רבי צבי הירש מרימינוב זצ"ל - ל' חשון שנת תר"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ארפכשד האט געשריבן:הרב זארעכפעפער: עי' בשו"ת חתם סופר או"ח סי' קס"ג.
ועי' בשו"ת מהר"י מינץ סי' ט'.

שכוח ארפכשד, פאר די דעטאלע מראה מקומות. עס איז א פארגעניגן צו זען אז איר זייט א תלמוד חכם.
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

שב"ק וועט זיין די יו"ד פון זיין זון, ה"ה כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' יוסף הכהן פרידמאן פון רימנאב זיע"א - כ"ד ניסן תרע"ג.
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

איך געדענק נישט אויף די מינוט ווער עס האט עס געזאגט (אויב איינער קען מיך דערמאנען וועט עס זיין א גרויסע זכות) פלעגט זאגן נישט קיין ווינדער אז די ברכות ר' יוסף ווערט מקיים לשון קדשו ווייל זיין טאטע דער ר' הערש מיט די גראבע ליפן זאגט נאך אמן אויף יעדע ברכה ....מפי הרב יח"ג שליט"א זי"ע
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די אלמנה פון דער רבי ר' הערש מרימינוב האט חתונה געהאט מיטן הייליגען ריזשינער זצ"ל, דערפאר איז בנו ומ"מ ר' יוסף אויפגעוואקסן מיטן נאמען 'פריעדמאן', ווי אלט איז ר' יוסף געווען בפטירת אביו?
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

נאך נישט 3 יאהר.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
היא הביאה בן ובת איתה הבת התחתנה עם הרה''ק ר' שלמהניו בן האדמוה''ז מסא''ג ובן שנתגדל אצל
האדמוה''ז מסא''ג והתחתן עם נכדת הבעש''ט זי''ע ולו הי' רק ג' בנות .הבת התארסה עוד בחיי קדוש ישראל מרוזין נבג''מ ובחיי אבי' הר'ר' הערש זי''ע כידוע הסיפור עם היחוס .
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

badatz האט געשריבן:ב''ה

ווער זענען געווען די דריי איידימער?
איינער ווייס איך ר' אשר ישעי' הורוויץ מ"מ חותנו ברימינוב בעמח"ס מעדני אשר (בן האמרי נועם מזיקוב?)

מיר האבן שוין אמאל גערעדט איבער דעם סדיגורא-רימינובער רבי פון דאהי ר' יצחק פריעדמאן וועלכער איז געווען בנו של ר' שלמה'ניו הנ"ל ז"ל.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:

כבוד האב''ד שליט''א
הרה''צ ר' יצחק זצ''ל הי' בן האור ישראל מסא''ג וחתן הרה''ק ר' יאסעלע נ''ע מרימאנאוו
הרה''ק ר' ישראל שלום יוסף זצ''ל מבאהוש ג''כ הי' חתן הנ''ל
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
נזכרתי שבעל מעדני אשר בן האמרי נועם התגרש מהרבנית והיא התחתנה בזיוו''ג ב' עם ריש''י מבאהוש.
א''כ הי' לו רק ב' בנות .זכיתי עוד להכיר כמה אנשים שזכרו את הרה''ק ר' יאסעלע נ''ע
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אזוי, אינטערעסאנט אז אינעם ספר שרייבן זיי געהעריג חתן ר' יוסף מרימינוב, האט דער מעדני אשר נאכאמאל חתונה געהאט?
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:אזוי, אינטערעסאנט אז אינעם ספר שרייבן זיי געהעריג חתן ר' יוסף מרימינוב, האט דער מעדני אשר נאכאמאל חתונה געהאט?

ב''ה
עוד ב' פעמים . כבוד האב''ד נפסיק כאן כבוד ד' הסתר דבר .כשם שקיבל שכר על הדרישה כן נקבל כולנו יחד שכר על הפרישה .ונלמד מכאן על שאר האשכולות
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אינעם ערשטען אדער צווייטען באנד שיח זקינים האט ער אויכעט עטליכע סיפורים וואס ער האט געהערט פון אידען וואס האבען נאך געדענקט דעם ר' יוסף מ'רימינוב,
ער איז דאכט זיך אוועק אין די תרס' יארן.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

יאסל האט געשריבן:אינעם ערשטען אדער צווייטען באנד שיח זקינים האט ער אויכעט עטליכע סיפורים וואס ער האט געהערט פון אידען וואס האבען נאך געדענקט דעם ר' יוסף מ'רימינוב,
ער איז דאכט זיך אוועק אין די תרס' יארן.

ב''ה
בשנת תער''ג
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

גם אני הקטן האט געקענט א יוד אין אנטווערפן ר' אברהם שלמה גרינפעלד ע"ה וואס ר' יאסעלע מרימנוב איז געווען זיין כהן ביים פדיון הבן.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

בעזהשי''ת
אספר לכם סיפור ששמעתי מהרב מוואידיסלאוו ---ושמעתי כעין זה מר' אליעזר דוד פריעדמאן מלאנדאן ששמע את זאת מהרה''ח ר' יעקה העניג
המשב''ק של האביר יעקב מסא''ג .---שפעם הי' ר' יאסעלע בעיר לינסק וכידוע בבית רוזין מתפללים האדמורי''ם בחדר מיוחד .ורצו ילדים לזרוק
אבנים לחדרו כיון שהי' מבית רוזין וכיון ששמעו אומר בסוף ובא לציון--ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו-----וחיי עולם נטע בתוכינו ---ולעשות רצונו
ולעבדו בלבב שלם .נפל פחד עליהם וברחו .הרב מוואידיסלאוו הי' אפילו אומר הניגון והתנועה שאמר .
ג''כ סיפר הטעם שאמר למה הוא עולה על קבר אביו אע''פ שהוא כהן ---אך אין מגלים אלא וכו' .

זכותו הגדול יגן עלינו

על הר'ר'הערש זי''ע יש ספר ניפלא בשם מבשר טוב מקאמלהאר וכן בספר טעמי מצוות ובארות המים יש הרבה עליו .
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שישא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 20, 2009 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שישא »

זיידעניו האט געשריבן:....א נאכט פאר די חתונה איז איינגעארדענט געווארן אן ארעם-מאלצייט פאר די ארעמעלייט (אן ארעמע חתונה), וואס ס'איז א מנהג אין א סאך רבי'שע הויפן דאס צו מאכען. מ'האט געגרייט פאר די ארעמעלייט שיינע טישן מיט עסן און טרונקען פון שענסטן און פון בעסטן כיד המלך, און בעיקר וואס מ'האט געטיילט פאר יעדן ארעמאן א שיינע מטבע. פאר דעם צוועק האט דער ישמח משה זי"ע געברענגט א גרויסען סכום געלט און עס געגעבן פארן מחותן אויסצוטיילען.
דער מחותן דער רב, איז ארום געגאנגען צווישן אלע ארעמעלייט א גוט אויפגעלייגטער און געטיילט ביד רחבה אזוי אז די ארעמעלייט זענען געווען העכסט צופרידן און גליקליך. ביים עק טיש איז געזעסן אן ארעמאן, אויך אים האט דער טאלטשווער רב דערלאנגט א מטבע פונקט ווי פאר אלע. "דער" אורח, האט אבער צו די וואונדער פון טאלטשווער רב - נישט געוואלט נעמען די מטבע, ער האט זיך איינגעפרארט ביים רב דער אבי הכלה, אז ער זאל אים געבן גאר א גרויסען סכום. דער רב האט אים פרובירט מוסיף זיין עטליכע מטבעות, אבער יענער האט זיך איינגעשפארט און האט נישט געוואלט נעמען ווייניגער וויפיל ער האט פארלאנגט דאס ערשטע מאל. דער מחותן האט זיך דא געטראפן אין א פארלעגענהייט, ער האט נישט געוואוסט וואס פאר אן עצה מ'גיט זיך דא. רופט ער זיך אן צו דעם איד, דאס געלט איז נישט מיין, דער מחותן דער אוהעלער רב האט דאס מיר געגעבן צו צוטיילען צווישן די ארעמעלייט און מיר אנגעזאגט וויפיל צו געבן יעדן אייינעם. איך האב פאר אייך אויך געהאלטן ביים מוסיף זיין פון מיין געלט, ווילט איר דאך אבער נישט, און א גרעסערן סכום האב איך נישט קיין רשות צו געבן פון דעם געלט, סיידן איך וועל פרעגן רשות פון בעה"ב, איך גיי אים שוין פרעגן.
דער טאלטשווער רב איז געגאנגען צום ישמח משה און דערציילט אים וועגן דעם מאדנעם ארעמאן. איך וויל אליין גיין און אנקוקען דעם ארעמאן - האט דער ישמח משה זיך אנגערופען. דער ישמח משה קומט אריין אין ביהמ"ד וואו די ארעמעלייט האבן געגעסן און הייבט אויף זיינע הייליגע אויגען און גיט א קוק דעם פרעמדן אורח און באטראכט אים גוט, און רופט זיך אן, גיט אים מחותן וויפיל ער פארלאנגט פארשטייט זיך אז דער רב האט אזוי געטאן. ער האט אהין געגעבן דעם "אורח" דעם סכום וואס ער האט פארלאנגט.
דער פארשטעלטער "אורח" איז געווען דער רבי ר' הערש מרימנוב, ער האט דערנאך געגעבן זיין ברכה און אנגעוואונטשן אז פון דעם זיווג זאלן ארויסקומען דורות און דורי דורות וואס וועלן באלייכטען די וועלט...

ווייסט אפשר איינער דא ווי עס איז די ערשטע מקור פון די באקאנטע סאטמארע מעשה, אין תהלה למשה ווערט עס נישט געברענגט.
אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר »

היינט איז די יארצייט פון זיין זון רבי יוסף מרימאנוב.
א בילד פון די מצבה.
אטעטשמענטס
.jpg
.jpg (61.81 KiB) געזען 6591 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מ'האט דא אויבן דערמאנט אז ר' יוסף הכהן מרימינוב בנו ומ"מ של הרבי ר' הערש, איז אויפגעצויגען געווארן אין סאדיגורא ביים הייליגען ריזשינער און ער האט געהאט 2 טעכטער, איין טאכטער האט חתונה געהאט צו ר' אשר ישעי' הורוויץ בעמח"ס מעדני מלך (בטעות נכתבה לעי הספר בשם 'מעדני אשר') בן מהר"ם מדזיקוב ונכד הרה"ק מראפשיץ.

דער ר' אשר האט געוואונט אין רימינוב און ביי די ערשטע וועלט קריג איז ער אריבער קיין וויען, עסטרייך ווי נאך אנדערע רבנים ואדמור"ים האבן דאן געטאן.

זיין זון איז געווען ר' צבי חיים הורוויץ מרימינוב חתן בעל האהבת ישראל מוויזשניץ, אינעם בייגעלייגטען בילד וואס ידידינו ר' בן בוזי האט געבראכט און ר' מיילעך האט אידענטיפיצירט ווערט ר' הערשיניו געזעהן (דער צווייטער פון רעכטס) מיט עטלכיע גבאים ומשבקי"ם גייענדיג אין די שטאט ריישא.

(תשוח"ח להר' מיילעך על הזיהוי עם הפרטים)

יעצט עטליכע שאלות, ווער נאך זענען געווען די קינדער פון ר' אשר ישעי' מרימינוב?
איז פארבליבען דורות פון ר' צבי חיים מרימינוב?
איז פארהאן נאך פרטים איבער די משפחה?
אטעטשמענטס
0110.gif
0110.gif (35.21 KiB) געזען 6542 מאל
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

לר' אשר ישעי' בתו אשת ר' יצחק מסאדיגורא- רימנוב-ארה"ב.

ר' צבי חיים נסתלק ערב שבועות תרצ"ט ונטמן ברימנוב לאחר מכן הועלה ארונו לאר"י ונטמן בב"ב באהל וויזניץ אצל חותנו.
בניו:
ר' אלטר משה אליעזר האדמו"ר האחרון ברימנוב הי"ד (חתן ר' נפתלי ממעליץ).
חתניו:
ר' יצחק ווייסברויד אב"ד יעדליש.
ר' דוד קושיצקי מארה"ב.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

אויף די מעשה וואס שישא פרעגט אן די מקור, איך ווייס נישט פון א געשריבענע מקור, אבער פאר דער טאלטשווע רב איז ארויף קיין ארץ ישראל איז ער געגאנגען זיך געזעגענען ביי רבי ר' הערש האט דער רבי ר' הערש געפרעגט איר געדענקט נאך די מעשה ביי די ארימע חתונה? איך זאג אייך נאך אמאל צו אז ביז משוח'ס טאג וועלן זיין פין יענעם שידוך מנהיגי ישראל.

דער רבי ר' הערש איז געזעצן 12 יאר (מיין איך) אין ראפשיץ פון די פטורה פין רבי מענדעלע ביז די פטורה פון ראפשיצע רב איינמאל איז א איד געקומען צום ראפשיצע רב אין האט געוואלט שרייבן א קוויטעל אין דער גבאי איז פינקט נישט דארט געווען האט ער געפרעגט ווער קען שרייבן א קוויטעל האט די רבי ר' הערש געשריבן א קוויטעל פאר אים, נאכן זאגן זיין בקשה זאגט אים רבי ר' הערש פאר 30 רייניש האסטו א ישועה (איך בין נישט אזוי זיכער אינעם סכום) איז דער איד אריין צום ראפשיצער רב אין נאכען געבן דעם קוויטעל האט ער געזאגט פארן ראפשיצע רב אז די מצב אינדרויסען איז נישט יושרדיג דער איד וואס האט מיר געשריבן דעם קוויטעל האט מיר געבעטן געלט פאר די ישועה, איך בין נישט געקומען צו אים איך בין געקומען צום רבין, און וואס האט ער צו בעטן געלט, פרעגט אים דער ראפשיצער רב ווער האט געשריבן דאס קוויטעל, א קיצור מען איז דערגאנגען אז דאס איז געווען דער רבי ר' הערש, זאגט דער ראפשיצער רב פאר דעם איד זאפארט גיב אים 30 ריינישט (צו וויפיל דער סכום איז געווען) און שפיל דיך נישט ארום.

וואו אויך איז געווען אין פרעשבורג מען האט געגראבן פאר א מקוה אין די רבי ר' הערש האט זיך איינגעבעטן גרויס געלט 300 רייניש אין מען איז געגאנגען צום ישמח משה אין ער האט געגעבן א קמיע פאר 10 רייניש עס איז א ביסל אן עריכות און איך טייפ פינעם בערי איז פארטיג איך דא און איך בעט אנטשולדיגונג
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בנוגע נשואי אלמנת הרר"ה עם הרה"ק מרוזין:
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=7&t=2716
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

בנוגע די יארצייט אז עס געפאלט נישט יעדעס יאר, האט מען געזאגט אז ער איז געווען אזוי באהאלטן אז אפילו זיין יארצייט פאלט נישט יעדעס יאר
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

שישא האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:דער פארשטעלטער "אורח" איז געווען דער רבי ר' הערש מרימנוב, ער האט דערנאך געגעבן זיין ברכה און אנגעוואונטשן אז פון דעם זיווג זאלן ארויסקומען דורות און דורי דורות וואס וועלן באלייכטען די וועלט...

ווייסט אפשר איינער דא ווי עס איז די ערשטע מקור פון די באקאנטע סאטמארע מעשה, אין תהלה למשה ווערט עס נישט געברענגט.

די 'ערשטע' מקור דערצו אינני יודע, אבער כ'האב עס געהערט פון א איד ששמע אותו מפ"ק של מרן הק' מסאטמאר בעל טיב לבב זי"ע
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

badatz האט געשריבן:ב''ה
נזכרתי שבעל מעדני אשר בן האמרי נועם התגרש מהרבנית והיא התחתנה בזיוו''ג ב' עם ריש''י מבאהוש.
א''כ הי' לו רק ב' בנות

על המציבה של הה"ק ר' יוסף כת' 'תהי האבן הזאת גם לזכרון עולם לבתו היחידה מרת מלכה ע"ה שנהרגה עקד"ה בשנות הזעם הי"ד'
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”