רבי אליעזר חיים בלום זצ״ל, מקאשוי - תרצ״ט - ז׳ טבת תשע״ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 1:13 am

מ'קען זעהן און זיין שלחן ערוך ווי ער האט זיך צוגעצייכענט אזא סימן אין גאנץ ד' חלקי שו''ע, ביי יעדע הלכה וואס מ'קען פארגעסן אדער ס'נישט אזוי באקאנט און מ'איז נישט נזהר אין דעם

אין מסכת נזיר (ש''ס ווילנא) איז דא זייער אסאך פלעצער ווי ס'דא כמה סארט שינוי גירסאות אויפן דף און מ'דארף יעדע מאל עקסטער זיך מוטשען צווישן אלע 3 גירסאות וועלכע ס'איז די ריכטיגע, האט ער זיך צוגעצייכענט ביי יעדע עמוד וועלכע גירסא איז די מערסטע מסתבר און שטומט די בעסטע.

ווען עוז והדר האט ארויסגעגעבן זייער ש''ס האבן זיי גענומען די ש''ס פונעם טאטן די ברכת שמים זצ''ל און דורכגעגאנגן דף ביי דף זיינע הגהות און עס אריינגעשטעלט אונטערן ראשי תיבות ב''ש (ברכת שמים), און דעמאלטס האבן זיי אויך גענומען דעם רבינ'ס ש''ס צו נעמען זיינע הגהות, און די רבי האט זיי געזאגט אז מ'זאל עס לייגן אויפן טאטענס נאמען, און זיי האבן טאקע אזוי געטוען און עס אזוי אריינגעשטעלט.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

כל מקדש
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:40 am

תגובהדורך כל מקדש » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 8:36 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:תיקון חצות איז געווען אן עבודה וואס די רבי פלעגט יעדן טאג אפרעכטן מיט בכיות עצומות, מיט אש אויפן קאפ, די זוהן רבי יעקב יוסף פארציילט ווי די רבי פלעגט ווארטן ביז יעדער איז שוין געשלאפן און דאן האט ער אנגעהויבן מיט די תיקון חצות, ער זאגט אז ער פלעגט אסאך מאל זיך מאכן ווי ער שלאפט כדי צו קענען מיטהאלטן, ס'געווען א געוואלדיגע תענוג צו הערן ווי ער זאגט דעם תיקון מיט א ספעציעלע זיסע נוסח מיט השתוקקות און געגועים צום גאולה שלימה

א איד פארציילט אז ער איז איינמאל געשטאנען על המשמר לשרת בקודש אין וויליאמסבורג, אינמיטן זייענדיג דארט איז ארויס פאר א מינוט, און ווען ער איז צוריקגעקומען האט ער בשום אופן נישט געקענט טרעפן דעם רבי'ן ער האט ארומגעזוכט אין אלע שטובער, אין ביהמ"ד, אין גאס, ופרח לו איש האמת ווי איז די רבי?? ער זוכט און זוכט... פלוצלינג באמערקט ער ווי די רבי זיצט ביי א קארנער אויף א קישן אויפן פלאהר (די טיש האט געהאט פארשטעלט) [כמנהגו אלס ביי תיקון חצות צו זיצן אויף א קישן] און די רבי קוקט אויף איהם שווייגענדיג מיט זיינע טיעפע דורכדרינגליכע אויגן, דער האט תיכף געכאפט דעם רמז און האט געהויבן פיס און געלאפן ווי זיינע אויגן האבן איהם געטראגן,

ת"ב ביינאכט איז די מנהג אין קאשוי אז דער עולם זאגט צוזאמען תיקון חצות אין ביהמ"ד נאך איכה, און ס'פלעגט אויסקומען אביסעל פאר חצות, און די רבי פלעגט מיטזאגן מיטן ציבר, אבער ער האט נישט ארויסגעוויזן קיין עקסטערע התרגשות ברבים, שפעטער ביינאכט ווען ער פלעגט אהיימקומען פלעגט ער נאכאמאל זאגן דעם תיקון מיט בכיות תמרורים על חורבן ירושלים און גלות השכינה

.

ביי די נסיעה קיין ארץ ישראל בשנת תשס"ו ווען די פליגער האט אנגעהויבן לאנדען העכער א"י, האבן זיך געגאסן פון זיינע אויגן טייכן טרערן דערביי שעפשענדיג צו זיך תיקון חצות, שפעטער ווען מ'איז געגאנגן קעגן דעם הר בית האט ער נאכאמאל געזאגט תיקון חצות און מוסיף געווען על נהרות בבל
11
איז ער געווען אמאל אין א"י פאר יענע נסיעה?

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 10:00 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:מ'קען זעהן און זיין שלחן ערוך ווי ער האט זיך צוגעצייכענט אזא סימן אין גאנץ ד' חלקי שו''ע, ביי יעדע הלכה וואס מ'קען פארגעסן אדער ס'נישט אזוי באקאנט און מ'איז נישט נזהר אין דעם

אין מסכת נזיר (ש''ס ווילנא) איז דא זייער אסאך פלעצער ווי ס'דא כמה סארט שינוי גירסאות אויפן דף און מ'דארף יעדע מאל עקסטער זיך מוטשען צווישן אלע 3 גירסאות וועלכע ס'איז די ריכטיגע, האט ער זיך צוגעצייכענט ביי יעדע עמוד וועלכע גירסא איז די מערסטע מסתבר און שטומט די בעסטע.

ווען עוז והדר האט ארויסגעגעבן זייער ש''ס האבן זיי גענומען די ש''ס פונעם טאטן די ברכת שמים זצ''ל און דורכגעגאנגן דף ביי דף זיינע הגהות און עס אריינגעשטעלט אונטערן ראשי תיבות ב''ש (ברכת שמים), און דעמאלטס האבן זיי אויך גענומען דעם רבינ'ס ש''ס צו נעמען זיינע הגהות, און די רבי האט זיי געזאגט אז מ'זאל עס לייגן אויפן טאטענס נאמען, און זיי האבן טאקע אזוי געטוען און עס אזוי אריינגעשטעלט.

אויך האט ער אמאל געזאגט אז ער האט צוגעצייכנט ביים סוף פון זיין שו"ע אסאך מערקווירדיגע פסקי הלכה און יסודות וועלכע ער האט גענוצט ביים אויפבויען בירורי הלכה, ער האט דאס דערמאנט (פריוואט) עטליכע מאל ווען עס איז אויסגעקומען שערוריות בהלכה און ער פלעגט אליינס מברר ומלבן זיין לעומקה של הלכה, נישט וועלנדיג זיך סומך זיין אויף אנדערע, און ער האט דאן געגעבן א מיש אויף צום סוף פון זיין שו"ע צו נאכקוקן אין די יסודות וואס ער האט זיך אפגעשריבן.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 10:16 am

ייש"כ חושב און אלעמען פאר די פארכטיגע עובדות.

שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 10:31 am

ייש"כ חושב
הערליכע סיפורים
פארוואס אבער ווערט מען דאס אלעס געוואר לאחר פטירתו סאיז א גרויסע שאד מהאמיר נישט אסאך געוויסט פון זיין גדלות ווען ער האט נאך געלעבט זי"ע

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3035
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 10:38 am

שמערלער האט געשריבן:ייש"כ חושב
הערליכע סיפורים
פארוואס אבער ווערט מען דאס אלעס געוואר לאחר פטירתו סאיז א גרויסע שאד מהאמיר נישט אסאך געוויסט פון זיין גדלות ווען ער האט נאך געלעבט זי"ע

ע״ז דויה ליבינו....

אז פון יעדן אזוי גערופענעם סעלעבּערטי ילדי פלא(?) למיניהם, איז דא ביי אונז אשכולות אנגעפילט מיט נאנסענס... אבער כדי צו קענען לאקעיטן א גוטן יוד וואס איז א כלילת יופי, מיט אן אמתן צופרידנקייט אין לעבן וואס דער קנאה שפראצט ארויס פאר א יעדן בר דעת וואס זעהט זיי נאר. דאס מעג מען נישט שרייבן ליידער... נאר ווען ער מאכט זיך צו די אויגן פאר אייביג... (ובכלל זה כל גדולי ישראל אשר אתנו חיים - קען מען עס דען נישט קאנטראלירן עס זאל בלייבן אין די ראמען..?)

ויהי לפלא.!

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 11:34 am

רבניש האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:ייש"כ חושב
הערליכע סיפורים
פארוואס אבער ווערט מען דאס אלעס געוואר לאחר פטירתו סאיז א גרויסע שאד מהאמיר נישט אסאך געוויסט פון זיין גדלות ווען ער האט נאך געלעבט זי"ע

ע״ז דויה ליבינו....

אז פון יעדן אזוי גערופענעם סעלעבּערטי ילדי פלא(?) למיניהם, איז דא ביי אונז אשכולות אנגעפילט מיט נאנסענס... אבער כדי צו קענען לאקעיטן א גוטן יוד וואס איז א כלילת יופי, מיט אן אמתן צופרידנקייט אין לעבן וואס דער קנאה שפראצט ארויס פאר א יעדן בר דעת וואס זעהט זיי נאר. דאס מעג מען נישט שרייבן ליידער... נאר ווען ער מאכט זיך צו די אויגן פאר אייביג... (ובכלל זה כל גדולי ישראל אשר אתנו חיים - קען מען עס דען נישט קאנטראלירן עס זאל בלייבן אין די ראמען..?)

ויהי לפלא.!

אזוי איז דאס אלעמאל, ווייל;

1) ווען מ'רעדט פין לעבעדיגע מענטשן איז דא סאך א שטערקערק טענדענסי צו מאכן א געראטשקע און אפפרעגן און אוועקמאכן (ווייל ס'איז נאך נוגע/מחייב), משא"כ ווען איינער איז שוין הלך לעולמו שטערט נישט אזוי שטארק, און דאס איז מער די סיבה פ"וו אייועלט קען דאס נישט ערלויבן.

2) מענטשן קומען נישט ארויס דערציילן זייערע עובדות - בפרט פריוואטע - סתם אזוי, דארף מען אמאל ווארטן געוואויר צו ווערן פין די אידן ביז ס'ווערט א שמועס, און געווענליך איז דאס טאקע 'אחרי מות - קדושים'.

3) דער הייליגער חובת הלבבות שרייבט שוין אז די נאטור פין מענטשן איז אז מ'אנערקענט נישט אין קיין גוטס ביז ס'וועט נעדר, וויבאלד ווען א גוטע זאך איז נאך דא, איז עס פשוט געשמאק און באקוועם און מ'איז צוגעוואוינט, דעריבער פילט מען עס נישט אזוי.

4) צפעציפיש אין דעם פאל (און אמאל ביי אנדערע), איז דער נפטר זצ"ל דירעקט געווען א באהאלטענער מענטש און ער האט שווער געארבעט זיך נישט ארויסצוגעבן פאר קיינעם סתם אזוי, דעריבער האט מען בחייו זייער שווער געקענט צוזאמשטעלן א געהעריגע בילד אויף זיין גרויסקייט, און אפי' ווען יא, איז געווען זייער שווער עס צו איינקעשן טאקע דערפאר וואס ער איז געווען אזוי ווייט פין אונזערע פשוט'ע השגות און דערום עס נישט אראפגעברענגט צו אונזער לעוועל, וכידוע ליודעים.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3035
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 12:22 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:

מיר וויסן די אלע סיבות.

די אינטערסאנקייט איז נאר:
אז פון די נערישע פראסטע סעלעבערטיס וואס ברענגען גארנישט פארן סוסייעטי נאר פיסטקייט! איז דא שיינע אנגעפילטע אשכולת, און אלעס אן א שום טענדעדעסי פאר געראטשקעס! ווען די געראטשעקעס מאכער זענען פונקט אזוי בנמצא דארט צו מאכן זייערע שטיקעס...

נאר ווען עס קומט צו אן ערליכער איד (לאו דוקא ביי דעם פאל דא) דאן איז פארבאטן. איז אויב איז לעבעדיג נישט דער פראבלעם. דאן וואס זאל דער ערליכער איד זיין א יוצא מן הכלל?

