בלאט 1 פון 13

רבי שמואל צבי הורוויץ מספינקא זצ"ל - כ"ז אב תשנ"ז

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2007 2:14 am
דורך טהור-עיניים
דעם שבת איז געווען דער צענטער יארצייט פון ר' הערשעלע ספינקער זצ"ל. סאצעך מער ממש נישט געגלייבט אז סישוין צען גאנצע יאר. כ'פלעג גיין כמעט יעדן שבת צו זיין טיש. כאב גוואלדיג הנאה געהאט פון זיין פשטות און ווארימקייט, אוי דער כל מקדש ליגט מיר נאך אין די ביינער.

איך וויל בעטן אז ווער סהאט עפעס אינטערסאנט צו פארציילן, עפעס אן עובדא טבא, אדער סיי וואס זאל עס מוחל זיין מיטטיילן מיטן עולם דא אין קרעטשמע, פשוט ספעלט זעך אויס אביסל חיזוק, אפילו נאכן גלעזל ביר.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2007 9:47 am
דורך יגרסהדותא

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2007 10:44 pm
דורך יוסעלע_גולם
א חבר מיינער האט יארן נישט געהאט קיין קינדער, ער האט זיך מזכיר געווען ביי ר' הערשעלע, ער האט אים געזאגט אז די דאקטאר'ן זאגן אז ער האט נישט קיין עקסטערן פראבלעם אין זיי ווייסן נישט פארוואס ער האט נישט אזוי לאנג קיין קינדער, ר' הערשעלע האט אים געענטפערט אז ער "זעט טאקע נישט" קיין פראבלעם, און יעצט וועט ער שוין געהאלפן ווערן, וכך הוא, ער האט ביז א יאר געהאט א קינד.

יא אונזער דור שפל האט נאך זוכה געווען צו עפעס ערליכע אידן. זכתו יגן עלינו.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 12:42 am
דורך טהור-עיניים
שכוח יאסל, אזא מעשה געט טאקע חיזוק אין אזעכע שווערע זמנים.

ר' שמואל צבי - וויינבערגער

געשריבן: מיטוואך יוני 25, 2008 12:21 am
דורך קרעמער
מענין לענין: היינט איז נפטר געווארן די ספינקא רביצין, אשת האדמו"ר ר' שמואל צבי הורוויץ זצ"ל.

וועמענס טאכטער איז זי געווען?

געשריבן: מיטוואך יוני 25, 2008 9:53 am
דורך מיללער
קרעמער האט געשריבן:מענין לענין: היינט איז נפטר געווארן די ספינקא רביצין, אשת האדמו"ר ר' שמואל צבי הורוויץ זצ"ל.

וועמענס טאכטער איז זי געווען?


איך מיין אז זי איז געווען א שוועסטער פאר ר' אשר יונה וויינבערגער מטעמעשוואר און ר' אלתר יצחק אייזיק וויינבערגער מטורקא ווי אויך פאר די מוטער פון הרה"צ מגאלאנטא ובורשטין שליט"א.

געשריבן: מיטוואך יוני 25, 2008 11:42 am
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:מענין לענין: היינט איז נפטר געווארן די ספינקא רביצין, אשת האדמו"ר ר' שמואל צבי הורוויץ זצ"ל.

וועמענס טאכטער איז זי געווען?


איך מיין אז זי איז געווען א שוועסטער פאר ר' אשר יונה וויינבערגער מטעמעשוואר און ר' אלתר יצחק אייזיק וויינבערגער מטורקא ווי אויך פאר די מוטער פון הרה"צ מגאלאנטא ובורשטין שליט"א.


יעצט מברר געווען אז זי איז געווען א קאזין מיט די אויבנדערמאנטע משפחה, נישט קיין שוועסטער ווי פריער געשריבען.

אגב, די רביצין פון מעליצער רבי פון וומ"ס ר' אברהם אביש הורוויץ איז אויך פון יענע משפחה.

געשריבן: מיטוואך יוני 25, 2008 2:49 pm
דורך שאץ מאץ
דע ספינקא רעבעצן'ס טאטע האט געהייסן ר' בעריש,
איר שוועסטער איז די אשוי'ער רעבעצן,
ר' בעריש האט געהאט א ברודער געהייסן ר' אלעזר, ר' אלעזר איז געוועהן די טאטע פון די רעבעצן אמה של גאלאנטע ובורשטין,
זייער נעפיו איז געוועהן ר' אשר יונה פון טעמעשוואר,
מעליצע רבי איז א איידעם ביי ר' אשר יונה,
אויך בערסעמינער רב ז"ל ר' מיכל איז א איידעם ביי ר' אשר יונה,
ר' אשר יונה איז א פארצווייגטע משפחה פון 13 קינדער בלעה"ר.

געשריבן: מיטוואך יוני 25, 2008 3:09 pm
דורך מיללער
שאץ מאץ האט געשריבן:דע ספינקא רעבעצן'ס טאטע האט געהייסן ר' בעריש,
איר שוועסטער איז די אשוי'ער רעבעצן,
ר' בעריש האט געהאט א ברודער געהייסן ר' אלעזר, ר' אלעזר איז געוועהן די טאטע פון די רעבעצן אמה של גאלאנטע ובורשטין,
זייער נעפיו איז געוועהן ר' אשר יונה פון טעמעשוואר,
מעליצע רבי איז א איידעם ביי ר' אשר יונה,
אויך בערסעמינער רב ז"ל ר' מיכל איז א איידעם ביי ר' אשר יונה,
ר' אשר יונה איז א פארצווייגטע משפחה פון 13 קינדער בלעה"ר.


א דאנק הרב משאץ פאר די קלעריפיקעישאנס.

איך זעה דא דריי קינדער פון אייין טאטע;
1) ר' בעריש וויינבערגער אביהם של הרבנית מספינקא ואשוי
2) ר' אלעזר וויינבערגער אביה של הרבנית מפאדהייץ (אבי הרבנים מגאלאנטע ובורשטין)
3) ? אבי ר' אשר יונה וויינבערגער והרב מטורקא

וויאזוי האט זייער טאטע געהייסן?

דער ר' אשר יונה איז געווען א רב אין טעמעשוואר נאך די קריג, מ'האט אם גערופען דער 'דרייצענער' ע"ש זיינע דרייצן קינדער, כידוע האט מען פון טעמעשוואר נישט דעפארטירט אזוי ארום איז ער מיט די משפחה ניצל געווארן ביים קריג, נאך די מלחמה האט ער קודם געוואונט אין וומ"ס און שפעטער אין אר"י ווי ער איז געווען מזקני חסידי וויזניץ.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2008 1:47 am
דורך ביקסאד
מ'בעהט זייער יעדן איינעם וואס ווייסט נישט, זאל זיך ביטע נישט אנרופן.

ר' אלעזר ב"ר נתן נטע זאב [נפטר מוצאי יוה"ק תרצ"ז ומנו"כ ב'חוסט] זוגתו חיה שפרינצא ב"ר אשר יונה הי"ד, יו"ח:

א) ר' ישכר דוב בעריש נפטר ב' חשון תש"א, מכל יו"ח נשארו אחר המלחמה הרבנית מספינקא ז"ל ויבלחט"א הרבנית מאשוי, פאר מער אינפארמאציע קאנט איר נאך זוכן בסוף ספרי התפארת צבי.

ב) ר' אלטר יצחק אייזיק מ'טורקא נפטר י"ג ניסן תשל"ד, http://kevarim.wordpress.com/2008/05/23 ... einberger/

ג) ר' אשר יונה מ'טעמעשוואר,

ד) הרבנית ריזל נפטרה כ"ג תשרי (שמחת תורה) תשס"ג, אמם של גאלאנטא ובורשטין.

ה) חתנם ר' אלימלך מיללער.

ו) עס זענען געווען נאך קינדער, פאר מער אינפארמאציע קאנט איר נאך זוכן בסוף ספר אהל ברוך הוצאת תפארת אבות בורשטין, צו באקומען אין די ספרים געשעפטן מכירה הראשית אצל בימ"ס אמרי שפר.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2008 9:59 am
דורך מיללער
יישר כח הרב מביקסאד פאר די דעטאלן וועלכע זענען כמבון געווען פארמישט ביים פרידערדיגען פראבע.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2008 1:13 pm
דורך יאסל
זאג ביקסאד ס'קיקט אויס אז די האסט א ספינקא נשמה!
איז וואס איז געווען פשט אז ר' הערשעלע איז טאקע געקומען נאכן קריג קיין סאטמאר?
לית מאן דפליג אז סאיז דאן געווען גאר א גרויסער חידוש נישט אזוי?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2008 1:23 pm
דורך ביקסאד
איר קאנט זיך ווענדן צו מיר פערזענליך וועלן מיר שמועסן פון דעם און נאך אנדערע פארשידענע ענינים.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2008 6:17 pm
דורך יאסל
ביקסאד האט געשריבן:איר קאנט זיך ווענדן צו מיר פערזענליך וועלן מיר שמועסן פון דעם און נאך אנדערע פארשידענע ענינים.

פארוואס רבי ווילט איר עס נישט אדרעסירן אין פובליק אז מרעדט בדרך כבוד זע איך נישט קיין שום פראבלעים אדרבה ס'קען גאר ארויסקימען אכבוד דערפון
אגב כ'האב דיר געטרייט צי קאנטעקטען אין אישית אבער אן ערפאלג

געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2008 6:21 pm
דורך ביקסאד
אנטשולדיגט ערשט איצטער באמערקט און צוריק געשיקט אן אנטווארט.

געשריבן: זונטאג יוני 29, 2008 4:01 am
דורך שאץ מאץ
יאסל! אמת ס'איז א חידוש אבער אין פאקט איז ר' הערשלע געוועהן א שטארקע שכל הישר, ער איז געקומען אהער, און געזעהן אז דער עתיד און די היימישטסטע פלאץ איז סאטמאר האט ער זיך צוגעשטעלט אהין, פארוואשע נישט?

געשריבן: זונטאג יוני 29, 2008 3:51 pm
דורך יאסל
איך מיין אז ס'האט ענדערש צי טון מיט צידקות אין התבטלות, ווי איידער שכל הישר וואס דאס דארף מען אויך האבען.
אזוי צי אזוי איז דאס געווען א חידוש וואס מ'טרעפט זעלטען.

געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2008 7:53 am
דורך farshlufen
ר' הערשעלע האט געזאגט אויף דעם א משל מיט א פענסטער, איך געדענק עס נישט פונקטליך.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 18, 2008 4:11 pm
דורך פרינץ
לכבוד די הילולא קדישא וואס דערנענטערט זיך שוין, אביסעלע מעשיות ווער האט אין קאמער, ווערט געבעטן ארויסצוגעבן.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 8:21 pm
דורך שאץ מאץ
זיין שוואגער ר' משה שמידמאן פלעגט אלץ זאגן,
אויסער זיין ערלכיקייט צדקות ופרישות, בין איך מפליא זיין שכל הישר....

ער האט געהאט א זעלטענע גלייכן צוגאנג צו יעדע זאך,
און טאקע דערפאר האבן זייער אסאך מענטשן זיך געשפירט באקוועם זיך דורך צו רעדן יעדעס ענין מיט אים,

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 1:05 pm
דורך scy4851
איך געדענק נאך פונעם אלטען בית מדרש, זיין שוואגער פלעגט דאווענען יום הקדוש ביי איהם און וויליאמסבורג, [איך האב געהאט א סיט דארט און נישט פארפעלט ביז צים לעצטען יום הקדוש דארט]

מיר האבען געוואוינט מיט ר' הערשעלע ז"ל אויף איין גאס און דער איסטסייד.
מיין טאטע ע"ה איז געווען זייער נאנט מיט איהם און האט איהם זייער מחשב געווען, און פלעגט איהם כסדר געבען, אדער מאנכע מאל שיקען דורך אנדערע, געלט. ער פלעגט זיך אלטס באדאנקען און אסאך מאל פלעגט ער באדאנקען בכתב. [עטליכע פון די בריף ליגען ביי מיר]

שפעטערע יאהרן ווען מיין טאטע איז שוין נישט געווען געזינט [מיין טאטע איז געווען קראנק 17 יאהר], ווען איך בין נאר געקומען צי איהם, איז די ערשטע זאך, נאך איידער אפילו נעמען דעם קוויטעל, האט ער זיך נאכגעפרגט וואס מיין טאטע מאכט.
ער איז איינמאל אפילו געקומען קיין מבקר חולה זיין מיין טאטען

*

מיט א 23 יאהר צירוק איז מיין שווער ע"ה אדורך געגאגען בייפעס סארדזשערי. זיין קעיס איז געווען זייער סכנה'דיג, ווייל ער האט געליטען אויף קידני פעיליער, און ער איז געווען אויף די'אליסיס, ממילא האט דאס גורם געווען מערערע קאמפליקעישאנס. ער איז טאקע בשלום אדורך, אבער לכבוד די קאמפליקעישאנס, איז ער געווען 7 וואכען און שפיטאל נאכען אפעראציע ביז ער איז היים געקומען.

א פאר טעג פאר דער אפעראציע, בין איך געווען מזכיר זיין, און מיטגעקומען מיט מיר איז מיין שווער'ס ברידער. ער האט געהאט געוואוינט און באלטימאר, און דא און אמעריקא האט ער נאך ר' הערשעלע נישט געזעהן.
מיר שטייען און פאדער שטוב ווארטענדיג אריין צי גיין, און דער פעטער דערציילט
אן אינטערעסאנטע עפיזאד.

ער איז נאך די מלחמה געווען ציזאמען און לאגער מיטען ביקסאדער רבי. מעהאט איהם גערופען צדיק'ל. ר' הערשעל איז איין מאל געקומען באזיכען דעם ביקסאדער רבין. ר' הערשעלע איז נאך דענמאלטס געווען גאר יונג, און מיין פעטער, ווען ער האט איהם געזעהן קומען, איז געווארען זייער איבעראשט. עפעס זיין צורה, האט געמאכט א געוואלדיגען רושם אויף איהם. א שטארק איידעלע צורה, און מעהאט געקענט זעהן דאס יראת שמים אויסגעגאסען אויף זיין פנים.

ער גיט א פרעג דארט איינעם, ווער איז דאס דער יונגערמאן.
און יענער ענטפערט איהם אז דאס איז דער ספינקער רבי, און נעמט קלאפען פאר מיין פעטער אויף די פלייצע...די וועסט נאך אמאל שטיין ביי זיין טיר און אמעריקא.

און יעצט, האט מיין פעטער אויסגעפירט, איז מקוים געווארען דאס נביאות פון יענעם יוד.

ווען מיר זענען אריין, האט מיין פעטער דערציילט בקיצור דער מעשה,
איך געדענק וויא ר' הערשעלע האט זיך צישמייכעלט און געשמועסט דערנאך מיט מיין פעטער וועגען יענע תקופה און די פליכטלינגס לאגערען.

ווען מיין שווער ע"ה איז בשלום אהיים געקומען פון האספיטעל האב איך געריפען קיין וויליאמסברג מודיע זיין.
ביינאכט בין איך געפארען קיין וויליאמסבורג, און אזוי וויא כ'האב איבעגעטרעען די שוועל פון ר' הערשעלע'ס ספרים שטוב, האט ער אויפגעהויבען די הענט און מיט א פרייליכען שמייכעל הויך אויסגעריפען, 'שמחה, שמחנו כימות עניתנו מיט דער בשורה היינט'

זכותו יגן עלינו.....

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 1:12 pm
דורך יאסל
די גרעסטע חידוש ביי מיר איז זיין התבטלות פאר מרן הקדוש מסאטמאר זי"ע
וואס למרות די בעגראונד וואס ער איז געקומען האט ער נישט געקיקט אויף נגיעות וואס וואלט לכאורה געדארפט צי זיין אין זיך מבטל געווען פאר דאס אמת וואס ער האט איינגעזען

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 1:14 pm
דורך farshlufen
ר' שמחה, א ריזיגן דאנק

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 1:19 pm
דורך scy4851
יאסעל,
דאס איז טאקע געווען זיין גרויסקייט.
ווייניג וואלטען זיך אזוי מבטל, פאר איינעם ווען עס וואלט געווען אן ענין פון נגיעות אוויא דא איז געווען.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2008 7:56 pm
דורך מיללער
יא מ'האמיר דעם פארגאנגענעם שבת מעלה געווען על זכרון דעם גרויסן צדיק ר' הערשעלע, און אלע ווי איינע האבן ארויסגעברענגט מדת טובו וענוותנותו מיט א זעלטענע פשטות ושפל ברך ווי מ'האט געזעהן באשיינפערליך די פאקט אז ער האט זיך מכניע געווען כעבדא קמי' מריה פאר רביה"ק מסאטמאר זצ"ל על אף וואס די אומשטענדן פון פאר די קריג אין קראלי וואלטן עפ"י שכל דאס נישט צוגעלאזט.

אנדערע האבן מוסיף געווען אז די משפחה איז ברוגז געווען אפי' אויף אים פארדעם וואס ער איז געגאנגען צום רבי'ן אבער זיין מדת ענווה האט איבערגעוואוגען און ער האט געטאן וואס ער האט איינגעזעהן פאר ריכטיג אפגעזעהן וואס מענטשן האבן געהאט צו זאגן דערויף.

איך וואלט געוואלט בעטן די ספינקא חסידים וואס האבן זוכה געווען זיך מסתופף צו זיין בצלו ולהתחמם לאורו, אז זיי זאלן אביסל שילדערן פון זיינע עבודות וסיפורים, אויך בילדער אויב מעגליך.