ר' משה מזאלישין ז"ל וחיבוריו - כ”ט תמוז תקצ”א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

ר' משה מזאלישין ז"ל וחיבוריו - כ”ט תמוז תקצ”א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

שלום וברכה

איך האב א ההגדה של פסח מיט ספורי נפלאות אויף יידיש. און שטייט דארטן אזוי "סדר הגדה של פסח עם סיפורי נפלאות מהגאון הצדיק רבינו משה מזאלשין זצ"ל". "שנת תרנ"א לפ"ק".
ווער איז דער רבינו משה מזאלשין ? וואס איז זיין לעבן געשיכטע וכו'.
ישראל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כבוד ר' ישראל,
דא אויף היברו-בוקס איז פארהאן די הגדה אויף לשה"ק בשם 'גאולת ישראל' אויפן שער-בלאט שטייט אזוי:

"אשר קיבץ וליקט הרה"ח המפור' המנוח מה' משה זלה"ה מזאלאשין בעה"מ ספר תיקון שבת, וס' משפט צדק"


דער ספר קוקט אויס ווי עס איז געדרוקט געווארן און פיר באזונדערע דפוסים (איינס אין ברעסלויא צוויי מאל אין לבוב און איינס אין ווארשא).

דא אינעם ספר תיקון שבת הנ"ל אויפן שער בלאט שטייט אז זיין פאטער איז געווען 'הנגיד ר' גרשון מזאלאשין', עס איז געדרוקט שוין בשנת תקפ"ז.
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

זאלשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

ר' יעקב

צי ווייסט איר וואו איז די שטאט זאלשין :?: און די היסטאריע פון דער שטאט.
ישראל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ישראל,
איך האב נישט קיין מושג וואו זאלאשין איז, מען ברויך נאכגיין די פארשידנארטיגע וואריאציעס פון די אייראפעישע שטעטלעך, וועלכע האבן געטוישט זייער נאמען.

איר האט א ספעציעלע סיבה דאס צו וויסען? איך קען פרובירען אויב איז עס נוגע.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אויב איך מאך נישט קיין טעות איז א שטעטעל און גאליציע נישט ווייט פון קראקע.
כ'וועל ברענגען מיין ראיה שפעטער ביי נאכט.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

נאך מער קוקען און דעם נושא, קומט מיר אויס אז זאלאשין איז ZALESIE, א שטעטעל מעריב פון לאדזש.
נישט וויא איך האב געשריבען און מיין פריערדיגע תגובה
the SCY is the limit
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

יעקב
איך האב געוואלט וויסן וואו איז זאלשין, ווייל איך האב אריינגעלייגט אין וויקיביליאטעק זיין הגדה של פסח אויף יידיש. איך האב עס רעדאקטירט לויטן א גערעדטע יידיש. און אין הקדמה שרייב איך א ביאגראפיע אויף ר' משה מזאלשין, און איך האב געוואלט שרייבן דעם פלאץ פון זיין שטאט.

קוק אין דעם לינק: http://yi.wikisource.org/wiki/%D7%94%D7 ... 7%9E%D7%94
מען דארף בודק זיין וואס scy4851 האט געשריבן.
ישראל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ישראל,
דער לינק קומט מיר נישט גוט ארויף.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

עס שרייבט זיך אויף פויליש: ZALSZYN

נאט אייך אייניגע אינפארמאציע איבער דאס שטעטעלע זאלושין


און נאכאיינס
**

די הגדה בעצם איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין ברעסלויא תקצ"ג, דורך איינעם ר' ישראל זאב ב"ר שמשון מזאלאשין. ער שרייבט אין די הקדמה אז די הגדה האט צוזאמענגעשטעלט רבו הרב ר' משה מזאלושין. ווי ס'שיינט פון די אלע הקדמות איז די הגדה 'גאולת ישראל' בעצם צוזאמענגעשטעלט געווארן דורך זיין תלמיד ר' ישראל זאב הנ"ל, און בלויז דער חלק הנקרא 'סיפורי נפלאות' איז פון ר' משה'ן הנ"ל.

דער לשון הקודש'דיגער אויפלאגע פון די הגדה אונטערן נאמען 'גאולת ישראל', האט זוכה געווען צו צענדליגע און צענדליגע דרוקן (איינס פון די איז א זיטאמיר'ער דרוק אויך). לכאורה צוליב דעם זעלטענעם ליקוט הפירושים. דער תרנ"א דרוק איז שוין אפשר דער צוואנציגסטער דרוק. א חוץ פון דעם וואס דער 'סיפורי נפלאות' זעלבסט איז אויך שפעטער געדרוקט געווארן כחיבור בפני עצמו.

דער 'סיפורי נפלאות' איז שפעטער מתורגם געווארן לאידיש, און עס איז צום ערשט געדרוקט געווארן אין ווארשא שנת תרכ"ד.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

קוקט אויף דעם לינק אויף פעידש 9 בערך און מיטען פונעם פעידש.
איך האב לכתחילה געטראכט אז זאלשין איז לעבען קראקע. אפשר מאך איך א טעות

http://www.daat.ac.il/daat/vl/sarfeikod ... desh12.pdf
the SCY is the limit
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

יישר כח פאר אלעמען אויף די דיטאלן וועגן זאלשין.

ליעקב

ביי מיר דער לינק ארבעט גוט. קענסט קוקן אין וויקעפדיע הויפט זייט אויף יידיש. און דארטן אונטן וועסטו זען א ווענדונג צו ביבליאטעק אויף יידיש.
למעשה איך האב נאר געשריבן וואס זארעכפעפער האט גשריבן די זאכן וואס איך האב געזען אין די הקדמה אויף הגדה של פסח.
ישראל
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

עס האט היינט מיך גערופוו גערער יונגערמאן אז ר דרוקט איבער די זאלאשינערס ספרים און ער זוכט עפעס חדשות כת"י וכדומה
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

הרב הגאון הקדוש רבי משה מזאלישין זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

מחבר ספר משפט צדק על ספר תהלים נדפס לראשונה תק"ץ
האם ידוע אם היה לו שייכות עם חסידות ?
שמביא בתהלים התפלה של רבי אלימלך מליזענסק זי"ע
וזהו פעם שנית שנדפסה תפלה זו
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

dovidal האט געשריבן:מחבר ספר משפט צדק על ספר תהלים נדפס לראשונה תק"ץ
האם ידוע אם היה לו שייכות עם חסידות ?
שמביא בתהלים התפלה של רבי אלימלך מליזענסק זי"ע
וזהו פעם שנית שנדפסה תפלה זו


די ערשטע מהדורה פונעם משפט צדק - ברעסלאו תק"ץ אוי, ה"ב
http://hebrewbooks.org/23682

אויף היברו-בוקס איז אויך דא דער משפט צדק דפוס לעמבערג תרל"ז:
http://www.hebrewbooks.org/40097

אן איבערזעצונג אויף טייטש-אידיש פונעם משפט צדק בשם נר דוד, געדרוקט אין סעאיני תרפ"ז:
http://hebrewbooks.org/36856


דער סידור 'תקון שבת' פון ר' משה מזאלישין - ווארשא תקפ"ז
http://hebrewbooks.org/22113
בהסכמת מרן הגרעק"א - דער מחבר שרייבט דארט אז ער האט נאך הסכמות מגדולי הרבנים, ער רעכנט אויס עטכליכע רבנים אבער קיין איינע פון די מאורי החסידות ותלמידי בעש"ט.

-

דער מונקאטשער רב אין חמשה מאמרות ברענגט אראפ (אינעם מאמר איבער דעם ספר חה"י) איבער די שייכות פון ר' משה מזאלישין צו חסידות און צום בעשה"ק:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 26&hilite=
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

יישר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

באמת היה עוד אחד הנקרא רבי משה זאלישין , משפחת טענניבוים חסידי גור מתייחסים אחריו
גם בהסידור תקון שבת מביא ד"ת מתלמידי הבעש"ט==אבל שמעתי היום שהיה תלמידו של הגה"ק רבי מרדכי באנעט זצ"ל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

אויף ר' משה זעלבסט טוט זיך.
אבער אויף זיין זון ר' יוסף גרשון אב"ד דוואהארט שרייבט מען אז ער איז געווען א אדמו"ר.

אין זיין סידור תיקוני שבת וואס מיללער האט דא אראפגעברענגט, ברענגט ער טאקע אראפ פון חסידישע ספרים, אבער אינטערעסאנט איז וואס ער ווארנט אין זיין הקדמה. אז זינט ער ברענגט אראפ סיי פון די חסידים און סיי פון די מתנגדים זאל זיך קיינער וואגן צו משמיט זיין שטיקלעך דערפון, און האקט אויף די כסילות פון מאכן שתי אגודות, און ער בעט זייער מ'זאל נישט מאכן קיין מחלוקת און קיין פירוד למטה וואס איז גורם א פירוד למעלה, און מ'זאל נישט לאכן און האקן איינער פון צווייטן, זייער אינטערעסאנט אין יענע יארן ווי ער פרובירט צו מאכן ביידע כתות לעם אחד ווי צוויי קהלות בישראל.
לעצט פארראכטן דורך ווילוויסן אום זונטאג מאי 19, 2013 8:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

כתב ידו וחתימתו
אטעטשמענטס
472.jpg
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

מיללער האט געשריבן:דער סידור 'תקון שבת' פון ר' משה מזאלישין - ווארשא תקפ"ז
http://hebrewbooks.org/22113
בהסכמת מרן הגרעק"א - דער מחבר שרייבט דארט אז ער האט נאך הסכמות מגדולי הרבנים, ער רעכנט אויס עטכליכע רבנים אבער קיין איינע פון די מאורי החסידות ותלמידי בעש"ט.

צוויי פון די וואס ער דערמאנט דארט, ר' אפרים זלמן און דער שמן רקח האט ער געדרוקט אפאר יאר שפעטער אין זיין תהלים משפט צדק [ברעסלוי תקצ"א] ער שרייבט דארט אז ס'איז נשמט מהדפוס פונעם סידור תקון שבת.
אבער דער פלאצקער גאון מיטן חמדת שלמה איז נישטא.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

די ערשטע דרוק פון זיין הגדה "גאולת ישראל" ברעסלויא תקצ"ג.
http://hebrewbooks.org/11179
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

ווילוויסן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער סידור 'תקון שבת' פון ר' משה מזאלישין - ווארשא תקפ"ז
http://hebrewbooks.org/22113
בהסכמת מרן הגרעק"א - דער מחבר שרייבט דארט אז ער האט נאך הסכמות מגדולי הרבנים, ער רעכנט אויס עטכליכע רבנים אבער קיין איינע פון די מאורי החסידות ותלמידי בעש"ט.

צוויי פון די וואס ער דערמאנט דארט, ר' אפרים זלמן און דער שמן רקח האט ער געדרוקט אפאר יאר שפעטער אין זיין תהלים משפט צדק [ברעסלוי תקצ"א] ער שרייבט דארט אז ס'איז נשמט מהדפוס פונעם סידור תקון שבת.
אבער דער פלאצקער גאון מיטן חמדת שלמה איז נישטא.

האט ער עס באקומען אויפן גאולת ישראל לאחר פטירתו בשנת תקצ"ח.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=2
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

איך זע אז אינעם בלאג תולדות ושורשים האט ער א לענגערע אפהאנדלונג אויף ר' משה, א פלא אז ער שרייבט גארנישט פון זיין פירוש גאולת ישראל אויפן הגדה.

ווי אויך טענה'ט ער אז מ'מישט צווישן צווי ר' משה מזאלשינ'ס, עיין בהערה החשובה בסוף המאמר.
רבי משה מזאלושין בעל המשפט צדק

מאה ושמונים שנה מלאו לפטירתו של הגאון רבי משה מזאלושין בעל המשפט צדק.
אומנם, יום פטירתו לא נודע בבירור גמור, יש שרשמו שנפטר בכ"ט תמוז, יש שרשמו שנפטר בא' אב, ויש גם גרסאות נוספות. אך על כולם מוסכם שנפטר בשנת תקצ"א.
רבי משה זה, אף כי לא נמנה כפי הנראה על עדת החסידים, בנו כבר כיהן כאדמו"ר, ואף הוא עצמו, בספרו 'סידור תיקון שבת', הביא ליקוטים מספרי מוסר וחסידות, ואף מספרי חסידות שנדפסו בזמנו.

רבי עקיבא איגר כותב בהסכמתו "ידידי ידי ה' הרב המופלג בתורה ובחסידות, ירא וחרד לדבר ה' מרבים ... ודכירנא שזה איזה שנים שבא הצדיק לבית מלוני ... ידי תיכון עמו". וכן כותב הגאון רבי אפרים זלמן מרגליות, "יודע כל שער עמי כי הוא קדוש מרחם". בהסכמה של השמן רוקח רבי אלעזר לעוו, של ר' משה מזאלושין וקוראו מחותני, מפני שבנו של רבי אלעזר - ר' אריה לייב, היה דוד אשתו של ר' משה, הוא היה חתנו של ר' שמואל כץ מלאסק הנזכר להלן.

רבי משה נולד לאביו הנגיד ר' גרשון (האריך ימים עד שנת תק"ץ) בשנת תקמ"ט.

רבי משה נשא לאשה את מרת אסתר, בתו של רבי יחיאל מיכל כץ מווישעגראד בן הרב הצדיק המפורסם מוהר"ר שמואל כץ זצלללה"ה מלאסק, שכבר כתבנו אודות משפחתו בהרחבה כאן בבלוג, כשהזכרנו את מגילת היוחסין של משפחת יוסקוביץ ובמאמר אודות משפחות ר' דן לנדא מפלוצק, ור' שמואל כץ מלאסק.
בניו האחרים של ר' יחיאל מוישעגראד, הם רבי זאב וואלף כץ אב"ד לאסק, ורבי יוסף הכהן שהיה מחותנו של הגאון רבי עקיבא איגר.

ר' משה יסד בעירו חברת גמילות חסדים להחזיק ידי המך. כן תיקן הוא חברת תהלים לקרוא תהלים בצבור. בתפלותיו היה בעל בכי ומרבה התעוררות. דרכו היתה מנעוריו לקום תמיד בחצות בחול ובשבת וביום טוב, ופעם אחת בחתונת בתו בליל החופה כאשר היו המחותנים והשושבינים מרקדים ומכרכרים נעלם מעיניהם עד שמצאו אותו בבית הכנסת עוסק בתיקון חצות בקול מר.
בהיותו בעיר קראקא, ראה את בית הקברות הישן בעיר, ושם היתה המצבה של בעל המגלה עמוקות ונתישנה מאד עד שכמעט לא היה ניכר צורת האותיות, והוא נדב נדבה הגונה בעצמו עד שהקימו מצבה נאה על קבר של הקדוש זצ"ל.

רבי משה נפטר בשנת תקצ"א, בהיותו כבן חמישים ושתיים.
כאמור, חיבר 'סידור תיקון שבת', ווארשא תקפז, והוא תפלות לכל השנה ... גם ... דיני הלכות שבת. ו'משפט צדק' שהחל לסדרו לדפוס עוד בחייו, ונשלם לאחר מותו, ואף בא בסופו מספד גדול עליו בשם 'אהל משה', ונדפס קראטשין תרג.

להלן רשימת צאצאיו של רבי משה,
בנו היה האדמו"ר רבי יוסף גרשון אב"ד דוואהרט הנזכר לעיל. נפטר בשנת תרנ"א, ואת מקומו מילא הגאון רבי מאיר דן פלוצקי.
חתנו רבי מאיר יוסקוביץ, הוא היה אבי מרת חיה שרה אשת הגאון רבי דוד דוב טאוב שבתחילה היה רב בעיר שדה חדש ואחר כך היה אב"ד דאבריזינסק בעל המחבר בנין דוד. בניו הנוספים של ר' מאיר יוסקוביץ הם, ר' שמואל יוסקוביץ, ר' משה יוסקוביץ ור' יצחק איטשע יוסקוביץ הנקרא ר' איטשע וואלער.
לר' דוד דוב טאוב היו ארבע בנים ושלש בנות.
הראשון הוא רבי ישראל יצחק טאוב, חתן אצל משפחת יוסקוביץ, נפטר תמוז תרנ"ט בוינה, וצאצאיו התחתנו עם אדמורי אלכסנדר.
השני הוא רבי משה מאיר טאוב מפראשקע, שהעתיק את חידושי אביו.
השלישי ר' פנחס זעליג טאוב.
והרביעי הוא ר' בנימין זאב טאוב.
הבנות הן מרת רבקה אשת ר' יצחק.
מרת הענדיל אשת ר' יחיאל יוסף טיהברג אביו של רבי משה יהודה טיברג, אביו של האדמו"ר מאלכסנדר רבי אברהם מנחם דנציגר בעל האמונת משה. והבת השלישי היא מרת רחל אשת ר' שלמה זלמן זילברצן, שוחט ובודק בראטרדם הולנד.

על צאצאיו של רבי משה נמנה גם הגאון רבי בנמין מנדלזון אב"ד קוממיות. ולא נודע לי כיצד הוא מצאצאיו.

הערה חשובה:
אין לבלבל את רבי משה מזאלושין נשוא מאמרנו, עם רבי משה יאנאווער שהיה אף הוא בזאלושין אביהם של בעל הבית יעקב – רבי יעקב אהרן יאנאווסקי מאלכסנדר, ור' יוסף אליעזר אב"ד זאריק. שתי ר' משה היו בזאלושין, ראיות רבות בדבר ואין כאן המקום להאריך.

פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשיסחא »

אין 'לדעת' האט מען ארויף גלייגט א נייע הערליכע מהדורא פון 'ספורי נפלאות' לרבי משה מזאלשין, וואס איימיצער האט געמאכט די יאר.
http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20140415&gil=1503

א כשר'ן און א פריילאכן פסח.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ווילוויסן האט געשריבן:אין זיין סידור תיקוני שבת וואס מיללער האט דא אראפגעברענגט, ברענגט ער טאקע אראפ פון חסידישע ספרים, אבער אינטערעסאנט איז וואס ער ווארנט אין זיין הקדמה. אז זינט ער ברענגט אראפ סיי פון די חסידים און סיי פון די מתנגדים זאל זיך קיינער וואגן צו משמיט זיין שטיקלעך דערפון, און האקט אויף די כסילות פון מאכן שתי אגודות, און ער בעט זייער מ'זאל נישט מאכן קיין מחלוקת און קיין פירוד למטה וואס איז גורם א פירוד למעלה, און מ'זאל נישט לאכן און האקן איינער פון צווייטן, זייער אינטערעסאנט אין יענע יארן ווי ער פרובירט צו מאכן ביידע כתות לעם אחד ווי צוויי קהלות בישראל.

א פלא, ער ברענגט פון אסאך תלמידי בע"ש אבער די נוסח התפילה צום סוף איז נוסח אשכנז גאר!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1919
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

ווילוויסן האט געשריבן:הערה חשובה:
אין לבלבל את רבי משה מזאלושין נשוא מאמרנו, עם רבי משה יאנאווער שהיה אף הוא בזאלושין אביהם של בעל הבית יעקב – רבי יעקב אהרן יאנאווסקי מאלכסנדר, ור' יוסף אליעזר אב"ד זאריק. שתי ר' משה היו בזאלושין, ראיות רבות בדבר ואין כאן המקום להאריך.

[/quote]

האם ידוע פרטים, היכן נקבר רבי משה יאנאווער מזאלושין אביו של ר' יעקב משה בעמח"ס בית יעקב?
לאביו של ר' משה קראו דוד.
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1919
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

scy4851 האט געשריבן:נאך מער קוקען און דעם נושא, קומט מיר אויס אז זאלאשין איז ZALESIE, א שטעטעל מעריב פון לאדזש.
נישט וויא איך האב געשריבען און מיין פריערדיגע תגובה


שווער צו גלייבן אז מען מיינט דעם שטאט דז'יאלושין Działoszyn,
אע"פ אז דז'יאלושין איז מיט א האלבע שעה נענטער צו לאדז, ווי זאלאשין צו לאדז
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”