פארוואס זאל איינער וואס זיכט א אידישע צורה נישט האבן דעם זכיה צו וויסן דעם אדערס און גיין נהנה זיין מאורו. - פארוואס נאר פון דעם כמו סעלעבערטי(?) מיט די גרויסע דיקע דזעלי פיאות זאל עס זיין ערלויבט?

איז דען נישטא גענוג נארמאלע פארשטענדליכע מענטשען אויף דעם אייוועלט פארום וואס זאלן צוגעבן זייער אינפארמאציע און מהנה זיין להדורש ובמקש, נו אז מאכט זיך אמאל א בונטעיאק נעמט מען קעיר מעמעקט א נערישע תגובה, פונקט ווי מ'נעמט קעיר ביי די אנדערע פעלער אשכולות.

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3035
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 12:23 pm

שוין עד כאן!

נחזור לענין של הרב מקאשוי זצ"ל - נאר געווען אן אויסשמוס אזוי אז סיז שוין אריינגעקומען.

אוועטאר
חמרא טבא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9794
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 12:42 pm

Capture.JPG
Capture.JPG (60.99 KiB) געזעהן 1656 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3035
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 1:29 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
Capture.JPG

באיזהו גליון מובא ומי הוא הש״ב?

אוועטאר
חמרא טבא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9794
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 1:34 pm

נועם שיח מאב"ד סאנטוב לעיקוואד
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3035
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 1:38 pm

חמרא טבא האט געשריבן:נועם שיח מאב"ד סאנטוב לעיקוואד

ומי הוא הסאנטבער, שמו?

אוועטאר
חמרא טבא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9794
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 1:50 pm

ר' שלמה זלמן פרידמאן
דביה תחדי נפשא

דער רואיגער
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 4:40 pm

תגובהדורך דער רואיגער » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 1:59 pm

נחוניא האט געשריבן: הרבנית מקאשוי תליט"א איז דאכט זיך די ערשטע נאמען נאך הרבנית צפורה ע"ה א"ח מרן מהר"ד מסקווירא זי"ע.

האב איך געהערט אז איר טאטע הרב מרדכי פריעדמאן איז געווען די שדכן ביי כ"ק אדמו"ר בעל אור מרדכי מוויזניץ זצ"ל ווען ער איז געווארן א איידעם ביים סקווירא רבי'ן,
ווי אויך איז די סקווערע רבי [דאן קאלאראשע רבי] איינגעשטאנען אפאר וואכן ביי אים אינדערהיים אין בוקארעסט פארן קריג.
קען איינער עס באשטעטיגן ?

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3310
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 2:13 pm

דער רואיגער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן: הרבנית מקאשוי תליט"א איז דאכט זיך די ערשטע נאמען נאך הרבנית צפורה ע"ה א"ח מרן מהר"ד מסקווירא זי"ע.

האב איך געהערט אז איר טאטע הרב מרדכי פריעדמאן איז געווען די שדכן ביי כ"ק אדמו"ר בעל אור מרדכי מוויזניץ זצ"ל ווען ער איז געווארן א איידעם ביים סקווירא רבי'ן,
ווי אויך איז די סקווערע רבי איינגעשטאנען אפאר וואכן ביי אים אינדערהיים אין בוקארעסט פארן קריג.
קען איינער עס באשטעטיגן ?

איך האב א טעיפ ווי ר' מרדכי פרידמאן דערציילט וויאזוי דער אמרי חיים זצ"ל האט אים געבעטן צו גיין צום סקווירא'ר רבי און אנטראגן די שידוך, כאטש מען האט דעמאלט גערעדט וועגן אן אנדערע שידוך, ואכמ"ל.
אנקומענדיג קיין בוקארעסט איז דער סקווירא רבי זצ"ל איינגעשטאנען ביי רבי מרדכי. פאלגענד איז ציטירט פונעם ספר "בקדושה של מעלה":
מיד בבואו, התאכסן רבינו בבית אחד החסידים [הוא הרה"ח הישיש רבי מרדכי שו"ב פרידמאן כיום בוויליאמסבורג] למשך כשבועיים.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 2:26 pm

עטליכע ברודער וועלן היינט זיצן אין וויליאמסבורג, בביהמ"ד קאשוי אויף ראסס
צוגעלייגטע
Kasho NA.JPG
Kasho NA.JPG (144.29 KiB) געזעהן 2893 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

חשבון הנפש

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 3:51 pm

יעדע נאכט ווען יעדער איז שוין געשלאפן פלעגט די רבי ארויסנעמען פון א פארשפארטע לעדעל אזא חשבון הנפש באקסעלע [וואס מ'האלט אים דעם רעסעפי בוקס/עליות געלט חשבונות] וואס האט אנטהאלטן אין זיך א דיקע בינטל קארטלעך, ווי ער פלעגט דורכגיין קארטל ביי קארטל און זיך אנצייכענען אזעלכע אינטרעסאנטע סימנים, וואס האט געדארפט צו אנדייטן ווי ער האט האלט מיט די ספעציפישע מידה, קיינער האט כמעט נישט געוויסט בכלל פון דעם, און כ"ש וואס דארט שטייט.

יעצט לאחר פטירתו איז נתגלה געווארן א דיקע קונ' הנהגת טובות, וואס ער האט געשריבן נאך אלס גאר אינגע אינגערמאן, ווי ער גייט דארט דורך צענדליגע הונדערטער מידות און קבלות טובות סעיפים אויף סעיפים, צוטיילט אויף כמה סארט אופנים, ווי מחשבה, דיבור, מעשה וכדו' און אונטער יעדע זאך שטייט צענדליגע פרטים וואס ליגן אונטער דעם, איז מען יעצט געוואר געווארן אז די קארטלעך וואס ער פלעגט מישן ביינאכט, האט יעדע קארטל געהאט אויף זיך 1 מידה און ער פלעגט זיך פארהערן יעדע נאכט ווי אזוי ער האט מקיים געווען דעם סעיף.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלפיים
תגובות: 2011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 4:33 pm

hesped kashoi.PNG
hesped kashoi.PNG (497.7 KiB) געזעהן 2698 מאל

בין ישראל לעמים
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm

תגובהדורך בין ישראל לעמים » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 6:05 pm

דרשת הספד ע"י חתנו הגה"צ רבי יעקב משה לעבאוויטש שליט"א ראש ישיבה בית הילל
געזאגט נעכטן בהיכל ישיבותו
סלוינט זיך צו אויסהערן

דרשת הספד

אוועטאר
נשמה
שר ששת אלפים
תגובות: 6007
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 7:26 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:יעדע נאכט ווען יעדער איז שוין געשלאפן פלעגט די רבי ארויסנעמען פון א פארשפארטע לעדעל אזא חשבון הנפש באקסעלע [וואס מ'האלט אים דעם רעסעפי בוקס/עליות געלט חשבונות] וואס האט אנטהאלטן אין זיך א דיקע בינטל קארטלעך, ווי ער פלעגט דורכגיין קארטל ביי קארטל און זיך אנצייכענען אזעלכע אינטרעסאנטע סימנים, וואס האט געדארפט צו אנדייטן ווי ער האט האלט מיט די ספעציפישע מידה, קיינער האט כמעט נישט געוויסט בכלל פון דעם, און כ"ש וואס דארט שטייט.

יעצט לאחר פטירתו איז נתגלה געווארן א דיקע קונ' הנהגת טובות, וואס ער האט געשריבן נאך אלס גאר אינגע אינגערמאן, ווי ער גייט דארט דורך צענדליגע הונדערטער מידות און קבלות טובות סעיפים אויף סעיפים, צוטיילט אויף כמה סארט אופנים, ווי מחשבה, דיבור, מעשה וכדו' און אונטער יעדע זאך שטייט צענדליגע פרטים וואס ליגן אונטער דעם, איז מען יעצט געוואר געווארן אז די קארטלעך וואס ער פלעגט מישן ביינאכט, האט יעדע קארטל געהאט אויף זיך 1 מידה און ער פלעגט זיך פארהערן יעדע נאכט ווי אזוי ער האט מקיים געווען דעם סעיף.

מורא'דיג.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:28 pm

נורא נוראות, פלאי פלאים!

תלמיד נאמן
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 17, 2018 12:04 pm

תגובהדורך תלמיד נאמן » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:56 pm

סביב העולם האט געשריבן:
תלמיד נאמן האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:ער האט זוכה געווען צו זיין על ברכי רביה"ק מסאטמאר זי"ע אויפן קאסטנער צוג און ער האט אים פארהערט ונשקו על ראשו

מדי דברי בו זכור אזכרנו וואס איך האב אמאל געהערט אז אין יענע תקופה ווען דער רבי זצ"ל הכ"מ האט זיך געפינען אין די שווייץ האט ער קיינמאל געלאזט אז די אויפציערין זאל אים צורירן בים זיך באדן.

מ'רעדט דא פון א פינף יעריג יונגעלע, אוועק פון טאטע מאמע, אוועק פונדערהיים, געפינט זיך אין א קינדער אנשטאלט. און וואס זענען די דאגות פון דעם פינף יעריג קינד? אז דאס מיידל זאל אים נישט אנרירן! דאס גיט א שטיקל בליק פון זיין קדושה וטהרה נאך מנעוריו ווי איינער האט פריער אראפ געברענגט לשו"ק מאביו אז ער איז 'קדוש מרחם'

פונקט געהערט די וואך פון א פלומעניק פון די באדערין (גערופן ביי זיי אין די משפחה רושי נעני) אז זי פלעגט עס פארציילן אלס און געזאגט אויב ווילט איר וויסן וואס מיינט א אפגעהיטענע איד נאך פון אלס קינד גייט קוקט אויף קאשויער רב'ס עלטסטע זון!

געווען א טאכטער פון ר' לייביש רובינפעלד דאכצעך

תלמיד נאמן
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 17, 2018 12:04 pm

תגובהדורך תלמיד נאמן » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:59 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:היינט ביינאכט האט מנחם געווען

כ''ק גאב''ד סאטמאר מאנסי שליט''א
כ''ק אדמו''ר מפאפא שליט''א
הגה''צ אב''ד סערדיהעלי שליט''א
הגה''צ אב''ד סקולען לעיקוואד שליט''א

ובוויליאמסבורג

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א
כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
הגה"צ ר' ישעי' ווייס שליט"א
הגה"צ אב"ד פאיע שליט"א
ועוד

ווענד זיך
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 2:04 pm

תגובהדורך ווענד זיך » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 2:00 pm

אני השפל, האבעך געשריבן דעם ספר זיינער אויף חינוך, איבער געשריבן פון די טעיפס,עפ"י בקשת נכדיו ותלמידיו
האמת אגיד, כ'האב אים נישט געקענט פערזענליך, אבער כ'בין נבהל ונשתומם געווארן פון זיין גרויס חכמה און פקחות, על אף וואס אסאך מאל ער איז גאר עקסטרעם
מען האט עס געוואלט באארבייטן און ארויס געבן זיינע שיעורים אויף חינוך, בצורת ספר באופן מסודר, אבער ער האט בשום אופן נישט מסכים געווען מען זאל משנה זיין דעם אופן ווי אזוי ער האט עס געזאגט, און ער אליינס איז איבער געגאנגען און איבער געקוקט וואס כ'האב געמאכט, אבער מען האט זיין מיינונג נישט געקענט טוישן, ער האט אזוי געוואלט און אזוי האט עס געמוזט זיין, ביז בעוה"ר ער איז נישט געזונט געווארן און שוין נישט געווען אין די כוחות ממשיך צו זיין, האט זיך עס אפגעשטעלט ביי דעם
זיינע חינוך שיעורים זענען גאר גאר רייך און באלערנד, מיט א געוואלדיגע הבנה בנפש הילד, וקשר המחנך להילדים
אולי יעצט לאחר פטירתו, וועלן זיינע תלמידים, אייניקלעך, ממשיך זיין דערינען

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אנא עבדא, והוא פלאי און 7 געסט