רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רבי יצחק לוריא האר"י הקדוש זי"ע - ה' אב
היינט געפאלט די יארצייט פונעם הייליגן אריז"ל, וואס גאנץ כלל ישראל האלט זיך אויף זיינע ספרים און פירט זיך לויט זיינע פירונגען.
איינער האט מיר פריער צוגעוויזן א ישמח משה אין פ' בלק, ער ברענגט דארט א חלום וואס ער האט געהאט מוצאי שבועות, אז דער אריה"ק וואס האט געלעבט 34 יאר איז געקומען מתקן זיין בלעם הרשע'ס חטאים (וועלכער האט אויך געלעבט 34 יאר, כמבואר בגמ' סנהדרין), און אזוי ווי בלעם האט מחטיא געווען כלל ישראל מיט השמדה ביים בעל פעור, האט דער אריה"ק מתקן געווען דעם ענין פון השמדה, עיי"ש.
מען קען שרייבן און שרייבן פונעם אריה"ק, און ניטאמאל אנרירן דעם שפיץ גאפל פון זיינע אויפטואונגען, אויפדעקונגען אין תורת הנסתר, און טויזנטער מנהגי ישראל וואס ציען זייערע שרשים צו אים און זיינע תלמידים.
דער חיד"א שרייבט אין מדבר קדמות (מערכת א' אות כ"ו), אז דער אריה"ק האט זיכער געהאט אפר הפרה, וז"ל: אפר פרה היה לאמוראים, כמ"ש הראשונים (עי' ס' התרומה הל' אבל בפתיחה, משנה למלך פ"ג מהל' אבל סוף ה"א)... ובהכי ינוח לנו דהאמוראים היו כ"כ קדושים, והן עתה בשגם המצא תמצא מי שרוצה להתקדש ולפרוש מדרכי העולם אף שיטרח טורח גדול לא יעלה בידו, כי הטומאות חדשות גם ישנות אשר אנחנו ואבותינו בם, היו בעוכרינו, כי הטהרה מעכבת, ובכל טורח וקושי לא מסיק אלא כדמסיק תעלא – "ואני בעניותי פשיטא לי דרבינו האר"י זצ"ל היה נטהר באפר פרה ע"י אליהו זכור לטוב" ואז נחה עליו רוח הקודש להפליא – והגם כי לא ראיתי כתוב רמז מזה ולא שמעתי "לבי אומר לי שהרב ז"ל היה מעלים הדבר לרוב ענותנותו".
פאלגענד איז א העתק פון א שיעור וואס איך האב אמאל געהערט פון א חשוב'ן רב, אין די סעריע פון די שיעורים פון אירגון שיעורי תורה, און אפגעשריבן פאר אינטערסאנטקייט:
בכדי שלא יאמר אדם: איני מתנהג עפ"י שיטת האר"י, שדבריו המה לבעלי מדריגה. איזיל ואחשוב כמה ענינים שכל בני ישראל מתנהגין עפ"י האריה"ק בכל יום. א'] כתב הרמ"א שיאמר פסוק שמע ישראל לפני התפילה בכדי שלא יאחר זמן קר"ש, ועפ"י האריז"ל אומרים פסוק זה בכל יום אף כשמתפללין ותיקין ואין חשש איחור. ב'] מה שאנו אומרים הודו לפני ברוך שאמר, הוא ממנהגי האריז"ל. ג'] האריז"ל תיקן לומר פסוק "והיה ה' למלך וגו'" בעמידה לפני ברוך שאמר (אחר שאומרים ה' מלך), ואחר אז ישיר. ד'] אנו נוטלין הציצית ביד בעת ברוך שאמר כדעת האריז"ל. ה'] אומרים ה' מלכותיה קאם לעלם ולעלמי עלמיא, מטעם שכתב האריז"ל שצריכין לומר פסוק ה' ימלוך לעולם ועד שנים מקרא ואחד תרגום בכל יום. וכהנה וכהנה הנהגות אין מספר שאנו נוהגין כדעת האריז"ל.
בשלחן הטהור כתב דמי שעובר על דברי האריה"ק הללו לטבול במקוה בצפרא דשבתא בלי אונס הרי הוא עבריין, דכל מה שכתב האריה"ק שמע לא ע"י נביא ולא ע"י שרף אלא ע"י הקב"ה בכבודו ובעצמו.
עובדא ידענא שהאדמו"ר מ'פאפא זצ"ל עשה עירוב תחומין שיוכל לילך למקוה בשבת קודש, באומרו: אף שאין מערבין אלא לדבר מצוה, הלא מצוה לשמוע דברי חכמים! וכיון שהאריז"ל כתב שיש חיוב טבילה בשבת קודש, שפיר דמי לערב על זה. [עד כאן פון יענעם בעל דרשן].
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
-----
איך בין נייגעריג אויב דער אריז"ל האט איבערגעלאזט דורות. איך ווייס אז ער האט געהאט א זוהן א 'ינוקא' וואס האט מגלה געווען סודות און נפטר געווארן גאר אינג, איך געדענק אבער נישט אויב אנדערע קינדער זענען יא געבליבן.

קרעמער האט געשריבן:איך בין נייגעריג אויב דער אריז"ל האט איבערגעלאזט דורות. איך ווייס אז ער האט געהאט א זוהן א 'ינוקא' וואס האט מגלה געווען סודות און נפטר געווארן גאר אינג, איך געדענק אבער נישט אויב אנדערע קינדער זענען יא געבליבן.
קרעמער האט געשריבן:איך האב געהערט פון א לאקאלן מקובל אז דער אריה"ק האט געלאזט דורות, מיר איז עס אבער געווען אינטערסאנט, נישט האבנדיג געהערט קיינמאל איינער זאל זיך פאררופן אלץ נכד האריה"ק.
אין ספר הגלגולים להאריז"ל ברענגט ער צוויי זון, ר' שלמה און ר' משה.
ווי אויך האב איך געזעהן לעצטענס אין ספר דרכי דוד תולדות מהרה"ק ר' דוד מקשאנוב בן הדברי חיים זי"ע, אז בזיווג ראשון איז זיין רעבעצין געווען א אייניקל פון עכסה די טאכטער פון אריז"ל, און ס'איז צוגעצייכענט דארט אז אין דרכי חיים ווערט געברענגט אז דער עבודת ישראל איז אויך געווען א אייניקל פון די עכסה, און ער רעכענט דארט אויס די סדר היחוס (אויב איינער האט די דרכי חיים וואלט מיר אינטערסאנט געווען צו זעהן די יחוס פון עבודת ישראל צום אריז"ל).
ווי אויך האב איך געזעהן אין ספר אוצר הגדולים פון איינעם ר' נפתלי יעקב כהן פון חיפה (געפינט זיך אין אוצר החכמה) אז דער אריז"ל האט געהאט א טאכטער וואס איז געווארן א שנור ביים הייליגן בת יוסף.
מאיר האט געשריבן:איך האב געזעהן לעצטענס אין ספר דרכי דוד תולדות מהרה"ק ר' דוד מקשאנוב בן הדברי חיים זי"ע, אז בזיווג ראשון איז זיין רעבעצין געווען א אייניקל פון עכסה די טאכטער פון אריז"ל, און ס'איז צוגעצייכענט דארט אז אין דרכי חיים ווערט געברענגט אז דער עבודת ישראל איז אויך געווען א אייניקל פון די עכסה, און ער רעכענט דארט אויס די סדר היחוס (אויב איינער האט די דרכי חיים וואלט מיר אינטערסאנט געווען צו זעהן די יחוס פון עבודת ישראל צום אריז"ל).
איינער האט מער אינפארמאציע? ס'איז מיר זייער אינטערסאנט צו וויסן... [איך בין א אייניקל פון עבודת ישראל זי"ע, און איך בין זייער נייגעריג אויב איך בין אויך א אייניקל פון אריז"ל].
מאיר האט געשריבן:מאיר האט געשריבן:איך האב געזעהן לעצטענס אין ספר דרכי דוד תולדות מהרה"ק ר' דוד מקשאנוב בן הדברי חיים זי"ע, אז בזיווג ראשון איז זיין רעבעצין געווען א אייניקל פון עכסה די טאכטער פון אריז"ל, און ס'איז צוגעצייכענט דארט אז אין דרכי חיים ווערט געברענגט אז דער עבודת ישראל איז אויך געווען א אייניקל פון די עכסה, און ער רעכענט דארט אויס די סדר היחוס (אויב איינער האט די דרכי חיים וואלט מיר אינטערסאנט געווען צו זעהן די יחוס פון עבודת ישראל צום אריז"ל).
איינער האט מער אינפארמאציע? ס'איז מיר זייער אינטערסאנט צו וויסן... [איך בין א אייניקל פון עבודת ישראל זי"ע, און איך בין זייער נייגעריג אויב איך בין אויך א אייניקל פון אריז"ל].
איך אויך אלס אייניקעל פונעם קאזשניצער מגיד און פון ר' דוד'ל קשאנוב'ער בין געווארען נייגעריג
צו וויסען וואס דא גייט פאר וזה מה שיצא.....
דעס וואס שטייט אין דרכי דוד אז המגיד מקאזניץ הי' נכד האר''י הק' הייבט זיך נישט אהן
ווייל זיין מקור איז א מקור חיים (ליקוטים על הה''ק מצאנז) ושם כתוב בשם ספר שארית נתן אז הרב מהרנ''ימקאזניץ הי' דור עשירי להאר''י הק' און דער צאזנער רב האט געקענט רעכענען אלע נעמען ביז הרבנית עכסה בת האר''י וואס איז געקומען קיין פולין.
יעצט, דער מהרנ''י האב איך נישט געוויסט ווער איז, עד שמצאתי בספר אהל נפתלי (ראפשיץ)
אות ש''ל בהערה וועגן א איד רבי נתן יחזקאל א בא''ב פונעם פני יהושע און אן איידעם ביי א מקורב פונעם קאזניצער מגיד וואס ער איז געוועהן א ת''ח און אן אויסגעשפראכענע מתנגד, און ער פלעגט קיינמאל נישט מיטפארן מיטן שווער צום מגיד. דער הייליגער מגיד האט אבער שטארק חשק געהאט צו האבן דעם ר' נתן אלץ חסיד.
איינמאל האט ער זיך פארפלאנטערט און א חקירה ספר און געזעהן אז דא מוז ער שוין צוקומען צום מגיד, ער איז געפאהרן און געזעהן אפענע רוה''ק און געווארן א חסיד.
ועי' בעשר אורות עמוד תי''ח גאנץ עהנדליך אז דער ר' נתן יחזקאל איז געווארן א יורד און דעמאלטס האט איהם דער מגיד אריינגענומען צו זיך אלס אן הכרת הטוב פאר זיין שווער און איהם אויסגעהאלטן מיט פינף רובל יעדע וואך.
רבי נתו יחזקאל האט געהאט אן איידעם רבי איסר אביו של הה''ק ר' יעקב דוד מווישגראד מגדולי תלמידי רבי ש''ל מלענטשנא (אהל נפתלי שם)
נחזור להענין של צאצאי האר''י הק', עי' בקובץ עץ חיים חלק ט' עמוד רפ''ח ווי איינער רעדט דערפון און ער ברענגט פון ערגעץ אז דער מגלה עמוקות איז געוועהן אן אייניקל דור שלישי פונעם אר''י,
אבער ער ווענדט עס אפ זאגנדיג אז עס איז נישט מסתבר ווייל דער מג''ע ברענגט אראפ דער אר''י אפאר מאל און ער רופט אים נישט זקיני עיי''ש שמאריך קצת.
- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1672
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm
קרעמער האט געשריבן:איינער האט מיר פריער צוגעוויזן א ישמח משה אין פ' בלק, ער ברענגט דארט א חלום וואס ער האט געהאט מוצאי שבועות, אז דער אריה"ק וואס האט געלעבט 34 יאר איז געקומען מתקן זיין בלעם הרשע'ס חטאים (וועלכער האט אויך געלעבט 34 יאר, כמבואר בגמ' סנהדרין), און אזוי ווי בלעם האט מחטיא געווען כלל ישראל מיט השמדה ביים בעל פעור, האט דער אריה"ק מתקן געווען דעם ענין פון השמדה, עיי"ש.
עס איז באקאנט די קושיא דערויף אז אין שבחי האר"י וכדומה, כותבי תולדות האר"י הקדוש זי"ע, שרייבן אז ער איז אלט געווען 38 בשעת פטירתו. רביה"ק מסאטמאר האט א תשובה דערויף אין שו"ת דבר"י סימן ל'. אז מען רעכנט פון די פינף יאר ווען עס הייבט זיך אן די כוח התורה, בן חמש למקרא.
ואף שהאר"י ז"ל הי' קדוש מרחם ונתמלא כל העולם כולו אורה מיום הולדו, עכ"ז לתקן טומאת בלעם צריך כח התורה (שם).
-
- שר מאה
- תגובות: 112
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:33 pm
משפחת אונגר
ראש הקהל האט געשריבן:און איינער פון הרב וועקשטיינ'ס מאמרים און ויתילדו, ברענגט ער,
אז הגה"ץ רבי יצחק שלמה אונגאר זצ"ל אב"ד חוג חת"ס האט פארציילט
אז משפחתו משפחת אונגאר זענען בן אחר בן פונעם אר"י הקדוש'ס טאכטער,
זיי האבן געהאט אזא יחוס בריוו אינדערהיים, ווייסט איינער מער פרטים?????
הפניתי דבריך לידידי הרב וועקשטיין, וזה מענתו, צירוף אחד מפרקי "ויתילדו" בענין הנ"ל.
- אטעטשמענטס
-
- משפחת אונגר ועוד - צאצאי האר''י הקדוש.pdf
- (66.8 KiB) געווארן דאונלאודעד 335 מאל
לעצטנס נפטר געווארן מרת בתי' גערטנער ע"ה אלמנת ר' זאנוויל ע"ה, עס איז געווען אנגענומען ביי איר משפחה [פון איר מאמע] אז זיי זענען מגזע האר"י הק' זצ"ל.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 741
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm
ארויפגעבראכט לרגל יומא דהילולא קדישא היום
שמעתי שהרעביצין של הרה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע היתה מצאצאי האר"י הקדוש.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
שוועמל האט געשריבן:היינט פרייטאג דברים איז די געהויבענע יארצייט פון הייליגן אר"י הק', זכותו הגדול יגן עלינו ועכי"א.
איז ער געווען א ספרדי אדער אשכנזי? זיין נאמען טראגט ביידע - לוריא אשכנזי. גם רוב תלמידיו היו מגדולי הספרדים.
דוכט זיך אז עס איז געווען א קאנעקשען מיט דעם מהרש"ל'ס משפחה
עכ"פ לוריא איז אן אשכנזי נאמען
און לויט MYT איז זיין פאטער ר' שלמה געווען א ליטוואק
- חסידישער יוד
- שר חמש מאות
- תגובות: 770
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm
קרעמער האט געשריבן:היינט געפאלט די יארצייט פונעם הייליגן אריז"ל, וואס גאנץ כלל ישראל האלט זיך אויף זיינע ספרים און פירט זיך לויט זיינע פירונגען.
מיינסט מסתמא צו זאגן די פרומע יודן. אבער דאס איז אויך נישט ריכטיג. אפילו די חוגי תלמידי הגר"א ז"ל זענען נישט אזוי כפוף צום אר"י הק' ווי אונז חסידים.
אן אינטערסאנטע זאך איז כדאי צוצוצייכענען וואס די גר"א ז"ל האט געזאגט בנוגע דעם סיפרא דצניעותא הק' אז "מקום הניח לו האר"י בזה" צו מפרש זיין דעם ספר שכידוע הרחיב הגר"א מאוד בביאור ספרא הנ"ל. [איבערגעגעבן דורך בעל הנפש החיים בהשער של ספרא דצניעותא עם ביאור הגר"א].
דאכצעך אז מ'זאגט נאך פון גר"א אז דער אר"י הק' רוב דבריו זענען דרושים נפלאים ע"פ חכמתו הנשגבה און ער - דער גר"א - פרובירט זיך צוצוהאלטן צום "פשט". [וכדרכו ב"נגלה" כידוע].
זכותם של מארי הקבלה ובראשם רבינו האריז"ל תגן עלינו.
...כי אם ליראה וגו'
- חסידישער יוד
- שר חמש מאות
- תגובות: 770
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm
דער הייליגער קאמארנער ז"ל ברענגט אז דער רבי רבי אלימלך ז"ל האט געפרעגט דעם חזן פון זאסלאב [?] וואס איז געווען א תלמיד פון בעל שם הק' ער זאל עפעס פון זיין רבי'ן. האט ער געזאגט אז דער בע"ש הק' האט געפרעגט דעם אר"י הק' פארוואס ער האט גע'דרש'נט הויכע קבלה ענינים און עס נישט מלביש געווען אין עבודה [עיין הקדמת דברת שלמה, ריש שערי היחוד והאמונה, אגרא דכלה פר' בראשית שזו היתה עבודת הבעש"ט ז"ל], האט אים דער אר"י הק' געענפערט אז ווען ער וואלט ווען געלעבט נאך צוויי יאר וואלט שוין אלעס געווען מתוקן.
נאכנישט געענדיגט...
דער חיד"א ז"ל ברענגט אז שנת של"ה איז געווען מוכן לגאולה נאר דער אר"י הק' איז נסתלק געווארן צוויי יאר פריער און דעריבער איז עס אפגעשטופט געווארן.
האב איך געקלערט צאם צו שמעלצן די צוויי זאכן...

- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
היינט פרייטיג איז די יארצייט פון רבינו אר"י זצוקלה"ה.
הצעיר,
דוכט זיך הרה"ק ר' יהושע מדוקלא אייניקל פון פני יהושע, איז געווען א אייניקל פון אריז"ל דורך זיין מאמע.
אגב, לכבוד היארצייט האב איך פונקט געזען א טייער ווארט פון רבינו זי"ע אין שער הפסוקים די וואך.
זאגט רש"י בשם חז"ל, ווען משה האט געזאגט די אידן יוסף ה' עליכם ככם אלף פעמים, האבן די אידן געזאגט: קצבה אתה נותן לברכתינו? נאר אלף פעמים? האט זיי משה געענטפערט עד כאן משלי, אבער דער אייבערשטער, ער איז ויברך אתכם כאשר דבר לכם.
איז דער אר"י הק' מפרש, צו פארשטיין וואס מיינט עד כאן משלי.
זאגט ער ס'יז ידוע אז משה האט משיג געווען ביז די נו"ן שערי בינה,
העכער ווי בינה, ד"ה חכמה און כתר האט ער שוין נישט משיג געווען (ובמאור ושמש כי תשא, פארדעם האט ער געבעטן הראיני נא את כבודך, שרצה להשיג גם החכמה שהיא כבוד).
בינה ווערט אויך אנגערופן "אלף בינה" ווי חז"ל זאגן אין שבת קד. (פון דא שטאמט דער ספר "אלף בינה" פאר קינדער).
ממילא האט משה געזאגט עד כאן משלי, דהיינו די "אלף" פעמים דאס איז משלי ווייל דאס בין איך משיג און דאס קען "איך" ענק וואונטשן.
נאר ברוב ענוותנותו האט משה געזאגט, נישט געזארגט איר קענט זוכה זיין צו סאך העכערס, אפילו העכער בינה ביז אן קיין סוף וקצבה, היינו כאשר דיבר לכם ושמתי זרעך כעפר הארץ.

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)