רבי בנימין ראבינאוויטץ זצ"ל חבר הביד''צ העדה החרדית - ר''ח שבט תשס"ב
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
רבי בנימין ראבינאוויטץ זצ"ל חבר הביד''צ העדה החרדית - ר''ח שבט תשס"ב
[align=center]כבוד קדושת מרן הגה״ק פאר מקדושים
רבי בנימין ראבינאוויטש זצ״ל
ממשכנות הרועים
וחבר הבד״ץ העדה החרדית ירושלים עיה״ק[/align]
[align=center]איז געווען מפורסם אומעטום אלס איינע פון די הייליגע געשטאלטן וואס האבן געלעבט אין די נישט ווייטע ירושלים של מעלה[/align]
ער איז געבוירן אלס דער בן הבכור צו זיין טאטן רבי ארי׳ מרדכי לייב זצ״ל ביום כ׳ אב שנת תרע״ב אין עיר העתיקה בירושלים עיה״ק.
(רבי בנימין, בן רבי מרדכי לייב, בן רבי יהושע אשר, בן רבי ארי׳ מרדכי, בן הרה״ק רבי יהושע אשר מפוריסוב, בנו של היהודי הקדוש רבי יעקב יצחק מפרשיסחא זי״ע.)
רבי בנימין איז געוואקסן על ברכי אביו וזקינו פייערדיגע פרשיסחא בויאנער חסידים, ער האט געלערענט אין ת״ת חיי עולם וואס איז געגרינדעט געווארן דורך יוצא פוילין ובניהם אביו.
נאך די בר מצוה האט ער זיך קובע געווען מקום למודו אין די רוז׳ינער קלויז ווי עס זענען געזעצן גאר געהויבענע בני עליה חסידים פון אדמו״ר הזקן מסדיגורה זצ״ל וואס זענען געווען בארימט אלס בעלי מדריגה מופלאים, און צווישן זיי האט מען דעם יונגן בחור אריינגענומען אין די חבורה, די זקנים וחכמים נקיי הדעת האבן פארשטאנען צו דעם הייליגן בחור׳ל און זיי האבן אויף אים משפיע געווען מאוצרם המנוצר.
בי״ג אלול תרצ״ד האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ רוחמא ליבא ע״ה בתו של הגה״צ אברהם הכהן חתן בעל ״לב העברי״ רבי עקיבא יוסף שלעזינגער זצ״ל חתן הגה״ק רבי הלל מקאלאמייא זי״ע.
נאך די חתונה איז ער אויפגענומען געווארן צו דינען אלס ראש הכולל לכולל הוראה שע״י ״חיי עולם״ ווי ער געפירט א גרויסע כולל מיט לומדים מופלגים בעלי הוראה, הגאון שר התורה טשעבינער רב זצ״ל וואס האט געדינט אלס דער נשיא הכולל, האט באווינדערט און שטארק מעריץ געווען רבי בנימין מיט זיין שיטת הלימוד און דרך ההוראה.
בשנת תשי״ח האט אים ידי״נ הגה״ק רבי אברהם יצחק קאהן זצ״ל פארבעטן צו ווערן ראש ישיבה אין זיין ישיבה ״תולדות אהרן״, ער האט געלערנט בחברותא מיטן תולדות אהרן רבי, און מיט הגאון הגדול רבי ישראל יצחק רייזמאן זצ״ל.
בשנת תשל״ו בפטירת הגאון הגדול רבי אליהו זלוטניק זצ״ל האט מען אויפגענומען אלס חברי הבד״ץ את שני המאורות הגדולים רבי בנימין זצ״ל און רבי ישראל יעקב פישער זצ״ל - לעמוד ולשרת את עם ה׳ בדבר ה׳ זו הלכה.
בשנת תשל״ט האט ער געגרינדעט זיין חברייא קהילת ״משכנות הרועים״ אלס א חסידישער חברייא פאר בני ירושלים וואס האבן געזיכט א קליין ווינקל צו דינען דעם אויבערשטען.
בנימין הצדיק!
דאס איז געווען דער אפעציעלער צונאמען וואס אלע גרויסע לייט האבן כולם פה אחד קורא שמו געווען פאר רבי בנימין.
ניינציג יאר רצופות איז געווען דאס לעבן פון הגה״ק רבי בנימין חטיבה מקשה זהב אחת של דביקות צולל בעמקות במים רבים אדורים. תמיד האט מען אים גזעהן אחוז בשרעפיו, זייער אסאך פלעגט מען אים דארפן אויפוואכן פון זיין דביקות ער האט גארנישט געשפירט וואס ארום אים אויף דער וועלט טוט זיך, ער האט שפאצירט אויף א העכערע וועלט מיט די פיס דא אונטן...
ער האט שווער געארבייט אויף דעם ענין פון דביקות און ריכוז המח, ער זאל נישט הערן וואס טוט זיך ארום זיך אזוי האט ער געקענט זיצן שעות על גבי שעות און לערנען מיט א זעלטענע ריכוז אן דעם וואס ער זאל הערן אויפפּאסן גארנישט וואס פאסירט און קומט פאר ארום אים, און קיין שום זאך איז נישט געווען וואס האט אים געקענט שטערן פון לערנען.
די זעלבע איז געווען מיט זיין עבודת התפילה האט ער זיך מצמצם געווען אז גארנישט ארום אים האט ער נישט מרגיש געווען ער איז געווען כל שקוע במוחו.
מידותיו הטהורות איז געווען א שם דבר ער האט אויסגעארבייט יעדע מידה בכל הטוב, אין די יונגע יארן האט ער איינמאל געשפירט אז ער וויל עובר זיין אויף די מידה פון כעס האט ער דורך געלערענט דעם ספר ״אורך אפים״ צענדליגער מאל מהחל ועד כלה ביז ער האט געשפירט אז ער האט שוין גענצליך אויסגעריסן די מידה פון כעס..
ער פלעגט זאגן אז מטאר זיך קיינמאל נישט מישן אין קיין מחלוקת ווייל סיז דאך אומעגליך פעסט צו שטעלן ווער עס איז טאקע גערעכט, און אויב שרייט מען אבער סיז דאך כבוד שמים, פלעגט ער זאגן נו כבוד שמים מיינט דאך יעדער ממילא מיש איך מיך נישט און קיין שום מחלוקה אפי׳ פאר כבוד שמים.
מידתיו הק׳ בענוה איז געווען גאר גרויס, קיין שום גינוני כבוד איז נישט שייך אים צו געבן אדער צושטעלן, ער פלעגט גיין דאווענען מיט א פשטות אין די שטיבלעך אפי׳ ווען ער האט געהאט זיין אייגן ביהמ״ד מיט א מנין, קיינמאל האט ער נישט געלאזט קיין שום מענטש אים באגלייטן.
געווען אמאל אז די משפיעים פון די קהילה האבן אים געבעטן אז זיי ווילן קומען מיט די בחורים קוקן זיין חנוכה לעכט צינדן ביים אים אין שטוב, מיט ווינדער האט ער אויפגעהויבן די ברעמען און גארנישט פארשטאנען וואס זיי בעטן פון אים, ווי עפעס א ווילד פרעמדע זאך פאר אים... וואס איז דא צוזעהן? וואס איז דאס אנדערש ווי סיי וועלכע איד וואס איז מקיים די מצוה פון צינדן חנוכה ליגט ביי זיך אין שטוב.
גדולי ישראל צדיקי אמת האבן אלע מפליא געווען זיינע הייליגע מדריגות סיי בתורה סיי בעבודה, פילע מימרות איז פארהאנען פון די צדיקים וואס זיי האבן זיך אויסגעדריקט אויף זיין גדלות, דביקות, און גרויסע קדושה, און ווי גוט ער האט דאס באהאלטן אין אזא פשטות.
נסתלק ביום א׳ שבט שנת תשס״ב לפ״ק - ונטמן בהר המנוחות.
בניו: אדמו״ר רבי חיים שליט״א - ממלא מקומו באדמורת במשכנות הרועים.
אדמו״ר רבי עקיבא שליט״א - מפוריסוב.
רבי יהושע אשר שליט״א - ר״מ במשכנות הרועים
רבי מאיר שלום שליט״א - מקולשין
חתניו: רבי אלימלך כהנא שליט״א - אדמו״ר מספינקא בני ברק.
הרה״ג רבי יהודא ניישלאס שליט״א - מו״ץ עדה החרדית
הרה״ג רבי צבי דירענפעלד שליט״א

במעמד חברי הבד"צ זצ"ל
- אטעטשמענטס
-
- IMG_2667.JPG (152.3 KiB) געזען 2724 מאל
-
- 1 (11).jpg (117.96 KiB) געזען 2724 מאל
לעצט פארראכטן דורך חמרא טבא אום דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 10:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דביה תחדי נפשא
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 491
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
- לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!
רבניש האט געשריבן:[align=center]כבוד קדושת מרן הגה״ק פאר מקדושים
רבי בנימין ראבינאוויטש זצ״ל
ממשכנות הרועים
וחבר הבד״ץ העדה החרדית ירושלים עיה״ק[/align]
בניו: אדמו״ר רבי חיים שליט״א - ממלא מקומו באדמורת במשכנות הרועים (פאטער פונעם אלעמען באקאנטן קול ראבינאוויטש לרפו"ש)
אדמו״ר רבי עקיבא שליט״א - מפוריסוב
רבי מאיר שלום שליט״א - מקולשין
דביה תחדי נפשא
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
חמרא טבא האט געשריבן:יום זה מכובד האט געשריבן:איז דאס אמת אז מלפנים (פאר ער איז געווארן אויפגענומען אלץ חבר בד"ץ) האט ער געפיהרט א מטה בחירות ביי איהם אינדערהיים פאר די וואלן אין מדינת איזראעל?
ס'איז עפעס וואס האט מיר אייביג געבאדערט וויאזוי קען א אויסגעברענטע באיאנער חסיד זיין א קנאי
אמת ער איז געקומען פון א בויאנער רוזינער בעקראוינד, אבער ער איז א ירושלימער פאר בויאן און רוזין רביים זענען בכלל אנגעקומען קיין ארץ ישראל זיך באזעצן און זיך אנגעשלאסן צו אין די אגודה צו אין מזרחי (א טייל נכדי רוזין) אמילא זענען זיינע השקפות געווען ״ירושלים״ של פעם.
זיין טאטע איז נאך געבוירן אין ירושלים.
לא לנו האט געשריבן:ער האט געהאט א ברודער הגה"צ ר' פישל זצ"ל פיליעריגער ראש ישיבה אין ישיבת אור החיים טאהש, בשנות הל' מ', און שפעטער ראש ישיבת באיאן ארה"ק.
ער'ז אויך געוועזן א חבר אין די מועצג"ת פון די אגודה זיין זון איז רבי יצחק פון וומסב"ג מגי"ש אין ישיבה אור ישראל-געלדצעהלער
- אטעטשמענטס
-
- 1280px-ראש_הישיבה_זצ-ל_בעת_הלימוד.jpg (226.42 KiB) געזען 2668 מאל
דביה תחדי נפשא
-
- שר האלף
- תגובות: 1502
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm
- שמרי' קערנקרויט
- שר מאה
- תגובות: 203
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 18, 2017 11:11 pm
- לאקאציע: ביים טיר פון בית המדרש
חמרא טבא האט געשריבן:פונעם אשכול אויפן מנחת יצחק
ווי זעהט איר ר' בנימין?
א שנארער
הצלחה מיט שששמחחההה!
שמרי' קערנקרויט האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן:פונעם אשכול אויפן מנחת יצחק
ווי זעהט איר ר' בנימין?
פאראכטן ייש"כ
דביה תחדי נפשא
רבניש האט געשריבן:[align=center]כבוד קדושת מרן הגה״ק פאר מקדושים
רבי בנימין ראבינאוויטש זצ״ל
ממשכנות הרועים
וחבר הבד״ץ העדה החרדית ירושלים עיה״ק[/align]
[align=center]איז געווען מפורסם אומעטום אלס איינע פון די הייליגע געשטאלטן וואס האבן געלעבט אין די נישט ווייטע ירושלים של מעלה[/align]
ער איז געבוירן אלס דער בן הבכור צו זיין טאטן רבי ארי׳ מרדכי לייב זצ״ל ביום כ׳ אב שנת תרע״ב אין עיר העתיקה בירושלים עיה״ק.
דא האט סקרענטאנער רב זז"ג געברענג אן הערלישער בילד פון הה"צ רבי ארי' מרדכי רבינוביץ זצ"ל בסוד שיח מיט זיין זון הגאון רבי פישל זצ"ל ר"י רוזין-באיאן
דביה תחדי נפשא
קבל"פ פארן בר"מ זצ"ל אין ירושלים עיה"ק
פון ר. צו ל.
רש"א ט"ב אב"ד חמשה עשר, מהר"א, להבחל"ח רבי בנימין זצ"ל, רבי משה ארי', בר"מ,? פארשטעלט, רבי נתן יוסף, ? פארשטעלט, שטראסבורגער רב, רבי ישראל יעקב פישער זכר צדיקים לברכה
שטייענדיג דערקענט איך ר' סענדער דייטש, ר' זריעל, יבלח"ט ר' משה פר"מ, ר' אפרים שטערן און יהודה משי-זהב (יא דער פון אפריקא...)

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
דא האסטו בערך פון יענע צייט, הדרת פניו ענתה בו:
viewtopic.php?p=1500440#p1500440
viewtopic.php?p=1500440#p1500440