ר' חנוך חיים הכהן קאהן ר"מ בסיגוט - ירושלים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

א דאנק כבוד הרב.

פון ווי איז גענומען דעם מודעה?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מאטקע האט געשריבן:א דאנק כבוד הרב.

פון ווי איז גענומען דעם מודעה?


דורך א זוכעניש לכבודו אויף עיתונות יהודית היסטורית ווי איך האב אריינגעשטעלט די ווערטער "כולל מונקאטש".
זכרון
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 03, 2012 11:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרון »

איך האב זייער הנאה געהאט צו ליינען די פאסיגע דברי הערכה ותולדות פון דעם גרויסן גדול וצדיק וואס אנקומענדיג קיין ארץ ישראל האט ער פארשלייערט זיין הויכן פערזענליכקייט.

איך האב ביי מיר א בריוו וואס א אייניקל האט אמאל אריינגעשיקט אין "דער איד" איבער זיין זיידע הגה"צ ר' חנוך חיים זצ"ל, ולתועלת הרבים בין איך דאס מעתיק:


לכבוד די חשוב'ע רעדאקציע "דער איד".
פותחין בכבוד האכסניא, מיר פילן פאר אייך א אינערליכע הכרת הטוב פאר די אינהאלטסרייכע ארטיקלען מדי שבוע בשבוע.
איך וויל זיך באציען אויף די נייע באלערנדער ארטיקל וואס האט לעצטנס אנגעהויבן צו ערשיינען אין אייער צייטונג, מיט'ן נאמען "דעם רבי'נס ביהמ"ד" דארט האט איר אראפגעברענגט א אור-אלטע פארגעסענע היסטאריע איבער דעם "סיגו'טער ביהמ"ד" אין אלט שטאט אין ירושלים מיט אריבער הונדערט יאר צוריק. איך מוז ארויסברענגען אז די ארטיקל איז זייער רייך פונעם היסטארישן שטאנדפונקט, און דאס האט אונז צוגעברענגט גרויס הנאה און אינטרעסאנקטייט.
פאריגע וואך האט איר דערמאנט א טייל נעמען פון די מתפללים פון דעם סיגוטער שטיבל אין אלט שטאט, צווישן די נעמען געפינט זיך דער נאמען פון מיין עלטער זיידע הרה"ח ר' חיים כהן ע"ה. וואלט איך געוואלט אראפברענגן אפאר שורות איבער זיין פערזענליכקייט, און זיין קשר צו סיגוט.
ווי איר האט דערמאנט איז מיין זיידע ר' חיים ע"ה, געווען א שטארקער מונקאטשער און סיגוטער חסיד אינאיינעם. איז אינטרעסאנט צוצולייגן אז מיט יארן שפעטער ווען דער זיידע ר' חיים האט געוואוינט אין די שטעטלעך האט ער אנגעפירט דעם מונקאטשער שטיבל אין בתי מונקאטש. און היות ער איז געווען א תלמיד פון קדושת יו"ט זי"ע האט ער איינגעפירט א יעדן שלוש סעודות צו זאגן ה' מלך און שמע ישראל כמנהג סיגוט. איינמאל איז איימיצער געגאנגען פאר'מסר'ן פארן מונקאטשער רב אז אין זיין אייגענעם ביהמ"ד אין ירושלים זאגט מען שלוש סעודות "שמע ישראל" – נישט ווי אזוי עס איז געווען דער מנהג אין מונקאטש [וואס כידוע איז געווען צדיקים וואס האבן זיך מתנגד געווען אויף דעם מנהג]. ווען דער מונקאטשער רב האט דאס געהערט האט ער זיך פארטראכט אויף א וויילע, און דאן האט ער זיך באלד אנגערופן, ווי ער האט זיך דערמאנט: אה, ר' חיים איז דאך דארט, אויב אזוי זאג איך גארנישט... און מ'האט ווירקליך ממשיך געווען אייביג צו זאגן אינעם מונקאטשער שטיבל ה' מלך מיט שמע ישראל.
ווען דער מונקאטשער רב איז אנגעקומען אין ארץ ישראל אין יאר תר"צ, איז ער איינגעשטאנען אין הויז פון ר' חיים כהן ע"ה. דעמאלט איז ארומגעגאנגען א שמועה אז די ציונים ווילן טשעפען דעם מונקאטשער רב צוליב זיין קאמף מיט די ציונים, דעריבער האט דער זיידע ר' חיים געמאכט אויף זיינע פענסטערס פון שטוב ספעציעלע אייזענעס כדי מ'זאל גארנישט קענען שלעכסט טון פארן מונקאטשער רב.
ווי איר האט דערמאנט האט ער געלערנט בחברותא מיט'ן רבי'ן זי"ע אין סיגוט. דער רבי איז נאך דאן געווען א קינד, און ר' חיים איז געווען עלטער פון רבי'ן מיט אפאר יאר, און זיי האבן געלערנט יארן אינאיינעם. דער רבי זי"ע פלעגט זייער רעספעקטירן ר' חיים, איך געדענק איינמאל בין איך אריין צום רבי'ן אינאיינעם מיט מיין זיידע הרה"ח ר' שלמה קליין ע"ה פון ירושלים, איידעם פון ר' חיים ע"ה, און ווען ער האט דערמאנט פארן רבי'ן אז ער איז א איידעם פון ר' חיים, האט דער רבי ווי א שפרונג אויף געגעבן פון זיין ארט, זאגנדיג: אה, ר' חיים! ר' חיים!, ער האט דאך געלערנט מיט מיר אין מיין יוגענט...
דערצו איז ר' חיים געווען א בארימטער "בעל מקובל", און א גרויסער ירא ושלם ודחיל חטאין. נישט אומזיסט האבן די גדולי וצדיקי הדור געהאט פאר אים אזא געוואלדיגן רעספעקט.
ייש"כ פארן צולייגן מיינע שורות, לזכרון פון מיין זיידע ר' חיים ע"ה. א דאנק.
ש.ו.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א שיינעם דאנק הרב בעל זכרון, תשוח"ח לך על ההעתק

בנוסף צו די אינהאלטספולע אינפארמאציע אינעם בריוו לתולדות ר' חיים, ווערן מיר געוואור פון נאך אן ענף אין די משפחה, ד.ה. אויסער די דריי זוהן פון ר' חנוך חיים וועלכע ווערן אויסגערעכנט אנהייב פונעם אשכול, האט ער געהאט אן איידעם בשם ר' שלמה קליין, וואלט אינטערעסאנט געווען צו הערן מיר איבער דעם איידעם.
זכרון
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 03, 2012 11:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרון »

קיין סאך ווייס איך נישט איבער ר' שלמה קליין, אזוי פיל ווייס איך אז ער האט רוב ימיו ושנותיו געוואוינט אין ירושלים וואו ער איז געווען פאררעכנט פון די נקיי הדעת שבירושלים; ער פלעגט דאווענען אין די בארימטע "מארמאראשער שול" (וועלכע עס האט שפעטער איבערגענומען הגה"צ ר' בנימין ראבינאוויטש זצ"ל) ער האט דארט געדינט אלס א בעל תפילה אין די הייליגע טעג.
ער האט איבערגעלאזט אין ירושלים א דור ישרים מבורך, זיין איידעם איז געווען ר' אלעזר שיף ז"ל פון די גרויסע בעלזער חסידים, ברודער פון ר' חנינא שיף משב"ק לבית גור, ווי אויך האט ער א איידעם ר' יעקב מאיר קוביטשעק שליט"א דער לאנגיעריגער נאמן הביד"ץ העדה החרדית עמו"ש, ועוד.
דוכט זיך אז אין ספר זכרון יעקב פון זיין טאטן ר' יעקב קליין ז"ל איז דא אסאך אינפארמאציע איבער די משפחה חשובה, ומשם תדרשנו לטובה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:די קינדער פון ר' חנוך חיים זענען געווען;

1) ר' צבי הירש הכהן
2) ר' דוד הכהן
3) ר' מרדכי הכהן


ר' צבי הירש איז נאך געבוירען אין סיגוט בשנת תרנ"ח, ער איז ארויך אויף אר"י אלס קליין קינד מיט זיין טאטען און געלערנט אין די ארטיגע ישיבות, הוראה האט ער געקריגען פון די ירושלימער בי"ד ובראשם הגרי"ח זאנענפעלד, בשנת תרפ"א איז ער ארויס קיין אמעריקא ווי ער האט זיך באזצט אין הארלעם, צווישען די יארען האט ער משמש געווען ברבנות אין עטליכע קהילות אין הארלעם און ריווערסייד און ער האט מחבר געווען א ספר 'גנזי דרשות ורעיונות'.

ווער איז געווען אן אקטיווער רב און עסקן און ער האט געהאלפן גרידנען דעם ישוב 'רעננה' אין אר"י און טייל גענומען אין פארשידענע מוסדות צדקה וחסד.



א שיין בילד פון ר' צבי הירש קאהן משנת תש"ט ביים געבן די השגחה אויף מעקסוועל קאווע:
http://hoboken.pastperfect-online.com/3 ... 1&type=102

בילד
נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

מיללער האט געשריבן:כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית יוטא פיגא בת ר' מנחם מענדל ווידער פון סיגוט

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=120


מי היה אביו של ר' מנדל ווידער?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

על רבי חנוך חיים הכהן ומשפחתו - בהמאור וזכרון בספר:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=571
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

תמונת ר' חנוך חיים מערכו בזשעני:
https://www.geni.com/people/Chanoch-Hac ... /tab/media
אטעטשמענטס
chanoch_kohn_large.jpg
chanoch_kohn_large.jpg (10.85 KiB) געזען 2201 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאך אן איידעם פון רבי חנוך חיים קאהן איז געווען ר' שלמה מנחם ב"ר משה מרדכי וויינשטאק חדב"ן רבי דוד צבי שלמה מלעלוב-ירושלים זצ"ל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:די קינדער פון ר' חנוך חיים זענען געווען;

1) ר' צבי הירש הכהן
2) ר' דוד הכהן
3) ר' מרדכי הכהן


ר' צבי הירש איז נאך געבוירען אין סיגוט בשנת תרנ"ח, ער איז ארויך אויף אר"י אלס קליין קינד מיט זיין טאטען און געלערנט אין די ארטיגע ישיבות, הוראה האט ער געקריגען פון די ירושלימער בי"ד ובראשם הגרי"ח זאנענפעלד, בשנת תרפ"א איז ער ארויס קיין אמעריקא ווי ער האט זיך באזצט אין הארלעם, צווישען די יארען האט ער משמש געווען ברבנות אין עטליכע קהילות אין הארלעם און ריווערסייד און ער האט מחבר געווען א ספר 'גנזי דרשות ורעיונות'.

ער איז געווען אן אקטיווער רב און עסקן און ער האט געהאלפן גרידנען דעם ישוב 'רעננה' אין אר"י און טייל גענומען אין פארשידענע מוסדות צדקה וחסד.

תמונות מר' צבי הירש הכהן
א. בהשגחה במקסוועל קאווע
image001.png
image001.png (278.66 KiB) געזען 1192 מאל


ב.
uncle_rabbi_large.jpg
uncle_rabbi_large.jpg (9.59 KiB) געזען 1192 מאל
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5230
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: ר' חנוך חיים הכהן קאהן ר"מ בסיגוט - ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

riv.JPG
riv.JPG (69.46 KiB) געזען 409 מאל
ביליצר
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 07, 2016 6:13 am

Re: ר' חנוך חיים הכהן קאהן ר"מ בסיגוט - ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביליצר »

האם יש בארצות הברית אייניקלך פון הגאון רבי שלמה אהרן זצ"ל ?? יישר כח
ביליצר
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 07, 2016 6:13 am

Re: ר' חנוך חיים הכהן קאהן ר"מ בסיגוט - ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביליצר »

איינער קען אייניקלך אין אמריקה פון הגאון ר שלמה אהרן ורטהיימר זצ"ל ?

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7 ... 7%9E%D7%A8
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”