רבי אליעזר חיים בלום זצ״ל, מקאשוי - תרצ״ט - ז׳ טבת תשע״ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג דעצמבער 23, 2018 4:17 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
יצחקי האט געשריבן:
תלמיד נאמן האט געשריבן:דברי פתיחה הרה"ג ר' חיים אהרן פריעדמאן מנה"ר ישיבת קאשוי
הגה"צ אב"ד פאיע שליט"א
הגה"צ אב"ד יאוואזשנא שליט"א
כ"ק אדמו"ר מכוונת הלב שליט"א
כ"ק אדמו"ר מקאזלוב שליט"א

מי הוא זה קאזלוב?

הגה"צ ??? רוקח שליט"א מב"פ
א מחותן מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א


ומגדולי תלמידי הגה"ק ר' רפאל בלום מקאשוי זצ"ל

פון וועלכע יאר איז ער א תלמיד? ער קוקט אויס היבש עלטער ווי די יארן פון זיין א תלמיד פון קאשויער רב ז"ל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג דעצמבער 23, 2018 4:22 pm

מי יודע האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
יצחקי האט געשריבן:
תלמיד נאמן האט געשריבן:דברי פתיחה הרה"ג ר' חיים אהרן פריעדמאן מנה"ר ישיבת קאשוי
הגה"צ אב"ד פאיע שליט"א
הגה"צ אב"ד יאוואזשנא שליט"א
כ"ק אדמו"ר מכוונת הלב שליט"א
כ"ק אדמו"ר מקאזלוב שליט"א

מי הוא זה קאזלוב?

הגה"צ ??? רוקח שליט"א מב"פ
א מחותן מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א


ומגדולי תלמידי הגה"ק ר' רפאל בלום מקאשוי זצ"ל

פון וועלכע יאר איז ער א תלמיד? ער קוקט אויס היבש עלטער ווי די יארן פון זיין א תלמיד פון קאשויער רב ז"ל

ער האט דאכטזיך געלערנט ביי אים ווען ער איז געווען א איינגעשטעלטער אין די צעלימע ישיבה תיכף נאכן אנקומען קיין אמעריקע
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג דעצמבער 23, 2018 4:30 pm

מי יודע האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
יצחקי האט געשריבן:
תלמיד נאמן האט געשריבן:דברי פתיחה הרה"ג ר' חיים אהרן פריעדמאן מנה"ר ישיבת קאשוי
הגה"צ אב"ד פאיע שליט"א
הגה"צ אב"ד יאוואזשנא שליט"א
כ"ק אדמו"ר מכוונת הלב שליט"א
כ"ק אדמו"ר מקאזלוב שליט"א

מי הוא זה קאזלוב?

הגה"צ ??? רוקח שליט"א מב"פ
א מחותן מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א


ומגדולי תלמידי הגה"ק ר' רפאל בלום מקאשוי זצ"ל

פון וועלכע יאר איז ער א תלמיד? ער קוקט אויס היבש עלטער ווי די יארן פון זיין א תלמיד פון קאשויער רב ז"ל

קאשויער רב זצ"ל האט שוין געפירט א ישיבה פאר'ן קריג בערך אין תרצ"ו, און פין דעמאלטס אין ווייטער האט ער קיינמאל נישט מפסיק געווען זיין הרבצת התורה ביז (ועד בכלל) זיין ישיבה אין קרית קאשוי, ער האט אפי' געהאט א חבורה תלמידים מיט וועמען ער האט געהארעוועט אין גמרא תוס' עטליכע זמנים בשעת'ן קריג.

אויב עמיצער האט געלערנט ביי אים ווען ער האט אנגעהויבן פאר'ן קריג, האט ער דאך שוין געדארפט זיין דעמאלטס כאטש בערך בר מצוה, און וואלט דערום געדארפט זיין היינט כאטש א בן מאה אדער קרוב ממש לזה, איז יעדער יונגער ווי דאס איז נישט קיין חידוש בכלל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג דעצמבער 23, 2018 4:31 pm

ער האט געלערענט אין צעהלים ביי הרה"ק מקאשוי זי"ע בשנת תשי"ח
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג דעצמבער 23, 2018 4:32 pm

און שפעטער האט ער ממשיך געווען צו לערנען ביים רבי'ן אין זיין אייגענע ישיבה
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג דעצמבער 23, 2018 4:36 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:
יצחקי האט געשריבן:
תלמיד נאמן האט געשריבן:דברי פתיחה הרה"ג ר' חיים אהרן פריעדמאן מנה"ר ישיבת קאשוי
הגה"צ אב"ד פאיע שליט"א
הגה"צ אב"ד יאוואזשנא שליט"א
כ"ק אדמו"ר מכוונת הלב שליט"א
כ"ק אדמו"ר מקאזלוב שליט"א

מי הוא זה קאזלוב?

הגה"צ מאיר רוקח שליט"א מב"פ
א מחותן מיט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג דעצמבער 23, 2018 4:37 pm

דער קאזלוב'ער רב איז דאן לפיה"ח בכלל נישט אזוי אלט ווי ער קוקט אויס, ער איז מן הסתם יונגער פין רא"ח זצ"ל וואס האט שוין חתונה געהאט דוכט זיך ערגעץ תשי"ח.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » זונטאג דעצמבער 23, 2018 4:46 pm

דער קאזלובער איז געבוירען דא אין אמעריקע דאכציך.
ער איז לעצטענס געווען אין די נייעס ווען מהאט עם באגנבעט אפאר טייערע אנטיק ספרים

אוועטאר
בשבילי נברא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5538
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג דעצמבער 23, 2018 5:14 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:דער קאזלובער איז געבוירען דא אין אמעריקע דאכציך.
ער איז לעצטענס געווען אין די נייעס ווען מהאט עם באגנבעט אפאר טייערע אנטיק ספרים

ער איז טאקע געבוירן דאהי אין אמעריקא, אבער זיינע עלטערן זענען שוין דא געווען אין אמעריקא נאך פון פריער, פארן צווייטן וועלט מלחמה.
(אפשר גאר זיין זיידע שוין? איך געדענק נישט)

און טאקע פארדעם האט ער אזויפיל פריערדיגע זאכן בירושה, ווייל ביים אהערקומען קיין אמעריקע נאך פארן קריג, האבן זיינע עלטערן מיטגעברענגט אסאך פון זייערע אריגינעלע חפיצים וואס זיי האבן געהאט אין זייער באזיץ מירושת בית אבותיהם זצ"ל.
---

שטיגליץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » זונטאג דעצמבער 23, 2018 5:20 pm

יצחקי האט געשריבן:
תלמיד נאמן האט געשריבן:דברי פתיחה הרה"ג ר' חיים אהרן פריעדמאן מנה"ר ישיבת קאשוי
הגה"צ אב"ד פאיע שליט"א
הגה"צ אב"ד יאוואזשנא שליט"א
כ"ק אדמו"ר מכוונת הלב שליט"א
כ"ק אדמו"ר מקאזלוב שליט"א

מי הוא זה קאזלוב?

מגדולי תלמידי רביה"ק בעל ברכת שמים זי"ע

ביים רבי'נס לויה בשנת תשס"ה איז ער געווען דער וואס האט אפיציעל מכתיר געווען דעם רבי'ן זי"ע אלטס ממלא מקום

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » זונטאג דעצמבער 23, 2018 5:23 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:דער קאזלובער איז געבוירען דא אין אמעריקע דאכציך.
ער איז לעצטענס געווען אין די נייעס ווען מהאט עם באגנבעט אפאר טייערע אנטיק ספרים

ער איז טאקע געבוירן דאהי אין אמעריקא, אבער זיינע עלטערן זענען שוין דא געווען אין אמעריקא נאך פון פריער, פארן צווייטן וועלט מלחמה.
(אפשר גאר זיין זיידע שוין? איך געדענק נישט)

און טאקע פארדעם האט ער אזויפיל פריערדיגע זאכן בירושה, ווייל ביים אהערקומען קיין אמעריקע נאך פארן קריג, האבן זיינע עלטערן מיטגעברענגט אסאך פון זייערע אריגינעלע חפיצים וואס זיי האבן געהאט אין זייער באזיץ מירושת בית אבותיהם זצ"ל.

יישר כח פאר אויסקלארען

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

עצרת - מאנסי

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג דעצמבער 23, 2018 6:49 pm

עצרת מספד תמרורים

מאנסי
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (57.64 KiB) געזעהן 2846 מאל
לעצט פאראכטן דורך חושב מחשבות... אום זונטאג דעצמבער 23, 2018 7:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג דעצמבער 23, 2018 6:52 pm

מתמידים רב הצעיר
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (128.48 KiB) געזעהן 2845 מאל
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 12:57 am

די רבי זצ''ל האט אמאל געזאגט פאר א אייניקל, ''מעולם בין איך קיינמאל נישט אראפגעגאנגן אין באנק (טראץ וואס ער פלעגט דרייען מיט ריזיגע געלטער) חוץ איינמאל, וואס בטעות האט די באנק רעקארדירט א טרענזעקשן פון 20 דאלער, צו 20 טויזענט דאלער! און דאן האב איך געטראכט אז טאמער וועל איך זיי אויפמערקבאר מאכן פונעם טעות וועט ארויסקומען א גרויסע קידוש השם, האב איך געוואלט מקיים זיין די מצוה אליינס, בין איך דעמאלטס און א אויסנאמס פאל אליין אראפגעגאנגן''.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

כיבוד אב ואם

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:12 am

ר' אהרן יוסל בערגער שליט''א האט היינט פארציילט ביים עצרת הספד אין מאנסי,

ס'געווען א תקופה וואס ר' אהרן יוסל פלעגט פארן יעדן טאג קיין בעדפארד הילס צו דער קאשויער ישיבה ווי פלעגט פארלערנען א לומדישע שיעור פאר די בחורים, איינמאל רופט איהם די רבי זצ''ל (שיח חיים) און פרעגט איהם צו ער קען מיטפארן מיט איהם, היות ער וויל גיין באזוכן זיין גרויסן טאטן (כידוע ער פלעגט מקפיד זיין צו פארן איינמאל א וואך אלס כיבוד אב ואם),

פארענדיג אויפן וועג פלעגט זיך פארמירן צווישן זיי רייכע שמועסן אין אסאך תורה'דיגע און השקפה'דיגע שמועסן, ווי ר' אהרן יוסל שילדערט ווי אין וועלכע סוגיא מ'האט נאר גערעדט פלעגט ער זיין ווי אינדערהיים מיט א געוואלדיגע חריפות און בקיאות.

א אויפאלענדע זאך האט ער באמערקט ווי עטליכע מינוט פאר מ'איז אנגעקומען קיין קרית קאשוי פלעגט די רבי איהם בעטן אז יעצט דארף ער אפאר מינוט פאר זיך און ער וויל מפסיק זיין די תורה'דיגע שמועס, אזוי איז אנגעגאנגען פאר עטליכע וואכן, ביז איינמאל האט ער גענומען די קוראזש און געפרעגט דעם רבי'ן וואסע פשט אין די הנהגה, האט איהם די רבי גענטפערט אז פאר ער דארף אריינגיין צו זיין גרויסן טאטן דער גדול בישראל טראכט ער צו זיך 3 נקודות, 1- צו מסדר זיין ביי זיך אין מח וואס צו רעדן כדי צו זיין גרייט פון בעפאר וואס צו רעדן כדי נישט צו שטערן זיין טאטע אין זיין פארנומענע סדר היום. 2- זיכער מאכן אז גייט נישט רעדן גיין זאכן וואס זאל חלילה זיין ביטול תורה פארן טאטן. 3- זיך צו מתבונן וויאזוי צו רעדן חלילה נישט צו מצער זיין בדיבור נישט עובר צו זיין אויף כיבוד אב.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:16 am

אמאל פאר די רבי איז געגאנגן צו א שמחה ווי מ'האט איהם גערופן האט ער געזאגט א ס'דא 3 סארט מענטשן ביי יעדע שמחה,
1- מענטשן וואס ווילן גיין, אבער די עולם ברויך זיי נישט דארט באמת
2- מענטשן וואס ווילן נישט עכט גיין, אבער די עולם האט הנאה ווען זיי קומען
3- מענטשן וואס ווילן נישט עכט גיין און דער עולם דארף זיי נישט, אבער מחמת א זייטיגע סיבה מוזן זיי גיין (ווי למשל א אלטע זיידע וואס נערווירט די אייניקלעך...)

און לויט דעם דארף יעדע מענטש אויסרעכענען ווילאנג ער דארף דארט זיין...
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

קדושה

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:20 am

די רבי פלעגט זייער נזהר זיין נישט צו שלאפן אויפן רוקן אפי' פאר איין רגע נישט,

האט פארציילט א איד וואס האט אמאל מיטגעהאלטן ווען די רבי האט געדארפט נעכטיגן אין שפיטאל ביי זיין טאטע די בעל ברכת שמים מקאשוי זצ''ל, איז געווען דארט אין צימער אזא בעט ווי די באזוכער האבן געקענט שלאפן, האט דער איד באמערקט ווי די רבי איז געשלאפן אויף דעם בעט און אינמיטן נאכט ווען ער האט זיך געדרייעט פון איין זייט צום צווייטן, אינמיטן שלאף האט ער זיך אונטערגעהויבן די גוף און אזוי זיך איבערגעדרייעט צו די אנדערע זייט, אזוי ווייט איז ער געווען שולט אויף זיך אז אפי' אינמיטן שלאף האט ער מקפיד געווען נישט צו שלאפן אפי' באקראי פאר א רגע אויפן רוקן.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:27 am

ר' דוד יונגרייז זצ''ל איז אמאל געקומען באזוכן דעם קאשויער רב די בעל ברכת שמים זצ''ל און די רבי (שיח חיים) איז אויך געזיצן דארטן ביים באזוך, און די גדולי ישראל האבן זיך פארקאכט אין א ריתחא דאורייתא ווי מ'האט צאמגעווארפן ש''ס בבלי ירושלמי ספרא'ס תוספתא'ס מכילתא'ס און ס'האט געברענט א הייליגע פייער, און די רבי זייענדיג א אינגערמאן אין די 20'ציגער יארן האט מיטגעלעבט און מיטגערעדט און צאמגעווארפן בקיאות און חריפות מיט א שטארקייט,

שפעטער ווען ר' דוד איז ארויס האט ער זיך אנגערופן, 'ווען נישט איך זעה עס מיט די אייגענע אויגן וואלט איך נישט געגלייבט אז ס'נאך דא היינט אינגעלייט וואס זענען אזעלכע גאונים אין תורה ווי דער אינגערמאן (די רבי זצ''ל)'
סוף מעשה במחשבה תחילה.

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:29 am

נישט געקענט די רבי אבער לויט וואס איך ליין דא זעי איך האט מען פארלוירן אסאך זאל ער זיין א גיטע בעטער
ת.נ.צ.ב.ה.
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:32 am

אמאל האט ר' אהרן יוסל בערגער געווען פארמישט אין א געוויסע מערכה לשם שמים, און ס'עפעס אויסגעקומען אז א געוויסע פארשוין האט איהם אנגערופן און אנגעסטראשעט מיטן ארגסטן טאמער ער לאזט זיך נישט ארויס פון דעם,

שפעטער איז ער אריין צום רבי'ן און די רבי איז איבערגעגאנגן מיט איהם כמה זאכן און ענינים שונים בנוגע די מערכה, און פארן ארויסגיין, געבט איהם די רבי א זאג 'איך זאג דיר אז קיינער וועט נישט האבן קיין שליטה אויף דיר און ס'וועט דיר גארנישט שאטן' (אן דעם וואס ער זאל האבן געזאגט א ווארט)
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:51 am

ר' חיים מאיר האס שליט''א האט פארציילט אז אמאל איז א געוויסע איד אריין צום רבי'ן און אנגעפרעגט אויף א געוויסע שידוך צו ער זאל עס טוען, היות מ'זאגט איהם אז ס'דא א חשש אז די בחור האט געליטן אויף די נערוון, האט די רבי גענטפערט אז לדעתו זאל מען זיך מונע זיין דערפון היות נערווען איז א האקעלע זאך.

שפעטער האבן די בני המשפחה פון די אנדערע צד געבעהטן ר' חיים מאיר ער זאל אריינגיין צום רבי'ן און פראבירן צו פועל'ן אויפן רבי'ן לטובתם, היות ס'נאר א פאלטשע שמועה

ר' חיים מאיר קומט אריין צום רבי'ן און זאגט; רבי כך וכך היה המעשה דער איז אריינגעקומען און די רבי האט אזוי גענטפערט, וויל איך וויסן טאמער די רבי האט גענטפערט אזוי מחמת רוח הקודש און געזעהן אין הימל אז די שידוך איז נישט פאר זיי, דאן רעד איך נישט אריין ווייל איך בין נישט אין הימל, אבער טאמער נישט דאן האב איך וואס צו זאגן,
די רבי קוקט איהם אן מיט אזעלכע אויגן; 'וואאאאאס?? הימל? וועלכע הימל? ביסט אויפן קאפ געפאלן?? איך האב סתם געזאגט לויט ווי ער האט אראפגעלייגט די מעשה, אדרבה דו ווייסט אז ס'נישט אמת לאמיר עס יעצט מברר זיין צוזאמען, די רבי האט זיך אראפגעזעצט און אנגעהויבן מאכן טעלעפאן קאלס צו די בחור'ס מגי''ש פון ישיבה קטנה, מנהלים, משגיחים און ווער נישט און גענישטערט און מברר געווען פאר גאנצע 2 שעה, נאך 2 שעה האט מען למעשה נישט אנגעקומען יעדעם צו כאפן, האט איהם די רבי געזאגט אז ער זאל מארגן נאכאמאל צוריקומען, מארגן עוה''פ איז די רבי געזיצן נאך 2 שעה און מברר געווען אז ס'טאקע נישטא קיין שום חשש, ער האט צוריקגעקאלט די אבי הבת און צוגעשטופט צום שידוך, וכך הוה די שידוך איז געווארן.

די איד וואס האט געהאט געפרעגט דעם שאלה אויפן שידוך איז בכלל נישט געווען דעם רבי'נס חסיד צו וואס, סתם א איד האט געזוכט א ערליכע איד זיך דורצורעדן און די רבי האט זיך מפקיר געווען איהם צו העלפן מחמת זיין אהבת ישראל אן קיין שום חשבונות סתם צו העלפן א איד.
לעצט פאראכטן דורך חושב מחשבות... אום דינסטאג דעצמבער 25, 2018 9:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלפיים
תגובות: 2011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:56 am

ביים פראטעסט אין וואשינגטאן

gettyimages-102665029-1024x1024.jpg
gettyimages-102665029-1024x1024.jpg (279.5 KiB) געזעהן 1405 מאל

gettyimages-102826996-1024x1024.jpg
gettyimages-102826996-1024x1024.jpg (344.89 KiB) געזעהן 1405 מאל

מחאה וושינגטון נגד חילול קברים ביפו - תמוז תשע (3).jpg
מחאה וושינגטון נגד חילול קברים ביפו - תמוז תשע (3).jpg (40.79 KiB) געזעהן 989 מאל
לעצט פאראכטן דורך הבעש''ט אום מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:54 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 2:02 am

די רבי האט אמאל געפרעגט ר' אהרן יוסל בערגער אויף א געוויסע אסיפת הרבנים אויף ווען ס'איז גערופן, האט איהם ר' אהרן יוסל געפרעגט די רבי וויל קומען? ניין. נאר איך וויל וויסן ווען ס'איז צו וויסן ווען צו מתפלל זיין אז ס'זאל זיין מיט הצלחה.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 9:57 am

איינע פון די רבי'ס קינדער האבן אין די טעג געגאנגן עפעס איינקויפן ביי גרינבוים'ס פארמאסי אין מאנסי, האט די בעה''ב פארציילט אז ס'געווען א געוויסע צובראכענע איד אין מאנסי וואס פלעגט כסדר דארפן צוקומען צו מעדעצינישע פראדוקטן אבער ער איז געווען א עלענדע מענטש און קיינער האט זיך נישט געזארגט פאר איהם איהם צו העלפן באצאהלן זיינע טעגליכע הוצאות.

איין טאג באקומט דעי בעה''ב פון גרינבוים'ס פארמאסי א טעלעפאון קאל פון רבי'ן, ווי ער זאגט איהם אן 'מהיום ולהלן יעדע ביל וואס פלוני וועט האבן זאלסטו לייגן אויף מיין אקאוינט און איך וועל עס באצאהלן עד פ''א'.

וכך הוה
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:03 am

די רבי האט געהאט אזא ענין א גאנץ לעבן האט ער מקפיד געווען קיינמאל נישט צו נעמען קיין מתנות פון קיין שום מענטש, טאמער האט איינער איהם געוואלט קויפן א נייע בעכער למשל האט ער געהאט 2 ברירות, אדער איינצוטוישן מיט די אלטע אדער אז ס'זאל בלייבן אויף זיין נאמען און ס'נאר כאילו געבארגט.

אפילו די ביהמ''ד אין מאנסי האט די רבי נישט באטראכט ווי זיינס א פריוואטע חפץ היות די געלט איז געקומען פון אנדערע מענטשן.
סוף מעשה במחשבה תחילה.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בארדיטשוב'ער אייניקל און 3 געסט