רבי יוזפא פריעדלאנדער מליסקא זצ"ל - כ"ח שבט תשל"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

רבי יוזפא פריעדלאנדער מליסקא זצ"ל - כ"ח שבט תשל"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

דער ליסקער רבי הגה"ק רבי יוזפא זצ''ל איז געבורין שבת הגדול שנת תרע''ח, און איז נתגדל ונתחנך געווארן דורך זיין גרויסן פאטער הגה"ק רבי צבי הירש זצוק"ל הי"ד, באקאנט אלץ דער 'שערי הישר', בן הגה"ק בעל טל חיים מליסקא זי"ע מלא מקומו של חותנו הגדול הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע בעל ספה"ק אך פרי תבואה עה"ת, וספה"ק הישר והטוב על מועדים וסוגיות הש"ס.

דער ליסקא רבי איז נסמך געווארן להוראה דורך הגאונים הצדיקים: רבי דוד דוב מייזליש מאוהעל זצ''ל, רבי שלום ווידער מנירעדהאז זצ''ל, און רבי יחיאל מיכל פריעד מאויווארש זצ''ל, אבער צוליב זיינע יונגע יארן האבען זיי געווארט ער זאל צו ערשט ווערן בן עשרים שנה, און טאקע חודש אדר דשנת תרצ"ח האט ער ערהאלטן די מכתבי הורמנא.

עס איז מערקווירדיג די גרויסע לשונות התפעלות מיט וואס די גדולי הרבנים באטיטול'ען דעם יונגען תלמוד חכם, ווי דער בעל בנין דוד זצ''ל שרייבט אין זיין הורמנא: ''הבחור חמד חריף ובקי גדול בתורה יראת ה' הוא אוצרו בנן של קדושים וכו' .. וכבר נודע לי הב' הנ''ל לזרע ברך ה' לומד באורייתא תדירא ושמו יודע לשבח... און דער גאון וקשיש שרייבט זיך אונטער ''כה דברי הכותב לכבוד תורתינו הקדושה ולומדי בטהרה''!

הגאון רבי יחיאל מיכל פריעד זצ"ל אבד"ק אויוואראש שרייבט: ...וראיתי שתומכו בהורמנא הרב הגאון המובהק וכו' [רבי שלום ווידער, בעל משמיע שלום] אבדק"י נירעדיהאז שליט"א – ובחנתיו וניסיתיו ג"כ בח"א מיו"ד מסי' כ"ט ואילך עד סו', וראיתי שלשון השו"ע וש"ך וכ"פ דברי הפמ"ג ושאר נו"כ על לשונו שגורה – ומשנתו בהוראה ערוכה וסדורה – וגם בהרבה שאלות באו"ה שדיברתי עמו דובר בשפה ברורה – כדת של תורה..."

דער נירעדהאז'ער רב זצ"ל שרייבט טאקע: "...ואני בח"א מיו"ד מסי' כ"ט עד גמירא עברתי עמו מקצה אל הקצה הן בסירוגין וכו', והי' רגיל על לשונו משפט ולחוץ דברי הש"ך וטו"ז, וכמה ענינים נחוצים המצטרך להוראה... והוא ידע להורות כדבעי, וראיתי בו בזמן לא רב לאילנא רברבי יתעבד..."

בלויז עטליכע חדשים פריער ר"ח כסלו תרצ"ח איז זיין מאמע דער גרויסע בעלת חסד הרבנית הצדיקת מרת גיטל ע"ה נפטר געווארען. זי איז געוועהן א טאכטער פון הנגיד הגביר מו"ה יצחק אייזיק בערגער ז"ל פון די ראשי קהילה אין שטאט ה' מאד, ער איז געוועהן א איידעם ביי דעם גרויסע גאון רבי שמעון ליכטענבערג זצ"ל מגדולי תלמידי החתם סופר זי"ע.

פונקט ווען עס איז געקומען דער צייט צו רעדן ערנסט פון שידוכים, איז נגזר געווארען אין אונגארן דער ביטערע גזירה פון 'מונקא טאבור'.

שווערע און ביטערע צייטן האבן זיך אנגעפאנגען ווען עס איז ארויס דאס מיליטערישע געזעץ, אז אלע געוועזענע אידישע זעלנער און אזוי אויך די אלע וואס האבן געארבעט פאר'ן מיליטער מיט'ן נאמען "מונקא סאזאד", דארפן זיך קומען איינשרייבן צוריק אריינצוקמען אין מילטער דינסט.

ביז דעמאלטס האט יעדע איד אין אונגארן געדארפט דינען אין מיליטער. ביי א געוויסע יארגאנג האט מען געדארפט זיין א יאר צווי אדער דריי אין מיליטער אבער פון דעמאלטס אנגעפאנגען איז עס פארבאטן געווארן. זיי האבן געוואלט ווייזן פאר דייטשלאנד זייערע סימפאטיע, האבן זיי פארבאטן פאר אידן צו גיין אין מיליטער, מיט'ן אפציעלען אויסרייד אז זיי זענען נישט גענונג געטריי און פארלעסליך, און מען קען זיי נישט געטרויען צו דינען אין די אונגארישע ארמיי. באפרייען האט מען זייך אויך נישט געוואלט, האט מען געטראגען די אידן צו צוואנגס-ארבעט, אז אנשטאט די מיליטער זאל דארפען טוהן בויען ארבעט ווי למשל מאכען שאסייען, בריקן, האקן ביימער פאר האלץ אדער פשוט צו ווייל זיי האבען געדארפט א ליידיגע שטח, אדער זיין ממש אויפן פראנט אנטקעגן איבער דער פיינט (רוסישע ארמיי), דארט האבען זיי געדארפט גראבען שוץ גרובער, זוכען און ארויס נעמען מינע'ס, און די וואס האבען אויפן פראנט האבען געארבעט ווען די קוילען אין די קאנאען שיסן העכער זייער קעפ, די סארט צוואנגס-ארבעט איז געוועהן אין די ראמען פון די מיליטער, וויבאלד עס האט פאקטיש געדינט פאר מיליטער געברויך, איז דאס געוועהן אונטער א מיליטערישע אופזיכט.

דערפאר זענען אויפגעשטעלט געווארען ספעציעלע באטליאנען פון צוואנגס ארבעטער, וואס האט געהייסען "מונקא-סאזאד", וואס דער טייטש דערפון איז "ארבעטס אידן". און די ארבעטס לאנגערן ווי די צוואנגס ארבעט איז פארגעקומען האט מען גערופען "מונקא טאבור", וואס איז דער אונגארישע ווארט פאר "ארבעטס לאגערן" אדער קאנצענטראציע לאגער".

אין אנהייב האט געהייסען אז זיי דארפן טאן די זעלבע ארבעט וואס דאס מיליטער, אויסער זיך שלאגן אויפ'ן פראנט, און נישט זיין אינאיינעם מיט די איבריגע מיליטער. אבער שפעטער האט זיך דאס נישט אזוי אויסגעארבעט.

זיי האבן ארויסגעשיקט איינרוף-צעטלעך צו אמאליגע מיליטערלייט, וועטעראנען וואס האבן נאך געדינט ביים עסטרייכע-אונגארישן קריג, און זענען שוין געוועהן עלטערע מענטשן, אז זיי זאלן זיך קומען שטעלן צום מיליטער.

זייערע שלעכטע מחשבה איז געוועהן אדער בעסער געזאגט האט זיך אויסגעשטעלן צו זיין צווייפאכיג. ערשטנס איז נישט געווען קיין אידישע הויז אשר אין שם מת ר"ל. אין יעדע הויז האט געפעלט אדער דער טאטע, אדער א ברודער א.א.וו. אויב דער אריינגערופענער איז געווען דער ברויט-געבער, איז נעבעך די שטוב אינגאנצן צובראכן געווארן. צווייטענס, האבן זיי מיט דעם רוף באפרייט די גוי'אישע ביזנעסער פון זייער אידישע קאנקורענץ.

די אידן זענען אינגאנצען נישט געווען געוואוינט צו אזעלכע שווערע ארבעט און ביטערע ארבעט. אין די היצן און קעלט האט מען געדארפט שטיין און בויען שאסייען און בריקן. די ארבעט אין די ראמען פון צוואנגס ארבעט איז געוועהן ממש אומדערטרעגליך.

די פנימ'ער פון די איידעלע בחורים, יונגעלייט, שוחטים סופרים, וכדומה, זענען פלוצלינג אינגאנצן פארענדערט געווארען, נישט צום דערקענען. אידן וואס האבן נאך אין זייער לעבן נישט געהאלטן קיין האק אדער א האמער אין די הענט, האבן יעצט געדארפט שטיין קרוב צו פופצן שעה א טאג און אויספירן די ביטער שווערע ארבעט אונטער די אונגארישע רשעים. וואס מער סאדיזם זיי האבן ארויס געוויזען כלפי די אומבאהאלפענע אידן, אלץ א העכערע ראנג זענען זיי דערהויבן געווארען ביי זייערע הערן.

פון איין זייט האבן די אידן געדארפט ארבעטן די שווערע ארבעט, און פין די אנדערע זייט האבן זיי געדארפט צושטעלן ברויט מיט מילך פאר זייערע שטוב וואס זיי האבן נעבעך איבערגעלאזט אינדערהיים ווי אויפ'ן וואסער, און זיי האבן דאס ליידער נישט געקענט. עס פלעגט אריבערגיין וואכן און חדשים און די משפחה האט נישט געהערט פון זייערע מאן/קינדער.

איין מונקאטאבור איז געווען אנדערש ווי דער צווייטע מיט איהרע שטרענגקייטן, אין אויך ווי זאכן זענען שוין געוועהן גרינגער איז דאס געוועהן ווי באלד עס האט גרינגער געמאכט פאר די אויפזעהער, זיי האבן דאך דאס נישט געטוהן פאר די גוטסקייט פון די נעבעך'דיגע אידן. יעדער 'מונקא טאבור' איז געוועהן אנדערש פון א אנדערע.

דעם ליסקא רב האט מען ארעסטירט זוממער צייט ערגעץ ווען אינמיטן חודש מנחם אב שנת ת"ש. ווארשיינדליך האט מען איהם ארעסטירט וויבאלד ער האט נישט געענפערט די רעגירונגס פארלאנגען אז ער זאל זיך צושטעלן צום מיליטער דינסט. ווי דאן איז ער געשיקט געווארען צום שאראש-פאטאק מונקא טאבור.

אינדרויסען פון די שאראש-פאטאק גרעניצען האט דער אונגארישע מיליטער איבער געבויט א קליינע עיר-פארט, און פאר די שווערע ארבעט פון בויען די שטראזן און בנינים האבען זיי גענוצט די פארפלאגטע אידן, וועלעכע האבען געמוזט ארבעטן דעם עבודת הפרך. אלע 'טאבוריסטן' זענען געגאנגען אנגעטוהן מיט זייערע ציוויליע קליידער אבער מיט א ארעם-באנד דערויף א מגן דוד. דער ביטערע שווערע ארבעט האט מען געמוזט טוהן אינטער שווערע באוואפענטע וואך.

די אלע 'טאבוריסטן' וועלעכע האבן געארבעט ביי דער שאראש-פאטאק מונקע-טאבור, האבען געהאט די ברירה אהיים צו גיין אויף שבת און זונטאג, ואחת דתו אויב מ'האט זיך נישט צוריק איינגעמאלדן מאנטאג אינדערפרי זייגער זיבן. עסן האבן די זשאנדארן געלאזט די בני משפחה ברענגען. דאס אהיים לאזען אויף שבת און אזוי אויך דאס ברענגן די עסן, האבן זיי געטוהן ווייל אזוי האבן זיי זיך געשפארט פון דארפען צו שטעלן אזוי פיל עסן, דער וואס האט טאקע נישט געהאט קיין מעגליכקייטן אז זייערע משפחות זאל זיי ברענגן און זיי האבן זיך פארלאזט אויף די עסן פון דער 'קעמפ' איז טאקע געוועהן א גרויס רחמנות די מאגערע פארציעס.

חודש ניסן פון יאר תש"א, נאך פסח, האט מען אריבער געפירט דעם ליסקא רב קיין אונגוואר, דאס האט נישט אנגעהאלט צו לאנג ווייל קורץ דערנאך האט מען איהם געשיקט קיין ביסטריץ ווי מ'האט ווייטער געמוזט מאכען שווערע קאנסטראקציע ארבעט.

דערנאך איז געקומען איז געקומען 1942 ווען דייטשלאנד האט געפירט א בלוטיגע מלחמה מיט רוסלאנד, אין דער רוסטוב-קרקוב געגענט, ווי יעדע צד האט אמאל געווינען און א מאל פארלוירען שטחים, באוויסט איז אויף דער קרקוב - רוטסטוב פראנט געוועהן דריי באזונדערע שלאכטן. צום פראנט בשעת דער צווייטע קראקוב'ער ביטערע שלאכטפעלד און אין אנדערע שטעט און שטעלעך האט מען טראספארטירט טויזענטער צובראכענע אינציוושען זיי דער ליסקא רב, רבי יוזפא זצ"ל. דא איז מען שוין געוועהן אונטער דער דירעקט באפעל פון נאצי סאלדאטן, געוועהן אויך אונגארישע אפאצירען אבער אלעס איז דורך די נאצי מאכט.

דארט האט דער רב זצ"ל בתוך שאר בני ישראל געוועהן געצווינגען צו גאר שווערע ארבעט אונטער די דייטשע ליניעס, גראבען פראטעקציע בונקערס, אנטי טאנק טרענטשעס, באגראבען אדער זוכען פעלד מיניס, לייגן שטעך דראטן, און אזוי אויך אויף לאדענען און אראפ לאדענען אמויניציע פאר די דייטשן.
ווען די דייטשן האבן געמוזט זיך צוריק צוען האט מען מיטגעשלעפט אויף צוריק אויך אידן, ווי זיי זענען אויס געשטאנען מיט געפערליכ'סטע אומשטענדן, זיך געדארפט שלאגן מיטן מלאך המות אויף טריט אין שריט, יעדע שעה פון טאג, מיטמאכענדיג שווערע הונגער, ביטערע קאלטע פרעסטן, שוואך ווינטער קליידונג, אייז קאלטע שלאף כאטקעס, קרענק פיסיש און גייסטיש, און אזעלעכע מצבים געוועהן געצווינגען צו טוהן דאס שווערסטע פיסישע און גייסטיש סארט ארבעט.

דער ליסקא רב איז געוועהן געצווינגען צו הייבען שווערע וואג פון אמוניציע און וואס נישט, זיי טראגען אויף לאנגע שטרעקעס אויף א מאל, ווען יעדע סעקונדע פילט מען אדער וועט ער שטארבן פון הונגער, קעלט, אדער פון די ארבעט זעלבסט. ווען טייל מאל איז ער געשלאגען געווארען דורך די נאציס מיט ברוטאלישע רציחות. וואס יארן שפעטער האט דער רב זצ"ל געליטן א דאנק דעם מיט אטעם שווערקייטן, שטארקע סישערס, און הארץ פראבלעמען.
דער סוף צו דעם ביטערע מונקעטאבור איז ענדליך געקומען חודש אלול פון שנת תש"ג, ווען ער איז צוריק אהיים קיין ליסקא איז ער געוועהן הויט און ביין, מער אויס זעענדיק ווי א לעבידיגער בר-מינן.

דער רב זצ"ל האט דעמאלס פרובירט צו ווערן א רב פון א שטאט, כדי נישט צו דארפען ווערן נאך אמאל אריין געשלעפט צום דינסט אינערהאלב דער אונגארישע מיליטער. דער רב זצ"ל האט שוין געהאט פון פריער אוועק געשיקט א הערליכע בריעוו מלא מליצות וחרוזים צו די ראשי קהילה פון סאבאסלוי, דאטירט ג' ראה שנת תש"ב, נאר עס איז נישט צו שטאנד געקומען וויבאלד דער רב זצ"ל איז געווארען פארשלעפט קורץ דערנאך צום רוסיש'ע פראנט. דער רב זצ"ל האט געארבעט יעצט אויף צוויי אנדערע פראנטן, צו באקומען א שריפט צעטיל פון א דאקטער אז ער איז נישט פעהיג צו קיין שום ארבעט, זייענדיג א גייסטיש ליידענע פערזאהן, אזוי אויך צו ווערן אויף גענומען אלץ רב אין דאס שטעטל ערדא בעניא. ב"ה עס איז איהם געלונגען צו באקומען ביידע, אזוי איז ער גענצליך געווארען באפרייט פון סיי וועלעכע דינסט.

הארט נאך די לעכטיגע ימים טובים פון שנת תש"ד, האט מען אנגעטראגען הרבנית הצדיקת מליסקא תליט"א ולרפו"ש, דער שידוך שליסען איז פארגעקומען אין בודאפעסט, ווי דער צוקומעדיגער שווער הרב הצדיק רבי אברהם יהושע העשיל פרענקל זצ"ל הי"ד אדמו"ר מהיבנוב-לובלין א בן-אחר-בן ביז צום 'חכם צבי', און אן איינקעל פון די גרעסעטע תלמידי בעש"ט זי"ע,. דער היבנובער רבי זצ''ל איז געווען געערט און געשעצט אלס צדיק תמים וממיוחסי הדור, ער איז אויך געווען א מחותן מיט הרה''ק רבי אהרן מבעלזא זי''ע, ווייל זיין זוהן הגה"ק רבי שמואל זצ"ל הי"ד איז געוועהן א איידעם ביים בעלזא רב, און אליינס א בעלזא אייניקל. דער היבנוב'ער רבי זצ"ל הי"ד איז געקומען דאן צו פארן פון מונקאטש, ווי ער האט זיך אויפגעהאלטן זייט ער האט געפליכטעט אהין פון ווינא עסטרייך.

דער גרויסע פאטער הגה"ק רבי צבי הירש זי"ע הי"ד, דער 'שערי הישר' מליסקא, איז נישט געפארען צום שידוך שליסען צוליב פרעזענטליכע סיבות. באותו פרק איז דער ליסקא רב רבי יוזפא זצ"ל אריין צום בעלזא רב נעמען ברכת קדשו, קודם איז ער אריין צו הגה"ק מ'בילגרייא זצ"ל ווי ביידע אינאיינעם זענען אריין אין א תורה'דיגע שמועס. יארן שפעטער דערמאנט דאס דער בילגרייא רב אין א בריעוו צום ליסקא רב, דאטירט ב' פ' וירא תש"ט, ת"א: "זכרתי ימים מקדם כשהשעשעתי עמו בדברי תורה בפעסט, וכ"ק חותנו הה"צ מחותני ש"ב היחסן מוה"ר אברהם'לע זצ"ל נתן אומן בי לקרב השידוך בתארו הדבר לענבי הגפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל".

דערנאך זענען זיי אלע אריין צום בעלזא רב, ווען מען האט איבער געגעבען אפציעל איבער דעם שידוך, האט זיך דער בעלזא רב אויף געהויבן פון זיין בענקל, זאגענדיג אז דאס איז פאר איהם א גרויסע חשיבות, וויבאלד דער ליסקא גזע איז נאך נישט געוועהן אין דער בעלזא משפחה. דער בעלזא רב האט דעמאלס מדגיש געוועהן אז באמת האט ער א שטארקע רצון פוקד צו זיין דער ציון הקדוש פון בעל אך פרי תבואה זי"ע, ווי אויך זיך טרעפען פנים אל פנים מיטן ליסקא רב, נאר מחמת די שווערע צייטן און סכנה'דיגע וועגן לא איסתייע מילתא. דער בעלזא רב איז דאן געוועהן אין זייער א אויפגעלייגטע לאגע, ווי די בני המשפחה פון ביידע צדדים האבען געשמועסט געמיטלעך, נאך א ערך פון צוואנציג מינוט.

א אנדערע מאל ווען דער ליסקא רב, רבי יוזפא זצ"ל זצ"ל איז געוועהן ביים בעלזא רב, איידער די געזעגענען האט דער בעלזא רב אריין גערעדט אין אויער פון ליסקא רב, וואס דער בעלזא רב האט אריין גערוימט האט דער ליסקא רב קיינמאל נישט געוואלט דערציילען, אבער דאס איינע האט דער ליסקא רב אמאל געזאגט אז אינציווישען האט איהם דער בעלזא רב געזאגט: "עס וועט זיך דרייען און דרייען און אויס דרייען צום גוטען". א צייט שפעטער איז פאר דער 'שערי הישר' אויס געקומען צו זיין אין בודא פעסט, ווי דער כלה און איר פאטער דער היבנוב'ער רב (דער מאמע האט שוין נישט געלעבט) האבן קענען געלערנט דער נייע מחותן/שווער, דאס איז שוין נאך דעם וואס דער בעלזא רב האט געהאט פארלאזט אונגארען.

אפגעשמועסט האט מען אז די חתונה ווערט פארקומען אין חודש אדר, נאך פורים. אבער דאן האט דער אומגעוויטשענע פאסירט, דער נאציעשע שטיוול האט אריין געטרויטען מיט איהר מערדליכע טויט מאשין קיין אונגארן ח"י אדר תש"ד. גלייך זענען זיי ארויס געקומען מיט זייערע נייע גזירות קשות ואכזריות.
גלייך נאך פסח איז דער ליסקא רב אויף די אנווייזונג פון זיין טאטע אנטלאפען מיט א קאר קיין בודאפעסט. אינאיינעם מיט א ברכה פון זיין היילגען פאטער וואס בזכות דעם ברכה איז ער ניצל געווארן מעמק הבכא, ווי ער דערציילט אין די הקדמה פון תהלים שערי הישר וואס ער האט מו''ל געווען בשנת תשי''ט: ''איין טאג איידער די רשעים ימ''ש האבן אוועקגעפירט די אידן אין געטא, האט מיין פאטער מיך ארויסבאגלייט פון שטוב און האט מיך געבענטשט: אז השי''ת זאל ענק באהיטן מכל מיני מכשול'' און נאך אלע צרות וואס מיר זענען אריבער האט השי''ת אונז מציל געווען מבין שיני האריות''.

אין בודאפעסט האט זיך דער ליסקא רב אויף געהאלטן אין שטוב פון א נאהנטע קרוב, אבער ווען דער מצב איז געווארען צו ענק האט ער זיך פארשאפט פאפירען און זיך אריבער געצויגען צו די באקאנטע 'שוץ הייזער" פון ראועל וואלענבערג און דערנאך די 'גלאז הויז' אונטער די די שוץ פון קארל לוקס מחסידי אומות העולם, וואס כאטש מ'האט כמעט נישט געטשעפט אבער די אומשטענדן איז געוועהן געפערליך. אבער כאטש מ'לעבט אדורך דעם טאג.

ענדליך איז געקומען דער טאג חודש שבט תש"ה, איז בודא פעסט געווארען באפרייט. דער רב זצ"ל האט באקומען די ידיעה אז זיינס א מומע הרבנית ברכה ע"ה בת כ"ק הגה"ק מרן ה'טל חיים' מליסקא זי"ע געפונט זיך אין גראסווארדיין, איז ער אהין געפארען אולי וועט זיין פון דארט גרינגער צו באקומען סיי וועלעכע ידיעה איבער דער 'ליסקא משפחה'.
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

א בילד פון ליסקא רבי זצ"ל מיט הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל ביים חתונה פון האדמו"ר מליסקא שליט"א.
פון אונטען ווערט געזעהן הרה"ח רבי שלום פרענקל ז"ל, א שוואגער פון דער ליסקא רבי, און א איידעם פון רבי ברוך פנחס מסקאליע זצ"ל.
אטעטשמענטס
#121.jpg
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

האדמו"ר מליסקא זצ"ל, אבד"ק קאפיש, אבד"ק יארמוט, ולהבחל"ח אדמו"ר מליסקא שליט"א.
ביי א וואך נאכט פאר א קינד פון ליסקא רבי שליט"א
אטעטשמענטס
#114.jpg
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

אונטערן חופה פון א חתן וועם דער ליסקא רבי האט חתונה געמאכט ה"ה קרובו וש"ב הרבני הנגיד פ. שפיגעל ע"ה מחשובי מתפללי בית המדרש נירבאטור אין בארא פארק.
מיטן בעקטישע און ריקן צום קעמרא איז הרב איזבי פון ישיבת תורה ודעת.

איינער דערקענט דעם רבישע געשטאלט נעבן ליסקא רבי?
אטעטשמענטס
IMG017.JPG
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

המשך ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

זייענדיק אין גראסווארדיין האט פאסירט א באווינדערליכע פאסירונג, אין איינע פון די טעג איז אנגעקומען קיין גראסווארדיין די כלה הרבנית מליסקא תחי', וועלעכע האט מיט געמאכט 9 חדשים אין אוישוויץ, אין מיט ניסי ניסים איבערגעלעבט דאס אומגלויבליכע, ציווישען איר וואלגענישן איז זי אנגעקומען מיט א חבר'טארין קיין גראסווארדיין. איין אינדערפרי ביי פרישטיק האט דער בעל אכסניא דערציילט נייעס וואס עס האט זיך אפגעטוהן אין בית במדרש, אז ס'האט זיך געטוהן, מ'האט געוואלט אויף רופען איינעם פאר עלי' לתורה, אין יענער האט זיך געלאזט אויפרופען אלץ 'הבחור החתן', שפעטער נאכען דאווענען האט איינער געפרעגט, מיט וועם ער איז א חתן, האט ער געזאגט "אז פאר דער קריג אויס בראך איז ער א חתן געווארען", האט א צווייטע געלאכט אז זיין כלה איז שוין פון לאנג אומגעקומען, און ער אלץ א בחור האט נישט קיין פראבלעם ווייטער אן צו גיין מיט טרעפען א נייע כלה. – אזוי האט דער בעל אכסניא דערציילט פאר זיין בני בית וועלעכע האט געפרעגט ווער איז געוועהן דער 'חתן', האט דער מאן דערציילט אז פאר דער קריג איז געוועהן א גרויסע רב, דער ליסקא רב, זיין זוהן. – ווי נאר דער 'כלה' האט דאס געהערט איז איר צורה נשתנה געווארען אין שיעור נישט גע'חלש'ט, דער בעל אכסניה האט דאס באמערקט האט איהר געפרעגט דערויף, קודם האט זי נישט געוואלט רעדן, אבער נאך זיך איינבעטען, האט זי געזאגט "כ'מיין איך בין דער כלה פון דעם חתן".

דער נעקסטע אינדערפרי האט דער בעל אכסני' אהיים געברענגט דעם חתן אן זיין וויסן פארוואס, מיטן אויסרייד אז ער האט עפעס וויכטיג צו שמועסן מיט איהם, דער כלה איז געוועהן אין א אנדערע שטוב, אין מיטן האט זי געווינקען אויף יא דאס איז איהר חתן, דעמאלס האט דער בעל אכסני' מגלה געוועהן אז זיין 'כלה' געפונט זיך אין דער אנדערע שטוב, קודם האט ער איהר נישט דערקענט, צוליב איהר אוישוויצ'דיגע אויסזעהן, נאר נאכדעם וואס זי האט אפגעגעבען סימנים האט ער אנערקענט, אויף די ווארהייט.

דער ליסקא רב איז געפארען אויף קלויזענבורג, ווי ערה איז אדורך א אפעראציע, פון דארט איז ער געפארען צו עיר אבותיו ליסקא. י"ד לחודש אב ביומא דהילולא פון הגה"ק בעל אפ"ת מליסקא זי"ע איז פארגעקומען די חתונה אין גראסווארדיין.

כ' סיון תש"ו איז כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א געבוירען געווארען, ווינטער תש"ז איז דער רב זצ"ל ולהבחל"ח הרבנית שתחי' געפארען קיין פראג אפ צו נעמען די נויטיגע פאפירן און שריפטן, א סעפציעלע דאנק פאר העסקן ר' מיכאל (מייק) טרעס וועלעכע האט אינערווירט אז אלעס זאל גיין כשורה און אסאך שנעלער, פון פראג קיין פראנקרייך פון ווי מען איז אפגעפארען קיין אמעריקא מיט דער 'יו עס עס מארין פאלקאן' שיף, וואס איז געוועהן א מיליטערישע קריגס שיף, בכלל נישט געוועהן קיין פאסאנדשיר שיף נאר דאס איינציגסטע מאל, און מיט גרויס פראטעקציע האט דער רב זצ"ל ערהאלטן ביליטן נאך א דאנק פאר מר. טרעס.

אנקומענדיק אינמיטן חודש אדר, ווי גוטע פריינד, חסידים, קרובי המשפחה ובראשם זיין שוואגער הרה"ח ר' שלום פרענקל (איידעם פון הרה"ק ר' ברוך פנחס מסקאליע זצ"ל) האט איהם אפגעווארט מקבל פנים צו זיין, וכבוד גדול נתכבד בבואו דורך די מוקירי ומעריצי בית ליסקא אין אמעריקע.

דאס ערשטע האלב יאר פון זיין אנקומען, ביז ר"ה דשנת תש"ח, האט ער געוואוינט ביי זיין שוואגער ר' שלום פרענקל אין ווילימסבורג, ווען אין יענע תקופה האט ער געמאכט מערערע נסיעות קיין נוי דזשורסי, שיקאגא, דיטרויט, בארא פארק ועוד, צו שאפן געלט פאר דאס ווידער אויף בוי פון 'ליסקא אין אמעריקא'. אבער נישט פאר זיין אייגענע מטרה אליינס איז דער רב ארום געגאנגען שאפן געלט, נאר אן א שיעור בריעוו זענען אנגעקומען צום רב בעטנדיג פאר הילף צו שאפן די נויטיגע וויזעס אד"ג. דער רב זצ"ל אליינס א גרינע, נישט קענעדיק דער שפראך, האט פאר געהאלפן צענדליגע אזעלעכע אידן, וואס האט איהם אפגעקאסט אסאך געלט, ווען בשעת מעשה האט ער קוים געהאט פאר זיך.
דער פתיחת שערים פאר דעם נייעם בית מדרש 'עטרת צבי ליסקא' אין בארא פארק אויף 50'טע סטריט צווישען 14 און 15 עוועניוס, איז געוועהן ראש השנה דשנת תש"ח, וואס איז בשעתו געווען פון די ערשטע חסידישע בתי מדרשים אין דער געגנט, און ווי דער קול התורה והתפלה האלט שוין אן פאר העכער ליובל שנים.

ער האט אוועקגעשטעלט זיין ציל אויף מנצח צו זיין דעם הייליגן נאמען ''ליסקא'', און ממשיך צו זיין די הייליגע המשכה פון זיינע אבות הקדושים. אבער דאס אלעס האט ער געטאהן אויף א באשיידענעם דרך, אן קיין פרסום וכבוד המדומה, אדרבה, ער איז שטענדיג אנטלאפען פון די ענינים כמטחוי קשת, און האט נישט געוואלט מער ווי צו זיצען פארמאכט אין זיינע אייגענע ד' אמות און פארברענגען בתורה ובתפלה בהצנע לכת.

ווי פאסיג זענען אויף אים די ווערטער וואס א גדול בישראל האט אמאל געטייטשט אויפ'ן פסוק ''עטרת זקנים בני בנים ותפארת בנים אבותם'' אז די גמרא זאגט דאך אז א בר אבהן דארף אויך זיין א בר אוריין, און דאס איז דער פשט ''ותפארת בנים'' ווען עס איז דא א תפארת בנים אז די קינדער זענען ראוי פאר זיך, דאן ''אבותם'' איז א מעלה און א זכות די יחוס אבות הקדושים.

דאס קען מען זאגען אויפן ליסקער רבי'ן זצ''ל אז הגם ער האט טאקע זוכה געווען ''לעטרת זקנים בני בנים'' צו מאכן א זכר פאר זיינע אבות הקדושים מיט זיין בית המדרש ''עטרת צבי'' איז אבער אסאך מער געווען דער ''תפארת בנים'' אבותם, זיינע אייגענע מעלות ומדות טובות כולו אומר כבוד, וואס האט אים אזוי דערהויבען.

זייענדיג פון די ערשטע אדמורי''ם אין בארא פארק האט ער אסאך געטאהן מפיץ צו זיין תורה וחסידות צווישן זיינע חסידים און אויסער זיין סביבה. ער פלעגט מעורר זיין לתורה וליראת שמים ביי זיינע ווארימע גייסטרייכע דרשות, ובפרט ביי די חידו''ת בסעודה שלישית האט ער מדי שבת בשבתו מעורר געווען מיט גרויס התרגשות אויף ענינים הצריכים חיזוק, און האט געמאנט און אויפגעפאדערט נישט משנה צו זיין מדרכי אבות בזוז כל שהו.

תיכף ביין זיין אנקום לאדמת נכר, ווען ער האט געזען באבדון מולדתו וכל בית אביו, און איז געבליבן בדד וגלמוד פונעם גאנצען ליסקער הויף, האט ער זיך גענומען אין קאפ און האט דאס כסדר איבער גע'חזר'ט דאס וואס זיין גרויסער זיידע הרה''ק רב שר שלום מבעלזא זי''ע האט געטייטשט ביי יוסף הצדיק וואס ער האט א נאמען געגעבן מנשה ''כי נשני אלקים מכל עמלי ומכל בית אבי'' און דערנאך אפרים ''כי הפרנו אף בארץ עניי', אז לכאורה וויאזוי האט ער געזאגט כי נשני אלקים מכל עמלי וכו',האט ער דען פארגעסען פון זיין גרויסן פאטער יעקב אבינו ע''ה.

נאר האט דער הייליגער בעלזער רב זי''ע געזאגט, יוסף הצדיק איז דאך פארוואגעלט געווארן קיין ארץ מצרים, מקום הטומאה והזוהמא, האט ער דאך לכאורה געקענט אריינפאלען אין א יאוש טראכטענדיג מאין באתי, פון אזא גרויסן טאטן ווי יעקב אבינו, דעריבער האט ער כביכול געמוזט זיך מאכן פארגעסן מכל בית אביו, כדי שפעטער זאל קענען זיין ''כי הפרני בארץ עניי'' ער זאל זיך קענען מחזק זיין און אויפשטעלן א יסוד פאר א הייליגע משפחה, יסוד צדיק.

דאס האט דער ליסקער רבי, ר' יוזפא זצ''ל געהאלטען פאר די אויגען נאכ'ן גרויסן חורבן, אז הגם ער איז געבליבן אליין פון אזא גרויסן שטוב, די חצר הקודש פון זיין גרויסן טאטן, פונדעסטוועגן האט ער געדארפט זיך מאכן פארגעסן דערפון לשעתו, כדי ער זאל זיך קענען מחזק זיין און אנגיין ווייטער להקם הריסות, ולחדש את ביתו, און נישט ח''ו אריינפאלן אין א יאוש.

גוטע פריינד און געטרייע מענטשען וואס האבען געקענט דעם אמעריקאנעם מענטאליטעט, האבען זיך געבעטן ער זאל זיך נישט אריין לאזן אין אזא שווערע אינטערנעמונג ווי גרינדען א חסידישע קהילה, ספעציעל וואס דער בארא פארקער געגענט איז בכלל נישט געאייניגט פאר אזעלעכע 'לופט ביזנעס' פון חסידות. כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א דערציילט אז אמאל האט זיין טאטע זצ"ל איהם אמאל דערציילט: לאמיר דיר דערציילען צוויי קבלת פנים'ס וואס איך האב געהאט, צווי קעגען געזעצטע עצות וואס איך האב באקומען גלייך נאך וואס איך בין אנגעקומען קיין אמעריקא. איינער האט מיר גע'עצה'ט "פארגעס וואס איז געוועהן אינדערהיים דא איז נישט ליסקא, מ'קומט זיך נישט געזעגענען, דא איז אמעריקא, פארגעס". א צווייטער האט מיר געזאגט פונקט פארקערט "דא איז נישט דערהיים, ס'איז נישט דא קיין שטעטלעך, קיין רבנות, אבער דער נוסח איז אז מ'מאכט א בית המדרש, אונז וועלען צו העלפען" ער האט אויך צוגעגעבען מיט א התחזקות "אז אזוי ווי ליסקא איז געוועהן א וויין געגענט, ווי ליסקא רבנים האבן געגעבען די השגחה, און ווי זיין טאטע דער ליסקא רב (דער שערי הישר הי"ד) אליינס האט געהאט אייגענע וויין קעלערען צוגאב וואס ער האט געגעבען פאר אנדערע זיין השגחה, - אפשר היות אז דער רב פלאנט צו קויפן א הויז פאר א בית מדרש, זאל מען דאס אויך אהער שטעלן פאר א וויין קעלער, און טוהן וואס מ'האט געטוהן אין ליסקא מאכען א גוטע פרנסה פון פארקויפן וויין..." – ווען דער ליסקא רב זצ"ל האט געענדיקט דער פארציילונג, האט ער צוגעלייגט "א גוט ווארט קען אסאך אויף טוהן...."

איינמאל אין דער ערשטע צייטן פון בארא פארק איז דער רב זצ"ל געגאנגען צו דער מקוה שבת אינדערפרי מלובש מיטן גאנצע חסידישע רבי'שע לבוש, אזוי גייענדיק שטעלט איהם אפ א איד ליידער מיט א ציגאר אין האנט, אין פרעגט אן דער רב זצ"ל: "רבי, איהר ווילט אהער ברענגן היטלער צו אונזער געגענט אויך", וואס טוט איהר אן דעם שמיטשיק אויפן קאפ", טייטעלט ער מיטן פינגער אויפן שטריימעל. דער רב האט נישט געהאלטן יעצט אויף דער מינוט אריין צו גיין אין וויכיח, האט ער איהם געזאגט: "ר' איד, הער צו, עס איז היינט שבת קודש, עס פאסט נישט פאר דיר צו מיט א שיינעם אנצונג מיט א רייכער ציגאר צו כאפען א שמועס מיט אזא איינער ווי מיר מיט א שטריימעל א צוריק געבליבענע פרימעטייוע איד, מיין אדרעסס איז אזוי און אזוי, קום אריבער וועלן מיר קענען שיין פארברענגען". דער איד איז טאקע אין איינע פון די טעג אריבער געקומען, און ברוך השם זיך צוריק געכאפט, געוועהן שטארקע אנהענגער פאר לאנגע יארן און אפילו געשטיצט דער רב זצ"ל מיט פאנאנציעלע הילף.

ודין אהני לי' אז אונטער די שווערע אומשטענדן האט ער מחזק געווען זיך און אנדערע אנצוגיין בדרך התורה והחסידות, און ער האט אויפגעטרעטן מיט דרשות בפני קהל עם ועדה, און זיינע דברי כיבושין והתעוררות האבן שטארק אוסגענועמען ביי די אודים המוצלים באש, להפיח בהם רוח חיים.
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

המשך ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

הגם ער איז געווען א מעיין חתום וסגור, וועלכער האט מיט גרויס הצנע לכת זיך נישט ארויסגעגעבן מיט זיינע גרויסע מדריגות בתורה ובעבודה, און זיין עיקר גדלות איז געווען זיין פשטות, האבן דאך זיינע ארומיגע געזען אין אים א צדיק תמים ואיש אמת, אן אמת'ער אוהב ישראל מיצר בצערתן ושמח בשמחתן, וואס יעדער איד וואס איז געקומען מיט אים אין בארירונג איז דורכגענומען געווארן פון זיין ווארימקייט און איידעלקייט, און ווי ער האט יעדן יחיד ויחיד אויפגענומען מיט אזא חבה והערצה אין לשער, און האט געהאט פאר יעדן א מיטגעפיל בלב ובנפש.

ספעציעל זיינע קינדער, וועלכער האבן געהאט די זכי' אויפגעצויגען צו ווערן על ברכיו און זיך מתבונן צו זיין במעשיו, האבן אביסל געהאט א השגה צו באגרייפען זיין גדלות הגם זיין גרויס הצנע לכת. ווי בנו מ''מ ליסקער רבי שליט''א האט אמאל נאכגעזאגט ביי די סעודת הילולא, דער טייטש פון בעלזער רב זי''ע אויפ'ן פסוק הנסתרות לה' אלקינו והנגלות לנו ולבנינו, אז צומאל איז גוט זיך צו פירען בסתר ובהצנע לכת, ווייל דורכדעם קומט מען נישט צו קיין פניות, אבער פון די אנדערע זייט פארמיידט מען פון אנדערע מענטשן זיך אפצולערנען פון אים לדעת הדרך ילכו בה. און דאס זעלבע איז פארקערט. און דאס איז פשט ''הנסתרות לה' אלקינו'' לשם ה' איז גוט צו טוהן בסתר כדי נישט צו קומען לפניות ויהורא, אבער ''הנגלות לנו ולבנינו'' דורך עוסק זיין בתורה ועבודה בנגלה קענען אויך ''לנו ולבנינו'' זיך נעמען א דרך ווי אזוי זיך צו פירען. האט דער ליסקער רבי שליט''א מיט דעם געזאגט אז הגם זיין פאטער דער ליסקער רבי זצ''ל איז געווען א נסתר והצנע לכת, אבער ''והנגלות לנו ולבנינו'' די קינדער האבן יא געהאט די זכי' בייציוואוינען זיין גרויס עבודה, צו ביי די שב''ק טישן, צו אמאל א סעודת ר''ח ויומא דפגרא, וכדומה, וואס מען האט געזען ווי ער איז כולו קודש לה', בבחינת מגלה טפח ומכסה טפחיים.

ער איז געווען א גדול בתורה עובד ה' בלב ונפש, און א פה מפיק מרגליות הוצק חן בשפתותיו, ועל כולם איז ער געווען אזא ענוותן ושפל ברך ולא מחזיק טיבותא לנפשי'. ער איז געווען ביי זיך כאפס וכאין, און ווי מען האט געזען ביי אים דאס לעצטע יאר לחיים חיותו האט ער בליל התקדש החג ביים סדר געזונגען די ווערטער ''שבשפלנו זכר לנו ויפרקנו מצרינו'', מיט אזא מין התלהבות, אז דאס פנים איז אים געווען רויט ווי פייער, דאן האט מען געקנעט זען אויף אן אמת וואס עס מיינט א איד האלט זיך בשפלות, אן קיין שום חכמות ופשטים.

אן עקסטער קאפיטעל פארנעמט זיין מדת החסד, וואס ער איז ריכטיג באצייכענט געווארן ווי א גומל חסדים טובים לעמו ישראל, עס איז ממש לעגענדאר זיינע מעשי חסד והכנסת כלה, און וויאזוי ער האט זיך שטענדיג אוועקגעגעבן אויף צו העלפן א איד, בין בגופו ובין במאודו.

אין בליענדן עלטער איז ער ל''ע געשלאגען געווארן מיט א הארץ-אטאקע, אבער ער איז ווייטער אנגענגען בכל יכולתו צו פאראייביגן דעם נאמען ליסקא ווי דאס איז געווען זיין גאנץ שטרעבן און ער האט אפילו געגרינדעט א ישיבה פאר בחורים, ממשיך צו זיין בדרכי אבות שמימיהם לא פסקה ישיבה ממנם.

ליידער האט ער נישט פארווירקליכט זיינע פלענער, ווייל ער איז ל''ע נפטר געווארן אין יונגן עלטער פון דריי און פופציג יאר (כמנין ג''ן עדן) ביום כ''ח שבט תשל''א לפ''ק, לדאבון לב כל בית ישראל. זיין פטירה איז געווען אן אבידה פארן גאנצען דור, בבחי' שקעה חמה שלא בעונתו, נאך איידער מען האט געקענט הנאה האבען פון אירע שטראלען. ער איז נספד געווארן בתוך קהל רב, און זיין ארון איז געפירט געווארן קיין ארץ ישראל, ווי ער איז געקומען למנוחות אויפ'ן הר המנוחות, סמוך ונראה צום ציון הק' פון הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע.
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

עם גדולי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

עטליכע גאר קורצע דערציילונגען מיט גדולי הדור

כ"ק אדמו"ר מליסקא הגה"צ רבי צבי הירש פריעדלאנדער מליסקא שליט"א דערציילט א אינטרעסאנטע עובדא, דער ליסקא רב זצ"ל בימי בחרותו איז אמאל געגאנגען מקבל פנים זיין הרה"ק רבי אברהם שלום מסטראפקוב וועלעכע איז געקומען אין דער געגענט אויף שבת. עס איז געוועהן א שורה פון מענטשען איהם 'שלום' צו געבן, איז געוועהן דארט איינער וואס א געגעבען א קוש דעם סטראפקוב'ער רב'ס האנט, ער האט באלד צוריק געשלעפט זיין האנט, און געזאגט צו דעם איד: "דאס איז א אונגארישע מנהג, און אויך דאס אז מ'האט געקישט דעם ליסקא רב'ס האנט (כוונה אויף דער אך פרי תבואה זי"ע), איז וויבאלד ער איז א שוואכע איד געוועהן, האט ער נישט געהאט די כח צוריק צו שלעפען זיין האנט". א פלא ווייל דער רב זצ"ל וועלעכע איז נאך געוועהן א בחור איז געשטאנען גלייך אונטער דעם איד אויפן שורה האט דאס געהערט, איז ווען עס איז געקומען זיין רייע שלום צו געבן, האט איהם דער סטראפקוב'ער געפרעגט ווער ער איז, האט ער גענפערט: "דער ליסקא רב'ס זוהן", הערענדיג דאס, האט דער סטראפקוב'ער רב צוריק גערופען דער פריעדיגן איד און געזאגט: "אה, מיר האבן דא זיינס א אייניקעל, האב איך רעכט, האט דען דער ליסקא רב געוואלט מ'זאל איהם די האנט קישן? נאר ער האט קיין כח נישט געהאט זיך אנקעגן צו שטעלן?

*
נאך וואוינעדיק אין ווילימסבורג, האט דער רב זצ"ל געהערט איבער הריי"ץ מליבאוויטש, וואס האט שוין געהאט א שטיקל חסידישע עולם, איז דער רב זצ"ל אהין געפארען איהם קענען צו לערנען, דער רב איז געוועה דארט אינאיינעם מיט זיין שוואגער אין רעבעצין תחי', אזוי אויך א דאלמיטשער איינער וואס האט איבער געטייטש די ליבאוויטשער רבי'ס ווערטער ווייל ער האט שווער גערעדט, דער ליסקא רב וואס האט געזעהן אז דאס רעדן קומט איהם אן שווער, האט געוואלט פארשנעלערען און צו ענדיקען דער שמועס, אבער צו זיינע ווינדער האט דער ריי"ץ געזאגט אז ס'איז בסדר. דער שמועס איז געוועהן האלב תורה'דיג און האלב ווי אזוי מ'קען העלפען אריבער ברענגען אידן מעבר לים, אן אקטיוויטעט אין וואס דער ליסקא רב איז געוועהן שטארק טעטיג. דער שמועס האט גענומען בערך א שיינע האלבע שעה.

*

דער גרויסע רבי יונתן שטייף גאון וענוותן האט אמאל געמאכט א איבעראשונג פאר דער ליסקא רב אין דער ערשטע צייטן אין בארא פארק, און איהם געקומען באזוכען און מחזק זיין, דער רב זצ"ל האט זיך בכלל נישט גערישט אז דער גרויסע פוסק זאל קומען צו איהם זייענדיק נאך בלויז א אינגערמאן.
בתוך דבריו האט רבי יונתן שטייף דערציילט אז ערשט מיט א קארגע עטליכע יאר צוריק איז ער נאך געוועהן ביי זיין פאטער דער 'שערי הישר' פון ליסקא, ווייל ווען ער פלעגט אנקומען פון ליסקא קיין בודאפעסט, איז באלד אריבער געקומען צו זיין אכסני' נישט געווארט אז ער זאל צוערשט קומט צו איהם כנהוג, אלץ כבוד התורה.

*

ווען עס איז געבוירען געווארען זיין יונגערע זוהן כ"ק הגה"צ רבי אברהם יהושע העשיל שליט"א אבד"ק היבנוב יע"א, האט זיך דער צעהלים'ער רב גלייך פארבינדען מיטן רב זצ"ל און זיך אנגעטראגען אז ער וויל זיין דער מוהל פון דעם קינד, וואס דאס איז נישט דער געווענטליכע סדר צו טוהן, זאגענדיק "עס וועט מיר א גרוסע זכיה זיין אז איך וועלן קענען זיין מוהל ביים ליסקא רבי'ס א קינד".

*

א קירבת מיוחדת במינה איז געוועהן ציווישען דער רב זצ"ל מיטן הה"ק רבי יעקב יוסף טווערסקי, דער סקווירא רבי זצ"ל. דער ליסקא רב איז איהם געגאנגען אפווארטן ביים שיף, צוליב די קירבות המשפחה זייענדיק א בעזלא אייניקעל, ווי נאר דער ליסקא רב האט איהם געזעהן גיין מיט א בעקיטשע אבער אויס געשניטן ווי א פראק, האט איהם דער ליסקא רב געפרעגט 'וואס איז דאס?' דער סקווירא רבי האט געזאגט ער פארמאגט נאר דאס אויף שבת האט ער א געהעריגער, דער ליסקא רב האט זיך גלייך אויסגעטוהן זיין אייגענע בעקטיטשע איהם דאס איבערגעגעבען און דער סקווירא רבי האט דאס טאקע צוגענומען אנגעטוהן דארט אויפן פלאץ, און דער ליסקא רב איז אהיים געגאנגען מיטן סקווירא רבי פראק.

אמאל איז דער ליסקא רב געוועהן ביי איהם אויף א באזוך, אינציווישען דערלאנגט א קוויטל, דער סקווירא רבי איז געווארען זייער ערנסט און רופט זין אן: "ליסקא רבי איהר קענט דאך אויך ליינען א קוויטל, איהר האט דאך אויך גרויסע זיידעס, והשנית מיר זענען דאך קרובים", אבער נאכדעם וואס דער ליסקא רב האט דאס צוריק געשטיפט האט דער סקווירא רבי געזאגט: "אויב אזוי לאמיר ליינען אינאיינעם", און ביידע האבן דאס טאקע געליינט צוזאמען, גאנץ א שיינע מחזה פאר דער וואס האט נאר צוגעזעהן דעם אינטרעסאנטן און זעלטענע מראה.
ביי די פריצייטיגע פטירה פון ליסקא רבי איז די סקווירא רעבעצין הרבנית טריינע ע"ה געקומען מנחם אבל זיין להבחל"ח דער ליסקא רעבעצין שתחי' יעדן אייניציגסטער טאג.

*

מיט הגה"ק מסאטמאר זי"ע האט דער רבי געהאט א באזונדערע שייכות, מאז שנת תשכ"ד פלעגט דער ליסקא רב גיין צו איהם יעדע חודש אלול לברך ולהתברך אויפן נייעם יאר. א גאר מערקוויעדיגע מעשה האט פאסירט דאס לעצטע יאר פון ליסקא רב, דער סאטמאר רב האט געבעטן צו זיצן, אין עטליכע מאל איבערגעזאגט "קום נעהנטער, נאך נעהנטער", געשמועסט האבען זיי איבער די תקיעות שופר דרשות פון הייליגען אך פרי תבואה מליסקא זי"ע, דערביי האט דער סאטמאר רב געפרעגט עטליכע שאלות בנוגע ראש השנה אין ליסקא. צום סוף שמועס האט איהם דער ליסקא רב זצ"ל געזאגט: "איך בין געקומען זיך געזעגענען, איך דארף א גרויסע רפואה". ביידע האבן זיך אנגעקוקט פאר א לאנגע מינוט, ווען פלוצלינג האבען פון ביידע זייערע אויגן אנגעהויבען רינען טרערען, וואס דאס האט אנגעהאלטן אזוי פאר נאך א שטיקל צייט, ווען קיינער רעדט נישט נאר מ'קוקט זיך אן איינעם דעם צווייטען. דאס איז געוועהן זייער לעצטע מאל וואס זיי האבן זיך געזעהן.

*
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

אוצרות ליסקא האט געשריבן:אונטערן חופה פון א חתן וועם דער ליסקא רבי האט חתונה געמאכט ה"ה קרובו וש"ב הרבני הנגיד פ. שפיגעל ע"ה מחשובי מתפללי בית המדרש נירבאטור אין בארא פארק.
מיטן בעקטישע און ריקן צום קעמרא איז הרב איזבי פון ישיבת תורה ודעת.

איינער דערקענט דעם רבישע געשטאלט נעבן ליסקא רבי?

מסתמא האדמו"ר רבי יצחק מאמשינוב זצ"ל
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

יציב פתגם האט געשריבן:
אוצרות ליסקא האט געשריבן:אונטערן חופה פון א חתן וועם דער ליסקא רבי האט חתונה געמאכט ה"ה קרובו וש"ב הרבני הנגיד פ. שפיגעל ע"ה מחשובי מתפללי בית המדרש נירבאטור אין בארא פארק.
מיטן בעקטישע און ריקן צום קעמרא איז הרב איזבי פון ישיבת תורה ודעת.

איינער דערקענט דעם רבישע געשטאלט נעבן ליסקא רבי?

מסתמא האדמו"ר רבי יצחק מאמשינוב זצ"ל

נישט די געשטעל און נישט די ברילן שטימען מיט ר' איציקל אמשינובער. אין געשטעל איז דאס מער דומה צום ערלויער רב שליט"א לרפוא"ש, אבער ווייס איך נישט צו ער איז דאן געוועזן אין ניו יארק אז מ'זאל קענען טראכטן צו ס'איז ער.
לחיים ולברכה!
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

ליסקא רבי מיט זיין שוואגער הרה"ח ר' שלום פרענקל ע"ה (חתן רבי ברוך פנחס מסקאליע זצ"ל)
אטעטשמענטס
#118.jpg
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

מיט להבחל"ח בנו האדמו"ר רבי צבי הירש שליט"א
אטעטשמענטס
#119.jpg
#116.jpg
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

ביי די בר מצוה פון בנו להבחל"ח אבד"ק היבנוב שליט"א
דערנעבן האדמו"ר מ'צעשינוב זצ"ל
אטעטשמענטס
#109.jpg
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

רבי משה זאב הלוי פאללאק אבד"ק גראסווארדיין, האדמו"ר מליסקא זצ"ל, ולהבחל"ח האדמו"ר מליסקא שליט"א
אטעטשמענטס
#108.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

נחמן נתן האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:מסתמא האדמו"ר רבי יצחק מאמשינוב זצ"ל

נישט די געשטעל און נישט די ברילן שטימען מיט ר' איציקל אמשינובער. אין געשטעל איז דאס מער דומה צום ערלויער רב שליט"א לרפוא"ש, אבער ווייס איך נישט צו ער איז דאן געוועזן אין ניו יארק אז מ'זאל קענען טראכטן צו ס'איז ער.

די פנים זעהט אויס זייער ענליך צו דא, און די ברילן האט ער מסתמא אנגעטוהן צום ליינען
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

זה קרובו הרב ר' חיים אויש זצ''ל הרב מלופאני
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

רבבה האט געשריבן:זה קרובו הרב ר' חיים אויש זצ''ל הרב מלופאני

דא זעהט ער אויס אנדערש
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

געלאפן אין איד יעצט פאר א פאר וואכן די באשרייבונג אויפן ליסקע רבין זצ"ל
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

אוצרות ליסקא האט געשריבן:אונטערן חופה פון א חתן וועם דער ליסקא רבי האט חתונה געמאכט ה"ה קרובו וש"ב הרבני הנגיד פ. שפיגעל ע"ה מחשובי מתפללי בית המדרש נירבאטור אין בארא פארק.
מיטן בעקטישע און ריקן צום קעמרא איז הרב איזבי פון ישיבת תורה ודעת.

איינער דערקענט דעם רבישע געשטאלט נעבן ליסקא רבי?



ס'איז הרב ??? רלב"ג-אריק
א שווגער פון סקאליער רבי'ן זצ"ל
און פלעגט אסאך זיצען ביים סקאליע רבינס טיש.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

אוצרות ליסקא האט געשריבן:
אוצרות ליסקא האט געשריבן:אונטערן חופה פון א חתן וועם דער ליסקא רבי האט חתונה געמאכט ה"ה קרובו וש"ב הרבני הנגיד פ. שפיגעל ע"ה מחשובי מתפללי בית המדרש נירבאטור אין בארא פארק.
מיטן בעקטישע און ריקן צום קעמרא איז הרב איזבי פון ישיבת תורה ודעת.

איינער דערקענט דעם רבישע געשטאלט נעבן ליסקא רבי?



ס'איז הרב אהרן יהודה שטערנקלאר-אראק
א שווגער פון סקאליער רבי'ן זצ"ל
און פלעגט אסאך זיצען ביים סקאליע רבינס טיש.
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

ארויף געברענגט לכבוד ההילולא כ"ח שבט, [נפטר שנת תשל"א].
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

ביים ווארטן אויף שבת קודש.
אטעטשמענטס
Photos #2165.jpg
Photos #2165.jpg (51.54 KiB) געזען 2446 מאל
Photos #2166.jpg
Photos #2166.jpg (51.75 KiB) געזען 2449 מאל
לעצט פארראכטן דורך אוצרות ליסקא אום דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

אויף אפרוה און האטעל ירושלים.

איך זוך צו דערגיין ווער דו אנדערע רב איז? ווייסט איינער אפשר?
אטעטשמענטס
img519.jpg
img519.jpg (99.94 KiB) געזען 2447 מאל
img518.jpg
img518.jpg (84.58 KiB) געזען 2447 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

ווי איז די האטעל ירושלים?
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

הרב יציב:

היינט גערעד עם בנו אב"ד היבנוב שליט"א וועגן דעים בילד פארציילט ער מיר אזוי:
ער האט געכאפט דעים בילד ר"ח אלול בשנת תשכ"ג לפ"ק.

זיין טאטע האדמו"ר מליסקא פלעגט גיין בתחילת שנות תש"כ צו האטעל ירושלים, וואס איז געוועהן און סאוט פאלסבורג, ס'האט נישט געהאט דעמאלס קיין אדרעסס און נישט קיין זיפ קאוד נומערן, עכ"פ אויף בריוון אהין האט מען נישט געדארפט, ואכן אויף דו בריווען וואס מיר האבן פונעם זיידען ארויס געשיקט פון דארט שטייט טאקע נאר האטעל ירושלים סאוט פאלסבורג וזהו זה.
דער איינגעטומערס פון דער האטעל זענען געוועהן צוויי ברודער, רבי שמעון ואחיו רבי אייזיק גראסס, זיי זענען געגאנגען צום פאסט אפיס און סאוט פאלסבורג, וואס איז בימים ההם כמעט גארנישט געוועהן, און ברענגן דער פאסט, עפעס משפחה קרובים זענען זיי געוועהן מיט מיין טאטע, ער געדענקט נישט ווי אזוי, ס'איז שוין דעמאלטס געוועהן א חורבה, אב"ד היבנוב זאגט: קוק אויף דער בילדער קענסטו עס באמערקן.

ער געדענקט ס'פלעגט דארטן אויך וויילן: הרב וואלצער א סופר, ער האט קינדער אייניקלעך מחסידי באבוב. הגאון רבי שניאור קאטלער פון לעיקוואד, הגאון רבי יענקל'ע פלאנצגראבען מגיד שיעור בישיבת רבי שלמה קלוגער אוין איסט סייד, רבי איתמר'ל מנאדווערנע, וועלעכע פלעגט מיטברענגן זיין פידל און שפילן פאר דו רבנים, און מהנה זיין דער עולם.

האטעל ירושלים האט זיך טאקע אויפגעלעזט בשנת תשכ"ג-כ"ד, דערנאך פלעגט זיין טאטע האדמו"ר מליסקא מיט רוב פון דו פריער דערמאנטע רבנים וויילן און האטעל אשל ליווינגסטאן מענאר ווי סקאליע רבי און רבי משה פיינשטיין פלעגן אויך דארט זיין פאר א קורצע תקופה, און דערנאך סוף שנות תש"כ יארן אנהייב תש"ל פלעגן אסאך רבנים בתוכם האדמו"ר מליסקא וויילן און גלען וויילד און וואדרידזש וואס שטייט נאך אלס, אויפן זעלבע ראוד ווי כהיום אויפן זעלבע ראוד מחנה סקווירא ב"פ.

אויפן באנק אונעם בילד שמועסט דער ליסקא רבי זצ"ל מיט הגאון רבי יעק'לע פלאנצגראבען ז"ל מגי"ש בישיבת רבי שלמה קלוגער בעל מחבר ספר עולת שבת וספר בית יעקב, דו אנדערע צוויי אידן געדענקט ער נישט, אבער ס'איז גאנץ יתכן און מעגליך אז דאס זענען טאקע דו צוויי בעלי בתים רבי שמעון ורבי אייזיק גראסס.
יקים
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקים »

אוצרות ליסקא האט געשריבן:דער איינגעטומערס פון דער האטעל זענען געוועהן צוויי ברודער, רבי שמעון ואחיו רבי אייזיק גראסס, זיי זענען געגאנגען צום פאסט אפיס און סאוט פאלסבורג, וואס איז בימים ההם כמעט גארנישט געוועהן, און ברענגן דער פאסט, עפעס משפחה קרובים זענען זיי געוועהן מיט מיין טאטע, ער געדענקט נישט ווי אזוי, ס'איז שוין דעמאלטס געוועהן א חורבה, אב"ד היבנוב זאגט: קוק אויף דער בילדער קענסטו עס באמערקן.

זענען זיי אפשר אייניקלעך פון רבי אברהם יהושע גראס חתן רבי חיים מליסקא זי"ע?
הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”