רבי יצחק אייזיק מלענטשנא זצ"ל - י"ט תשרי תקפ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי יצחק אייזיק מלענטשנא זצ"ל - י"ט תשרי תקפ"ט

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג פאברואר 24, 2008 8:49 pm

הה"צ ר' יצחק אייזיק מלענטשא, יט תשרי תקפ"ט
ווען מ'האט געוואלט מכתיר זיין דעם צדיק רבי יצחק אייזיק מלענטשנא זצ"ל אלס רבי, איז ער געפארן צום צדיק רבי יודא לייבוש מזאקלוב זצ"ל, א תלמיד פון הייליגען רבי'ן פון לובלין זצ"ל, און זיך געבעטן אז מ'זאל אראפלנעמען פון אים דעם עול הרבנות, זאגענדיג אויף זיך דעם פלסוק, תבן אין ניתן לעבדיך, שכל האט נישט דיין קנעכט (מלשון תבונה), ולבנים אומרים לנו עשו, מ'זאגט מיר אז איך זאל אנטאן ווייסע קליידער? (ווי די רבי'ס אין יענע צייטן זענען געגאנגען) האט אים רבי יודא לייבוש געענטפערט, נאר אזא איינער דארף זיין א רבי, וועמען מ'וויל יא און ער וויל נישט.
דאס זעלבע ווערט דערציילט אויפ'ן צדיק הרה"ק רבי שלמה מקארלין זצ"ל. געווען איז דאס נאכדעם וואס דער דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זצ"ל איז נפטר געווארן און מ'האט געוואלט נעמען דעם קארלינער רבי אלס זיין ממלא מקום. ער האט זיך אבער אנטזאגט, ערקלערנדיג, איך וויל פארן צום זלאטשובער מגיד זצ"ל וועלכער קען אויפדעקן באהאלטענע סודות. ער וועט שוין זאגן מיינע עבירות און פלגמים, דורכדעם וועט מען שוין אויפהערן מיך צו מוטשען איך זאל ווערן רבי.
ווען דער קארלינער רבי איז אנגעקומען צום מגיד, האט ער אים אנטפאנגען מיט שמחה און שטארק אויסגערימט דעם גרויסן גאסט. "דא איז אויך נישט פאראן קיין אמת?" האט זיך דער קארלינער געוואונדערט.
דער מגיד האט אים שארף אפלגעענטפערט, איר דארפט זיין א וועגווייזער פאר אידישע קינדער. איר דארפט אריינגיין אין טיפן בלאטע ביז'ן האלדז און ארויסשלעפלן פון דארט נפשות ישראל וועלכע זינקען אין טיפן בלאטע.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

שושלת לענטשנא

תגובהדורך נחוניא » זונטאג מארטש 09, 2014 11:41 am

שושלת לענטשנא עפ"י שארית לשארית עמ' ט'
רבי אייזיק מלענטשנא נפטר י"ח תשרי תקפ"ב [כ"ה בשארית לשארית, אמנם בתפארת היהודי עמ' 40 מובא שנפטר ביום היארצייט של היהודי הק' י"ט תשרי תקפ"ט]
את מקומו מילא בן אחותו רבי יחיאל גערטנער
את מקומו מילא בנו רבי יהודא גערטנער. בימי מלחה"ע הראשונה עקר דירתו לאלכסנדרובקה ונפטר ביליסאוועטגראד כ"ה ניסן תר"פ
בניו:
א] רבי שלמה מדומאציבה
ב] רבי אליעזר משידלאווצע
ג] רבי יחיאל מלענטשנא-טאראנטא [בזיוו"ר חתן רבי יהושע העשיל ממאניסטריטש - ווי דערמאנט אין ספר היובל עמ' סו].
ד] רבי מנחם
ה] זלטא אשת רבי פנחס טודרוס אלטהויז מניקאלייעוו בן רבי בנימין אלטהויז

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג מארטש 09, 2014 11:51 am

אין המאורא בריוו פון רבי יחיאל גערטנער פון טאראנטא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24811
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 10, 2014 2:12 pm

נחוניא האט געשריבן:אין המאורא בריוו פון רבי יחיאל גערטנער פון טאראנטא


רבי יחיאל גערטנער מטאראנטא היה חותנו בזוו"ר של הגה"צ רבי מנשה קליין (הקטן) מאונגוואר ז"ל בעמח"ס משנה הלכות:
viewtopic.php?p=470628#p470628

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2481
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 9:48 am

נחוניא האט געשריבן:שושלת לענטשנא עפ"י שארית לשארית עמ' ט'
רבי אייזיק מלענטשנא נפטר י"ח תשרי תקפ"ב [כ"ה בשארית לשארית, אמנם בתפארת היהודי עמ' 40 מובא שנפטר ביום היארצייט של היהודי הק' י"ט תשרי תקפ"ט]


אין שיח שרפי קודש שטייט אז ער איז אוועק ב' דחוהמ"ס (י"ט תשרי) תקפ"ז

[ביידע ספרים, סיי תפארת היהודי און סיי שיח שרפי קודש האבן די זעלבע מקור: הגר"י לעווינשטיין מסעראצק].
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט