רבי ירחמיאל משה האפשטיין מקאזניץ זצ"ל - י"ג אלול תרס"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי ירחמיאל משה האפשטיין מקאזניץ זצ"ל - י"ג אלול תרס"ט

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:28 pm

י"ג אלול
רבי ירחמיאל משה האפשטיין ב"ר יחיאל יעקב זצ"ל
האדמו"ר מקאזניץ
אין די צייט פון רבי ירחמיאל משה איז געווען א איד, וואס האט יארן געהאט אויסגעדינגען ביים שר, די רעכט איינצומאנען די שטייערן פון די באפעלקערונג, דאס האט געהייסן "שלאגבאהן".
איינמאל איז איינגעפאלן פארן שר, אז ער האט דאס צו ביליג פאר דינגען פארן איד, דעריבער האט ער דעם קומענדיגן יאר געבעטן פונעם איד א שיינעם העכערונג, דער איד האט געוואוסט אז די העכערונג איז צו הויעךן און ער וועט מיט אזא העכערונג גארנישט פארדינען, און ער וועט נאך האבן שאדן.
דער איד האט זיך געבעטן ביים שר מיט טרערן און די אויגן אז ער זאל אים דאס נישט טוהן, ווייל ער קען דאס אים נישט באצאלן בשום אופן, אבער דער שר האט נישט געוואלט הערן צו זיינע בקשות, און ער האט אים אנגעשריגן אויב גיבסטו מיר נישט די הוספה, קענסטו זיך שוין איויס ציען פון דיין דירה! דער איד האט זיך בלית ברירה ארויס געצויגן פון זיין אלטע וואוינונג, און האט זיך געדינגען א נייע דירה.
דער איד איז נאכדעם געפאהרן אויף קאזניץ צום רבין, און האט זייער געוויינט ביים רבי'ן, אז היות ער איז שוין געווען צוגעוואוינט צו די פרנסה פון איינמאנען די שטייערן פארן שר, און אצינד האט ער דאס געמוזט פארלאזן, צוליעב די שאדן וואס ער וואלט געקענט האבן, אבער איצט האט ער נישט קיין פרנסה, וואס זאל ער טוהן? ביים רבין אין שטוב איז דעמאלס געזעצן דער אלטער חסיד בנש"ק ר' משה שפרינצעס ע"ה, האט זיך דער רבי זיך געווענדעט צו ר' משה און אים געזאגט, ווייסטו וואס, פארדינג דו אים, די "שלאגבאהן"!
ר' משה האט געמיינט אז דער רבי מאכט דא א ווערטל? אבער דער רבי האט אים נישט אפגעלאזט, און אים געזאגט נאכאמאל, פאר דינג דו אים די שלאגבאהן, און נעם פון אים איינגאבע געלד!
ר' משה האט זיך איבערצייגט, אז דער רבי מיינט דאס ערנסט, האט ער געפרעגט דעם איד, וויפיל ביזטו מסכים צו צאלן דאס אויסצודינגען אויף א יאר? האט דער איד געזאגט די זעלבע סכום ווי פאר א יאר!
האט אים ר' משה געפרעגט אפשר קענט איר עפעס געבן א הוספה? האט דער איד געזאגט, איך קען נישט געבן קיין איין פרוטה מעהר !
האט אים ר' משה געזאגט, גוט, איך פארדינג דיר דעם "שלאגבאהן" פאר דעם זעלבן פרייז פון פאר א יאר צוריק, און זיי מוחל גיבט מיר עפעס פאר איינגאבע! דער איד האט אים געגעבן א איינגאבע, און איז צוריק אהיים געפאהרן.
ס'איז געווען פרייטיג נאכמיטאג, ווען דער איד האט זיך געהאלטן אינמיטן אנטוהן די שבת'דיגע בגדים, האט ער געהערט ווי איינער קלאפט אין זיין טיר, ווען ער האט אויפגעמאכט די טיר, האט ער געזען שטיין ביי די טיר דעם באדינער פונעם שר, וואס בעט זיך - דער שר האט געבעטן, אז דו זאלסט צו אים תיכף אריבער קומען, דער איד האט נישט געהאט קיין חשק צו גיין צום שר - , דעריבער האט ער געשיקט אנשטאט אים זיין זון, ווען דער שר האט געזען זיין זון, האט ער אים געפרעגט, פארוואס איז נישט אהער געקומען דיין פאטער כדי איך זאל אים אויסדינגען די שלאגבאהן?
האט דער זון געזאגט, מיין טאטע האלט נישט ביים אויסדינגען דעם שלאגבאהן מיט א העכערונג! האט דער שר אים געפרעגט, וויפיל האט דיין פאטער געצאלט ביז איצט? האט דער זון אים געזאגט דעם פרייז וויפיל זיין פאטער האט געצאלט לעצטע יאר, האט דער שר געזאגט, ווייז מיר דעם "כתב שכירות" וואס דיין פאטער האט? האט אים דער זון געוויזן דעם כתב וויפיל ער האט געצאלט ביז איצט, דער שר האט אים געשריבן א קאנטראקט אז ער פארדינגט אים די שלאגבאהן פאר די זעלבע פרייז וואס ער האט געצאלט ביז איצט, אויף די קומענדיגע צען יאר.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:28 pm

רבי ירחמיאל משה איז אויפגעשטאנען י"ג אלול תרס"ט פארטאגס, און האט געזאגט ברכת התורה, און געליינט קריאת שמע, אויפן א הויכן קול, און ער האט אויסגעשריגן די נוסח, וואס ער פלעגט זאגן יעדן אינדערפרי, און יעדע נאכט, פאר ער איז געגאנגען שלאפן.
"איך בין גאט'ס און גאט איז מיינער, ער איז איין גאט אויפן הימל און אויף דער ערד, און אויף אלע וועלטן, אחד יחיד ומיוחד, הי' הווה ויהי", נאכדעם האט ער געמאכט א שהכל, און האט זיך אנגעטוהן הענטשיך, ווייל ער האט נישט געוואלט אז די דאקטורים זאלן אים אנרירן, ער האט געבעטן מ'זאל אים ריין מאכן, און ער האט נאכדעם געפרעגט, צו ער איז שוין ריין, ווען מ'האט אים געענטפערט אז יא, האט ער צוריק געגעבן זיין הייליגע נשמה פארן בורא כל העולמים.
ווען ער איז נפטר געווארן אין קשאנוב, איז געווען א סכסוך ווי מ'זאל אים מקבר זיין, ווייל זיינע חסידים האבן אים געוואלט פירן אויף קאזניץ, זיינע חסידים האבן פראבירט צו פארשאפן א רשות סערטיפיקעט אז מ'זאל אים קענען אריבער פירן די גרעניץ פון גאליציע, אבער די גאליציאנער הערשאפט האט דאס נישט געוואלט ארויס געבן, דעמאלס איז צום רבי'ן צוגעגאנגען, זיין באדינער ר' נתנאל ראדזינער ע"ה און ער האט אים אריין געזאגט, - אונז האבן געטוהן אלעס וואס איז געווען מעגליך, צובאקומען א רעכט דיר ארויס צופירן פון דא, אבער עס איז נישט געגאנגען, און אויב דער רבי וויל ליגן לעבן זיינע עלטערן אין קאזניץ, זאל ער זיך משתדל זיין אז אלעס זאל אדורך גיין בניקל - , תיכף נאכדעם, האבן זיי באקומען פון די רעגירונג א רעכט אים ארויס צו פירן, און מ'האט אים געפירט אויף קאזניץ, ווי ער איז באערדיגט געווארן, לעבן זיינע עלטערן און אור עלטערן
(ספרן של צדיקים)

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 11:17 am

ווער איז געווען ר' ירמיאל משה מקאזניץ, פאטער פון ר' אהר'לע קאזניצער?
לחיים ולברכה!

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 2:05 pm

הרה"ק בן יחיאל יעקב בן אלעזר בן משה אליקים בריעה בן ישראל בן שבתי בן זאב.
ועמך כולם צדיקים

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

ענין חגיגת יום הולדת הצדיקים

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג ינואר 19, 2010 8:22 am

אזוי בלעטערענדיג ר' הילל גאלדשטיין'ס ספרים הקדושים האמיר זיך אנגעטראפן בתולדותיו של אותו צדיק רבי משה מקאזניץ זי"ע, האבעך געזעהן בתו"ד אז ער פלעגט מאכן א סעודה ביום הולדתו.

ס'איז א זאך וואס כ'האב שוין לאנג געוואלט וויסן מער דערוועגן. פאר אפאר יאר צוריק האט איינע פון די גדולי ארצה"ק געפראוועט יום הולדת נומבער ניינציג. ס'איז מיר געווען א וואונדער ווי קומט עס צו מאכן א 'בורדעי פארטי' וואס ביי אונז אין סאטמאר האט מען געוויסט אז מ'מאכט עס נאר אין חבד?

אינעם קובת בית וועד לחכמים, קובץ ב' איז דא א תשובה פון הגאון ר' ישראל דוד הארפענס שליט"א איבער 'בורדעי פארטיס' און ער איז מברר אז ס'נישט כדאי צו מאכן. איי לכאו' – פרעגט ער – אז די צדיקים וקדושים בני הקדוש מרוזין זי"ע האבן יא געפראוועט א "יום הולדת" איז עס אבער ביי זיי אנדערש, ווייל נוח לו לאדם שלא נברא משנברא, איז וואס איז די שמחה אז ביזט געבוירן? אבער צדיקים וואס זענען כולי זכיות איז נוח להם שנברא, מילא פראווען זיי א יום הולדת.

האבעך שוין א תירוץ אויף די יום הולדת'ן ביי צדיקים וואס איז א שמחה פאר כלל ישראל. אבער כ'וואלט געוואלט וויסן צו איינער ווייס מער איבער צדיקים וואס האבן געפראוועט דעם יום הולדת.

פון מרן מהר"א שליט"א האמיר געהערט אמאל ביי של"ס אז דער כתב סופר (ער איז עפעס געווען אוועקגעפארן, דענק נישט פונקטליך צו אין וויען פאר רפואה צו ערגעץ אנדערש) ווען ער איז אלט געווארן פופציג יאר האט מען אים געזעהן ביטערליך וויינען, האבן די תלמידים אים געפרעגט מה אירע? האט ער געזאגט אז ער איז געווארן א בן חמשים און ער מאכט א חשבון הנפש וכו'. איינע פון זיינע גדולי תלמידם (ערוגת הבשום?) האט געזאגט אז אזא יום הולדת מעג מען מאכן...
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דינסטאג ינואר 19, 2010 8:28 am

איך געהערט אז איינמאל איז הגה"ק ר' יהושע מבעלזא געוען אין שינאווא ביי א שמחה, אין הגה"ק משינווא האט געדאווענט מנחה ער"ש. די בעלזא חסידים איז דאס נישט געפאלען, שינאווער רב האט עס באמערקט, האט ער געזאגט היינט איז מיין יום הולדת ממילא וויל איך דאווענען פארען עמוד כדי אריינציכאפען מצות, וכמ"ש חז"ל יפשפש במעשיו כדי שיהא נוח שנברא וכו'.
לעצט פאראכטן דורך ברוקלין אום דינסטאג ינואר 19, 2010 9:13 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

קלונימוס
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 9:08 pm

תגובהדורך קלונימוס » דינסטאג ינואר 19, 2010 9:09 am

יוסלמאן האט געשריבן:כ'וואלט געוואלט וויסן צו איינער ווייס מער איבער צדיקים וואס האבן געפראוועט דעם יום הולדת.

פון מרן מהר"א שליט"א האמיר געהערט אמאל ביי של"ס אז דער כתב סופר (ער איז עפעס געווען אוועקגעפארן, דענק נישט פונקטליך צו אין וויען פאר רפואה צו ערגעץ אנדערש) ווען ער איז אלט געווארן פופציג יאר האט מען אים געזעהן ביטערליך וויינען, האבן די תלמידים אים געפרעגט מה אירע? האט ער געזאגט אז ער איז געווארן א בן חמשים און ער מאכט א חשבון הנפש וכו'. איינע פון זיינע גדולי תלמידם (ערוגת הבשום?) האט געזאגט אז אזא יום הולדת מעג מען מאכן...


אין א תשובה אין כת"ס דערמאנט ער זיין יום הולדת מיט א ברכה דערויף דוכט זיך.

גראדע איז דא א אינטערעסאנטע השלכה פון די תשובה להלכה במקו"א איבער די בר מצוה פון איינער וואס ווערט געבוירן אדר"ח אדר א' בשנה מעוברת צו די בר מצוה זיינע איז ר"ח אדר בשנה מעוברת.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2011 1:30 pm

מצבת קודש
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

ENoam
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 01, 2011 2:26 am

הרבנית הצדיקת ברכה ציפורה גיטל - זוגת רבי ירחמיאל משה

תגובהדורך ENoam » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 11:26 am

מצבת הרבנית הצדיקת ברכה ציפורה גיטל (זוגת רבי ירחמיאל משה) בביה"ק ווארשה, ועל מצבתה:

"...בת הרה"צ מוה"ר מרדכי... נו"נ הרה"צ רשכבה"ג ר' נחום מטשערנאביל זצלל"ה. אשת הרב הצדיק בנש"ק מוה"ר ירחמיאל משה זצלל"ה מקאזיניץ נכד רשכבה"ג המגיד הקדוש מקאזיניץ זי"ע ועכ"י".

ולהעיר כי הרה"צ ירחמיאל משה היה נכד "הנועם אלימלך" מצד אביו וגם מצד אמו:
- אביו רבי יחיאל יעקב, בן רבי אלעזר הופשטיין, בן הרבנית חיה שרה (ורבי משה אליקים בריעה, בן המגיד מקוזניץ), בת רבי אלעזר מליז'נסק, בן הנועם אלימלך זצללה"ה.
- אמו הרבנית שרה דבורה, בת רבי אלימלך שפירא מגרודזיסק (ווארשה), בן הרבנית גיטל (ו"השרף ממוגלניצא"), בת רבי אלעזר מליז'נסק, בן הנועם אלימלך זצללה"ה.
צוגעלייגטע
tt.jpg
מצבת הרבנית הצדיקת ברכה ציפורה גיטל - ביהק ווארשה

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מאנטאג יוני 04, 2012 12:00 pm

איז געבליבן דורות פון הרהק ר' ירחמיאל משה ובנו ר' אהרן?

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » דינסטאג יוני 05, 2012 12:55 am

הרה"ק רבי אהרן יחיאל זי"ע לא היו לו ילדים. אבל לאביו רבי ירחמיאל משה היו: 1. רבי אשר אלימלך מקאזניץ. 2. רבי ישראל אלעזר מקאזניץ - כפר חסידים. [נכדו זה הקאזניצער דהיום מתל אביב].
והאיידים של רבי ירחמיאל משה היה: רבי אברהם אלימלך מגראדזיסק - ירושלים.
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » דינסטאג יוני 05, 2012 2:53 pm

גם בעל חובת התלמידים הי' חתנו . והי' לו חתן בשם שפירא אחיו של הגואדזשיצער מבארא פארק שהי' גר בכפר חסידים ולו משפחה

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג יוני 05, 2012 4:52 pm

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:הרה"ק רבי אהרן יחיאל זי"ע לא היו לו ילדים. אבל לאביו רבי ירחמיאל משה היו: 1. רבי אשר אלימלך מקאזניץ. 2. רבי ישראל אלעזר מקאזניץ - כפר חסידים. [נכדו זה הקאזניצער דהיום מתל אביב].
והאיידים של רבי ירחמיאל משה היה: רבי אברהם אלימלך מגראדזיסק - ירושלים.

ביסטי זיכער אז דער רא"א פון י"ם איז זיין איידעם? דאכט זיך אז די מישט.
לויט מיין זכרון איז דער חובת התלמידים געווען אן איידעם ביי ר' ירחמיאל משה וואס פון אים איז ליידער נישט געבליבן קיין דורות.
דער גראדזיסקער רבי פון י"ם איז געווען א זון פון זיין ברודער האדמו"ר החלוץ.

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דינסטאג יוני 05, 2012 5:12 pm

יאסל!
ביידע, סיי דער חובת התלמידים אין סיי ר' א"א מגראדזיסק-י"ם זענין געווען איידעמער ביי ר' ירחמיאל משה.
ר' א"א איז געווען א זון פון ר' ישראל מגראדזיסק בעל בינת ישראל בן ר' אלימלך הזקן.
דער 'חלוץ' האט אויך געהאט א זון ר' אלימלך אין א"י זעך גערופן אדמו"ר פיאסעצנא-גרודזיסק.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג יוני 05, 2012 5:35 pm

מיילעך האט געשריבן:יאסל!
ביידע, סיי דער חובת התלמידים אין סיי ר' א"א מגראדזיסק-י"ם זענין געווען איידעמער ביי ר' ירחמיאל משה.
ר' א"א איז געווען א זון פון ר' ישראל מגראדזיסק בעל בינת ישראל בן ר' אלימלך הזקן.
דער 'חלוץ' האט אויך געהאט א זון ר' אלימלך אין א"י זעך גערופן אדמו"ר פיאסעצנא-גרודזיסק.

מסתמה וויסטי וואס די רעדסט.
אגב דאכט זיך מיר אז דער ר' ישראל איז געווען אן אייניקל פון ר' אלימלך גראדזיסקער.

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » מיטוואך יוני 06, 2012 10:46 am

גערעכט!!
ר' ישראל בן ר' חיים מאיר יחיאל (נפטר בחיי אביו) בן ר' אלימלך מגראדזיסק.

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » מיטוואך יוני 06, 2012 1:58 pm

מיילעך האט געשריבן:גערעכט!!
ר' ישראל בן ר' חיים מאיר יחיאל (נפטר בחיי אביו) בן ר' אלימלך מגראדזיסק.

הי' חתן הרה''ק האדמוה''ז ר' יצחק מבאהאש זצ''ל ונשאר מהם בן יחיד בעל בינת ישראל ועוד ואלמנתו התחתנה אח''כ בזוו''ש עם ב''ד הרה''ק ר' שלום האלפערין נכד הסב''ק מרוזין נבג''מוהי' אדמו''ר בוואסלוי

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך ינואר 23, 2013 9:09 am

בביה"ח סנהדריה, מקום מנוחתו ליד מהר"ד מראחמסטריווקא זצ"ל
צוגעלייגטע
Koznitz.jpg
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

מנוחת קדשו

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג מאי 09, 2013 12:58 pm

היינט צו טאג האט מען געשטעלט די מציבה פון רבי ירחמיאל משה נעבן די מציבה פון זיין פאטער רבי יחיאל יעקב. [זעה בילד].
דאכט זיך אז אינעם ספר "פרי ישע אהרן" ווערט געברענגט אז ער איז געליגן אויף די אנדערע זייט נעבן זיין עלטער זיין דער באר משה, וסימנך אז ביידע רבי משה'ס זענען געלעגן צוזאמען.
צוגעלייגטע
62-Koznitz2.jpg

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

הרבנית ברכה ציפורה גיטל מקאזניץ

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג מאי 21, 2013 10:53 pm

ENoam האט געשריבן:מצבת הרבנית הצדיקת ברכה ציפורה גיטל (זוגת רבי ירחמיאל משה) בביה"ק ווארשה, ועל מצבתה:

"...בת הרה"צ מוה"ר מרדכי... נו"נ הרה"צ רשכבה"ג ר' נחום מטשערנאביל זצלל"ה. אשת הרב הצדיק בנש"ק מוה"ר ירחמיאל משה זצלל"ה מקאזיניץ נכד רשכבה"ג המגיד הקדוש מקאזיניץ זי"ע ועכ"י".

א באשרייבונג אינעם חוברת "הכרם", אדר ניסן תרצ"א, ארויסגעגעבן דורך ישיבת דעת משה פיאסעצנא, וועגן די פטירה פון הרבנית מקאזניץ - די שוויגער פונעם פיאסעצנער רבי'ן.
צוגעלייגטע
E4E3~1 (1).JPG

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:46 am

בקובץ נחלת צבי (גליון ח' עמ' קט"ו) נדפס מכתב מהרה"ק ר' ירחמיאל משה מקאזניץ מיום ג' וישב תרס"ח שמזכיר את כלתו [אשת בנו הרה"ק ר' אהרן יחיאל] "כלתי תחי' הוא רחל בת שבע בת בתי' רבקה שתחי' יפקדו בזח"ק".
זה תואם למה שסיפר הרה"ח ר' שמואל מרגליות ז"ל שהרה"ק ר' אהר'לע מקאזניץ היה חתנו של הרה"ק ר' אברהם פנחס מקיניוב, כי זוגתו של הרה"ק מקיניוב היתה הרבנית בתיה רבקה בת הרה"ק ר' מרדכי מלאיעוו.
לעצט פאראכטן דורך נחוניא אום מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:14 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:17 am

נחוניא האט געשריבן:בקובץ נחלת צבי (גליון ח' עמ' קט"ו) נדפס מכתב מהרה"ק ר' ירחמיאל משה מקאזניץ שמזכיר את כלתו [אשת בנו הרה"ק ר' אהרן יחיאל] "כלתי תחי' הוא רחל בת שבע בת בתי' רבקה שתחי' יפקדו בזח"ק".
זה תואם למה שסיפר הרה"ח ר' שמואל מרגליות ז"ל שהרה"ק ר' אהר'לע מקאזניץ היה חתנו של הרה"ק ר' אברהם פנחס מקיניוב, כי זוגתו של הרה"ק מקיניוב היתה הרבנית בתיה רבקה בת הרה"ק ר' מרדכי מלאיעוו.

אכן אמת. הוא התחתן עם בת דודתו ,בת אחות אמו .ובזווג שני היא התחתנה עם רבי מנחם נחום מסקווירא מאכנווקע .אח הרה"ק רבי יעקב יוסף מסקווירא .

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:20 am

ווילוויסן האט געשריבן:איז געבליבן דורות פון הרהק ר' ירחמיאל משה ובנו ר' אהרן?

כ"ק אדמו"ר מקאזניץ שליט"א על הדרתו בעיר תל אביב ,איז בן בתו פון רבי ישראל אלעזר מקאזניץ בן הרה"ק רבי ירחמיאל משה מקאזניץ זי"ע.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:24 am

יאסל האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:הרה"ק רבי אהרן יחיאל זי"ע לא היו לו ילדים. אבל לאביו רבי ירחמיאל משה היו: 1. רבי אשר אלימלך מקאזניץ. 2. רבי ישראל אלעזר מקאזניץ - כפר חסידים. [נכדו זה הקאזניצער דהיום מתל אביב].
והאיידים של רבי ירחמיאל משה היה: רבי אברהם אלימלך מגראדזיסק - ירושלים.

ביסטי זיכער אז דער רא"א פון י"ם איז זיין איידעם? דאכט זיך אז די מישט.
לויט מיין זכרון איז דער חובת התלמידים געווען אן איידעם ביי ר' ירחמיאל משה וואס פון אים איז ליידער נישט געבליבן קיין דורות.
דער גראדזיסקער רבי פון י"ם איז געווען א זון פון זיין ברודער האדמו"ר החלוץ.

ווייסט איינער צו סאיז דא אייניקלך פון רבי אברהם אלימלך מגראדזיסק ירושלים? הונדערט פראצענט ער איז געווען זיין איידים, סאיז א היכי תמצא אז דער חובת התלמידים האט חתונה געהאט מיט נכדת אחותו ,דהיינו ער איז געווען בן רבי אלימלך מגראדזיסק, און זיין ווייב איז געווען בת רבי ירחמיאל משה בן רבי יחיאל יעקב חתן רבי אלימלך מגראדזיסק א איר אייניקל פון זיין טאטע .איך ווייס נישט צו מהאט אמאל געהערט אזא זאך און היסטוריה. די שרייבסט אז דער גראדזיסקער רבי פון י"ם איז געווען א זון פון זיין ברודער האדמו"ר החלוץ,במחילת מעלת כבודו די מישט אויס צווי רבי אברהם אלימלך'ס. די גראדזיסקער רבי פון ים איז נישט געווען א זון פון אדמו"ר החלוץ ,נאר ער איז געווען בן רבי ישראל בן רבי חיים מאיר יחיאל בן רבי אלימלך מגראדזיסק .סאיז געווען א אנדערע האדמו"ר רבי אברהם אלימלך וואס ער איז געווען בן האדמו"ר החלוץ,איך געדענק עם זייער גוט ,ער פלעגט אסאך קומען צו די טישין פון הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב און בנו הרה"ק רבי שמעון מלעלוב ,אן ער פלעגט זיצען אויבען אן.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג אוגוסט 19, 2013 3:09 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:19 am

נחוניא האט געשריבן:בקובץ נחלת צבי (גליון ח' עמ' קט"ו) נדפס מכתב מהרה"ק ר' ירחמיאל משה מקאזניץ מיום ג' וישב תרס"ח שמזכיר את כלתו [אשת בנו הרה"ק ר' אהרן יחיאל] "כלתי תחי' הוא רחל בת שבע בת בתי' רבקה שתחי' יפקדו בזח"ק".
זה תואם למה שסיפר הרה"ח ר' שמואל מרגליות ז"ל שהרה"ק ר' אהר'לע מקאזניץ היה חתנו של הרה"ק ר' אברהם פנחס מקיניוב, כי זוגתו של הרה"ק מקיניוב היתה הרבנית בתיה רבקה בת הרה"ק ר' מרדכי מלאיעוו.

הרבנית רחל בת שבע נולדה בשנת תרמ"ט (בערך).
בשנת תרס"ז (בערך) נישאה להרה"ק ר' אהרן יחיאל מקאזניץ זצ"ל.
נתגרשה מאתו אחרי כמה שנים ללא זש"ק.
בין השנים תרפ"א - תרפ"ט נישאה להרה"ק ר' מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל.
כ"ז כסלו תרפ"ט היגרה לאמעריקא ביחד עם בעלה.
ו' כסלו ת"ש נפטרה ומנו"כ בביה"ח בית דוד.
אביה הרה"ק ר' אברהם פנחס מקיניוב נפטר י"ז תמוז תש"י
אמה הרבנית בתיה רבקה נפטרה כ"ז ניסן תשט"ו
צוגעלייגטע
Ruchel Bas Sheva (1).jpg
קרעדיט: נחמן נתן


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט