רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

אוצרות ליסקא האט געשריבן:זעה איך אז משפחת שפיגעל הרוממה זענען זיך אויך מתייחס צום הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע, ע"י נכדו רבי ישראל ענגעלסבערג ז"ל מלובלין, בן רבי קאפיל מלובלין ז"ל בן רבי שמואל מאלפין ז"ל חתן החוזה מלובלין.

זיי האבן אויך א גאר שטארקע מסורה, א מסורה וואס זיי האבן שוין דאקומענטירט אויף א חתונה אינוויטעישען בשנות התר"פ, וואס זייער באבע צירל בת רבי ישראל ענגעלסבערג (אגב אוועק יונג און קאן זיין צוליב דעים האט זיך יחוס פארגעסן) האט זיי איבערגעגעבן אז זיי זענען זיך מתייחס צו הרה"ק רבי פינחס מקאריץ ז"ל צום רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג ז"ל און צום בעל מאיר נתיבים תלמיד הבעש"ט ז"ל, דאס מיינט אז דער יחוס איז אונז אויך נוגע.
דער שאלה איז נאר ווי אזוי? ווייסט איינער?

און דו רעקארדס שטייט אז רבי ישראל ענגעלסבערג מלובלין נשא הרבנית הענא ע"ה בת רבי יוסף מעיר לעשבוץ (מחוז זאמושט) וזוג' דינה בינה (אדער ברכה) מער אינפא שטייט נישט, זענען דיע נעמן באקאנט און דו אויבענדערמאנטע משפחות, קאריץ, ניקלשבורג מאיר נתיבים?.

נאך אן אונטרעסאנטע פאקט וואס שטייט און דו רעקארד, נישט ווי אנגענומען, אז רבי קאפיל מלובלין נשא הרבנית בת שבע ע"ה שהיתה בת רבי יעקב צבי וזוג' חיה (נישט ווי באקאנט ביז יעצט, שחותנו היה רבי מאיר רוקח חתן רבי דוד לאה'קעס.., ואגב מכיון שתעודת מת של רבי קאפיל מוזכר בעיר לובלין עכ"ח שלא נפטר בירושלים כמו שמובא בכמה ספרים). זענען דיע נעמן באקאנט פאר איינער מ'זאל זיי קענען ציען זייער יחוס לבית קאריץ, ניקלשבורג, מאיר נתיבים?

אגב, אויב מיר ווערן קאריץ'ער אייניקלעך, קאן זיין אז וועגן דעים האט דודי ר' שמואל פרענקל א נאמען געגעבן פינחס, און ר' ישעי' זושא איז יא פון דו לובלין'ער זיווג.... אבער ס'איז נאך אלס שווער אז לובלין איז א פנים חדשות...

אז מ'רעד שוין, איז סתם גוט צו דאקומענטן וואס שטייט און דו רעקארד, אז חתן החוזה מלובלין ז"ל, רבי שמואל ענגעלסבערג, נולד בעיר אלפין, שם אביו רבי הירשיל, צבי, ושם אמו מלכה פיגא ע"ה. כ'ווייס נישט פארוואס מ'רופט איהם אן אלס ר' שמואל מריישא?

ראשית משפחת שפיגעל זענען אייניקלעך פונעם לובלינער אויך דורך זיין זון רבי ישראל
שנית די קאריצער, מאיר נתיבים, ניקלשבורגער יחוס ווערן נישט דערמאנט באגרת היחוס של הרה"צ רבי נפתלי אריה שפיגעל [ע"ע באשכול על אוסטרוב קאלישין] אין די משפחה האט מען פון דעם קיינמאל נישט געוויסט, לעצטענס האב איך גיזען אז משפחת שפיגעל פון Webster Ave האבן דאס אריין געלייגט אין זייער יחוס, ווי אויך רבי דוד מלעלוב אהן שרייבן וויאזוי. אבער נאכאמאל דאס איז א חידוש און פאר עס איז דא א קראנטע מקור קען מען עס נישט מקבל זיין, ס'שווער צו גלייבען אז די זיידעס האבן פארגעסן פון די יחוס און יא גידענקט אנדרע.
לגבי די פרט וואס איר האט דערמאנט וועגן די שווער פון רבי קאפיל איז אינטרעסאנט, ווייל עס איז שוין געדריקט געווארן אין בית רבי פאר יארן צוריק [בחייו פון זיינע קינדער] אז ער איז גיווען חתן חורגו של המגיד מטשערנאביל, און אזוי איז מקובל אין די משפחה.
קען זיין ס'איז גיווען נאך א זיווג, איני יודע.
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

