הילולא דצדיקיא האט געשריבן:על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון
אויף דעם בן יחיד זיינער עפעס געדענק איך אז ער איז געווען נישט געזונט אלץ קינד און דעריבער האט מען אים אנגעהויבן צו רופן אלטער, אדער מאך איך עפעס א טעות דא (דארף איך נאך מברר זיין)
לגבי דעם שנת (אור במילוי) דאס דאכט זיך מיר האט ר' ישראל'טשע קאסאנער געמאכט (פאסט פאר אים)
אבער אלע תלמידים האבן געקאכט אין אים
איך האב זוכה געווען צו קענען א חלק פון זיי, און ממש ווען זיי האבן גערעדט פון זייער רעבין (אפי' כמעט 70 יאר נאך די פטירה) האט זיי גערינען טרערן פון די אויגן, און זיי האבן אים באוויינט כאילו ער איז נעכטן אוועק
דעם שנת דוכציך איז נישט געווען ר' ישראל'טע, אבער ס'מאכט נישט אויס, כמעט אלע פון זיינע תלמידים זענען געווען אמשטאנד דערויף...
אז מ'רעדט שוין יא, ר' ישראל'טע האט אמאל געקענט דעם עלטער פעטער?
אן אינטרעסאנטע זאך האב'ך געזען אינעם ספר שמועה טובה, שהוציא לאור אחיו רבי משה שמואל זצ"ל (פון לאס אנזשעלעס) בשנת תש"ד, איז ער מזכיר דארט זיין ברודער דעם רבי'ן, און שרייבט דארט "שליט"א", עס כאפט א ציפ ווען מ'טראכט אריין אז ער'ז ליידער נישט לאנג דערויף נישטא געווען מער.
עס האט מיר דערציילט א איד יארן צוריק שוין, אז דער אור מלא איז געווען אמאל אויף א שב"ק אין א שטעטל, און פארגעדאווענט פארן עמוד מנחה ערב שבת, און געדאווענט מיט א קאך און א ברען בדרכו בקודש און האט זיך אנכאפענדיג אויף די שטיגן רעלסן פונעם ארון הקודש האט זיך דאס אויסגעריסן. (מעגליך כ'פארצייל נישט גוט די מעשה).
(אין וומ"ס קומט מארגן פאר א-ווי יאר יערליך א יארצייט סעודה אין ביהמ"ד סאלקא אויף היוז סט.)