עס איז בלאף אז ער איז געבוירן שנת נח"ת, און עס איז קלאר אז ער איז געבוירן א גאנץ יאר
נוי קאמענטס!!!
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דער בעל שם איז אנגענומען אז ער איז געווען כאטש 70 יאר ביי זיין הסתלקות ממילא איז ער געבוירן פאר שנת ת"ן, און פאר די ביאגראפיע פונעם בעל שם הק' קען מען קוקן אין היכל הבעשט (דארט וועט איר אויך געפינען אלע צדדים) זייער א שיינע סעריע.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בילד
געמאלן בילד
בילד
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך האב אמאל געזעהן אין א ספר אז דאס איז איינער פון לאנדאן איך געדענק נישט צו יענער האט געשריבן אז דאס איז א גוי אדער סתם איינער וואס האט זיך גערופען א בעל שם (עס איז אריין- געדרוקט ערגעץ אין דער חסיד יעב"ץ ספרים)
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בעש"ט
בילד
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אן אנדערע גירסא
בילד
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בילד
די אלטע מציבה
אטעטשמענטס
די נייע מצבה
די נייע מצבה
_שם_טוב.jpg (42.11 KiB) געזען 5228 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”