רבי אברהם יהושע העשיל ה'אוהב ישראל' מאפטא - ה' ניסן תקפ"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

כ"ק אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל האט געהאט דער שטעקען פון דער הייליגע אפטער רב זי"ע
כ"ק אדמו"ר מהרב"צ מבאבוב שליט"א האט עס היינט צוטאגס ער טאנצט מיט דעם ביי מים שלנו.
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

דער הייליגע ר"ר אלימלך זי"ע האט אוועק געגעבען פאר דער רבי פון לובלין דער כח הרייאה אין פאר דער אפטא רב דער כח הפה אין קאזניצער מגיד דער לב
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל זי"ע, "דער אפטער רב" וואס איז געוועהן סוף ימיו אין מעזביז, איז באקאנט אלץ דער מחבר פון דעם ספר הקדוש "אוהב ישראל". ער איז געוועהן פון די גרעסטע גאונים און צדיקים פון זיין דור, איינער פון די פיהר גרויסע תלמידים פון רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע. [די אנדערע דריי חברים זענען, דער קאזניצער מגיד - בעמח"ס "עבודת ישראל". דער רבי פון לובלין - "החוזה". און דער רבי ר' מענדל'ע מרימנוב - בעמח"ס "דברי מנחם", זכותם יגן עלינו].
נישט נאר איז ער געוועהן פארהייליגט און געשעצט ביי די הייליגע צדיקים די רועי החסידות, נאר אפילו ביי די גדולי הדור איז ער אויך געוועהן גאר שטארק חשוב ווי מען קען זעהן אין א תשובה פון דעם גרויסען גאון המפוסם ברכל הדורות, דער "בית אפרים" (יד אפרים, שער אפרים, מטה אפרים) ווי ער שרייבט (שו"ת ב"א אהע"ז מהדו"ת סי"ד) איש אלקים קדוש... הרב הגאון הגדול החריף ובקי מופת הדור החסיד ועניו, חכמתו תאיר פניו נודע, למשגב בכל קצוי ארץ כש"ת מוה"ר אברהם יהושע העשיל.
אויך זעהט מען א גאר ווארימע הסכמה פון דעם גאון מפורסם דער "שואל ומשיב" (הג"ר יוסף שאול נאטענזאן, לעמבערגער) וואס שרייבט "הכי קרא שמו אוהב ישראל כי כשמו כן הוא, היה אוהב בכל לבבו ונפשו כל ישראל, ובפרט להת"ח היה מקרבם בכל עוז, ואבותינו סיפרו לנו בעת שהיה כאן, היו כל גדולי ישראל שבעירנו משכימים ובאים אצלו וראו נפלאות מתורתו...
עטליכע טעג פאר זיין ההסתלקות (ראש חודש ניסן שנת תקפ"ה) האט ער זיך געזעגענט פון זיינע הייליגע ספרים, און געזאגט אז אלע ספרים זאלען עדות זאגן פאר דעם כסא הכבוד אז איך האב געלערנט אהן גיין גאות און פניות נאר אינגאנצען לשמה...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די מעשה וואס מיר ברענגען דא פלעגט דערציילן דער ערשטער סאדיגורער רבי הרה"ק רבי אברהם יעקב זצ"ל, יעדן יאר אין דעם נאכט פון בדיקת חמץ:
אין א דארף נעבן קולבסוב האט א איד געדונגען א קרעטשמע פונ'ם דארטיגן פריץ. האט אים אבער די הצלחה נישט געשיינט אזוי אז פון די קליינע פארדינסטן האט ער נישט געהאט צו צאלן דעם פריץ די פאכט-געצאל. דער פריץ האט נישט געשוויגן, פון צייט צו צייט האט ער געשיקט דערמאנען דעם איד וועגן זיין חוב. וואס אמאל איז זיין פאדערונג געווארן שטרענגער ביז ווען ער האט שוין געדראעט מיט א שווערע שטראף. אבער דער איד האט גע'טענה'ט "אין לי", איך האב נישט.
געווען איז דאן "שבת הגדול", דער פריץ, וועמענס צארן אויפ'ן איד האט געפלאקערט, האט אריבערגעשיקט צוויי קאזאקן צום איד'ס הויז, אז זיי זאלן אים אביסל "אנלערנען" ווי מען פירט זיך מיט א פריץ...
די צוויי שיכור'ע קאזאקן זענען ווילדערהייט אין הויז אריינגעלאפן, ארויסגענומען דעם טשאלענט פון אויוון און אויסגעגאסן אויף דעם גאנצן הויז... איבערגעקערט דעם שבת טיש מיט די חלות, אויסגעגאסן די וויין און צובראכן און צושטאכן אלס וואס עס האט זיך נאר געלאזט...
דער איד מיט זיין הויזגעזינד זענען געשטאנען בלייך און פארציטערט אין דער זייט, צוקוקנדיג צום חורבן וואס די קאזאקן מאכן. זיי האבן זייער מורא געהאט פון די ווילדע קאזאקן עפעס זיך אנצורופן, ס'זאל זיי נישט איינפאלן טאן נאך ערגערס.
ערשט ווען די קאזאקן זענען אוועק פון שטוב האט זיך דער איד ארויסגעשארט פון זיין באהעלטעניש. שבת איז דאך הייליג, האט ער געטראכט ביי זיך, עס איז דאך עפעס א פריילעכער טאג. א תמימות'דיגער איד איז ער געווען, האט ער מיט אלע כוחות זיך געשטארקט נישט צו זיין פארביטערט, און נישט פארשוועכן דעם הייליגן טאג מיט טרויער. שטילערהייט איז זיך דער אומגליקליכער איד ארויס פון זיין שטוב, און אוועק אין שול הערן די דרשה פון דעם רב, אזוי ווי דער אידישער מנהג איז צו דרש'ענען אין שול אום שבת הגדול.
דער רב אין קלבסוב איז געווען דאן דער צוקונפטיגער אפטער רב הרב הקדוש רבי יהושע העשל זי"ע, באקאנט אלס דער "אוהב ישראל פון אפטא".
קומענדיג אין שול האט ער דערזען ווי דער גאנצער שול איז געפאקט מיט מענטשן, און דער גאנצער עולם שטייט און הערט דעם רב'ס דרשה, און ער דערהערט ווי דער רב זאגט: צוויי ברכות פון "גאולה" זענען פארהאן: איינע "גאל ישראל", וואס מיר זאגן נאך קריאת-שמע וואס דער טייטשט איז אז הקב"ה האט אויסגעלייזט די אידן און אויף א צווייטן פלאץ שטייט געשריבן "גואל ישראל", מיט א לשן, הווה, יעצט, דאס מיינט אז דער אויבערשטער לייזט אויס כסדר, שטענדיג, די אידן. דאס מיינט, אז די ערשטע ברכה מיינט צו לויבן דעם פון אויבן אויף די אויסלייזונג וואס ער האט אמאל אויסגעלייזט די אידן פון מצרים, אבער ביי די צווייטע ברכה, וועלכע מיר זאגן דריי מאל אין טאג אין שמונה עשרה - "גואל ישראל" לויבן מיר אויף אלע אויסלייזונגען וועלכע ער לייזט אויס שטענדיג און צו יעדער צייט די אידן...
אט למשל - זאגט דער רבי ווייטער, און צופייערט זיך, זיצט זיך א איד אין א דארף א ביטערער ארעמאן, וועלכער פארמאגט קוים אויף ברויט און האט אפילו נישט צו באצאלן זיין חוב פאר דעם פריץ און דער פריץ ווערט אויף אים בייז און אינמיטן שבת קודש שיקט ער צו אים צוויי קאזאקן וועלכע מאכן א חורבן ביי אים אין הויז מיינט איר אז די זאך איז פשוט? ניין! אט פאר דעם איד וועט יעצט אויפשיינען אן אויסלייזונג, אויף אים איז געזאגט געווארן "גואל ישראל", דער באשעפער לייזט אויס צי יעדער צייט דעם איד...
דער אומגליקליכער קרעטשמער הערנדיג די טרייסט ווערטער פון רב, האט מער נישט געדארפט, פילנדיג אז דאס מיינט טאקע דער רב אים אליין האט ער באקומען א נייע חיות הערנדיג די רייד, פול מיט בטחון אין השי"ת, מיט א פריילעך הארץ האט ער זיך אומגעקערט צו זיין הויז ווען אויפ'ן גאנצן וועג הערט ער נישט אויף צו שעפטשען: "דער רבי האט געזאגט גואל ישראל! דער רבי האט געזאגט גואל ישראל!
נו, האט זיך דער פריץ געווענדעט צו זיינע קאזאקן, גייט אריבער צום איד און קוקט וואס ער טוט יעצט נאך דעם "פאגראם". די קאזאקן זענען געגאנגען אויספירן זייער שליחות, ווען זיי זענען אנגעקומען צום איד'ס שטוב, האבן זיי אים דערזען ווי ער טאנצט און זינגט: "דער רבי זאגט גואל ישראל"... זיי זענען צוריק צום פריץ און געזאגט:
דער איד איז לא עלינו משוגע געווארן פון די גרויסע צרות, צווישן די איבערגעקערטע טישן און בענק טאנצט ער און זינגט מיט גרויס פרייד...
עפעס האט דעם פריץ א ריר געטאן אין הארץ. ברענגט אים צו מיר - האט ער באפוילן פאר זיינע מענטשן. מוצאי שבת האבן צוויי קאזאקן געברענגט צו פירן דעם קרעטשמער צום פריץ. מושקה! האט זיך דער פריץ צו אים געווענדעט - פארוואס צאלסטו מיר נישט מיין חוב? איך האב דאך נישט - הויכגעשעצטער פאניע, האט דער איד געענטפערט מיט א קרעכץ.
ווייסטו וואס - האט דער פריץ גוטמוטיג א זאג געטאן - איך וועל דיר געבן א שריפט וואס דערמיט וועסטו קענען באקומען א גרויסן פאס מיט ספירט, און ווען דו וועסט דאס פארקויפן פאר די פויער'ן פון די דערפער, וועסטו קענען געבן פרנסה פאר דיין משפחה, און אויך באצאלן מיין חוב.
מיט א פריילעך הארץ האט דער קרעטשמער גענומען דעם שריפט און זיך דערמיט איינגעהאנדלט א פעסל ספירט. דער אויבערשטער האט געשיקט זיין ברכה, ער האט אסאך געלט פארדינט דערביי, אפגעצאלט א היבש ביסל חובות, און געקענט אויך קויפן פאר זיין משפחה הוצאות אויף פסח.
ערב פסח האט ער איינגעוויקלט עטלעכע רענדלעך אין א פאטשיילע, אריינגעטראגן צום "אוהב ישראל" און א זאג געטאן: רבי, דאס זענען "גואל ישראל" רענדלעך.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כ'זע דו ברענגסט פון די הסכמה פון שואל ומשיב אז דער ספר הייסט אוהב ישראל צוליב זיין אהבת ישראל,
איז דאס טאקע די גאנצע סיבה פארוואס זיין ספר הייסט אזוי.
ס'האט לכאורה נישט קיין שייכות מיט זיין נאמען.
און יעצט א פראגע זיידי
וויאזוי האט זיין טאטע געהייסן ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר' שמואל אב"ד ניישטאט

קוק די ערשטע תגובה
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

דער הייליגער אפטע רב איז כידיע געווען רב אויף פיר פלעצער
א סימן פלעגט מען זאן מלכיתה קאים קאים איז די ראשי תיבות קאלבסאוו אפטע יאס מעזוביז
ווען ער איז געווען רב אין יאס האט ער געהאט צרות פון די ראש הקהל און פון די ווייב פון ראש הקהל ווען ער איז אוועק געגאנגען פון יאס האט ער געוואלט שעלטן די שטאט יאס אבער האט געזען אז באחרית הימים וועט דארט זיין א ערי מקלט פאר אידן האט ער עס נישט געשאלטן
יאס איז ראמעניע ביי די צוויטע וועלט מלחמה האבן זיך אידן אין ראמעניע געטרייסט מיט די ווערטער פון אפטע רב אז עס וועט זיין א ערי מקלט פאר אידן עס איז שוין געשטאנען אין אלע פעפער אז ביז צווי וואכן וועט ראמעניע זיין אידן ריין (כלשונם ימ"ש)
און בחסדי השי"ת האט מען דאס אפ געשטעלט און די לעצטע מינוט .
און פון ראמעניע האט מען נישט אוועק געפירט די אידן זי"ע ן
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

זיידי ישר כח,
איז דא נאך עפעס א טעם פארוואס דער ספר הייסט אוהב ישראל, אויב זיין טאטע האט געהייסן שמואל, און ער אברהם יושע העשל ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

בערל דאס איז נישט קיין גיטע סיבה ער איז געווען א אמתדיגע אוהב ישראל
דאס מיינט על שמי ועל זכרי
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כ'האב נאר געפרעגט אויב עס איז דא נאך א טעם
אז מ'לעבט דערלעבט מען
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יעדן יאר ביים אפרעכטן דעם סדר, האט דער מאגלעניצער רבי, ר' חיים מאיר יחיאל, איידער ער האט אנגעהויבן צו זאגן אין די הגדה "ונצעק אל ה' אלקי אבותינו וישמע ה' את קולנו", דערציילט די מעשה:
עס איז געוועהן א דארפ'ס-איד וואס האט געהאלטן א קרעטשמע אויף ארענדע ביי דעם פריץ.
דער סדר איז דעמאלסט געוועהן ביי די פריצים, אז די אידן וואס האבן געהאלטן די ארענדע, האבן געדארפט אפצאלן די "ראטעס" פיהר מאל אין יאר, יעדע דריי חדשים א ראטע. אויב דער איד האט די ראטע נישט באצאלט אין דער צייט, האט דער פריץ אים גערופן אין הויף אריין, און ער האט געהייסן זיינע דינער זיי זאלן דעם איד שמייסן.
נישט פערציג מלקות האט דער דאזיגער אומגליקליכער איד געקריגן, נאר הונדערט און צוויי הונדערט מלקות, ביז דאס בלוט האט גערונען פון זיין לייב. דערנאך ערשט האט ער אים איינגעזעצט אין קעלער פון פאלאץ און ער האט אים דארט אזוי לאנג געהאלטן, ביז עס איז געקומען די בני-בית פונעם איד און האבן אפגעצאלט די ראטע, אדער עס זענען געקומען אידן, וואס זענען רחמנים און זיי האבן געגעבן געלט פאר דער ראטע.
ווען עס האט זיך דערנענטערט דער חודש פון צאלן די ראטע, וואס פאלט געווענליך אויס אין די פסח-טעג, און דער דארפ'ס-איד האט דערזעהן, אז ער האט נישט קיין פרוטה צו באצאלן די צווייטע ראטע, האט ער זיך אנגעהויבן צו זארגן און ער איז ארומגעגאנגען טרויעריג און פאר'צער'ט.
פרעגט אים זיין פרוי, וואס ער איז אזוי פארזארגט, זאגט ער עס איז אים שווער אויפ'ן הארץ, אז עס דערנענטערט זיך שוין די צייט צו באצאלן די צווייטע ראטע, און ער האט נישט קיין גראשן ביי די נשמה.
צעהן טעג פאר פסח איז זיין פרוי געפארן אין דעם נאנטן שטעטל אריין, איינצוקויפן מצוֹת און וויין אויף פסח.
ווען זי איז צוריק אהיימגעקומען, דערציילט זי איר מאן, אז זי האט געהערט אין שטעטל, אז אין דער שטאדט מעזשיבוזש, וואס איז צעהן מייל פון דארף, געפינט זיך א גוטער-איד, וואס מען רופט אים "אוהב ישראל", ווייל ער איז א רבי, וואס האט ליב און העלפט אלע אידן וואס קומען צו אים. איז איר עצה, אז ער זאל אויך גיין צו דעם דאזיגן גוטן-אידן, און אים געבן א קוויטל, וועט ער געהאלפן ווערן.
האט זיך דער דארפ'ס-איד ארויסגעלאזט צופיס קיין מעזשיבוזש צום רבי'ן רבי אברהם יהושע העשל, וואס די וועלט האט אים דערנאך אויך גערופן דער "אפטער רב", ווייל ער האט מיט יארן שפעטער געוואוינט אין אפטא.
די וועגן זענען דעמאלסט געוועהן פול מיט בלאטעס, דער שניי האט שוין אנגעהויבן צו צוגיין און האט אלע וועגן פארוואנדלט אין איין גרויסע בלאטע.
שלעפט זיך אזוי דער דארפ'ס-איד מיט זיין גרויסע שטיוול און מיט א זעקל ברויט און טלית און תפילין אויף די פלייצעס קיין מעזשיבוזש צו דעם "אוהב ישראל", ער זאל אים העלפן ער זאל קענען באצאלן דעם פריץ די צווייטע ראטע.
אנגעקומען קיין מעזשיבוזש איז דער דארפ'ס-איד געוועהן אינגאנצן איינגעטונקען אין בלאטע. ווען ער איז אריין אין הויז פון מעזשיבוזשער רבי'ן, צו דעם "אוהב ישראל", איז שוין געוועהן אויפגערוימט פאר פסח. די ווענט זענען געוועהן געקאלעכט, די פאדלאגעס געוואשן און די ספרים-שאפע אויסגעלופטערט.
ווען דער דארפ'ס-איד איז אריינגעקומען מיט זיינע פארבלאטיגטע שטיוול און ער האט געזאגט דעם משמש, אז ער וויל אריינגיין צום רבי'ן, האט דער משמש אים מדחה געוועהן, ער האט אים אין זיין פארבלאטיגן הילוך נישט געוואלט אריינלאזן צום רבי'ן.
דער גבאי האט דעם דארפ'ס-איד ארויסגעטריבן פונעם פאדערשטן צימער, וואו עס זענען געזעצן די קוויטל-שרייבער און געשריבן קוויטלעך פאר די אידן, וואס זענען געקומען צום רבי'ן.
האט דער דארפ'ס-איד נישט געוואוסט וואס צו טוהן. און אזוי ווי עס איז געוועהן דאנערשטאג פארנאכט'ס, האט ער זיך געטראכט, אז ער וועט שוין בלייבן שבת אין מעזשיבוזש.
קיין געלט צו גיין אין אן אכסניא האט ער, דער דארפ'ס-איד נישט געהאט, איז ער אריין אין פאליש פון בית המדרש און זיך אוועקגעלייגט צוזאמען מיט אלע אנדערע ארימע אידישע וואנדערער.
אזוי ווי דער שבת איז געוועהן "שבת הגדול" האט דער "אוהב ישראל" געהאלטן שבת א דרשה אין בית המדרש ווי דער מנהג איז ביי אידן, אז רבנים האלטן דרשות שבת הגדול אין די שוהלן.
שבת נאכן עסן זענען זיך צונויפגעקומען אלע אידן פון שטאדט אין בית המדרש אריין צו הערן דעם רבי'ן, רבי אברהם יהושע העשיל זאגן די דרשה. מען איז געשטאנען קעפ אויף קעפ און אויך דער דארפ'ס-איד האט זיך געשטופט צווישן עולם און ער האט זיך געפרייט, וואס ער וועט זעהן די צורה פון רבי'ן.
דער "אפטער רב" האט געהאלטן די דרשה על פי פרד"ס, צוערשט פארענטפערט א הארבן רמב"ם אויף הלכות פסח, דערנאך גערעדט על פי קבלה אין חסידות, וואס דער דראפ'ס-איד האט גארנישט פארשטאנען, אבער דערנאך האט דער "אוהב ישראל" אויסגעטייטשט די הגדה אין אידיש און ווען ער איז געקומען צו דעם מאמר "ונצעק אל ה' אלקי אבותינו"... איז דער רבי אריינגעפאלן אין גרויס דביקות און ער האט מעורר געוועהן די אידן און ער האט זיי געזאגט, אז זיי זאלן זיך נישט דאכטן, אז דאס איז נאר געוועהן איינמאל אין מצרים, ווען די אידן האבן געשריגן צום באשעפער און ער האט צוגעהערט צו זייער קול און האט זיי געהאלפן, נאר דאס קען געשעהן אויך היינט, ווייל יעדעס יאר אין דער נאכט פון פסח גייען ארויס גרויסע ליכטיגקייטן פון הימל, ווייל דער זמן איו גורם און יעדער איד וואס געפינט זיך אין א צרה און דארף א ישועה און רחמים פון הימל, דארף ער שרייען אין דער דאזיגע נאכט צום באשעפער, און ער וועט געהאלפן ווערן. יעדער איד וואס דארף האבן קינדער, יעדער איד וואס דארף האבן פרנסה, אדער דער, וואס האט אויף זיך א פראצעס, אדער דער איד וואס דארף באצאהלן א "ראטע" צום פריץ און האט נישט צו באצאלן, דארף שרייען ביים סדר צום אויבערשטען און ער וועט געהאלפן ווערן...
דער דארפ'ס-איד, וואס האט נישט פארשטאנען די גאנצע דרשה פון רבי'ן, האט אבער די לעצטע ווערטער, וואס דער רבי האט געזאגט מיט גרויס התלהבות אויפ'ן מאמר פון די הגדה "ונצעק אל ה' אלקי אבותינו" גוט פארשטאנען און ער האט זיך געטראכט "עס האט זיך מיר געלוינט צו קומען קיין מעזשיבוזש, כאטש איך האב דעם רבי'ן קיין קוויטל נישט געגעבן. איך וועל שוין וויסן וואס צו טוהן, כדי איך זאל האבן מיט וואס צו באצאלן די ראטע".
זונטאג אינדערפרי איז דער דארפ'ס-איד צוריקגעגאנגען צופיס אהיים אין דארף אריין.
ווען דער דארפ'ס-איד איז אהיימגעקומען, האט אים זיין פרוי געפרעגט: "נו, וואס האט דער רבי געזאגט"?
"דו דארפסט זיך גארנישט זארגן", האט דער דארפ'ס-איד געענטפערט, "איך ווייס שוין וואס צו טוהן. ווען עס וועט קומען די צייט, וועל איך דיר שוין זאגן. ווארט נאר צו, ביז עס וועט קומען פסח".
ווען עס איז געקומען די ערשטע נאכט פסח האט דער דארפ'ס-איד אפגעריכט דעם סדר אזוי ווי אלעמאל, אבער ווען ער האט געדארפט זאגן "ונצעק אל ה' אלקי אבותינו וישמע ה' את קולנו", האט ער געזאגט צו זיין פרוי:
"דא דארפן מיר ביידע שרייען און מיר וועלן געהאלפן ווערן, אזוי האט בפירוש געזאגט דער רבי, אז אויב מיר וועלן גוט שרייען, וועלן מיר באלד האבן געלט צו באצאלן די ראטע...
און ביידע האבן געשריגן און געשריגן און זיי האבן נישט געוואוסט ווען אויפצוהערן, ביז עס האט זיך פלוצלונג דערהערט א קלאפ אין פענסטער. דאס קלאפן איז געווארן שטערקער און שטערקער, זענען זיי שטיל געווארן און זיי האבן געהערט ווי עמיצער שרייט צו זיי, זיי זאלן שנעל עפענען די טיר.
לכתחילה האבן זיי זיך שטארק דערשראקן, ווייל זיי האבן געוואוסט, אז עס פלעגט זיך נישט איינמאל טרעפן, אז גוים פלעגן אין דער דאזיגע נאכט פון פסח אנפאלן אויף אידישע שטיבער, אבער באלד האבן זיי דערקענט דעם קול פון א גוי, זייערע א באקאנטער.
האט דער דארפ'ס-איד געעפנט די טיר און עס איז אריינגעקומען א גוי, זייערע א שכן, מיט צוויי טעפ אין די הענט און ער האט צו דעם דארפ'ס-איד געזאגט:
"איך האב זיך היינט שטארק אנגע'שיכור'ט, האב איך געשלאגן מיין פרוי אזוי לאנג ביז זי איז געשטארבן. האב איך מורא, אז מארגן וועט זיך דערפון דערוויסן דער פריץ, וועט ער מיר הרג'נען, האב איך נישט קיין אנדערע עצה ווי צו אנטלויפן ווייט. איך האב דא צוויי טעפ פול מיט גאלדענע רענדלאך, וואס איך האב באקומען בירושה פון מיין זיידען, קיינער ווייסט נישט דערפון. איצט ווייס איך נישט וואס צו טוהן מיט זיי און אזוי ווי איך האב געהערט אייער געשריי האב איך פארשטאנען, אז איר שלאפט נאך נישט, איז מיר איינגעפאלן אייך איבער צו געבן די צוויי טעפ מיט די רענדלאך און איך געב זיי אייך איצט מיט'ן פאלגענדן תנאי: אויב איך וועל צוריקקומען אהיים זאלט איר מיר צוריקגעבן נאר איין טאף רענדלאך און דעם צווייטן זאלט איר האבן פאר די טובה וואס איר האט מיר געטוהן, וואס איר האט באהאלטן מיין אוצר, און אויב איך וועל נישט צוריקקומען, זאלן בעסער ביידע טעפ מיט די רענדלאך בלייבן ביי אייך, ווייל עס איז מיר בעסער זיי זאלן זיין אייערע ווי זיי זאלן אריינפאלן אין פרעמדע הענט, ווייל אייך קען איך פון לאנג און אייך האב איך ליב"...
דער דארפ'ס-איד מיט זיין פרוי האבן געהייסן דעם גוי אוועקלייגן די צוויי טעפ מיט די רענדלאך, און זיי האבן מיט שמחה פארענדיגט אפריכטן דעם סדר.
דעם ערשטן טאג חול-המועד פסח, ווען עס איז אויסגעפאלן דער טאג צו באצאלן די ראטע, איז דער דאפר'ס-איד געגאנגען צום פריץ און באצאלט די ראטע.
האט דער פריץ צו זיי געזאגט: אזוי ווי איר זענט ארנטליכע און פארלעסליכע מענטשן, וועט די ארענדא אייך שטענדיג געהערן.
נאך פסח האט דעם דארפ'ס-איד'ס פרוי געזאגט צו איר מאן: "עס איז נישט יושר'דיג מיר זאלן נישט אריינפארן קיין מעזשיבוזש און דאנקען דעם רבי'ן, וואס צוליב זיין עצה זענען מיר געהאלפן געווארן".
האט דער דארפ'ס-איד געקויפט א פערד און וואגן. ער האט אויסגעקלאפט פוטער און מיטגענומען פוטער און קעז צום רבי'ן א מתנה.
ווען דער דארפ'ס-איד איז אריינגעקומען צום אפטער רב און האט אים דערציילט, אז דורך אים, איז ער געהאלפן געווארן, האט דער "אוהב ישראל" צו אים געזאגט:
מיר קומט נישט קיין שום מתנה. איך האב נאר געזאגט דעם פשט פון מאמר פון די הגדה און ווער עס גלויבט אין דעם, קען טאקע געהאלפן ווערן אהן א קוויטל און א ברכה פון רבי'ן"...
נאך דעם ווי דער מאגלעניצער רבי האט געענדיגט דערציילן די דאזיגע מעשה, האט ער גלייך אנגעהויבן צו זאגן "ונצעק אל ה' אלקי אבותינו" מיט גרויס התלהבות און התעוררות...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א געוואלדיגער ארבעט פון החוקר ר' נפתלי אהרן ווקשטיין פון אשדוד איבער די יחוס פונעם אפטא רב זצ"ל (זעה בייגעלייגט פד"ף פייל).
מאמר "ויתילדו" - מספר 70, שפורסם היום ב"המודיע", בתוספת התורנית לחג הסוכות. כתבה זו, הינה מעין "מגילת יוחסין" מושלמת ! ובה יחוסו המפורט של הרה"ק בעל ה"אוהב ישראל" זי"ע. מאמר מסכם ומקיף, שישמש חומר עזר לחקר משפחות רבניות מפורסמות וידועות.

א גוטע און געבענטשטע יאהר
אטעטשמענטס
Ohev Yisroel.pdf
(120.49 KiB) געווארן דאונלאודעד 324 מאל
אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר »

די מציבה פונעם הייליגן אוהב ישראל און מעזביז. און אוהל פון בעש''ט הק'.
אטעטשמענטס
.jpg
.jpg (44.19 KiB) געזען 4489 מאל
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

די נוסח המציבה זעהט אויס ניי, איינער ווייסט די אלטע נוסח?
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

החריף האט געשריבן:דער הייליגע ר"ר אלימלך זי"ע האט אוועק געגעבען פאר דער רבי פון לובלין דער כח הרייאה אין פאר דער אפטא רב דער כח הפה אין קאזניצער מגיד דער לב

אין ליקוטי הרי''מ שטייט אז דער חידושי הרי''ם האט געזאגט אז דער ר' ר' מלך האט געזאגט אז דאס הארץ האט עהר איבער געלאזט פאר זעך .
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

דער אפטער רב איז געבוירען געווארען שנת תק''י .אין פין דעם מעזיביזער הרי''ם העשיל בראנקס-חיפה האב איך געהערט אז אלע דער בעש''ט-
דער דגל - דער ר'ר' ברוך - דער אפטער רב - זיין זין ר' איצה מאיר ---- האבען אלע געוואינט אין מעזיביז דרייצען אין א האלב יאהר . קימט
עכ''פ אויס אז בייא איינען זעכציג אין א האלב יאהר האט עהר זעך געצויגען קיין מעזיביז' פין עיר הבירה יאסי .
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

רבבה האט געשריבן:
החריף האט געשריבן:דער הייליגע ר"ר אלימלך זי"ע האט אוועק געגעבען פאר דער רבי פון לובלין דער כח הרייאה אין פאר דער אפטא רב דער כח הפה אין קאזניצער מגיד דער לב

אין ליקוטי הרי''מ שטייט אז דער חידושי הרי''ם האט געזאגט אז דער ר' ר' מלך האט געזאגט אז דאס הארץ האט עהר איבער געלאזט פאר זעך .

איך האב אמאל געהערט א נוסח אזוי. די חוזה די אויגן, די אפטא רב די מויל, די קאזניצער מגיד די מוח (כידוע איז ער געווען א גאון נורא וכל גדולי דורו התפלפלו עמו), ר"ר מענדעלע רימנוב'ער די הארץ (געווען עמוד היראה).
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

בני יששכר האט געשריבן:דער הייליגער אפטע רב איז כידיע געווען רב אויף פיר פלעצער
א סימן פלעגט מען זאן מלכיתה קאים קאים איז די ראשי תיבות קאלבסאוו אפטע יאס מעזוביז

ער איז נישט געווען רב אין מעזיבוש, ער האט נאר געוואוינט דארט.

lebediger berel האט געשריבן:כ'זע דו ברענגסט פון די הסכמה פון שואל ומשיב אז דער ספר הייסט אוהב ישראל צוליב זיין אהבת ישראל,
איז דאס טאקע די גאנצע סיבה פארוואס זיין ספר הייסט אזוי.
ס'האט לכאורה נישט קיין שייכות מיט זיין נאמען.

lebediger berel האט געשריבן:זיידי ישר כח,
איז דא נאך עפעס א טעם פארוואס דער ספר הייסט אוהב ישראל, אויב זיין טאטע האט געהייסן שמואל, און ער אברהם יושע העשל ?

אין די הקדמה פונעם ספר שרייבט די מו"ל (א אייניקל פונעם אוהב ישראל) בזה"ל: וקראתיו בשם אוהב ישראל יען כי הוי מרגלי בפומי דרב אשר במדה זאת יוכל להתפארה אפי׳ לפני ב״ד של מעלה אשר אהבת ישראל תקועה בלבו. וטרם הלקח ארון אלקים צוה לבניו שלא ירשמו על מצבת אבן שיציינו על בנין הנפש שלו שום שבח רק אוהב ישראל וכן רשם. ולסימנא א'והב י'שראל ר"ת א"י כמו ר"ת של א"ברהם י"הושע. אוהב ישראל בגימטריא תקנ״ה כי בעז״ה היא תקנה לכל נפשות ישראל להתקרב לדרך ה׳ כל אחד לפי דרכיו:
חכם עתיק
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם עתיק »

א מקור פאר די וואס האבען ליב די געדריקע זאכען בטעות אויף זייער נעמען:
אוהב ישראל (פרשת וירא), וז"ל: והגם שכדברינו אלה כהווייתן המה כתובים בספר קדושת לוי, עכ"ז כתבתים הנה מפני שמעתי מאדמו"ר הרב הק' שיחיה שאמר בהיות הרב הק' כו' מבארדיטשוב אצלו בקאלבסוב ביקש להראות לו איזה מכתבי קודש של אדמו"ר וכן עשה, והראה לו כמה קונטרסים, ומגודל עוצם קדושתו והתלהבותו בעבודתו ית' נשארו המכתבים אצלו מפני ששכח להחזירם לאדמו"ר, ואחר זמן רב מצאום בין כתביו, וסברי שגם אלו הם משלו, והדפיסו אותם על שמו, עכ"ד.

זעהט אויס די וואס זענען געוועהן עוסק דערין האבען נישט מבחין געוועהן ציווישען די כתבי יד פונם בארדיטשובער און דער אפטער. אבער די מקור דערויף זעה מהרי"ק שורש קס"ג דער זעלבע תשובה איז געדריקט אויך אין תשובת מהר"י וויל סימן קס"ג, א פלא ביידע זענען סימן קס"ג. איך קען אויסרעכענן נאך אפאר אזעלעכע פעלער, אבער דא איז נישט די פלאץ, ווי יא ווייס עך נישט, אבער דא זיכער נישט.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

חכם עתיק האט געשריבן:איך קען אויסרעכענן נאך אפאר אזעלעכע פעלער, אבער דא איז נישט די פלאץ, ווי יא ווייס עך נישט, אבער דא זיכער נישט.

אדרבה עפן א פרישע שנירל איבער די טעמע, אין ידיעות התורה אדער אין ועל פליטת בית סופריהם.
ועמך כולם צדיקים
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

אין די הקדמה פונעם ספר שרייבט די מו"ל (א אייניקל פונעם אוהב ישראל) בזה"ל: וקראתיו בשם אוהב ישראל יען כי הוי מרגלי בפומי דרב אשר במדה זאת יוכל להתפארה אפי׳ לפני ב״ד של מעלה אשר אהבת ישראל תקועה בלבו. וטרם הלקח ארון אלקים צוה לבניו שלא ירשמו על מצבת אבן שיציינו על בנין הנפש שלו שום שבח רק אוהב ישראל וכן רשם. ולסימנא א'והב י'שראל ר"ת א"י כמו ר"ת של א"ברהם י"הושע. אוהב ישראל בגימטריא תקנ״ה כי בעז״ה היא תקנה לכל נפשות ישראל להתקרב לדרך ה׳ כל אחד לפי דרכיו:[/quote]

משמע פון דא לכאורה, אז זיין עיקר נאמען איז געוועהן אברהם יהושע, און העשיל איז געוועהן די משפחה נאמען
אזוי ווי ס'דא די קאפיטשניצער אייניקלעך וואס זענען אייניקלעך בן אחר בן און הייסען אויף די משפחה נאמען העשיל
(וויבאלד מ'דערמאנט נישט דער נאמען העשיל און די ראשי תיבות)
ס'דא א יש אומרים וואס זאגען אז הרה"ק מאפטא האט געהייסען אברהם יהושע העשיל העשיל
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

ביקסאד האט געשריבן:
חכם עתיק האט געשריבן:איך קען אויסרעכענן נאך אפאר אזעלעכע פעלער, אבער דא איז נישט די פלאץ, ווי יא ווייס עך נישט, אבער דא זיכער נישט.

אדרבה עפן א פרישע שנירל איבער די טעמע, אין ידיעות התורה אדער אין ועל פליטת בית סופריהם.

קיק אויך אין לקוטי מהרי''ל פין הרה''ק ר' יודא לייב זאקילקעווער א תלמיד פין רבי'ן פין לובלין .
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

דער הייליגער אפטער רב ..איז געווען א בן אחר בו פיו ר'ר' העשיל פין קראקא אזוי וויא דיא באב''ד אין עהר האט געהייסען יהושע העשיל .. אויף דעם נאמען אברהם איז דא איין
איסתפקתא . אבער נישט אויף דעם נאמען העשיל
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

העשיל איז א כינוי אויף דעם נאמען יהושע, ומבואר בד"ח הטעם, מפני שיהושע הי' נקרא הושע, והעשיל היא כינוי מובן להושע, ושמות כינוי אינם בכל אחד ובכל פעם שם עיקרי
למה זה תשאל לשמי...
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

רבבה האט געשריבן:דער הייליגער אפטער רב ..איז געווען א בן אחר בו פיו ר'ר' העשיל פין קראקא אזוי וויא דיא באב''ד אין עהר האט געהייסען יהושע העשיל .. אויף דעם נאמען אברהם איז דא איין
איסתפקתא . אבער נישט אויף דעם נאמען העשיל


שמעתי זה מהרה"צ הנחבא אל הכלים רבי יקותיאל זושא העשיל שליט"א מקאפישניץ
בן האדמו"ר מקאפשיניץ זצ"ל שכן מקובל במשפחתו, והם נכדי בן אחר בן כידוע
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”