רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
א קרוב מיינער איז אמאל אריין אל הקו"פ און ער האט איבערגעגעבן א קוויטל פון א משפחה מיטגעליד. אויף איין נאמען האט דער רב זצ"ל אפאר מאל איבערגעפרעגט און מ'האט געזעהן אז עפעס איז אים נישט געפאלן. דעם אנדערן טאג איז נעבעך דאס קינד אראפגעקלאפט געווארן און איז אוועקגעריסן געווארן פון זיינע חשובע עלטערן, און דער צדיק האט עס מרגיש געווען.
זכותו יגן עלינו
זכותו יגן עלינו
- msp
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18061
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
- לאקאציע: בין גברא לגברא
געראדע האב איך א מאהל געהערט אז דער רב ז"ל האט געהייסען פאר זיין הויזבחור ער זאל איהם ערשט צובינדען די בענדלעך פון די געפעפערטע הויזען אויף די לינקע זייט און נאך דעם אויף די רעכטע זייט אזוי ווי ביי די שיך
ווי איך געדענק איז דא א רעק"א אויף די הלכה וואס שטעלט צו דער חז"ל אם מחוט ועד שרוך נעל אז שרוך נעל האט מזכה געווען כלל ישראל מיט תפילין
לכאורה וואלט געמוזט זיין לויט דעם אז דווקא ביי שיך בענדלעך גייט אהן די הלכה
עכ"פ אנ אינטערעסאנטע הנהגה פינעם רב ז"ל

חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
- מוטשע נישט
- שר חמש מאות
- תגובות: 631
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm
msp האט געשריבן:געראדע האב איך א מאהל געהערט אז דער רב ז"ל האט געהייסען פאר זיין הויזבחור ער זאל איהם ערשט צובינדען די בענדלעך פון די געפעפערטע הויזען אויף די לינקע זייט און נאך דעם אויף די רעכטע זייט אזוי ווי ביי די שיך
ווי איך געדענק איז דא א רעק"א אויף די הלכה וואס שטעלט צו דער חז"ל אם מחוט ועד שרוך נעל אז שרוך נעל האט מזכה געווען כלל ישראל מיט תפילין
לכאורה וואלט געמוזט זיין לויט דעם אז דווקא ביי שיך בענדלעך גייט אהן די הלכה
עכ"פ אנ אינטערעסאנטע הנהגה פינעם רב ז"ל
די גאנצע ענין פון בענדלעך אויף די הויזן איז נאר וויבאלד מען איז נישט געגאנגען מיט בענדלעך אויף די שיך אין שבת זאל מען האבן אויף א צווייט פלאץ די קשירה קודם בשמאל. (אינדעוואכן טוט מען דאס ביי די תפילין). ומכאן הקריאה יוצאת פאר די וואס לייגן וועלקרא, א"כ מה הועילו חכמים בתקנתם.
קרעמער האט געשריבן:עס איז א מחלוקת הפוסקים לגבי בענדלעך אויף די הויזן אדער זאקען וועלכע מען בינדט פריער צו, איך האב אמאל מברר געווען די נושא (וויאזוי איר טוט, האט איר זיך אויף וועמען סומך צו זיין)
מענין לענין באותו ענין איז ידוע אז דער חפץ חיים האט נישט געוואלט האבן שיך מיט בענדלעך, און ער האט געמאכט א חשבון
פון אסאך שעות ביטול תורה ווילאנג מ'בינד צו דאס בענדלעך,
אגב קומט נישט דער נידון ומחלוקת הפוסקים דא צום אשכול פון הרה"צ רבי משה אריה זצ"ל
אפשר גאר און ידיעות התורה
מוטשע נישט וואס טוט מען אינדערוואכען ביי די תפילין? קודם די לינקע נאכדעם די רעכטע? ועוד הייסט דאס אז די וואס גייען מיט בענדל שיך אדער בענדל הויזען אינדערוואכען זענען נישט מחויב מיט תפילין מער? אין אז מען האט נישט קיין בענדל אויף די הויזן אדער די שיך קען מען דאך נאכאלץ צאמקניפען די פיאות קודם די לינקע אין דערויף די רעכטע.
אינטערעסאנט נאר אז דער העמעד בענדל און די גאטשע בענדל איז נישט געווען לזכר תפילין.
איך האב גערעדט מיט א לאנגיאריגע ארבעטער ביי ראוט קלאודינג ער טענהט אז ס'פאנגט זיך נישט אן די בענדל איז פשוט כדאי די זאקן זאלן נישט אראפפאלן, והשתא דאתית להכי שפיר הואילי חכמים בתקנות הוועלקראו.
אין א ניכטערן בליק כאפ א בליק אינעם מגיני ארץ וועט דיר ליכטיגער ווערן די זאך, די שייכות פין קשרים צו תפילין איז וויבאלד מצוות תפילין דרשנן חז"ל פין ווארט ידכה יד כהא אלזא מאכט מען לכבוד די מצוה א יעדע קשר קודם די לינקע אין הערש דערנאך די רעכטע.

דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
ותזהר בגחלתן.. שלא תכוה...
רבי מענדעלע רימינובער האט שויט געשריבען בענין זה אז דער העמד זאל זיין רעכטס אויף לינקס
מהאי טעמא, נישט אלס איז א ליצנות, סטראקעס איז אויך א זכר לתפילין,
בענין זה שמעתי, אז דער וואס גייען בענדלעך אויפ'ן הויזען איז וויבאלד דער יראת שמים זאל נישט
ארויספליען פונעם מענטש,
ס'שטייט פון צדיקים אז א שטריימעל איז אויך א זכר לתפילין, ודורשי רשומות אמרו ששב"ת ר"ת
ש'טריימל ב'מקום ת'פילין, ולכן הקפידו שלא לילך לבית הכבוד עם השטריימל, ואכמ"ל,
חוזק צו מאכן איז זעכער אז נישט

-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
איש האמת האט געשריבן:אגב קומט נישט דער נידון ומחלוקת הפוסקים דא צום אשכול פון הרה"צ רבי משה אריה זצ"ל
אפשר גאר און ידיעות התורה
אריין אין ידיעות התורה.
ועמך כולם צדיקים
קרעמער האט געשריבן:עס איז א מחלוקת הפוסקים לגבי בענדלעך אויף די הויזן אדער זאקען וועלכע מען בינדט פריער צו, איך האב אמאל מברר געווען די נושא (וויאזוי איר טוט, האט איר זיך אויף וועמען סומך צו זיין)
סאיז דא די באקאנטע טעיפ פון י. לאנדא משב"ק כ"ק מרן מהר"א מבעלזא, ווי ער דערציילט אז איינמאהל ביים אנטוהן די רב ז"ל האט ער בטעות צוגעבינדען קודם די רעכטע איו נאכדעם די לינקע, דער בעלזא רב כאפט זיך אויף פון זיין דביקות מיט א ציטער, נו, נו, דער גבאי האט באלד געכאפט וואס דער רב וויל, זאגט ער "שוין געטוהן", זאגט דער רב מקען נאך פארעכטן, בינדט זיי ביידע אויף, אין דאן פארבינד דער לינקא אין דערנאך דער רעכטע.
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15904
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15904
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am
נחמן נתן האט געשריבן:א קוויטל פון ר' משה ארי' זצ"ל
"...ולהצלחה עם התלמידים בתורה ויר"ש ולהנצל מכל מכשול בעניני הוראה".
איש האמת האט געשריבן:געשיקט געווארן צו וועמן?
נחמן נתן האט געשריבן:איני יודע. ס'איז אויסגעלייגט געווארן צום פארקויפן.
געשיקט געווארן צו הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע
(ס'איז צום פארקויפן פאר $1500 http://www.kedem-auctions.com/Items/%D7 ... 7%A0%D7%93)