די אהל פון הרה"צ רבי אהרן קאצינעלנבויגן זצ"ל וואס איז געווען באקאנט אלס די "סעראצקער מגיד" וואס איז נפטר געווארן אום כ"א חשון תרפ"ז, ומנו"כ בווארשא.
https://cemetery.jewish.org.pl/id_10871 ... bogen.htmlדער 'סעראצקער מגיד' איז געווען א גאר גרויסער מיוחס. ער איז געבוירן לאביו רבי יעקב יוסף מקאנסטאנטין (חתן רבי שמואל מקאשיווקא) בן רבי ברוך מקאנסטאנטין (חתן רבי פינחס בהרבי ייבי מאוסטראה), בן רבי יוסף מאוסטילא והורבשוב (חתן רבי יהודה מאיר משפיטיווקא) בהרה"ק רבי מרדכי מנעשחיז זי"ע.
כשהגיע לפרקו נשא את הרבנית מרת שרה, די טאכטער פון רבי אפרים פישל איידלסאן.
ער איז געקומען אויף סעראצק נאך די ערשטע מלחמה, ווי ער האט געפירט אן אינטערעסאנטער רבי'סטעווע און שפעטער באקאנט געווארן אלס גרויסער בעל מופת. עס האט זיך אפילו געשאפן א קרעמעל פון 'סעראצקער חסידים'. ער איז קראנק געווארן אין אינגען עלטער און געפארן אויף אטוואצק ווי ער איז דארט נסתלק געווארן.
אין זיין צוואה האט ער באפוילן פאר זיינע צוויי עלטערע קינדער איבער צו נעמען די רבי'סטעווע. כאטש זיי זענען געווען קליינע קינדער, איינער פערצען און די אנדערע צעהן יאהר אלט. ער האט איינגעטיילט אז רבי יאסעלע זאל זיין רבי און רבי ברוך זאל זיין 'מגיד'. מען האט זיי גערופען "די קליינער רעבעלעך". אזוי פלעגן זיי זיך טאקע פירן, אז רבי יאסעלע האט געפירט א רבי'שע טיש, בעת וואס ווען ס'איז געקומען צו די תורה זאגן, פלעגט דאן רבי ברוך'ל (ביידע אינגע בחורים'לעך) איבערנעמען און זאגן תורה. עס פלעגן קומען (לויט ווי ס'איז דעמאלטס געווען באריכטעט) יעדן שבת א גרויסער עולם צו זייערע טישן.
זיי האבן זיך באזעצט אין ווארשא און פלעגן פארן אלע יאהר צו די יאהרצייט ווי זיי האבן געפראוועט, דאס דאווענען און יאהרצייט טיש. אויך האבן זיי אין ווארשא אויף צייטווייליג געהאלטען א ישיבה.
די רעבעצין ע"ה איז ליידער גע'הרג'ט געווארן אינעם ווארשאווער געטא אינאיינעם מיט די אנדערע קינדער, מרדכי, אפרים פישל און אהרן (וואס איז ככה"נ געבוירן נאך די פטירה פונעם פאטער).
די צוויי ברודער האדמורים זענען ארויף קיין ארה"ק.
ר' יעקב יוסף האט געהייראט מיט הרבנית חנה שרה בת ר' יחיאל גרינשטאק, ער איז ל"ע נפטר געווארן פון א קאר עקסידענט אום י"ג תשרי תשל"ה
ר' ברוך איז געווארן א שופט און זעהט אויס נישט חתונה געהאט קיינמאל, ער איז נפטר געווארן אום ח' טבת תשל"ד
נאך א טאכטער ציפורה (ארפא) וואס איז נפטר געווארן אום תשמ"ו.
זיי זענען אלע באערדיגט אינעם ביה"ח אין חולון