געהערט פון זיי אז ס'איז גאר אן אלטע מסורה וואס יעדער האט געוואוסט דארט, און אז בשנות התר"פ האט עס שוין דער זיידע רבי נפתלי ארי' שפיגעל ז"ל געשריבען אויף אן אינוועטעישען ווען ער האט חתונה געמאכט א קינד. סאו דער מסורה איז יא אן אלטע, הגם אה"נ שטייט עס נישט אויף יענע כתב יחוס.
יא, דעיס אן זיי זענען דער רבי פון לובלין'ס אייניקעל איז נישט קיין חדשות, מ'רעד יעצט פון דער נייעם חידוש.

אגב פון נעכטן נאכט ביז יעצט, זעה איך אז ר' פינחס מקאריץ האט געהאט א זוהן ר' אליהו ז"ל, און ווי אויך זיין זוהן רבי יחזקאל פון אוסטראה (מקום מגורו של בעל מאיר נתיבים) האט געהאט א זוהן ר' אליהו פינחס ז"ל.
און דער גאנצע שפיגעל איז נאך בנמצא דער נאמען פינחס אליהו....
ווי אויך זעה איך און דו רעקארדס אז ר' ישראל ענגעלסבערג האט געהאט א זוהן אליהו
און מיין זיידע רבי אברהם יהושע העשיל פרענקל מהיבנוב-לובלין האט אויך געהאט א זוהן רבי אליהו

אפשר גייט עס ערגעץ פון דארט, נאר אן השערה. כ'האף בעזרת ידידים גייט מען עפעס טרעפן.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

איר קענט ביטע ארויפ-שטעלן די הזמנה
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

איז דא א אשכול אויפן אלטן שוהל אין לאנצהוט, ווי עס האט געדאווענט דעא הייליגער חוזה זי"ע?
איך האב באזוכט דארט, און איך זיך מער אינפארמאציע!
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

ם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:איז דא א אשכול אויפן אלטן שוהל אין לאנצהוט, ווי עס האט געדאווענט דעא הייליגער חוזה זי"ע?
איך האב באזוכט דארט, און איך זיך מער אינפארמאציע!

אפשר לינקסטו עס אהער ?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

נחום וואהלינער האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:געהערט בשם הידען והסופר ר' שלמה יעק'ל געלבמאן ז"ל אז די נאמען "חוזה" איז נישט געווען אמאל איינגעפירט ביי די חסידישע פלעצער, מען פלעגט אים רופן "דער רבי פון לובלין".

איינער ווייסט עפעס מער דערוועגן?

ביי רוב חסידי פולין ותלמידיהם האט ער געהייסן די רבי פון לובלין, פשוט ווייל ער איז גיווען די רבי פון רוב רבי'ס אין יענעם געגנט, אין אפילו וואס האבן נישט געהיסן תלמידים ממש האבן אויך געפארן צו איהם.
לענ"ד איז די נאמען חוזה שוין גיווען בחייו נאר נישט דאס איז געווען זיין כינוי, מ'האט געזאגט אויף אז ער איז א חוזה צוליב זיינע אפענע אויגן.

׳חוזה׳, זיכער נישט, אויב עפעס איז עס געווען ״דער ׳זעהער׳ פון לובלין״, ׳חוזה׳ איז נאר געווען אין דרוק...
אבער ער איז גערעכט, אונזערע רבי׳ס פלעגן עם צו רופן ״דער רבי פון לובלין״.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7429
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אין בעלזא, פלעגט מען אויך זאגן "די רבי פון לובלין" און לפעמים "דער רבי ר' איציק'ל" און לפעמים "דער לאנצהוטע'ר"
קיינמאל גזאגט די 'חוזה'

עס קוקט אויס אז די כינוי שטאמט פון די שרייבערס וכדו', און נישט פון רבי'ס וכדו'
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
ארי וואהרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארי וואהרמאן »

איך האב געהערט הונדערטער מאל פין כ״ק אדמו״ר מ׳באבוב זצ״ל תורות אין מעשיות אין ער האט אייביג געזאגט ״ דער רבי פין לובלין ״ ער האט קיינמאהל נישט געזאגט דער ״ חוזה ״
ארי וואהרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 9:47 am

משפחת גארדאן נ״י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארי וואהרמאן »

משפחת גארדאן פין בארא פארק , מחסידי סקווירא, באבוב זענען איינקלעך פין דער רבי פין לובלין ! זייער מוטער תחי ׳ איז אן אייניקל דורך איהר טאטעס מאמע שרה לאה שנאל ע׳ה וואס איהר מאמע האט געהייסען הינדא הוראוויץ ע״ה אן איר אייניקל פין די רבי פין לובלין זי״ע ! עס איז דא אין זייער משפחה די נעמען ״ יעקב יצחק, צביה,הינדא , מאטל אלס נעמען פין הרבי מלובלין ומשפחתו !
ארי וואהרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארי וואהרמאן »

אגב , נאך די קריג ווען הגאון ר׳ מאיר שפירא זצ״ל ברודער האט מפנה געווען די קבר פין זיין ברודער פין לובלין קיין ארץ ישראל איז ער געקומען צו דער טאטע פין מרת גארדאן תחי׳ , ר׳ אפרים זלמן שנאל ע״ה מגדולי חסידי מהר״א מ׳בעלזא זי״ע אויב ער וויל אויך מפנה זיין זיידע הרבי מ׳לובלין זי׳ע האט ער עם געזאגט בשום אופן נישט !
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

ארי וואהרמאן האט געשריבן:איך האב געהערט הונדערטער מאל פין כ״ק אדמו״ר מ׳באבוב זצ״ל תורות אין מעשיות אין ער האט אייביג געזאגט ״ דער רבי פין לובלין ״ ער האט קיינמאהל נישט געזאגט דער ״ חוזה ״

נחום וואהלינער האט געשריבן:ביי רוב חסידי פולין ותלמידיהם האט ער געהייסן די רבי פון לובלין, פשוט ווייל ער איז גיווען די רבי פון רוב רבי'ס אין יענעם געגנט, אין אפילו וואס האבן נישט געהיסן תלמידים ממש האבן אויך געפארן צו איהם.
לענ"ד איז די נאמען חוזה שוין גיווען בחייו נאר נישט דאס איז געווען זיין כינוי, מ'האט געזאגט אויף אז ער איז א חוזה צוליב זיינע אפענע אויגן.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

ארי וואהרמאן האט געשריבן:אגב , נאך די קריג ווען הגאון ר׳ מאיר שפירא זצ״ל ברודער האט מפנה געווען די קבר פין זיין ברודער פין לובלין קיין ארץ ישראל איז ער געקומען צו דער טאטע פין מרת גארדאן תחי׳ , ר׳ אפרים זלמן שנאל ע״ה מגדולי חסידי מהר״א מ׳בעלזא זי״ע אויב ער וויל אויך מפנה זיין זיידע הרבי מ׳לובלין זי׳ע האט ער עם געזאגט בשום אופן נישט !

איר טאטע איז דען עפעס דער איינציגסטער יורש פונם רבי'ן פון לובלין???
וואס עפעס זאל ער מעגן געבן רשות בכלל??
ארי וואהרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארי וואהרמאן »

ראספשע האט געשריבן:

מיין טייערע איד , ער איז נישט געקומען נאר צו עם , נאר אויך צו עם !
ארי וואהרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארי וואהרמאן »

נחום וואהלינער האט געשריבן:
ארי וואהרמאן האט געשריבן:איך האב געהערט הונדערטער מאל פין כ״ק אדמו״ר מ׳באבוב זצ״ל תורות אין מעשיות אין ער האט אייביג געזאגט ״ דער רבי פין לובלין ״ ער האט קיינמאהל נישט געזאגט דער ״ חוזה ״

נחום וואהלינער האט געשריבן:ביי רוב חסידי פולין ותלמידיהם האט ער געהייסן די רבי פון לובלין, פשוט ווייל ער איז גיווען די רבי פון רוב רבי'ס אין יענעם געגנט, אין אפילו וואס האבן נישט געהיסן תלמידים ממש האבן אויך געפארן צו איהם.
לענ"ד איז די נאמען חוזה שוין גיווען בחייו נאר נישט דאס איז געווען זיין כינוי, מ'האט געזאגט אויף אז ער איז א חוזה צוליב זיינע אפענע אויגן.

קודם כל האב איך עס געשריבען אלס מיינע זכרונות , נישט דיך אנפרעגען ! צווייטענס , די האסט געשריבען ״ רוב חסידי פולין ״ וויל דיר אויפקלערען אז באבוב איז גאליצא נישט פולין ! פולין אין גאליצא איז געווען צוויי אנדערע וועלטען בנוגע חסידים ורבותיהם !
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

ארי וואהרמאן האט געשריבן:

ותלמידיהם! הדברי חיים היה תלמידו של הרה"ק מראפשיץ תלמידו של החוזה זיע"א

דרך אגב: בנוגע הליכות ומנהגים אולי היה שינוי בין המדינות אבל לגבי להיות תלמידי לובלין איז די זעלבע פולין גאליציע ואונגארין
אגב דאגב: גאליציע איז א חלק פון פולין נאר פון נאכן כיבוש ביז די ערשטע קריג איז עס גיווען אינטער די עסטרייכישע מלוכה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אטעטשמענטס
Yizkor Books _ Lublin (1952) 120.jpg
Yizkor Books _ Lublin (1952) 121.jpg
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

יומא הלולא קדישא היום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ווייסט מען צו זאגען אז מען פלעגט גיין אויפן ציון אין תשעה באב ? מסתמא יא אבער וואו קען מען ליינן דערפון
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום זה מכובד »

גראדע האב איך געהערט תשעה באב פון א איד וואס איז געפארן קיין לולבלין צו זיין ביים ציון הק'.
אפשר איז מען אלע יאהרן נישט געפאהרן ווייל ס'איז געווען אין די ניין טעג?
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

אינפארמאציע הילף ביטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ווי דערמאנט אויבן אז די רבי פון לובלין ( דער חוזה) זיע"א האט געהאט א זוהן מיט די נאמען ר' אברהם וואס איז אוועק בחיו וואלט איינער געוואוסט צו ס'איז דא היינט צו טאג בכלל אייניקליך פון אים ?אדער בן אחר בן?.

און בכלל היינט צו טאג זענען דא ממש זייער ווייניג געציילטע בן אחר בן פונעם חוזה .

פערצופאל האב איך אמאל געטראפן אין קרון הייטס א לויבאוויטשער חסיד מיטן נאמען ר' צבי הורוויץ ( גורעוויץ אין רוסיש ) וואס האט זיך פאר געשטעלט פאר מיר אלץ א בן אחר בן צום הייליגע חוזה זיע"א דורך זיין זון ר ' ישראל וואס איז געווען דא אויבן (עולם ביצה אייוועלט בלע"ז ) באשריבען מיט זיינע זיידעס רבנים אין רוסלאנד .

און אויך אמשינאווער רבי האט א גבאי מיט די נאמען שטערענפעלד וואס פארעכענט זיך אלץ בן אחר בן צום חוזה זיע"א.

און פון רבי הערשעלע זון פונעם חוזה איז דא היפש אייניקליך היינט צו טאג ,(די לעלובער אייניקליך, חענטשין,באסטאן און נאך ) און ביז צום קריג זענען געווען בן אחר בן צו רבי הערשעלע הנ"ל ( חענטשינער רבי'ס און נאך ) .

וואלט אפשר איינער געוואוסט אויב ס איז נאך דא היינט צו טאג בן אחר בן צו רבי הערשעלע בן החוזה זיע"א?.
שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרו מעשיכם »

שטייט ערגעץ וועג דעם, פון ווען מ'האט אנגעהויבן רופן דעם רבי'ן פון לובלין מיט תואר "חוזה"?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

למיטב ידיעתי, פלעגט מען עם רופן אין ״פוילן״ - ״דער זעהער פון לובלין״, אין דרוק איז געווארן איבערגעטייטשט צו ״חוזה״
אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנאוויטשער »

אין בעלזא פלעגט מען עם ריפן "דער רבי ר' איציקל", (זעה אויך אין 'מדבר קדש').
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אלס יונגערמאן האט מען עם גערופען ״ר׳ איציקל לאנצוטער״.
אדב מזה נראה, אז דער נאמען ״יעקב״ האט מען עם שפעטער צוגעגעבן, מחמת חולי צו וואס.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

אז מען האט איהם נאר גערופען ביי איין נאמען איז נאכנישט קיין ראיה אז ער האט נישט געהאט קיין צווייטע.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

פונקט אזוי וואלט איר געקענט משער זיין אז דער ראפשיצער רב האט מען צו געלייגט א נאמן 'צבי'...
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”