רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2573
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

סטעפין וזלאטשוב?.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג דעצמבער 05, 2017 1:26 am

טריסקער האט געשריבן:הרב רימנובער אייניקעל שליט"א, רבי ישראל בער מסטעפין היה בנו הבכור של רבי דוד מסטעפין והוא היה מזוו"ר של רבי דוד מסטעפין - בת רבי יוסף יואל היילפרין אב"ד סטעפין.

הרב " טריסקער" שליט"א אודות מה שכתבתם אודות רבי ישראל בער מסטעפין שהיה בודאי מזיווג ראשון ולא מזיווג זלאטשוב ,
הנני לצטט מה שכתב ידידי החקרן המפורסם ליחוס לבית ישראל ר' נפתלי אהרן וועקשטיין שליט"א אודות נדון זה, וזה לשונו אות באות ,

אחר חקירות רבות שאין כאן המקום לפורטם, נראה לענ"ד שלכל הפחות על שלשה מילדיו של רבי דוד מסטעפין, ניתן לומר כמעט בוודאות, שהם נולדו לו מזוגתו הראשונה בת רבי יוסף יואל היילפרין מסטעפין. א. ר' ישראל דוב. ב. ר' חיים משה. ג. בתו הנשואה לרבי חיים מסאטינוב.

וממילא קומט אויס לויט דעם, אויב גייט לינסקער רבי'ס יחוס דורך רבי ישראל בער פון סטעפין ,פאלט טאקע ארויס זלאטשוב.

.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4967
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

הרה"צ רבי אהרן קאצינעלנבויגען "המגיד מסעראצק" - כ"

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג דעצמבער 29, 2019 2:53 pm

די אהל פון הרה"צ רבי אהרן קאצינעלנבויגן זצ"ל וואס איז געווען באקאנט אלס די "סעראצקער מגיד" וואס איז נפטר געווארן אום כ"א חשון תרפ"ז, ומנו"כ בווארשא.

https://cemetery.jewish.org.pl/id_10871 ... bogen.html

דער 'סעראצקער מגיד' איז געווען א גאר גרויסער מיוחס. ער איז געבוירן לאביו רבי יעקב יוסף מקאנסטאנטין (חתן רבי שמואל מקאשיווקא) בן רבי ברוך מקאנסטאנטין (חתן רבי פינחס בהרבי ייבי מאוסטראה), בן רבי יוסף מאוסטילא והורבשוב (חתן רבי יהודה מאיר משפיטיווקא) בהרה"ק רבי מרדכי מנעשחיז זי"ע.

כשהגיע לפרקו נשא את הרבנית מרת שרה, די טאכטער פון רבי אפרים פישל איידלסאן.

ער איז געקומען אויף סעראצק נאך די ערשטע מלחמה, ווי ער האט געפירט אן אינטערעסאנטער רבי'סטעווע און שפעטער באקאנט געווארן אלס גרויסער בעל מופת. עס האט זיך אפילו געשאפן א קרעמעל פון 'סעראצקער חסידים'. ער איז קראנק געווארן אין אינגען עלטער און געפארן אויף אטוואצק ווי ער איז דארט נסתלק געווארן.

אין זיין צוואה האט ער באפוילן פאר זיינע צוויי עלטערע קינדער איבער צו נעמען די רבי'סטעווע. כאטש זיי זענען געווען קליינע קינדער, איינער פערצען און די אנדערע צעהן יאהר אלט. ער האט איינגעטיילט אז רבי יאסעלע זאל זיין רבי און רבי ברוך זאל זיין 'מגיד'. מען האט זיי גערופען "די קליינער רעבעלעך". אזוי פלעגן זיי זיך טאקע פירן, אז רבי יאסעלע האט געפירט א רבי'שע טיש, בעת וואס ווען ס'איז געקומען צו די תורה זאגן, פלעגט דאן רבי ברוך'ל (ביידע אינגע בחורים'לעך) איבערנעמען און זאגן תורה. עס פלעגן קומען (לויט ווי ס'איז דעמאלטס געווען באריכטעט) יעדן שבת א גרויסער עולם צו זייערע טישן.

זיי האבן זיך באזעצט אין ווארשא און פלעגן פארן אלע יאהר צו די יאהרצייט ווי זיי האבן געפראוועט, דאס דאווענען און יאהרצייט טיש. אויך האבן זיי אין ווארשא אויף צייטווייליג געהאלטען א ישיבה.

די רעבעצין ע"ה איז ליידער גע'הרג'ט געווארן אינעם ווארשאווער געטא אינאיינעם מיט די אנדערע קינדער, מרדכי, אפרים פישל און אהרן (וואס איז ככה"נ געבוירן נאך די פטירה פונעם פאטער).

די צוויי ברודער האדמורים זענען ארויף קיין ארה"ק.

ר' יעקב יוסף האט געהייראט מיט הרבנית חנה שרה בת ר' יחיאל גרינשטאק, ער איז ל"ע נפטר געווארן פון א קאר עקסידענט אום י"ג תשרי תשל"ה

ר' ברוך איז געווארן א שופט און זעהט אויס נישט חתונה געהאט קיינמאל, ער איז נפטר געווארן אום ח' טבת תשל"ד

נאך א טאכטער ציפורה (ארפא) וואס איז נפטר געווארן אום תשמ"ו.

זיי זענען אלע באערדיגט אינעם ביה"ח אין חולון
צוגעלייגטע
Ohel serotzk.JPG
Ohel serotzk.JPG (63 KiB) געזעהן 1159 מאל
ser507.jpg
ser507.jpg (49.13 KiB) געזעהן 1160 מאל
photo (7-).jpg
photo (7-).jpg (563.21 KiB) געזעהן 1160 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4967
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג דעצמבער 29, 2019 3:07 pm

נאך א בילד פונעם קאנסטאנטינער רבי / סעראצקער מגיד

די דף עד אין 'יד ושם' איבער די טראגישע אומקום פון הרבנית הצדיקית אם על הבנים אינעם ווארשאווער געטא הי"ד

די אונטערשטער טייל פון מציבת בנה (רבי ברוך) אין חולון ווי עס שטייט א זכר לנשמת אמו הרבנית ובניה הי"ד
צוגעלייגטע
חלק השני ממציבת קצינלנבוגן.jpg
חלק השני ממציבת קצינלנבוגן.jpg (212.4 KiB) געזעהן 1158 מאל
seroczker magid.JPG
seroczker magid.JPG (67.39 KiB) געזעהן 1158 מאל
קצינלנבוגן דף עד.jpg
קצינלנבוגן דף עד.jpg (105.97 KiB) געזעהן 1158 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4967
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג דעצמבער 29, 2019 3:10 pm

נאך גאר אינטערעסאנטע שטריכן איבער דעם צדיק הפלא, קען מען לייענען אינעם סעראצקער יזכור בוך, עמוד 105 און ווייטער
https://www.yiddishbookcenter.org/colle ... nybc313986

===
בייגעלייגט:

נייעס אין די ציייטונגען וועגן די "קליינע רעבעלעך"

מציבת ר' יעקב יוסף ואשתו הרבנית אין חולון
צוגעלייגטע
הרב יעקב יוסף קצנלנבוגן.jpg
הרב יעקב יוסף קצנלנבוגן.jpg (170.07 KiB) געזעהן 1157 מאל
חנה שרה קצנלנבוגן.jpg
חנה שרה קצנלנבוגן.jpg (168.89 KiB) געזעהן 1157 מאל
סעראצקער נייעס.jpg
סעראצקער נייעס.jpg (236.05 KiB) געזעהן 1157 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4967
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג דעצמבער 29, 2019 3:12 pm

מציבת השופט ר' ברוך קאצינעלנבויגען און אן אזכרה לנשמתו. אדמו"ר הרה"צ ממונקאטש חולון וועט אויפטרעטן....
צוגעלייגטע
הרב ברוך קצינלנבוגן.jpg
הרב ברוך קצינלנבוגן.jpg (168.05 KiB) געזעהן 1157 מאל
אזכרה ר ברוך קצינלנבוגן.JPG
אזכרה ר ברוך קצינלנבוגן.JPG (70.04 KiB) געזעהן 1157 מאל
דבר, יום חמישי, ינואר 03, 1974; עמוד 8.JPG
דבר, יום חמישי, ינואר 03, 1974; עמוד 8.JPG (42.23 KiB) געזעהן 1157 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4967
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג דעצמבער 29, 2019 3:14 pm

מציבת הבת מרת צפורה ארפא
צוגעלייגטע
צפורה ארפא.jpg
צפורה ארפא.jpg (178.21 KiB) געזעהן 1157 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אליעזר לאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

ר' חיים ב"ר אי"ה ב"ר מרדכי ב"ר יוסף ב"ר מרדכי מנעשכיז

תגובהדורך אליעזר לאנדא » מיטוואך ינואר 01, 2020 8:30 pm

שנת תרע"ו לפ"ק
פ"נ הרב החסיד
בנש"ק מו"ה חיים בהרה"ג
החסיד מו"ה אברהם
יהושע העשיל אבד"ק
טלוסט נכד הה"צ הק'
בעהמ"ח תורת חיים
מקאסיב ונכד הה"צ הק'
מו"ה מרדכי מקרעמינטץ
זי"ע ונכד הה"ק מנעכסיז
זי"ע ונכד הה"צ ה'ק מו"ה פ'
מקאריטץ זי"ע ונכד
הה"צ מו"ה יעקב שמשון
משיפיטיווקי זי"ע תנצ"ה

TluB621.jpg
TluB621.jpg (151.89 KiB) געזעהן 1109 מאל

ולפלא אז ערגעץ אנדרעש הייסט ער חיים זיידא

מחזיקי הדת יב אדר תרסט.jpg
מחזיקי הדת יב אדר תרסט.jpg (31.57 KiB) געזעהן 1109 מאל

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך ינואר 01, 2020 9:25 pm

אליעזר לאנדא האט געשריבן:ולפלא אז ערגעץ אנדרעש הייסט ער חיים זיידא

מחזיקי הדת יב אדר תרסט.jpg

נישט אזא פלא, זיידא איז א סגולה נאמן, נישט אלעמאל שרייבט מען עס אויפן מציבה.

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 10:28 am

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
שנת תרע"ו לפ"ק
פ"נ הרב החסיד
בנש"ק מו"ה חיים בהרה"ג
החסיד מו"ה אברהם
יהושע העשיל אבד"ק
טלוסט נכד הה"צ הק'
בעהמ"ח תורת חיים
מקאסיב ונכד הה"צ הק'
מו"ה מרדכי מקרעמינטץ
זי"ע ונכד הה"ק מנעכסיז
זי"ע ונכד הה"צ ה'ק מו"ה פ'
מקאריטץ זי"ע ונכד
הה"צ מו"ה יעקב שמשון
משיפיטיווקי זי"ע תנצ"ה

TluB621.jpg

ולפלא אז ערגעץ אנדרעש הייסט ער חיים זיידא

מחזיקי הדת יב אדר תרסט.jpg

וועלכע בית החיים איז דאס?

אליעזר לאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

תגובהדורך אליעזר לאנדא » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 10:48 pm

נחוניא האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:וועלכע בית החיים איז דאס?

טלוסט
http://jgaliciabukovina.net/162714/tombstone/tombstone-haim-son-avraham-yehoshua-heshel

אזוי אויך איז דא דארט דער מציבה פון זיין שוואגער ר' פנחס חאדאראוו (אפשר קומט דאס אין אשכול קאסוב)
http://jgaliciabukovina.net/162716/tomb ... -son-david

פ"נ
הרב המאוה"ג
המפורסים בוצינא
דנהורא חסיד ועניו
איש אמת ונחמד
למטה ואהוב למעלה
ה"ר פנחס האבד"פ בהרב
מ"ו דוד האבד"ק באנילע
נכד הה"צ מקאסיב ונכד
הה"צ מו"ה גדליה אהרן
מסאקאליווקע ונכד
הה"צ מ"ו פנחס מקאריץ
ז"ל
בשנת תרע"ה כו לחודש
מנחם אב תנצבה

TluB622.jpg
TluB622.jpg (125.05 KiB) געזעהן 1060 מאל

פאר נחוניא דארף איך נישט זאגן, אבער הה"צ מו"ה גדליה אהרן מסאקאליווקע איז בעמח"ס חן אהרן נכד התשואת חן דער שווער פון ר' דוד

אליעזר לאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

תגובהדורך אליעזר לאנדא » זונטאג ינואר 05, 2020 1:06 am

אויף גשר גאליציה טרעפט מען דער רעקארד פון דער חתונה פון ראי"ה הנ"ל בשנת תרי"ב, אבער אינטערסאנט אז אויף מרת חנה שטייט ממשפחת מענסער, איז באקאנט אזא נאמען ביי נכדי ר' מרדכי מקרעמניץ ?? (איך ווייס נישט ווי אזוי צו זוכען אויף FamilySearch כנ"ל)

Abrahm Hosia (?) Heschel KATZ / ELLENBOGEN
& Chana MESNER

Date of Marriage: 01-???-1852
Town of Record: Kosów
Groom's Town: Uscilla
Comments: Month of marriage is unclear.
This record comes from the Kosów Jewish Marriages (1852-1876) database, fond 701, series 1, volume 94, photo scan_001.jpg, number 1. The original records are held in Central State Historical Archives of Ukraine in Lviv (TsDIAL) and were added to this search engine on 23 July 2014. An image of this record can also be viewed on FamilySearch/LDS microfilm #2405319, item #16. The Gesher Galicia unique record ID is GG-Kosow-Marriages-1.

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג ינואר 05, 2020 10:13 am

אליעזר לאנדא האט געשריבן:אויף גשר גאליציה טרעפט מען דער רעקארד פון דער חתונה פון ראי"ה הנ"ל בשנת תרי"ב, אבער אינטערסאנט אז אויף מרת חנה שטייט ממשפחת מענסער, איז באקאנט אזא נאמען ביי נכדי ר' מרדכי מקרעמניץ ?? (איך ווייס נישט ווי אזוי צו זוכען אויף FamilySearch כנ"ל)

Abrahm Hosia (?) Heschel KATZ / ELLENBOGEN
& Chana MESNER

Date of Marriage: 01-???-1852
Town of Record: Kosów
Groom's Town: Uscilla
Comments: Month of marriage is unclear.
This record comes from the Kosów Jewish Marriages (1852-1876) database, fond 701, series 1, volume 94, photo scan_001.jpg, number 1. The original records are held in Central State Historical Archives of Ukraine in Lviv (TsDIAL) and were added to this search engine on 23 July 2014. An image of this record can also be viewed on FamilySearch/LDS microfilm #2405319, item #16. The Gesher Galicia unique record ID is GG-Kosow-Marriages-1.

די משפחה נאמען פון רבי מרדכי מקרעמניץ וצאצאיו איז געווען "משנה".
מעסנער איז נישט ווייט פון דעם. מסתמא א טעות פון משנה.

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג ינואר 05, 2020 10:30 am

עכ"פ קיין טעות פון גשר גאליציה איז עס נישט:
Mesner.jpg
Mesner.jpg (52.99 KiB) געזעהן 999 מאל

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג ינואר 05, 2020 10:31 am

(אגב, זעהט מען אז עס שטייט 'Katzen ellenbogen', און נישט 'Katz/Ellenbogen', ופשוט.)

אליעזר לאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

תגובהדורך אליעזר לאנדא » מאנטאג ינואר 06, 2020 12:38 am

הסרפד האט געשריבן:(אגב, זעהט מען אז עס שטייט 'Katzen ellenbogen', און נישט 'Katz/Ellenbogen', ופשוט.)

אבער למעשה איז שפעטער יא געוועהן זיין לעגאלע נאמען עלענבויגען

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג ינואר 06, 2020 9:35 am

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:(אגב, זעהט מען אז עס שטייט 'Katzen ellenbogen', און נישט 'Katz/Ellenbogen', ופשוט.)

אבער למעשה איז שפעטער יא געוועהן זיין לעגאלע נאמען עלענבויגען

טאקע. איך דינג מיך דא מיט דעם מעתיק פון גשר גאליציע, נישט מיט אייך.

אליעזר לאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

תגובהדורך אליעזר לאנדא » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:46 pm

הסרפד האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:ולפלא אז ערגעץ אנדרעש הייסט ער חיים זיידא

מחזיקי הדת יב אדר תרסט.jpg

נישט אזא פלא, זיידא איז א סגולה נאמן, נישט אלעמאל שרייבט מען עס אויפן מציבה.

זה לשון ספר נפשות חסידיו עמוד רי"ב הערה ס"ג
הרה"צ ר' חיים זצ"ל: נקרא על שם זקיננו הקדוש בעל תו"ח. אמנם דודי ר' שמואל ז"ל אמר שהיה שמו זיידא חיים, וכן צוה לחרות על מציבת אמו "הרבנית שרה טרנא בת הרה"צ ר' זיידא חיים" אבל אאזמו"ר בסדר היחס שבפתח שו"ת צור יעקב כתב את שמו "חיים" בלבד. וכן ראיתי בכתובה דאירכסא שכתב לזוגתו הרבנית, כתב את שם אביה "חיים" בלבד. אולי הוסיפו לו את השם זיידא בחליו האחרון ולא נתקיים.

ריזשינער חסיד
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 4:13 pm

מעסנער

תגובהדורך ריזשינער חסיד » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 3:21 am

כנראה שזה הטיית השם משנה,

אליעזר לאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

תגובהדורך אליעזר לאנדא » זונטאג יולי 12, 2020 6:09 pm

עוד יזכור לנו
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 22, 2017 2:45 pm

Re: רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

תגובהדורך עוד יזכור לנו » מאנטאג יולי 20, 2020 1:00 pm

ס'איז דא א יש אומרים אז ר' חיים סטנובער א זין פון ר' יוסלע יאמפעלע דער טאטע פון ר' יואל שאצער איז געווען אן איידעם פון ר' מרדכילע נעשכיזער
האט איינער מער פרטים אויף דעם?

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

Re: רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

תגובהדורך מה ידידות » מאנטאג יולי 20, 2020 1:14 pm

ווי ווערט געברענגט דער יש אומרים?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

עוד יזכור לנו
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 22, 2017 2:45 pm

Re: רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

תגובהדורך עוד יזכור לנו » מאנטאג יולי 20, 2020 1:38 pm

דאכצעך פקודת אלעזר פון ר' אלעזרל פאלטישאנער

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג יולי 20, 2020 1:42 pm

עוד יזכור לנו האט געשריבן:ס'איז דא א יש אומרים אז ר' חיים סטנובער א זין פון ר' יוסלע יאמפעלע דער טאטע פון ר' יואל שאצער איז געווען אן איידעם פון ר' מרדכילע נעשכיזער
האט איינער מער פרטים אויף דעם?

מה ידידות האט געשריבן:ווי ווערט געברענגט דער יש אומרים?

דער ערשטער וואס ברענגט עס איז לכאורה ר' יצחק אלפסי אין איינע פון די עלטערע מהדורות פון 'החסידות'. וכידוע קצף עליו ר' יואל משאץ-ירושלים על זה, ובחלק התיקונים הוסיף אלפסי לכבודו 'לא היה חתן' וכו'.

עס איז געוועהן א מאהל א בריעף אין נחלת צבי פון איין אייניקל פון ר' משה דייטש משאץ-קטמון-לאנדאן (בעל נכדתו של ר' שלום משאץ) וואס איז מסביר אז די גאנצע שמועה בויעט זיך פון א טעות בשם זיין זיידן ר' משה הנ"ל (ע"פ א השערה בהבנת דברי המהר"א מבעלזא).

איין אנדערע גירסא אויף די שאצער-נעשכיזער ייחוס וואס דרייט זיך איז גאהר א השערה פון דער קאמינקער רבי פון ירושלים, אויכעט על דעת המהר"א מבעלזא, וואס האט נישט דאס און נישט דאס געזאגט.

דער גירסא וואס איז נפוץ היינט (ר' חיים מסאטינוב חתן דודו ר' דוד'ל סטעפינער) איז בשם ר' אהרן מקוידנאב בן ר' העניך חתן ר' משה מסוליצא (ב"ר יואל משאץ).

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: עזרא און 9 געסט