רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 4:08 pm

רבי שאול ליטשיקער זצ"ל נולד בשנת תקנ"ד בעיר אוהעל לאביו הגאון רבי אברהם שלמה גרינפעלד זצ"ל "המכונה זאלי אשר הי' ראב״ד באוהעל בימי הגה״ק בעל ישמח משה" (לשון נכדו בתולדות המחבר בספרו מגן שאול), ולאמו הרבנית שרה ליפשא ע"ה בת רבי יהושע העשיל זצ"ל בן רבי בנימין זאב זצ"ל בן רבי יהודא ליב זצ"ל בן הרה"ק רבי ר' העשיל מקראקא זצ"ל,

איך בין נישט צופיל באקאנט מיט די תולדות און פרטים פון רבי שאול, אבער איך האב אנגענומען די כיבוד צו גיין פתיחה, און בליקענדיג אין די פאר-בלעטער אנהייב ספר מגן שאול, זעט מען אביסל פון זיין גרויסקייט און חשיבות, עיין שם ותמצא נחת.

רבי שאול געווען א תלמיד מובהק פונעם ישמח משה זצ"ל וואס האט אים זייער מחבב געווען אלס זיין גדלות בתורה,
ער שרייבט אויף אים: "לידע ולהודיע ולהודע שה"ה תלמידי הרבני המופלג בתורה וביראה החרוץ ושנון הבקי בגמ' ופוסקים מו"ה שאול יחזקאל נ"י לולי שגדרתי בעדי שלא ליתן הורמנא לשום אדם לדון ולהורות ולא אוכל לצאת מגדרי הייתי נותן לו בודאי הורמנא כי ידעתי כי הוא למדן מובהק ומופלג באמת ובעל שכל צח ומתמיד גדול ושוקד תמיד על התורה ועל העבודה הוגה בתורת ה' יומם ולילה בגמ' ופוסקים והוא בעל ישוב הדעת מתון ומסיק ואיש אשר כל אלה לו ודאי ראוי להוראה והגיע להוראה...".

אויך איז ער געווען א תלמיד פונעם חתם סופר זצ"ל, וואס שרייבט אויף אים "תלמידי החרוץ המופלא מו"ה שואל נ"י".

נפטר בי"ד אדר תר"ט ונטמן במיכאלאווצע/מיהאלעוויץ,

אום שנת תרל"א האט זיין אייניקל ארויסגעגעבן א קליין חלק פון זיינע חידושים אינעם ספר "מגן שאול", אבער רוב פון זיינע חידושים זענען ליידער פארלוירן געגאנגן.

* * *

ביי וועם איז רבי שאול געווען אן איידעם?
ווער זענען געווען זיינע קינדער?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 4:13 pm

א בילד פון די מציבה,
גענומען פון אן אנדערן אשכול

P5230501.JPG
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

מוציא לאור
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 2:49 pm

תגובהדורך מוציא לאור » זונטאג דעצמבער 11, 2016 6:32 am

האסט מיר אויסגעכאפט

איך האב געוואלט עפענען אן אשכול צו מברר זיין אויב ר' שאול ליטשיקער איז געעוען אן אייניקל פון בעש"ט הק' מצד אשתו

לעצטנס איז אריבער א שמועה אין משפחה אז מען האט אויסגעטראפן אין די פאפירן אז ר' שאול ליטשיקער'ס רעבעצן איז געווען אן אייניקל פון הייליגן בעש"ט, איך בין דאס נאכגעגאנגען אין ספה"ק און צאמגעשטעלט א פאר ספרים און עס שטימט.
די שאלה איז נאר פארוואס איז דאס נישט געווען באוואוסט אין משפחה

****

ר' שאול אז געווען אן איידעם ביי ר' צבי הירש זאוועטקער

זיינע קינדער זענען געווען
ר' מאיר יעקב
ר' יצחק
געבט א כתב יד - און באקומט א ספר

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג דעצמבער 11, 2016 6:46 am

הרב מוציא לאור, אויב כאפ איך וואס דא גייט פאר איז רבי שאול ליטשיקערס שווער, ר' צבי הירש זאווידקער, אויך די שווער פון ר' אברהם עביר ראזענבערג מזאווידקא, וואס דאן גייט דאס אריין אינעם אלטן טענה'ריי אויב די ראזענבערג משפחה זענען אייניקלעך פונעם בעש"ט.

