רבי שאול ידידי׳ אלעזר טאוב זצ״ל - ״האמרי שאול״ ממאדזשיץ - תרמ״ז - תש״ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי שאול ידידי׳ אלעזר טאוב זצ״ל - ״האמרי שאול״ ממאדזשיץ - תרמ״ז - תש״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

[align=center]כבוד קדושת האדמו״ר הרב הקדוש, נעים זמירות ישראל כקש״ת
רבי שאול ידידי׳ אלעזר טאוב זצ״ל
האדמו״ר השני לבית מאדזשיץ[/align]

איז געבוירן צו זיין טאטען הרה״ק רבי ישראל זצ״ל בעל ״דברי ישראל״ ממאדזשיץ. בן הרה״ק רבי שמואל אליהו מזוואלין זצ״ל, בן מייסד השושלת הרה״ק רבי יחזקאל מקוזמיר זצ״ל.

ביום הושענה רבה שנת תרמ״ז לפ״ק אין שטאט אוזרוב אין פוילין.

רבי שאול ידידי׳ אלעזר איז געווען א גדול בתורה בנגלה ובנסתר, און פילע קהילות חשובות האבן פארבעטן רבי שאול ער זאל קומען דינען ביי זיי אין שטאט אלץ רב, בשנת תרע״ז איז ער אויפגענומען געווארן פאר רב אין ראקוב.

בשנת תרפ״א איז זיין גרויסע טאטע דער ״דברי ישראל״ זצ״ל נפטר געווארן האבן זיך זיין טאטענס חסידים פאראייניגט אים מכתיר צו זיין על מקומו טראץ וואס ער איז געווען דער פערטער זון, און פיל יונגער ווי דער עלטערע ברודער הרה״ק רבי ישראל מאוזראוו זצ״ל. (די רבי איז שפעטער געווארן אן איידעם בזיווג שלישי ביים ברודער) צוליב זיינע גרויסע מעלות און אלע הינזיכטן, און אים אויפגענומען לממלא מקום אביו הק׳.

אויך איז ער איז געווען רב אין קארטשוב שוין זייענדיג אדמו״ר, ובשנת תרפ״ט האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין אטוואצק (אן אפרוה ארט) וואס איז אין שכינות פון זיין שטאט קארטשוב און נישט ווייט פון ווארשע, פון ווי ער האט געפירט דעם מודזשיצער אדמורת ביד רמה, בחכמה בחן ובחסד, און אונטער זיין שרביט ההנהגה איז חסידות מאדזשיץ זיך צעוואקסן אלס איינע פון די גרויסע פוילישע חסידות׳ן מיט פילע טויזענטער אנהענגער מיט פילע שטיבלעך צעשפרייט איבער פוילן, (אן ערך פון הונדערט צוואנציג און צאל!!) ושמו הטוב יצאה בכל רחבי המדינה.

ביים איבערנעמען דעם כתר האדמורת זייענדיג אליינס א גדול בתורה האט ער געלייגט א גרויסן דגוש ביי די בחורים און יונגעלייט און בכלל אלע מאדזשיצער חסידים אויף לימוד התורה ער האט געגרינדעט א ישיבה ״תפראת ישראל״ אין זיין ביהמ״ד אין אטוואצק ע״ש אביו ווי עס האבן געלערנט א צאל בחורים בייטאג אין ביינאכט, ווי אויך האט מען ארום געשיקט א קריאת קודש אז אלע בחורים מוזן זיך קובע זיין לתורה אין זייער לאקאלן מודזשיצער שטיבל, ספלעגט טאקע זיין פיל אלע שטיבלעך במשך היום אז עס איז געווען שווער צו טרעפן א ליידיגן זיץ אין א מאדזשיצער שטיבל.

דער ״דברי שאול״ איז געווען א רבי א כליל המעלות פון תורה וגדולה אבער מיט זיין ייחודיות האט ער שטארק ארויסגעשיינט מיט דעם ״הבוחר בשירי זמרה״ אלס דער נעים זמירות ישראל גייענדיג מיט דעם אויף דעם דרך פון זיין הייליגן טאטען. אלע ניגונים פונעם הויף איז געמאכט געווארן דורכן רבין אליינס, און איז געזינגען געווארן מיט גרויס דביקות און שמחה בעת די הייליגע טישן און ימים טובים.

א געוואלדיגע עבודה האט די רבי אריינגעלייגט אין פארפאסן זיינע ניגונים עס זאל שטימען מיטן מצב וזמן עס זאל האבן דעם ריכטיגען אפעקט אויף די חסידים עס זאל זיי הייבן אין עבדות ה׳ און אין דביקות. ער פלעגט זאגן אזוי ווי א דאקטאר דארף מישן דעם ריכטיגן רעצעפט פארן פאציענט אזוי געט ער דעם ריכטיגן ניגון צו יעדע צייט פארן נפש פון זיינע חסידים. זיינע ניגונים האבן טאקע אריינגעבלאזן א רוח החיים ורוח חסידות בלבם של כולם.

זיינע ניגונים וואס איז געמאכט געווארן מעומק נפשו זענען אויך געווארן די נכסי צאן ברזל פון גאנץ פוילין און איבעראל האט מען געזינגען די דיביקותדיגע מאדזשיצער ניגונים, נאך זייענדיג א בחור האט ער שוין פארפאסט הערליכע התעוררת ניגונים וואס איז געזינגען געווארן ביי זיין טאטען אין הויף.

בעת פרוץ מלחמת העולם השנייה בסוף שנת תרצ״ט איז ער אנטלאפן קיין ווילנא, דארט אין ווילנא האט ער זיך נאך פיל מער ארויסגעשטעלט מיט זיינע הייליגע כוחת פון מחזק זיין אידישע קינדער איבערהויפט בעת צרתם.

פון ווילנא איז די רבי ווייטער געגאנגען ביז יאפאן און פון דארט איז ער ארויף אויף א שיף וואס פירט אים קיין סאן פראציסקא אין אמעריקא, און פון דארט ווייטער מיטן באן ביז קיין נוי יארק.

אין נוי יארק איז דער רבי מיט זיין משפחה אנגעקומען גלייך נאך סוכת תש״א ווי ער האט זיך באזעצט אין וויליאמסבורג די ערשטע דירה איז געווען אויף 105 ראסס סט. דערנאך האבן זיינע חסידים געשאפן דעם מודזיצער שטיבל אויף סאויט 5 ווי די ״גרויסע״ רבי פון טויזענטער חסידים אין פוילין האט ווייטער געפירט זיין רעביסטווע אין די דעמעלסדיגע וויליאמסבורג בזעיר אנפין.

חשובע בחורים פון די ישיבת ״תורה ודעת״ וואס איז דאן געווען אין וויליאמסבורג זענען צוגעצויגן געווארן צום מאדזיצער רבין צו זיינע הייליגע תורת די דברי אלוקים חיים, און ווי אויך צו זיינע הייליגע ווארימע ניגונים.

אפאר שיינע גליונת מיט דברי תורה און ניגונים פונעם מאדזשיצער רבין איז דא פון יענע צייט אין נוי יארק מיטן נאמען ״תפארת ישראל״

די רבי האט געוואוינט אין וויליאמסבורג פון שנת תש״א ביז אום שנת תש״ז.

די רבי האט פיל מאל אויסגעדריקט זיין באגער זיך צו באזעצן אין ארץ ישראל ווי ער האט שוין געהאט באזוכט מערערע מאל פארן קריג און ווי עס האט שוין געוואוינט זיין עלסטער זון אדמו״ר הרה״צ רבי שמואל אליהו זצ״ל וואס ער איז פארבליבן וואוינען דארט בעת ער האט דארט באזוכט מיט זיין טאטן בשנת תרצ״ה.

אום זומער תש״ז איז די רבי געפארן באזוכן ארץ ישראל, עס האט געהייסן אז די רבי גייט זיך אומקוקן ווי זיך צו באזעצן, דערווייל איז ער געווען ביי זיין זון וואס האט געוואוינט אין תל אביב, די רבי האט די ערשטע שטיק צייט געפירט זיינע ווארימע טישן אין הארציגע תפילות מיט די באטיילינגונג פון הונדערטער אידן סיי אין תל אביב און אויך אין ירושלים אבער נאך דריי וואכן אז די רבי פליצלונג קראנק געווארן אביסל שפעטער איז מען געוואר געווארן אז דער רבי האט ל״ע געליטן פון א סטראוק ה״י און איז געליגן על ערש דווי אפאר חדשים.

ונתבקש לישיבה של מעלה ביום שב״ק ט״ז כסלו שנת תש״ח.

ונטמן בהר הזתים.

אזוי ווי די רבי איז נסתלק געווארן דעם זעלבן טאג וואס איז געווען דער אפשטימונג פון די יו ען צוצעטיילן פאלעסטינע צווישן די אידן און די אראבער און סיז געווארן מהומת אין די גאסן מצד די צעווילדעוועטע אראבער אז סיז געווען א סכנה צו גיין אין די גאסן, איז געווען ממש אוממעגליך צו גיין צום הר הזתים וואס איז געווען אין די אראבישע טעראטאריע, פארט איז אבער געלונגען צו ברענגן דעם רבינס הייליגער גוף לקבורה מיט א געפאנצערטע טראק, און די רבי איז געווען דער לעצטער נטמן צו ווערן ביז צוואנציג יאר שפעטער אום תשכ״ז נאך די זעקס טאג מלחמה, און הערשט דאן האט מען געקענט שטעלן די מציבה.

בנו ממלא מקומו היה כ״ק אדמו״ר הרב הצדיק רבי שמואל אליהו טאוב זצ״ל בעל ה״אמרי אש״ ממאדזשיץ.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אין די גוטע יארן בעפארן קריג אויף קוהר אין מאריענבאד (פאר א פונקליכער אדרעס קוקט דא)
אין א שמועס מיט די סדיגורא רבי'ס האביר יעקב והכנסת מרדכי
image9.jpg
image9.jpg (86.61 KiB) געזען 1788 מאל
דביה תחדי נפשא
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

אין "די צייטונג" איז געווען א שמועס מיט בנו ר' ישראל נ"י פון מאנהעטן
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אנקומענדיג צו א מעמד אין ישיבת חכמי לובלין
אטעטשמענטס
maxresdefault.jpg
maxresdefault.jpg (81.67 KiB) געזען 1784 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

לא לנו האט געשריבן:אין "די צייטונג" איז געווען א שמועס מיט בנו ר' ישראל נ"י פון מאנהעטן

בנו מזיווג השלישי, או השני (או אפשר הרביעי) עפעס א צאנזער אייניקל אויך דער זון מיין איך
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

תואר פניו המאירים
4372.jpg
4372.jpg (92.51 KiB) געזען 1778 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

רבניש האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:אין "די צייטונג" איז געווען א שמועס מיט בנו ר' ישראל נ"י פון מאנהעטן

בנו מזיווג השלישי, או השני (או אפשר הרביעי) עפעס א צאנזער אייניקל אויך דער זון מיין איך

זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון ר' אשר מאיר האלבערשטאם פון באכניע אן אייניקל פון קשאנובער רב זי"ע
זוכט איר דוי?
תולעת-ספרים
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולעת-ספרים »

אין "די צייטונג" איז געווען א שמועס מיט בנו ר' ישראל נ"י פון מאנהעטן
קען איינער ביטע אריינלייגען דעם מאמר?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

דער רבי זצ"ל אין זיין הויף אין וומסב"ג
אטעטשמענטס
20151207_181322.jpg
20151207_181322.jpg (399.25 KiB) געזען 1659 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

חמרא טבא האט געשריבן:דער רבי זצ"ל אין זיין הויף אין וומסב"ג

זייער נאסטאלגיש דער וויליאמסבורג של פעם... דאס הויז שטייט שוין נישט דאכצעמיר אז דעם בי קיו אי האט מען דארט אויפגעבויעט.

וואס האלט די רבי איז די האנט?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

רבניש האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:דער רבי זצ"ל אין זיין הויף אין וומסב"ג

זייער נאסטאלגיש דער וויליאמסבורג של פעם... דאס הויז שטייט שוין נישט דאכצעמיר אז דעם בי קיו אי האט מען דארט אויפגעבויעט.

וואס האלט די רבי איז די האנט?

א טאביק פושקע מן הסתם
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

מיללער האט געשריבן:

אפשר א ריקארדער... :wink:
דביה תחדי נפשא
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

זיין ביהמ"ד איז געשטאנען אויף 105 ראסס סט. דארט ווי ס'איז היינט די ת"ת עטרת יואל דסאטמאר

אין ספר 'יגיל במלכו' וואס איז לעצטנס ארויס געקומען, לזכרו פון רב"צ שענקער, דערציילט רב"צ שענקר זצ"ל א שיינע אינטרעסאנטע זכרונות פון זיין רבי'ן דער אמרי שאול
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

יהיה כן האט געשריבן:זיין ביהמ"ד איז געשטאנען אויף 105 ראסס סט. דארט ווי ס'איז היינט די ת"ת עטרת יואל דסאטמאר

אין ספר 'יגיל במלכו' וואס איז לעצטנס ארויס געקומען, לזכרו פון רב"צ שענקער, דערציילט רב"צ שענקר זצ"ל א שיינע אינטרעסאנטע זכרונות פון זיין רבי'ן דער אמרי שאול

דאס ביהמ"ד אויף ראסס סט. איז דער אמרי שאול געווען נאר פאר א קנאפע יאר צייט. שפעטער איז דאס ביהמ"ד אריבער צו סאוט 5 ביי קארנער ראדני סט. דאטר איז די רבי געווען אלע יארון אין אמעריקא - וואס עווענטואל איז דארט געמאכט געווארן דער בי קיו אי ווי געשריבן.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

א רקידה ביי א טיש פונעם מאדזיצער רבי זצ"ל

צוויטער פון לינקס איז תלמידו המובהק רבי ב"צ שענקער ע"ה (אאל"ט איז איינע פון די אנדערע בחורים הג' רבי משה וואלפסאן שליט"א)
R. Shaul & RBZ 2.jpg
R. Shaul & RBZ 2.jpg (134.46 KiB) געזען 1624 מאל
דביה תחדי נפשא
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דער צווייטער רעכטס, איז ר' משה וואלפסאן [ספר יגיל במלכו הנ"ל]
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

חמרא טבא האט געשריבן:א רקידה ביי א טיש פונעם מאדזיצער רבי זצ"ל

צוויטער פון לינקס איז תלמידו המובהק רבי ב"צ שענקער ע"ה (אאל"ט איז איינע פון די אנדערע בחורים הג' רבי משה וואלפסאן שליט"א)
R. Shaul & RBZ 2.jpg

אפשר קען מען מאכן נאמבערס העכער יעדן פון די מענטשן אינעם בילד, און נישט דער 2טער און דער 4טער.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רב"צ שענקער ע"ה
R. Shaul %26 RBZ 2.jpg
R. Shaul %26 RBZ 2.jpg (136.25 KiB) געזען 1605 מאל
דביה תחדי נפשא
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

יא. ער רעזעמבלט זייער שטארק ווי ר' ב"צ שענקער.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

די רבי אין די אינגערע יארן
אטעטשמענטס
22499.jpg
22499.jpg (87.65 KiB) געזען 1555 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

רבניש האט געשריבן:איז געבוירן צו זיין טאטען הרה״ק רבי ישראל זצ״ל בעל ״דברי ישראל״ ממאדזשיץ. בן הרה״ק רבי שמואל אליהו מזוואלין זצ״ל, בן מייסד השושלת הרה״ק רבי יחזקאל מקוזמיר זצ״ל.

ביום הושענה רבה שנת תרמ״ז לפ״ק אין שטאט אוזרוב אין פוילין.

רבי שאול ידידי׳ אלעזר איז געווען א גדול בתורה בנגלה ובנסתר, און פילע קהילות חשובות האבן פארבעטן רבי שאול ער זאל קומען דינען ביי זיי אין שטאט אלץ רב, בשנת תרע״ז איז ער אויפגענומען געווארן פאר רב אין ראקוב.

בשנת תרפ״א איז זיין גרויסע טאטע דער ״דברי ישראל״ זצ״ל נפטר געווארן האבן זיך זיין טאטענס חסידים פאראייניגט אים מכתיר צו זיין על מקומו טראץ וואס ער איז געווען דער פערטער זון, און פיל יונגער ווי דער עלטערע ברודער הרה״ק רבי ישראל מאוזראוו זצ״ל. (די רבי איז שפעטער געווארן אן איידעם בזיווג שלישי ביים ברודער) צוליב זיינע גרויסע מעלות און אלע הינזיכטן, און אים אויפגענומען לממלא מקום אביו הק׳.

יישר כח רבניש, איך ליין דיינע אשכולות מיט אינטערעסע, הגם מיט א שטארקע שפעטיגונג..
עס קוקט מיר אויס ווי א שטיקל טעות דא, א טאטע און א זוהן מיטן נאמען ישראל?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

לכאורה האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:איז געבוירן צו זיין טאטען הרה״ק רבי ישראל זצ״ל בעל ״דברי ישראל״ ממאדזשיץ. בן הרה״ק רבי שמואל אליהו מזוואלין זצ״ל, בן מייסד השושלת הרה״ק רבי יחזקאל מקוזמיר זצ״ל.

ביום הושענה רבה שנת תרמ״ז לפ״ק אין שטאט אוזרוב אין פוילין.

רבי שאול ידידי׳ אלעזר איז געווען א גדול בתורה בנגלה ובנסתר, און פילע קהילות חשובות האבן פארבעטן רבי שאול ער זאל קומען דינען ביי זיי אין שטאט אלץ רב, בשנת תרע״ז איז ער אויפגענומען געווארן פאר רב אין ראקוב.

בשנת תרפ״א איז זיין גרויסע טאטע דער ״דברי ישראל״ זצ״ל נפטר געווארן האבן זיך זיין טאטענס חסידים פאראייניגט אים מכתיר צו זיין על מקומו טראץ וואס ער איז געווען דער פערטער זון, און פיל יונגער ווי דער עלטערע ברודער הרה״ק רבי ישראל מאוזראוו זצ״ל. (די רבי איז שפעטער געווארן אן איידעם בזיווג שלישי ביים ברודער) צוליב זיינע גרויסע מעלות און אלע הינזיכטן, און אים אויפגענומען לממלא מקום אביו הק׳.

יישר כח רבניש, איך ליין דיינע אשכולות מיט אינטערעסע, הגם מיט א שטארקע שפעטיגונג..
עס קוקט מיר אויס ווי א שטיקל טעות דא, א טאטע און א זוהן מיטן נאמען ישראל?

זיכער א טעות דאכצעמיר דער ברודער האט טאקע געהייסן רבי יחזקאל

---
און.. איך גלייב דיר אז די ליינסט עס בעיון, אזא גרייז דארף מען קענען אויפפּאסן. איך מיין אויב אזוי וועל איך מאכן נאך גרייזילעך, וועסטו בלייבן וואַך.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

דער רבי ביי די באקאנטע רבנים מארטש
image022.png
image022.png (512.3 KiB) געזען 1346 מאל
דביה תחדי נפשא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”