זכר גבאים לברכה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6518
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 3:01 pm

שמעלקא האט רעכט, דעם רבינס גבאי איז געווען גבאי אין זידיטשויב
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך דעצמבער 22, 2010 4:23 pm

הרה"ח ר' אנשיל גבאי ע"ה - משב"ק ביי הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע.

(געווען א קנאפער חכם...)

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך דעצמבער 22, 2010 4:47 pm

א טענצל! האט געשריבן:הרה"ח ר' אנשיל גבאי ע"ה - משב"ק ביי הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע.

(געווען א קנאפער חכם...)

ר' אנשיל נאדעל ע"ה, ער איז געווען און אונזערע צייטען שברי לוחות, ער האט געדענקט ש"ס אויסענווייניג אפי' לעצטענס (איך האב אים אליין פארהערט ע"פ רצונו), ער איז געווען א תלמיד חביב פון טשעבינער רב, דער טשעבינער רב האט אים געשיקט על הוצאותיו קיין ווארשע, צו לערנען ביי איינעם, ער איז געקומען פון אזא ארימע שטוב, אז זיין טאטע האט שטאטץ א באן בילעט אליינס צו קומען צו זיין חתונה, אים געשיקט געלט פאר א נייע העמד (שמעתי מר' שאול הוטערער), בתחילת המלחמה האט ער אסאך געטוהן פאר יודען, דער קדושת ציון האט אויף אים געזאגט ער איז א מלומד בניסים
לאחר המלחמה האט ער געמאכט א רוק, און זיך געוואלגערט אין דייטשלאנד, (ואולי פראנקרייך), דעם טשעבינער רב איז געווען גרייט על הוצאותיו אים צו ברענגען קיין א"י, למעשה ר' איציקעל האט אים ערגיץ אויפגעזוכט, און אים גענומען תחת כנפיו, און געמאכט פאר א גבאי
למה זה תשאל לשמי...

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך דעצמבער 22, 2010 8:01 pm

מיט איינער פון די גבאים ביי ר' איציקל איז דא אן עובדא אז ער האט געוואלט אוועקלויפן קיין לאנדאן אלץ בחור, אבער ר' איציקל האט פארארבעט מעשים אז ער זאל נישט מצליח זיין דערין, זאגענדיג: איך דארף א הויז-בחור, בלייב ביי מיר, איך דארף דיר שטארק האבן.

האט דאס צוטוען מיטן אויבן דערמאנטען גבאי?
לחיים ולברכה!

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 12:50 am

געהערט אמאל א גאר זיסע מעשה וועגן די משב"קים אין בית פשעווארסק.

נאך ר' איציקל'ס הסתלקות, האבן כידוע אסאך מצדד געווען מען זאל תיכף אויף נעמען אדמו"ר ר' לייבוש פאר רבי. צוליב וואס ר' יאנקעלע זי"ע האט זיך געפירט מיט אזא עניוות און פשטות, אז עס לאזט זיך גארנישט זאגן. (סאיז ידוע אז רבי יענקעלע פלעגט זאגן, אז נאכן שוועיערס פטירה, האט ער נישט געוויסט וואס וועט זיין מכח פרנסה. ווייל ווילאנג דער שווער האט געלעבט, האבן זיך וי נישט דורכגעדרייט מענטשן, אבער איצטערט, וואס וועט זיין. ביז ער האט זיך בארואיגט, אז ער פלעגט דאך אין די יונגע יארן צולערנען מיט בחורים, אפשר קען ער עס נאך יעצט אויך טאן...).

בכל אופן, איינער פון די וואס האבן אזוי מצדד געווען, איז געווען דער גבאי אין בית מדרש וואס איז לעצטנס אוועק. (דוכט זיך שוין גערעדט וועגן אים אין דעם אשכול). איז צוגעגאנגען צו אים איינער פון ר' איציקל'ס גבאים (א"י מי בדיוק). א בעל בשר מיט א שיעור קומה, און ער האט אים געזאגט: יושע! דו פיסקעוועסט, הא? איך וועל אנכאפן דיין פרעסערל (אין פוילן פלעגט מען אזוי רופן דאס מויל, בלשון נקי'...) און עס צופליקן! מער האט ער נישט געדארפט. ער האט איינגעפאקט, און ר' יענקעלע איז געווארן רבי.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 12:28 pm

ר' יענקע'לע זי"ע פלעגט דאך זאגן מקדש מלך "עיר" מלוכה, אז ס'איז נאר אדאנק איר...

-

ר' מרדכי לייב פריינד, אביו של ר' חיים (באסעס) איז אויך געווען הויז בחור ביים סאטמאר רבי'ן אין קראלי, ער האט געהאט אסאך צו דערציילן אינטערסאנטע זאכן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22369
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 4:18 pm

שמעלקא, דו געדענקסט ר' מרדכי לייב? מיר האבן נאך געהערט פון אים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 4:24 pm

נאר געהערט פון אים, ער לעבט שוין נישט איבער (פינעף און) צוואנציג יאר.

כ'האב אסאך געהערט פון זיין זון ר' שמעי'.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22369
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 5:09 pm

נפטר אב תש"נ.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 5:17 pm

farshlufen האט געשריבן:נפטר אב תש"נ.


געווען נעכטן
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג דעצמבער 26, 2010 4:51 pm

אין ס' עובדא דאהרן (תולדות הרה"ק מהרצ"א מבלאזוב) שטייט אזוי בזה"ל:
והנה הי' לו להרה"ק (מבלאזוב) גבאים ומשמשים חסידים זקנים ובעלי צורות, אבל הגבאי הראשי שהי' מושל בכל ונאמן בכל אשר לו, הי' רווק בא בימים מיט א געשטיצטע בארד ודייטשע מלבושים והי' שמו גומפל, הוא הי' מבית גביר ושוע והתנדב להיות משמש אצל הגה"ק בלי שום תשלום גמול, והי' זה לפליאה גדולה בעיני כל החסידים והרבנים, כי הגה"ק גדלו ונשאו את זה הגומפל מעל כל השרים חסידים ורבנים ואנשי מעשה וגבאים ומשמשים אשר אתו, ואף בזמנים שהגה"ק הי' מתבודד סגור ומסוגר ואין איש שהרהיב אפי' לנגוע בהאקלאמקע שלו, הי זה גומפל עייל ונפיק בלא בר, ובידו הי' השבט מושל חקרב ולרחק את מי שרוצה, הכל לפי ראות עיניו, והוא עשה משפטים בל ידעום, ואוי למי שלא מצא חן בעיני גומפל....

כידוע איז דאס אוועק געבן די ממשלה פאר דעם גבאי'ן געוועהן ביים בלאזוב'ער רב א ענין און געהאלטן אז דאס וועט זיין א סגולה פאר ארווכת ימים,

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » זונטאג דעצמבער 26, 2010 7:31 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:אין ס' עובדא דאהרן (תולדות הרה"ק מהרצ"א מבלאזוב) שטייט אזוי בזה"ל:
והנה הי' לו להרה"ק (מבלאזוב) גבאים ומשמשים חסידים זקנים ובעלי צורות, אבל הגבאי הראשי שהי' מושל בכל ונאמן בכל אשר לו, הי' רווק בא בימים מיט א געשטיצטע בארד ודייטשע מלבושים והי' שמו גומפל, הוא הי' מבית גביר ושוע והתנדב להיות משמש אצל הגה"ק בלי שום תשלום גמול, והי' זה לפליאה גדולה בעיני כל החסידים והרבנים, כי הגה"ק גדלו ונשאו את זה הגומפל מעל כל השרים חסידים ורבנים ואנשי מעשה וגבאים ומשמשים אשר אתו, ואף בזמנים שהגה"ק הי' מתבודד סגור ומסוגר ואין איש שהרהיב אפי' לנגוע בהאקלאמקע שלו, הי זה גומפל עייל ונפיק בלא בר, ובידו הי' השבט מושל חקרב ולרחק את מי שרוצה, הכל לפי ראות עיניו, והוא עשה משפטים בל ידעום, ואוי למי שלא מצא חן בעיני גומפל....

כידוע איז דאס אוועק געבן די ממשלה פאר דעם גבאי'ן געוועהן ביים בלאזוב'ער רב א ענין און געהאלטן אז דאס וועט זיין א סגולה פאר ארווכת ימים,

וסוף ימיו האט ער חתונה געהאט
והענין של אריכות ימים, נודע כאשר נפטר אחיו ר' ישעי' נפתלי הערץ בצעירות, אמר אז הצבי לצדיק, שאילו ידע אחי הסוד של גימפל, הי' מאריך ימים
ושמעתי שהצבי לצדיק השתמש אתו, להסתיר גדלותו, ולדוגמא סיפרו שפעם אחת כאשר נתלהב מאד בהסדר שלא כדרכו, קרץ בעיניו לגימפל, וכל הי' העולם כמו פארגלאצט על הצבי לצדיק, ולקח גימפל המלח ושפך בלי ראות של אותו מהמסובין לתוך כוסו, ונעשה צחוק, והצבי לצדיק נהנה, שלא הביטו אחריו, כי התשומת לב ממנו הרפה
למה זה תשאל לשמי...

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך דעצמבער 29, 2010 9:57 am

נחמן נתן האט געשריבן:מיט איינער פון די גבאים ביי ר' איציקל איז דא אן עובדא אז ער האט געוואלט אוועקלויפן קיין לאנדאן אלץ בחור, אבער ר' איציקל האט פארארבעט מעשים אז ער זאל נישט מצליח זיין דערין, זאגענדיג: איך דארף א הויז-בחור, בלייב ביי מיר, איך דארף דיר שטארק האבן.

האט דאס צוטוען מיטן אויבן דערמאנטען גבאי?


בערך אזא מעשה איז געווען מיטן גבאי הרה"ח ר' חיים העניג הי"ו פון אנטווערפען וועלכער איז געווען א הויז בחור און מקורב ביי רבי איציק'ל. וואס קומענדיג אמאל פון לאנדאן צו רבי איציקל האט ער איהם געבעטן צו פארבלייבן ביי אים און דינען אלס משב"ק. (אגב, מיט איינע פון די הויז בחורים ביי ר' יענקעלע איז אויך געווען אזוי).

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » דאנארשטאג דעצמבער 30, 2010 11:22 pm

בס"ד

עוד מגבאי בית בעלזא:

ר' אורי לוקמאן

ר' מענדעלע לאנדמאן

ובנו ר' מיכל'ע

ר' יוסף אייכלער

---

ביים ערשטן וועלט קריג האבן הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע און הרה"ק העצי חיים מסיגעט זי"ע געוויילט אין שטאט ראצפערט אויף א שטיק צייט. האט דער רבי דער ברך משה פארציילט אזא מעשה: איינמאל ווען דער עצי חיים האט באזוכט ביים בעלזער רב האט ער אים געפרעגט ווען ער פירט טיש, האט אים דער בעלזער רב געענטפערט דעמאלס און דעמאלס, און דער בעלזא'ער רב האט ממשיך געווען אז ער וויל ער זאל קומען צו אים אין שטוב פארן טיש.
וכך הווה, דער עצי חיים איז אריבער פרייטאג צונאכטס פארן טיש צום בעלזער רב, און דער בעלזער רב האט געפרעגט ווער עס איז דער גבאי ביי אים אינדערהיים ביים טיש פירן, האט דער עצי חיים געוויזן אויף ר' אשר גבאי, האט דער בעלזער רב באפוילן פאר זיין גבאי ר' אהרן יושע אז ער זאל לאזן די וואך ר' אשר משמש זיין ביים טיש מיט שטעלן וויין א.א.וו.
און דער בעלזער רב האט זיך געזעצט פירן טישן צוזאמען מיטן עצי חיים, און ר' אשר גבאי איז געווען עומד עליהם ומשמש, און נאך יעדע מאכל האט דער בעלזער רב אויסגעמישט זייו טעלער מיטן עצי חיים'ס טעלער און אזוי געטיילט שיריים פאר די חסידים.

(אגב, דעמאלס אין ראצפערט איז דער ברך משה געבוירן געווארן און דער בעלזער רב איז געווען סנדק כידוע.)
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » דאנארשטאג דעצמבער 30, 2010 11:30 pm

יהיה כן האט געשריבן:ר' אשר גבאי - לבית סיגוט

לעצטע נאמען איז געווען שווארץ.
ומנוחת כבודו ביים טיר פון דעם אהל הקדוש אין סיגעט.

אזוי אויך איז געווען א גבאי ביים הייליגן עצי חיים מיטן נאמען ר' משה נאנאשער (קאהן).
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » פרייטאג דעצמבער 31, 2010 8:04 am

ארעסטאנט האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:ר' אשר גבאי - לבית סיגוט

לעצטע נאמען איז געווען שווארץ.
ומנוחת כבודו ביים טיר פון דעם אהל הקדוש אין סיגעט.
.


ער האט אייניקלעך אין קרית יואל, ר' אברהם וואלף ואחיו ר' דוד שווארץ וגיסיהם ר' חיים הערמאן.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » פרייטאג פאברואר 11, 2011 2:13 am

רבי יעקב פיש היה הגבאי אצל הרה"ק מקאלוב זי"ע.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » פרייטאג פאברואר 11, 2011 12:27 pm

אז דו דערמאנסט ר' יעקב פיש, קען זיך שוין באלד גרינדן א אשכול איבער "גבאים ביי צדיקים וועלכע זענען זעלבסט געווען צדיקים ובעלי רוח הקודש", און דאן וועט צוקומען הרה"ק ר' צבי משרת מרימנוב, ר' ישעי'לע קערעסטירער, וכו'...
לחיים ולברכה!

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » פרייטאג פאברואר 11, 2011 2:51 pm

אז מען רעדט פין ר' אשר'ן ר' אשר איז אויך געווען א אנדרייער פרייליך מאכער ווי מען זאגט, קען זיין איך האב שוין ערגעץ געשריבן די מעשה קען אפי' זיין עס ליגט שוין אינעם ספר ומשה הי' רועה, אבער כדאי היא להעמידו על מכונ ועל אשכלו.

איינמאל ווען דער עצי חיים ז"ל איז געווען אין באד (אולי קרעניץ איך דארף איבערפרעגן מיין טאטען זיכער מאכן) און דער רבי הברך משה ז"ל איז שפעטער נאכגעקומען האט מען ארויסגעשיקט ר' אשר'ן אפווארטן דעם רבי'ן וואס איז נאך דאן געווען צעיר לימים ביים סטאנציאן אז ער זאל אים ווייזען די וועג ווי מען גייט צו די דירה, ווען די רבי האט אפגעשטיגען פינעם באן האט ער געפינען ר' אשר'ן ארימנעמענדיג א דיקען בוים פרעגט אים די רבי וואס איז מיט אייך זאגט ר' אשר איך כאפ אן דעם בוים עס זאל נישט אראפפאלן קים די אהער כאפ אן דעם בוים דערווייל וועל איך אריינגיין אין שטאט ריפען איינעם זאל אנכאפן דעם בוים, און איך וועל דיך אהיימפירען, דערנאך וועל איך קענען צוריק קימען אנכאפן דעם בוים אין באפרייען דעם איד, איז די רבי געגאנגען אנכאפען דעם בוים אין ר' אשר איז געגאנגן ריפען דעם עולם לאכן א גוטס, די רבי קימט אן אהיים אין די טאטע דער עצי חיים פרעגט אים וואס גייט פאר מיט דיר אזאנע שטותים גלייבסטו? האט די רבי גענטפערט איך האב נישט געגלייבט אז א איד קען זאגן א ליגענט, האב איך נישט געהאט קיין ברירה איך האב אים געמיזט גלייבן....... אזא איש אמת איז די רבי געווען כידוע ער איז אויפגעצויגען געווארן נישט צו פארשטיין אפי' אז א איד קען זאגן ליגענט פאר א דזשאוק.

צוריק צו ר' אשר קוקט אויס ווי ער איז געווען א לעבעדיג אידל
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

always happy
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 07, 2011 12:04 pm

געוויסע גבאים זענען שפעטער געווארן רביים, ווי הרה"ק רבי הערש

תגובהדורך always happy » זונטאג פאברואר 13, 2011 1:16 am

ביי וועם איז רבי ישעי מקערעסטיר געווען גבאי?

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג פאברואר 13, 2011 2:24 am

אזויפיל נישט צו וויסן?
די חתימה פון ר' ישעי'לע איז דאך געווועהן אז ער איז משמש ביי הרה"ק מליסקא,

איש האמת
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 11, 2011 1:07 pm

תגובהדורך איש האמת » זונטאג פאברואר 13, 2011 2:59 pm

בני יששכר האט געשריבן:דאכט זיך ר' ישעי'לע פון קרעסטיר האט זיך אינטערגעשריבן ישעי' משמש בקודש מליסקא


הרה"ק מליסקא האט אויך געהאט א קוויטעל שרייבער הרה"ח אברהמ'לי מפאטאק ז"ל, ווי באקאנט איז ער אויך געוועהן דער גבאי פונעם הייליגען ישמח משה

עפעס איז דא א מעשה אז די הייליגע ראפשיץ'ער האט דוקא געוואלט א גבאי א קלאץ און א גולם, וואס זאל עים נישט קענען נאכקוקוקען, ווייסט איינער מער פרטים פון אים??

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג פאברואר 13, 2011 5:50 pm

הרה"ח ר' ישראל זלמן שלובסקי ז"ל גבאי אצל אדמור"י סלאנים הרה"ק בעל דברי שמואל ובנו הרה"ק בעל בית אברהם זצ"ל.
הרה"ח רי"ז הנ"ל איז געווען א איש מורם מעם און א גרויסע בעל מדריגה, הרה"ק מהר"ש האט אים געבעטן צו ווערן גבאי ביי אים האט ער געענפערט אז די וועלט זאגט אז גבאים זענען נישט קיין חסידים און ער וויל בלייבן חסיד, האט אים מהר"ש געזאגט אז אים וועט דאס נישט שאטן, וכך הוה...

סוף ימיו איז ער ארויף קיין ארץ ישראל, בשנת תש"ו ווען הרה"ק מהר"י מ'סאטמאר זי"ע האט געוואוינט אין א"י איז הרה"ח רי"ז צוגעקומען צו הרה"ק מ'סאטמאר ווען ער איז ארויס פון מקוה מיט א טעפל וואסער אפצוגיסן זיינע הענט, האט רביה"ק אים געפרעגט ווער ער איז האט ער געזאגט אז ער איז געווען גבאי ביי אדמורי"ם הנ"ל האט רביה"ק גענטפערט אז ער וויל זיך נישט משתמש זיין מיט א איד וואס האט זוכה געווען משמש צו זיין אזעלכע צדיקים, אבער רי"ז האט זיך איינגעבעטן און רביה"ק האט אים אויסגעשטרעקט די הענט.

ער האט געהאט א צורה נפלאה, הרה"ק ר' מאטל סלאנימער זצ"ל האט געזאגט אז ער האט דעם גאנצן צלם אלקים.

מידד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2010 6:14 pm

תגובהדורך מידד » זונטאג פאברואר 13, 2011 6:13 pm

איש האמת האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:דאכט זיך ר' ישעי'לע פון קרעסטיר האט זיך אינטערגעשריבן ישעי' משמש בקודש מליסקא


הרה"ק מליסקא האט אויך געהאט א קוויטעל שרייבער הרה"ח אברהמ'לי מפאטאק ז"ל, ווי באקאנט איז ער אויך געוועהן דער גבאי פונעם הייליגען ישמח משה

עפעס איז דא א מעשה אז די הייליגע ראפשיץ'ער האט דוקא געוואלט א גבאי א קלאץ און א גולם, וואס זאל עים נישט קענען נאכקוקוקען, ווייסט איינער מער פרטים פון אים??


ר' אברהמ'לע פאטיקערס משפחה נאמען איז גיוועהן בירנבוים, און ר' ישעי'לע האט מעיד גיוועהן אז דער ליסקער רב האט מעיד גיוועהן אויף עהם אז ער האט גיהאט גילוי אלי'הו.
החכם לא יחליט מה שלא יוכיח.

איש האמת
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 11, 2011 1:07 pm

תגובהדורך איש האמת » זונטאג פאברואר 13, 2011 9:02 pm

הגבאי אצל הרה"ק הקדושת ציון מבאבוב היה ר' ישעי' ניימאן ז"ל (בכל התמונות רואים אותו בכובע משופע)
הכותב היה ר' יחזקאל ראטטענבערג


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד און 9 געסט