שוויצער האט געשריבן:מ"מ האדמו"ר מזוועהיל ארה"ב מספיד
דער בילד קומט ארויף ביי מיר נישט קלאר.
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
שוויצער האט געשריבן:מ"מ האדמו"ר מזוועהיל ארה"ב מספיד
אַבּערוואַס האט געשריבן:ויתן לך האט געשריבן:מען דערציילט, אז די שטוב מענטשן האבן פארן שידוך פון הרב פריזאנט געזאגט פארן קלויזנבורגע רב זצ"ל אז זיין טאטע גייט דאך מיט ווייסע הויזן (ביים ארבעט)
האט ער געזאגט נו, אויב אזוי איז דאך א גוטע שידוך, איך גיי דאך אויך מיט ווייסע הויזן (דאס איז געווען חודש תשרי)
ער איז מורא'דיג ראוי לאותו איצטלא, א מוראדיג רעדנער בדברים היוצאים מן הלב, אבער ער וועט קיין רבי נישט זיין, ער וועט ווייטער גיין אין באנק אליין, און ממשיך זיין מיט זיין פאסטן אלטס מגיד שיעור אין ישיבת שער אפרים, און זיין א איש בין אנשים
אבער עתידות אין חסידות קען מען נישט זאגן
געהערט די מעשה אמאל אביסל אנדערש, אז מ'האט געפרעגט דעם קלויזנבורג'ן רב זצ"ל, היתכן ער נעמט אן איידעם וואס זיין טאטע גייט 'בלויע הויזן' (ארבעטס הויזן), האט ער געענטפערט, איך וועל ענדערש נעמען אן איידעם וואס זיין טאטע איז א פשוט'ע נהנה מיגיע כפיו און גייט בלויע הויזן און דער חתן אליינס איז אבער א ת"ח, ווי איידער נעמען א זון פין עמיצן וואס איז טאקע א חשוב'ער איד א בנש"ק וכדו', אבער דער חתן אליינס וועט עווענטועל אנטון בלויע הויזן... ודפח"ח.
.
שמו האט געשריבן:נחום וואהלינער האט געשריבן:אבן יקרה האט געשריבן:שמו האט געשריבן:די לויה איז געענדיגט
יעצט גייט מען שוין צום הר הזתים
ס'איז געווארן מפורסם, אז וועגן די געשענישן אין מזרח י-ם
וועט מען נישט ערלויבן פארן ציבור מיט גיין צוזאמען מיט די מיטה קיין הר הזיתים נאר די חברה קדישא אין ענגע צאל משפחה
אזוי איז געשטאנען אויף איינע פון די צעטלעך שהובאו לעיל
געזעהן די צעטלעך
אבער למעשה איז געווען צוגעשטעלט א באס, (לא נראה משטרה בכל האופק)
נישט פארגעסן, די אראבער נארמאל שלאפן ביינאכט כידוע
ניק נקי האט געשריבן:כידוע האט דער קלויזענבוירגער גענומען איידימער וואס האבן מסיים געווען ש"ס,
משא"כ ר' שאול יהודא האט נאר געהאט גע'ענדיגט האלב ש"ס, האט די רבי געזאגט אז זיינע מידות האבן משלים געווען,
דער איד איז א גאון אין מידות! איש עניו מאוד! און מלא וגדוש מיט תורה, מוסר, חסידות, און אייביג בשמחה, זעלטן וואס מ'טרעפט אזאנס,
יאריך ימים על מלאכתו.. כ'האף אז די חסידים וועלן אים לאזן אנגיין מיט זיין פשטות'דיגן לעבן..