רבי שלום מאסקאוויטש משאץ לאנדאן זצ"ל - כ"ב טבת תשי"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

רבי שלום מאסקאוויטש משאץ לאנדאן זצ"ל - כ"ב טבת תשי"ח

תגובהדורך יערסלוב » דינסטאג ינואר 09, 2018 12:56 pm

כ"ק הרה"ק רבי שלום מאסקאוויטש אדמו"ר משאץ - לאנדאן
כ"ב טבת תשי"ח



דער שאצער רב זצ"ל איז געבוירען געווארען י"ז כסלו שנת תרל"ח אין שטאט בוועיבראניפקא, לעבען לעמבערג, צו זיין טאטע הרה"ק ר' מרדכי יוסף משה מאסקאוויטש - מסאליץ.זצ"ל,
א אייניקעל פין הרה"ק ר' מיכל מזלאטשוב זצוק"ל, אין הרה"ק ר' מאיר'ל מפרמישלאן זצוק"ל, אין הרה"ק ר' מאיר'ל זצוק"ל דער אור לשמים, פין אפטא

אין האט געהייסען נאכע'ן ערשטער בעלזא רב זצוק"ל, השר שלום מבעלזא

אלץ קינד האט ער גערלערנט מיט זיין טאטען אין מען האט שוין אלץ קינד געזען זיינע געוואלדיגע כשרונות אין התמדה
אין ער איז נסמך געווארען להוראה פינעם בערזשאנער רב הרה"ק ר' שלום מרדכי הכהן שוואדרון זצ"ל

בשנת תרנ"ו האט דער שאצער רב חתונה געהאט אין איז געווארען א איידעם ביי זיין פעטער כ"ק הרה"ק רבי מאיר משאץ זצ"ל

אין שנת תרס"ג איז געווארען רב פין שטאט שאץ ביז שנת תרע"ט

בשנת תר"פ איז געווארען אויפגענומען אלץ רב פין "קהל יראים אנשי גאליציא" אין שטאט קעלן (דייטשלאנד)

אין שנת תרפ"ז איז דער שאצער רב אריבער וואוינען קיין לאנדאן, אין דער געגענט סטאמפורד היל, נאך איידער עס איז געווען א יודישער געגענט, אין זיינע חסידים ומעריציו האבען עם אויפגעפענט א בית לתורה ולתפילה, אין האט געדינט ברבנות ובאדמורו"ת אלץ שאצער רב ביז'ן הסתלקות.
ער איז געווען מפורסם אין נגלה ונסתר אין אויכעט געשריבען דברי תורה אין אלע מקצועות הש"ס
אין איז געווען פין דער מייסדים פין מועצת גדולי התורה אין ענגלאנד, אין אלע ענינים פין כלל ישראל האט ער אנגעפירט, אין איז אנגענומען געווארען מיט כבוד מלכים ביי אלע קרייזען, אין איז געווען מפורסם אויפען גאנצע וועלט אלץ פועל ישועות.


אין איז נסתלק געווארען כ"ב טבת שנת תשי"ח אין ליגט אין דער בית החיים עדת ישראל אין געגענט ענפילד אין שטאט לאנדאן

צוואתו :
אין דער באוויסטע צוואה זיינע ווי ער זאגט צו אז ווער עס וועט ארויף קומען צו זיין ציון ערב שבת, אין אנצינדען א ליכט אין זיך אינטער נעמען א קבלה טובה, זאגט ער צו אז ער וועט געהאלפען ווערען

בצוואתו (המופיעה על פי בקשתו המודפסת באהל הציון בלשון הקודש ובאידיש ובאנגלית) הוא מבטיח שיעורר רחמים אצל אבותיו עבור כל מי שיעלה לציונו, ידליק נר לזכותו, ויקבל על עצמו קבלה כלשהי של התחזקות במצוות או בלימוד תורה. עוד ביקש בצוואתו שלא יכתבו על המצבה תארים מופלגים ובפרט שהתואר "צדיק" לא יופיע בה.

עוד זאת אומר בעניי, ידוע שתמיד רציתי להשיב רבים מעון, ולפעמים ב״ה עלתה בידי לי כהוגן. רצוני בזה אי״ה גם אחרי פטירתי מן העולם הזה השפל לג״ע, והיינו כן, מי שיצטרך ישועה ורפואה לו או לזולתו ילך על קברי ויעשה כזה, בבואו(טוב אם אפשר ביום ו׳ עש״ק בבקר) ידליק נר אחד עבור הנשמה שתלך ותודיע לי כי אני מתבקש. ואז ידליק ב׳ נרות עבורי, ויאמר המבוקש והשמות. ברור שאלך לאבותי הק׳ שהם יעוררו רחמים לישועה ורפואה. אבל תנאי כפול, שהמדובר או זולתו יבטיח לי להטיב דרכו לשמים בדבר אחד. מי שחנותו פתוחה בש״ק יבטיח לי שיסגור, מי שהיה מגלח זקנו בתער באיסור יעשה עתה במספריים, אשה שלא שמרה ר״ל נדה וטבילה מעתה תבטיח לי שתשמור כתורה וכהוגן, האשה שגילתה שערות ראשה תבטיח לשאת שייטל, איש בן תורה שאינו לומד יבטיח שמעתה ילמוד בכל יום ויום ודוקא גמרא, וכדומה כל אחד יבטיח איזה דבר טוב להטיב מעשיו, אז אי״ה אראה להשתדל לעורר רחמים. אבל זאת ידעו כל הבאים אלי ויבטיחו כנ״ל, לקיים מוצא שפתיהם, לא לשטות אותי לשעתו חייו ח״ו כי אז אהי׳ ברוגז גדול, ודי בעוה״ר ההשטאות בעוה״ז לא בעולם האמתי, וכל זה הנ״ל יהי׳ נכתב על דף בשפת יודיש וענגליש באר היטב.

יוצאי חלציו :

רבי יצחק, חתן רבי לייבוש מרדכי משינאווא. נפטר לפני מלחמת העולם השנייה. אלמנתו וילדיו נרצחו בשואה.
רבי יעקב ישראל , חתן הרב יוסף דב סיגל. נפטר בחיי אביו. דברי תורתו הודפסו בספר "שארית יעקב".
רבי יחיאל מיכל, חתן רבי אלעזר הורוביץ ממעליץ. נפטר בחיי אביו. דברי תורתו הודפסו בספר "שארית יעקב".
חתנו, גיסו ובן דודו רבי יואל משאץ מונטריאול
חתנו הרה"ק רבי יעקב הלברשטאם, האדמו"ר מטשאקאווא
חתנו הרה"ק רבי ישכר בער ראטענבערג אדמו"ר מוואדיסלוב

ספריו :
דעת שלום על פרק שירה
ודעת שלום על הרמב"ם ושולחן ערוך

יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » דינסטאג ינואר 09, 2018 1:08 pm

דער ציון הק'
צוגעלייגטע
ר' שלום משאץ.JPG
ר' שלום משאץ.JPG (82.08 KiB) געזעהן 3143 מאל

יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » דינסטאג ינואר 09, 2018 1:14 pm

מצבות בניו:
ר' יצחק זצ"ל
חתן הרה"ק ר' לייבוש מרדכי משינאווא זי"ע.

ר' יעקב זצ"ל
תלמיד חביב לרבו ר' מאיר שפירא אב"ד לובלין זצ"ל.
בעל מחבר ספר זכרון יעקב

ר' יחיאל מיכל זצ"ל
אביהם של אדמורי מעליץ, ושאץ ב"ב-אשדוד-וומסב"ג-מאנסי-אנטווערפן.
צוגעלייגטע
יצחק משאץ.JPG
יצחק משאץ.JPG (105.47 KiB) געזעהן 3141 מאל
יעקב משאץ.JPG
יעקב משאץ.JPG (32.76 KiB) געזעהן 3141 מאל
יחיאל מיכל משאץ.JPG
יחיאל מיכל משאץ.JPG (45.3 KiB) געזעהן 3141 מאל

בשבילי נברא
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג ינואר 09, 2018 11:43 pm

ווי ליגן די דריי קינדער זיינע?

זענען געבליבן עפעס דורות פון זיינע זוהן ר' יצחק און ר' יעקב ז"ל?

יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » מיטוואך ינואר 10, 2018 7:36 am

יערסלוב האט געשריבן:דער ציון הק'
צוגעלייגטע
אהל_שאצער_רבי.JPG
אהל_שאצער_רבי.JPG (128.17 KiB) געזעהן 3040 מאל

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7691
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך ינואר 10, 2018 10:23 am

דענק איך הערן הפלגות אויף דער רבי יענקל'י
דביה תחדי נפשא

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2293
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך ינואר 10, 2018 1:02 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:ווי ליגן די דריי קינדער זיינע?

כמדומה אצלו בלאנדאן.
זענען געבליבן עפעס דורות פון זיינע זוהן ר' יצחק און ר' יעקב ז"ל?

אויף ר' יצחק'ס מצבה שטייט אז זיינע קינדער זענען אוועק אין קריעג. ר' יעקב האט געהאט עטליכע קינדער יבלחט"א. דא האט איר א רשימה: viewtopic.php?p=462517#p462517

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18046
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג ינואר 16, 2018 12:59 am

בתו הרבנית מרים חי' ע"ה

בילד


בתו הרבנית מלכה

בילד

תולעת-ספרים
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 9:52 am

הרה"צ רבי יצחק בן רבי שלום משאץ

תגובהדורך תולעת-ספרים » דינסטאג ינואר 16, 2018 4:43 pm

ר' יצחק זצ"ל, חתן הרה"ק ר' לייבוש מרדכי משינאווא זי"ע.

בסוף ספר "נפלאות מתורתיך" פין הגה"צ משאץ-וויליאמסבורג, איז דא א קונטרס "באר יצחק", מיט א ביסעל חידו"ת פון כתי"ק הרה"צ ר' יצחק הנ"ל, און אויך א פאהר ווערטער אויף איהם פין דער מו"ל, עהר ברענגט דארט די נעמען פון דריי קינדער: ישראל יעקב יוקל, יחזקאל שרגא און יוטא ליפשא.
אבער אין די כתבים פון הגה"צ מציעשנוב זצ"ל ווערט גיברענגט די נעמען אזוי: יוקל [=ישראל יעקב יוקל], מאיר, חנה, יוטקא [=יוטא ליפשא], דהיינו עהר לאזט אויס יחזקאל שרגא און לייגט צו צוויי נייע (מאיר אין חנה).
ווער ווייסט וואס איז פשט אין דעם?

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך מארטש 28, 2018 5:26 pm

איך געדענק האבן געזעהן עטליכע הערליכע בילדער פון דעם צדיק.

האט איינער?
לחיים ולברכה!

מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:52 am

תגובהדורך מודה ומהלל » מאנטאג אפריל 02, 2018 11:47 am

1.
צוגעלייגטע
רבי שלום משאץ.jpg
רבי שלום משאץ.jpg (77.47 KiB) געזעהן 2598 מאל

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8583
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 6:42 pm

יא״צ ביום א׳

shotz london.JPG
shotz london.JPG (64.69 KiB) געזעהן 2169 מאל

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8583
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 6:47 pm

מודה ומהלל האט געשריבן:1.

איינער זאגט מיר, אז דאס איז אין סטיינס ישיבה [Staines], נעבן לאנדאן,
רבי שלום משאץ לאנדאן זצ"ל מיט הגה״צ ר׳ שמואל אונסדאפער זצ״ל.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג דעצמבער 30, 2018 1:14 am

היינט נאכט איז דער יא''צ
זי''ע ועכי''א
we make ivelt great again

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8583
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג דעצמבער 30, 2018 7:19 am

יערסלוב האט געשריבן:
כ"ק הרה"ק רבי שלום מאסקאוויטש אדמו"ר משאץ - לאנדאן
כ"ב טבת תשי"ח



יוצאי חלציו :

רבי יצחק, חתן רבי לייבוש מרדכי משינאווא. נפטר לפני מלחמת העולם השנייה. אלמנתו וילדיו נרצחו בשואה.
רבי יעקב ישראל , חתן הרב יוסף דב סיגל. נפטר בחיי אביו. דברי תורתו הודפסו בספר "שארית יעקב".
רבי יחיאל מיכל, חתן רבי אלעזר הורוביץ ממעליץ. נפטר בחיי אביו. דברי תורתו הודפסו בספר "שארית יעקב".
חתנו, גיסו ובן דודו רבי יואל משאץ מונטריאול
חתנו הרה"ק רבי יעקב הלברשטאם, האדמו"ר מטשאקאווא
חתנו הרה"ק רבי ישכר בער ראטענבערג אדמו"ר מוואדיסלוב

ספריו :
דעת שלום על פרק שירה
ודעת שלום על הרמב"ם ושולחן ערוך

איז 3 קינדער זענען אוועק בחייו?

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » זונטאג דעצמבער 30, 2018 8:59 am

וואס איז זיין טאטע'ס נאמען?

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » זונטאג דעצמבער 30, 2018 9:08 am

ר' מרדכי יוסף משה

מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:37 pm

moishy56 האט געשריבן:
יערסלוב האט געשריבן:
כ"ק הרה"ק רבי שלום מאסקאוויטש אדמו"ר משאץ - לאנדאן
כ"ב טבת תשי"ח



יוצאי חלציו :

רבי יצחק, חתן רבי לייבוש מרדכי משינאווא. נפטר לפני מלחמת העולם השנייה. אלמנתו וילדיו נרצחו בשואה.
רבי יעקב ישראל , חתן הרב יוסף דב סיגל. נפטר בחיי אביו. דברי תורתו הודפסו בספר "שארית יעקב".
רבי יחיאל מיכל, חתן רבי אלעזר הורוביץ ממעליץ. נפטר בחיי אביו. דברי תורתו הודפסו בספר "שארית יעקב".
חתנו, גיסו ובן דודו רבי יואל משאץ מונטריאול
חתנו הרה"ק רבי יעקב הלברשטאם, האדמו"ר מטשאקאווא
חתנו הרה"ק רבי ישכר בער ראטענבערג אדמו"ר מוואדיסלוב

ספריו :
דעת שלום על פרק שירה
ודעת שלום על הרמב"ם ושולחן ערוך

איז 3 קינדער זענען אוועק בחייו?

יא ה''י (י''א שהי' מקפידת הגה''ק בעל מנח''א מונקאטש זצ''ל בעת מחלוקת הידועה)

ראשון לציון
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 20, 2015 1:24 am

תגובהדורך ראשון לציון » זונטאג דעצמבער 30, 2018 2:08 pm

בטיש בטישין האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
יערסלוב האט געשריבן:
כ"ק הרה"ק רבי שלום מאסקאוויטש אדמו"ר משאץ - לאנדאן
כ"ב טבת תשי"ח



יוצאי חלציו :

רבי יצחק, חתן רבי לייבוש מרדכי משינאווא. נפטר לפני מלחמת העולם השנייה. אלמנתו וילדיו נרצחו בשואה.
רבי יעקב ישראל , חתן הרב יוסף דב סיגל. נפטר בחיי אביו. דברי תורתו הודפסו בספר "שארית יעקב".
רבי יחיאל מיכל, חתן רבי אלעזר הורוביץ ממעליץ. נפטר בחיי אביו. דברי תורתו הודפסו בספר "שארית יעקב".
חתנו, גיסו ובן דודו רבי יואל משאץ מונטריאול
חתנו הרה"ק רבי יעקב הלברשטאם, האדמו"ר מטשאקאווא
חתנו הרה"ק רבי ישכר בער ראטענבערג אדמו"ר מוואדיסלוב

ספריו :
דעת שלום על פרק שירה
ודעת שלום על הרמב"ם ושולחן ערוך

איז 3 קינדער זענען אוועק בחייו?

יא ה''י (י''א שהי' מקפידת הגה''ק בעל מנח''א מונקאטש זצ''ל בעת מחלוקת הידועה)

כל בניו ובנותיו חוץ מבת אחת נפטרו על פניו ל"ע.
מי זה היש אומרים הזה?
כנראה לא ידעו האיש הקדוש הזה ושיגו ושיחו.
ומעניין מאד שאף אחד מבני המשפחה לא שמע דבר כזה או משום שייכות שלו להמחלוקת הנ"ל, בלתי היום הזה.

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2293
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג דעצמבער 30, 2018 5:19 pm

9 מ-10 ילדיו נפטרו בחייו, 5 בגדלותם ו4 בקטנותם (היחידה שנפטרה אחרי אביה שנים מספר היתה הרבנית משאץ-מאנטריאל). בנוסף לזה נפטרו עקה"ש כל צאצאי בנו ר' יצחק עם אמם האלמנה, וגם 2 מילדי הרב מוואוידסלב, שכבר נפטר על פניו.

דער וואס קען דער באשעפער'ס חשבונות זאל מסביר זיין פארוואס רוב פון דער שאצער רב'ס געשוויסטער זענען אויכעט אוועק יונגערהייט...

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » זונטאג דעצמבער 30, 2018 6:03 pm

לעצטנס געהערט פון נכדתו הרבנית מרים דייטש תליט"א [בת בתו הרבנית מטשאקעווע ע"ה]
וועלכע האט אלס מיידל עטליכע יאהר איהם משמש געווען:

אז ער פלעגט זיך לייגן נאר ווען ער איז געווען שטארק מיד
ונימוקו עמו, ווייל אויב ער איז נאכנישט אזוי מיד וועט ער ליגנדיג אין בעט, טראכטן פון זיינע צרות
דערפאר לייגט זיך נאר ווען ער ווייסט אז ער וועט תיכף איינשלאפן...

ועד כמה וכמה גאר אינטערסאנטע זאכן געהערט פון איר
ואין כעת הזמן להאריך
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8583
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג דעצמבער 30, 2018 6:18 pm

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:לעצטנס געהערט פון נכדתו הרבנית מרים דייטש תליט"א [בת בתו הרבנית מטשאקעווע ע"ה]
וועלכע האט אלס מיידל עטליכע יאהר איהם משמש געווען:

אז ער פלעגט זיך לייגן נאר ווען ער איז געווען שטארק מיד
ונימוקו עמו, ווייל אויב ער איז נאכנישט אזוי מיד וועט ער ליגנדיג אין בעט, טראכטן פון זיינע צרות
דערפאר לייגט זיך נאר ווען ער ווייסט אז ער וועט תיכף איינשלאפן...

ועד כמה וכמה גאר אינטערסאנטע זאכן געהערט פון איר
ואין כעת הזמן להאריך

הרבנית מרים דייטש תליט"א וואוינט אין לאנדאן,
איהרע איידעמער זענען הגה״צ ר׳ משה מנחם ווייס שליט״א, הגה״צ אב״ד ווילעדניק שליט״א ממאנסי, הרב וועבער מברוקלין, והג״ר .. גרינפעלד שליט״א מלאנדאן ב״ר ברוך חנה שליט״א.

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » זונטאג דעצמבער 30, 2018 6:21 pm

moishy56 האט געשריבן:
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:לעצטנס געהערט פון נכדתו הרבנית מרים דייטש תליט"א [בת בתו הרבנית מטשאקעווע ע"ה]
וועלכע האט אלס מיידל עטליכע יאהר איהם משמש געווען:

אז ער פלעגט זיך לייגן נאר ווען ער איז געווען שטארק מיד
ונימוקו עמו, ווייל אויב ער איז נאכנישט אזוי מיד וועט ער ליגנדיג אין בעט, טראכטן פון זיינע צרות
דערפאר לייגט זיך נאר ווען ער ווייסט אז ער וועט תיכף איינשלאפן...

ועד כמה וכמה גאר אינטערסאנטע זאכן געהערט פון איר
ואין כעת הזמן להאריך

הרבנית מרים דייטש תליט"א וואוינט אין לאנדאן,
איהרע איידעמער זענען הגה״צ ר׳ משה מנחם ווייס שליט״א, הגה״צ אב״ד ווילעדניק שליט״א ממאנסי, הרב וועבער מברוקלין, והג״ר אברהם יחזקאל גרינפעלד שליט״א מלאנדאן ב״ר ברוך חנה שליט״א.
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

חיים אשר
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 08, 2018 7:15 pm

תגובהדורך חיים אשר » זונטאג דעצמבער 30, 2018 6:34 pm

moishy56 האט געשריבן:
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:לעצטנס געהערט פון נכדתו הרבנית מרים דייטש תליט"א [בת בתו הרבנית מטשאקעווע ע"ה]
וועלכע האט אלס מיידל עטליכע יאהר איהם משמש געווען:

אז ער פלעגט זיך לייגן נאר ווען ער איז געווען שטארק מיד
ונימוקו עמו, ווייל אויב ער איז נאכנישט אזוי מיד וועט ער ליגנדיג אין בעט, טראכטן פון זיינע צרות
דערפאר לייגט זיך נאר ווען ער ווייסט אז ער וועט תיכף איינשלאפן...

ועד כמה וכמה גאר אינטערסאנטע זאכן געהערט פון איר
ואין כעת הזמן להאריך

הרבנית מרים דייטש תליט"א וואוינט אין לאנדאן,
איהרע איידעמער זענען הגה״צ ר׳ משה מנחם ווייס שליט״א, הגה״צ אב״ד ווילעדניק שליט״א ממאנסי, הרב וועבער מברוקלין, והג״ר .. גרינפעלד שליט״א מלאנדאן ב״ר ברוך חנה שליט״א.

און הרה"צ ר' צבי יאיר שמואל רבינוביץ שליט"א בבני ברק בן אדמו"ר ר' דוד מתתיהו מביאלא זצוק"ל.

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2293
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג דעצמבער 30, 2018 7:11 pm

ר' משה דייטש האט געהאט 3 זיהן און 8 טעכטער:
https://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?148210&page=11


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט