בלאט 1 פון 4

רבי יוחנן טווערסקי זצ״ל - מטאלנא ירושלים - כ״ה כסלו תשנ״ט - ויוצ״ח

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 7:40 am
דורך רבניש
[align=center]כ״ק מרן אדמו״ר בוצינא קדישא אוהב ישראל
הרב הצדיק רבי יוחנן טווערסקי זצ״ל
מטאלנא ירושלים
[/align]

איז געבוירן אין שטאט טולטשין וואס איז אין אוקריינא צו זיין טאטען הרה״ק רבי דוד מרדכי מטאלנא, בן הרה״ק רבי מנחם נחום מטאלנא (שהעתיק את חצרו מהעיר טאלנא לטולטשין) שהיה בנו של הרה״צ רבי מרדכי שנסתלק על פני אביו הרה״ק רבי דוד׳ל מטאלנא זי״ע, בן הרה״ק רבי מרדכי המגיד מטשערנוביל בנו של ראש השושילתא הרה״ק רבי מנחם נחום מטשערנאביל בעל ״מאור עינים״

ביום עש״ק כי תצא י׳ אלול תרס״ו.

בשנת תרע״ג ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד האט זיין פאטער געדארפט אנטלויפן פון אוקריינא צוליב גיוס לצבא, איז ער אנטלויפן קיין אמעריקא און זיך באזעצט אין די איסט סייד ווי ער האט געפענט א בית המדרש׳ל ״קהל חסידים״

אין די קינדער יארן האט אים זיין טאטע געדינגען פריווייטע מלמדים און בעלי תריסן וואס זאל לערנען מיט אים, ביי די בר מצוה יארן האט ער געלערנט מיט זיין טאטען בחברותא ווי ער איז געשטיגן אין דעם דעמעלסדיגן נוי יארק אלס א בחור מופלג בתורה ויראה טהורה וחסידות.

אבער נפשו חשקו בתורה ער האט געגליסט צו פארן קיין א״י לערנען אוועק פון די מגושמדיגע שטאט, זיין טאטע האט שווער מסכים געווען אבער לסוף האט ער אפגעשריבן א בריוו צו הגאון רבי יצחק ירוחם דיסקין בנו יחידו של מרן הגרי״ל זצ״ל ביי וועמען ער האט אליינס געלערנט אין טאלנא. רבי ירוחם האט גענפערט אין א בריוו מיטן לשון פון עזרא הסופר, ״מי בכם כל יראי ה׳ יבוא איתי ויעל״
בסוף שנת תרפ״ב האט ער ענדליך באקומען שאיפת נפשו און געפארן קיין א״י לערנען, רי״י דיסקין האט אים טאקע גענומען אונטער זיינע פליגלען ער האט אים אריינגעשטעלט אין זיין ישיבה ״אהל משה״ דארט האט ער געהארוועט אויף תורה און געשטיגן גרויס ווי ער האט געלערנט בחברותא מיט שפעטערדיגע גדולי ירושלים ווי הגה״צ רבי דוד יונגרייז זצ״ל און נאך אנדערע גדולים

יעדע נאכט האט ער געלערנט הוראה מיט הגאון רבי שמחה בונם ווערנער זצ״ל דיין בעדה החרדית, און האט זיך געלאזט פארהערן ביים ירושלימער רב הגאון הגדול רבי יוסף חיים זאנענפעלד זצ״ל - און די איבריגע חברי הבד״ץ, פון וועם ער האט באקומען היתר הוראה.

נאך דריי יאר איז ער צוריק געפארן קיין נוי יארק נאך זייענדיג א בחור האט ער געגרינדעט א שטיקל ביהמ״ד מיט א חבורת ״זרע קודש״ א חברייא לחיזוק ולהתעלות ספעציעל פאר די פילע בנן של קדושים וואס האבן זיך דאן געדרייט אין נוי יארק און א שוואכע סביבה וואס האט משפיע געווען אויף זיי, ווי ער האט געגעבן שיחות בליל שישי און שבתים, און אנדערע חשובע זמנים.

ווען הגאון המפורסם רבי מאיר שפירא זצ״ל איז געווען יענע צייט אין נוי יארק האט ער באגעגענט דעם בחור און בנש״ק יוחנן און האט פארברענגט מיט אים אין לערנען און עבדות ה׳ ער איז אים זייער געפעלן, ווען ער איז דערנאך געווען אין טאראנטא האט ער באגעגנט כ״ק אדמו״ר רבי משה לאנגער זצ״ל מסטרעטין - שהגיע לטאראנטא בשנת תרפ״א, האט ער אים מציע געווען פאר זיין טאכטער דעם בחור כלי מחזיק ברכה מושלם בכל מעלה ומדה בתורה ובחסידות דעם טאלנער רבינס זון.

בשנת תרפ״ח האט ער חתונה געהאט מיט זוגתו הרבנית הצ׳ צפורה רייזל בת האדמו״ר מסטרעטין טאראנטא זצ״ל

נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט אין נוי יארק ושם שימש ברבנות בבית הכנסת הגדול ראמענישער שול.

בשנת תרצ״ד איז ער אריבער זיך באזעצן אין מאנטריאל קאנאדא ווי ער האט געגרינדעט די ערשטע חסידישע שול, דארט אין מאנטריאל איז ער געווען שטארק אקטיוו בעת די צווייטע וועלט קריג ווען די בריטישע מאנדאט האט פארמאכט די טויערן פון פאליסטיין איז ער געווען פון די גרויסע שתדלנים וואס האבן טעטיג געארבייט מיט די קאנאדישער רעגירונג אריינצולאזן די אומגליקליכע יודן און דארט מסדר געווען אז די רעגירונג זאל עפענען קעמפס.

ביתו שם במאנטריאל איז געווען פתוח לרווחה, און זיין השפעה אין שטאט איז געווען גרויס. ביי אים אינדערהיים זענען געווען אלע סארטן יודן, צווישן זיי פילע חשובע געסט רבנים אדמורים.

בשנת תשי״ג איז ער ארויף זיך באזעצן אין א״י געהאט זיין הויף אין פילע געגענטער ביז לסוף האט ער אויפגעשטעלט זיין הויף אין די בית וגן געגענט אין ירושלים.

ער איז געווען געשעצט איבעראל אין אלע חצרות האדמורים און ספעציעל איז ער געווען אהוב ונערץ ביי די אדמורים לבית גור, פארוועם ער האט זיך ממש מבטל געווען, פון די אנדערע זייט האבן זיי אים גאר מחשיב געווען און געהאלטן פון אים שטארק.

דער טאלנער רבי איז געווען גאר א אויסבאהאלטענער ער האט געפירט א מהלך החיים גאר פליאה׳דיג, און א ברייטערן שפראך וואלט מען דאס מגדיר געווען אלס היפש מיסטיש...

באופן פשטות וצנועה און א שטארקער ביטול היש
אויסבאהאלטן און א לבוש פון פשטות.
ער האט זייער געגליכן צו זיין במחיצות פון פראסטע פשוטע אידן וואס האבן קיין סך נישט געוויסט, זיי האבן נישטאמאל געוויסט וויאזוי מעריך אים צו זיין, און צומאל האבן זיי פשוט חוזק געמאכט פון אים בפניו, און מיט זיי פלעגט ער שמוסן מיט א ווארימקייט איבער אמונה און תורה שמירת המצות.

א אינטערסאטע הנהגה פון גיין גלות, האט ער געהאט כל ימיו. ער פלעגט זייער פיל ארומפארן אין פארשטיפטע שטעט אין דערפער און אויסזיכן די האלב פארגעסענע אידן פון דארט און זיי מחזק זיין און מקרב זיין לאבינו שבשמים און אריינבלאזן אין זיי א חיות אין אידישקייט נאך זייענדיג און קאנאדא האט ער שוין געהאט דעם הנהגה ווי ער פלעגט פיל ארום רייזן ארום די קליינע שטעט ארום מאנטריאל, און שפעטער די זעלבע שוין זייענדיג אין א״י איז געווען די זעלבע, פארענדיג צו די דערפער פלעגט ער פארן מיט די פובליק טראנזיט מיט איין באגלייטער וואס איז געווענדליך געווען אן אייניקל.
ער פלעגט קיינמאל נישט מעלדן פאראויס אז ער קומט אהין כדי מזאל זיך נישט קענען נאכפרעגן ווער עס איז דער גאסט וואס קומט אזוי אויסצומיידן באזונדערע כבוד.

טראץ וואס ער האט געשטרעבט און געגליכן דאס פשטות און צניעות׳דיג לעבן האט מען אלס געוויסט איבער זיין גרויסקייט און קדושה, אבער נאך פיל מיר איז זיין גרויסקייט ארויף געשווימען אויפן אויבערפלאך שפעטער בימי זקנה גאר שטארק.

עס איז באקאנט דאס ווערטל ״כל הבורח מן הכבוד הכבוד בורח אחריו״ נו שטעלט זיך א קשיא וואס בלייבט צום סוף ווער געווינט? דער תירוץ איז אז אויף די עלטערע יארן ווען מ׳האט שוין נישט קיין כח צו לויפן דאן קומט דער כבוד אן צו אים... אט דאס איז געווען מיטן טאלנער רבין איז אזויפיל יארן געווען א בורח מן הכבוד אנטלויפן פון יעדן צל צילו פון כבוד איז אבער אויף די עלטערע יארן געווען הכבוד משיגו... אין גאנץ ארץ ישראל האט מען געוויסט פון דעם אדם קדוש און זיין נאמען איז געווען באקאנט איבעראל פילע חשובע רבנים אדמורים האבן אים שטארק מעריץ געווען און אים אפגעגעבן גרויס כבוד און זיך אויסגעדריקט גרויסע תוארים אויף אים.

אזוי בימי זקנתו ווען ער האט שוין נישט געקענט באהאלטן זיין גדלות איז דער טאלנער רבי געווען די ״גאס רבי״ פון ירושלים דער ״זקן הצדיקים״ פון אלע קרייזן איז מען געקומען לברך ולהתברך כאפן ברכות וישועות מפיו הק׳

נסתלק לגנזי מרומים ביום ראשון דחנוכה כ״ה כסלו תשנ״ט.

ממלא מקומו באדמורת הוא נכדו החביב האדמו״ר רבי יצחק מנחם וויינבערג שליט״א - מטאלנא, בן חתנו וביתו היחידה הרב ישראל צבי וויינבערג ז״ל (נפטר השנה)

דער טאלנער רבי שליט״א איז וועלט בארימט מיט זיינע געוואלדיגע טיפע שיעורים בתורה ובהשקפה, סיי בפרשת השבוע און סיי על סוגיות הש״ס. ווי ער צונעמט אן ענין כחד בדרא און בכלל א גרויסער אנגענומענער פיגור בעולם השיטות והשקפות.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 7:45 am
דורך רבניש
זיכער איז דא א גרויסער אשכול איבער שושלת טאלנא ורבותיהם בכלליות, ווי עס ווערט אויך דערמאנט נאר א משהו איבער יוחסו של האדמו״ר רבי יוחנן דנן.

אדמו״ר רבי יוחנן מירושלים איז געווען שטארק באוויסט אין אונזערע צייטן איז דאך דא גענוג איבער אים אליינס, איז דער אשכול מיוחד בפרטיות לטאלנא ירושלים.

אדמו״ר מטאלנא ירושלים

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 9:50 pm
דורך רבניש
כי אותך ראיתי צדיק...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 9:57 pm
דורך רבניש
ביי קריאת המגילה ביי אדמו״ר רבי הירש׳לע מקרעטשניף זצ״ל - ווייסט איינער די שייכות איינער מיטן אנדערן, און פארוואס הערט דער טאלנער רבי די מגילה אין קרעטשניף?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 11:46 am
דורך אבן יקרה
דער טאלנער רבי איז נאר בסוף ימיו גערעכנט ווי א רבי. כל ימיו האט ער פון זיך אזוי חויזק געמאכט, אז די וועלט האט דאס ערנסט געקויפט...
ער האט זיך געהאלטן א גערער חסיד, געשטאנען ביי די "שורות" אזוי ווי א פשוטע חסיד.
ערשט בסוף ימיו, בעיקר בחיי הפני מנחם, וואס ממש חרד לכבודו און געמאכט פון איהם א גאנצע טראסק, איז נתפרסם שמו ונודע לתלפיות, אידן האבן געזעהן מופתים גלויים דארט.

