רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

Mayer
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 4:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mayer »

עס איז געווען א יוד אין ירושלים ר' חיים יוסף שטיינבערג ע'' ה ער איז א אייניקל פין טל חיים אין ר' ישעילה איז געווען סנדק
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

מצבת בעל הטל חיים נעבן הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא

"ממלא מקום חותנו"

IMG_3295.jpg
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

די רעכטע מצבה, א טאכטער פון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא

IMG_3294.jpg
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
ויאמר
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2013 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויאמר »

בענין דעם מבוכה איבער די מעשה אז דער סאטמארער רבי זי"ע פלעגט דערמאנען פאר תקיעת שופר די נאמען פון ליסקער רב זי"ע. אין החי מכחיש את החי, רבי עזריאל גליק שליט"א משב"ק לעבט נאך לאורך ימים ושנים טובים, ער דערציילט אויך אז גאר אסאך מאל האט דער רבי זי"ע דערמאנט דעם נאמען פונעם ליסקער רב פאר תקיעת שופר, ער באטאנט טאקע אז עס איז נישט געווען יעדעס יאר, אבער גאר אסאך מאל.

דאס זעלבע ווערט געברענגט אין קונטרס דולה ומשקה פון הגה"צ מפאיע זצ"ל אז דער רבי האט כמעט יעדעס יאר דערמאנט דעם זכות פון הרה"ק מליסקא זי"ע.

רבי עזריאל משב"ק האט דערויף זייער שיינע הסברים וואס ער האט דאס געזאגט פאר רביה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע. ואכמ"ל. אבער אזוי פיל, פארשטייט יעדער חסיד אז עס איז נישט קיין ספק אז דער רבי האט געהאט א ספעציעלן ענין דערין, ומה עמקו מחשבותיו הק', שביליו במים רבים ועקבותיו לא נודעו.
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

ס'דא טויזענטער יודען וואס געדענקן תקיעת שופר דרשות פונעם סאטמאר רב זצ"ל,
פארוואס געדענקט עס קיינעם נישט, חוץ פון צוויי מענטשען?
פרעג מיין קינד
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2012 4:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעג מיין קינד »

לא אמרו ברבים, רק באופן פרטי לאיזה מקורבים העומדים מסביביו
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

בהר חברון חלקת מונקאטש
מרת ביילא ב"ר זאב אשת ר' משה ליב גליק נין ונכדת הה"צ והקדוש ר' צבי הירש מליסקא זצ"ל
ק. מח"א
אטעטשמענטס
IMG_0426.JPG
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוראפ האט געשריבן:בהר חברון חלקת מונקאטש
מרת ביילא ב"ר זאב אשת ר' משה ליב גליק נין ונכדת הה"צ והקדוש ר' צבי הירש מליסקא זצ"ל
ק. מח"א

אפשר א טאכטער פון ר' זאב גאלדבערגער ב"ר יוזעפף חתן האך פרי תבואה?
viewtopic.php?p=224094#p224094
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

רבבה האט געשריבן:איך וויס נישט אין זעה נישט ווער ס'האט ח''ו פוגע בכבודו געווען אין כבוד פין הייליגען ליסקער רב זי''ע אז דער בנש''ק איז אזוי אויף גערעגט . אין
ס'איז ידוע כיון שבא לכלל כ... בא לידי טעות . קודם כל מיין פעטער דער בעל מעטה נפתלי איז נישט געווען רב אין קליינווארדיין נאר דיין אין מען
האט געריפען ר' נפתלי דיין . אין יעצט למען ההיסטורי' דער ישמח משה איז געקימען קיין איהעל שנת תקס''ח בחיי פין קאלעווער רב . אין איז
תיכף געווארען מראשי העם אין קונה געווען אין באצויבערט כלל ישראל מיט זיין גאונות דרשות אין צדקות . עהר איז געווען איין גרויסער פועל
ישועות געטיילט קמעות . אין כל גאוני אונגארען ובכללם החתם סופר חרדו לשמו . לאחר פטירתו איז געווען א שטיקעל הפסקה אין נכדו דער
ייט''ב לב האט איבער גענימען אין רוב רובו פין דיא חאסידישע יודען רבנים ומו''צ זענען געווען זיינע תלמידים .עהר איז געווען א מושלם אי''ש האשכולות א יחיד בדורו .בשעתו איז געווען מיין זיידע דער טאשער רב איין גרויסער רבי [אגב עהר איז געווען בקשרי ידידות מיט דעם ליסקער רב
וואס איז אויך געווען דער שדכן פין זיין טאכטער מיט דעם אלטען קאסאינער רב ]בזמן ההוא איז אויך דער קאמארנער אסאך געווען אין דיא געגענט
אין געהאט אסאך חסידים אין אנהעגער'ס אין גיטע פריינט . ממילא ציא זאגען אז דער ליסקער רב איז געווען דער איינציקער חאסידישער רבי
בזמנו אין אונגארען איז א ביסעל איבער געטריבען . בכלל דעם זיידען דעם בעל אפסי ארץ האט דער פעטער ר' נפתלי געברענגט קיין ליסקא
בכלל דארף מען וויסען אז אסאך רעבי'ס מגזע ראפשיץ וצאנז אין אפילו ר' דוד'ל טאלנער זענען געווען אין דיא געגענט דע ''ניר'' וויא סיא ווערט געריפען .אין לגבי דיא מציאות ווער ס'איז געווארען דער ''ממלא מקום'' פין הייליגען ליסקער רב .האט שוין דאס מציאות געפאסקענט . אין ס'איז
א שאד ציא טענ'ן .

איז דא היינט צוטאג נכדים מרבי נפתלי שרייבער בעל מעטה נפתלי===אכן נודע לי שיש ומהם שההדירו את ספרו ובתוכם רבי שמואל בראך מוומבג
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

ספר שנתן הה"ק רבי הירש להדפיסו מחדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ספר על פרקי אבות להחיד"א
אטעטשמענטס
LISKE (640x480).jpg
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שישא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 20, 2009 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שישא »

ערגעץ איז געדריקט א בריוו פון הרה"ק מליסקא צו הגה"ק ר' דוד דייטש וועגן די די ישיבות אין אונגארין - גאליציע, ווייסט איינער ווי עס געדריקט
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

שמעתי שהספר אך פרי תבואה כתב חתנו הרב גאלדבערגער והספר הישר והטוב כתב בעצמו = האם זה נכון כך שמעתי מנכדו העוסק כעת בהדפסת ספריו
ונפק"מ למקח וממכר של כתבי יד של הספרים
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

ר' שלום בן הרב הצדיק המקובל מו"ה אברהם שווארץ ז"ל חתן הרה"ק מליסקא זי"ע [NJ חוסט]
אטעטשמענטס
Poster2.jpg
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

לכאורה איז דא א טעות אויפ'ן מציבה, אז ס'שטייט נישט חתן "בזיוו"ר" בעל אך פרי תבואה,

ווייל לפי השנים קען נישט זיין אז דער רבי שלום ע"ה זאל זיין א רעכטע אייניקעל פונעם אך פרי תבואה.

ומכאו ראיה מוכחות דאף בימינו אי אפשר ללמוד וללמד יוחסין ממציבות. והבן.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

מי היה רבי יצחק משה פריעדמאן מליסקא ? חתימת ישנה
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
באזעסענער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסענער »

ליסקא אייניקעל האט געשריבן:ער האט שוין חתונה געמאכט צוויי איניקלעך, און האט א דריטע אויף די רייע, גאר א חשובע בחור


אזוי? בשטו"מ
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

ראש הקהל האט געשריבן:לכאורה איז דא א טעות אויפ'ן מציבה, אז ס'שטייט נישט חתן "בזיוו"ר" בעל אך פרי תבואה,

ווייל לפי השנים קען נישט זיין אז דער רבי שלום ע"ה זאל זיין א רעכטע אייניקעל פונעם אך פרי תבואה.

ומכאו ראיה מוכחות דאף בימינו אי אפשר ללמוד וללמד יוחסין ממציבות. והבן.


עס איז קיין שום טעות, עס שטייט נישט אז ר' שלום איז געווען אן אייניקל, עס שטייט נאר אז זיין טאטע איז געווען אן איידעם
שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלישעי »

מי זה מחתונו של הרה"ק מליסקא
אטעטשמענטס
P5230241.JPG
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

שטאט?
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

ראש הקהל האט געשריבן:שטאט?

מיהאלאוויץ (Michalovce, Slovakia)
גדולי ישראל
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדולי ישראל »

ביי וועם איז רבי הערשלע ליסקער געווען אן איידעם?
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

גדולי ישראל האט געשריבן:ביי וועם איז רבי הערשלע ליסקער געווען אן איידעם?


רבי יצחק לעפקאוויטש ז"ל מעיר ליסקא
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

א איד האט געבעטין דא ארויף צושטעלין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

שלום לכל החברים שבפורום זה.
אולי יד המקרה ויותר סביר שלא .. בכל מקרה לפני שלושה ימים "גיליתי" בזכות קרוב משפחה (רחוק יחסית) שאני דור חמישי לכבוד הרב חיים פרידלנדר זצ"ל בעמח"ס "טל חיים". אם מי מכם יוכל לסייע לי להמשיך ולבנות את אילן היוחסין שלי מנקודה זו, לא יהיה מאושר ממני. נכון לעכשיו, ככל הידוע לי, שם אביו של הרב זצ"ל היה רבי משה ושם אימו הצדקת ברכה. אביה של ברכה ז"ל היה רבי יהודה ליבוש זצ"ל, אב"ד קליינווארדין - אלא שלא עולה בידי להבין מי הוא בדיוק אותו אב"ד בשם רבי יהודה. אשתו של הרב פרידלנדר זצ"ל היתה כידוע הצדקת שרה, ביתו של הרצ"ה מליסקא בעמח"ס אפ"ת ואשתו קרינטשא בת יצחק הכהן. הוריו של הרצ"ה מליסקא זצ"ל היו רבי אהרון הכהן מאוהלי ושרה. האם מישהו יודע יותר פרטים? אשמח אם תוכלו לשלוח לי לכתובת
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

קען איינער דאס באשטעטיגען---? אזוי שרייבט איינער אין א"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ולגבי הטל חיים שמעתי שרבנו הקדוש בעל ויואל משה זי"ע ששאלו ממנו למה "אינדערהיים" היה מפלפל בדבריו מספר טל חיים והברכה שהוא גג על גג ועמוק מאוד בעל חשבון נפלא משא"כ כאן בארה"ב מנע מזה,
ענה "דשני תירוצים בדבר: א' ששם היו המופלגים ביותר ובעלי מפלפלין ולא כן כאן באמעריקא עם-ריקא, וב' דשם היה לי הספר וכאן לא מצאתיו". הספר טל חיים והברכה היה חביב אצלו מאד.
וכן עיין בה הרבה הגה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא זצ"ל ואביו הגה"ק בעל ויגד יעקב זצ"ל.
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

ווער איז דער אייניקעל, איר קענט איהם זאגן ער זאל מיר קאנטעקטן.
אויף דערווייל, הרה"ק האך פרי תבואה איז געקומען פון נישט א רבנישע גזע,
לעצטענס בין איך דערגאנגען צוויי דורות אויף ארויף, אבער יענער וועט גארנישט קלוגער ווערן.

דער טל חיים האט געהייסען א יחסן בימיו, אזוי באטיטעלט איהם הגאון רבי יצחק שמעלקיש ז"ל אב"ד לעמבערג בהסכמתו על הטל חיים והברכה,
דער רבי יהודה אב"ד קליינווארדיין, מוזכר בתשובת חתם סופר, איז געוועהן אן אייניקעל פונעם מהרש"א ז"ל, דער זעלבע וועג ווי דער ישמח משה,
דהיינו ער איז געוועהן א דריטע קאזין מיט איהם, כן הסכים גם הישמח משה, ומוזכר כבדרך אגב, ובדרך רמז בספר דרכי הישר והטוב.
הגם ער שרייבט עס דארט אויף רבי יוזפא גאלדבערגער אן אנדערע איידען פונעם אך פרי תבואה, איז מער לעצטענס אויסגעקומען צו שרייבען ערגעץ דא,
אז רבי יוזפא גאלדבערגער מיטן שוואגער דו טל חיים זענען געוועהן ערשטע קרובים, און ס'גייט ארויף אויף ביידע.

לאפוקי דעס וואס ווערט דערמאנט און אור הישר והטוב, ווי דער מחבר רבי פנחס אלי'ה לעווי האט געלליגט א גאנצע יחוס בוים אויףן טל חיים, שנוצר מגזע הסמיכת חכמים.
זה אינו. רק כמו שכתבתי, שהוא נכד המהרש"א כדרך הישמח משה, ונמצא שהברית כהנת עולם יהיה דודו מצד אשתו, ולא מצד עצמו של הברית כהנת עולם. ודו"ק והבן.

אני לעצמי קבלתי אז דער עצי חיים פלעגט אסאך צו ניצען ביי זיינע שיעורים הטל חיים והברכה, וכן הגאון הרב מאונסדארף הבאר שמואל.
דו אנדערע וואס דו דערמאנטס קען זיין, איך ווייס נישט.

פרסום ראשון, דער שווער פון רבי יצחק לעפקאוויטש חותן האך פרי תבואה, שמו היה רבי גרשון אברהם קליין מליסקא.
ובזה אשים קנצי למילין.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”