רבי אשר לעמיל לעווי מגאלינא - ח' כסלו תרי"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

רבי אשר לעמיל לעווי מגאלינא - ח' כסלו תרי"א

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » זונטאג נובעמבער 26, 2017 12:37 pm

היינט איז דער יארצייט פון רבי אשר לעמיל לעווי (ווייספיש-בהר"ן) מגאלינא זצ"ל

רבי אשר לעמיל לעווי, האט געדינט אלץ רב פון שטאט גאלינא (גאלין), פוילן, ביז ער האט עולה געווען קיין ארץ ישראל אין יאר תר"ד. ער איז געווען א זוהן פון רבי אברהם לעווי און אן איידעם פון רבי אברהם מרגליות ראב"ד פרוישאטאט, און א תלמיד פונעם בעל חמדת שלמה. רבי אשר לעמיל האט געהאט צוויי ברודער וואס זענען ארויפגעקומען מיט אים קיין ירושלים, איינס איז רבי נחום שאדיקער - לעווי, און רבי יעקב לייב לעווי ראב"ד ירושלים.

איין טאג איז איינע פון די דריי ברודער אויפגעשטאנען אין געזאגט אז ער האט גע'חלום'ט אז מ'האט אים באפוילן אז ער זאל גיין קיין א"י, ער האט דאס דערציילט פאר זיינע ברודער, האבן זיי זוך אנגערופן אז זיי האבן געהאט דעם זעלבן חלום. ווען דער ירושלים׳ער רב רבי שמואל סאלאנט איז ארויס געפארן קיין חוץ לארץ פאר צוויי יאר האטרבי אשר לעמיל דאן איבעגענומען דאס רבנות שטעלע.

רבי אשר לעמיל, איז געווען בארימט און געשעצט מיט זיין גרויסע גאונות, קדושה, צדקות, חכמה און פקחות. ער האט געפירט גרויס מלחמות אנטקעגן די מיסיאנערן וואס האבן געוואלט אפשמדן כלל ישראל. עס איז דא וואס זאגן, אז זיי האבן אים פאר'סם'ט רח"ל.

ביי די 67 יאר איז ער איז נפטר געווארן ביום ח' כסלו אין יאר תרי"א. ער איז נטמן געווארן אויפן הר הזיתים. עס איז דא א צאל סיפורים וואס מפארציילט פון אידן וואס זענען געהאלפן געווארן ביי זיין ציון. עיין בספר ארח דוד דף תכח ושם תמצא כמה סיפורים נפלאים בעניני שידוכים, זרע של קיימא, ועצירת גשמים.

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט