משפחת הורווויץ - אונסדארף - נכדי ההפלאה?

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

יהיה כן האט געשריבן:ועוד
דו זאגסט אז דער פראנקפורטער רב איז געווען א זיבעטע דור פונם הפלאה
דורך ר' צבי יהושע בן ההפלאה
לאמיר זעהן
הפלאה
בנו ר' צבי יהושע
בנו...
ר' יהודה
בנו ר' יוסף דוד
בנו ר' יהודה
בנו ר' יוסף יונה צבי הורוויץ אבד"ק פפד"מ

אלזא האבין מיר זעקס דורות ס'פעלט נאר איינס.......

אין ספר הישר והטוב פון הה"ק ר' הערשעלע ליסקער (ח"ב עמ' י"ז) איז געדרוקט א הספד אויף ר' יהודה אביו של ר' יוסף דוד, צווישן אלע זיינע שבחים און תולדות דארט, ווערט נישט דערמאנט אפילו ברמיזה אז ער איז געווען א רעכטער אייניקל פון הפלאה בא"ב, ולדבריך תמוה מאוד

די הפלא"ה האט געהאט צוויי זוהן, איינער האט געהייסן מאיר יעקב, אוועק יונג
אפשר זענען זיי אייניקליך פון אים
למה זה תשאל לשמי...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הסרפד האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:הפלאה
בנו ר' צבי יהושע
בנו...
ר' יהודה

במח"כ, ר' צבי יהושע האט געהייסן דער ר"ר שמעלקי'ס זוהן


דער הפלאה האט גראדע געהאט א זון ר' צבי הירש (בעל מחנה לוי ולחמי תודה) מ"מ אביו בפפד"מ, אבער סי'ז ווייניג משנה צום קראנטקייט פון די שמועה, (לכאורה נעמט זיך עס פון דעם פאקט אז דער פראנקפורטער רב האט דאך געהייסן הלוי איש הורוויץ און איז געווען רב אין פפד"מ, נו וועמענס פלאץ האט ער איבערגענומען, על כרחך זיין 'זיידע' דער הפלאה, ס'שטימט הערליך..... פארוואס נישט???
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

והוא פלאי האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:ועוד
דו זאגסט אז דער פראנקפורטער רב איז געווען א זיבעטע דור פונם הפלאה
דורך ר' צבי יהושע בן ההפלאה
לאמיר זעהן
הפלאה
בנו ר' צבי יהושע
בנו...
ר' יהודה
בנו ר' יוסף דוד
בנו ר' יהודה
בנו ר' יוסף יונה צבי הורוויץ אבד"ק פפד"מ

אלזא האבין מיר זעקס דורות ס'פעלט נאר איינס.......

אין ספר הישר והטוב פון הה"ק ר' הערשעלע ליסקער (ח"ב עמ' י"ז) איז געדרוקט א הספד אויף ר' יהודה אביו של ר' יוסף דוד, צווישן אלע זיינע שבחים און תולדות דארט, ווערט נישט דערמאנט אפילו ברמיזה אז ער איז געווען א רעכטער אייניקל פון הפלאה בא"ב, ולדבריך תמוה מאוד

די הפלא"ה האט געהאט צוויי זוהן, איינער האט געהייסן מאיר יעקב, אוועק יונג
אפשר זענען זיי אייניקליך פון אים

הרב יהשע הורוויטץ האט מיר געזאגט בפירוש אז ער איז א'אייניקעל דורך רבי צבי הערש בעל לחמי תודה.און די אנדערע זוהן פונעם ההפלאה רבי מאיר יעקב איז אוועק זייער יונג בחיי אביו.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום פרייטאג אקטאבער 04, 2013 2:09 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

יהיה כן האט געשריבן:איר קענט דאס מברר זיין ביי די עהרנרייך אייניקלעך וועלכע זענען זייער זייער באקאנט מיט זייער יחוס!!!, (אויב ווילסטו דוקא א פונקטליכערע אדרעס וואלט איך דיר רעקאמענדירט הרב ר' חיים צבי עהרנרייך שליט"א וועלכער איז א ידען נפלא בתולדות בית אבותיו, און איז נתגדל געווארן אצל זקינו משימלוי

ובפרט אויפן שימלויער רב זצוק"ל וועלכער איז געווען א שר התורה וכל רז לא אניס ליה, לייגט זיך נישט אויפן שכל אז ער זאל דאס נישט האבן דערמאנט ערגעץ ווי אין זיינע פילע ספרים אז זיין רעבעצין איז געווען אן אייניקל פון הפלאה און נאך דערצו א בא"ב
מאכט נישט קיין סענס
גראדע קען איך איינעם אין די משפחה וועלכער האט מברר געווען יחס בית עהרנרייך לויט די מעטריקל, וועליך אים פרעגן אי"ה אין א קומענדער געלעגנהייט


איר שרייבט "ערנרייך לויט די מעטריקל"
אין שטאט ליסקא איז פארצייכנט כדלהלן.
ר' שלמה [זלמן] ב"ר יעקב ערנרייך והאני שווארץ ממאד, בן כ"ג שנה, נשא באפריל 1 [ו' ניסן] תרמ"ד את הערמין בת ר' דוד יוסף הורוויץ ולעני רייכמאן מליסקא בהיותה בת י"ח שנה.
ר' שלמה ערנרייך מסאבראנץ ואשתו הערמין הורוויץ מליסקא הוליד את בתו מאלווין בתרמ"ה, בנו אברהם בתרמ"ז ונפטר בהיותו כמה חדשים.

הרב יהי' כן אציע לפניך כמה שאלות אם בידך.
וויאזוי האט געהייסן די שימלויע רביצין ?
ר' נתן יוסף'ס רביצין איז נאך דא?
ר' חיים צבי ערנרייך וועם דו ערווענסט מיינטסו דעם שארמאשאגערס זון?
ווי אלט האט געדארפט זיין דער ר' יודא אבי ר' יוסף דוד בעת פטירתו בשנת תרכ"ח.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

אז רבינו מוויל שליט"א פאלט אריין אויף א באזוך איז א יומא טבא לאייוועלט.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ראש הקהל האט געשריבן:כמדומה לי, שם אביו של רבי יהודה אביו של יוסף דוד היה, רבי ישעי' ז"ל.
האם ידוע אם היה לרבי צבי יהושע בנו בשם ישעי'?

מאיפה המקור? וכמדובר לעיל ששמו היה רבי צבי הירש בלי יהושע
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 8:25 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

הסרפד האט געשריבן:
שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:כפי ידיעתי זענען נכדי הפלאה ור"ר שמעלקא נכדי השל"ה אויך

איין אלטער וויכוח...

ס'איז דא די משפחת בילליצער רבני סערענטש, וואס במקורם האבן זיי געהייסן הורוויץ נאר מען האט געטוישט די נאמען ווייל מען האט געדארפט אנטלויפן פון ערגעץ
קוק דא http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=7
די זענען אייניקלעך פון של"ה בן אחר בן, און אין גבעת פינחס שרייבט ער כמה פעמים אויפן הפלאה זקיני.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הבהרת דברים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

הבהרת דברים .ס'איז דא וואס רופען דעם הפלאה'ס זוהן בשם רבי צבי יהשע.אבל טעות הוא בידם.,זיין נאמען איז געווען בלויז רבי צבי הירש ,ווייל ער האט געהאט א זוהן מיט די נאמען רבי יעקב יהשע אב"ד זאלזי'ץ וואס איז געווען א'איידים ביי הגאון רבי אפרים זלמן מרגליות זצ"ל.אבער דאס יא ,ער האט געהאט א'שוואגער (די הפלאה'ס איידים) מיט די נאמען רבי צבי יהשע בן הרבי רבי שמעלקע זי"ע. רבי צבי הירש איז געווען ממלא מקום אביו ברבנות פראנקפורט.און בעל מחבר ספר לחמי תודה ומחנה לוי. געהערט זאגען פון הרב בעריש וועבער , אז ער האט געהאט לפחות 15 קינדער פון צוויי זיווגים ,און ער האט מיר אויסגרעכענט א'גרויסע חלק נעימען דערפון, די הפלאה'ס טאטע רבי צבי הירש מטשארטקוב איז געווען א'ברודער פון רבי יוקל זצ"ל פון גלונא טאטע פון רבי איציקל האמבורגער. קומט אויס אז די הפלאה מיט ראפשיצער רב'ס זיידע רבי איציקל הנ"ל זענען געווען ערשטע קרובים.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

ר' יוסף דוד הורוויץ מליסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

דאס איז וואס איך זע אין די מאטריקל פון ליסקא בנוגע ר' דוד יוסף הורוויץ [דארט שטייט דוד יוסף].

ר' דוד יוסף [ב"ר יודא] הורוויץ ששם אשתו לעני רייכמאן מליסקא היא נולדה בשנת תר"ח, בניהם, הערמין [הענדל ריזל אשת הגאון משימלוי] נולדה בתרכ"ו [כשהיתה אמה בת ט"ז שנה], שמואל בתרל"ה, שרה בתר"ם, ה' יוסף בתרמ"ג [טעות המעתיק ששמו כשם אביו!], היינריך בתרמ"ו נפטר בן חצי שנה.
לעני רייכמאן אשת ר' דוד יוסף הורוויץ שנולדה בסיקסא בתר"ח נפטרה בתר"ן בת מ"ב שנה.

נראה שנשא ר' דוד יוסף הורוויץ שנית, כיון שננזכר שם לאחר מכן בזווגו השנית בשם "רבקה מארקאוויטש" שנולדה בסאנטעש, בניהם, לאה בתרנ"ב, אברהם בתרנ"ג, עטל בתרנ"ה.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

עדות הגה"צ ר' יהושע עהרנרייך זצ"ל בנו של הה"ק משימלוי זצ"ל ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שאלתי עתה את הר"ר ר' חיים צבי עהרנרייך שליט"א עמו"ש, אמר לי שאביו הגה"צ ר' יהושע משימלוי-ירושלים ז"ל אמר לו שחותנו של הה"ק משימלוי, הגה"צ ר' חיים דוד הורוויץ היה מיוצאי חלציו של המהר"ם טיקטין זצ"ל, ולא מן ההפלאה

הגה"צ ר' יהושע עהרנרייך יש לו אותו קורבה להר"ר יוסף דוד כמו הגה"צ ר' יונה צבי הורוויץ מפפד"מ ז"ל, בהיותו בן הה"ק משימלוי חתן רח"ד הורוויץ הנ"ל, והגה"צ מפפד"מ אביו ר' יהודה היה גיסו של הה"ק משימלוי, בנו של רח"ד הורוויץ הנ"ל
ובכן קורבת הנאמנות של שניהם שוים המה!! [וכמדומה שהר"ר יהושע הנ"ל היה קשיש מן הרב מפפד"מ]

עוד הגיד לי שהיחוס עד ההפלאה נולד ע"י בניו של הה"צ מפדד"מ והוא לא היה ידוע להם כלל וכלל, ובפרט שאביו של רח"ד הורוויץ הה"צ ר' יהודה נולד עוד בחיים חיותו של המחנה לוי בנו של ההפלאה, ואילו היה נכדו בודאי היה צריך לספר ממנו או עכ"פ לידע מזה ולהורישו לצאצאיו
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

איטשע האט געשריבן:דו געסבט אן אדרעס, פון א יוד "וואס זאגט" אז ער האט געהערט פון זיין טאטע'ן וואס האט געהערט פון זיין טאטע' דער דער רב אין פראנקפורט.

דער מקור "איז נישט" דער פראנקפורעט רב, נאר דער "אייניקל" זיינע ר' יהוש הורוויץ.
במחילת כבודך, דאס איז נישט קיין מקור.

און ווי דערמאנט דורך יהיה כן, זעהסטו אז חוץ פון דעם ר' יהושע ווייסט קיינער נישט דערפון, אזוי אויך די לאנדאנער הורוויץ משפחה - אייניקלעך פון דעם דערמאנטן פראנקפורטער רב - וויסן אויך נישט דערפון.

ותו פון די מראה מקומות וואס איז יא דא, איש "שטארק מוכח" אז עס איז נישט ריכטיג....

יעצט הרב ר"א, ברענג א בעסערע מקור, ווייל די ביז יעצטיגע מקור, איז "זייער זייער" שוואך.

"רימנובער גייט שרייבן":
אבער פרעגד ר' יהושע הורוויץ, ער לעבט, ער איז חי וקים אין בארא פארק, ער האט געהערט פון זיין טאטע'ן וואס האט געהערט וכו'.

"איטשע ענטפערט"
ווי דערמאנט, אויב דאס איז דיין מקור, איז עס זעהר זעהר א שוואכע מקור, בפרט אויב די משפחה האט געהאט מקובל "נכדי השל"ה", איז מסתבר אז זיי זענען נישט נכדי ההפלאה.....

אזוי ווי איך וויל נישט אריינגיין אין אין ענדלאזע ויכוחים, אין דעם אשכול דעריבער, בל"נ ועל איך נישט מער רעדן בזה הענין דא, אויב הרב ר"א וויל, קאנסטו עפענען א פריש/ער אשכול, וואס מען וועט זיך קענען אינטערהאלטן בסדר יוחסין שלא היו מעולם - גלייב מיר עס איז דא אסאך - עי' ביחוס השר שלום, די מאמר אין אור הצפון פון הרב קוואדראט - און מען וועט זיך דארטן אינטערהאלטן.

כט"ס

איך האב לעצטענס גערעדט מיט הרב משה הורויטץ לרפו"ש בן הרב יוסף יונה צבי אבד"ק פראנקפורט ד'מיין זצ"ל.זאגט ער מיר קלאר אז די טאטע האט עם געזאגט אז ער איז א'איינקעל פונעם הפלאה.און זיין רעבצין האט מיך געזאגט אז זיי האבען א'זון פנחס.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הגאון רבי יוסף יונה צבי הלוי הורוויץ זצ"ל אב"ד אונסדארף ופראנקפורט

RetrieveAsset.jpg
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

איינער דא האט א בילד פון די מצבה פון ר' יוסף דוד הורוויץ?
אזוי אויך די אדרעס פון די בית החיים?

זייענדיג באלד אין די דערנעבנדיגער קערעסטיר, וואלט איך מיך געוואלט אריבער כאפן צום ציון פון זיידן.

נ.ב. ביי אונז אין משפחה ווייסט מען אויך צו זאגען פון די מסורה פון ר' יי"צ זצ"ל אלס אייניקל פון הפלאה, אבער אונז זענען גאר גאר שטארק מפקפק אין דעם.
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

איך שטעל דא געציילטע שורות וואס כ'האב אפאר יאר צירוק געשיקט למומחה ידוע ומפורסם בעניני יוחסין שחיפש אצלי אודות האי משפחה, כ'האב עס דעמאלטס געשיקט בחיפזון, קורץ און נישט גוט געשריבען, ווי אויך פריוואט און אימעיל, ממילא לאז איך עס אזוי, און מ'זאל נישט הייבן ברעמען אויף מיר:

קודם אן הקדמה, כ'האב געשריבען כ'ארבערט דאקיומענטיש עובדות פון ספרים דערנאך צום יחוס, ואבאר דברי לכגון דא בכהאי גוונא:
און ספר דרכי הישר והטוב מסתמא כבר שמעתי מספר זה ספר היסוד לתולדות זקיני האך פרי תבואה מביא שם נכדו המו"ל הגה"צ רבי זאב וואלף גאלדבערגער זצ"ל דברים נפלאים
וז"ל בדף ב' ע"ב:

אאמ"ו הרב הגדול בתורה ויראה חו"פ אור נפלא ומכוסה כקש"ת מו"ה יוזעפף זצ"ל חתנו של אא"ז זצ"ל סיפר לי שאא"ז [האך פרי תבואה] זצ"ל אמר לו קודם פטירתו בזה"ל הנה אנכי הולך בדרך כל הארץ, ואמר לו אאמ"ו ז"ל למה אומר חותני כך, השיב לו, אלא מאי דוד המלך ע"ה אמר ג"כ כך, אמר לו אאמ"ו זצ"ל דוד הע"ה היה כבר בן שבעים, השיב לו אא"ז זצ"ל וכי כמה חסר לי משבעים, כאן היה דר אחד ששמו הי' ר' לייביש כשהוא נפטר אז נולדתי, אני לא הייתי אומר זאת, רק באתרא דלא ידעי ליה שרי ליה לצורבא מדרבנן למימר צורבא מדרבנן אנא (נדרים ס"ב ע"א) והוא דבר פלא.

שמעתי שהיה לפרקים מספר בשבחו של הרב ר' לייבוש הנ"ל מה ששמע עליו מזקנים שהיו בימיו, והיה נין ונכד להשלה"ק והיה מורה הוראה בעירנו. כך נרשם על מצבת קבורתו פ"נ איש ישר הולך תמים במעשיו הרבני המופלג בתורה וביראה המפורסם לשבח מו"ה יהודה ליב בהרב הגאון מו"ה ישעי'הלוי זצ"ל נפטר ט' אייר תקס"ח לפ"ק. .... עכתו"ד דרכי הישר והטוב הנצרך לענינינו.

פאר מ'הייבט אן גרובען רעגירונג דאקיומענטען. נאר אנאלעזירען דער פאר שורות בעיון רב, איז דא א געוואלד פון אינפא. און ס'איז מיר א חידוש אז צווישען טויזענטער חשובע אייניקלעך כגון בית שימלוי האט קיינער נאך נישט בייגעפאלען צו מאכען איינס מיט איינס אז ס'איז דער רעדע פון זייער ראש משפחה, משפחת הורוויץ, און אגב מיינע פאר שורות צו דיר איז דער ערשטע מאל ס'ווערט בכלל אראפגעשריבען דעיס וואס ליגט מיר און קאפ שוין היפש צייט.

לאמיר נישט רעדן פון מיין זיידע דו הייליגע ליסקא צדיק, וואס איז געוועהן דער סאמע גרעסטער רבי בימיו, און מיט אלע זיינע פעולות האט עס זיך אויסגעדרוקט אז ליסקא איז א שטאט דלא ידעי ליה...

לאמיר זיך קאציטרירן אויף הורוויץ, דאס איז א פאקט אז הורוויץ זענען לוים, און הישר והטוב בהספדו עליו נקרא יהודה סג"ל הורוויץ, דו שימלוי אייניקלעך ווייסען צוצוגעבן מער, שהיה מגזע השלה"ק. איז מיר ברור בלי שום ספק שר' יהודה הורוויץ היה נכד להרב לייבוש הנ"ל בן רבי ישעי'.

ווייסטו אויך אז זיי זענען געוועהן גאר חשובע יודען, מיט אזעלעכע טיטלען אויפן מציבה האט מען זיך נישט געווארפן בימים ההם, דאס ווייסטו אויך, והיה מו"ץ ג"כ. ולרהשכבה"ג מאונגארן הצדיק מליסקא בעל אך פרי תבואה האט זיך מיט אויף געטוען שנולד ביום שבת בבחינת בא השמש וזרח השמש.... אין לך ראיה גדולה מזה מי היו הצדיקים הללו, באקומסט אויך א גענוי נוסח מציבה, וואס איז שוין לאנג נישט דארט. היפש היסטוריש צו האבען אזאנס... און ווי אויך שטייט קלאר היחוס להשלה"ק... און ס'געבט רעכט למשפחת שימלוי שהיה להם מסורה זו... דו ווערסט געוואר יום שמת ט' אייר, און ועל כולם דו ווערסט געוואר נאך א דור ארויף, רבי ישעי'... א נאמען ידוע במשפחת השלה"ק.

יעצט לכאורה אונזער יהודה הורוויץ אביו של רבי יוסף דוד, איז לכאורה געוועהן ממש א אייניקעל, און ער הייסט נאך דער יהודה ליב, איי דער יהודה ליב נפטר תקס"ח, און כ'זעה בהספד האפ"ת עליו וכתב שם בהישר והטוב שנפטר בשנת תרכ"ח י"ב שבט פרשת בשלח, אויב אזוי איז קוים פופציג יאר פון ווען זיי זיידע איז אוועק, אויב אזוי זאך איך זאגען ער איז נאר אפשר א נעפיו פון דער יהודה ליב בן ר' ישעי'. דו תי' איז ניין, ידען כמותו יודע היטיב איטיב אז און יענע יעארן איז מען יונג אוועק, ועל כולם סמך ואון לדברי פון דער לשון פון הייליגען אך פרי תבואה בתוך הספדו עליו וזל"ק: הצדיק אבד ואין איש שם על לב מחמת שמת פתאום ולא על לב שימות... זעהסטו אז לכאורה איז ער טאקע יונג אוועק.

זעהסטו אז מ'קען האבען א בארג אינפא נאר פון ארויסהאבען ליסקא, ספרי בית ליסקא היינו הישר והטוב ליודע מההספד, ומהספר דכרי הישר והטוב, אן נוצען אדערווייל קיין שום רעקארדס, ביי מיך איז ברור כשמש בצהרים בתקופת תמוז אז כ'האב גאר גוט צוגעטראפען, און הערשט יעצט וועט מען זיך נעמען לערנען רעקארדס, וואס דער נאמען ישעי' און לייבוש איז דארט און גרויסען, דאס וועט שוין נעמען מער צייט פאר מיר, אדערווייל איז לכאורה איז דעיס אויך גוט פאר דיר, כ'מיין ביסט צו פרידען אדערווייל מיט דו רייכע אינפא.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

יישר כח!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”