רבי משה פיינשטיין זצ"ל - י"ג אדר תשמ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

רבי משה פיינשטיין זצ"ל - י"ג אדר תשמ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

געשריבען צוויי יאר צוריק:

פארגאנגענעם שב”ק (י”ג אדר) איז געוועהן דער פינעף-און-צוואנציגסטע יארצייט פונעם שר התורה ופוסק הדור מוה”ר ר’ משה פיינשטיין זצ”ל. מחמת טירדת החג האבען מיר פאריגע וואך נישט געקענט שרייבען איבער איהם, וועלן מיר אצינד משלים זיין.
הגם ווען מען וויל באשרייבען אזא אדם גדול לאזען מיר זיך באמת אריין אין פראבלעם ווייל עס איז נישט מעגליך אין געציילטע שורות ארויסצוברענגען זיין גרויסקייט. מיר טרעפען אין חז”ל ווי איינער האט געזאגט אין זיין תפילה פארשידענע שבחים אויפען בורא יתברך שמו פארענט פון ר’ חנינא. שפעטער ווען יענער האט געענדיגט דאווענען האט איהם ר’ חנינא פארגעהאלטען, ”סיימתינהו לכולהו שבחי דמרך? - האסטו דען געענדיגט אויסרעכענען אלע שבחים פון כביכול אז דו זאלסט זיך קענען אפשטעלן? טאמער דו הייבסט אהן לויבען דעם באשעפער טארסטו נישט מסיים זיין ביז ווען דו רעכענסט אויס אלעס וואס מען קען נאר זאגען, און דאס איז דאך נישט מעגליך.“
ה”ה ביי אונז ווען מיר ווילען אביסעל באשרייבען ר’ משה’ס גדלות האבען מיר מורא עס זאל חלילה נישט זיין א פגיעה אין איהם ווען מיר וועלן מסיים זיין, כאילו עס איז שוין נישט דא מער וואס צו זאגען. עכ”ז, טראץ אונזערע חשש, האבען מיר געקלערט יא צו שרייבען כדי עס זאל זיין א לימוד ווי ווייט א מענטש וואס האט געלעבט בלויז געציילטע יארען צוריק איז צוגעקומען.
איך האב געהערט פון א לונדונער יוד וואס האט געלערנט אין נוא-יארק פאר בערך פינעף-און-דרייסיג יאר צוריק דאס אין די ישיבה וואו ער האט געלערנט פלעגט זיך אמאל מאכען אז בחורים זענען געבליבען אויף ליל שישי און זיי זענען געוועהן אביסעל געלאנגוויילט (bored בלע ”ז). בכדי צו שטופען דעם צייט האט מען אויסגעזוכט פארשידענע באשעפטונגען, איינס פון וועלכע איז געוועהן אנצורופען ר’ משה זצ”ל און איהם פרעגן שאלות.
האט מיר יענער פארציילט דאס זיי פלעגן ’תמימות’דיגערהייט‘ אנקלינגען ר’ משה און איהם פרעגן פשט אין אלערליי ראשונים און ער האט אלעס געענטפערט אויפען פלאץ. איינער האט געוואלט וויסען פשט אין א תוספות אין שבת דף ק”ב:, א צווייטע אין א רשב”א אין כתובות דף כ”ז., א דריטע אין א פרי מגדים הלכות ברהמ”ז א.א.וו. וואו זיי האבען נאר געפרעגט ר’ משה האט ער באלד געוואוסט צו ענטפערן מיט א בהירות נפלאה!
מען זאל אבער נישט מיינען אז דאס האט זיך גענומען פון דעם וואס ער האט געהאט א וואונדערליכע זיכרון, דאס וואס רופט זיך photographic memory בלע”ז, און דערפאר האט ער אלעס געקענט. אויסדריקלעך נישט. אמת, ער איז געוועהן געבענטשט מיט א גוטען קאפ, אבער נישט אין דעם איז געלעגן דער סוד צו זיין הצלחה בתורה.
דער וואורקליכקייט איז געוועהן דאס ער האט געלערנט און געלערנט יומם ולילה ווען ער האט נאר געהאט דעם מעגליכקייט. דער פרי מגדים האט ער איבערגע’חזר‘ט מער ווי זעקס הונדערט מאל! ער האט געגעסן, געטרונקען, געשלאפען און געאטעמט תורה, און נאר אזוי איז ער אויסגעוואקסען דעם גדול הדור.

אבער אי משום הא, וואלט עס נאכנישט געוועהן גענוג. הרבה עשו כר’ שמעון ולא עלתה בידן. אין צוגאב צו זיין תורה איז ער געוועהן א בעל מדות נפלא וואס מען קען גארנישט באגרייפען. מיר וועלן ברענגען איין קליינעם עפיזאד וואס וועט אביסעל ארויסברענגען זיינע וואונדערליכע מדות.
ווען ער האט אמטירט אלץ רב אין אוזדא (נאך אלץ בחור) האט די קהילה צוגעשטעלט א פרוי וואס זאל קאכען פאר איהם און וואשען זיינע קליידער. נאך א צייט איז ר’ משה’ס שוועסטער געקומען אויף א באזוך, און ווען זי האט איהם דערזעהן האט זי אנגעמערקט דאס ער האט אביסעל צוגענומען וואג. ”ריכטיג,“ האט ער געענטפערט, ”די פרוי וואס קאכט פאר מיר דערלאנגט מיר פולע טעלער פון עסן, און איך מאך זיכער אויפצועסן די גאנצע כדי איר נישט צו באליידיגען. ווען זי זעהט ווי איך האב געפארטיגט מיין עסן דערלאנגט זי מיר נאך א פארציע, און אויך פון דעם עס איך.“
ביינאכט, ביי נאכטמאל, האט די שוועסטער מיטגעגעסן מיט ר’ משה. ווען זי האט אריינגענומען דעם ערשטען לעפל אין מויל איז עס איר אנגעקומען מיט גאר גרויסע שוועריגקייטען דאס נישט אויסצושפייען - אזוי אומבא’טעמ‘ט איז עס געוועהן. קוים מיט צרות, ווען די קעכערין האט נישט געזעהן, איז איר געלונגען אויסצולעהרען דעם טעלער אין מיסט-קאסטען. און פון דעם פלעגט ר’ משה עסן צוויי טעלער, אבי נישט צו פארשעמען קיין בת ישראל.

אויך אין זיין יראת שמים און אין די ריינקייט פון זיין תורה איז כדאי צו-צוברענגען וואס ער שרייבט אליין אויף זיך אין א תשובה (שו”ת אה”ע ב’ י”א) ווען איינער האט איהם פארגעהאלטען אויף איינע פון זיינע פסקים וואס יענער האט געהאלטען אז ר’ משה האט נישט ריכטיג גע’פסק‘ענט, וז”ל:
...וניכר ממכתב כתר״ה שהיה סבור שיהיה לי קפידא על דברי התוכחה שלו, ואני אדרבה אני נרגש מזה שאני רואה שנמצאים אנשים בעלי רוח שאינם יראים ולא מתביישים מלומר תוכחה. אבל האמת שאין בדברים שכתבתי ושהוריתי שום דבר שיגרום ח״ו איזה חלול בטהרת וקדושת ישראל אלא תורת אמת מדברי רבותינו הראשונים.
והערעור של כתר״ה על זה בא מהשקפות שבאים מידיעת דעות חיצוניות שמבלי משים משפיעים אף על גדולים בחכמה להבין מצות השי״ת בתוה״ק לפי אותן הדעות הנבזות אשר מזה מתהפכים ח״ו האסור למותר והמותר לאסור וכמגלה פנים בתורה שלא כהלכה ח”ו, שיש בזה קפידא גדולה אף בדברים שהוא להחמיר, כידוע מהדברים שהצדוקים מחמירים שעשו כמה תקנות להוציא מלבן. ואני ב״ה שאיני לא מהם ולא מהמונם וכל השקפתי הוא רק מידיעת התודה בלי שום תערובות מידיעות חיצוניות...
בקיצור אויף יודיש: עס איז קענטיג פון דיין בריעף אז דו האסט געקלערט עס וועט מיר שטערן ווען דו שרייבסט מיר אזוי שארף און דו מוסר’סט מיר אויס. פונקט פארקערט, עס דערפרייט מיר צו זעהן ווי אינעם היינטיגען דור זענען נאך פארבליבען אזעלכע וואס שרעקען זיך נישט צו זאגען מוסר. אבער דער אמת איז דאס מיין פסק איז ריכטיג און עס איז ארויסגעדרונגען פון די ראשונים.
און דאס וואס דו ווילסט מערער זיין דערויף קומט בלויז דערפון וואס דו האסט פרעמדע השקפות וואס טוהן אומוויסענדערהייט משפיע זיין, און אפילו אויף גרויסע לייט. עס קען אזוי ווייט צוברענגען דאס איינער זאל זיין א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה און אסר’ן וואס איז באמת מותר, וואס דאס איז אויך א געפערליכען זינד.
אבער איך, ב”ה, בין נישט פון די סארט מענטשען, און אלע מיינע השקפות קומען בלויז פונעם תוה”ק אהן קיין שום פרעמדע אויסמישענישען! (ר’ משה האט אין זיין לעבן נישט אריינגעקוקט אין א גוי’איש ביכעל אדער צייטונג וכדו’).
אטעטשמענטס
ר משה פיינשטיין.pdf
(45.99 KiB) געווארן דאונלאודעד 256 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

רבי משה פיינשטיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

הרב דפאטרלענד מיין בשנת תרס"ד נתן הסכמה על ספר קץ הגאולה
האם היה קרוב להאגרות משה?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קוקט דא פעיזדש 3 די מעשה פון ר' משה פיינשטיין
דוכט זיך די מעשה שטימט נישט, ווייל קלינטאן איז געווארן פרעזידענט אין די נ' יארן ווען ר' משה איז שוין לאנג נישט דא געווען

http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20140111&gil=76
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מי יודע האט געשריבן:קוקט דא פעיזדש 3 די מעשה פון ר' משה פיינשטיין
דוכט זיך די מעשה שטימט נישט, ווייל קלינטאן איז געווארן פרעזידענט אין די נ' יארן ווען ר' משה איז שוין לאנג נישט דא געווען

http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20140111&gil=76


באמערקט דעם שבת... אזאליכע שטותים רח"ל
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מ"ו איז נאך רעיגן געווען פרעזידענט, אומוויסענדע פערזאנען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:קוקט דא פעיזדש 3 די מעשה פון ר' משה פיינשטיין
דוכט זיך די מעשה שטימט נישט, ווייל קלינטאן איז געווארן פרעזידענט אין די נ' יארן ווען ר' משה איז שוין לאנג נישט דא געווען

http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20140111&gil=76


באמערקט דעם שבת... אזאליכע שטותים רח"ל



ס'ז נישט דער ערשטע זאך וואס א טענדלער זאגט נאך פון ר' משה וואס איז נישט אמת...
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דא האסטו ענליכע שטותים וואס איך האב געזען די וואך אין א גליון

viewtopic.php?p=793769#p793769
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

הגאון ר' משה פיינשטיין זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

אזוי ווי ס'איז ביי מיר לעצטענ'ס נתחדש געווארען צוויי סיפורים אויף גדלות און די כח התורה והוראה פון דעם גרויסען גאון ר' משה פיינשטיין זצ'ל. האב איך גע'קלערט עס דא מיט ציטיילען מיט די חשובע חברי הקרעטשמע. און אז מען שרייבט שוין האב איך שוין ציגעלייגט נאך אפאר סיפורים איבער דעם ענין פון די "גדלות און כח התורה" פון דעם גרוסען גאון .

דיסקלעמער: ס'קען זיין אז ס'איז שוין דא א אשכול איבער ר' משה פיינשטיין. (כ'האב אביסעל געזיכט און "על הצדיקים ועל החסידים" און נישט געפינען..) דאך בעט איך אבער די גבאים און מנהלים עס נישט אהין צי לייגען. פשוט ווייל מיין מטרה דא איז נישט צי ביישרייבען דעם רייכען היסטאריע פון דעם גאון. דאס איז נישט יעצט די נושא. בסך הכול ליגט דא פאר אייך א שיינעם ליקוט פון סיפורים וואס ברענגט ארויס גאר א שטארקע א חשיבות און רעספעקט, צי תלמידי חכמים. און בפרט פון דעם פריעדיגען דור, מיט דעם אמאליגען גדלות און גלאנץ.

און אדרבה ווער ס'וויל זאל מוסף זיין משלו איבער דעם ענין.

ווי אויך מחמת די חשבות, רייכקייט, און התפעלות, וואס די עבדות האבען ביי מיר, האב איך ציטיילט די סיפורים און עקסטערע תגובות.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ווי באקאנט איז נאך די מילחמה וואס ס'איז ליידער נישט געבליבען מער ווי אחד או שנים פון א משפחה. זענען געווען צענדליגע און הינדרעטע עגנות, פרויען וואס זענען ציריק געקימען פון די לאגערען וכדו', און האבען נישט געוויסט צי זייערע מענער האבען יא אדער נישט איבער געלעבט די קריג. און נישט געוויסט צי זיי מעגען נאכאמאל חתונה האבען.

זענען טאקע די גדולי הדור און מורי הראה בשעתם ווי באקאנט געווען פארנימען צו זעהן צו שאפען על פי הלכה א התיר אויף די עגנות. און אסאך תשובות זענען טאקע געשריבען געווארען איבער דעם און יענער צייט.

האט זיך געמאכט א מעשה אז א פרוי איז געקימען צי ר' משה פיינשטיין מיט א בהלה, זאגען'דיג אז דערנאך וואס זי האט באקימען א התיר עגונה פון יענע און יענע בי'ד, און נאכאמאל חתונה געהאט, און שוין אפי' געהאט קינדער.. איז דא פליצלינג איר מאן ציריק געקימען, און זי ווייסט נישט וואס צי טיען... און צי זענען נישט די קינדער ממזרים רח'ל....

האט ר' משה איר געבעטען אז אז זי זאל נאכאמאל איבער דערציילען די מעשה, אבער מיט אלע פרטים. האט זי אנגעפאנגען נאכאמאל צי דערציילען די גאנצע מעשה. זי איז געשטאנען און די שורה ביי יענע און יענע בי'ד, צי באקימען א התיר עגונה. איז זי האט טאקע באקימען, און חתונה געהאט, און יעצט איז איר מאן ציריק געקימען... האט איר ר' משה געבעטען נאכאמאל צי איבער דערציילען מיט אלע פרטים. אזוי איז עס געגאנגען אפאר מאל... ביז זי האט זיך דערמאנט אז אזוי איז געווען די מעשה.

אז זי איז טאקע געשטאנען און די שורה בי יענעם בי'ד צי באקימען א התיר עגונה, אבער למעשה היות ס'איז געווען זייער אסאך מענטשען און די בי'ד האט שוין נישט געהאט קיין כח האבען זיי געהייסען אז אלע איבריגע פרויען זאלען גיין צי א אנדערע בי'ד. און זי האט פארגעסען און געמיינט אז זי האט באקימען א התיר עגונה. אבער למעשה נישט באקימען.....

האט ר' משה מסביר געווען אז ס'איז נישט קיין רוח הקדוש. נאר ער האט פארשטאנען אז ס'איז נישט מעגליך אז אויב על פי תורה מעג מען חתונה זאל ארויס קימען פון דעם א מכשול.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ענדליך צי דעם דערציילט מען אז ס'איז געקימען א מאן מיט א פרוי צי ר' משה און די פרוי האט דערמאנט ר' משה אז ער אליין האט איר גע'געבען א התיר עגונה אפאר יאר ציריק און זי האט טאקע חתונה געהאט און געהאט קינדער און דא איז איר מאן ציריק געקימען... און געפרעגט ר' משה וואס מען זאל דא טיען.

האט ר' משה אראפ געלייגט זיין קאפ פאר א אפאר מיניט און דערנאך עס אויפגעהויבען, און מיט גאר א ערענסטע פנים זיך גענימען שרייען אויף די מאן, זיי מודה! זיי מודה! זיי שוין מודה! אז די ביסט נישט דער אמת'ער מאן! האט ער טאקע מודה געווען אז ער האט איר איינגערעדט אז ער איז דער מאן....

האט ר' משה ווייטער געזאגט, אז דאס איז נישט קיין רוח הקודש, נאר ווען די פרוי איז געקימען און געזאגט אז איר מאן איז ציריק געקימען, האט עיהם אנגעכאפט א פחד, צי ער האט חו'ש נישט ריכטיג גע'פסקענט, ווייל אויב על פי תורה מעג מען חתנה האבען, קען נישט ארויס קימען קיין מכשול. האט ער איבער געטראכט די גאנצע פסק וואס ער האט דעמאלטס גע'פסקענט, און געזען אז ער האט למעשה גיט און ריכטיג גע'פסקנט, האט ער פארשטאנען אז אויב אזוי מיז זיין אז די מאן איז א שקרן....
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

אזוי ווייט אז דער וועלט דערציילט, אז אויף די עלטערע יארען, איז ר' משה זייער נישט געזינט געווען, און מען האט עיהם געוואלט אפערירען, האט ער אבער נישט ציגעלאזט. זאגען'דיג אז אויב וועט משיח קימען וועט ער דאך זיין פון די סנהדרין, און די הלכה איז דאך גע'פסקענט, אז מיט א מום ווערט מען פסול צי זיין פון די סנהדרין, און ממילא קען ער נישט צילאזען מען זאל עיהם אפערירען... איום ונורא...

אויך דערציילט די וועלט. אז אמאל איז געווען א עקסעדענט אויף די גאס פון ר' משה. זענען מענטשען אריין געקימען צי לויפען צי ר' משה'ס שטוב, זאגענדיג אז א יודיש קינד איז נעבעך אראפ געקלאפט געווארען דארעך א קאר, זאגענדיג אז זיי האבען געזעהן אז די קינד טראגט א קאפעל. האבען זיי עיהם געבעטען ער זאל מתפלל זיין. האט ר' משה זיי געזאגט אז ס'איז שקר די גאנצע זאך, און זיך ציריק געזאגט צי זיין גמרא.

איז שפעטער טאקע נתברר געווארען, אז די מעשה איז געווען אז א גוי האט אראפ געכאפט א יודיש קינד'ס קאפעל און דערנאך אריין געלאפען און גאס, און אראפ געקלאפט געווארען דארעך דעם קאר.

האט זיי ר' משה שפעטער מסביר געווען אז ס'איז נישט געווען קיין רוח הקודש נאר ער האט פארשטאנען אז ס'קען נישט זיין אז ס'איז געווען א יוד. ווייל אויב מיין תורה האט נישט דעם כוח, צי מיגן זיין אויף די גאנצע שטאט, האט עס כאטש די כוח צי מיגן זיין אויף מיין געגענט, און עכ'פ אויף מיין גאס... און ממילא האב איך געוויסט אז א יוד איז דא זעכער נישט געשעדיקט געווארען....
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

און כ'וועל נאר מיט דעם מסיים זיין, אז מען דערציילט אז נאך די מלחמה ווען ס'האט אנגעפאנגען צי שעם'ן, די נאמען פון ר' משה. זענען געווען דעמעלט'ס די באקאנטע חברותה, און שפעטער'דיגע גדולים, רב שטיינווארצעל און ר' שמעלקע טויבענפעלד פון בית המדרש עליון. וואס דעמעלטס זענען זיי נאך געווען בחורים. האבען זיי געהערט אז די וועלט טאמעלט'זיך מיט א גאון ר' משה האבען זיי אפגעמאכט אז זיי מיזען עיהם גיין זעהן.

האבען זיי זיך ציגעגרייט 3 חדשים א טיפע סיגיא, אז זיי זאלען האבען וואס צי רעדען מיט עיהם. Tאון אראפ געפארען צי די איסט סייד עיהם צי טרעפען. האבען זיי דערנאך דערציילט, אז רב שטיינווארצעל נאך 5 מיניט איז שוין געווען פארלוירען און נישט געקענט מיט האלטען וואס ר' משה רעדט. און ר' שמעלקע טויבענפעלד נאך 7 מיניט...

בקיצר און 7 מיניט האט ער זיי ביידע אפגעווישט מיט זיין עמקות און קלארקייט און לערנען!
כרם
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

די תלמידים שרייבן אז מ'האט "קיינמאל" נישט געזעהן א פליג ביי זיין טיש,

אויך אז ער איז געוועהן ב"ב אויף זיין שלאפן, ער איז איינגעשלאפן די רגע וואס ער האט זיך געלייגט און אויף געשטאנען די רגע וואס ער האט געוואלט אויף שטיין,
elter-zeide
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elter-zeide »

זיינע ספרים האט ער געלאסט זעצען ביי בלשן פרינטינג א לובאוויטשער חסיד "שוסטערמאן" האט ער געהייסען, איז ווען רבי משה האט עם אריינגעגעבען א ספר צי זעצען האט דער זעצער זיך אויסגענימן, אז ער זאגט נישט צי קיין צייט, ווייל אויב מ'ברענגט אים אריין א פריש ספר פון לאבאוויטשר רבי'ן, שטעלט ער אלעס אין זייט אין ארבעט אויף זיין רבין'ס ספר, עס פלגט אסאך מאל דארען גאר לאנג, אין רבי משה האט געלאסט ביי אים ווייטער זיינע ספרים,
איינמאל ריפט אים אן דער זעצער אז מ'האט עם אריינגעברענגט א ספר וואס האקט שטארק אויף זיינע תשובת, (א באקאט ספר) אין וויל נישט טשעפען מיט רבי משה'ן, אין נעמט נישט אריין דעם ספר צי זעצען, זאגט אים רבי משה! אדרבה, נעמט עס אהן זי זעטצן, דאס איז אייער פרנסה, איך גיי נישט אוועק פון אייך,
וויסענשאפט
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויסענשאפט »

ר משה האט געריפן זיין ברידער און עם געזאגט ער זאל טרינקן א גלעזל לחיים ווייל ער האט געמאכט א סיום השס ,האט ער עם געענפערט אז אויב איך וועל טרינקען ברויפן יעדעס מאל וואס די מאכסט א סיום וועל איך ווערען א שיכר, האט עם ר משה געזאגט אז יעצט איז עפעס ספעציעל ווייל עס איז זיין צווייטע סיום אויף ה י נ ד ר ע ט אין איין מאל שס
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

ער פלעגט לערנען אויפן ליטווישען דרך הלימוד ?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

סמארט גאי האט געשריבן:ער פלעגט לערנען אויפן ליטווישען דרך הלימוד ?

ניין. [אגב, יש תשובה ידועה ממנו להגרא"מ שך בענין טענה - בו"ש והוא שולל שם מהלך הרב שך שהוא ע"ד הישיבות עי"ש]
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

שו"ת אגרות משה חלק ח עמ' 15

בליובאן היו גדולי תורה רבים ורבנו היה מספר את המעשה דלהלן כדי להראות שהיו מהם שהגיעו למדרגת רוח הקודש כמעט של גילוי אמיתי בתורה בתחילת חורף תרפ"ב חלה אחד מבעלי הבתים ונפל למשכב במין חולי מוזר ולשונו התנפחה בפיו כאשר תקיף ליה עלמא ורבנו בא לבקרו ביקש החולה להוציא כל איש מעליו וסיפר לרבנו את סיבת חליו לדבריו שבוע קודם לכן בשבת פרשת וירא הקשה כיצד זכו בנות לוט שהמשיח יהיה מצאצאיהן אף שלא בושו בגילוי עריות שעשו והודיעו שבניהן הם מאביהן ודיבר עליהן בדרך בזיון בלילה הופיעו בחלומו שתי נשים זקנות מאד שראשן ופניהן מכוסים ואמרו שהן בנות לוט הן הוסיפו ואמרו לו ששמעו את טענתו ובאו מעולם האמת לענות לו הן טענו שהיו יכולות לומר שמאחר שהןממשפחת אברהם וניצלו בדרך נס מסדום לא היו תולים בהם מעשה זנות והיו יכולות לייחס לעצמן כל מעשה נס כך שהיו יכולות לומר שנתעברו מן השכינה כביכול ולייסד דת חדשה כנצרות והן קראו לבניהן עמון ומואב להודיע שכאשר אשה מתעברת יש לוולד תמיד אב בשר ודם בזכות זה זכו ויצא מהן המשיח האמיתי עוד אמרו שהוא חטא חטא גדול כאשר דיבר עליהן בדרך בזיון מאחר שהוא דבר עליהן בזלזול הוא ייענש מידה כנגד מידה כמרגלים ותשתרבב לשונו ותתנפח בחולי משונה וכך ימות כשסיים האיש לספר את סיפורו היסב את פניו אל הקיר ונפטר לעולמו רבנו ראה בכך עניין אמיתי מאחר שההסבר נראה לו הסבר אמיתי
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

עניני דיומא
אטעטשמענטס
190_s.jpg
דביה תחדי נפשא
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

חמרא טבא האט געשריבן:שו"ת אגרות משה חלק ח עמ' 15

איינער וואס קען נישט דעם מראה מקום וואס איר האט צוגעצייכענט, קען מיינען אז ר' משה שרייבט דאס אין א תשובה. ס'איז אין די הקדמה פונעם מוציא לאור, תן לחכם ויחכם עוד.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:ענדליך צי דעם דערציילט מען אז ס'איז געקימען א מאן מיט א פרוי צי ר' משה און די פרוי האט דערמאנט ר' משה אז ער אליין האט איר גע'געבען א התיר עגונה אפאר יאר ציריק .................... האט ער פארשטאנען אז אויב אזוי מיז זיין אז די מאן איז א שקרן....

ווער האט דיר פארקויפט די מעשה?
אין תשמ"ז האט מען נאך נישט געוויסט דערפין

איך האב געליינט אן אנדערע מעשה אין REB MOSHE PAGES 100-101 פון די ערשטע מהדורא תשמ"ז DEC 86

א פרוי איז געקומען מיט אזא מעשה
נאך די מלחמה האט זי חתונה געהאט מיט א היתר פון א רב (זי האט געזאגט אז דער כתב איז פארלוירען געווארען)
און נאך 20 פלוס יאר איז בא הרוג ברגליו
נאך דריי מאל איבערגעפרעגען די פרטים האט זיך ר' משה פערטראכט און פלוצלינג זיך שטרענג אנגערופען
איך האב געקענט דעם רב און איך קום נישט לקרסוליו ! איך האב שוין מתיר געווען מער ווי 2000 עגונות און עס איז ניט
געשען אזא זאך ווילט איר מיר דערציילען אז דער איד איז נכשל געווארען! עס קען נישט זיין
האט זי מודה געווען אז זי האט זיך אליין מתיר געווען און אנגעשמירט אויף א רב וואס איז שוין נפטר געווארען
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

די מהדורא פון אגרות משה האט מען געדריקט ביי
NOBLE BOOK PRESS
אפשר האט מען עס געזעזט ביי BALSHON
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

שיין בילד פון ר' משה גענומען פון די ספרים בלאג, ביים חתונה פון ר' משה'ס אייניקל, טאכטער פון חתנו רמ"ד טענדלער מיט החתן שבתי ראפאפארט.
The wedding took place at the Pioneer Country Club, Greenfield Park, N.Y., on June 17, 1971

צו רעכטס זיצט רבי JB סאלאווייטשיק, און נאך רבי משה זיצט זיין מחותן ר' אייזיק טענדלער.

בילד
לחיים ולברכה!
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

"רבי פון רבי'ס".. - הג"ר משה אין טאראנטא

'Rabbi of the Rabbis' is Welcomed to Toronto; Bearded Rabbi Moishe Feinstein (center); one of world's leading authorities on Jewish religious law; walks through Toronto International Airport yesterday amid a hand-clapping; singing delegation. Rabbi Feinstein; who is in his 70s; is called the rabbi of rabbis because his knowledge of Jewish history and scripture is eagerly sought by Hebrew religious leaders. The dean of New York's Mesivtha Tifereth Jerusalem rabbinical college; he is to confer with local rabbis.
אטעטשמענטס
502249645.jpg
לחיים ולברכה!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

דער זעט אויס ווי ער גייט עם צוקוועטשן...
דביה תחדי נפשא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”