בלאט 1 פון 5

רבי מרדכי מנעשכיז זצ"ל - ח' ניסן תק"ס

געשריבן: דינסטאג פעברואר 19, 2008 9:56 am
דורך זיידעניו
הרה"ק רבי מרדכי מנעסכיז (בהרה"ק דובער) - איז געוועהן א תלמיד פון הרה"ק רבי ר' יחיאל מיכל מזלאטשוב זי"ע. ער איז געוועהן מפורסם אלץ בעל מופת גדול. ער האט געמאכט א ספר רשפי אש. רבי ר' מרדכי'לע נעסכיזער איז נפטר געווארן ח' ניסן שנת תק"ס לפ"ק, זי"ע ועכ"י.

געשריבן: פרייטאג מארטש 27, 2009 2:31 am
דורך בני יששכר
זיין גיטער נאמען איז אייביג גיט צי דערמאנען מרדכי בן גיטל
עס איז ידוע איך מיין אז מען זאגט נאך פונם חתם סופר איך געדענקט נישט אויפן מינוט אויף וואסערע פסוק ער טייטש עס אריין אז מען מען זאל שטענדיג דערמאנען נעמען פון צדיקים

ווי עס'איז באקאנט האט דער ריבניץ רבי ז"ל געטרינקן לחיים יעדע ליל שישי און געזאגט און זכות פון ר' שלום שכנה פון פראבושט דער טאטע פונם הייליגן ריזשנער זאל מען האבן א לעכטיגע שבת און זכות פינעם קאזשניץ מגיד רבינו ישראל בן פערל אז אלע חולי ישראל זאלן האבן א רפואה שלימה.
געהערט פון ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א
(מען וואלט געדארפט מאכן א אשכול פון דעם אליין נעמען פון צדיקים מיט זייער טאטע און מאמע'ס נאמען)

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 12:14 pm
דורך בני יששכר
היינט איז דער יארצייט
אויב איינער האט א עובדה זאל ער זיך לאזן הערן .
מרדכי בן ניטל

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 12:55 pm
דורך בן בוזי
דער נעשכיזער איז געווען א גוטער איד מייערן מיט צימעס איז א גוטער צימעס, אזוי האט מען זיך געפירט צו פארענדיגן א נישט גוטע שמועה.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 1:07 pm
דורך מיללער
איך האב געהערט אביסל אנדערש;
ר' מאטעלע נעשכיזער איז געווען א גוטער איד, מייערען מיט צימעס איז א גוטער מאכל.

(מפי הרה"ג ר' שלמה רובין אב"ד דברי שמחה צעשינוב-קר"י)

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 1:18 pm
דורך badatz
מיללער האט געשריבן:איך האב געהערט אביסל אנדערש;
ר' מאטעלע נעשכיזער איז געווען א גוטער איד, מייערען מיט צימעס איז א גוטער מאכל.

(מפי הרה"ג ר' שלמה רובין אב"ד דברי שמחה צעשינוב-קר"י)

בעזהשי''ת
תפוס לשון ראשון

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 1:26 pm
דורך בן בוזי
דאכט זיך אז דער רב ז"ל (מבעלזא) האט עס געזאגט אויפן נוסח, כך מונח באיזה מקום בזכרוני

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 1:38 pm
דורך badatz
בן בוזי האט געשריבן:דאכט זיך אז דער רב ז"ל (מבעלזא) האט עס געזאגט אויפן נוסח, כך מונח באיזה מקום בזכרוני

ב''ה
געראכט .
בבעלז החשיבו שנשחיזער אייניקעל איז דער גרעסטער יחוס .
עיין בספה''ק מאור ושמש שמביא דברי תורה משמו .
הי' תלמיד של הר'ר' מעכילי נבג''מ .

געשריבן: דינסטאג מארטש 23, 2010 7:49 am
דורך מיילעך
לכבוד היומא דהילולא:
אוהל רבינו מנעשכיז:
פנים האוהל באמצע: הרה"ק ר' מרדכי מנעשכיז-מצדדיו שני בניו-ר' יעקב ארי' מקאוולא-ר' יצחק מנעשכיז זי"ע.

געשריבן: דינסטאג מארטש 23, 2010 5:38 pm
דורך סטרעטענער אייניקל
הרה"ק ר"מ נישכיזער אמר:יש גמרא : " כל הנזקק לבריות- פניו משתנות לכמה גוונים"
ושאל:לאיזה גוונים ?
ותירץ : לגוונים של אלה שקיבל מהם ... ודי
ראיתי את זה פעם בספה"ק : "רשפי אש".

געשריבן: דינסטאג מארטש 23, 2010 5:48 pm
דורך בןהרחמן
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:הרה"ק ר"מ נישכיזער אמר:יש גמרא : " כל הנזקק לבריות- פניו משתנות לכמה גוונים"
ושאל:לאיזה גוונים ?
ותירץ : לגוונים של אלה שקיבל מהם ... ודי
ראיתי את זה פעם בספה"ק : "רשפי אש".

אותיות מחכימות ספה"ק רשפי אש אות ט"ו.

געשריבן: דינסטאג מארטש 23, 2010 10:23 pm
דורך והוא פלאי
כידוע האט דער דברי חיים געזאגט, 3 האבן געוויסט דעם קץ יעקב אבינו, דניאל הנביא, און ר' מאטילע נעשכיזער
כידוע האט דער רבי פון לובלין געזאגט מרדכי בן גיטל בלתי לה' לבדו, או בנוסח אחר, כולו לשם שמים

היום הוא יומא דהילולא קדישא של בנו

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:30 pm
דורך סטרעטענער אייניקל
רבינו הרה"ק ורועה נאמן אדמו"ר רבי יצחק מנעסכיז זי"ע

געשריבן: דינסטאג מארטש 08, 2016 3:27 pm
דורך מיללער
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:רבינו הרה"ק ורועה נאמן אדמו"ר רבי יצחק מנעסכיז זי"ע


1789-1867. מנהיג חסידי, פרשן ופוסק. and גלויה ובה ציור דיוקנו של האדמו"ר רבי יצחק מנסכיז', מודפס בגוני חום. גלויה זו הופקה בעיר ברסלאו, כנראה בסוף המאה התשע עשרה או בראשית המאה העשרים. תחת דיוקנו של הרב, נדפס בעברית: "הרב הצדיק ר' יצחק ז"ל מניסכיאז".

http://beta.europeana.eu/portal/record/ ... 78650.html

בילד

יש אומרים - ח' ניסן

געשריבן: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:27 pm
דורך חיים של שמחה
ס'דא וואס האלטן די יארצייט חול המועד פסח בערך א וואך צוויי שפעטער פון ח' ניסן, ווייסט איינער צו עס איז א פשוטע שיבוש אדער תלוי בספק ?
והוא פלאי האט געשריבן:כידוע האט דער דברי חיים געזאגט, 3 האבן געוויסט דעם קץ יעקב אבינו, דניאל הנביא, און ר' מאטילע נעשכיזער
כידוע האט דער רבי פון לובלין געזאגט מרדכי בן גיטל "איז" בלתי לה' לבדו, או בנוסח אחר, כולו לשם שמים

דער דברי חיים האט עס לכאורה נאכגעזאגט פון הייליגען חוזה די רבי פון לובלין, דאס הייסט אז ביידע מימרות איז פונעם חוזה, זי"ע.
בן בוזי האט געשריבן:דער נעשכיזער איז געווען א גוטער איד מייערן מיט צימעס איז א גוטער צימעס, אזוי האט מען זיך געפירט צו פארענדיגן א נישט גוטע שמועה.

כ'האב געהערט א אנדרע [דריטע] נוסח, דענק איך נישט יעצט,

געשריבן: מיטוואך מארטש 09, 2016 4:35 pm
דורך מינצקער
בזכרון טוב כתוב בפירוש שהיא"צ הוא ח' ניסן

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 5:28 pm
דורך סוואליעווער אייניקל
ביי וועם איז הרה"ק ר' מרדכי ב"ר יוסף [בן ר"מ מנעשכיז] געווען אן איידעם?
כ'געזעהן ברענגען אז ביים סטעפינער מגיד! קען דאס זיין?

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 5:50 pm
דורך א חסיד
ער ווערט נישט אויסגערעכענט ביי די קינדער פון סטעפינער מגיד, אבער סיז נישט קיין ראיה

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:38 am
דורך מינצקער
טריסקער האט געשריבן:
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:ביי וועם איז הרה"ק ר' מרדכי ב"ר יוסף [בן ר"מ מנעשכיז] געווען אן איידעם?
כ'געזעהן ברענגען אז ביים סטעפינער מגיד! קען דאס זיין?

לויט ווי הרב הערש מיילעך קארנרייך שליט"א האט מיר געזאגט איז רבי מרדכי מאוסטילא ווארשיינליך געווען חתן חתנו פון רבי נחמן מברעסלב (די אריכות דערפון געהערט ענדערש אין אן אשכול אויף אוסטילא אדער צאצאי רבי נחמן מברעסלב).

