למדן וצדיק האט געשריבן:~ [u]צאצאי מ' טויבע רחל אשת ר' אברהם דזשארגאווסקי חתן מ' אסתר בת ר' נחמן פרויקעס (ה5)
ו8) ר' צבי הירש דזשארגאווסקי (בעדער)
כ'האב געזעהן אין ספר "געגועים שהפילו חומות'' [- סיפורים פון חסידי ברסלב וואס זענען געפארן קיין אומאן מיט מס''נ אין די צייט ווען עס איז געווען פארשפארט אונטערן אייזערנעם פארהאנג פון די קאמוניסטן ימ''ש, באשריבן דורך דעם באקאנטן ברסלב'ן שריפטשטעלער ר' אהרן קליגר נ''י]. דערציילט ער דארט א טשיקאווע מעשה'לע איבער דעם ר' הערשל דזארגאווסקי ע''ה. נעמליך - ער איז געווען א פשוט'ער איד א ברסלב'ר חסיד, וואס איז נעבעך פארפאלן געווארן דארט אין רוסלאנד, נישט קענענדיג ארויסקומען צוליב די קאמוניסטישע רעזשים. במשך די צייט האט ער זיך באזעצט אין טאשקענט - מזרח רוסלאנד ווי ער האט אויסגעלעבט זיינע יארן, און פלעגט פון דארט קומען יעדעס יאר קיין אומאן אויף ראש השנה כנהוג.
האט פאסירט איינמאל אז עס איז געווען א ענגע קבוצה ברסלב'ע חסידים פון ארץ ישראל און חוץ לארץ, וואס האבן זיך אריינגעשווערצט קיין רוסלאנד מיט פארשידענע קונצן, און האבן זיך דערשלעפט קיין אומאן, אין די נאכט פון ערב ראש השנה - זכור ברית, און האבן זיך שטיל אריינגעשלייכט אין די חצר פונעם ציון הקדוש, זיך האלטנדיג זייער שטיל אז זיי זאלן נישט ווערן אויפגעפאסט דורך די בעלת הבית פון די דערנעבנדיגע דירה. פלוצלונג צו זייער מזל האט זיך די באלעבאסטע די ערלית אויפגעוועקט, זעהט אויס אז זיי האבן זיך פארלוירן מחמת רוב געגועים און האבן יא געהעכערט דעם קול בשעת די תיקון הכללי און התבודדות. א בייזע איז זי ארויסגעקומען צום חצר, גרייטנדיג זיך תיכף צו לויפן צו די קעי דזשי בי, און איבערגעבן די ''פרייליכע'' מציאה וואס זי האט דא אנטדעקט. פארשטייט זיך אז די אידן דארט זענען צום טויט דערשראקן געווארן. ביז איינער האט זיך גענומען קוראזש און איז צוגעגאנגען און איר דערלאנגט עטליכע רובל אלס ''לא יחרץ''... און זי האט זיך אויסגעדרייט און ארויס פון חצר.
עס גייט דורך א פאר מינוט און פלוצלונג באווייזט זיך ביים טויער פון חצר צוויי פאליציאנטן מיט די פולע מונדירן, און זיי שטעלן זיך קוקן אויף די גרופע חסידים. ווי זיי האבן פארשטאנען, אז די גוי'טע האט דא געמאכט געלט צוויי מאל, און נאכ'ן איבערנעמען פון די אידן די געלט איז זי נאך געלאפן מסר'ן פאר די פאליציי. דער עולם דארט האט זיך נישט געקענט איבערקומען פון גרויס שרעק, און זענען געשטאנען ווארטן אויף זייער אורטייל... אבער צו זייער פארוואונדערונג, שטייען די צוויי פאליציאנטן דארט, און שטייען און קוקן און קוקן אויף זיי אן אויפהער. האט מען זיך מיישב געווען אז מ'וועט נאכאמאל פראבירן מיט א מתנת יד, איינער איז צוגעגאנגען מיט א שיינע סכום אין האנט און געוואלט דערלאנגען איינעם פון די פאליציאנטן, אבער יענער קוקט ווייטער מיט מאדנע בליקן, און געבט זיך א רוף אן אויף א רוסישן אידיש ''וואס ווילסטע?".
תיכף האט זיך איינער פון די חבורה געכאפט, אז דער א"ג פאליציאנט איז נישט קיין אנדערערע ווי אונזער רבי הירשל דזארגאווסקי, און ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט, זענען די צוויי נישט געווען קיין אנדערע ווי צוויי פשוט'ע ברסלב'ע חסידים וואס האבן זיך אהערגעשלעפט פונעם ווייטן טאשקענט, און האבן געוואלט קומען צום ציון זאגן תיקון הכללי, און וויילן דארט אין אומאן אויף ראש השנה אין עפעס א באהעלטעניש, אבער כדי עס זאל זיי נישט שאטן קיין ''בייז אויג'', האבן זיי זיך פארשטעלט מיט פאליצייאישע מונדירן, און האבן געוואלט אזוי קומען צום ציון, און זיי האבן פשוט געווארט אז די קבוצה חסידים זאלן זיך אוועקגיין כדי זיי זאלן קענען וויילן דארט אומגעשטערט... תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
מערקווירדיג, אז צום באדויערן האט דער רבי הערשל ליידער נישט דערלעבט קיין אידיש נחת, אזוי ווי אסאך אנדערע פון די רוסישע אידן, און זיינע צוויי טעכטער זענען אנגעקומען צו פרעמדע הענט ל''ע, און זענען פארשלעפט געווארן קיין אוזבעקיסטאן, צווישן די מוסלמענער ה''י. אבער 'כי לא ידח ממנו נידח', און עפעס האט זיך דערקייקלט די מעשה לעצטנס צו איינע פון די ברסלב'ע עסקנים [ה''ה רבי ישראל אלחדד-ברזל שליט''א, דער וואס איז כהיום דער עומד בראש אין די פירערשאפט פונעם ציון אין אומאן], דאכט זיך אז ער האט געהאט א חלום, אז דער רבי בעט איהם צו ראטעווען זיינע אייניקלעך - איך בין נישט אזוי באקאנט מיט די סיפור הדברים. און ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט, אז די חברה גוים האבן זייער געפייניגט די צוויי פרויען מיט זייערע קינדער, און זיי האבן שוין געוואלט אנטלויפן אבער ס'איז נישט געווען שייך. און דער הנ''ל האט זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה, און געמאכט א געוואלד, און מפרסם געווען א קול קורא אינטערגעשריבן פון אסאך רבנים בפרט רבני ברסלב, אז מ'זאל געבן געלט צו ראטעווען די בנש''קלעך [נכדי הבעש''ט ומוהר''ן זי''ע], און מיט גרויס מיה האט ער באוויזן ארויסצוראטעווען [א חלק אדער אלע] פון דארט, און זיי געברענגט צווישן אידישע קינדער, אין אומאן און אין קיעוו, ווי זיי פירן זיך ווי ערליכע אידן, און לערנען אין די דארטיגע מוסדות התורה, ככל ישראל הכשרים! והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם.