רבי יצחק מרדכי שפירא מגוואדזיץ זצ"ל - ג' תמוז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

רבי יצחק מרדכי שפירא מגוואדזיץ זצ"ל - ג' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

מוצש"ק וועט זיין דער יו"ד פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' יצחק מרדכי שפירא פון גוואדז'יץ זיע"א

לכבוד זיין הילולא ברענגען מיר דברים פון זיין זוהן כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' דוד משה שפירא פון גוואדז'יטץ-סאדיגורא זיע"א, וואס הער רעד פון זיין טאטע. גענומען פון זיין ספר "דודאים של משה".


דרשה שאמר לאסיפה של
גוואזיצער לאנדלייטד
כשהגיע לאמריקע בשנת תש"א


חשוב'ע לאנדסלייט, איך וייל צוערשט איבערגעבן אשבח צו השי"ת פאר זיין גרויסן חסד וואס העא מיט מיר געטאהן ממש נסים ארויסנעמענדיג מיך מאפילה לאורה משעבוד לגאולה וואס איך בין זוכה יעצט דא פאר אייך צו שטעהן. געזהען ממש נסים איז מיר ממש וואס איך אב מיטגעמאכט אין די 3 יאהר זינד היטלער ימ"ש איז אריין קיין וויען ריז איך בין געקומען אהער, וויפיל מאל איך בין געווען אין ממש לעבנסגעפאר אין וויען, און בעפאהר פארשיקט צו ווערען אין קאנצענטראישען קעמף.

איך קען זאגען אז נאר זכות אבות זענען מיר בייגעשטאנען, דער זכות פון מיין הייליגען טאטע זצ"ל האט מיך ממש עטליכע מאל געזעהן וואס האט מיך אפגעהיט פון שלעכטס. נאר 1 עפיזאד וויל איך דא דערצעהלען. עס איז געווען דעם 9 נאוועמבער 1938, א טאג פאר דעם שרעקליכען 10 נאוועמבער וואס מען האט פארהאלטען כמעט אלע אידישע מענער אין קאנצענטראציען קעמף, האט מיין מאמע (תחי') ע"ה באגעגענט דעם איד וועלכער איז יעדען טאג געשטאנען ביים הייליגען ציון פון מיין הייליגען פאטער זצ"ל אויפ'ן וויענער בית עולם, און האט אים, אזוי ווי זי זאל האבען געוואוסט וואס פאר געפאהר עס קומט, איבערגעגעבן א קוויטעל מיט מיין נאמען ער זאל עס לעגען אויפ'ן הייליגען ציון. דעם אנדערען טאג ד.ה. דעם 10 נאוועמבער.

דעם אנדערען טאג איז געווען דער שווארצער דאנערשטאג וואס מען האט פארברענט אללע בתי תפילה און פערנומען כמעט אללע יודען אין קאנצענטראציען קעמף, איך האב מיך בעהאלטען אינעם זעלבען הויז ביי א שכן, און 1 אזייגער בין איך ארויסגעגאנגען אין בית הכסא און זייענדיג דארט הער איך ווי אפשר 20 שטיק שווארצע מאהערקעס קלאפען ביי מיר און דער וואוינונג שייענדיק ווי איז דער שפירא! איך בין געבליבען אין דעם ארט ווי איך בין געווען מיט טויט שרעק מורא האבענדיג ארויסצוגיין, זיי האבען די וואוינונג דורכגעזוכט אלע ווינקלען, דאן נישט געפונענדיג מיך, זענען זיי געלאפען פון וואוינונג צו וואוינונג מיך זוכען און דאן אריין אויך מיט די רעוואלווערס צום שכן וואו איך בין געווען און האט אללעס איבערגעווארפן, און איינער פון דער חברה האט זיך פונקט אפגעשטעהלט פאר דער טיר פון בית הכסא, און זיין שכל איז פארשלאגען פוקנט דארט איז זיי נישט איינגעפאלען צו זוכען, זייערע אויגען זענען ממש פארבלאנדזשעט געווארען און זענען אוועק, און אזוי בין איך ניצול געווארן.

דעם אנדערען טאג איז דער יוד פונעם ציון געקומען און האט געזאגט אז פונקט 1 אזייגער האט ער דאס קוויטעל מיט'ן נאמען אריינגעלעגט אינעם ציון. דאס איז 1 פון פילע פילע וואס איך בין דורך אז דער זכות פון מיין הייליגען פאטער האט מיך מציל געווען. און ווער עס האט געקענט מיין הייליגען פאטער זצ"ל און געדענקט זיין הייליגער הערליכע צורה זיין הדרת פנים וואס האט געשיינט ממש ווי א מלאך אלוקים דער ווייסט דאס ער האט א גוטען זכות און קען פועל זיין פאר די וואס גלייבען אין אים.

עס איז מיר דאן געלונגען פון וויען פון דעם גיהנום קיין לאנדאן צוקומען. אבער נאך קורצער צייט האט זיך אנגעהויבען די מלחמה – איך בין דאן 3 חדשים אינטערנירט געווען צוריק קומענדיג האבן מיר מיטגעמאכט די שווערע באמבארדמענטס, דורכגעלעבט טויט שרעק, דריי פערטל יאר געשלאפן אין שעלטער זיך נישט אויסגעטאן, ענדליך האט השי"ת געהאלפען אז עס איז מיר ב"ה געלונגען קיין אמעריקא צו קומען. עס געפעלט מיר די אייגענארטיגקייט פון דעם אמעריקאנער יודענטום דיא ארגאניזירונג פון לאנסלייט וואס יעדע שטאדט האט זיך איהרען פעריין, ארגאניזאטיאן, מען העלפט זיך איינער דעם אנדערען היע און קיין יוראפ, ווי וואלט דאס יודענטום געקענט אין די יוראפעאישע לענדער עקזיסטירען ווען נישט די געוואלדיגע לייסטונגען פון אייך אמעריקאנער וואס איהר בעמוהט זיך אזוי צו שיקען אפידעוויטס און געלד, אייערע הערצער פיהלען עכט יודיש איהר האלט שטארק פון דער מצות עזוב תעזוב. יעדע ארגאניזאציאן פון יעדע שטאהט בעמיהט זיך אריינצוברענגען די אייגענארטיגקייט די סימבאלס פון זיינער שטאדט אין זייער פעריין אזוי אז מען קומט זיך צוזאמען זאל מען זיך פיהלען ווי אין דער היים.

איהר ווירד אללע מודה זיין אז די אייגענארטיגקייט פון גוואזדזיץ, דער סימבאל פון גוואזדזיץ איז געווען אונזער הויף, ווער פון אייך דערמאנט זיך נישט אין די שבתים און בעזאנדערס די ימים טובים וואס מען האט פערבראכט אין די סביבה פון מיין הייליגען פאטער ז"ל, אז ס'פלעג קומען ימים נוראים פלעגען אנהויבען שטראמען פון אלע שטראסען פיאקערס און וועגען מיט חסידים פון אבערטען האראדענקא זאבלאטאוו דעלאטין קאלאמעא און פון די דערפער ארום וואס זענען געקומען האלטען די הייליגע טעג אין די סביבה פון הייליגען טאטע זצ"ל, ווער עס האט געזען זיין הייליגע צורה ימים נוראים ווי ער האט געהאט מראה כהן טוענדיג די עבודה אין בית המקדש, קען דאס נישט פארגעסן. טעג לאנג פריער האט זיך שוין געטראגען איבער'ן שטעטדעל.

די ניגונים וואס ר' נטע האט איינגעחזרט מיט זיינע משוררים פאר די הייליגע טעג. ווער געדענקט נישט דאס געהן צו תשליך ווי דער הייליגער טאטע זצ"ל איז געגאנגען מיט אן עולם איבער'ן שטאדט מיט א געזאנג און ר' מרדכי האט געפאכט מיט די פאטשיילע, און שמחת תורה! די גאנצע שטאדט אנשים נשים וטף איז דאן געקומען צו הקפות, דיא קלויז און דאס הויף איז געווען פול געפאקט מיט מענטשן צו זעהן ווי דער הייליגער טאטע זצ"ל טאנצט מיט'ן קליינעם ספר תורה'לע די הקפות. דאס בילד פרעגט זיך איין אויף תמיד און בלייבט אומפארגעסליך. יעצט מיינע ליעבע יודען איז דאס אללעס בטל געווארען, א שרעקליכע מלחמה געהט יעצט אן אין אונזער אלטע היימלאנד א גרויל כאפט אן קלערענדיג וואס עס געהט דארט פאר, השי"ת זאל זיך מרחם זיין אויף די ארימע געפלאגטע יודען פון אונזערע היימען, דא אבער אין אמעריקע זעטצט זיך פאר די טראדיציע פון אמאל יעדער לאנדסגעמיינשאפט פריפט ווי ווייט מגליך אנצוגעהן ווי אין די אמאליגע היימשטאדט עס זאל ווי ווייט מעגליך נישט פארגעסעען ווערען דער זכות פון מיין הייליגען פאטער זצ"ל ווירד אויף די אללע מגין זיין צו געזונד פרנסה מיט הצלחה מיט א ישועה אויף אללע יודען בכלל ובפרט בביאת גואל צדק בבי"א.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גאר אינטערסאנט. יישר כח.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

עס עקזיסטירט נאך היינט א גוואדזיץ בימ"ד אין בארא פארק אויף 1254 49 סטריט, ווערט אנגעפירט דורך א זוהן פון ר' דוד משה אן איידעם ביי ר' ירוחם ליינער פון ראדזין.
ועמך כולם צדיקים
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

דער זוהן זיין נאמען איז מוהר"ר יצחק מרדכי שפירא זצ"ל. הער איז אוועק פאר א יאר.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ווער האט איבער גענומען, אפשר זיין זוהן וועלכער איז א איידעם ביי ר' מיכל קריגער מלפנים בדיטרויט.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ערב ראש השנה איז דער יארצייט פון הרה"ק ר' אברהם יעקב הי"ד בן ר' יצחק מרדכי פון גוואדזיץ-סטאלין, אין גליון (קמ"א) תפארת ישראל טשארטקוב-אנטוו"פ פון די וואך איז דא א באשרייבונג פון אים אפשר וועט שמואל'יק'יל אונז טוהן א געפעליגקייט און עס ארויף לייגן להנותינו ולהנאתינו, אויף אדערווייל קאן מען עס זעהן ביי "לדעת".
ועמך כולם צדיקים
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

דער זוהן מוה"ר ר' אברהם יעקב שפירא שליט"א וואינט און ארה"ק.
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

גענומען פון גליון "תפארת ישראל" הנ"ל
אטעטשמענטס
Doc6.doc
(241 KiB) געווארן דאונלאודעד 236 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב לעצטענס באמערקט א שטיבל אין בארא-פארק מיט אן אויפשריפט 'חסידי סדיגורא - גוואזדיץ' ווייסט איינער צו וועם דאס באלאנגט און ווער עס איז דארט דער שיינער איד?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מ'האט שוין אמאל גערעדט דערפון אז דאס ווערט געפירט דורך'ן גוואדזיצערס זוהן אן אלטער בחור (מיט אסאך געלט).
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

מיללער האט געשריבן:איך האב לעצטענס באמערקט א שטיבל אין בארא-פארק מיט אן אויפשריפט 'חסידי סדיגורא - גוואזדיץ' ווייסט איינער צו וועם דאס באלאנגט און ווער עס איז דארט דער שיינער איד?

מהאט שוין גערעדט און א פריערדיגע אשכול דערוועגן, די ביהמ"ד ווערט געפירט דורך הב' שלמה שפירא הי"ו, א סאדיגורא אייניקל, און א קאריצער אייניקל, און נאך.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

וועמענס זוהן איז דער בחור שלמה שפירא?
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:וועמענס זוהן איז דער בחור שלמה שפירא?




שמו שלמה חיים בן ר' יצחק מרדכי ז''ל בהרה''צ ר' דוד משה זצ''ל מגוואדזשיץ בן הרה''צ ר' יצחק מרדכי זצ''ל מגוואדזשיץ ר' יצחק מרדכי הנ''ל הי' חתן חתנו של
הרה''ג ה''צ המקובל החוקר ר' ירוחם זצ''ל מראדזין בן הרה''ק ר' אברהם יהושע העשיל זצ''ל מחעלים בן הבית יעקב מראדזין על הבית יעקב
בראשית יש הגהות מראי''ה הנ''ל [באמת היו צריכים לעשות מדור על הכה''צ ר' ירוחם הנ''ל הוא הי' איש האשכולות בכל המובנים התכתב והי'
חביב על כל גדולי עולם גדול בנגלה ובנסתר והי' ענוותן ושפל רוח ]. יהי זכרו ברוך
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

דער קומענדיגער שב"ק וועט זיין די יו"ד פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר דוד משה שפירא פון גוואדזשיץ סאדיגורא בעהמ"ח ספה"ק "דודאים של משה" זיע"א - ט"ו אייר תשמ"ח.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ביקסאד האט געשריבן:עס עקזיסטירט נאך היינט א גוואדזיץ בימ"ד אין בארא פארק אויף 1254 49 סטריט, ווערט אנגעפירט דורך א זוהן פון ר' דוד משה אן איידעם ביי ר' ירוחם ליינער פון ראדזין.

ב''ה
ר' יצחק מרדכי איז נישט איין איידעם פין הרה''ג ר' ירוחם מראדזין נאר איין איידעמ'ס איין איידעם .
זיין זהון הייסט שלמה חיים -ווייל רד''מ מגוואדזיץ איז געווען איין איידעם בייא הרה''ק ר' שלמה חיים
פין באלאחאוו-נאוואמינסק הי''ד בזוו''ר .
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שמואל'יק'יל האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' חיים מאיר יחיאל שפירא פון דרוהעביטש זיע"א ליגט און הר הזיתים. און ריכטיג, הער איז עולה געווען קיין ארה"ק שוין און יאר תרפ"ב. און יא, כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' אביעזרי זליג שפירא פון דרוהעביטש זיע"א וואס כ'האב אים דערמאנט איז געווען זיין זוהן.


געטראפן דעם בילד אינעם דרוהביטשער יזכור-בוך, צו רעכטס איז א בילד פון ר' חיים מאיר יחאל שפירא האדמו"ר מדרוהביטש אינאיינעם מיט ר' יצחק מרדכי מגוואזדיץ, לינקס איז דא א בילד פון 'האדמו"ר המצייר' ר' אברהם יעקב שפירא און אונטן ליידער א משורר ש. שלום בן האדמו"ר מדרוהביטש, אפשר קען איינער דא אויסקלארן; פ"וו הייסט ער 'אדמו"ר המצייר' וועמענס זון איז ער געווען, און וועמענס זון איז ש. שלום?

ראה ה' והביטה.
אטעטשמענטס
0169.JPG
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיללער האט געשריבן:אפשר קען איינער דא אויסקלארן; פ"וו הייסט ער 'אדמו"ר המצייר' וועמענס זון איז ער געווען, און וועמענס זון איז ש. שלום?

ראה ה' והביטה.


דער דרוהוביטשער איז געווען א גרויסער ציוניסט און ס'איז באקאנט זיין שלאג-ווארט 'באהבת חנם תבנה הארץ' ער איז געווען פון די שטארקע בויערס צוזאמען מיטן אדמו"ר החלוץ, יאבלונער רבי וכו' און דערפאר ווערט ער מסתמא אנגערופען אדמור המצייר צוליב דעם וואס ער האט געקענט די חכמת המדידה הנקרא סורוועיאונג, און ער האט דאס אויסגענוצט פאר אויסבויען אר"י, וכתבתי מזה כבר באיזהו מקומן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ש. שלום איז געווען א זוהן פון דעם דערמאנטן 'אדמו"ר המצייר' רא"י שפירא.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

badatz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:וועמענס זוהן איז דער בחור שלמה שפירא?




שמו שלמה חיים בן ר' יצחק מרדכי ז''ל בהרה''צ ר' דוד משה זצ''ל מגוואדזשיץ בן הרה''צ ר' יצחק מרדכי זצ''ל מגוואדזשיץ ר' יצחק מרדכי הנ''ל הי' חתן חתנו של הרה''ג ה''צ המקובל החוקר ר' ירוחם זצ''ל מראדזין בן הרה''ק ר' אברהם יהושע העשיל זצ''ל מחעלים בן הבית יעקב מראדזין על הבית יעקב
בראשית יש הגהות מראי''ה הנ''ל [באמת היו צריכים לעשות מדור על הכה''צ ר' ירוחם הנ''ל הוא הי' איש האשכולות בכל המובנים התכתב והי'
חביב על כל גדולי עולם גדול בנגלה ובנסתר והי' ענוותן ושפל רוח ]. יהי זכרו ברוך


השם 'שלמה חיים' הוא ע"ש זקנו ר' שלמה חיים פערלוב מבאלחוב, הנה העתק מהזמנת החתונה של זקנו ר' דוד משה שפירא האדמו"ר מגוואזדיץ-סדיגורא, כפי מה שהופיע בפורום אוצר החכמה (קרדיט; י. בנימין)

ולשלימת הנושא בין איך מעתיק וואס דער חשוב'ער ניק 'פניני' שרייבט דארט בנוגע די קינדער פון ר' דוד משה:

פניני האט געשריבן:ר' דוד משה נולד בגוואזדיץ יט אלול תרס"ד
בתרפ"ד נשא את אלטע בת ציון בכורתו של ר' שלמה חיים פערלאוו מבאלחוב שנפטרה ד' טבת תש"ט בברוקלין
בתשי"א נשא רייזיל בת ר' שרגא פייבוש הגר מזלישטשיק למגזע ווישניץ
כיהן כאדמו"ר מגוואזגיץ-סאדיגורא נפטר ט"ו אייר תשמ"ח
בנו יחידו הרב יצחק מרדכי בן אלטע בת ציון נשא את מלכה בת ר' יהושע האברפעלד חתן ר' ירוחם ליינר מראדזין
הודפס ספרו של אביו דודאים של משה (ברוקלין תשנ"ב)
נפטר בערך ערב חג הסוכות תשס"ה
ילדיו א.אלטע בת ציון זו' ר' ישראל מאיר געלב בטורונטו
ב. אסתר רחל זו' ר' משה פלאר מלייקוואד
ג. שלמה חיים ירוחם, מנהל בית מדרשו של אביו בברוקלין
ד.אברהם יעקב גר בא"י


אגב, באוסף בלוך יש איזה מכתבים מר' דוד משה לבלוך.
אטעטשמענטס
178.jpg
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

א יופי פון א הזמנה און דערצו געדרוקט אין באלחוב ,ייש"כ רבינו.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

א'בילד פון די מציבה און אוהל פון הרה"ק רבי יצחק מרדכי זצ"ל מ'גוואדזיטץ זצ"ל.בבית החיים בוויען יצ"ו.
אטעטשמענטס
אהל-יצחק-מרדכי.JPG
אהל-יצחק-מרדכי.JPG (13.26 KiB) געזען 3325 מאל
כיתוב_המצבה.JPG
כיתוב_המצבה.JPG (15.1 KiB) געזען 3325 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:וועמענס זוהן איז דער בחור שלמה שפירא?




שמו שלמה חיים בן ר' יצחק מרדכי ז''ל בהרה''צ ר' דוד משה זצ''ל מגוואדזשיץ בן הרה''צ ר' יצחק מרדכי זצ''ל מגוואדזשיץ ר' יצחק מרדכי הנ''ל הי' חתן חתנו של הרה''ג ה''צ המקובל החוקר ר' ירוחם זצ''ל מראדזין בן הרה''ק ר' אברהם יהושע העשיל זצ''ל מחעלים בן הבית יעקב מראדזין על הבית יעקב
בראשית יש הגהות מראי''ה הנ''ל [באמת היו צריכים לעשות מדור על הכה''צ ר' ירוחם הנ''ל הוא הי' איש האשכולות בכל המובנים התכתב והי'
חביב על כל גדולי עולם גדול בנגלה ובנסתר והי' ענוותן ושפל רוח ]. יהי זכרו ברוך


השם 'שלמה חיים' הוא ע"ש זקנו ר' שלמה חיים פערלוב מבאלחוב, הנה העתק מהזמנת החתונה של זקנו ר' דוד משה שפירא האדמו"ר מגוואזדיץ-סדיגורא, כפי מה שהופיע בפורום אוצר החכמה (קרדיט; י. בנימין)

ולשלימת הנושא בין איך מעתיק וואס דער חשוב'ער ניק 'פניני' שרייבט דארט בנוגע די קינדער פון ר' דוד משה:

פניני האט געשריבן:ר' דוד משה נולד בגוואזדיץ יט אלול תרס"ד
בתרפ"ד נשא את אלטע בת ציון בכורתו של ר' שלמה חיים פערלאוו מבאלחוב שנפטרה ד' טבת תש"ט בברוקלין
בתשי"א נשא רייזיל בת ר' שרגא פייבוש הגר מזלישטשיק למגזע ווישניץ
כיהן כאדמו"ר מגוואזגיץ-סאדיגורא נפטר ט"ו אייר תשמ"ח
בנו יחידו הרב יצחק מרדכי בן אלטע בת ציון נשא את מלכה בת ר' יהושע האברפעלד חתן ר' ירוחם ליינר מראדזין
הודפס ספרו של אביו דודאים של משה (ברוקלין תשנ"ב)
נפטר בערך ערב חג הסוכות תשס"ה
ילדיו א.אלטע בת ציון זו' ר' ישראל מאיר געלב בטורונטו
ב. אסתר רחל זו' ר' משה פלאר מלייקוואד
ג. שלמה חיים ירוחם, מנהל בית מדרשו של אביו בברוקלין
ד.אברהם יעקב גר בא"י


אגב, באוסף בלוך יש איזה מכתבים מר' דוד משה לבלוך.

מציבת הרבנית אלטא בת ציון בת רבי שלמה חיים מבאלחוב אשת רבי דוד משה שפירא מגוואזדיץ

(קרעדיט; רבי נחוניא ממכון חכמי אקראינא וחבר במורשת חכמי אמעריקא)
אטעטשמענטס
IMG00642-20140526-1126-1.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שמואל'יק'יל האט געשריבן:דער זוהן זיין נאמען איז מוהר"ר יצחק מרדכי שפירא זצ"ל. הער איז אוועק פאר א יאר.

מצורף אמר הערכה על ר' יצחק מרדכי ב"ר דוד משה מגוואזדיץ

עמיצער האט אפשר א קלארע בילד פון אים?
אטעטשמענטס
RYM Shapiro1.png
RYM Shapiro1.png (382.68 KiB) געזען 2086 מאל
RYM Shapiro2.png
RYM Shapiro2.png (122 KiB) געזען 2086 מאל
יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק פון ישיבה »

מיללער האט געשריבן:ש. שלום איז געווען א זוהן פון דעם דערמאנטן 'אדמו"ר המצייר' רא"י שפירא.


יא, סאיז גאר אינרעסאנט, אז דער אדמו"ר הצייר איז גווען א איידעם ביי רנ"ד פארצווער, [זיידע פון דער אנטיגע מונקאטשער רבי], וואס איז גווען ממש אגרויסע קנאי, און ער שראייבט און דער ספר זייינע [וכן בצוואתו] אנקעגן דער ציונות אש להבה, און אעפ"כ זיין איידעם איז גווען פון דער גרויסע ציונים.
איך האב גיעהרט [מפי בעל המעשה] אז ש' שלום האט געשריבן ביי זיינע כתבים כו"כ עניינים און מעשיות אויף זיין זיידע מיט זיינע פעטער'ס, און איינער וואס האט געדרוקט יעצט אספר אויפן פארצווער, האט געוואלט שראייבן פון זיינע מאמרים און זיין ספר, און דער בייאלער רבי שליט"א אמר לו בחריפות, שח"ו להביא מדברי רשע.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

בן בוזי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אפשר קען איינער דא אויסקלארן; פ"וו הייסט ער 'אדמו"ר המצייר' וועמענס זון איז ער געווען, און וועמענס זון איז ש. שלום?

ראה ה' והביטה.


דער דרוהוביטשער איז געווען א גרויסער ציוניסט און ס'איז באקאנט זיין שלאג-ווארט 'באהבת חנם תבנה הארץ' ער איז געווען פון די שטארקע בויערס צוזאמען מיטן אדמו"ר החלוץ, יאבלונער רבי וכו' און דערפאר ווערט ער מסתמא אנגערופען אדמור המצייר צוליב דעם וואס ער האט געקענט די חכמת המדידה הנקרא סורוועיאונג, און ער האט דאס אויסגענוצט פאר אויסבויען אר"י, וכתבתי מזה כבר באיזהו מקומן.

פשוט מ'האט אים גערופן "האדמו"ר המצייר" ווייל ער האט געקענט שיין מאלן
קוק דא:
https://www.kedem-auctions.com/he/node/14992
און אויך אין ויקפדיה:
https://www.yeshiva.org.il/wiki/index.p ... 7%A8%D7%90
מאז התמסר לאמנות הציור וקנה לו שם בציוריו מטבע הארץ ופורטרטים, שהוצגו בכמה תערוכות וזכו להערכות רבות של אנשי המקצוע. עיסוקו זה הקנה לו את השם "האדמו"ר המצייר"
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”