מוציא לאור
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 2:49 pm

תגובהדורך מוציא לאור » זונטאג דעצמבער 11, 2016 6:50 am

טריסקער האט געשריבן:הרב מוציא לאור, אויב כאפ איך וואס דא גייט פאר איז רבי שאול ליטשיקערס שווער, ר' צבי הירש זאווידקער, אויך די שווער פון ר' אברהם עביר ראזענבערג מזאווידקא, וואס דאן גייט דאס אריין אינעם אלטן טענה'ריי אויב די ראזענבערג משפחה זענען אייניקלעך פונעם בעש"ט.



אין הכי נמי

די שאלה איז טאקע אז חוץ פון דעם וואס איז נישט געווען באוואסט אין משפחה שטימט עס לכאורה
געבט א כתב יד - און באקומט א ספר

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג דעצמבער 11, 2016 7:21 am

מוציא לאור האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:הרב מוציא לאור, אויב כאפ איך וואס דא גייט פאר איז רבי שאול ליטשיקערס שווער, ר' צבי הירש זאווידקער, אויך די שווער פון ר' אברהם עביר ראזענבערג מזאווידקא, וואס דאן גייט דאס אריין אינעם אלטן טענה'ריי אויב די ראזענבערג משפחה זענען אייניקלעך פונעם בעש"ט.



אין הכי נמי

די שאלה איז טאקע אז חוץ פון דעם וואס איז נישט געווען באוואסט אין משפחה שטימט עס לכאורה

מ'האט שוין דורכגעטוהן דעם נושא דא אויפן וועלטל:
פון דא און ווייטער, דערנאך איז דאס ממשיך פון דא און ווייטער.

גלות אמעריקא
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 6:02 pm

תגובהדורך גלות אמעריקא » זונטאג דעצמבער 11, 2016 11:50 am

די שמועה איז לכאורה נישט ריכטיג. דאס איז עפעס וואס די אייניקלעך פון ר' שאול וואלטן זיכער געוואוסט און געשריבן אין זיין ספר. דערווייל שרייבט מען נאר דער פאקט אז זיין מאמע איז געווען אן אייניקל פון רבי ר' העשיל פון קראקא

האלב וויליאמסבורג און פערטל בארא פארק זענען זיינע אייניקלעך.

גלות אמעריקא
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 6:02 pm

תגובהדורך גלות אמעריקא » זונטאג דעצמבער 11, 2016 11:54 am

ביז היינט האט מען קיינמאל נישט געוואוסט צופיל איבער ר' שאול'ס פאטער ומשפחתו. עס איז בכלל נישט באקאנט קיין ראב"ד אין אוהעל בימי הישמח משה מיטן נאמען ר' אברהם שלמה.

אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 5:53 am

תגובהדורך אלטן דור » זונטאג דעצמבער 11, 2016 12:07 pm

בילד וואס איך האב גענומען ווען איך דארט געווען לעצטע זומער
צוגעלייגטע
IMG_3690.JPG
IMG_3688.JPG

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » זונטאג דעצמבער 11, 2016 12:25 pm

גלות אמעריקא האט געשריבן:עס איז בכלל נישט באקאנט קיין ראב"ד אין אוהעל בימי הישמח משה מיטן נאמען ר' אברהם שלמה.

דאס איז מיר טאקע אינטערעסאנט,
אבער אזוי שטייט אין די ספר, נישט קיין הייטיגע זאך.

אויך אופן מציבה שטייט אזוי,
[איז די מציבה נאכגעשריבן אן אלטע נוסח? אדער סתם א נייע זאך?]
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג דעצמבער 11, 2016 1:01 pm

ר' שאול יחזקאל האט געהאט א גרויס משפחה, אויף ג'עני ווערט אויסגערעכנט אסאך קינדער.
ס'דארף צו זיין טויזנטער אפשטאמיגע פון אים.
ווער קען מאכן סדר מיט די גרינפעלדס
איך האב אמאל געהערט אז דוד ליב גרינפעלד פון משמרת סתם האט אסך ידיעות איבער די משפחה

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג דעצמבער 11, 2016 1:07 pm

פארהאן היינט צוטאגס אן אדמו"ר מליטשיק, הרב אברהם אריה בערנשטיין שליט"א, וואוינט אין ירושלים עיה"ק (אן איידעם ביים 'גדולת מרדכי' מספינקא ירושלים זצ"ל), וסדר יחוסו כך:

רבי אברהם אריה בערנשטיין שליט"א מליטשיק
בן ר' שמואל מנחם מענדל בערנשטיין
בן ר' פנחס ברוך בערנשטיין = זוגתו מרת רחל
חתן/בת ר' שאול יחזקאל גרינפעלד
בן ר' מאיר יעקב גרינפעלד
בן רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק בעל 'מגן שאול'

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1482
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » זונטאג דעצמבער 11, 2016 1:17 pm

טריסקער האט געשריבן:פארהאן היינט צוטאגס אן אדמו"ר מליטשיק, הרב אברהם אריה בערנשטיין שליט"א, וואוינט אין ירושלים עיה"ק (אן איידעם ביים 'גדולת מרדכי' מספינקא ירושלים זצ"ל), וסדר יחוסו כך:

רבי אברהם אריה בערנשטיין שליט"א מליטשיק
בן ר' שמואל מנחם מענדל בערנשטיין
בן ר' פנחס ברוך בערנשטיין = זוגתו מרת רחל
חתן/בת ר' שאול יחזקאל גרינפעלד
בן ר' מאיר יעקב גרינפעלד
בן רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק בעל 'מגן שאול'

דער ר' שמואל מנחם מענדל בערנשטיין ז"ל האט שוין אויך געהאט א ביהמ"ד אין ירושלים (פינת ישא ברכה/יואל) און זיך גערפין ליטשיק.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » זונטאג דעצמבער 11, 2016 2:29 pm

אינטערעסאנט, אויף גוגל קומט כמעט נישט ארויף קיין שום אינפארמאציע איבער משפחת גרינפעלד ושלשלת ליטשיק. אפילו א וויקפידיע בלאט איז נישטא.

איך ברענג אהער די אינפערמאציע פון ג'עני, הגם מ'קען זיך בכלל נישט פארלאזן אויף דעם, אבער פיל מאל פירט עס צו צו נייע מקורות וכדומה, דעריבער ווער ס'האט עפעס אינפערמאציע זאל ביטע מיטטיילן,

שטייט דארט אזוי:

רבי שאול יחזקאל האט געהאט צוויי רעבעצינס,
בזיווג ראשון הרבנית מלכה בת רבי צבי הירש זיאדגער הנ"ל,
בזיווג שני הרבנית ריזל שפירא, (האט זי געהייסן שפירא אלס מיידל? אדער איז איר ערשטע מאן געווען א שפירא?)

פונעם ערשטן זיווג האט ער געהאט 4 קינדער:
* ר' דוד לייב גרינפעלד
* ר' מאיר יעקב גרינפעלד (זיין אייניקל האט איבערגעדריקט די ספר אמרי שאול)
* ר' יצחק גרינפעלד (זעה אויבן א בילד פון זיין מציבה, נפטר בדמי ימיו כ"ה שבט תרי"א)
* ר' נח גרינפעלד

בזיווג שני שטייט דארט 2 קינדער מיט די משפחה נאמען שפירא, ממילא ווייס איך נישט אויב דאס זענען קינדער פון רבי שאול מזיווג שני, אדער דאס זענען אירע קינדער פון אן אנדערען זיווג:
* ר' משה שפירא
* סאשא שפירא וואס האט חתונה געהאט מיט איינעם שאו (Shue)

אויף ג'עני האבן זיי אלע פארצווייגטע משפחות מיט קינדער און אייניקלעך, און אסאך דערפון איז היימישע נעמען,
(און רוב סחורה דארט זענען ארויפגעלייגט געווארן דורך היימישע),
ממילא דארף לכאורה צו זיין צווישן אונז אסאך אינפערמאציע.

ווער קען מאכן סדר?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » זונטאג דעצמבער 11, 2016 2:40 pm

משיח האט געשריבן:רבי שאול ליטשיקער זצ"ל נולד בשנת תקנ"ד בעיר אוהעל לאביו הגאון רבי אברהם שלמה גרינפעלד זצ"ל "המכונה זאלי אשר הי' ראב״ד באוהעל בימי הגה״ק בעל ישמח משה" (לשון נכדו בתולדות המחבר בספרו מגן שאול)


גלות אמעריקא האט געשריבן:ביז היינט האט מען קיינמאל נישט געוואוסט צופיל איבער ר' שאול'ס פאטער ומשפחתו. עס איז בכלל נישט באקאנט קיין ראב"ד אין אוהעל בימי הישמח משה מיטן נאמען ר' אברהם שלמה.



יעצט זעה איך אויף ג'עני, אז רבי אברהם שלמה'ס פאטער איז געווען "רבי יושע העשיל גרינפעלד - ראב"ד אוהעל",
האט איינער אמאל געהערט פון אזא זאך?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » זונטאג דעצמבער 11, 2016 2:59 pm

משיח האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:רבי שאול ליטשיקער זצ"ל נולד בשנת תקנ"ד בעיר אוהעל לאביו הגאון רבי אברהם שלמה גרינפעלד זצ"ל "המכונה זאלי אשר הי' ראב״ד באוהעל בימי הגה״ק בעל ישמח משה" (לשון נכדו בתולדות המחבר בספרו מגן שאול)


גלות אמעריקא האט געשריבן:ביז היינט האט מען קיינמאל נישט געוואוסט צופיל איבער ר' שאול'ס פאטער ומשפחתו. עס איז בכלל נישט באקאנט קיין ראב"ד אין אוהעל בימי הישמח משה מיטן נאמען ר' אברהם שלמה.



יעצט זעה איך אויף ג'עני, אז רבי אברהם שלמה'ס פאטער איז געווען "רבי יושע העשיל גרינפעלד - ראב"ד אוהעל",
האט איינער אמאל געהערט פון אזא זאך?


יא יא, ס׳איז דא וואס זאגן אז הרב אברהם שלמה איז נישט געווען ראב״ד נאר זיין טאטע, און ער איז געווען א דיין, אבער די פערלשטיין משפחה האבן עפעס מקובל אז די מגן שאול׳ס טאטע איז אויך געווען ראב״ד אוהעל,
וועגן די נוסח המצבה איז טאקע א גוטע שאלה איך וועל בל״נ פראבירן געוואר ציווערן

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » זונטאג דעצמבער 11, 2016 5:18 pm

ר' יעקב גרינפעלד ע"ה וואס ליגט אינעם זעלבן געגנט אין ביה"ח אין מיהאלאוויץ איז אויך פון דעי משפחה?
זה הקטן גדול יהי'

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » זונטאג דעצמבער 11, 2016 6:17 pm

אשכול על ר' ברוך גרינפעלד
viewtopic.php?t=17769#p282668

וראה גם כאן
viewtopic.php?p=781967#p781967

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג יוני 19, 2017 5:41 pm

אין באסטאן-סאפאלק מאסאטשוסעטס האט געוואוינט א רב א בעל הדרת פנים מיטן נאמען ר' מאיר יעקב גרינפעלד. אין לויף פון די יאהרן תרפ"ג-ת"ש איז ער געקומען און געגאנגען, אבער בהמשך האט ער זיך באזעצט דאהי און פארנומען א רבנות פאסטן. לויט די שריפטן איז ער געבוירן אום תרנ"ה אין מיהאלעוויץ, און געהייראט מיט א פרוי מרת שיינדיל אין ארה"ק.

צו ר' דוד לייב גרינפעלד ב"ר מאיר יעקב בן המגן שאול איז געווען א זוהן מיטן נאמען מאיר יעקב וועלכע האט חתונה געהאט מיט מרת שיינדיל די טאכטער פון זיין פעטער ר' ישראל גרינפעלד ממונקאטש.

איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן צו היינו הך. איז באקאנט צו דער ר' ישראל האט טאקע געוואוינט אין ארה"ק?
צוגעלייגטע
myg.JPG
myg.JPG (34.79 KiB) געזעהן 3350 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

joegreen
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 25, 2012 12:01 pm

תגובהדורך joegreen » דינסטאג יוני 20, 2017 1:29 am

בן בוזי האט געשריבן:אין באסטאן-סאפאלק מאסאטשוסעטס האט געוואוינט א רב א בעל הדרת פנים מיטן נאמען ר' מאיר יעקב גרינפעלד. אין לויף פון די יאהרן תרפ"ג-ת"ש איז ער געקומען און געגאנגען, אבער בהמשך האט ער זיך באזעצט דאהי און פארנומען א רבנות פאסטן. לויט די שריפטן איז ער געבוירן אום תרנ"ה אין מיהאלעוויץ, און געהייראט מיט א פרוי מרת שיינדיל אין ארה"ק.

צו ר' דוד לייב גרינפעלד ב"ר מאיר יעקב בן המגן שאול איז געווען א זוהן מיטן נאמען מאיר יעקב וועלכע האט חתונה געהאט מיט מרת שיינדיל די טאכטער פון זיין פעטער ר' ישראל גרינפעלד ממונקאטש.

איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן צו היינו הך. איז באקאנט צו דער ר' ישראל האט טאקע געוואוינט אין ארה"ק?




לכאורה איז ער בן ר יצחק ב״ר אברהם שלמה ב״ר יצחק בן המגן שאול. וואס איז ארויף קיין א״י מיט זיין זיידע ר׳ אברהם שלמה בשנת תרס״ז ביי די 12 יאר, ער פלעגט קימען קיין נ״י נאך געלט, האט געהאט א ישיבה מיט א כולל אין ירושלים ״מגן שאול״ נפטר שש״פ שנת תשנ״ד בן מאה ומנו״כ בהר המנוחות

ר מאיר יעקב איז געווען א פעטער אחי אביו של ר אברהם שלמה פין העיווארד סט. אביו של ר דוד לייב ע״ה פין ק״י

אויב איר האט צייט ביטע ברענג מער אינפא אויף די רבנות פאסטען דאהי - די משפחה ווייסט נישט דער פין

joegreen
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 25, 2012 12:01 pm

תגובהדורך joegreen » דינסטאג יוני 20, 2017 10:36 am

בן בוזי האט געשריבן:
צו ר' דוד לייב גרינפעלד ב"ר מאיר יעקב בן המגן שאול איז געווען א זוהן מיטן נאמען מאיר יעקב וועלכע האט חתונה געהאט מיט מרת שיינדיל די טאכטער פון זיין פעטער ר' ישראל גרינפעלד ממונקאטש.

איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן צו היינו הך. איז באקאנט צו דער ר' ישראל האט טאקע געוואוינט אין ארה"ק?


זיכער נישט!

ר׳ ישראל הנ״ל ב״ר מאיר יעקב בן המגן שאול נפטר בשנת תר״ץ ומנו״כ אין מונקאטש איז נישט געווען אין ארה״ק

אזוי אויכט זיין טאכטער מרת שינדל ובעלה ר׳ מאיר יעקב ב״ר דוד לייב (מברעזנא) ב״ר מאיר יעקב בן המגן שאול האבען געווינעט אין מונקאטש ונספו בשבעות תש״ד הי״ד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יוני 20, 2017 11:51 am

אט איז זיין בירגערשאפט שריפטן, ווי ס'איז דא היבש דעטאלירטע אינפארמאציע. און די מלחמה דרעפט קארטל ווי ער איז אנגעבליך די רב פון א שוהל אויפן אדרעס 99 טשעמבערס סטריט, אין באסטאן. אויף יענעם אדרעס האט זיך געפונען בהכ"נ תפארת ישראל. דער שוהל איז געגרינדעט געווארן אום תרנ"ג, אום תרפ"ג האבן זיי זיך פאראייניגט מיט די לינת הצדק און אנשי רוסיא נוסח ספרד און אום תשי"ח האבן זיי זיך ווידער פאראייניגט מיט די אנשי ווילנא שוהל.
צוגעלייגטע
2wwii_2246523-3995.jpg
2wwii_2246523-3995.jpg (130.61 KiB) געזעהן 3248 מאל
007777201_01293 (1).jpg
007777201_01293 (1).jpg (182.5 KiB) געזעהן 3248 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 20, 2017 12:02 pm

ואם במשפחת גרינפעלד - ליטשיק עסקינן, איז ר' אברהם חיים גרינפעלד מתלמידי הקדושת יו"ט געווען א ליטשיקער אייניקל?

הנה פרטים קצרים על בנו ר' יעקב אב"ד גיסינג:
viewtopic.php?p=1467233#p1467233

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21562
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 20, 2017 12:58 pm

joegreen האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:אין באסטאן-סאפאלק מאסאטשוסעטס האט געוואוינט א רב א בעל הדרת פנים מיטן נאמען ר' מאיר יעקב גרינפעלד. אין לויף פון די יאהרן תרפ"ג-ת"ש איז ער געקומען און געגאנגען, אבער בהמשך האט ער זיך באזעצט דאהי און פארנומען א רבנות פאסטן. לויט די שריפטן איז ער געבוירן אום תרנ"ה אין מיהאלעוויץ, און געהייראט מיט א פרוי מרת שיינדיל אין ארה"ק.

צו ר' דוד לייב גרינפעלד ב"ר מאיר יעקב בן המגן שאול איז געווען א זוהן מיטן נאמען מאיר יעקב וועלכע האט חתונה געהאט מיט מרת שיינדיל די טאכטער פון זיין פעטער ר' ישראל גרינפעלד ממונקאטש.

איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן צו היינו הך. איז באקאנט צו דער ר' ישראל האט טאקע געוואוינט אין ארה"ק?




לכאורה איז ער בן ר יצחק ב״ר אברהם שלמה ב״ר יצחק בן המגן שאול. וואס איז ארויף קיין א״י מיט זיין זיידע ר׳ אברהם שלמה בשנת תרס״ז ביי די 12 יאר, ער פלעגט קימען קיין נ״י נאך געלט, האט געהאט א ישיבה מיט א כולל אין ירושלים ״מגן שאול״ נפטר שש״פ שנת תשנ״ד בן מאה ומנו״כ בהר המנוחות

ר מאיר יעקב איז געווען א פעטער אחי אביו של ר אברהם שלמה פין העיווארד סט. אביו של ר דוד לייב ע״ה פין ק״י

אויב איר האט צייט ביטע ברענג מער אינפא אויף די רבנות פאסטען דאהי - די משפחה ווייסט נישט דער פין

און ווער איז דער ר' שאול יחזקאל ב"ר אברהם שלמה? זיין פעטער?

DSC_0017 (1).jpeg
DSC_0017 (1).jpeg (111.73 KiB) געזעהן 3215 מאל


אין מאונט ציון סעמעטערי
GREENFIELD, SOLOMON
Society GEMELIS CHES
Path MRL
Gate 15
Row
Grave
Map 697
Section
Block
Lot
Burial 3/1/1918
Close Window
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

שיח יצחק
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 4:07 pm

רבי שאול יחזקאל גרינפעלד נליטשיק זצ''ל-מח''ס מגן שאול

תגובהדורך שיח יצחק » דינסטאג יוני 20, 2017 2:05 pm

עס איז דא א ספר מגן בית שאול פון ר' דוד לייב גרינפעד שליט''א יו''ר משמרת סת''ם די גאנצע משפחה דער ר' שאול יחזקאל ע''ה איז געווען א ברידער פון קאשוי רב ז''ל שווער


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט