מקורות ומנהגים בהליכה לקברי צדיקים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

מתפלל זיין דוקא בקול.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

מתפלל זיין דוקא בקול.

הרב ר' משה שטערנבוך ראב"ד עדה החרדית און זיין ספר תשובות והנהגות ח"ב סימן ס"ה שרייבט ער א דבר חידוש, אז ווען מען גייט מתפלל זיין ביי קברים, דארף מען זעהן צו מדקדק זיין צו מתפלל דוקא אופן קול און נישט נאר מיטען שאקעלען די ליפען (חיתוך שפתים) דוקא, ולא בחיתוך שפתים לבד, ווייל וויבאלד די כוונה איז אז די צדיקים זאלען הערן און שטייט דאך און חז"ל אז נאר הקב"ה איז א יודע מחשבות, אבער קיין שום מלאך און בריה קענען נישט וויסען וואס א מענטש טראכט, ע"כ ווען ער איז מתפלל ביי די צדיקים, און זיין כונה איז אז די צדיקים זאלען הערען וואס ער בעט מוז מען עס ארויסזאגען מיטן מויל בקול.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

נאך וועגען פרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

נאך וועגען פרויען

און ספר תשובות והנהגות הנ"ל ברענגט ערדעם גאון אז פרויען זאלען נישט גיין צו א בית החיים, און ער ברענגט אז ער האט געהערט אז על הגר"ח מבריסק זצ"ל האט זיך אזוי געפירט.

אויך ברענגט ער אז כמה ת"ח האבען געזאגט אז דאס וואס דער גר"א שרייבט איז דוקא און חוץ לארץ אבער און ארץ ישראל איז נישט אזוי, און שפעטער איז ער מוסיף א טעם ווייל און ארץ ישראל זענען די מזיקים נישט שולט עיי"ש און ער ברענגט אויך אז למעשה איז דער מנהג און ארץ ישראל יא צו גיין מתפלל זיין.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

הוספה בענין תפילה לקברי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

הוספה בענין תפילה לקברי צדיקים

שטייט און ספר שדי חמ"ד (מער' ראש השנה סי' א' אות ו) ברענגט ער צוזאם א סאך פוסקים וואס זענען מלמד זכות אויפען ענין פון מתפלל זיין צו די מתים, און ער ברענגט ראיות פון ש פוןש"ס ופוסקים און פון זוהר הקדוש. און בשם דעם ב"ח ברענגט ער אז מהאט זיך שוין מחזיק געווען און דעם מנהג און עס איז נישט פארהאן אן איסור און דעם, "און עס איז נישט דא א מקום פאר קיין שום מורה צו מבטל זיין דער מנהג ע"כ.

און ער שרייבט און מערכת ארץ ישראל (סי' א') א חיוב ליגט אויף יעדער מענטש זיך משתדל זיין, צו גיין צו קברי צדיקים, ווייל עס איז א גרויסער זכות, און כל שכן צדיקים וואס ליגען און ארץ ישראל וכו' "אשריהם ישראל" וואס זיי זענען מקיים די "מצוה" און יעדן דור, מיט א שמחה, און זיי גייען "יעדעס יאהר" פון אלע פיר עקען פון דער וועלט, די נאנטע און די ווייטע, און מען שפארט נישט קיין געלט און כח און זיי גייען אויף קברי צדיקים.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

געבען א פרוטה פאר צדקה (אדער צוזאגען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

געבען א פרוטה פאר צדקה (אדער צוזאגען)

מען האט שוין געברענגט דא אז דער ישמח משה האט געהייסען פאר די שלוחים וואס ער האט געשיקט גיין מתפלל זיין ביי קברי צדיקים, זיי זאלען צוזאגען(אדער געבען?) א פרוטה פאר צדקה לע"נ די נשמות וואס וועלען מודיע זיין פאר דעם צדיק וואס ליגט דארטען אז אידען קומען מתפלל זיין ביי זיין ציון.

און באמת שטייט דאך און גמרא (בבא בתרא דף י' ע"א) אז פארן דאווענען דארף מען געבען א פרוטה פאר צדקה.

(און גמ' בסוף כתובות שטייט אז די תנאים האבען געקישט די שטיינער פון ארץ ישראל. און ווען דער בריסקער רב איז אנגעקימען קיין ארץ ישראל האט ער נישט געקישט די שטיינער האט מען אים געפרעגט אויף דעם, האט ער געוויזען די ווערטער פונעם רמב"ם (בהלכות מלכים פ" ה ה"י) "גדולי החכמים היו מנשקין על תחומי ארץ ישראל, ומנשקין אבניה, ומתגלגלין על עפרה" וכו'. שרייבט דאך דער רמב"ם אז דוקא גדולי החכמים.
האט איינער געפרעגט אז דער רמב"ם (בהלכות מתנות עניים פ"י הל"ט) שרייבט אויף דעם ענין צו גיבען צדקה פארן דאווענען "גדולי החכמים היו נותנין פרוטה לעני קודם כל תפילה, ואח"כ מתפללים, שנאמר אני בצדק אחזה פניך.
אויב אזוי איז דאס דוקא פאר גדולי חכמים.
און סקען זיין אז די וואס גיבען נישט צדקה פארן דאווענען זענען זיך טאקע סומך אויף דעם, אבער ווען מען וויל אז די גדולי החכמים וואס מגייט צו זייערע קברים זאלען מתפלל זיין פאר אונז דארפען מיר גיבען במקומם א פרוטה פאר צדקה)

(דרך אגב אויב איינער ווייסט די מנהג פון רביים בענין נתינת צדקה קודם התפילה נא לשלוח פ"ה)
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

קברי צדיקים איז כדוגמת מערת המכפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

עס שטייט אין מאמר ההשטתחות פון דער הייליגער מיטעלער רבי זצוק"ל אז מקום קבורת הצדיק איז כדוגמת מערת המכפלה, ובוודאי יתקבל שם תפילתו.
לעצט פארראכטן דורך טייבעלע אום דינסטאג פעברואר 21, 2012 2:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

גיין אויף קברים וואס ווערן די ווייניגסטע באזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

דער אר"י הקדוש שרייבט אז גיין אויף א ציון וואס מען גייט נישט דארט קיין סאך איז מער מסוגל צו פוילען ווייל דער צדיק פרייט זיך אז מען קומט צו איהם און ווי באלד מען קומט נישט דארט קיין סאך איז ער שטארק מכיר טובה
לעצט פארראכטן דורך טייבעלע אום דינסטאג פעברואר 21, 2012 2:05 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

יוסלמאן האט געשריבן:ס'איז אמאל נישט געווען אזוי איינגעפירט דאס גיין אויף קברי צדיקם בכלל. דער ברך משה ז"ל האט געזאגט אז דער פעטער איז כמה פעמים געווען אין סיגוט און ער איז נישט געגאנגען צו קברי אבות, ווייל מ'גייט נישט סתם אזוי. אבער בימינו אלה, איז דאך א דור יתום, דארף מען איבערחזרן דאס ווארט פון רבי ר' זושע. ער האט געטייטשט מי יתן מציון, אז ס'וועט נאך קומען א צייט וואס אידן וועלן דארפן געהאלפן ווערן וועט מען גיין צו א ציון.
.

דער רבי פלעגט איז אסאך פארען קיין איהעל אויפען יאהר צייט פונעם ישמח משה כך שמעתי
ביי ביי.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

ביי קברי צדיקים קען מען מבטל זיין דער גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

ביי קברי צדיקים קען מען מבטל זיין דער גלות

און עין יעקב מס' סוטה דף ל"ד ואמר רבי חמא ברבי חנינא, פארוואס איז בהאלטען געווארען די קבר פון משה רבינו?, ווייל הקב"ה האט געוויסט אז דער בית המקדש וועט חרוב ווערן, האט דאך געקענט זיין אז אידען וועלען דאן גיין צו זיין קבר, און זיי וועלען אים זאגען "משה רבינו שטיי און בעט פאר אונז",
און משה רבינו וועט אויפשטיין און מבטל זיין די גזירה ווייל צדיקים זענען מער באליבט במיתתן מער ווי ווען זיי האבען געלעבט.
און אזוי טרעפסטו, ווען אידען זענען געווען און מדבר און געמאכט דעם עגל, האט הקב"ה געזאגט פאר משה אז ער וויל זיי פארטיליגען,
וויפיל צדיקים זענען געווען און יענם דור און וויפיל חסידים; משה, ואהרן, ויהושע, אלדד, ומידד, ושבעים זקנים, ושאר חכמים ותלמידים, און דער אייבישטער האט נישט מבטל געווען די גזירה נאר וועגען משה רבינו.

און דער בינה לעתים פרעגט וואס איז די ראיה פון ביים חטא העגל דארט האט דאך משה רבינו געלעבט.
ענפערט ער א דבר חידוש "אז עס איז א דבר פשוט אז א צדיק קען מער אויפטיען לאחר פטירתו פון ווען ער לעבט, ווייל לאחר פטירתו נעמט זיך צאם אלע שלימות פונעם צדיק" נאר וואס מהאט געוואלט ברענגען א ראיה אז משה רבינו איז געווען דרכו בחייו צו מבטל זיין גזירות מער פון אלע צדיקים שבדורו, און נאכדעם וועסטו אליינס וויסען אז כ"ש לאחר פטירתו. און ממילא האט מען באהאלטען די קבר פון משה רבינו, "און איה"נ די אנדערע צדיקים וואלטען ווען אויך געקענט מבטל זיין די גזירה" אבער די אידען וועלן נישט גיין צו זיי ווייל מען האט נישט געזעהן בחייהם אז זיי זענען עוסק און ענין פון ביטול גזירות.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

צינדען ליכט ביי א ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

צינדען ליכט ביי א ציון

און ספר מסעות בנימין שרייבט ער אז עס איז א מנהג ישראל צו צינדען ליכט אויף קברי צדיקים,

און די משנה און ברכות (פרק ח') "אין מברכין לא על הנר ולא על הבשמים של מתים"און די גמרא דארטען איז מפרש אז די ליכט זענען אנגעצינדען געווארען לכבוד הנפטר.

און פרקי דר"א (פרק ל"ו) שטייט ווען אברהם אבינו איז אריין און מערת המכפלה האט ער געזעהן אדם און חוה ליגען אויף זייערע בעטן, "און ליכט ברענען לעבען די בעטען

ווען משה רבינו איז געגאנגען אויפען הר ההר צו באגראבען אהרון הכהן שטייט אויך און חז"ל אז ער האט געטראפען א מערה מיט א אנגעגרייטער בעטל און א ליכט ברענען.

ווי שוין דערמאנט, האבען קברי צדיקים א קדושה, און לפי דברי החת"ס (בשו"ת חלק ששי סי' דאיז א בית הקברות דומה צו א בית הכנסת, איז דא אויך נוגע אפאר טעמים אויף צינדען ליכט און א ביהמ"ד.

און מען ברענגט פון פסיקתא דר' כהנא וואס דארטען שטייט אויפען פסוק און ישעיה (כ"ד ט"ו) "על כן באורים כבדו ד'" וויאזוי איז מען אים מכבד? "מיט די ליכט וואס מען צינד און בתי כנסיות, און יעדען פלאץ לכבוד הקב"ה". זאגט הקב"ה "צינט אן פאר מיר ליכט, כדי איך זאל היטען אייער נשמה וואס איז צוגעגליכען צו ליכט, אזווי עס שטייט און פסוק "נר אלקים נשמת אדם".

און מען ברענגט אז און תרגום יונתן אויפען אויבער דער מאנטען פסוק איז דא א ראיה אז מען רעדט פון צינדעל ליכט ביי קברי צדיקים, ווייל דער תרגום יונתן טייטשט, על כן באורים כבדו ה, "וועגען דעם ווען עס קימט א ליכטיקייט פאר צדיקים ווערט עס אנגערופן קדם ה".
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

אנצייכענען ווי צדיקים ליגען- כדי מען זאל מתפלל זיין דארט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

אנצייכענען ווי צדיקים ליגען- כדי מען זאל מתפלל זיין דארט.

חז"ל פארציילען, ריש לקיש האט אנגעצייכענט די קברים פון די חכמים (און מס' בבא מציעא דף פ"ה ע"ב), רב בנאה האט אנגעצייכענט די מערות קבורה פון די אבות הק' (בבא בתרא דף נ"ח ע"א), שטייט און הגהות ר' יעקב עמדין, אז זיי האבען נישט אנגעצייכענט כדי די כהנים זאלען וויסען ווי נישט צו גיין, ווייל קברי צדיקים אזווי די אבות הק' זענען נישט מטמא*, נאר זיי האבען אנגעצייכענט דאס פלאץ כדי אז אידען זאלען וויסען ווי צו גיין צו מתפלל זיין אויף זייערע קברים.
און דער זעלבע זאגט אויך דער רש"ש אז די טעם וואס ריש לקיש האט אנגעצייכענט, איז אז די באזוכער זאלען דערקענען די פלאץ ווי צו מתפלל זיין.

עס שטייט און מדרש (רבה בראשית פ"ב פ"י) אויפען פסוק "ויצב יעקב מצבה" האט ר' שמעון בן גמליאל געזאגט אז מען מאכט נישט קיין נפשות (א ציון) פאר צדיקים, ווייל זייערע דברי תורה דאס איז זייער ציון.

פרעגען אלע מפרשים אז ר' שמעון בן גמלאל דרשנט אויפען פסוק פונקט פארקערט ווי עס שטייט, ווייל און פסוק שטייט דאך אז יעקב אבינו האט יא אוועק געשטעלט א מצבה אויף די קבר פון רחל.

ענפערט דער מלבי"ם אז און מדרש שטייט דארט ווייטער די טעם פארוואס יעקב אבינו האט באגראבען רחל אינמיטען וועג, "כדי די אידען זאלען דארט אדורך גיין ווען מוועט זיי פארטרייבען און גלות, און זיי זאלען דארטען מתפלל זיין", זאגט דער מלבי"ם אז דאס וואס ר' שמעון בן גמליאל דרשנט אז מען מאכט נישט קיין מצבה, איז נאר אז מען מאכט נישט פאר די טובה פונעם צדיק, ווייל ער ברויך דאס נישט, ווייל זיינע דברי תורה אוז פאר אים גענוג, נאר דאס וואס יעקב אבינו האט דארטען געלייגט א מצבה, איז נאר אז די אידען זאלען וויסען ווי צו מתפלל זיין. און דער ש"ך על התורה זאגט נאך מער אז ביי שרה און רבקה שטייט נישט אז מען האט געשטעלט א מצבה, ווייל דער גאנצער טעם פון די מצבה דא איז געווען אז די אידען זאלען וויסען ווי זיי דארפען מתפלל זיין.

אפשר קען מען מוסיף זיין אז עס איז דא א ראיה אויף דעם און פסוק, ווייל דער פסוק פירט דאך אויס, " ויצב יעקב מצבה על קברתה הוא מצבת קברת רחל עד היום", און עס איז א דבר פלא און די גאנצער תורה שטייט דער לשון עד היום "הזה", און נאר ביי דריי פלעצער שטייט עד היום און עס שטייט נישט הזה, ואולי קען מען זאגען אז עד היום הזה איז אדריש פון עד היום, ווייל עד היום הזה מיינט ביז היינט משא"כ עד היום וואס עס שטייט ביי די מצבה פון רחל מיינט אז יעקב אבינו האט אוועק געשטעלט די מצבה, ביז יענעם טאג, דהיינו דער טאג וואס עס וועט צוניץ קימען, און פון דעם דרשענט ר' שמעון בן גמליאל, אז פון דעם וואס עס שטטיט נישט עד היום הזה איז א ראיה, אז דער מצבה איז נישט פאר א זכר, נאר אז מען זאל קימען דארטען מתפלל זיין, כנ"ל בדרך אפשר.

*איבער דער ענין צו קברי צדיקים זענען יא מטמע אדער נישט, אוז גאר גאר א לאנגער שמועס פאר זיך, און עס איז שוין דא א אשכול וועגען דעם ווער עס וויל מעיר זיין דערויף קען דארטען שרייבען
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=13967
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

טייבעלע האט געשריבן:דער אר"י הקדוש שרייבט אז גיין אויף א ציון וואס מען גייט נישט דארט קיין סאך איז מער מסוגל צו פוילען ווייל דער צדיק פרייט זיך אז מען קומט צו איהם און ווי באלד מען קומט נישט דארט קיין סאך איז ער שטארק מכיר טובה


ווייסט איינער א מקור צו די מימרא וואס ווערט נאכגעזאגט בשם האר"י הק'? אין אהלי צדיקים.קאם ברענגען זיי דאס פון רבי חיים וויטאל אין די הקדמה צום שער הכוונות, איך האב דאס דורכגעקוקט און נישט געטראפן דארט.

עס איז מיר א פלא די גאנצע זאך, ווייל אמאל פלעגט מען נישט וויסן דערפון, (ר' יונה לאנדא וואלט זיך מחי' געווען דערמיט, ער זאגט דאס אלעמעל נאר מסברא דנפשיה אז די פלעצער וואו מ'גייט ווייניג זענען זיי מכיר טובה).

דאס איז אמאל זיכער אז די נשמות זענען מכיר טובה אז מ'קומט מתפלל זיין, אזוי שטייט קלאר אין ספר חסידים סימן ת"נ, אבער איך רעד פון דעם חלק אז עס איז א גרעסערע סגולה ביי אזא פלאץ וואו מ'גייט ווייניג.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעמער האט געשריבן:
משה'עלע האט געשריבן:גיין און מקוה פאר מען גייט צו א ציון

מען פלעגט גיין און מקוה פאר מען גייט צו א ציון (מי שדוע לו המקור נא לשלוח פ"ה ואתקנו בשמו)

און נמוקי או"ח פונעם מונקאטשער רב (סימן תקנ"ט) שרייבט ער אז אפי' און שו"ע שטייט אז מען גייט תשעה באב צו א בית החיים, שרייבט ער אז אונזערע רבי' און אבות האבען זיך נישט אזוי געפירט, און איינע פון די טעמים איז וויבאלד תשעה באב קען מען נישט גיין און מקוה פאר דעם

ומנהג אבותינו צו גיין אין מקוה 'נאכן' זיין אויפן פעלד [בעפארדעם זיכער, מען גייט דאך יעדן אינדערפרי] און אויך נאך א לויה בר מינן.


זהו מנהג חסידים וכ"ש לפני כן ומקורו במעבר יבוק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

פישל האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:דער אר"י הקדוש שרייבט אז גיין אויף א ציון וואס מען גייט נישט דארט קיין סאך איז מער מסוגל צו פוילען ווייל דער צדיק פרייט זיך אז מען קומט צו איהם און ווי באלד מען קומט נישט דארט קיין סאך איז ער שטארק מכיר טובה


ווייסט איינער א מקור צו די מימרא וואס ווערט נאכגעזאגט בשם האר"י הק'? אין אהלי צדיקים.קאם ברענגען זיי דאס פון רבי חיים וויטאל אין די הקדמה צום שער הכוונות, איך האב דאס דורכגעקוקט און נישט געטראפן דארט.

עס איז מיר א פלא די גאנצע זאך, ווייל אמאל פלעגט מען נישט וויסן דערפון, (ר' יונה לאנדא וואלט זיך מחי' געווען דערמיט, ער זאגט דאס אלעמעל נאר מסברא דנפשיה אז די פלעצער וואו מ'גייט ווייניג זענען זיי מכיר טובה).

דאס איז אמאל זיכער אז די נשמות זענען מכיר טובה אז מ'קומט מתפלל זיין, אזוי שטייט קלאר אין ספר חסידים סימן ת"נ, אבער איך רעד פון דעם חלק אז עס איז א גרעסערע סגולה ביי אזא פלאץ וואו מ'גייט ווייניג.


דאכט זיך מיר עס איז א שער רוח הקודש, אדער שטייט עס אין שער היחודים, ס'קען זיין אין ביידע איך וועל עס נאכקוקען אי"ה ווי אומגיכען.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

דא שטייט עס אין ספה"ק שער רוח הקודש הקדמה ד'.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

נאך איבער דאס לערנען תורה פונעם צדיק פאר מען גייט צו זיין צי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

נאך איבער דאס לערנען תורה פונעם צדיק פאר מען גייט צו זיין ציון

חז"ל זאגען (און מס' בבא מציעא דף פ"ה ע"ב) רב חביבא הטא געזאגט, סהאט מיר פארציילט רב חביבא בר סורמקי, אז ער האט געזעהן א ת"ח וואס פלעגט כסדר זעהן אליהו הנביא, אז זיינע אויגען אינדערפרי זענען געווען שיין, און פארנאכטס האט עס אויסגעזען ווי סאיז געווארען פארברענט מיט פייער, האט ער אים געפרעגט וואס איז געווען, האט דער ת"ח פארציילט, כהאב געבעטען פון אליהו הנביא ער זאל מיר נעמען און די ישיבה של מעלה, האט אליהו הנביא געזאגט אז יעדעם קען ער זעהן חוץ פון ר' חייא, האט ער פארציילט אז ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטען, און כהאב געקיקט, זענען געקימען צוויי שטראלען פון פייער, און אים געשלאגען, און ער איז געווארען בלינד, דעם קומענדיגער טאג בין איך געגאנגען צום קבר פון ר' חייא, און כהאב געזאגט, "דעם רבי'נס תורה לערן איך", און איך בין געווארען אויסגעהיילט.
און דער מהרש"א איז מזביר וואס איז געווען די גרויסקייט אז ער האט געזאגט דעם רבינס תורה לערן איך, ווייל מיט דעם וואס מלערנט זיין תורה ווערט שפתותיו דובבות בקבר.

זעהן מיר פון דעם די גרויסער ענין צו לערנען דברי תורה פונדעם צדיק ווען מען גייט צו זיין ציון.

(הערת משה'לע מקען מוסיף זיין איינע פון די מפרשי המשנה און פרקי אבות, אופן משנה והעמידו תלמידים הרבה, זאגט אז א רבי האט אחיוב "אוועק צושטעלן דעם תלמוד" ער זאל זיכער מאכען אז ער האט פרנסה וכדומה, א"כ די משנה זאגט דאך אז איינער וואס לערנט פון זיין חבר אפי' איין הלכה, דארף ער אים אנרופען זיין רבי (אז ער איז מחיוב בכבודו) וממילא ווען מלערנט דעם צדיקס תורה, ווערט דאך דער צדיק זיין רבי, און מען ווערט א תלמיד פונעם צדיק, קען מען אים בעטען אז ער זאל אונז אוועק שטעלען מיט פרנסה און רפואות און אלעס וואס ווערט דארט אויסגערעכענט)
ביי ביי.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

א אינטערסאנטער מנהג און איטאליע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

א אינטערסאנטער מנהג און איטאליע

עס איז געווען א מנהג און איטאליע, אז מען פלעגט נעמען ערד פון די קברי צדיקים, און דאס אריינלייגען און און די ליפען,ארויסציווייסען א הערצה צו די צדיקים
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

ביאורי האדמו"ר האמצעי מליבאוויטש- בטעם הליכה לקברי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

ביאורי האדמו"ר האמצעי מליבאוויטש- בענין הליכה לקברי צדיקים
.
אונעם קונטרס מאמר השטתחות פונעם מיטעלען רבין ר' דובער זי"ע ון ליבאוויטש איז דא א אריכות בנוגע השתטחות אויף קברי צדיקים, מעל מיר פראבירען צו דולה זיין פנינים מעמקי המים עמוקים, פון דבריו הקדושים, בקיצור. (קרעדיט טייבעלע וואס האט מיר געשיקט דעם PDF)

עס זענען פארהאן פינעף מדרגות און דעם ענין פון גיין צו קברי צדיקים.

א) ווען מען גייט און א בית החיים, דערמאנט מען זיך פון יום המיתה, וואס דורך דעם ווי חז"ל זאגען (ברכות ה' ע"א) איז מען מכניע דעם יצר הרע, אויפען שטערקסטען אופן, וואס אפי' אויב תורה און קרי"ש ארבייטען נישט, קען מען מכניע זיין דעם יצר, דורך זיך דערמאנען פון יום המיתה, און דאס איז דער טעם וואס עס שטייט און שו"ע הל' ט"ב אז מען גייט צו א בית החיים, כדי מען זאל קענען תשובה טועין, ווייל דורך דעם וואס מען איז מכניע דעם יצר, דורך יזכיר לו יום המיתה איז גרינגער צו תשובה צו טיען.

ב) וואס שטייט אויך דארט און שו"ע, ווייל א בית החיים ווי עס ליגען דארטען צדיקים איז א מקום קדוש (ווי מיר האבען שוין געברענגט און כמה תגובות), און ממילא ווערן די תפילות גרינגער אנגענימען, און דער אדהמ"צ איז מזביר דאס וואס די תפילות ווערן גרינגער אנגענימען מיט צווי וועגען, 1 מחמת דער הייליקייט פונעם פלאץ, ווייל ווי הייליגער א פלאץ איז אלס מער ווערן די תפילות אנגענומען (לציין דאוונען און א ביהמ"ד אפי' ביחיד), 2 מחמת דעם מענטש, ווייל אזא פלאץ האט א השפעה אויף א מענטש אז ער ווערט נתעורר צו דאווענען, און ער דאווענט מיט מער כוונה, ע"כ ווערן זיינע תפילות מער אנגענומען, ווייל א ווי מער כוונה עס איז דא און די תפילה ווערט די תפילה מער אנגענומען.

ג) אויב מען גייט צו א קבר פון איינעם וואס מען האט געקענט, וואס האט זייער וויי געטועהן בשעת ווען יענער איז אוועק, למשל צום קבר פון זיין טאטען, אדער ח"ו צם קבר פון זיין זוהן, (וואס אע"פ וואס חז"ל זאגען גזירה על המת שישתכח מן הלב, עכ"ז) ווען מען קומט צו זיין קבר ווערט נתעורר ביי דעם מענטש די גאנצע צער און אבילות וואס ער האט געהאט ווען יענער איז נפטר געווארען, און דער מעלה פון דעם איז, ווייל דאס וואס הקב"ה גיבט פאר א מענטש יסורים, אפי די שווערסטע יסורים בבני חיי ומזוני, איז דער טעם כדי דער מענטש זאל ווערען צובראכען, און ער זאל קענען גרינג תשובה טוען מיט א תשובה שלימה, ווייל דער עיקר טעם וואס סאיז שווער פאר א מענטש תשובה צו טיען, איז וועגען די גאוה און גסות הרוח (בבחינת שלום יהיה לי כי בשרירת לבי אלך) אבער ווען דער מענטש איז צובראכען, קען ער גרינגער צו קימען צו תשובה שלימה, און ממילא ווען מגייט צו אזא קבר וואס איז אים מעורר צער, ברענגט דאס דעם מענטש ער זאל קענען קומען גרינג צו תשובה שלימה.

(הערת משה'עלע ולפי הנ"ל קומט אויס א אינטערסאנטער אופן וויאזוי מקען פויעלן ישועות ביי קברים, והיינו אז ח"ו הקב"ה שיקט א צרה פאר א מענטש, כדי ער זאל זיין בצער, און קענען קומען צו תשובה, קען ער אבער אנשטאט דעם גיין צו א בית החיים ווי עס ליגען קרויביו, און זיך מעורר זיין לבכיה ולאבלות, און מיט דעם וועט ער האבען דער צער וואס וועט אים מעורר זיין צו תשובה, און ער וועט שוין נישט דארפען האבען קיין צרות חוץ דעם)

ההמשך יבא בס"ד
ביי ביי.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

ביאורי האדמו"ר האמצעי מליבאוויטש- קברי צדיקים- ח"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

ד) כדי צו פארשטיין די פערדע מדריגה, מוז מען מקדים זיין וואס דער אדהאמ"צ איז מבאר שפעטער בתוך הדברים, "דער ענין און מעלה פון גיין צו א צדיק ווען ער לעבט".

און דאס איז תוכן דבריו, דער ענין צו גיין צו א צדיק ווען ער לעבט, אוז כדי א מענטש זאל קענען צוקימען צו יראה עילאה, וואס דאס איז יראה וואס א מענטש האט מחמת בושה, און דער בושה קומט צו א מענטש, ווען ער פארשטייט זיין קליינקייט, אנקעגען וואס ער ווייסט די גרויסקייט און הייליגקייט פון דעם צדיק, און בפרט אז ער ווייסט אז דער צדיק ווייסט זיינע מחשבות, איז ווען ער גייט צום צדיק און ער איז זיך מתבונן און דעם, ווי קליין ער איז כלפי דעם צדיק, און אז דער צדיק ווייסט זיין קליינקייט, כאפט אים אן א געוואלדיגע בושה, עד כדי כך – אז ער קען זיך נישט אויפמאכען דאס מויל צו רעדען, פאר בושה.

און דורך דעם קען א מענטש צוקימען צו יראה עילאה פונעם הייליגען באשעפער, (לכאורה מיינט ער, א' אז דער מענטש זעהט וויפיל בושה ער האט פון א בשר ודם, מאכט ער זיך דעם ק"ו פאר כביכול, ב' ווען א מענטש איז שוין מכיר אז ער איז גארנישט איז אים גרינגער דאס צו האבען כלפי כביכול [און מען קען דא מציין זיין די גמרא (ברכות כ"ח ע"ב)וואס ר' יוחנן האט געזאגט קודם פטירתו, פאר די תלמידים וואס האבען אים געבעטען א ברכה האט ער געזאגט יהי רצון שתהא מורא שמים עליכם כמורא בשר ודם אמרו לו תלמידיו עד כאן אמר להם ולואי תדעו כשאדם עובר עבירה אומר שלא יראני אדם])

און אזוי דרשענען חז"ל ווער סאיז זיך מדבק צו א חכם, איז כאילו ער איז זיך מדבק צו די שכינה, (על דרך הנ"ל אז דורך זיך מדבק זיין צום חכם, קימט מען צו צי יראה עילאה, און באמת קען מען דא ברענגען דאס וואס חז"ל דרשענען (קידושין נ"ז ע"א ועוד) אתד' אלקיך תירא, דער "את" קומט מרבה זיין אז מדארף מורא האבען פון ת"ח און דער פסוק איז עס מדמה צו יראה פון כביכול)

און מיט דעם וואס א מענטש קימט צו צי יראה עילאה, וואס דאס איז איין זעהן ווי קליין ער איז, קימט א מענטש צו צי תשובה עילאה.

המשך יבא בס"ד
ביי ביי.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

זמני השתטחות על קברי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

זמני השתטחות על קברי צדיקים

און ספר שפתי קודש, ברענגט ער אז ער האט געהערט בשם הק' ר' אורי מסטרעליסק ז"ל, אז אויב גייט מען פיר מאל א יאהר צום קבר פון א צדיק וואס ער האט איסם געקענט ביים לעבען, ווערט עס גערעכנט ממש, כאילו דער צדיק שמועסט מיט אים.

און די פיר מאל זענען.
כ"ח אלול- די יאר צייט פונעם צדיק- ער"ח ניסן - און ר"ה.

(ולא הבנתי אי הכוונה לער"ה, או לר"ה גופא, דאפשר דערב דר"ח ניסן קאי גם על ר"ה)
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

ביאורי האדמו"ר האמצעי מליבאוויטש-קברי צדיקים-ח"ג-המשך מדריגה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

המשך מדריגה ד'

און הוא הדין, ווען מען גייט צו א ציון פון א צדיק, וואס ער האט אים געקענט ווען דער צדיק האט נאך געלעבט, כאפט אן פאר דעם מענטש די זעלבע בושה ווי ווען דער צדיק האט געלעבט, ווייל ער קען זיך מצייר זיין דאס וואס ער האט געשפירט מיטען גיין צום צדיק ווען ער האט נאך געלעבט.

און נאכמער ווען ער ווייסט אז דער נפש פונעם צדיק איז דארט ביי דעם ציון, און דער נפש פונעם צדיק איז נאך צוגעקימען צו נאך מער שלימות לאחר פטירתו אזווי חז"ל זאגען אז צדיקים זענען גרעסער לאחר פטירתן ווי ווען זיי האבען געלעבט, און ער גלייבט אז דער נפש פוננעם צדיק ווייסט וואס ער טראכט, נאך אפי מער פון וואס דער צדיק האט געוויסט ווען ער האט געלעבט, קימט ער צו צי אזא בושה אז ער פילט ממש ווי ער ווערט נתבטל, און מיט דעם האט ער דעם יראת הבושה וואס וועט אים ברענגען צו תשובה עילאה, וואס איז פיל מער פון די תשובה וואס צען האט פון די אויבערדערמאנטע מדריגות.

און נאך מער, אז דורך דעם וואס ער פילט ווי ער ווערט נתבטל צו דעם ערך פונעם צדיק, קען ער זיך מדבק זיין צו א פרט פונעם נפש פונעם צדיק, און דורך דעם ווען ער איז מתפלל דארטען, וועט זיינע תפילות ארויףגיין צוזאמען מיטען נפש פונעם צדיק, און זייינע תפילות וועלען אודאי אויפטוען.

"און דאס איז דער טעם פון די אמונה וואס אידען האבען צו גיין צו קברי צדיקים, אפי זיי זענען נישט משיג דארטען קיין גרויסע השגות"

(הערת משה'עלע, הגם דער אדמו"ר האמ"צ שרייבט דאס נאר ביי א צדיק, וואס מען האט געקענט, ווען דער צדיק האט געלעבט, זעהט אונז אויס (מיט אונזער קליינע שכל) אז עס איז געזאגט געווארען אפי' ביי צדיקים וואס מיר האבען נישט געקענט, נאר עס פעלט זיך אויס פיל מער התבונות כדי צוציקומען צו דעם, אז הגם מען זעהט טאקע אז מענטשען באקימען די אויבער דערמאנטע בושה ביי קברי צדיקים וואס זיי האבען געקענט, אבער ווען זיי גייען צו קברים פון תנאים ואמוראים האבען זיי דאס נישט, אבער לכאורה מיט אביסעל התבוננות קעגען וועם מען שטייט דא, און אז דער נפש פונעם תנא איז דא, און אז ער ווייסט וואס אונז טראכטען, און אז מען זיך מצייר וויאזוי מיר וואלטען אנגעקיקט ווען דער צדיק שטייט פארענט פון אונז ווען ער לעבט און קוקט אונז אן, ווי וואלטען מיר זיך פארשטעקט ווען מיר וואלטען יענעם געזען בחוש, און דער אמת איז אז דער צדיק קיקט אפי' לאחר פטירתו אזווי אויבען מבואר, און מחמת דעם קען מען זעהן אנשי מעלה וואס אפי' ביי קברים פון צדיקים וואס זיי האבען נישט געקענט כאפט זיי אן די אויבערדערמאנטע בושה,)

[ואולי מעג מען דא מוסיף זיין, ווי סאיז מבואר דא די געוואלדיגע בושה וואס מען דארף האבען ביי א קבר פון א צדיק, וואס אפי' רעדען דארף זיין שווער, ומכ"ש שחוק וקלות ראש, אדער ווי די מנהג איז צו כאפען א בילד צוזאמען מיטען קבר ודי שאין כאן מקומו]

המשך יבא בס"ד
ביי ביי.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

לייגען די האנט אויפען ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

לייגען די האנט אויפען ציון

דער אר"י הק' פלעגט מאכן השתטחות בפישוט ידים ורגלים אויפען ציון.

און דער מנהג איז צו לייגען א האנט אויפען ציון לשם השתטחות, און עפ"י סוד איז דער ענין דוקא מיט דער לינקע האנט. (ראיתי פעם, מי שיודע המקור יכול לכתוב פ"ה ואכתוב בשמו).
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

די מקור אויף צו לייגן די לינקע האנט איז אין ספ' ברכי יוסף סי' רכד סעי' ז'.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

נאך איבער צדיקים ווילען מען זאל מתפלל זיין ביי זייער קבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

נאך איבער דעם וואס צדיקים ווילען מען זאל מתפלל זיין ביי זייער קבר.

עס שטייט און מדרש (רבה) אז ווייל משה רבינו האט זיך מתעצל געווען צו הרגענען זמרי, וועגען דעם איז פארהוילען געווארען זיין קבר, איז הגה"צ ר' יוסף צבי דושינסק זצ"ל (בספר תורת מהרי"ץ פר' בלק) מזביר די מדה כנגד מדה פון דעם, ווייל צדיקים ווילען אז מען זאל קימען צו זייער קבר מתפלל זיין, וואס דורך דעם קענען זיי מתפלל זיין און מבטל זיין גזירות פון איבער אידישע קינדער, און משה רבינו איז געווען דער וואס זיינע תפילות האבען אלעמאל מכפר געווען אויף אידישע קינדער, איז וויל ער אודאי אז לאחר מאה ועשרים וואס גדולים צדיקים במתיתם זאל ער ווייטער קענען מבטל זיין גזירות, נאר וויבאלד ביי איין מאל האט ער נישט געטוען גענוג שנעל צו מבטל זיין די גזירה, ביי די מעשה פון זמרי, האט מען אים צוגענימען דער זכות אז מען זאל קענען קימען צו זיין קבר, און ער זאל מבטל זיין גזירות פון אידישע קינדער.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

מתפלל זיין אויף צו ניצל ווערן פון עבירות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

מתפלל זיין אויף צו ניצל ווערן פון עבירות.

עס איז דא מעשה אז הרה"ק ר' ברוך פון מעזעביז זצ"ל איז געגאנגען פאר פסח מתפלל זיין ביים ציון פון זיי זיידען דער הייליגער בעש"ט, און ער האט דארטען מתפלל געווען אז מען זאל אפגעהיטען ווערען פון א משהו חמץ, און ווען ער איז נאכדעם אוועק געגאנגען, איז ער תיכף נאכאמאל צוריק געקימען, צום ציון מתפלל זיין, און ווען מען האט אים געפרעגט איבער דעם, האט ער גענפערט, אז ער האט פארגעסען צו מתפלל זיין פאר איין איד , דאס איז דער וואסער שעפער פפון מעזביזש אז ער זאל אויך ניצול ווערן פון א משהו חמץ.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

קישען דעם ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

קישען דעם ציון

א) און זוה"ק און די הקדמה דף ד' שטייט אז ר' חייא האט זיך משטתח געווען אויפען קבר פון רשב"י, און ער האט געקישט די ערד דארט.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”