רבי חיים שלמה הורוויץ זצ״ל - מסטריזוב - תר״ס - כ״ז כסלו תשכ״ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

פארוואס האט זי זיך געוואלט גט'ן?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

היסטאריקער האט געשריבן:פארוואס האט זי זיך געוואלט גט'ן?

ער איז געווען מער א בטלנישער מהות.

זי איז געווען מער א שארפע... א גארליצער נו!
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

היסטאריקער האט געשריבן:פארוואס האט זי זיך געוואלט גט'ן?

דאכט זיך געווארן א חתן-כלה ביי די אינגערע יארן אלץ קליינע קינדער
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

בני רבי חיים שלמה מסטריזוב זצ״ל
אין די ישיבה פון רבי אשר יונה וויינבערגער זצ״ל. אין טעמעשוואר

דער רעכטס איז רבי משה לייב זצ״ל מבארא פארק, און לינקס איז רבי רפאל זצ״ל, שנהרג בדמי ימיו
אטעטשמענטס
IMG_0452.JPG
IMG_0452.JPG (237.3 KiB) געזען 2216 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

היינט איז די יארצייט פונעם סטריזובער רב זצ״ל - אינטערסאנט איז אז אינעם זעלבן טאג איז אויך די יארצייט פון זיין ברודער אדמו״ר הרה״צ רבי ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש זצ״ל - אבדק״ק מונקאטש - בעל בינת נבונים. קען זיין אז די צייט איז שוין גענוג רייף פאר א שיינעם אשכול איבער דעם ברודערס נאבּעלע מעשים אויך.

דער דינובער רבי שליט״א האט מיר פארציילט אז זיין טאטע איז געווען באשעפטיגט מיטן בויען סוף ימיו א נייע מהודרדיגע מקוה ביי זיך אין ביהמ״ד, און זעקס חדשים האט ער געווארט אויף א רעגן אז סזאל זיך אנפילן די מי גשמים, אבער דער רעגן איז נישט געקומען, די נאכט וואס רבי בורכל איז נסתלק געווארן האט זיך פליצלונג אראפגעלאזט א שלאקס רעגן עפעס אויסער ווי געווענדליך, און דער מקוה איז כשר געווארן און אין די מקוה האט ער געהאט די זכיה אז מען געמאכט די טהרה פאר אים.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

איך זע אז דו האסט דעם ריכטיגן אדרעס צו וועם צו רעדן איבער דעם בינת נבונים,
זוכט איר דוי?
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: רבי חיים שלמה הורוויץ זצ״ל - מסטריזוב - תר״ס - כ״ז כסלו תשכ״ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

רבניש האט געשריבן:[align=center]כבוד קדושת הגאון הצדיק המפורסם שושלת היוחסין
רבי חיים שלמה הורוויץ זצ״ל
אבדק״ק סטריזוב[/align]

איז געבוירן אלס בן יחיד צו זיין טאטן הרה״צ רבי אלטר אליעזר הורוויץ מבייטש זצ״ל, בן הגה״ק רבי אהרן אדמו״ר מבייטש, בן הרה״ק האמרי נועם מדזיקוב זצ״ל - חתן הרה״ק ה״דברי חיים מצאנז.

און צו זיין מאמע הרבנית הצ׳ יוטא בת הגה״ק רבי משה יהודא לייב (רמ״ל) שפירא זצ״ל בן הגה״ק בעל שם שלמה ממונקאטש זצ״ל וחתן הגה״ק מגארליץ זצ״ל.

בכסלו שנת תר״ס, אין שטאט סטריזוב.

דער סטריזובער רב איז אויפגעוואקסן בבית זקינו הק׳ הרמ״ל וואס דארט האט ער קונה געווען תורה ועבודה וחסידות פון זיין גרויסן זיידן די דרכים וואס דער זיידע האט קונה געווען בבית חותן זקינו הגה״ק הדברי חיים מצאנז זי״ע ומבית זקינו הרה״ק רבי אלעזר מלאנצהוט.

דארט אינדערהיים ביים זיידן האט ער געלערנט ביגיעה עצומה, דעם זיידען מיטן באליבטן אייניקל האט מען שטענדיג געזעהן בפולפולי דאורייתא, און דער זיידע האט אין אים משריש געווען דער כח החידוש והכתיבה וואס דאס איז געווען דער כח האבות מגזע הק׳ צו שרייבן דברי תורה וחידושים פאר די דורות הבאים עס זאל פארבלייבן דרכי החסידות והעבודה פאר אייביג.

במלחמת העולם הראשונה איז די משפחה - די טאטע מיטן זיידן הרמ״ל אנטלאפן קיין וויען עסטרייך, אבער דארט האט געדראעט די גיוס לצבא האט אים דער זיידע געשיקט קיין מונקאטש לערנען אין די ישיבה אצל בן אחיו ה״דרכי תשובה״ ביים מנחת אלעזר ממונקאטש זצ״ל דער מנח״א האט אים אריינגענומען ביי זיך אין שטוב, ווי א קינד און דארט איז ער אריין אונטער די גרויסע השפעה פון זיין גרויסן רבין אין וועם ער האט זיך מתדבק געווען בכל נימי נפשו ולבבו און געלערנט תורה וחסידות און די דרכי הוראה לדון ולהורות.

אויך האט ער שואב געווען מבאר מים החיים פון זיין זיידן אבי אביו הרה״ק רבי אהרן מבייטש בן הרה״ק האמרי נועם מדזיקוב זצ״ל ווי ער פלעגט פארן מזמן לזמן להסתופף בצילו סיי ווען האט משמש געווען ברבנות בעיר בייטש און שפעטער ווען דער זיידע האט זיך געצויגן קיין קאשוי פלעגט ער פארן פון מונקאטש קיין קאשוי, ווי דער זיידע האט אים ארויסגעוויזן שטארקע חיבה יתירה.

בר״ח תמוז שנת תר״פ האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ מלכה בת הגה״ק רבי רפאל גרויס זצ״ל אב״ד בערבעשט, וחתן הרה״ק רבי ישראל יעקב יוקל טייטלבוים מוואלאווע (חתן וב״א של מרן הייטב לב)

(דער בערבעשטער רב האט שפעטער זיך באזעצט אין קערעסטיר ביי זיין זון הגה״צ רבי שמואל גרויס חתן הרה״ק רבי ישעי׳לע מקערעסטיר.)

די גרויסע חתונה איז פארגעקומען אן בערבעשט וואס איז נעבן סיגוט און מארמאראש, בראש המחותנים איז געווען דער מנח״א וואס האט זיך מתחייב געווען צו געבן גרויס נדן אז דער חתן זאל קענען זיצן על התורה והעבודה, אויך האבן זיך משתתף געווען די צוויי הייליגע ברודער הגה״ק העצי חיים ומהר״י ט״ב מסאטמאר זי״ע (נאך אלס ארשיווע רב) זייענדיג נאנטע קרובים מיטן מחותן, די אלע צדיקים האבן דארט געוויילט אין בערבעשט כל שבעת ימי המשתה, א גאר געהויבענע שטימונג איז געווען יענע טעג אין שטעטל וואס איז געווען די גרעסטע וואס דאס שטעטל׳ע האט נאר אמאל געזעהן... ביום למחרת מהחתונה וואס איז געווען ר״ח האבן אלע צדיקים געדאווענט דארט אין ביהמ״ד איין מנין נאכן אנדערע, (דאן ביי יענע מוסף ר״ח האט זיך דער מנח״א אויסגעדריקט אויף מרן מסאטמאר אז א אידיש ווארט שטייט אים גאר גוט אין מויל...)

דער חתן האט מכבד געווען דעם דאן ארשיווע רב מרן מהר״י ט״ב זי״ע זאל אונטערפירן אבער מרן מסאטמאר האט אים צוריק גענטפערט אין א בריוו (דאכצעמיר סיז אין אגרות מהרי״ט) אז ער קען נישט ווייל זיין רעבעצין איז נישט געזונט, אבער צו די חתונה וועט ער קומען.

בעת די חתונה האט מרן מסאטמאר זצ״ל געפרעגט דעם מנח״א זצ״ל וואס ער געט דרשה געשאנק פארן חתן... האט ער זיך אנגערופן אז ער געט אים אוועק דעם דערפל זאלישא פאר רבנות, ווי באקאנט איז געווען א שטיקל מחלוקה צווישן די ארשיווע חסידים מיט די מונקאטשער חסידים צו וועם דער גלילות אנבאלאנגט היות סיז נעבן ארשיווע פון איין זייט און צו מונקאטש פון די אנדערע זייט, האט דאן דער מנח״א אזוי ווערטלדיג צום סאטמאר רב דאס געזאגט... און גלייך נאך די חתונה איז רבי חיים שלמה געווארן אויפגענומען אין זאלישא.

דער סטריזובער רב איז געווען א צדיק תמים במעשיו און א תלמיד חכם ושקדן בתורה כל ימיו און א מחדש נפלא בכל מקצועות התורה, און מיט זיין געוואלדיגער כשרון שירש מבית אבותיו כח הסברה והמליצה בכתיבה האט ער אפגעשריבן פיל ספרים חשובים.

וואוינענדיג אין בערבעשט נאנט צו סיגוט פלעגט ער גיין קיין סיגוט צום הייליגן עצי חיים זצ״ל ווי דער עצי חיים פלעגט מיט אים דורכגיין פילע שאלות ותשובת ער האט געלערנט מיט אים זיין מהלך פון מברר זיין תשובת להלכה ולמעשה, דער עצי חיים פלעגט אים פארלייגן די שאלות און אים געלזאט דערנאך מלבן ומברר זיין לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא, דערנאך האט ער באקומען פון אים היתר הוראה ״יורה יורה ידין ידין״.

אויך די זעלבע איז געווען ביי גרויסן גאון מהר״ש ענגיל מקאשוי זצ״ל, איז ער געווען ביי אים א שטיק צייט צו נעמען די הוראה האט ער אים געזעצט נעבן זיך און ווען א שואל איז אריין געקומען האט ער אים געהייסן פסק׳נען די שאלות.. אזוי ווי ער האט געזהן זיין ברייטע ידועה בכל התורה און ספעציעל זיין מהלך ההוראה והפסק האט ער אים געגעבן דעם היתר הוראה, ולא מש מעל שולחנו תורת המהר״ש ענגיל זצ״ל.

א שטיק צייט האט דער סטריזובער רב געוואוינט אין שימלויא דארט איז ער געווען גאר נאנט מיטן גאון הגאונים ופוסק הגדול הגה״ק רבי שלמה זלמן עהרענרייך זצ״ל ה״לחם שלמה״ ווי ער איז געווען מיושבים אצלו בראש השולחן תמיד און כסדר זיך משתשע געווען בחידושי תורה.

אויך האט דער סטריזובער רב געהאט א געוואלדיגע תשוקה אין זיינע יונגערע יארן משמש צו זיין גדולי ישראל און זיך דרייען במחיצתם און יונק זיין און זיך מעמיק זיין אין זייערע תהליכתם בקודש ומנהגי הקודש וואס ער האט פארשריבן במתק ובצח עטו הברוכה, ווי הרה״ק רבי אלעזר ריישער זצ״ל (עיר הקרובה לסטריזוב.) דו״ז הגה״ק בעל ״עטרת ישועה״ מדזיקוב זצ״ל ואצל דו״ז הרה״ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זצ״ל (שהיה חתן זקינו בעל ה״אמרי נועם״ מדזיקוב זי״ע) אויך האט ער נאך געהאט די זכיה צו זיצן על חיק סבו הרה״ק מגארליץ זצ״ל ווי ער האט זיך מיטן אייניקל משתשע געווען, ועוד צדיקים הרבה.

בשנת תרצ״ג האט ער זיך באזעצט אין טעמעשוואר אין ראמעניע און דארט ברשות הרב דמתא הגה״צ רבי יצחק צבי סופר זצ״ל (שפעטער אין א״י) געפענט זיין ביהמ״ד ״דברי חיים״ דארט האט ער אנגעקניפט א שטארקע ידידות מיטן רב ולא זזה זו מזו בפסקי הוראה און בכל הנהגת העיר טעמעשוואר. (דארט אין טעמעשוואר האט ער איבערגעלעבט דעם קריג מיט די גאנצע משפחה, ער האט אבער פארלוירן בנו בכורו הרה״צ רבי רפאל הארט נאכן קריג אינעם באקאנטן פליגער קראך ווי דער אייניקל הרב ר׳ יעקב צבי שליט״א - מבארא פארק, האט איבערגעלעבט)

בשנת תש״ט איז ער ארויסגעקומען קיין אמעריקא און זיך באזעצט אין די בראנסוויל געגענט און מייסד געווען בית מדרשו ״אמרי נועם״ און שפעטער איז ער אריבער וואוינען קיין בארא פארק, דארט ביי זיך בבית מדרשו האט ער משפיע געווען מהוד קדושתו תורה וחסידות לכל באי שער בית מדרשו ובפרט האט מען נבנה געווען ממידותיו הק׳ ווי פילע לבבות נשברות האבן מצא מנוח במחיצתו.

סוף ימיו האט ער זיך געגרייט צו באזעצן אין ירושלים עיה״ק לעבוד את בוראו בעיר ה׳ שמה, ער האט שוין געהאט געקויפט א דירה בשכונת גבעת שאול. אבער לא איסתייעא מילתא צוליב זיין מחלת השיתוק אשר גברה עליו.

דריי יאר איז ער געווען אפגעשוואכט ווי ער האט געפירט זיין עבודה בתפילה ובלימוד תורת החן שוואכערהייט, ביז שקע החמה של הרב מסטריזוב בנר ג׳ דחנוכה כ״ז כסלו שנת תשכ״ט.

והובא למנוחות בעיה״ק על הר המנוחת בחלקת הרבנים

בניו הרבנים:
הרה״צ רבי רפאל זצ״ל - נהרג ביחד עם אשתו באוירון סמוך לפראג ונותר בחיים (הילד) יעקב צבי שליט״א.
הרה״צ רבי משה יהודא ליב זצ״ל
הרה״צ רבי צבי שליט"א.
הרה״צ רבי ישראל יעקב יוקל שליט"א - מזאלישא

חתניו:
הרה״צ רבי מנחם אדלער אב״ד ״אמרי נועם״ טאראנטא
הרב ר׳ אלי׳ בצלאל טייטלבוים שליט״א - מוויליאמסבורג
הרב ר׳ משה גרויס שליט״א - ממאנסי בן הרב מקערעסטיר בערבעשט

ווי איז בנו ר' משה יהודא ליב ז"ל געווען א איידעם ? דאכט'ס מיר ער האט געהאט 2 זוויגים
אין ווער זענען זיינע קינדער איך ווייס פין
בנו ר' דוד חתן ר' שמואל ט"ב ז"ל
חתנו ר' יחיאל מאיר כ"ץ מ'דזיבו-מאנטריעל
חתנו ר'אהרן ה"ש מ'צאנז-קרייז
חתנו ר' שמואל פאזען
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי חיים שלמה הורוויץ זצ״ל - מסטריזוב - תר״ס - כ״ז כסלו תשכ״ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

נישט ביי גרינצווייג?

בנו רבי יעקב אליעזר
דביה תחדי נפשא
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי חיים שלמה הורוויץ זצ״ל - מסטריזוב - תר״ס - כ״ז כסלו תשכ״ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ר' משה לייב האט זיכער געהאט צוויי זיווגים (זוגתו הראשונה לבית גרינצווייג איז אוועק יונגערהייט) און האט געהאט קינדער פון ביידע זיווגים. וועליכע זענען פון וועליכע ווייס איך נישט זיכער. איך ווייס אויך נישט ווער די צווייטע רעבעצין איז (אויף Geni שרייבט איינער לבית האניג).

אשת הרב מדזשיבוי און אשת הטוען ר' חיים אלעזר עסטרייכער (נישט אויס גערעכנט אויבן) זענען זיכער מזו"ר.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19774
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי חיים שלמה הורוויץ זצ״ל - מסטריזוב - תר״ס - כ״ז כסלו תשכ״ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

מזיוו"ר זענען די דריי טעכטער, כ"ץ, עסטרייכער און פאזען, און כמדומני אויכט בנו ר' יעקב אליעזר שליט"א
די איבעריגע זענען מזיוו"ש
זיין אינגסטע זוהן ר' חיים שלמה (חתן ר' חיים יושע באב"ד?) האט מען אויסגעלאזט
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
ברוך'ל
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:46 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך'ל »

פרידן האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:פארוואס האט זי זיך געוואלט גט'ן?

דאכט זיך געווארן א חתן-כלה ביי די אינגערע יארן אלץ קליינע קינדער

איר טאכטער [הרבנית פעסקא פריעדמאן] שרייבט אז ווען איר מאמע [הרבנית יוטא ראבינאוויטץ ] איז געווען "4" יאר אלט אין זיך געשפילט און הויף איז איר מאמע [הרבנית חנה שפירא] ארויסגעקומען זאגען אז זי איז א כלה.....
לעצט פארראכטן דורך ברוך'ל אום מוצ"ש יולי 11, 2020 10:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

ברוך'ל האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:פארוואס האט זי זיך געוואלט גט'ן?

דאכט זיך געווארן א חתן-כלה ביי די אינגערע יארן אלץ קליינע קינדער

איר טאכטער [הרבנית פעסקא פריעדמאן] שרייבט אז ווען איר מאמע [הרבנית יוטא ראבינאוויטץ ] איז געווען "4" יאר אלט אין זיך געפילט און הויף איז איר מאמע [הרבנית חנה שפירא] ארויסגעקומען זאגען אז זי איז א כלה.....

הרבנית? :roll:
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: רבי חיים שלמה הורוויץ זצ״ל - מסטריזוב - תר״ס - כ״ז כסלו תשכ״ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:מזיוו"ר זענען די דריי טעכטער, כ"ץ, עסטרייכער און פאזען, און כמדומני אויכט בנו ר' יעקב אליעזר שליט"א
די איבעריגע זענען מזיוו"ש
זיין אינגסטע זוהן ר' חיים שלמה (חתן ר' חיים יושע באב"ד?) האט מען אויסגעלאזט


איז נישט ר"י אלכסנדר הרב זינגער זיין איידעם?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19774
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי חיים שלמה הורוויץ זצ״ל - מסטריזוב - תר״ס - כ״ז כסלו תשכ״ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

היסטאריקער האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:מזיוו"ר זענען די דריי טעכטער, כ"ץ, עסטרייכער און פאזען, און כמדומני אויכט בנו ר' יעקב אליעזר שליט"א
די איבעריגע זענען מזיוו"ש
זיין אינגסטע זוהן ר' חיים שלמה (חתן ר' חיים יושע באב"ד?) האט מען אויסגעלאזט


איז נישט ר"י אלכסנדר הרב זינגער זיין איידעם?

ער איז אן איידעם ביי זיין ברודער להבחל"ח הגה"צ ר' הערשל שליט"א
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי חיים שלמה הורוויץ זצ״ל - מסטריזוב - תר״ס - כ״ז כסלו תשכ״ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:מזיוו"ר זענען די דריי טעכטער, כ"ץ, עסטרייכער און פאזען, און כמדומני אויכט בנו ר' יעקב אליעזר שליט"א
די איבעריגע זענען מזיוו"ש
זיין אינגסטע זוהן ר' חיים שלמה (חתן ר' חיים יושע באב"ד?) האט מען אויסגעלאזט

מיר ליגט אין קאפ אז דער באיאנער רב הרב אייכלער ז"ל איז אויך געוועהן א מחותן
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re: רבי חיים שלמה הורוויץ זצ״ל - מסטריזוב - תר״ס - כ״ז כסלו תשכ״ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

רבניש האט געשריבן:[align=center]כבוד קדושת הגאון הצדיק המפורסם שושלת היוחסין
רבי חיים שלמה הורוויץ זצ״ל
אבדק״ק סטריזוב[/align]

איז געבוירן אלס בן יחיד צו זיין טאטן הרה״צ רבי אלטר אליעזר הורוויץ מבייטש זצ״ל, בן הגה״ק רבי אהרן אדמו״ר מבייטש, בן הרה״ק האמרי נועם מדזיקוב זצ״ל - חתן הרה״ק ה״דברי חיים מצאנז.

און צו זיין מאמע הרבנית הצ׳ יוטא בת הגה״ק רבי משה יהודא לייב (רמ״ל) שפירא זצ״ל בן הגה״ק בעל שם שלמה ממונקאטש זצ״ל וחתן הגה״ק מגארליץ זצ״ל.

בכסלו שנת תר״ס, אין שטאט סטריזוב.

דער סטריזובער רב איז אויפגעוואקסן בבית זקינו הק׳ הרמ״ל וואס דארט האט ער קונה געווען תורה ועבודה וחסידות פון זיין גרויסן זיידן די דרכים וואס דער זיידע האט קונה געווען בבית חותן זקינו הגה״ק הדברי חיים מצאנז זי״ע ומבית זקינו הרה״ק רבי אלעזר מלאנצהוט.

דארט אינדערהיים ביים זיידן האט ער געלערנט ביגיעה עצומה, דעם זיידען מיטן באליבטן אייניקל האט מען שטענדיג געזעהן בפולפולי דאורייתא, און דער זיידע האט אין אים משריש געווען דער כח החידוש והכתיבה וואס דאס איז געווען דער כח האבות מגזע הק׳ צו שרייבן דברי תורה וחידושים פאר די דורות הבאים עס זאל פארבלייבן דרכי החסידות והעבודה פאר אייביג.

במלחמת העולם הראשונה איז די משפחה - די טאטע מיטן זיידן הרמ״ל אנטלאפן קיין וויען עסטרייך, אבער דארט האט געדראעט די גיוס לצבא האט אים דער זיידע געשיקט קיין מונקאטש לערנען אין די ישיבה אצל בן אחיו ה״דרכי תשובה״ ביים מנחת אלעזר ממונקאטש זצ״ל דער מנח״א האט אים אריינגענומען ביי זיך אין שטוב, ווי א קינד און דארט איז ער אריין אונטער די גרויסע השפעה פון זיין גרויסן רבין אין וועם ער האט זיך מתדבק געווען בכל נימי נפשו ולבבו און געלערנט תורה וחסידות און די דרכי הוראה לדון ולהורות.

אויך האט ער שואב געווען מבאר מים החיים פון זיין זיידן אבי אביו הרה״ק רבי אהרן מבייטש בן הרה״ק האמרי נועם מדזיקוב זצ״ל ווי ער פלעגט פארן מזמן לזמן להסתופף בצילו סיי ווען האט משמש געווען ברבנות בעיר בייטש און שפעטער ווען דער זיידע האט זיך געצויגן קיין קאשוי פלעגט ער פארן פון מונקאטש קיין קאשוי, ווי דער זיידע האט אים ארויסגעוויזן שטארקע חיבה יתירה.

בר״ח תמוז שנת תר״פ האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ מלכה בת הגה״ק רבי רפאל גרויס זצ״ל אב״ד בערבעשט, וחתן הרה״ק רבי ישראל יעקב יוקל טייטלבוים מוואלאווע (חתן וב״א של מרן הייטב לב)

(דער בערבעשטער רב האט שפעטער זיך באזעצט אין קערעסטיר ביי זיין זון הגה״צ רבי שמואל גרויס חתן הרה״ק רבי ישעי׳לע מקערעסטיר.)

די גרויסע חתונה איז פארגעקומען אן בערבעשט וואס איז נעבן סיגוט און מארמאראש, בראש המחותנים איז געווען דער מנח״א וואס האט זיך מתחייב געווען צו געבן גרויס נדן אז דער חתן זאל קענען זיצן על התורה והעבודה, אויך האבן זיך משתתף געווען די צוויי הייליגע ברודער הגה״ק העצי חיים ומהר״י ט״ב מסאטמאר זי״ע (נאך אלס ארשיווע רב) זייענדיג נאנטע קרובים מיטן מחותן, די אלע צדיקים האבן דארט געוויילט אין בערבעשט כל שבעת ימי המשתה, א גאר געהויבענע שטימונג איז געווען יענע טעג אין שטעטל וואס איז געווען די גרעסטע וואס דאס שטעטל׳ע האט נאר אמאל געזעהן... ביום למחרת מהחתונה וואס איז געווען ר״ח האבן אלע צדיקים געדאווענט דארט אין ביהמ״ד איין מנין נאכן אנדערע, (דאן ביי יענע מוסף ר״ח האט זיך דער מנח״א אויסגעדריקט אויף מרן מסאטמאר אז א אידיש ווארט שטייט אים גאר גוט אין מויל...)

דער חתן האט מכבד געווען דעם דאן ארשיווע רב מרן מהר״י ט״ב זי״ע זאל אונטערפירן אבער מרן מסאטמאר האט אים צוריק גענטפערט אין א בריוו (דאכצעמיר סיז אין אגרות מהרי״ט) אז ער קען נישט ווייל זיין רעבעצין איז נישט געזונט, אבער צו די חתונה וועט ער קומען.

בעת די חתונה האט מרן מסאטמאר זצ״ל געפרעגט דעם מנח״א זצ״ל וואס ער געט דרשה געשאנק פארן חתן... האט ער זיך אנגערופן אז ער געט אים אוועק דעם דערפל זאלישא פאר רבנות, ווי באקאנט איז געווען א שטיקל מחלוקה צווישן די ארשיווע חסידים מיט די מונקאטשער חסידים צו וועם דער גלילות אנבאלאנגט היות סיז נעבן ארשיווע פון איין זייט און צו מונקאטש פון די אנדערע זייט, האט דאן דער מנח״א אזוי ווערטלדיג צום סאטמאר רב דאס געזאגט... און גלייך נאך די חתונה איז רבי חיים שלמה געווארן אויפגענומען אין זאלישא.

דער סטריזובער רב איז געווען א צדיק תמים במעשיו און א תלמיד חכם ושקדן בתורה כל ימיו און א מחדש נפלא בכל מקצועות התורה, און מיט זיין געוואלדיגער כשרון שירש מבית אבותיו כח הסברה והמליצה בכתיבה האט ער אפגעשריבן פיל ספרים חשובים.

וואוינענדיג אין בערבעשט נאנט צו סיגוט פלעגט ער גיין קיין סיגוט צום הייליגן עצי חיים זצ״ל ווי דער עצי חיים פלעגט מיט אים דורכגיין פילע שאלות ותשובת ער האט געלערנט מיט אים זיין מהלך פון מברר זיין תשובת להלכה ולמעשה, דער עצי חיים פלעגט אים פארלייגן די שאלות און אים געלזאט דערנאך מלבן ומברר זיין לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא, דערנאך האט ער באקומען פון אים היתר הוראה ״יורה יורה ידין ידין״.

אויך די זעלבע איז געווען ביי גרויסן גאון מהר״ש ענגיל מקאשוי זצ״ל, איז ער געווען ביי אים א שטיק צייט צו נעמען די הוראה האט ער אים געזעצט נעבן זיך און ווען א שואל איז אריין געקומען האט ער אים געהייסן פסק׳נען די שאלות.. אזוי ווי ער האט געזהן זיין ברייטע ידועה בכל התורה און ספעציעל זיין מהלך ההוראה והפסק האט ער אים געגעבן דעם היתר הוראה, ולא מש מעל שולחנו תורת המהר״ש ענגיל זצ״ל.

א שטיק צייט האט דער סטריזובער רב געוואוינט אין שימלויא דארט איז ער געווען גאר נאנט מיטן גאון הגאונים ופוסק הגדול הגה״ק רבי שלמה זלמן עהרענרייך זצ״ל ה״לחם שלמה״ ווי ער איז געווען מיושבים אצלו בראש השולחן תמיד און כסדר זיך משתשע געווען בחידושי תורה.

אויך האט דער סטריזובער רב געהאט א געוואלדיגע תשוקה אין זיינע יונגערע יארן משמש צו זיין גדולי ישראל און זיך דרייען במחיצתם און יונק זיין און זיך מעמיק זיין אין זייערע תהליכתם בקודש ומנהגי הקודש וואס ער האט פארשריבן במתק ובצח עטו הברוכה, ווי הרה״ק רבי אלעזר ריישער זצ״ל (עיר הקרובה לסטריזוב.) דו״ז הגה״ק בעל ״עטרת ישועה״ מדזיקוב זצ״ל ואצל דו״ז הרה״ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זצ״ל (שהיה חתן זקינו בעל ה״אמרי נועם״ מדזיקוב זי״ע) אויך האט ער נאך געהאט די זכיה צו זיצן על חיק סבו הרה״ק מגארליץ זצ״ל ווי ער האט זיך מיטן אייניקל משתשע געווען, ועוד צדיקים הרבה.

בשנת תרצ״ג האט ער זיך באזעצט אין טעמעשוואר אין ראמעניע און דארט ברשות הרב דמתא הגה״צ רבי יצחק צבי סופר זצ״ל (שפעטער אין א״י) געפענט זיין ביהמ״ד ״דברי חיים״ דארט האט ער אנגעקניפט א שטארקע ידידות מיטן רב ולא זזה זו מזו בפסקי הוראה און בכל הנהגת העיר טעמעשוואר. (דארט אין טעמעשוואר האט ער איבערגעלעבט דעם קריג מיט די גאנצע משפחה, ער האט אבער פארלוירן בנו בכורו הרה״צ רבי רפאל הארט נאכן קריג אינעם באקאנטן פליגער קראך ווי דער אייניקל הרב ר׳ יעקב צבי שליט״א - מבארא פארק, האט איבערגעלעבט)

בשנת תש״ט איז ער ארויסגעקומען קיין אמעריקא און זיך באזעצט אין די בראנסוויל געגענט און מייסד געווען בית מדרשו ״אמרי נועם״ און שפעטער איז ער אריבער וואוינען קיין בארא פארק, דארט ביי זיך בבית מדרשו האט ער משפיע געווען מהוד קדושתו תורה וחסידות לכל באי שער בית מדרשו ובפרט האט מען נבנה געווען ממידותיו הק׳ ווי פילע לבבות נשברות האבן מצא מנוח במחיצתו.

סוף ימיו האט ער זיך געגרייט צו באזעצן אין ירושלים עיה״ק לעבוד את בוראו בעיר ה׳ שמה, ער האט שוין געהאט געקויפט א דירה בשכונת גבעת שאול. אבער לא איסתייעא מילתא צוליב זיין מחלת השיתוק אשר גברה עליו.

דריי יאר איז ער געווען אפגעשוואכט ווי ער האט געפירט זיין עבודה בתפילה ובלימוד תורת החן שוואכערהייט, ביז שקע החמה של הרב מסטריזוב בנר ג׳ דחנוכה כ״ז כסלו שנת תשכ״ט.

והובא למנוחות בעיה״ק על הר המנוחת בחלקת הרבנים

בניו הרבנים:
הרה״צ רבי רפאל זצ״ל - נהרג ביחד עם אשתו באוירון סמוך לפראג ונותר בחיים (הילד) יעקב צבי שליט״א.
הרה״צ רבי משה יהודא ליב זצ״ל
הרה״צ רבי צבי שליט"א.
הרה״צ רבי ישראל יעקב יוקל שליט"א - מזאלישא

חתניו:
הרה״צ רבי מנחם אדלער אב״ד ״אמרי נועם״ טאראנטא
הרב ר׳ אלי׳ בצלאל טייטלבוים שליט״א - מוויליאמסבורג
הרב ר׳ משה גרויס שליט״א - ממאנסי בן הרב מקערעסטיר בערבעשט

פארוואס האט ער געדארפט מען זאל אים אונטערפירען? זיין טאטע אדער שווער האבן שוין נישט געלעבט?
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: רבי חיים שלמה הורוויץ זצ״ל - מסטריזוב - תר״ס - כ״ז כסלו תשכ״ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

הסרפד האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:מזיוו"ר זענען די דריי טעכטער, כ"ץ, עסטרייכער און פאזען, און כמדומני אויכט בנו ר' יעקב אליעזר שליט"א
די איבעריגע זענען מזיוו"ש
זיין אינגסטע זוהן ר' חיים שלמה (חתן ר' חיים יושע באב"ד?) האט מען אויסגעלאזט

מיר ליגט אין קאפ אז דער באיאנער רב הרב אייכלער ז"ל איז אויך געוועהן א מחותן


ער איז א מחותן מיט הרב חיים אלעזר עסטרייכער
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי חיים שלמה הורוויץ זצ״ל - מסטריזוב - תר״ס - כ״ז כסלו תשכ״ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אה. הכל על מקומו יבוא בשלום.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי חיים שלמה הורוויץ זצ״ל - מסטריזוב - תר״ס - כ״ז כסלו תשכ״ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אוהב ספרים האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:מזיוו"ר זענען די דריי טעכטער, כ"ץ, עסטרייכער און פאזען, און כמדומני אויכט בנו ר' יעקב אליעזר שליט"א
די איבעריגע זענען מזיוו"ש
זיין אינגסטע זוהן ר' חיים שלמה (חתן ר' חיים יושע באב"ד?) האט מען אויסגעלאזט

מיר ליגט אין קאפ אז דער באיאנער רב הרב אייכלער ז"ל איז אויך געוועהן א מחותן


ער איז א מחותן מיט הרב חיים אלעזר עסטרייכער

ר׳ משה פנחס איז אן איידעם ביי ר׳ חיים אלעזר?
דביה תחדי נפשא
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

Re: רבי חיים שלמה הורוויץ זצ״ל - מסטריזוב - תר״ס - כ״ז כסלו תשכ״ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

יא יא רבי משה פנחס אייכלר איז אן איידעם ביי רבי חיים אלעזר עסטרייכער
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: רבי חיים שלמה הורוויץ זצ״ל - מסטריזוב - תר״ס - כ״ז כסלו תשכ״ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

היינט איז די יארצייט

געטראפן א צייטונגס אויסשניט פון יאר תש"ט פון דער טאג
אטעטשמענטס
Screenshot 2022-12-21 094326.png
Screenshot 2022-12-21 094326.png (115.89 KiB) געזען 305 מאל
אמשטרדם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2010 11:54 am

Re: רבי חיים שלמה הורוויץ זצ״ל - מסטריזוב - תר״ס - כ״ז כסלו תשכ״ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמשטרדם »

איינער מיט בילדער פון די לעצטערע צדיקי בית סטריזשוב, די קינדער פון ר' חיים שלמה?
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”