אולי נתחלף לו עם בן אחיו רבי משה מאוסטילא בן רבי פנחס מאוסטילא (שנכד רבי מרדכי ה"ה רבי חיים בן רבי אברהם יהושע העשיל אב"ד טלוסט היה חתנו) כמ"ש הפרוביזנא רב בסדר יחוס שבריש שו"ת צור יעקב וראה מה שהאריך בזה נכדו הרב אברהם יעקב בומבאך בנפשות חסידיו ח"ב (י-ם תש"ס) עמוד ריב הערה סה.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:42 am
דורך טריסקער
ניין, איך רעד טאקע פון אבי רבי אברהם יהושע העשיל מטלוסט - רבי מרדכי בן רבי יוסף מאוסטילא.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 10:30 am
דורך טריסקער
דא האט איר די חקירה פון הרב הערש מיילעך קארנרייך שליט"א:

ער זאגט אז ביי זיין שוויגער'ס משפחה איז געווען מקובל אז זיי זענען אייניקלעך פון רבי נחמן מברעסלב דורך זייער זיידע - רבי אברהם יהושע העשיל מטלוסט, אבער זיי ווייסן נישט פונקט וויאזוי.

(רבי אי"ה קאצנעלנבויגן מטלוסט, בן רבי מרדכי מאוסטילא, בן רבי יוסף מאוסטילא, בן רבי מרדכי מנעשכיז, וחתן רבי יהודה מאיר משפיטיווקא, בן רבי פנחס מקאריץ, וחתן רבי יעקב שמשון משפיטיווקא.

ראי"ה מטלוסט הנ"ל, חתן רבי ישראל, בן רבי יחיאל מיכל מווישנאוויץ, בן רבי מרדכי מקרעמניץ, בן רבי יחיאל מיכל המגיד מזלאטשוב, בן רבי יצחק מדראהביטש.

ראי"ה מטלוסט הנ"ל, חתן רבי ישראל הנ"ל, חתן ה'תורת חיים' מקאסוב, בן ה'אהבת שלום' מקאסוב, וחתן רבי יהודה מאיר משפיטיווקא הנ"ל.)


ער איז אן אייניקל פון ראי"ה ווי פאלגענד:
הרב צבי אלימלך קארנרייך שליט"א
חתן רבי ראובן הורוויץ (השני) מדעמביץ
חתן רבי שמחה פרענקיל מסקאווין
חתן רבי נפתלי האלבערשטאם מקשאנוב
חתן רבי אברהם יהושע העשיל קאצנעלנבויגן מטלוסט הנ"ל

יעצט זאגט ער אז דאס ווייסט ער אבער יא: אז זיין שוויגער איז געווען א צענטע דור פונעם בעש"ט הק'.

יעצט אויב איז די מסורה טאקע ריכטיג מוז דאס זיין אדער דורך די רעביצין פון רבי מרדכי מאוסטילא (אבי ראי"ה הנ"ל, אדער דורך די רעביצין פון רבי יחיאל מיכל מווישנאוויץ (אבי חותנו של ראי"ה), וויבאלד די 2 ווייסט מען נישט ביי וועם זיי זענען געווען איידעמער.

יעצט לויט דעם חשבון פון די צאל דורות דארף מען אדער זאגן אז רבי מרדכי מאוסטילא איז געווען חתן חתנו פון רבי נחמן מברעסלב (וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין זוהן), כזה:
▪ 1. הבעש"ט הק'
▪ 2. בתו הרבנית אדל
▪ 3. בתה הרבנית פייגא
▪ 4. בנה רבי נחמן מברעסלב
▪ 5. חתנו
▪ 6. חתנו רבי מרדכי מאוסטילא
▪ 7. בנו רבי אברהם יהושע העשיל מטלוסט
▪ 8. חתנו רבי נפתלי מקשאנוב
▪ 9. חתנו רבי שמחה מסקאווין
▪ 10. חתנו רבי ראובן (השני) מדעמביץ (חותן רצ"א שליט"א)

אדער וועט מען דארפן זאגן אז רבי יחיאל מיכל מווישנאוויץ איז גאר געווען אן איידעם ביי רבי נחמן מברעסלב אליין! כזה:
▪ 1. הבעש"ט הק'
▪ 2. בתו הרבנית אדל
▪ 3. בתה הרבנית פייגא
▪ 4. בנה רבי נחמן מברעסלב
▪ 5. חתנו רבי יחיאל מיכל מווישנאוויץ
▪ 6. בנו רבי ישראל
▪ 7. חתנו רבי אברהם יהושע העשיל מטלוסט
▪ 8. חתנו רבי נפתלי מקשאנוב
▪ 9. חתנו רבי שמחה מסקאווין
▪ 10. חתנו רבי ראובן (השני) מדעמביץ (חותן רצ"א שליט"א)

יעצט די 2'טע אפציע (אז רי"מ מווישנאוויץ איז אן איידעם ביי מוהר"ן מברעסלב אליין) איז א שטיקל א דוחק, סיי וויבאלד רבי נחמן'ס איידעמער זענען באוואוסט, און סיי וויבאלד רבי יחיאל מיכל'ס אייניקל - רבי יעקב מרדכי בראנדוויין - רעכנט אויס אנדערע יחוס וואס דארף זיין דורך רבי יחיאל מיכל'ס שווער.

בלייבט איבער די מער אננעמענדע סברה אז די ערשטע אפציע איז די ריכטיגע, און רבי מרדכי מאוסטילא איז געווען חתן חתנו פון מוהר"ן מברעסלב.

פארגעסט נישט: דאס איז אלס נאר אויב די מסורה איז טאקע ריכטיג! רבי הערש מיילעך שליט"א האט מיר אזוי געזאגט, ס'איבריגע לאז איך פאר די מציאות צו אויפווייזן.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 5:18 pm
דורך מינצקער
ר' ישכר בער רוקח האדמו"ר מלינסק כתב בסוף ספר צמח דוד (דינוב) שהוציא לאור בשנת תשי"ג שזקנו רבי משה מקארוב בן השר שלום היה בזוויג ראשון חתן רבי מרדכי מאוסטילא (חתן רבי דודד המגיד מסטעפין) בן רבי יוסף מאוסטילא. וכן כתב גם בתולדות אנשי שם בערכו (עמ' 130) אבל שם נכתב רק נכד המגיד מסטעפין אבל לא פירוט איך.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 12:31 pm
דורך משה כהן
והוא פלאי האט געשריבן:כידוע האט דער דברי חיים געזאגט, 3 האבן געוויסט דעם קץ יעקב אבינו, דניאל הנביא, און ר' מאטילע נעשכיזער
כידוע האט דער רבי פון לובלין געזאגט מרדכי בן גיטל בלתי לה' לבדו, או בנוסח אחר, כולו לשם שמים

וואו איז דער מקור פון מרדכי בן גיטל בלתי לה' לבדו?

אולי דרך זו.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 11:49 am
דורך רימנובער אייניקעל
מינצקער האט געשריבן:ר' ישכר בער רוקח האדמו"ר מלינסק כתב בסוף ספר צמח דוד (דינוב) שהוציא לאור בשנת תשי"ג שזקנו רבי משה מקארוב בן השר שלום היה בזוויג ראשון חתן רבי מרדכי מאוסטילא (חתן רבי דודד המגיד מסטעפין) בן רבי יוסף מאוסטילא. וכן כתב גם בתולדות אנשי שם בערכו (עמ' 130) אבל שם נכתב רק נכד המגיד מסטעפין אבל לא פירוט איך.

זה לא ידוע מי היה השווער של רבי מרדכי .

אבל היות ש'הלינסקער רבי זצ"ל טוען בספר צמח דוד שהידפיס בתשי"ג, שהוא נכד סטעפין וזלאטשוב דרך רבי משה מקארוב ( בן השר שלום מבעלזא) ואינו יודע איך,
,
ראיתי מובא באיזה מקום ,שיתכן מאוד שרבי משה מקארוב הנ"ל היה חתן רבי לוי יצחק מסטעפין ( אחי רבי מרדכי מאוסטילא הנ"ל) שהוא היה חתן וממלא מקום רבי ישראל בער מסטעפין בן רבי דוד מסטעפין ,

ואפילו נניח שזה אמת , זה לא ברור אם הם נכדי זלאטשוב, כמובא לעיל כמה פעמים , שהסטעפינער מגיד היה לו שתי זיווגים.

ודו"ק וצריך עיון גדול.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 2:02 pm
דורך טריסקער
הרב רימנובער אייניקעל שליט"א, רבי ישראל בער מסטעפין היה בנו הבכור של רבי דוד מסטעפין והוא היה מזוו"ר של רבי דוד מסטעפין - בת רבי יוסף יואל היילפרין אב"ד סטעפין.