רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

הסרפד האט געשריבן:להנאת חוקרי ההיסטאריע לכבוד די יאהרצייט, שיהפך עלינו לטוב - רשימת פטירת [הרה"ק ר'] איצק לייזעראוויטש שטערנפעלד מלובלין [זיעועכי"א]:
https://szukajwarchiwach.pl/35/1858/0/1 ... kuK8ueJdng (נומ' 100)

איך וואונדער מיך צו די עדים זענען באקאנטע.


עמיצער האט שוין מפענח געווען די גאנצע טעקסט? כידוע איז די תעודה געשריעבען אויפ׳ן נאפאליאנישע מהלך, עס קען דארט שטיין גאר אינטערסאנטער זאכען. איך האב א פוילישע גוי וואס בעט אפאר דאללער פאר אזא ארבעט, אבער ס׳איז א שאד אויף אידיש געלד אויב איינער האט דאס שוין מפענח געווען.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

האם ידוע שם זוגתו של החוזה?

מצאתי שם זוגתו השניה שפרינצא, אם בניו.
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

שם זוגתו בעת פטירתו היתה מאטיל בת רבי ליב.
כתבתי אודות זה במאמר שאני עתיד לפרסם כאן,
כנראה או שהיא אם בניו והיתה לה שתי שמות מאטיל שפרינצא / שפרינצא מאטיל,
וצריכים לומר שלא הקפידו על שם כלה וחמותה.
או שהיא אשה אחרת (זווג שלישי)
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

לפי המסורה הי' לו ג' זיווגים
א. הראשונה שהתגרש ממנה
ב. מרת שפרינצא בת ר' צבי הירש מלאנצהוט = ויש המביאים שמה כטילא [תהלה] או טילא שפרינצא. וממנה רוב ילדיו
ג. האחרונה בילא בת ר' מאיר אב"ד מאסט [נולד לה בן אחד שנפטר]
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:שם זוגתו בעת פטירתו היתה מאטיל בת רבי ליב.
כתבתי אודות זה במאמר שאני עתיד לפרסם כאן,
כנראה או שהיא אם בניו והיתה לה שתי שמות מאטיל שפרינצא / שפרינצא מאטיל,
וצריכים לומר שלא הקפידו על שם כלה וחמותה.
או שהיא אשה אחרת (זווג שלישי)

אין איינער פון דער קובצי שפתי צדיקים איז געדריקט א שטר אודות מכירת מקומות בבית המדרש און עס ווערט דארט דערמאנט מרת בילא בת ר' מאיר אלמנת החוזה (דער משפחה נאמען איז געוועהן מימילעס זי האט געהאט א באקאנטע ברודער אין לעמבערג) ווי הרב אוהב ספרים שרייבט, לאחר פטירת החוזה האט זי חתונה געהאט מיט א צווייטע (אנקעגען דער רצון התלמידים) און פון איהר צווייטע זיווג איז דא איינקליך (שכחתי שם המשפחה כרגע)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בןהרחמן האט געשריבן:בתודה לידידינו הרב מסקרענטאן שהעירנו על ההוספות להאתר של ווארשא ביה"ח
האב איך געטראפן די מצבה פון א נצר ממשפחת הורוויץ-שטערנפעלד



מצבה נוספת בווארשא מהמשפחה - ר' יצחק ב"ר דוד הלוי הורוויץ המכונה שטערנפעלד, נפטר י' שבט תרנ"ז

https://cemetery.jewish.org.pl/id_63301 ... rwitz.html
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ידענים אויף צאצאי הרה"ק מלובלין: עיינו נא בשאלתי על זיווגי נכדו ר' דוד קאפיל (בן בנו ר' ישראל) באשכול על הרה"ק מוואליטשיסק:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p2877966
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

איז באקאנט וועלכע יאהרן דער רבי פון לובלין זי"ע הט געוואוינט אין לאנצהוט?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אין זיין יוגנט,, ווען מען האט אים נאך גערופן ביים נאמען, ר׳ איציקל לאנצוטער.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:איז באקאנט וועלכע יאהרן דער רבי פון לובלין זי"ע הט געוואוינט אין לאנצהוט?

איך קען שפעטער קוקן אין אלפסי'ס 'החוזה'; איך מיין אז דארטן קען מען אויס רעכנען בערך לויט די יאהרן פון הסכמות
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

אז מ'רעדט פון זיין הסכמות, דאכציך מיר אז אלעמאל שרייבט ער זיך אונזער "הלוי" חוץ בלויז איין מאל, ווייסט איינער וואס איז פשט?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:איז באקאנט וועלכע יאהרן דער רבי פון לובלין זי"ע הט געוואוינט אין לאנצהוט?

איך קען שפעטער קוקן אין אלפסי'ס 'החוזה'; איך מיין אז דארטן קען מען אויס רעכנען בערך לויט די יאהרן פון הסכמות

אלפסי'ס רשימה פון הסכמות זענען אלע פון די לובלינער יאהרן - די עלטסטע איז פון תקס"א - און אין זיין באשרייבונג אויף די מסעות פון הרה"ק מלובלין (ראזוואדוב, לאנצוט, טשעחוב, לובלין) שרייבט ער נישט קיין יאהרן.
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

זעה זיין הסכמה לספר 'אור פני משה' (ארום תק"ע): "מלאנצט המתגורר בק"ק לובלין".
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דאס איז א קארגער 5 יאר פאר זיין פטירה.
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

הסרפד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:איז באקאנט וועלכע יאהרן דער רבי פון לובלין זי"ע הט געוואוינט אין לאנצהוט?

איך קען שפעטער קוקן אין אלפסי'ס 'החוזה'; איך מיין אז דארטן קען מען אויס רעכנען בערך לויט די יאהרן פון הסכמות

אלפסי'ס רשימה פון הסכמות זענען אלע פון די לובלינער יאהרן - די עלטסטע איז פון תקס"א - און אין זיין באשרייבונג אויף די מסעות פון הרה"ק מלובלין (ראזוואדוב, לאנצוט, טשעחוב, לובלין) שרייבט ער נישט קיין יאהרן.

יישר כח פארן גיין זוכען
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

איטשע האט געשריבן:אין זיין יוגנט,, ווען מען האט אים נאך גערופן ביים נאמען, ר׳ איציקל לאנצוטער.

ביי אונז אין גאליציע ביז'ן חורבן האט מען איהם גערופען רבי ר' איציקל
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

הסרפד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:איז באקאנט וועלכע יאהרן דער רבי פון לובלין זי"ע הט געוואוינט אין לאנצהוט?

איך קען שפעטער קוקן אין אלפסי'ס 'החוזה'; איך מיין אז דארטן קען מען אויס רעכנען בערך לויט די יאהרן פון הסכמות

אלפסי'ס רשימה פון הסכמות זענען אלע פון די לובלינער יאהרן - די עלטסטע איז פון תקס"א - און אין זיין באשרייבונג אויף די מסעות פון הרה"ק מלובלין (ראזוואדוב, לאנצוט, טשעחוב, לובלין) שרייבט ער נישט קיין יאהרן.

לויט דער בריוון שנדפסו בסו"ס אבני זכרון, האט ער נאך געוואוינט אין לאנצוט תקמ"ז (מכתב של ר' זושא, אויב עס איז פארלעסליך) און תקנ"ו האט ער געוואוינט אין לובלין (מכתב של האפטא רב)
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

הרב מגאליציען האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:אין זיין יוגנט,, ווען מען האט אים נאך גערופן ביים נאמען, ר׳ איציקל לאנצוטער.

ביי אונז אין גאליציע ביז'ן חורבן האט מען איהם גערופען רבי ר' איציקל


פילייכט איז דיין גאליציען אין שפאניען.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17015
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

איטשע האט געשריבן:
הרב מגאליציען האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:אין זיין יוגנט,, ווען מען האט אים נאך גערופן ביים נאמען, ר׳ איציקל לאנצוטער.

ביי אונז אין גאליציע ביז'ן חורבן האט מען איהם גערופען רבי ר' איציקל


פילייכט איז דיין גאליציען אין שפאניען.

בעלזא איז אויך אין שפאניע?
viewtopic.php?p=1334211#p1334211
חוח בין השושנים האט געשריבן:
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ייש״כ פאר דיין לינק.

עטליכע נקודות.
1. ס׳איז דא א גאליציע אין שפאניע, זעה דא
2. אין דיין צוגעצייכנטעם לנק, ווערט דערמאנט, פון ״1״ יוד, וואס האט אים ״צומאל״ ״אויך״ גערופן ר׳ איציקל לאנצוטער.

על סמך דעם
האסטו דא אוועקגעשטעלט א גענעראלע פאקט איז אין ״גאליציע״ האט מען אין גערופן ר׳ איציקל לאנצוטער.

טקמ״ע
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

מחמת טרדת הזמן נתאחרה תשובתי עד עתה
איטשע האט געשריבן:עטליכע נקודות.
1. ס׳איז דא א גאליציע אין שפאניע, זעה דא

טאקע פאר אזעלכע חכמים רוף איך מיך מיט'ן דייטש'ן נאמען גאליציען

איטשע האט געשריבן:2. אין דיין צוגעצייכנטעם לינק, ווערט דערמאנט, פון ״1״ יוד, וואס האט אים ״צומאל״ ״אויך״ גערופן ר׳ איציקל לאנצוטער.

זיי מוחל, מאך אויף איינער פון די ספרים פון ר' ישראל יעקב קלאפהאלץ ע"ה (מהר"ש מהר"י וכו', ספר החסידות מתורת בעלזא, אדמור"י בעלזא וכדו') עסטו זעהן אז אין אלגעמיין האבען רבוה"ק מבעלזא זי"ע לדורותיהם איהם גערופן רבי ר' איציקל. שוין "פיר" אידן!
וע''ע דא מועתק דאס הייליג לשון פון הרה"ק מצאנז זי"ע
האסטו שוין וועסט גאליציע און אסט גאליציע.

דאס קומט מיר יעצט אויף אין זכרון, אבער ס'דא אהן א שיעור מקורות דערויף. און "בעיקר" איז דאס מדברים הנקנים במסורה פון טאטע צו קינד - פאר דער וואס פון וואנעט מקבל צו זיין...

איטשע האט געשריבן:על סמך דעם
האסטו דא אוועקגעשטעלט א גענעראלע פאקט איז אין ״גאליציע״ האט מען אין גערופן ר׳ איציקל לאנצוטער.
טקמ״ע

רבי ר' איציקל
לעצט פארראכטן דורך הרב מגאליציען אום דינסטאג יולי 13, 2021 7:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

הרב מגאליציען האט געשריבן:מחמת טרדת הזמן נתאחרה תשובתי עד עתה

איטשע האט געשריבן:2. אין דיין צוגעצייכנטעם לינק, ווערט דערמאנט, פון ״1״ יוד, וואס האט אים ״צומאל״ ״אויך״ גערופן ר׳ איציקל לאנצוטער.

זיי מוחל, מאך אויף איינער פון די ספרים פון ר' ישראל יעקב קלאפהאלץ ע"ה (מהר"ש מהר"י וכו', ספר החסידות מתורת בעלזא, אדמור"י בעלזא וכדו') עסטו זעהן אז אין אלגעמיין האבען רבוה"ק מבעלזא זי"ע לדורותיהם איהם גערופן רבי ר' איציקל. שוין "פיר" אידן!
וע''ע דא מועתק דאס הייליג לשון פון הרה"ק מצאנז זי"ע
האסטו שוין וועסט גאליציע און אסט גאליציע.

דאס קומט מיר יעצט אויף אין זכרון, אבער ס'דא אהן א שיעור מקורות דערויף. און "בעיקר" איז דאס מדברים הנקנים במסורה פון טאטע צו קינד - פאר דער וואס פון וואנעט מקבל צו זיין...


נאך עטליכע

ספה"ק דביר המוצנע פ' קרח בשם הרה"ק מראפשיץ זי"ע
דא

הגאון מבערזאן זצ"ל
דא

הכנת לב לתפלה מהרה"צ ר' שלמה לייב טיטשינער זצ"ל על המועדים דף ה' ע"א
אטעטשמענטס
image_2021-07-15_075012.png
image_2021-07-15_075012.png (39.06 KiB) געזען 805 מאל
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:איז באקאנט וועלכע יאהרן דער רבי פון לובלין זי"ע הט געוואוינט אין לאנצהוט?

איך קען שפעטער קוקן אין אלפסי'ס 'החוזה'; איך מיין אז דארטן קען מען אויס רעכנען בערך לויט די יאהרן פון הסכמות

אלפסי'ס רשימה פון הסכמות זענען אלע פון די לובלינער יאהרן - די עלטסטע איז פון תקס"א - און אין זיין באשרייבונג אויף די מסעות פון הרה"ק מלובלין (ראזוואדוב, לאנצוט, טשעחוב, לובלין) שרייבט ער נישט קיין יאהרן.

לויט דער בריוון שנדפסו בסו"ס אבני זכרון, האט ער נאך געוואוינט אין לאנצוט תקמ"ז (מכתב של ר' זושא, אויב עס איז פארלעסליך) און תקנ"ו האט ער געוואוינט אין לובלין (מכתב של האפטא רב)

כמדומה שעזב לאנצוט בסוף ימיו של הרה"ק הרבי רבי אלימלך זיע"א, אז בוודאי לא מאוחר מתקמ"ז
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

עס זענען געווען צוויי גרויסע סוחרים שותפים איינער האט געהייסען ר' יוזעף פון קאזמיר, ער איז געווען א חסיד פון דעם הייליגען לובלינער און דער צווייטער האט געהייסען ר' שלמה פון די שטאט "קאנסקעוועל" א חסיד פון הרה"ק ר' שמואל מקארובער זצוק"ל, זיי האבען געהאנדעלט מיט האלץ, און בעיקר פלעגען זיי מאכען גרויסע פארדינסט ווען זיי פלעגען פירען גרויסע טרענספורטען האלץ קיין דאנציג,
ר' יוזעף - דער לובלינער חסיד פלעגט זיך פירען אז פאר'ן ארויס שיקען האלץ קיין דאנציג איז ער קודם געפאהרען צו זיין רבי'ן אין לובלין און נעמען א ברכה אויף הצלחה, און ר' שלמה פלעגט זיך אויך פירען אז ער האט נישט אנגעהויבען קיין מוסחר אן די הסכמה און ברכה פון זיין רבי.
איין טאג ווען עס האט זיך געמאכט א גרויסע טראנספורט האלץ צו שיקען קיין דאנציג, אין וועלכע זיי האבען אריין געשטעקט אסאך געלט און זיי האבען געדארפט האבען גרויס הצלחה אין דעם טראנספורט האלץ.
ביידע חסידים האבען זיך געלאזט אין וועג צו פאהרען צו זייערע רבי'ס זיך שואל עצה זיין און בעטען א ברכה, ר' יוזעף - אנקומענדיג צו זיין רבי'ן אין לובלין האט ער באקומען א ברכה אזוי ווי שטענדיג אז ער זאל מצליח זיין, ר' שלמה אבער ווען ער איז אנגעקומען צו זיין רבי'ן ר' שמואל, האט ער באקומען אן אנדערע תשובה - ער האט איהם נישט מציע געווען דאס מאהל צו פירען די האלץ ווייל ער זעהט א סכנה אין דעם געשעפט.
שפעטער ווען ביידע שותפים זענען צוריק געקומען פון זייערע רבי'ס און האבען זיך צוזאמען געטראפען, און איינער דערציילט דעם צווייטען וואס זיין רבי האט איהם געזאגט, ר' יוזעף אבער האט זיך געהאלטען ביי זיינ'ס אז ער גייט יא שיקען די האלץ, זאגענדיג: אז מיין רבי האט מיר געווינטשען איז נישט שייך אז עס זאל זיין א הפסד און איך בין אין דעם פארזיכערט, אמת טאקע אז דיין רבי רעכענט זיך א תלמיד פון מיין רבי דער חוזה ממילא איז ער אויך מחויב צו הערען וואס דער רבי זאגט, דערפאר בין איך גרייט צו פאהרען אן קיין ספק און חשש.
אבער ר' שלמה האט געבעטען אז ר' יוזעף זאל כאטשיג נאכאמאהל איבערפרעגען זיין רבי'ן דער חוזה און איהם דערציילען וואס זיין רבי ר' שמואל האט געזאגט אז ער איז קעגען דעם געשעפט, כדי צו זיין פארזיכערט אז זיי וועלען טאקע מצליח זיין אין דעם געשעפט.
האט דער חוזה זיך אנגערופען צו איהם: און איך זאג דיר דו זאלסט יא פאהרען קיין דאנציג מיט די האלץ און מיט דעם אויבערשטענ'ס הילף וועסטו מצליח זיין.
ווען ר' יוזעף איז צוריק געקומען און האט דערציילט זיין שותף דער תשובה פון זיין רבי'ן האט דער שותף זיך שוין נישט מעהר געקענט קעגען שטעלען, און נאך מעהר ווען ר' יוזעף וואס איז געווען אזוי פארזיכערט אין זיין רבי'ןס ברכה האט ער געזאגט אז ער נעמט זיך אונטער דעם פולען אחריות אויף יעדער הפסד, און זיי האבען זיך טאקע ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג מיט די גאנצע טרענספורט האלץ.
אין מיטן וועג נאנט צו די שטעטל טארין איז אויסגעבראכן א שטורעם ווינט עס האט געהויבן דאס וואסער וואס איז געגאנגען מיט א ווילדען שטורעם און האט צוריסן די שטריק וואס האבן צוזאמענגעבינדען די האלץ, און א גרויסע טייל האלץ האט זיך צושפרייט איבערן וואסער און עס איז נישט געווען מעגליך זיי צו דערכאפן עס איז געווארן א גרויסער טומל און אין דעם טומל איז ר' שלמה ארויס פון זיין געדולד און א געשריי געטאן! זעסט גוטער אז מיין רבי איז גערעכט געווען און האט געזעהן פון פאראויס די סכנה און דעריבער האט ער נישט געהייסן פאהרן!
עס איז שוין אבער געווען פארפאלן, מ'איז אנגעקומען קיין דאנציג מיט א פערטל פון די האלץ וואס מ'איז מיט דעם ארויס געפארן, די דריי פערטל האלץ האט דאס וואסער צוטראגן און עס איז נישט געווען שייך זיי צונויף צונעמען.
ר' שלמה איז א צובראכענער אריין אין שוהל און זיך געזעצט לערנען זייענדיג מיואש פון מאכען עפעס א פארדינסט, אבער ר' יוזעף דער חסיד פון חוזה האט די האפענונג נישט פארלוירען איהם האט נאך געקלינגען דעם רבי'ןס ווערטער - די וועסט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף מצליח זיין איז ער דעריבער ארויס זוכען קונים אויף די ביסעל איבעריגע האלץ וואס ער איז מיט זיי אנגעקומען.
ווען די סוחרים האבען איהם שפעטער באגעגענט האבען זיי איהם געזאגט אז זיי האבען געהערט אז ער האט געברענגט קיין דאנציג האלץ, ווען יעצט איז טאקע דער צייט ווען זיי דארפען עס האבען ווייל עס איז דארט גאהר ווייניג האלץ און דערפאר האט זיך דער פרייז זייער געהויבען פיר פינף מאהל מעהר ווי נארמאל און זיי זענען גרייט צו צאהלען דעם הויכען פרייז ווייל אן האלץ קען מען נישט עקזיסטירען.
אזוי האט זיך ר' יוזעף געטראפען מיט פארשידענע סוחרים און ווער עס איז געווען גרייט צו צאהלען דעם גרעסטען פרייז האט ער איהם געגעבען די האלץ.
סך הכל איז אויסגעקומען אז מיט דעם ביסעל האלטץ וואס ער האט דארט פארקויפט פאר דעם הויעכן פרייז האט ער נאך מער פארדינט ווי ווען ער פלעגט ברענגען אין א צווייטע יאהר די גאנצע טראנספארט האלטץ.
ביידע שותפים זענען צוריק געפאהרען דורך לובלין און באלד ווי זיי זענען אריין געקומען צום חוזה האט דער הייליגער חוזה זיך אהנגערופן: אמת! אונזער ר' שמוא'ל האט געזעהן ביז טארין, אבער מיר האבן ב"ה אויך געזעהן ביז דאנציג.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער חשוב'סטע קרקע אינ'ם בית החיים פאר'ן לובלינער זי"ע.

ווי עס איס באוויסט, האט דער חוזה געהאט אסאך קעגנערס פון די מתנגדים טאקע אין זיין שטאט לובלין. אויך דער לובלינער רב הרה"ק ר' עזריאל האראוויץ, וועם מען האט גערופן "דער אייזערנער קאפ", כאטש ער האט מחשיב געווען דעם רבי'ן און געהאט פאר אים דרך ארץ, איז ער אים דאך געווען א קעגנער אלס מתנגד.
- ווען דער הייליגער חוזה איז מסתלק געווארן, איז געווען א גרויסע מחלוקת צווישן זיינע חסידים אין די קהילה, מיט די "חברא קדישא" לייט, וואס זענען אויך געווען ביטערע מתנגדים.
איז דארט געווען הרה"ק ר' נפתלי צבי פון ראפשיץ זי"ע, פון די גרויסע תלמידים פונ'ם רבי'ן פון לובלין, וואס איז אויך געווען באוויסט אלס א געטליכער חכם, האט ער זיך געמאכט ווי איינע פון די מתנגדים, ער האט אהנגעהויבען צו רעדן אויף די חסידים, און געזאגט אז זיי זענען עזות פנים'ער און נאר אלס מורא האט ער געמוזט קומען צו פאהרען צום רבי'ן.
ער האט זיי אזוי לאנג איינגערעדט אז זיי האבן זיך געלאזט פארנארן פון איהם און טאקע איהם האבן זיי אויסגעקליבען ער זאל גיין צוזאם מיט'ן לובלינער רב –דער אייזענע קאפ- אויס צו זוכען א פלאץ און קרקע ווי צו לייגען דעם הייליגען לובלינער.
זיי זענען געגאנגען אויפן בית החיים, און דער ראפשיצער רב האט געהאלטען א שויבעל אין זיין האנט, און ביי יעדן חשוב'ן ארט ווי זיי זענען אדורך האט ער געפרעגט: זאל איך דא גראבען?
און דער גאון ר' עזריאל האט זיך אלס גערעגט אויף איהם.
ביז זיי זענען צוגעקומען צום פלאץ ווי עס איז געוועהן דער הייליגער קבר פון הרה"ג ר' שכנא פון לובלין, האט דער ראפשיצער מיט זיין קדושה דערשפירט די קדושה פון דעם פלאץ, האט ער געגעבען א פרעג: זאל איך דא גראבען? שוין עס וועט שוין זיין גוט דא אויך!
דער גאון ר' עזריאל האט צוליעב די פונסטערקייט און פון תענית שוואכקייט [עס איז דאך געוועהן תשעה באב] נישט באמערקט ווער עס ליגט דארט, האט ער מסכים געוועהן,
האט דער ראפשיצער שנעל אהנגעהויבען צו גראבן דארט, - דערווייל האט מען זיך געכאפט אז דער פלאץ איז דער שענסטער און חשוב'סטער פלאץ, האט דער גאון ר' עזריאל געוואלט צוריק ציען, דער ראפשיצער רב האט אבער נישט געוואלט אוועק גיין פןו דארט, און ער האט געגראבען שנעל מיט אלע כוחות, און ער האט געזאגט, אז דאס וועט ער אויספיהרען מיט מסירת נפש, און אוועק געבען זיין לעבן דערויף.
ווייל דער הייליגער לובלינער פלעגט ביי יעדע עת צרה הייסן גיין מתפלל זיין אויפן קבר פון הרה"ג ר' שכנא, - ער האט געזאגט – אז אלע גדולים וואס זענען דארט נקבר געווארן זענען שוין אריבער קיין ארץ ישראל, נאר ער אליין הרה"ג ר' שכנא איז איבער געבליבען צו באשיצן די שטאט פון שריפות און אנדערע אומגליקען וואס זאלן נישט געשעהן. זי"ע.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”