רבי עקיבא איגר זצ"ל - י"ג תשרי תקצ"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוראפ האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ד. שרל אשת בזוו"ר ר' אברהם משה קאלישער, בזוו"ש אשת מרן החת"ס

פירוש על נביאים ראשונים, מדון יצחק אברבנאל. המבורג [תמ"ז 1687].
חותמות רבי "א' משה מליסא". בראש השער חתימת אביו "הק' יהודא ליב סג"ל קאלישר". ורישומים בכתב ידו של רבי אברהם משה: "חנני ד' ונתן ברשות אאמ"ו המאה"ג המפורסם שנת[ן] לי את הספר הזה במתנה". רישום נוסף בכת"י של רבי אברהם משה: "שייך לכבוד אמו"ח [אדוני מורי חמי] הגא[ון] החסיד אמתי מו"ה עקיבא איגר נ"י אב"ד דק' פ----".
חותמת נוספת:I. L. Eger…" ".
רבי אברהם משה מליסא, חתנו של רבי עקיבא איגר, גאון מופלג, תשובות ממנו ואליו נדפסו בספר שו"ת רעק"א. כיהן כאב"ד פילא עד פטירתו בגיל צעיר בשנת תקע"ב (1812). [אלמנתו מרת שרל נישאה בזיווג שני להגאון בעל "חתם סופר" והיא אמו של ה"כתב סופר" ורוב ילדיו. לרבי אברהם משה היתה רק בת אחת שהיתה נשואה לר' יוסף גינז-שלזינגר (בן אחיו של סבה רבי עקיבא איגר), מייסד בית מסחר ספרים שלזינגר בוינה, שהוציא לאור את התשובות של ה"חתם סופר" חותנו חורגו].
אביו, רבי יהודה ליב קאלישר מליסא, מגדולי גאוני דורו, ראב"ד ליסא בזמן רבנות בעל "חוות דעת" ו"נתיבות המשפט". בשנת תק"פ הוציא את ספרו "היד החזקה" ובסוף הספר הביא מחידושי בנו "הגאון המפורסם המופלג המנוח מוהר"ר אברהם משה זצלה"ה האב"ד פילא". נפטר תקפ"ב (1812).
קרעדיט

די חתימה נוספת אויף לאטייניש איז פון ר' יצחק לייב איגר פון יאהאניסבורג (אין פרייסען נישט פארמישען מיט יאהענעסבורג פון אפריקא) בנו של הגרעק"א, ער האט געדרוקט בשנת תרכ"ב דארט דעם שו"ע או"ח עם הגהות אביו הגרעק"א.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א בוים מיט אלע צווייגען פון צאצאי הגרעק"א (קרעדיט; זשואיש זשען רב-סי"ג):
http://www.loebtree.com/eger.html
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6810
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יישר כח מילער פארן לינק.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קיינמאל בעפאר נישט געזעהן אז הגרעק"א זאל חתמ'ען זיין משפחה נאמען 'גינזמאן':
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=213
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

וואס איז טאקע פשט ?
נישט אייגער איז די נאמען?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

גאנץ מעגליך אז דער מעתיק האט נישט גוט געליינט 'עקיבא גינז מא"ש'.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט ?
נישט אייגער איז די נאמען?

דער ריכטיגער נאמען איז 'גינז' ער האט געטוישט נאמען צו איגר כשם אמו והדברים עתיקין.

יוסף שרייבער האט געשריבן:גאנץ מעגליך אז דער מעתיק האט נישט גוט געליינט 'עקיבא גינז מא"ש'.

געקלערט דאס זעלבע, אזוי שרייבט ער איבעראל, וואס איז די ראשי תיבות פון מא"ש? מאייזנשטאט?
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

יא.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

מיללער האט געשריבן:דער ריכטיגער נאמען איז 'גינז' ער האט געטוישט נאמען צו איגר כשם אמו והדברים עתיקין.

למה? האם היה לזה סיבה מיוחדת?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

ר' אלעזר שמחה בונם בן הרהגה"צ המפורסם ר' שמואל גינז אבד"ק אבראהאם בן ר' בונם איגר.
מנו"כ בקערעסטור, שם שימש ברבנות בנו הג"ר משה גינז.
אטעטשמענטס
image074.jpg
image074.jpg (42.76 KiB) געזען 5861 מאל
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

ווילוויסן האט געשריבן:ר' אלעזר שמחה בונם בן הרהגה"צ המפורסם ר' שמואל גינז אבד"ק אבראהאם בן ר' בונם איגר.
מנו"כ בקערעסטור, שם שימש ברבנות בנו הג"ר משה גינז.

אנטשולדיג אבער הגאון רבי משה גינז אבד"ק קערעסטור זצ"ל איז געוועהן עלטער פון הגאון רבי שמואל גינז אבד"ק אבראהאם זצ"ל,
און ווי אזוי קען זיין זוהן, אז ער איז גאר אן אייניקעל פון אים, טשעק איבער דיין סארס, קען אפשר זיין אז ער איז גאר דער טאטע פון רבי בונם איגר,
אבער כ'מיין אז נישט, ווייל זיין לעצטע נאמען איז געוועהן גינז און נישט אייגער, מסתמא א קרוב.

אגב אז מ'רעד פון רבי שמואל גינז זצ"ל אב"ד אבראהאם, איז כדי צוצולייגען, אז ער האט געהאט א ישיבה, און געשריבען אסאך חידו"ת וסוגיות הש"ס
ונאבדו לדאבונינו, אבער בספרי תלמידו הגאון רבי חיים אפרים בלאיטי זצ"ל דומ"צ טארנלייא (זיין איידעם איז געוועהן הגאון רבי ישראל וועלץ ז"ל דומ"צ פעסט),
חמודי אפרים, וכן באשל חיים שני כרכים, מעתיק הרבה חידו"ת וסוגיות ממנו, יהא זכרו ברוך
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ראש הקהל האט געשריבן:

איידער איר שיסט, גיט ביטע א קוק דא אינעם ספר 'חוט המשולש', עס איז גענוג נאר א קוק צו טאן אויפן שער בלאט, און איר וועט זעהן למי הצדק.:
http://www.hebrewbooks.org/5368
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

מיללער האט געשריבן:

כ'האב טאקע דעם ספר ברשותי דער ערשטע דרוק, מיט א חתימה פון: שלמה אליעזר בלומענפעלד
איך האב מיך טאקע געמוטשעט צו פארשטיין דער שער בלאט, דער בנו באות ב' אהיכא קאי?
פינעף דורות ווערט דא אויסגערעכנט, איך האב נישט געכאפט וואס ווער ווען, מיט'ן סדר
שכויח רבי מילער און ווילוויסען פאר'ן גענויע סדר
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

מיללער
שכוח פאר שטיין שמירה, אז איר זענט דא ביניך רואיגער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווילוויסן האט געשריבן:מיללער
שכוח פאר שטיין שמירה, אז איר זענט דא ביניך רואיגער.

וואו דען זאל איך זיין? מיין רבי פלעגט זאגן אז יעדער איז א ווילנער גאון, אז מ'וויל-נאר קען מען זיין א גאון, לענינינו האב איך געקלערט, ששש, איך וועל נישט מאריך זיין, איך בין שוין מסיים, מ'עמיר זיך צאמגעקומען דא היינט לכבודו פונעם גאסט דער ווילוויסענער רב שליט"א, וכו'

-
כדי דער אשכול זאל נישט פארפארן, מיין ידיד וידיד בת מדרשינו הרב ר' לעמל'ה מ'שבעים האט מיר צוגעוויזען א בוך וואס איז ערשינען נאכן קריג, איבער פארשידענע משפחות פון ווארשא, דער בוך איז געשריבען אויף אידיש, עס באהאנדלט עטליכע רייכע און אינפלוסרייכע משפחות אין ווארשא פאר די קריג, אבער ליידער נישט קיין רעליגיעזע פאמיליעס.

דער בוך הייסט די לעצטע פון א גרויסן דור, עס איז פערפאסט געווארן דורך מארק טוראוו, האט ער דארט אן ערך איבער די 'איגר' פאמיליע פון ווארשא, מיר האבן שוין אויבן צוגעברענגט עטליכע מצבות פון די משפחה, אבער ליינענדיג דעם בוך, איז אונז ממש געקומען צו וויינען, וויאזוי די אור-אייניקלעך פונעם הייליגען גאון העולם, אשר כל רז לא אניס ליה, כל התורה כולה איז ביי אים געלגען אויף די שפיץ פינגער, און ליידער וויאזוי די אייניקלעך האבן אויסגעזעהן איז לא יאומן כי יסופר.

החומל על דל חמול על דלותם, וראה שפלותם ואורך גלותם, האט דער סקרענטאנער רב זאל געזונט זיין אמאל געטייטש, אז דאס איז א שטיקל מליצה ישרה, מ'בעט דעם אייבירשטען 'וראה שפלותם' טוה א קוק צו וואספארא שפלות אידישע קינדער האבן זיך דערקייקלט, ווער איז נעבעך שולדיג דערינען? 'ואורך גלותם' דאס איז א פראדוקט פונעם לאנגען אידישען גלות, גולה אחר גולה גלתה יהודה, יעדע גלות האט געהאט זיינע שטאנציעס ווי נאך אידישע קינדער זענען נעבעך אראפגעשטיגען פונעם אידישען באן, עס האט אריינגענומען מסלתה ומשמנה, נישט איבערגעלאזט קיין איין משפחה אפגעזעהן ווער דער זיידע איז געווען, ועתה נשארנו מעט מן המעט.

זיי זיך שוין מרחם רבוש"ע על שארית עמך, ווייל דער באן דא אמעריקא מאכט פארשידענע סטאפס, און מ'הערט נעבעך פון פרישע אראפגעשטיגענע רח"ל, לאמיר זעהן אז דער באן זאל שוין יעצט פארן נאן-סטאפ קעגן משיח, מיר קענען נישט עפארדען נאך איין אידיש נפש.

-

גיי ווייס צו וועם איך רעד דא, וואס נאך איז נייעס הרב וויל?
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

דער רב רעדט פון הארצן און מיר הערן אויס מיט א ערענסקייט!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

בערניו גיב מיר זיי אזוי גוט דעם טאשטיכל...
די דברים היוצאים מן הלב איז טיף טיף אריין.
ודבר בעתו מה טוב.
צי מיר הערן? אח אח אח... איי קען היער יו, ענד אלל אוו אוער ענעמיס וויל סאאן היער אז טאא האט דער אלטער געשריען, ויה״ר שיתמו ויכרתו שונאינו וימלאו ויתרבו ויקראו זכויותינו כדגים וכרמון במהרה דידן. אמן
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35421
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שמעלקא טויב האט געשריבן:דער רב רעדט פון הארצן און מיר הערן אויס מיט א ערענסקייט!
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיללער האט געשריבן:
א"כ הרב קטן,
איך האב טאקע נעכטן ערהאלטן אן אויסשניט פון די דערמאנטע 'אגודת משפחת איגר' ביי די ענף 'טענענבוים-לייענער' וואס איך האב דא דערמאנט, איך לייג עס דא צו. (אופס איך קען נישט, שוין יחשב נא כאילו הייתי פורטם).

פון דער דערמאנטער ר' נתן נטע טענענבוים חתנו של ר' מאיר לייב ראזאניס חתן הגרעק"א איז געווען נאך א רבישע משפחה מקושר, ווייל הרבנית אסתר בת ר' נתן נטע הנ"ל האט חתונה געהאט מיט האדמו"ר ר' אהרן צבי לאנדא מביאלא ב"ר דוב בעריש מביאלא ב"ר אברהם מטשעכנוב (מיר האבן אן אשכול איבער זיין זוהן ר' מנחם מענדל מביאלא-ניו יארק וועלכער איז דא נפטר געווארן א' אלול תרצ"ח וחיבר ספר שמש ומגן).
די מציבה פון הרבנית אסתר אשת רבי אהרן צבי לאנדא מביאלא
http://cemetery.jewish.org.pl/id_80347/ ... /photo.jpg

בילד
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

על ספר שתי הלחם דפוס וואנזיבעק חתימת ר' אברהם אייגער בן מרן רעק''א.
'שייך לי הק' אברהם בן הרב הגאון המפורסם מו''ה עקיבא ני''ו מא''ש אבדק''ק פרידלאנד'.

scan0004.jpg

אונטער דעם איז דא א חתימה 'שייך לי הק' מרדכי בן לא''א התו' מוה משה ני'.

scan0005.jpg

אויף צו בינדען דעם ספר האט מען גענוצט בלעטער פונעם ספר מלא רצון.

scan0006.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מציבת מרת גיטל איגר בעיר לאמזשא, פוילן - ב"ר אברהם איגר ונכדת הגרעק"א :
בילד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
דער זון וממלא מקום פון הגרעק"א איז געווען זיין צווייטער זון ר' שלמה איגר בעמח"ס גליון מהרש"א ושא"ס, קודם איז ער געווען רב אין קאליש און שפעטער על מקום אביו בפוזנא ושם מנו"כ.
ר' שלמה איז געווען אן איידעם ביים נגיד ר' ישראל הירשנזון פון ווארשא ווי ר' שלמה האט קודם געוואונט, און א חלק פון די משפחה איז טאקע געבליבען וואונען אין ווארשא.

בני ר' שלמה בן הגאון ר' עקיבא איגר;
1) בנו ר' ישראל איגר מווארשא
2) בנו הרה"ק ר' יהודה לייב איגר מלובלין אבי שושלת אדמור"י לובלין
3) בנו ר' יצחק שרגא פייבל מווארשא
4) בנו ר' יוסף איגר מקוזמיר
5) חתנו ר' יהושע העשיל רוקח מפינסק
6) חתנו ר' מנחם צבי (?) בווארשא
7) חתנו הרב ד"ר הירשפעלד בגלייוויץ

אינעם ווארשאווער ביה"ח טרעף איך עטליכע מציבות מיט די משפחה נאמען איגר, בתוכם פון דעם ר' יצחק שרגא בן ר' שלמה איגר (די מציבה קען מען נישט לייענען שטעל איך נישט קיין בילד).[/quote]

נוסח מציבת ר' יצחק שרגא בן מהר"ש איגר בווארשא
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=87
פטירת ר' העשיל רוקח בקארלין חתנו של מהר"ש איגר זצ"ל - הלבנון תרל"ה
אטעטשמענטס
GetImage (5).png
GetImage (6).png
GetImage (7).png
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:ר' שלמה איז געווען אן איידעם ביים נגיד ר' ישראל הירשנזון פון ווארשא ווי ר' שלמה האט קודם געוואונט, און א חלק פון די משפחה איז טאקע געבליבען וואונען אין ווארשא.

בני ר' שלמה בן הגאון ר' עקיבא איגר;
1) בנו ר' ישראל איגר מווארשא
2) בנו הרה"ק ר' יהודה לייב איגר מלובלין אבי שושלת אדמור"י לובלין
3) בנו ר' יצחק שרגא פייבל מווארשא
4) בנו ר' יוסף איגר מקוזמיר
5) חתנו ר' יהושע העשיל רוקח מפינסק
6) חתנו ר' מנחם צבי (?) בווארשא
7) חתנו הרב ד"ר הירשפעלד בגלייוויץ

בשנת תרכ"ו איז נפר געווארן דער רב פון קארלין הג"ר שמואל אביגדור תוספאה זצ"ל, ביי די הספד וואס איז פארגעקומען אויפן ביה"ח אינעם דערנענבנדיג פינסק האט מספיד געווען ר' ישראל ב"ר שלמה איגר, הייסט דאס איז ר' ישראל האט געוואונט אין פינסק-קארלין?

זעהט דא די באריכט פון די לויה און דער הספד:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... 4&rtl=true
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
צאצאי מרן הגרעק"א כפי מה שנכתבו בספר עטרת פז (קאליש תרצ"ח) לתולדות רבינו.

מזווג ראשון,
א. ר' אברהם איגר מראוויטש, מנו"כ בפוזנא
ב. ר' שלמה איגר אב"ד קאליש ולאחריו מ"מ אביו בפוזנא (אבי רי"ל איגר מלובלין)
ג. שיינדל אשת ר' דוידזון ברמברג
ד. שרל אשת בזוו"ר ר' אברהם משה קאלישער, בזוו"ש אשת מרן החת"ס
ה. צפורה, מתה בנערותה
מזווג שני
ו. ר' משה איגר מווארשא
ז. ר' בנימין וואלף אייגר מיוהניסבורג וברלין
ח. יהושע פיבלמאן איגר מת בנערותו
ט. ר' יצחק לייב איגר מלאמזא
י. ר' שמואל איגר ממינסק
י"א. ר' שמחה בונם איגר מבארדיטשוב
י"ב. ר' דוד איגר מברעסלוא
י"ג. ראדיש אשת ר' וואלף שיף מוואלשטיין
י"ד. פריידכא אשת ר' פישל גראדשטיין מלובלין
ט"ו. גיטל אשת ר' שמואל קארנפעלד מבראד
ט"ז. רבקה אשת ר' חיים שמואל בירנבוים מפוזנא ואח"כ בדובנא רבתי, בעמח"ס רחש לבב והגהות מעשה חושב על ספר שער המלך להרמב"ם. (חתנו היה ר' עקיבא סופר בן ר' שמעון אב"ד ערלוי בעל התעוררות תשובה).
י"ז. בילא אשת ר' מאיר לייב ראזאניס מבראד
י"ח. הדסה מתה בנערותה
י"ט. יוטא אשת ר' שמעון ברלינער מקרוטשין

רבי יצחק לייב בן הגאון רבי עקיבא איגר זצ"ל איז געווען א גרויסער נגיד וגביר, ער האט פאר א צייט אויך געוואונט אין די שטאט יאהניסבורג אין מדינת פרייסן (נישט פארמישון מיט סאוט אפריקא) ואוו ער האט משמש געווען אלס פרנס ומנהיג, לויט דעם צייטונגס אויסשניט פון המגיד שנת תרכ"ח
אטעטשמענטס
GetImage (6).png
GetImage (5).png
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
צאצאי מרן הגרעק"א כפי מה שנכתבו בספר עטרת פז (קאליש תרצ"ח) לתולדות רבינו.

מזווג ראשון,
א. ר' אברהם איגר מראוויטש, מנו"כ בפוזנא
ב. ר' שלמה איגר אב"ד קאליש ולאחריו מ"מ אביו בפוזנא (אבי רי"ל איגר מלובלין)
ג. שיינדל אשת ר' דוידזון ברמברג
ד. שרל אשת בזוו"ר ר' אברהם משה קאלישער, בזוו"ש אשת מרן החת"ס
ה. צפורה, מתה בנערותה
מזווג שני
ו. ר' משה איגר מווארשא
ז. ר' בנימין וואלף אייגר מיוהניסבורג וברלין
ח. יהושע פיבלמאן איגר מת בנערותו
ט. ר' יצחק לייב איגר מלאמזא
י. ר' שמואל איגר ממינסק
י"א. ר' שמחה בונם איגר מבארדיטשוב
י"ב. ר' דוד איגר מברעסלוא
י"ג. ראדיש אשת ר' וואלף שיף מוואלשטיין
י"ד. פריידכא אשת ר' פישל גראדשטיין מלובלין
ט"ו. גיטל אשת ר' שמואל קארנפעלד מבראד
ט"ז. רבקה אשת ר' חיים שמואל בירנבוים מפוזנא ואח"כ בדובנא רבתי, בעמח"ס רחש לבב והגהות מעשה חושב על ספר שער המלך להרמב"ם. (חתנו היה ר' עקיבא סופר בן ר' שמעון אב"ד ערלוי בעל התעוררות תשובה).
י"ז. בילא אשת ר' מאיר לייב ראזאניס מבראד
י"ח. הדסה מתה בנערותה
י"ט. יוטא אשת ר' שמעון ברלינער מקרוטשין

נאך אן איידעם פון רבי שמואל בירנבוים חדב"ן הגרעק"א איז געווען הגביר ר' זלמן בראדסקי פון קיעוו:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... 9&rtl=true
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”