אויסער דער טאלנער רבי שליט"א רי"מ ויינבערג שליט"א, וואס פאר די רעביסטווע איז ער געווען ר"מ בישיבת שפת אמת, אויך איז ער געווען פון די גאר נאנטע ביי דער פני מנחם, און פריערט נאך אלס בחור, מויראדיג חביבות געהאט ביי דער בית ישראל פון גער.
ער האט נאך א יורש מ"מ, א אוהר אייניקל, וואס ער אליין האט גערעדט זייער גרויס בשבחו זייענדיג נאך א בחור און האט איהם מייעד געווען למלאות מקומו, ה"ה הרה"צ ר' אמיתי מלכיאל (טברסקי) שליט"א, אייניקל פון חתנו רי"צ ויינבערג ז"ל, שקבע מקום מושבו באשדוד, ונקרא בישראל האדמו"ר מטולנא-אשדוד.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 12:04 pm
דורך רבניש
מלכיאל איז זיין לעצטער נאמען? און וואס איז דער נאמען אמיתי?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 12:14 pm
דורך אבן יקרה
רבניש האט געשריבן:מלכיאל איז זיין לעצטער נאמען? און וואס איז דער נאמען אמיתי?

מלכיאל איז זיין משפחה נאמען. ער האט דאס געטוישט אויף טברסקי.
אמיתי איז די ערשטע נאמען. זיינע עלטערן [און אזוי אויך די יסוד פון זיין זיידע דער איידעם פון דער טאלנער] איז נישט ממש היימיש חסידיש. זיי האבן ערשט שפעטער צוריק געכאפט אויף די אלטע חסידישע וועג.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 12:16 pm
דורך חמרא טבא
והגית בה יומם ולילה

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 12:30 pm
דורך א חסיד
וועגען דעם איז דער רבי געווען שטארק מקושר צו דיא גערע רביס ווייל ער האט געהאלטען פאר א הכרת הטוב פאר דיא בית ישראל וואס האט שטארק מקרב געווען זיין איידעם -פאטער פון היינטיגער רבי- און איהם אביסעל מער צוריק געברענגט צו חסידות

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 1:08 pm
דורך רבניש
אבן יקרה האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:מלכיאל איז זיין לעצטער נאמען? און וואס איז דער נאמען אמיתי?

מלכיאל איז זיין משפחה נאמען. ער האט דאס געטוישט אויף טברסקי.
אמיתי איז די ערשטע נאמען. זיינע עלטערן [און אזוי אויך די יסוד פון זיין זיידע דער איידעם פון דער טאלנער] איז נישט ממש היימיש חסידיש. זיי האבן ערשט שפעטער צוריק געכאפט אויף די אלטע חסידישע וועג.

נישט געווען עפעס מי יודע ווי איר מאכט עס....

פשוט נישט געווען חסידיש! אזעלכע אמעריקאנע עולים.

דער טאלנער רבי שליט״א לייגט עס צומאל בעת׳ן שיעור אראפ מיט באק ציין וויאזוי ער איז פון א בית וגן (דאן די מאדערענע עולים געגענט אין ירושלים אביסל נאך היינט.) מער פון א מאדערענע יונגעלע איז געווארן א חסידיש גורער בחור. וויאזוי דאס דרך החסידות האט אים עפעס אזוי פארצויבערט, און ער האט זיך געבעטן ביי זיין זיידן דעם טאלנער רבין זאל ער אים אריינשטעלן אין די גורער ישיבה.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 1:11 pm
דורך רבניש
די ברודער פונעם טאלנער רבין ז״ל זענען אויך נישט געווען חסידיש אן א בערד, שטארק אמעריקאניש.

ער איז פארבליבן יא חסידיש פון די גאנצע משפחה ווייל ער האט זיך פארעקשנט ארויפצוגיין לערנען פון אמעריקא קיין ארץ ישראל.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 1:17 pm
דורך רבניש
חמרא טבא האט געשריבן:והגית בה יומם ולילה


דער ביים ערשטן בילד אינדערזייט איז אפשר הרה״צ ר׳ לייבל דער ברודער פון טאלנער רבין שליט״א, וואס מקען הערן ביי די שיעורים דעם רבין אויסרימען דעם ברודער אז ער געראט אינעם זיידענס פשטות און באהאלטענקייט וצדקות, און די מעשיות וואס ער פארציילט פונעם זיידן באשטעטיגט ער מיטן ברודער... לייבל..

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 1:25 pm
דורך נחום וואהלינער
חמרא טבא האט געשריבן:והגית בה יומם ולילה

אויף די צווייטע בילד זעהט מען הענגען אויפן וואנט די בילדער פון זיינע זיידעס האחים הק' מטאלנא וראחמיסטריווקא

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 1:26 pm
דורך נחום וואהלינער
רבניש האט געשריבן:ביי קריאת המגילה ביי אדמו״ר רבי הירש׳לע מקרעטשניף זצ״ל - ווייסט איינער די שייכות איינער מיטן אנדערן, און פארוואס הערט דער טאלנער רבי די מגילה אין קרעטשניף?

1. אויף איהם קען מען נישט פרעגן אזעלכע קשיות....

2. אפשר האט ער פארפאסט אין קארלין איז אריבער א גאס קיין קרעטשניף.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 1:30 pm
דורך אבן יקרה
רבניש האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:מלכיאל איז זיין לעצטער נאמען? און וואס איז דער נאמען אמיתי?

מלכיאל איז זיין משפחה נאמען. ער האט דאס געטוישט אויף טברסקי.
אמיתי איז די ערשטע נאמען. זיינע עלטערן [און אזוי אויך די יסוד פון זיין זיידע דער איידעם פון דער טאלנער] איז נישט ממש היימיש חסידיש. זיי האבן ערשט שפעטער צוריק געכאפט אויף די אלטע חסידישע וועג.

נישט געווען עפעס מי יודע ווי איר מאכט עס....

פשוט נישט געווען חסידיש! אזעלכע אמעריקאנע עולים.

דער טאלנער רבי שליט״א לייגט עס צומאל בעת׳ן שיעור אראפ מיט באק ציין וויאזוי ער איז פון א בית וגן (דאן די מאדערענע עולים געגענט אין ירושלים אביסל נאך היינט.) מער פון א מאדערענע יונגעלע איז געווארן א חסידיש גורער בחור. וויאזוי דאס דרך החסידות האט אים עפעס אזוי פארצויבערט, און ער האט זיך געבעטן ביי זיין זיידן דעם טאלנער רבין זאל ער אים אריינשטעלן אין די גורער ישיבה.

איך האב גארנישט געמאכט. פארשטייסט אליין.
דער טאטע פון הרה"צ ר' אמיתי מטולנא אשדוד, הייסט "רם מלכיאל". ודי. דער טאלנער אשדודער רבי, שוין אלס בחור געווען שטארק חסידיש, און שטארק געווייגט ביים עלטער זיידע זצ"ל [דער עלטער זיידע האט גערעד פון איהם גדולות ונצורות ממש בסוף ימיו].
דער טאלנער רבי שליט"א האט געלערנט אלס יונגע בחור פאר ער איז אריין אין גער בכל רמ"ח ושס"ה, אין מזרחי'שע מוסד.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 1:39 pm
דורך רבניש
מימין הרבי מאטלנא זצ״ל - מיט זיין איידעם ר׳ ישראל צבי וויינבערג
דער יונגעל אינדערמיט איז כ״ק אדמו״ר רבי יצחק מנחם וויינבערג שליט״א - מטאלנא

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 1:41 pm
דורך רבניש
איך גלויב אז דאס קינד קוקט אויס צו פרום פאר א מזרחי חיידר....

הגם אינעם הונטערגרינד זעה איך א שלט פון די חיידר, סקוקט אויס מזרחי...

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:20 pm
דורך אבן יקרה
רבניש האט געשריבן:איך גלויב אז דאס קינד קוקט אויס צו פרום פאר א מזרחי חיידר....

הגם אינעם הונטערגרינד זעה איך א שלט פון די חיידר, סקוקט אויס מזרחי...

"נתיב מאיר" עכט מזרחי

מזרחי פון אמאל זענען געווען בעסער פון טייל מאדערנע חרדישע פון היינט, אבער מזרחי איז מזרחי...
אגב, ס'קוקט אויס זיין מסיבת "בר מצוה". אהן קאפעלוטשן'...

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 4:34 pm
דורך נחוניא
רבניש האט געשריבן:מלכיאל איז זיין לעצטער נאמען? און וואס איז דער נאמען אמיתי?

די משפחה נאמען אריגינעל איז "בייגעל".
שפעטער האט ר' אברהם שלמה א זון פון הרב אלימלך בייגעל געטוישט די נאמען אויף "מלכיאל" די אותיות פון זיין פאטער'ס נאמען.
בייגעלייגט די מציבה פון ר' יעקב יצחק בייגעל - פאטער פון הרב אלימלך - מחסידי באבוב בקראקא.
מציבת ר' יעקב יצחק בייגל.jpg
מציבת ר' יעקב יצחק בייגל.jpg (94.09 KiB) געזען 4441 מאל

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 3:55 am
דורך משיח
נחוניא האט געשריבן:די משפחה נאמען אריגינעל איז "בייגעל".

א שייכות מיט משפחת בייגל פון באבוב?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 9:48 am
דורך חמרא טבא
נחוניא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:מלכיאל איז זיין לעצטער נאמען? און וואס איז דער נאמען אמיתי?

די משפחה נאמען אריגינעל איז "בייגעל".
שפעטער האט ר' אברהם שלמה א זון פון הרב אלימלך בייגעל געטוישט די נאמען אויף "מלכיאל" די אותיות פון זיין פאטער'ס נאמען.
בייגעלייגט די מציבה פון ר' יעקב יצחק בייגעל - פאטער פון הרב אלימלך - מחסידי באבוב בקראקא.
מציבת ר' יעקב יצחק בייגל.jpg
משיח האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:די משפחה נאמען אריגינעל איז "בייגעל".

א שייכות מיט משפחת בייגל פון באבוב?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 9:49 am
דורך חמרא טבא
די רבי גייענדיג צו זיין חופה

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 9:51 am
דורך חמרא טבא
מיט גדולי האדמורי"ם בארה"ק

הפני מנחם מגור ורבי מאטעלע מראחמיסטריווקא זצ"ל
IMG_0313.jpg
IMG_0313.jpg (112.89 KiB) געזען 4353 מאל


אדמו"ר מאמשינוב שליט"א
IMG_0314.jpg
IMG_0314.jpg (362.68 KiB) געזען 4353 מאל


אדמו"ר ממאכנובקא שליט"א
IMG_0318.jpg
IMG_0318.jpg (377.33 KiB) געזען 4353 מאל

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 9:52 am
דורך חמרא טבא
רבניש האט געשריבן:די ברודער פונעם טאלנער רבין ז״ל זענען אויך נישט געווען חסידיש אן א בערד, שטארק אמעריקאניש.

ער איז פארבליבן יא חסידיש פון די גאנצע משפחה ווייל ער האט זיך פארעקשנט ארויפצוגיין לערנען פון אמעריקא קיין ארץ ישראל.

די רבי מיט א ברודער

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 10:04 am
דורך אבן יקרה
חמרא טבא האט געשריבן:מיט גדולי האדמורי"ם בארה"ק

הפני מנחם מגור ורבי מאטעלע מראחמיסטריווקא זצ"ל
IMG_0313.jpg


אדמו"ר מאמשינוב שליט"א
IMG_0314.jpg


אדמו"ר ממאכנובקא שליט"א
IMG_0318.jpg

ביי א חתונה בבית נכדו מ"מ אדמו"ר מטאלנא שליט"א, ווערט געזזעהן לצידו פון פנ"מ