בלאט 3 פון 6

געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2017 9:41 am
דורך נחוניא
יום זה מכובד האט געשריבן:הרה"ק רבי יצחק בן הרה"ק רבי משה דן מסקווירא.
ער איז געווען די לעצטע רבי וואס האט גאוואוינט אין שטאט סקווירא.
ער איז געווען בזיוו"ר א איידעם פון הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מלאיעוו טשערנאביל זי"ע.
בערוב ימיו געוואוינט (מיט א זיוו"ש) אין תל אביב.
אוועק תשל"ד.

צ"ל הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מלאיעוו זי"ע
די צוזאמשטעל "לאיעוו טשערנאביל" האט לכאורה געמאכט זיין ברודער הרה"ק רבי ברוך בנציון ווען ער איז געקומע קיין אמעריקא.

געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2017 9:49 am
דורך יום זה מכובד
לאיעוו טשערנאביל.png
לאיעוו טשערנאביל.png (285.26 KiB) געזען 6049 מאל
לאיעוו טשערנאביל.png
לאיעוו טשערנאביל.png (16.01 KiB) געזען 6045 מאל

געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2017 10:04 am
דורך א חסיד
סיז דא אסאך איינעקלעך פון רבי יצחקל סקווירא ת"א. דאכט זיך מיר רבי שלמה טברסקי מחסידי סקווירא ב"פ איז זיין אייניקעל

געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2017 10:08 am
דורך יום זה מכובד
ער האט געהאט אסאך ירושות, אבער זיינע קינדער זענען נעבאך...

געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2017 10:10 am
דורך יום זה מכובד
יום זה מכובד האט געשריבן:הרה"ק רבי יצחק בן הרה"ק רבי משה דן מסקווירא.

אוועק תשל"ד.

תיקון טעות. נלב"ע כ"ח אד"א תשל"ח.

געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2017 10:11 am
דורך א חסיד
זיי זענען דיא איינסיגסטע איינעקלעך בא"ב פון ראי"ה סקווירא

געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2017 10:45 am
דורך פרייליכע מענטשעלע
רבי ברוך מלאיעוו אומאן

געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2017 10:47 am
דורך יוסף משה
דא איז אן עקסטער אשכול אויף אים
מ'קען עס אריבער פירען.

געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2017 10:54 am
דורך נחום וואהלינער
א חסיד האט געשריבן:סיז דא אסאך איינעקלעך פון רבי יצחקל סקווירא ת"א. דאכט זיך מיר רבי שלמה טברסקי מחסידי סקווירא ב"פ איז זיין אייניקעל

ריכטיג.

פאר ת"א האט ער געוואוינט אין די ברונקס פאר א שיינע פאר יאר, כ'מיין אז זיין מאמע האט אויך דארט געוואוינט מיט איהם.

געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2017 11:55 am
דורך פרעגער
נחום וואהלינער האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:אינטערעסאנט אנצומערקן אויף די מעשה וואס איך האבן שוין געהערט מבן האדמו"ר זצוק"ל לפני כעשרים שנה. האב איך געפרעגט דעם ראחמסטריווקא רבי'ן אין בארא פארק שליט"א. האט ער מיר מעורר געווען כדברים האלה:
איך האב זיך פארצייכענט פילע מנהגים און נוסחאות התפילה ע"פ פקודת כ"ק מו"ח זצוק"ל (החוברת מונחת כיום אצל רי"ש בירושלים עיה"ק), און אויך איבער פארשידענע מנהגים ומקורם וביניהם דעם מנהג פון הבו לה' וכו' וואס מיר האבן שוין געהאט געהערט יאהרן פריער - נאך אין וויליאמסבורג פון זקני חסידים כדוגמת ר' חיים אייזיק ע"ה און פון האדמו"ר ממאחנובקה זצוק"ל הוא עלה לארה"ק בשנת תשכ"ה, איז וועלכע יארן פריער מיינט איר? אז עס איז נישט געווען קיין סקווירא מנהג. האדמו"ר מסקווירא פלטבוש איז געקומען צום 'ערשטן מאל' צום פעטער אפשר אין שטעטל איז עס געווען די ערשטע מאל אבער נאך אין ברוקלין איז ער זיכער געווען אויף א שבת ביי דעם שוואגער'ס באווארפן בשנת תשי"ט קוים צוויי יאר נאך די ערשטע תושבים האבן זיך אהין געצויגן (וואס דעמאלטס איז ער ווי פארשטענדליך נישט צוגעשיקט געווארן צום עמוד - האדמו"ר מסקווירא פלטבוש התחתן רק בשנת תשכ"ה) און צום 'צווייטן און לעצטן מאל' איז ער געקומען אויף שבת כמעט דאס לעצטע יאהר פון שווער להכניס את בנו בכורו בבריתו של אאע"ה על ברכי דודו כ"ק מו"ח זצוק"ל!

קען זיין אז ער האט גערעדט לכ"ק מו"ח זצוק"ל איבער דעם מנהג אבער קיין חידוש איז עס נישט געווען!!!


שרייבסט אבי אין די וועלט אריין!!!!

פלטבושער רבי איז קיין וויליאמסבורג "קיינמאל" נישט געקומען אויף שבת לא כתבתי וויליאמסבורג ולא כתבתי שבת! א חסיד ווי זיין ברודער איז ער טאקע נישט געווען אבער דא מיינט נישט אז ער איז נישט געווען באזוכן (ואכמ"ל למען כבודו) איזה כבוד? אז ער האלט נישט ווי א צווייטער?!
בשנת תשי"ט איז די מעשה נישט געווען ווייל ער איז דעמאלטס "נאך" געווען א בחור - ממילא אפילו לויט די השערה איז די מעשה הערשט געווען אום תשכ"ז!
ממילא אפי' ע"פ ההשערה איז דאס שוין געווען 2 יאהר נאכ'ן מאחנובקער'ס ארויף קומען קיין ארץ ישראל, און ווי באוואוסט האט ער תיכף נאכ'ן ארויס קומען פון רוסלאנד זיך אינטערעסירט אויף 'אלע' הנהגות פונעם שוועסטער קינד אין סקווירא הרה"ק מסקווירא התעניין אודותיו ועל השבת הראשונה בירושלים, והוא היה מי שהגיב וכו' - און אויף פיל פון זיי מגיב געווען און אפילו זיך געדינגען דערויף אדער גאר געטוישט זיין הנהגה אויף געוויסע זאכן גארנישט געטוישט! ואכמ"ל זיי טאקע נישט מאריך מיט וואס די ווייסט נישט.


אזוי ווי דו ווילסט מיר פיהרן אז איך זאל ח"ו שרייבן זאכן שלא לפי כבודו פונעם בעל האשכול ממילא איז דאס מיין לעצטע תגובה אין דעם אשכול אי"ה:

דוגמא אחד מני כמה (יש לי כמה וכמה ששמעתי כלי ראשון מבני ביתו של הרה"ק ממאחנובקה) הרה"ק ממאחנובקה לקח רק ג' הדסים בשנתיים הראשונות להגיעו לארה"ק ואח"כ אמר ש'נזכר' אז אינדערהיים כן לקחו ט' הדסים כמו שנוהגים בסקווירא ושינה מנהגו לט' הדסים. על אף שאמר מקודם שזהו אינו מנהג סקווירא......

געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2017 10:43 pm
דורך נאות דשא
היום - ג' אב - חל הילולת הרה"ק רבי יצחק מסקווירא בהרה"ק רבי מרדכי בהרה"ק רבי דוד מסקווירא זיע"א
די טאטע פון דער ראש האשכול הרה״ק רבי מרדכי מסקווירא זצ״ל פון פלעטבוש

געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2017 10:50 pm
דורך נאות דשא
לויט וואו איך האב פריער געהערט פון א חבר האט דער רבי יצחק מסקווירא געהאט אסאך חסידים נאך פון סקווירא אין דער היים דא אין אמעריקע פארן קריג. חסידים וואס זענען נאך געווען ביי זיין זיידע רבי דוד מסקווירא.
איז דאס א באקאנטע זאך?

געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2017 11:03 pm
דורך נחום וואהלינער
שמעתי מנכדו הקרוי על שמו - כ"ק הרה"צ מסקווירא פלטבוש שליט"א שהבעל שחרית אצל זקינו היה הרה"ח ר' פינחס קאלקער שעוד הסתופף בצ"ק אבי זקינו הרה"ק רבי יצחק מסקווירא זיע"א.

חסידים פון זיין זיידע הרה"ק רבי דוד איז לאו דווקא אזא גרויסע חידוש, ער איז דאך גלייך געווארן רבי ממילא איז נישט קיין חילוק אין די יארן.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2017 7:22 am
דורך נחוניא
נחום וואהלינער האט געשריבן:שמעתי מנכדו הקרוי על שמו - כ"ק הרה"צ מסקווירא פלטבוש שליט"א שהבעל שחרית אצל זקינו היה הרה"ח ר' פינחס קאלקער שעוד הסתופף בצ"ק אבי זקינו הרה"ק רבי יצחק מסקווירא זיע"א.

קאלקער זה מסתמא רק כינוי. מה היה שם המשפחה?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2017 6:56 pm
דורך נחום וואהלינער
נחוניא האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:שמעתי מנכדו הקרוי על שמו - כ"ק הרה"צ מסקווירא פלטבוש שליט"א שהבעל שחרית אצל זקינו היה הרה"ח ר' פינחס קאלקער שעוד הסתופף בצ"ק אבי זקינו הרה"ק רבי יצחק מסקווירא זיע"א.

קאלקער זה מסתמא רק כינוי. מה היה שם המשפחה?

לא יודע.
מסתמא עיר מוצאו היתה קאלק ולכן קראו אותו כן, שמעתי הסיפור בעת שאדמו"ר מראחמיסטריווקא מארה"ק שליט"א ביקר אצלו.
בל"נ אברר אם הם יודעים את שמו.

געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2017 1:04 pm
דורך משה צימערינג
נישט ״פאטי״ האט ער געהייסן?

געשריבן: זונטאג יולי 30, 2017 1:53 pm
דורך בן בוזי
אחר הדברים האלה, וויל איך שרייבן כמה הערות.

בנוגע די פאראינטערעסירונג פון כ"ק אדמו"ר הרה"צ מראחמסטריווקא שליט"א אין מנהגי חותנו איז נישטא דערין קיין ספק. עכ"כ אז דאס איז געווען פארשריבן אויף אן אופן מוכן לדפוס, ווי דערמאנט אז ס'ליגן די כתבים ביי א' מאנ"ש אין ירושלים עיה"ק (וועמענס נאמען ווייזט אויס דארף געהאלטן ווערן אין געהיימניס).

וועגן די אמירת מזמור הבו וגו' חזן וקהל, פארשטיי איך נישט מה כל הרעש. ס'איז משמע כאילו עס איז עפעס אן אויסטערלישער אנדעקונג. די סיפור איז באקאנט פאר יודעי דבר. איך האב עס געהערט פון איינע פון די זקני החסידים לאוי"ט ר' יודא משה ראם. לויט ווי ער האט עס געדענקט איז דאס טאקע געווען אום תשכ"ז ביי די ברית פון בנו בכורו הרה"צ שליט"א. ער דערציילט אז בעת דער עולם האט געווארט אויפן חזן צו זאגן דעם מזמור חזן וקהל איז דער משמש רבי ישעי' ע"ה צוגעגאנגען צום בעל תפלה און איהם אויפמערקזאם געמאכט אבער ער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, נאכן דאווענען האט ער איהם געפרעגט פשט האט ער געזאגט אז ס'איז נישט קיין סקווירער מנהג. איז ער אריין צום רבי'ן ז"ל און טאקע קאנפערמירט אז ס'איז נישט.

יוסף משה האט געשריבן:אין סקווער איז בכלל נישט דא קיין ענין זיך צו האלטן דוקא מיט סקווירא מנהגים, נאר אויב משום איזה סיבה האט מען שוין געטון א געוויסע מנהג, איז עס שוין געבליבן א קביעות. ועד"ז הם רבים ממנהגי סקווירא הנהוגים כיום, ואכמ"ל.

ס'איז נאר אינטערעסאנט פארוואס דער פלעטבושער רבי האט זיך אזוי פאר'עקש'נט דוקא יא אנצי-לערנען א לעקציע אין סקווירא מנהגים, וצע"ג.

בנוגע דער בעל תפלה בחצר סקווירא ב"פ
אין א שמועס וואס איז געווען געדרוקט אינעם גליון בחצה"ק (שיכון סקווירא) מיט עטליכע יאהר צוריק האט דער סקווירער רבי פון בארא פארק שליט"א גערעדט וועגן פארשידענע בעלי תפילות וואס האבן געדאוונט ביי זיי אין הויף. וואלט געווען כדאי אז עמיצער זאל עס ביטע אפיר ברענגען.

אויך וועגן פאַטי, וואלט איך געוואלט וויסן מער פרטים, דהיינו לויט ווי איך געדענק האט ער געהייסן בארנשטיין. צו ווייסט מען אויב פאטיל איז געווען א כינוי צו נישט ד.ה. אז ער האט אפיציעלע געהאט אן אנדער נאמען. אין ספר הרי בשמים איז אויסגערעכנט צווישן די פרענומעראנטן פונעם שטאט חמעלניק א איד מיטן נאמען "פייטיל בערשטיין", איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן אויב דאס איז ער. און צו מ'ווייסט וועלכעס יאהר ער איז נפטר געווארן.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:08 pm
דורך טייבעלע
געטראפן צווישן די ארכיוון.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:14 pm
דורך טייבעלע
און דאס.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 12:14 pm
דורך dovidal
דער רבי האט א שוואגער דער בוקארעסטער רבי שליט"א א חשובער יוד

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:03 pm
דורך נחום וואהלינער
נחום וואהלינער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:שמעתי מנכדו הקרוי על שמו - כ"ק הרה"צ מסקווירא פלטבוש שליט"א שהבעל שחרית אצל זקינו היה הרה"ח ר' פינחס קאלקער שעוד הסתופף בצ"ק אבי זקינו הרה"ק רבי יצחק מסקווירא זיע"א.

קאלקער זה מסתמא רק כינוי. מה היה שם המשפחה?

לא יודע.
מסתמא עיר מוצאו היתה קאלק ולכן קראו אותו כן, שמעתי הסיפור בעת שאדמו"ר מראחמיסטריווקא מארה"ק שליט"א ביקר אצלו.
בל"נ אברר אם הם יודעים את שמו.


ביררתי אצל כ"ק הרה"צ מסקווירא ב"פ שליט"א ואמר שאינו יודע הרבה אודות האי גברא רבא וחסידא, הוא אמר ששמע אביו הק' זיע"א היה מדבר ממנו אבל משום מה לא הספיק לשאול אודתו.

נשאר בחצר קדשם מנהג מר' פינחס: שהיה רגיל לשיר בקידושא רבא דשמחת תורה פיוט קדוש וכו' משחרית דיוה"ק בהתרוממות מרובה, ואדמו"ר הרה"ק רבי דוד'ל ויבלחט"א בנו מ"מ משוררים הפיוט בשמח"ת.

געשריבן: דינסטאג יולי 10, 2018 9:23 am
דורך יענקל פאטאש
היינט איז דער יאהרצייט.
מקום מנוחת קדשו אין דער מאנסי ביה"ח, (וואס איז גלייך נעבען ביה"ח וויזניץ)

Brick Church Rd off RT. 306
Spring Valley, NY 10977

געשריבן: דינסטאג יולי 10, 2018 12:43 pm
דורך ארון_ליב
איז דא א קלארע בילד פון דער סקווירא פלעטבושער רבי?
און פון דער היינטיגער רבי?

געשריבן: דינסטאג יולי 10, 2018 1:01 pm
דורך חמרא טבא
דארף צו זיין ערגעץ אין די ארכיוון אין יוראפ

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 9:25 am
דורך יענקל פאטאש
קול הציבור