רבי נתן אדלער זצ"ל אב"ד לאנדאן בעל נתינה לגר - כ"ט טבת תר"נ
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רבי נתן אדלער זצ"ל אב"ד לאנדאן בעל נתינה לגר - כ"ט טבת תר"נ
דעם קומענדיגער דינסטאג פרשת בא, כ"ט לחודש טבת - ערב ראש חודש שבט - ווערט 125 יאר, זייט די פטירה פונעם ערשטן הויפט-רב פון גרויס-בריטאניע, וואס האט געוואוינט בעיר הבירה לאנדאן, און פון דארט אנגעפירט אלע אידישע אקטיוויטעטן מיט א פעסטע האנט אן קיינע פשרות, הגאון הגדול והצדיק רבי נתן בן רבי מרדכי הכהן אדלער זצ"ל בעל מחבר ספר "נתינה לגר" אויף תרגום אונקלוס על התורה.
רבי נתן אדלער, וועלכער איז באקאנט אלס "רבי נתן אדלער השני" (אדער "טשיף-ראביי נתן מארקוס אדלער" אויף די ענגלישער שפראך), איז געווען פון דער משפחה פון הגה"ק רבי נתן אדלער זי"ע פון פראנקפורט, דער רבי פון הייליגן חתם סופר זי"ע. ער איז געבוירן כ"א טבת תקס"ג אין די שטעטל האנאווער (הנובר) אין דייטשלאנד, וואו זיין פאטער איז געווען די שטאטס-רב.
נאך זיין חתונה איז ער געווארן אויפגענומען אלס דיין אין זיין היימשטאט הנובר, און שפעטער אלס רב. אין יאר תקפ"ט איז ער אריבער קיין אולדנבורג, צפון דייטשלאנד, וואו ער איז אויפגענומען געווארן אלס רב ואב"ד. א יאר שפעטער איז ער צוריק געקומען צו זיין היימשטאט הנובר, וואו ער איז געווארן הויפט רב פון די גאנצע מדינה.
אין יאר תר"ב האט זיך פארמירט די גרויסע אידישע קהילה איבער גרויס-בריטאניע, וואס האט געהאט קלענערע קהילות צעזייט און צעשפרייט איבער גאנץ בריטאניע, און עס איז געזוכט געווארן א פאסיגער קאנדידאט, וואס זאל קענען אנפירן אזא ברייטער אפאראט, צו וואס מ'האט געדארפט זיין חוץ א גרויסע תלמיד חכם ופוסק, אויך א געוואלדיגער חכם ונבון. קענען שפראכן, זיין באהאווענט אין ידיעות העולם, און קענען פארטראגן פארשידענע מיני מענטשן וכדומה.
אויף די ליסטע פון די קאנדידאטן זענען ארויף 13 קאנדידאטן. פאר אונז זענען באקאנט בלויז 4 פון זיי: הגאון רבי שמשון ב"ר רפאל הירש זצ"ל, הגאון רבי בנימין צבי אויערבאך זצ"ל, הגאון רבי הירש הירשפעלד זצ"ל און הגאון רבי נתן הכהן אדלער זצ"ל. באלד נאך סוכות תר"ה זענען פארגעקומען די וואלן, ביי וועלכע 135 קהילות (בתי מדרשים) איבער גאנץ בריטאניע האבן געהאט א זכות צו שטימען (יעדע קהילה איז איין שטימע, לויט ווי עס האט זיך אויסגעשטעלט ביי זיי), און הגאון רבי נתן אדלער האט באקומען 121 שטימעס!
אויף יענעם פסח איז הרב אדלער ער שוין אריבער וואוינען קיין לאנדאן, די הויפט שטאט פון ענגלאנד, וואו ער האט געהאט זיין דירה אין די איסט-ענד געגענט פון לאנדאן, וואס איז באלד געווארן א בית וועד לחכמים ומשם תצא תורה והוראה לישראל.
זייענדיג אויף דעם הויכן פרעסטיזשפולן אמט איז ער מיט דער צייט געווארן א מקורב למלכות, וואס האט זיך גערעכנט גאר שטארק מיט זיינ'ס א ווארט.
מכח זיין פאזיציע האט ער געמוזט ארומפארן איבער גאנץ בריטאניע, מיטצוהאלטן דעם מצב פון אידישקייט אין די אלע מקומות וואס זענען געווען תחת חסותו ומרותו. ער האט בשעתו אסאך אויפגעטאן לטובת די אידן און ענגלאנד, טוענדיג אלעס וואס מעגליך צו הייבן דעם רוחניות'דיגן מצב, און בכלל דעם וואוילזיין פון דאס אידנטום. אין א באשרייבונג פון יענע צייט ווערט באטיטלס אלס "דער העכסטער תורה אויטאריטעט, נישט נאר פון לאנדאן, נאר פון גאנץ גרויס בריטאניע".
אין זיינע עלטערע יארן, ווען ער איז שוין שוואכער געווארן, איז דער הויפט-רב אסאך ארויסגעפארן צום רעזארט שטעטל "ברייטאן" הארט ביים לאמאנש קאנאל, וואו ער האט געהאט א זומער דירה. אנפאנג ווינטער תר"ן איז ער דארט געווען אויף עטליכע חדשים ברציפות צוליב זיין ערהוילונג, און איז דארט נפטר געווארן אלס זייענדיג 87 יאר, ביום כ"ט טבת.
ער איז נאך יענעם טאג געברענגט געווארן קיין לאנדאן, וואו דאס גאנצע אידנטום האט אים גאר שטארק באוויינט, שפירענדיג אז דער קרוין פון די קהילה איז געפאלן. מ'האט אים לאנגע שעות מספיד געווען. אויך האבן זיך באטייליגט ביי די לוי' מיטגלידער פון די "משפחת המלוכה", אלס רעספעקט פאר'ן "טשיף ראביי פון די אידן", ער איז געקומען לקבורה אינעם ביה"ח פון די קהילה אין ווילעסדין.

לעצט פארראכטן דורך יציב פתגם אום זונטאג יאנואר 25, 2015 8:22 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
די מצבה אויפן אידישער ביה"ח אין ווילעסדין (Willesden), ענגלאנד
http://www.findagrave.com/cgi-bin/fg.cg ... id=6133664

תולדות בעל נתינה לגר זצ"ל בגליון עלים לתרופה (פר' וארא תש"ע)
- אטעטשמענטס
-
- נתינה לגר.pdf
- (98.09 KiB) געווארן דאונלאודעד 161 מאל
תודה רבה הרב המציב. הנה אשכול עליו באוצה"ח:
http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 19&t=13617

פארוואס איז רבי נתן אדלער אלעמאל געגאנגען מיט הענטשיך?
פון ספר "גשמי ברכה" שמועות טובות מגדולי מאורי ישראל, מאת הרב שמעון הירשלער שליט"א מלאנדאן (עמ' תרמ"ט-תר"נ)
לעצט פארראכטן דורך יציב פתגם אום זונטאג יאנואר 18, 2015 2:26 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פארוואס איז ר"נ אדלער געגאנגען מיט א בלום אויף זיין מאנטל?
פון ספר "רבי שמעון חסידא" תולדות הרה"ק רבי שמעון סופר מערלוי זצ"ל הי"ד בעל התעוררות תשובה (עמ' רצז)
די פטירה פון זיין רעביצין אינעם צייטונג "הצפירה" 19 בפברואר 1891 http://jpress.org.il/Olive/APA/NLI_Heb/ ... 2&rtl=true
בנו וממלא מקומו הגאון רבי נפתלי המכונה "ד"ר הערמאן" אדלער זצ"ל (נולד בשנת תקצ"ט ונפטר בכ"ב תמוז תרע"א)
לעצט פארראכטן דורך יציב פתגם אום זונטאג יאנואר 18, 2015 3:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מצבת הג"ר נפתלי הערמאן אדלער בביה"ח בווילעסדין (Willesden)
http://www.findagrave.com/cgi-bin/fg.cg ... mann+Adler

תפילה שתיקן הגר"נ הכהן אדלער זצ"ל לאומרם ביובל המאה להולדת השר משה מאנטיפיורי ז"ל (מעתון המליץ, יום שישי 03 אוקטובר 1884)
- אטעטשמענטס
-
- NLI-Article.pdf
- (108.53 KiB) געווארן דאונלאודעד 245 מאל