רבי ישראל מ'רוזין זי"ע - ג' חשון תרי"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

רבי ישראל מ'רוזין זי"ע - ג' חשון תרי"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בעפאר מיר וואשן זיך צו מלוה מלכה, וועלן מיר בעטן די בני-היכלא זאלן דערציילן עובדות פונעם בעל הילולא וואס זיין יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג הבעל"ט.

פרייטאג האב איך געזען אין א ספר פארשידענע אינטערסאנטע געשיכטעס, צווישן זיי אז דער הייליגער רוזין'ער האט זיך אויסגעדרוקט אז ווען ער וואלט געווען ביים קבר פון רשב"י אין מירון, וואלט ער "צובראכן" דעם קבר און געוויזן פאר ר' שמעון'ען וואס עס גייט פאר אויף דער וועלט, און איינגעריסן פאר א ישועה.

עס איז באקאנט אז אין רוזינער הויף פלעגט מען זיך פירן גאר מלכות'דיג, גאלדענע כלים און טייערע רייטוועגענער, דערציילט זיך אז אמאל נאך קידוש לבנה האט מען אבער באמערקט רויטע פינגער אפדרוקן אויף די שניי, האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער הייליגער רוזינער האט טאקע געהאט טייערע קענגליכע שטיוול, אבער די פאדעווקעס דערפון זענען געווען אראפגענומען! (אנדערע גירסאות האב איך געהערט אז ער פלעגט אריינלייגן שטיינדלעך אין די הערליך אויסגעפיצטע שיך).

זכותו יגן עלינו.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

געהערט די וואך

די הייליגע ריזשינער האט אמאל געזאגט :
אז זיין טאטע ר' שלום פין פרובישט פלעגט זיך פיהרען אז פארען נאמען געבען בי א ברית פין זיין קינד פלעגט ער אריינקוקען אינעם קינד'ס אויגען אין אזוי קוקען וואס פאר א נאמען צי געבען
האט די ריזשינער געזאגט אז ער האט געוויסט אז זיין טאטע וויל עים א נאמען געבען פייוויש אין ער האט נישט געוואלט האט ער פארמאכט זיינע אויגען ווען זיין טאטע האט געוואלט קוקען
, האט ער אים געגיבען דעם נאמען ישרא-ל האט די ריזשינער ציגענדיגט , וויזוי וואלטען מיר אויס געקוקט ווען מיר הייסען פייוויש ... זכותו הגדול יגן עלינו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די חסידיות, באיאן, בוהוש, סאדיגורא, זענען די היינטיגע ממשיכי דרך רוז'ין, זענען פארהאן נאך רוזשין'ע חסידות'ער?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קאפישניץ, הוסיאטין.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

מאשלאו, שטעפינעשט, (סקולען)
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שטיפינעשט (סקולען), ריבניץ

אבער וואס האט מאשלאו מיט רוזין?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אפשר עפנט מען אויף א נייעם אפטיילונג "יארצייטן פון צדיקים" דא אין קרעטשמע? כ'בין זיכער אז מיללער וועט מסכים זיין בחפץ לב דאס צו פירן. איא, מיללער?

קיין שאלה פון גניבה איז עס נישט, ווייל קול מבשר האט דאך פון אונז גע'גנב'עט דעם "איש את רעהו יעזורו" אפטיילונג...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האלט אז יארצייטן באלאנגן אט דא אינעם מועד במועדו פארום.

--
קול מבשר האט היינט געמאלדן איבער א וואסלויער רבי וואס האט געפירט א יארצייט טיש לע"נ דעם רוזין'ער זי"ע.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

קרעמער האט געשריבן:איך האלט אז יארצייטן באלאנגן אט דא אינעם מועד במועדו פארום.

--
קול מבשר האט היינט געמאלדן איבער א וואסלויער רבי וואס האט געפירט א יארצייט טיש לע"נ דעם רוזין'ער זי"ע.


גוט , אבער אזוי ווי נישט יעדער פארשטייט עס פינעם קעפעל דארף מען עס צילייגען צים קעפעל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך קען עס נישט פירן מאשקע ווייל איך בין נישט קיין יארצייט טייפ אפ עי פערסאן, אבער אין 'אידישע וועלט' איז יעדן טאג פארהאן די יארצייט פונעם טאג, מן הסתם וועט קוועליא מסכים זיין צו קאפירן דעם יארצייט אהער, אז דער עולם זאל קענען מיטטיילן די ידיעות הנוגעים להצדיקים.

קרעמער, אנדי, קרעמער,

יישר כחכם פאר די רוזין'ע דינאסטיע, זאג וויאזוי איז ריבניץ און סקולען רוזין'ע אייניקלעך?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דיין פראגע אויבן איז געווען "ממשיכי דרך רוזין", נישט קינדער אדער אייניקלעך.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

ריבניץ און סקולען זענען תלמידי רוזין און אנטשולדיגט פאר שרייבן מאשאלוי איך האב געמיינט צו שרייבן וואסלוי
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

די סקולענער איז דאכט זיך מיר געווען א תלמיד פון די שטעפינעטער
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אריין אין על הצדיקים
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח זיידעניו פארן אויפמערקן.

צום באפעל!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר' ישראל מרוזין (בהרה"ק ר' שלום שכנא**) - איז געוועהן א תלמיד פון הרה"ק מאפטא זי"ע ער האט קודם געוואוינט אין רוזין, און צוליב רדיפות פון די רעגירונג איז ער אנטלאפען קיין סאדיגורא. ער האט נישט איבערגעלאזט קיין ספר, נאר פיהל ספרים זענען געדרוקט געווארן פון זיינע דברי תורה וואס זיינע תלמידים האבן פארשריבען, טייל פון זיי זענען עירין קדישין, כרם ישראל, אבן ישראל. דער רוזינער רבי איז נפטר געווארן ג' חשון שנת תרי"א לפ"ק, זי"ע ועכ"י.
_________________
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מען בעהט ווער עס קאן זאל ביטע פון דא
http://ladaat.net/forum/index.php?topic=5227.0
אהער ברענגען די גליון תפארת ישראל- טשארטקאוו, אדער דער גליון פון באיאן לכבוד די יארצייט דעם שבת קודש.
ועמך כולם צדיקים
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

דער ההיליגער רוזשינער נישט געווען א תלמיד פון הרה"ק מאפטא, נאר האט געהאט א שטארקער קשרי ידידות מיט אים, אבער קלאר נישט קיין תלמיד.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איינמאהל ווען הייליגער צאנזער רב זי"ע איז צוריקגעקומען פון הרב הקדוש מרוזין זי"ע האט אים דער קראקאווער רב הגה"ק ר' שמעון סופר זצ"ל געפרעגט אזא גאון און קדוש ווי אייך צו וואס דארפט איר פארן צו א רבי איר זענט דאך א גרעסערער גאון פון אים
האט אים דער צאזנער רב געענפערט עס זענען פארהאנען צוויי בערג וואס זענען זייער חשוב (א) דער בארג סיני וואס דארט האט דער אויבערשטער געגעבין די הייליגע תורה פאר די אידען (ב) דער בארג המוריה וואס דארט האט יצחק אבינו אויסגעשטרעקט זיין האלדז, אז זיין פאטער אברהם אבינו זאל אים שחט'ן , פארוואס האט דער אויבערשטער אויסגעוועהלט דעם בארג המוריה צו בויען דארט דאס בית המקדש דער בארג סיני האט דאך די גרויסע מעלה אז אויף אים איז געגעבען געווארען די תורה הקדושה- דער תירוץ איז, אויף אזא פלאץ ווי א איד האט אויסגעשטרעקט זיין האלדז זיך צו לאזן שחט'ן פאר דעם אויבערשטען איז מער חשוב ווי דאס פלאץ ווי עס איז געגעבען געווארען די תורה.
האט דער צאזנער רב אויסגעפירט גלויבט מיר קרקאווער רב אז ביים רוזינער האב איך געזעהן אז יעדע רגע איז ער גרייט זיך אויס צושטרעקען זיין האלדז צו ווערן גע'שחט'ען פאר'ן אויבערשטען .
(ספר רבינו הקדוש מצאנז, ח"א דף ס"ט)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

צום היילגיען רוזישינער איז געקומען א איד מיט אסאך פראבלעמען און יסורים און געוויינט פאר אים "וואס וויל מען פון מיר פון הימל? אזוי פיהל פראבלעמען אויף יעדען טריט און שריט.
איך וועל דיר דערציילען א מעשה האט דער רבי געענפערט א איד איז ארויף געקומען צו בית דין של מעלה און מען האט אנגעהויבען אפוועגן זיינע מעשים אויף די וועלט די גוטע מעשים זענען געוועהן זייער ווייניג און עבירות זענען געוועהן זייער פיל האט מען אים געוואלט פאר'משפט'ן גיהנם. האט אים דער סניגור אנגעהויבען פארענטפערין אז ער איז געוועהן א גרויסע בעל יסורים און ער איז שוין אפגעקומען אויף די וועלט [יסורין ממרקין עונותיו של אדם].
דאס בית דין של מעלה האט אים נאכגעגעבען און געהייסען מען זאל ברענגן אלע זיינע יסורים, ווען מען האט ארויף געלייגט זיינע יסורים האט עס אפגעווישט רוב עבירות, דער וואגשאהל איז שוין געוועהן כמעט אייניג אבער עס האט נאך געפעלט אביסעל יסורים האט זיך דער איד אנגערופען "רבונו של עולם אלעס איז דאך אין דיינע הענט האסט מיר נישט געקענט געבען אויף די וועלט נאך אביסעל יסורים וואלט איך ניצול געווארען פון גיהנום"?… נאכדעם האט זיך שוין דער איד בארוהגט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער צדיק הרה"ק ר"ר מאיר'ל מפרעמישלאן ז"ל האט אמאל אריינגערופן א חסיד און אים געגעבן א בריוו צו טראגן צום רוזינער ז"ל אנזאגנדיג אז ער זאל דעם ברייו אריינלייגן אין שיך און נישט ארויסנעמען ביז ער געפונט זיך אין שטוב פון צדיק, אנקומענדיג קיין רוזשין האבן די גבאים געוואלט זען דעם בריוו ער האט אבער נישט געוואלט אויספירנדיג די שטרענגע באפעל פון זיין רבי'ן, ערשט ווי ער איז אריינגעקומען צום צדיק, האט ער זיך אויסגעטאן זיין שיך, און געגעבן דעם בריוו ווי ס'איז געווען געשריבן ווי פאלגענד: אזוי ווי ס'קומט שבועות און מ'דארף מער קרעפלך ווייס איך נישט וויאזוי זיך צו פירן, איינס צו עסן איז צו ווייניג, און צוויי איז שוין זוגות, דריי איז שוין צופיל, האט דער ריזינער געענטפערט ער זאל מאכן איין קרעפל וואס איז אזוי גרויס ווי צוויי וסוד ה' ליריאיו.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער מעשה איז אסגולה צו דערציילן פאר אמקשה לילד:

אמאהל האבן זיך צוזאמען געטראפן ר' מרדכי טשערנאביל זי"ע מיט ר' ישראל פון ריז'ין זי"ע און עס איז געקומען פאר זיי א בקשה פון א פרוי וואס איז שווער געגאנגען צו קינד, און די היילגע צדיקים האבן אפגעגעבן כבוד איינער צום צווייטן, יעדער האט געזאגט אז דער אנדערע זאל העלפן די פרוי, ביז דער הייליגע ריז'ינער האט אנגעפאנגען צו פארציילן דעם פאלגענדע מעשה: "עס איז געווען א מעשה אין דעם שטאט רוים, וואס דארט איז געווען דעם פלאץ פון די גרעסטע גלחים, און אויך דעם פלאץ ווי מען לערנט זיך ווי אזוי צו זיין א גלח, און זייערע מנהגים. דארט איז געווען א מיידל א גוי'טע, וואס איז געווען זייער א געלערנטע, און זי האט מקנה געווען די גרויסקייט און די געוועלטיגקייט וואס די גלחים האבן. זי האט אבער געוואוסט אז מען וועט איר נישט נעמען פאר א גלח, האט זי זיך אן עצה געגעבן, און זי האט זיך פארשטעלט פאר א מאן, און זי האט מיטגעלערנט מיט די אלע וואס לערנען זיך צו ווערן א גלח, און זי האט אזוי געלערנט ביז זי האט איבערגעשטיגן אלע אנדערע. פונקט דעמאלסט איז געשטארבן דער ראש פון די גלחים, האט מען אנגעפאנגען זיכן ווער עס איז דער גרעסטער פון די וואס לערנען זיך, אז יענער זאל איבערנעמען זיין פאסטן. האט מען אויסגעוועלט דער מיידל וואס איז געווען פארשטעלט, און מען האט איר געמאכט פאר דעם הויפט. זי האט זיך אבער נישט געקענט איינהאלטן, און זי האט מזנה געווען און איז טראגעדיג געווארן. האט זיך געמאכט אז עס איז אנגעקומען דעם טאג פון א גרויסע חגה, און אין דעם טאג פלעגן זיך צוזאמען קומען א גרויסע געמיינדע אין דעם הויפט גאס פון דעם שטאט, און דער ראש פון די גלחים פלעגט האלטן א רעדע. פארשטייט זיך אז זי האט געמוזט גיין צו דעם פלאץ, כאטש זי איז געווען זייער נאנט צו געבוירן דאס קינד. אינמיטן איר רעדע האט איר אנגעכאפט די גרויסע שמערצן פון לידה, און עס איז ארויסגעקומען דאס קינד. עס איז געווארן א גרויסע רעש צווישן די פארזאמעלטע, און פון דעמאלס אהן האבן זיי געמאכט א תקנה, אז ווען מען וועט אויפנעמען א ראש פאר די גלחים, זאל מען קודם דארפן בודק זיין צו דער איז א זכר אדער א נקבה". ווען דער הייליגע ריז'ינער האט פארענדיגט די מעשה האט ער אויסגערופן "מזל טוב - מזל טוב" און האט געזאגט צו די מאן פון די פרוי, "גיי אהיים ווייל דיין ווייב האט געבוירן א בן זכר". האט דער הייליגע טשערנאבילע מגיד זיך אנגערופן צום הייליגן ריז'ינער: "עס איז ביי מיר א גרויסע פלא אז איר פועל'ט א ישועה דורך פארציילן א מעשה". האט דער ריז'ינער געזאגט: "ווי אזוי פירט איר זיך ביי אזא פאל?" האט דער טשערנאבילע מגיד געענטפערט: "ס'איז דאך באקאנט אז עס איז דא זעקס הונדערט טויזענט נשמות ישראל קעגן די זעקס הונדערט טויזענט אותיות פון די תורה, און ווען א מענטש זינדיגט חס ושלום, איז ער פוגם אין דעם אות פון די תורה וואס איז קעגן זיין נשמה, איז ווען אזא מעשה קומט פאהר פאר מיר, זיך איך וועלכע אות פון די תורה איז קעגן זיין נשמה, און ווי אזוי ער האט פוגם געווען, און איך מתפלל צום אייבערשטן, צו פארעכטן דעם פגם, און דורך דעם ווערט דער יוד געהאלפן". האט זיך דער הייליגע ריז'ינער אנגערופן: "אבער דערווייל ביז ווי לאנג איר פארעכט דער זאך, ווי נעמט מען כח צו דערליידן דעם צער פון א אידישע נפש, אבער דורך דער מעשה, וואס איך האב יעצט פארציילט, אפילו ווען עס זאל עס דערציילן אן איש פשוט, קען ער אויך פועל'ן א ישועה". האט דער הייליגע טשערנאבילע מגיד געפרעגט: "פון ווי האט איר גענומען אז מען קען פועל'ן ישועות דורך סיפורי מעשיות?" האט ער איהם געענטפערעט: "פון דעם וואס דער תורה פארציילט ביי אליעזר עבד אברהם. עס שטייט אז מען האט אראפגעלייגט צו עסן, און אליעזר האט געזעהן אז עפעס טויג נישט מיט דער עסן (עס איז דאך געווען סם דערין) האט ער געזאגט: "איך וועל נישט עסן ביז איך וועל דערציילן מיין מעשה". דורך זיין דערציילן די מעשה, האט ער גע'פועל'ט אז דער מלאך האט אויסגעדרייט די מאכלים". און מיט דעם פארשטייט מען וואס רש"י זאגט דארט, אז עס איז בעסער די רייד פון די קנעכט פון די אבות, ווי די תורה וואס די אידן האבן שפעטער מקבל געווען, דאס מיינט, אז עס איז בעסער צו פועל'ן א ישועה דורך פארציילן א מעשה אזוי ווי אליעזר האט געטוהן, ווי צו פועל'ן א ישועה דורך די תורה" (כנסת ישראל מריז'ען זי"ע)
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דער רבי ר' אליעזר פון דזשיקוב פלעגט יעדן ר"ה מאכן א מי שברך פאר די צדיקי הדור, לויט א קוויטל וואס זיין גבאי האט פון פאראויס אנגעגרייט לויט זיין באפעל, יארן לאנג פלעגט דער ערשטער אויף די ליסטע זיין ישראל בן חוה [דער הייליגער ריזשינ'ער] ערב ר"ה תרי"א פרעגט דער הייליגער דזשיקוב'ער דעם גבאי צו ער האט שוין גרייט דעם קוויטל מיט די צדיקי הדור, ענטפערט דער גבאי אז יא, פרעגט ער אים ווייטער און וועם האסטו געשריבן דער ערשטער ענטפערט ער ווייטער אז ווי שטענדיג האט ער געשריבן דעם ריזשינ'ער, זאגט אים דער רבי ר' אליעזר'ל דו טיילסט מיר שוין גיי שרייב איבער און שטעל חיים בן מרים [דעם צאנז'ער רב] צום ערשט און לייגט צו אז די ר"ת פון דעם צאנז'ער רב איז די זעלבע ווי דער נוטריקון פון מכלכל חיים בחסד.

יענעם יאהר איז דער הייליגער ריזשינ'ער נסתלק געווארן ג חשון, און צעהן יאהר שפעטער איז דער רבי ר' אליעזר'ל אויך אוועק דעם זעלבען טאג.

נו ! גיי פארשטיי זאג פשט אדער פרוביר מפרש צו זיין אפילו שיחות חולין פון צדיקים.

נסתרים דרכי ה' ובמופלא ממך אל תדרוש.
ועמך כולם צדיקים
תמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים »

סאיז אנגענומען אז ער דער רוזשין'ער איז אוועק שנת תרי"א. איך האב אבער באמערקט אין די שער בלאט פון עירין קדישון וואס איז איבערגעדרוקט געווארן און תשל"ד פון בית הספר אז דארט איז דערמאנט אז ער איז אוועק שנת תר"י איך וואלט זייער געוואלט וויסן וועלכע איז א טעות
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
בשב''ק השבוע נפל ברעיוני לדבר פלא שאחר המלחמה העולמית השני' נתקבלו ''בכלל'' ישראל שני צדיקים שלא נולדו מגזע הצדיקים הקדמונים וכל בית-ישראל ענו אחריהם מקודש מקודש הרי הם האחד הרה''צ ר' אליעזר זוסיא זצ''ל פארטיגאל אב''ד סקאלעני והשני הרה''צ ר' חיים זאנוויל זצ''ל מריבניץ
ושניהם השתייכו לבית רוזין כידוע .ובאו מרומני' העתיקה בוקאווינא .והיו מקושרים עד יום פטירתם לצדיקי בית רוזין .
דבר שפולין וגליצי' והונגרי' לא הוציא .....זה סתם חומר למחשבה ......טו''ב אלו''ל תשס''ט
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”