רבי יעקב יוסף 'רב ייבי' מאוסטראה זצ"ל - כ' תשרי תקנ"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי יעקב יוסף 'רב ייבי' מאוסטראה זצ"ל - כ' תשרי תקנ"א

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג פאברואר 24, 2008 8:51 pm

הה"צ ר' יעקב יוסף ב"ר יודא לייב, מח"ס רב ייבא עה"ת. - תקנ"א

צום צדיק הרה"ק ר' ייבי מאוסטראה זצ"ל האט מען אמאל געברענגט א געוויסען ארימאן וואס האט שטארק פארשעמט די ראשי קהלה, האט דער צדיק ערקלערט, מיט וואס זאל איך אים קנס'ענן? געלט האט ער דאך נישט צו געבן, איך וועל אים מאכען פאר א קורצע וויילע פון די ראשי קהלה וועט ער שוין שפירן ווי שווער ס'איז צו זיין א עוסק בצרכי ציבור, און באגרייפען וואס ער האט שלעכט געטוהן, און וויאזוי מ'דארף זיך פירן.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך יולי 22, 2009 2:38 pm

זיין ספר הייסט רב ייבי (נישט ייבא), וועלכע איז ר"ת י'עקב י'וסף ב'ן י'ודא.

אגב: חסידי סקווירא, וועלכע לערנען יעדעס יאר אן אנדערן חסידיש'ן ספר על הסדר, די גאנצע ציבור צוזאמען, גייען קומענדיגע יאר לערנען "רב ייבי", און די מכון וואס גיבט זיך אפ דערמיט, פארענדיגט אין די טעג איבערצודריקן דעם ספר פונדאסניי אי"ה.
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מיטוואך יולי 22, 2009 3:15 pm

צדיקים האבן געזאגט אז אוסטראה איז צוויי ווערטער, אות תורה
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 07, 2009 10:29 am

מיר ברויכען מאכען סדר בצאצאי רב ייבי;

מפי ר' מיילעך למדנו איבער דעם זוהן ר' פנחס מאוסטראה, מיר ווייסען אויך אז ממנו יפרד וניו [לפחות] לשני ראשי משפחות, איינס בשם המשפחה 'ספרד' און די אנדערע בשם 'מאנדל'.

והא לכם לשון הרבי ר' מיילעכ'ל;
חתנו של רא"ש מברעזנא הי' ר' יעקב יוסף מאנדל מקאזין.
ורי"י מטשערנאבל הי' חתן ר' יעקב יוסף מאנדל מאורזיסטשוב ב"ר אברהם ב"ר יעקב יוסף מאורזיסטשוב ב"ר משה מאור' ב"ר פנחס מאוסטראה בן הרה"ק רב ייבי זי"ע
.

איז די שאלה וועמענס זוהן איז ר' יעקב יוסף מקאזין געווען. (און מיט וועם איז ער געווען א קאזין?...)

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » פרייטאג אוגוסט 07, 2009 10:34 am

ר' יעקב יוסף מקאזין ב"ר אליקים געץ מאורזיסטשוב בעל "אמרי אמת" ב"ר יעקב יוסף הנ"ל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 07, 2009 10:53 am

ביז היינט האב איך פון די 'אורזיסטשובער' גזע ניטאמאל געהערט און דא האלטן מיר שוין ביי א היבשע פאר אדמורי"ם, זאג ווען איז דער לעצטער ר' יעקב יוסף מאורזיסטשוב אוועק, און האם הותיר ממשיכי דרך?

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » פרייטאג אוגוסט 07, 2009 11:03 am

מיללער האט געשריבן:ביז היינט האב איך פון די 'אורזיסטשובער' גזע ניטאמאל געהערט און דא האלטן מיר שוין ביי א היבשע פאר אדמורי"ם, זאג ווען איז דער לעצטער ר' יעקב יוסף מאורזיסטשוב אוועק, און האם הותיר ממשיכי דרך?

אלול תש"א אין קיוב

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » פרייטאג אוגוסט 07, 2009 11:04 am

מיללער האט געשריבן:ביז היינט האב איך פון די 'אורזיסטשובער' גזע ניטאמאל געהערט און דא האלטן מיר שוין ביי א היבשע פאר אדמורי"ם, זאג ווען איז דער לעצטער ר' יעקב יוסף מאורזיסטשוב אוועק, און האם הותיר ממשיכי דרך?

ב''ה
מנו''כ כבוד בקיוב ויש לי תמונה מהמצבה .אחפש אותה .

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 10:04 am

מציבת קבורת מרן הסבא ר' יעקב יוסף השני מאוסטראה, מנו"כ בעיר יאמפאלי, דאס גאנצער ביה"ח שטייט (דאס איז אן אנדערע ביה"ח פון דאס ווי עס ליגן ר' מיכל זלאטשובער און ר' יוסף יאמפאלער) און מ'האט געפונען דער מציבה על מקומה גאנצערהייט און דערויף אויף געשטעלט אן אוהל (זכיתי לחונן את ציונו בחודש אייר תשס"ב).

לשון המציבה:
פ"נ
אדומו"ר אור ישראל
וקדושו בוצינא דנהורא
זיו החכמה פאר הדור
אוהב ישראל ומליץ טוב
הרב החסיד המפורסים
הר' יעקב יוסף בהרב
החסיד מו' פינחס נכד
הרב י'י'ב'י' נאסף אל עמיו
אור ליום ועש"ק ך"ג תמוז
שנת הדר"ת קודש הדרתו
ת. נ. צ. ב. ה.
צוגעלייגטע
ostereh_ohel.jpg
ostereh_matzeiva.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 10:30 am

מיללער האט געשריבן:מיר ברויכען מאכען סדר בצאצאי רב ייבי;


יא, מיר ברויכן טאקע מאכן סדר. צווישן די שושלת אוסטראה און אורזיסטשוב זענען דא עטליכע ר' אליקים געציל'ס און עטליכע ר' יעקב יוסף'ס, וואס מאכן אביסל צומישט ווי לאנג מ' איז נישט קלאר.

לאמיר גיין צום ענין:

הרה"ק בעל הרב ייבי זי"ע איז געווען אז זוהן פון הרה"ק ר' יודא לייב זי"ע מתלמידי הבעש"ט, ער זעלבסט איז געווען א תלמיד פונעם גרויסן מגיד.

ער האט געהאט צוויי זוהן: א) הרה"ק ר' פינחס מאסטראה זי"ע, איבער וועם מיר שמועסן דא, ב) הרה"ק ר' אליקים געציל זי"ע, (מעולם לא שמעתי שום פרטים אודותיו ואם היו לו בנים וכו').

ר' פינחס איז געווען א איש קדוש מנעוריו. פארשידענע סיפורים זענען מקובל ווי ער האט געהאט גילוי אליהו אלס קליין קינד. איינס פון זיי (בקיצור): הרה"ק ר' פינחס קוריצער האט געדארפט אנטלויפן פון זיין שטאט צוליב א מסירה, האט ער זיך פאר לאנגע יארן אויפגעהאלטן ביים רב ייבי אין שטוב, אז'ש די קינדער האבן אים גערופן "די פעטער". הכלל, איינמאל איז זיין פאטער דער רב ייבי געווען סנדק ביי א ברית, דאס קינד האט געזען אז איינער זיצט נעבן פאטער, האט ער געפרעגט ווער דאס איז, ר' פינחס קוריצער האט אים געגעבן א קלאפ אופן רוקן זאגענדיג: פינחס - זה אליהו!

ער איז נסתלק געווארן כ"ב כסליו תר"ט, זייענדיג אלט ווייניגער ווי פערציג יאר, און ער ליגט און אוסטראה צוזאמען מיטן פאטער. איך האב געזען אין א ספר אז ס'איז דא איין שטיין איבער די פאטער מיטן זוהן. בן בוזי, זענט איר שוין דארט אויך געווען? איז עס היינט אויך אזוי?

ער האט געהאט צוויי קינדער, וואס דא האט זיך עס צוטיילט:

א) הרה"ק ר' יעקב יוסף (ספרד?) מאוסטראה זי"ע.
ב) הרה"ק ר' משה מאנדיל מאורזיטשוב זי"ע.
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 10:46 am

= הרה"ק רבי יעקב יוסף מאוסטראה זי"ע =
בן הרה"ק ר' פינחס מאוסטראה זי"ע בן הרה"ק הרב ייבי זי"ע.

ער האט פארברייטערט די אוסטראה חסידות, צענדליגע תלמידי חכמים און בעלי מוחות האבן זיך געדרייט ביי אים, ס'איז געווען מער באיכות ווי בכמות. ר' יעקב יוסף זעלבסט איז געווען באקאנט אלס א חריף און בעל מוח. זיין רבי ר' ברוך ממעזוביז האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף זיינע תלמידים: איר זענט אלע צ'וואקעס (נעגלעך), ער - ר' יעקב יוסף - איז כאטש א טשוואק מיט א קעפל!

מ'זאגט נאך אז "אוסטראה" איז געווען אין רוסלאנד א שטייגער ווי "קוצק" אין פוילן.

ער האט געהאט א געוואלדיגע השפעה אויף זיינע חסידים, און פלעגט כסדר רעדן אקעגען די רוסישע צאר וממשלתו, עכ"כ אז מ'האט אים אריינגעלייגט אין תפיסה אלס שטראף.

נסתלק ביום כ"ג תמוז שנת תר"ט, ומנו"כ ביאמפולי ווי בן בוזי האט געברענגט א בילד.

בניו:
הרה"ק ר' אליקים געציל מאוסטראה זי"ע, ממלא מקום אביו, נפטר כ"א אדר. בנו יחידו הרה"ק ר' אלתר מרדכי (זעה באלד), חתנו: הרה"ק רבי דוד'ל מסקווירא זי"ע בזוו"ש.
הרה"ק ר' אברהם זי"ע, ער האט געגרינדעט א הויף אין קונייב. בנו ר' יעקב יוסף מקונייב > בנו ר' אברהם פינחס מקונייב > חתנו האדמו"ר ר' מנחם נחום מסקווירא מאחנובקה זי"ע.
הרה"ק ר' יצחק אייזיק זי"ע.
הרה"ק ר' נחמן זי"ע.
חתנו: הרה"ק ר' משה מקארשוב זי"ע בן הרה"ק המגיד מטשערנוביל זי"ע.
היו לו עוד ד' בנות, שלא זכורה לי כעת מי היו חתניו.
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 10:52 am

= הרה"ק ר' משה מאנדיל מאורזיטשוב זי"ע. =
בן הרה"ק ר' פינחס מאוסטראה זי"ע בן הרה"ק הרב ייבי זי"ע

בנו:
הרה"ק ר' יעקב יוסף מורזיטשוב זי"ע.

בני ר' יעקב יוסף:
הרה"ק ר' אברהם מאורזיטשוב זי"ע. בנו: ר' יעקב יוסף מאורזיטשוב > חתנו רי"י מטשערנוביל (כדברי מיילעך).
הרה"ק ר' אליקים געציל מקוזין זי"ע. בנו: ר' יעקב יוסף מקוזין > חתנו רא"ש מברעזנא (כדברי מיילעך).
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 10:56 am

מיילעך האט געשריבן:ורי"י מטשערנאבל הי' חתן ר' יעקב יוסף מאנדל מאורזיסטשוב ב"ר אברהם ב"ר יעקב יוסף מאורזיסטשוב ב"ר משה מאור' ב"ר פנחס מאוסטראה בן הרה"ק רב ייבי זי"ע.


ווער איז דער רי"י מטשערנוביל?
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 11:53 am

ר' יעקב ישראל משטערנאבל-ניו יארק ב"ר שלמה שמואל מטשערנאבל נכד ר' אהרן מטשערנאבל

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 12:06 pm

רב ייב"י מאוסטראה האט געהאט נאך א זון- " ר' יהודה לייב" מבארדיטשוב געווען א תלמיד חכם אין א גרויסער עושר. זיינע אייניקלעך האבן זיך גערופן מיטן שם המשפחה "ייבין".

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 1:30 pm

אין ויתילדו נומער 33 ווער דארט געברענגט בית אוסטרה
איז דא גאנצער שמועס מי היה חותנו של רבי יעקב יוסף (השני)
ווער עס קען עס ארויף ברענגען אשרי לו
תכלית הידיעה אשר לא נדע

משה זוך מיר
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 3:58 pm

תגובהדורך משה זוך מיר » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 1:31 pm

[בquote="מיללער"]מיר ברויכען מאכען סדר בצאצאי רב ייבי;
[/quote]





ר' פינחס איז געווען א איש קדוש מנעוריו. פארשידענע סיפורים זענען מקובל ווי ער האט געהאט גילוי אליהו אלס קליין קינד. איינס פון זיי (בקיצור): הרה"ק ר' פינחס קוריצער האט געדארפט אנטלויפן פון זיין שטאט צוליב א מסירה, האט ער זיך פאר לאנגע יארן אויפגעהאלטן ביים רב ייבי אין שטוב, אז'ש די קינדער האבן אים גערופן "די פעטער". הכלל, איינמאל איז זיין פאטער דער רב ייבי געווען סנדק ביי א ברית, דאס קינד האט געזען אז איינער זיצט נעבן פאטער, האט ער געפרעגט ווער דאס איז, ר' פינחס קוריצער האט אים געגעבן א קלאפ אופן רוקן זאגענדיג: פינחס - זה אליהו!quote]

מ' פארציילט אז ער איז געווען א איידים אין די שטאט טשערנוביל אין די מאור עינים האט זיך אויסגעדרוקט פאר זיין זון די טשערנובלער מגיד "לאמיר גיין צו די חופה פון א חתן וואס האט זוכה געווען צו גילוי אליהו"

quote]
ער איז נסתלק געווארן כ"ב כסליו תר"ט, זייענדיג אלט ווייניגער ווי פערציג יאר, און ער ליגט און אוסטראה צוזאמען מיטן פאטער. איך האב געזען אין א ספר אז ס'איז דא איין שטיין איבער די פאטער מיטן זוהן. בן בוזי, זענט איר שוין דארט אויך געווען? איז עס היינט אויך אזוי?
quote]
אויף זיין זונ'ס מצבה שטייט שנת הדר"ת וואס דאס איז תר"ט

משה זוך מיר
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 3:58 pm

תגובהדורך משה זוך מיר » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 1:36 pm

משיח האט געשריבן:= הרה"ק רבי יעקב יוסף מאוסטראה זי"ע =
בן הרה"ק ר' פינחס מאוסטראה זי"ע בן הרה"ק הרב ייבי זי"ע.


בניו:
הרה"ק ר' אליקים געציל מאוסטראה זי"ע, ממלא מקום אביו, נפטר כ"א אדר. בנו יחידו הרה"ק ר' אלתר מרדכי (זעה באלד), חתנו: הרה"ק רבי דוד'ל מסקווירא זי"ע בזוו"ש.
הרה"ק ר' אברהם זי"ע, ער האט געגרינדעט א הויף אין קונייב. בנו ר' יעקב יוסף מקונייב > בנו ר' אברהם פינחס מקונייב > חתנו האדמו"ר ר' מנחם נחום מסקווירא מאחנובקה זי"ע.
הרה"ק ר' יצחק אייזיק זי"ע.
הרה"ק ר' נחמן זי"ע.
חתנו: הרה"ק ר' משה מקארשוב זי"ע בן הרה"ק המגיד מטשערנוביל זי"ע.
היו לו עוד ד' בנות, שלא זכורה לי כעת מי היו חתניו.

ר' אליקים געציל נפטר כ"א שבט.
אצל ר' מנחם נחום מסקווירא מאכנובקא זה כבר זיווגו השני' בזיווג ראשון הוא היה חתן דודו ר' יוסף מאיר ממאכנובקא (אתמול היה היארצייט שלו)

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 3:33 pm

משה זוך מיר האט געשריבן:ר' אליקים געציל נפטר כ"א שבט.
אצל ר' מנחם נחום מסקווירא מאכנובקא זה כבר זיווגו השני' בזיווג ראשון הוא היה חתן דודו ר' יוסף מאיר ממאכנובקא (אתמול היה היארצייט שלו)

כ"א טבת
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 3:38 pm

משה זוך מיר האט געשריבן:
quote]
ער איז נסתלק געווארן כ"ב כסליו תר"ט, זייענדיג אלט ווייניגער ווי פערציג יאר, און ער ליגט און אוסטראה צוזאמען מיטן פאטער. איך האב געזען אין א ספר אז ס'איז דא איין שטיין איבער די פאטער מיטן זוהן. בן בוזי, זענט איר שוין דארט אויך געווען? איז עס היינט אויך אזוי?
quote]
אויף זיין זונ'ס מצבה שטייט שנת הדר"ת וואס דאס איז תר"ט


גערעכט, איך האב מיר טועה געווען מיטן זוהן. ר' פינחס איז אוועק תקס"ו.
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 3:54 pm

משיח האט געשריבן:= הרה"ק רבי יעקב יוסף מאוסטראה זי"ע =
בן הרה"ק ר' פינחס מאוסטראה זי"ע בן הרה"ק הרב ייבי זי"ע.

בניו:
הרה"ק ר' אליקים געציל מאוסטראה זי"ע, ממלא מקום אביו, נפטר כ"א אדר. בנו יחידו הרה"ק ר' אלתר מרדכי (זעה באלד).


ארויסגעפאלן בטעות:

הרה"ק ר' אלתר'ניו מאוסטראה זצ"ל איז, אזויווי זיין פאטער און זיידע, געווען א תלמיד חכם און חריף, א טיפער מוח, און האט אסאך עוסק געווען און חקירה.
ער פלעגט זיך ארומדרייען צווישן די פשוטע אידן און זיי מקרב זיין לאביהם שבשמים.
און יענע תקופה האט די רוח פון השכלה געפערליך געבודזוועט, און ר' אלתרניו זייענדיג א חכם מחוכם און זייענדיג באקאנט אין די אלע ענינים פלעגט זיך אסאך ארומ'טענה'ן מיט זיי און אויפווייזן זייער פאלשקייט, און אזוי האט ער צוריקגעברענגט אסאך פון די פארכאפטע צום דרך הישר.

ר' אלתרניו האט געפירט זיין מלוכה פאר איבער פופציג יאר, ביז ער איז נסתלק געווארן ממש פארן קריג בשנת תרצ"ו (כמדומה לי), און מיט דעם האט זיך גענדיגט די הערליכע קייט פון אדמור"י בית אוסטראה.

זכיתם יגן עלינו ועל כל ישראל!
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 4:12 pm

מ'האט איהם גערופען ר' אלטער'אוניע
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

משה זוך מיר
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 3:58 pm

תגובהדורך משה זוך מיר » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 6:34 pm

בן בוזי האט געשריבן:מ'האט איהם גערופען ר' אלטער'אוניע

ער איז געווען אינטערפירער ביי זיין שוועסטער ציפורה מיט ר' דוד מסקווירא

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » זונטאג אוגוסט 23, 2009 4:15 pm

בניו:
הרה"ק ר' אליקים געציל מאוסטראה זי"ע, ממלא מקום אביו, נפטר כ"א אדר. בנו יחידו הרה"ק ר' אלתר מרדכי (זעה באלד).
[/quote]

שוין אויבן דערמאנט אז ער איז נסתלק געווארען כ"א טבת
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » זונטאג אוגוסט 23, 2009 4:17 pm

[

הרה"ק ר' אלתר'ניו מאוסטראה זצ"ל איז, אזויווי זיין פאטער און זיידע, געווען א תלמיד חכם און חריף, א טיפער מוח, און האט אסאך עוסק געווען און חקירה.
ער פלעגט זיך ארומדרייען צווישן די פשוטע אידן און זיי מקרב זיין לאביהם שבשמים.
און יענע תקופה האט די רוח פון השכלה געפערליך געבודזוועט, און ר' אלתרניו זייענדיג א חכם מחוכם און זייענדיג באקאנט אין די אלע ענינים פלעגט זיך אסאך ארומ'טענה'ן מיט זיי און אויפווייזן זייער פאלשקייט, און אזוי האט ער צוריקגעברענגט אסאך פון די פארכאפטע צום דרך הישר.

ר' אלתרניו האט געפירט זיין מלוכה פאר איבער פופציג יאר, ביז ער איז נסתלק געווארן ממש פארן קריג בשנת תרצ"ו (כמדומה לי), און מיט דעם האט זיך גענדיגט די הערליכע קייט פון אדמור"י בית אוסטראה.

אין עטליכע גליונות פון דעם קובץ היכל הבעש"ט, איז געדריקט געווארען תורות פון איהם, וואס זיי געפונען זיך אין די ליובאוויטשער לייברערי אין קראון הייטס, ועוד ידם נטויה צו דריקן נאך דערפון (כלשונם)
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט