זכר גבאים לברכה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יש תקווה
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:29 pm

תגובהדורך יש תקווה » דינסטאג יוני 03, 2014 10:57 am

דא האט איר פון בחצר הקודש - שבועות תשע"ד

ענטהאלט אין זיך, שמועס פון סקווירא רבי, נאכ'ן מתפלל זיין מנחה בבית הנפטר.
ווי אויך א שיינע באשרייבונג
יש תקוה, אין די לופטן זיך אויפהייבן...

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג יוני 08, 2014 5:59 pm

א מוראדיגע עובדא איז דא אין בחצר הק' וואס הר"ר ישעי' ז"ל דערציילט פונעם סקווירא רבי זי"ע ווען ער איז אריין אין שפיטאל, אז ער האט געוויינט אז א נקיבה זאל אים נישט צורירן, ליידער האבן זיי עס נישט געקענט אויספירן און פון די רגע וואס די נורס האט אים געגעבן א איינשפריץ האט ער זיך געדרייט צום וואנט און מער נישט געוואלט לעבן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2661
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מאנטאג יוני 09, 2014 2:52 pm

יא! א טייער איד געווען, ווייניג האבן געטוהן און 'אויפגעטוהן' ווי אים!!!
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

תגובהדורך חיים ושלום » מאנטאג יוני 09, 2014 3:18 pm

אדמו"ר שליט"א: נאך אזויפיל יארן זיין אין שטוב פלעגט
ער קיינמאל נישט ענטפערן קיין ווארט, און נישט נאר
'ענטפערן' נאר ער פלעגט זיך כמעט נישט
"פארענטפערן" אויך נישט..! ער האט נישט געדארפט
אזויפיל מאל זיך פארענטפערן, אבער אפילו אויף א
טעות צי וואס האט ער זיך כמעט נישט פארענטפערט.
א
העמיר זיך זען אויף שמחות

אוועטאר
יש תקווה
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:29 pm

תגובהדורך יש תקווה » מאנטאג יוני 09, 2014 3:33 pm

האט מיר פארציילט א איד, וואס איז געזעצן אין ר' ישעי'ס שטוב און געשריבן א קוויטל אריינצוגיין צום רבי'ן.

אינמיטן האט ר' ישעי' געדארפט ארויסגיין אין ביהכ"ס איז ער ארויסגעגאנגען אויף 2 מינוט,

בשעת ער'ז נישט געווען אין שטוב, האט דער איד וואס איז געזעצן אין שטוב געהערט ווי דער רבי שליט"א קלינגט דעם בעל צו ר' ישעי' (דאס האט מען
אינסטאלירט אין די לעצטערע פאר יאר אז ווען דער רבי האט געדארפט דעם גבאי'ן האט ער געקלינגען און דער גבאי איז אריין), ער'ט נישט געוואוסט וואס דאס איז, און ווען ר' ישעי' איז צוריק געקומען האט ער געזאגט פאר ר' ישעי' אז די בעל האט געקלינגען, איז ר' ישעי' גלייך אריין צום רבי'ן, דער איד פארציילט מיר ער'ט געהערט ווי דער רבי האט געגעבן א שטיקל פסק פאר'ן גבאי'ן, און ער'ט גארנישט געזאגט, זיך נישט פארענטפערט און אפילו נישט געזאגט אז ער איז געווען אין ביהכ"ס.

ווי אויך האבעך באמערקט אן אינטערסאנטער אנעקדאט אין לקראת שבת (וואס ר' ישעי' האט זיך פארצייכנט):

א' לך איז געווען א גרויסע עולם פראווען, ווייל רבינו איז געווען פארשפארט פ' נח.

זאב פראמען פון בני ברק איז געווען מיט א קוויטל, דערציילט בעת עס איז געווארן די שיכון האט ער געפרעגט פון רבינו ז"ל וועהר וועט זיין די פאליס אין שטעטל.
האט רבינו געענטפערט, ישעי'. האט ער ווייטער געפרעגט פון רבינו ז"ל וואס וועט ישעי' געבן א קנס ווען מ'סטאפט נישט ביים סטאפ-סיין, האט רבינו ז"ל געענפערט פאר יעדן עובר זיין סטאפ-סיין - 1 בלאט גמרא לערנען.
יש תקוה, אין די לופטן זיך אויפהייבן...

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג יוני 09, 2014 3:48 pm

איינער האט אפשר א בילד פון ר' ישעי' אונגער'ס מצבה?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

שליבוביץ
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 29, 2014 3:48 pm
לאקאציע: ביים פלעשל

תגובהדורך שליבוביץ » מאנטאג יוני 09, 2014 3:51 pm

שוין געווען הקמת המצבה?
קוק גראד העסטו אטאמאטיש זעהן גראד!!!

אוועטאר
יש תקווה
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:29 pm

תגובהדורך יש תקווה » מאנטאג יוני 09, 2014 3:58 pm

שליבוביץ האט געשריבן:שוין געווען הקמת המצבה?
צוגעלייגטע
10473 Reb Shaya Ungar Hakumas Matzeive (2).jpg
יש תקוה, אין די לופטן זיך אויפהייבן...

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג יוני 09, 2014 4:07 pm

יש תקווה האט געשריבן:
שליבוביץ האט געשריבן:שוין געווען הקמת המצבה?


מ'זעהט דא נישט קיין מציבה, נאר דער שטיין וואס ליגט אויפ'ן קבר.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2661
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מאנטאג יוני 09, 2014 4:21 pm

די לויה
צוגעלייגטע
10317 Skver Gabbai Levayah (4).JPG
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2661
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מאנטאג יוני 09, 2014 4:22 pm

נאך איינס
צוגעלייגטע
10317 Skver Gabbai Levayah (3).JPG
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2661
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מאנטאג יוני 09, 2014 4:27 pm

און נאך איינס
צוגעלייגטע
10317 Skver Gabbai Levayah (7).JPG
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2661
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מאנטאג יוני 09, 2014 4:44 pm

Tuesday, June 3, ‘14 Der Blatt - Tzibur 2 דינסטאג פר' בהעלתך, ערב שבועות, ה' סיון תשע"ד דער בּלאַט - ציבּור
"משמת רבי ישעי' יואל בטלו האשכולות" - האט מען פארגאנגענעם פרייטאג לאחר חצות היום ממליץ געווען, ווען עס איז געהערט געווארן די שווערע בשורה איבער די פטירה פון דעם איש חסיד ותיק, נאמן וישר, דבוק לצדיקים ומחובר לטהורים, בנן של גאונים וצדיקים רבי ישעי' יואל אונגער ז"ל משב"ק אדמור"י סקווירא, וועלכער האט אויסגעהויכט זיין נשמה אין עלטער פון 89 יאר, נאכ'ן זיין אפגעשוואכט די לעצטע צייטן לדאבון לב משפחתו ולמגינת לבם פון אלפי חסידי סקווירא איבער דער גארער וועלט. דער נאמען "רבי ישעי' גבאי" רעדט פאר זיך אליינס וכל המוסיף גורע. אסאך זאכן וואס איז היינט שוין א דבר פשוט אז עס קומט אזוי נאטורליך, איז אמאל נישט געווען אזוי, און עס איז זיכער אז פארשידענע פאזיציעס און שטעלעס קענען האבן אדער וואלטן עכ"פ געקענט האבן אן אנדערן אויסזען און צורה ווי דער אופן ווי עס האט זיך אנטוויקעלט ביים היינטיגן מאמענט. די אחריות'דיגע פאזיציע פון זיין "דעם רב'ינס גבאי" קען האבן פארשידענע סארט באדייטן, און עס איז זיכער אז רבי ישעי' אונגער ז"ל איז געווען א דמות דיוקן, א וועג-ווייזער און א סימבאל פאר צענדליגער גבאים פון רביים און פערזענליכקייטן וואס זענען נאך אים געשטעלט געווארן, אראפשטעלענדיג מיט זיין מהות די גענויע פארשריפטן וואס דאס איז א גבאי, וואס איז דער תפקיד, און ליבערשט געזאגט, וויפיל עס איז נישט דא קיין שיעור זיך מפקיר צו זיין לטובת דעם בית צדיקים ביי וועמען מ'טראגט דעם אחריות און תפקיד זיכער צו מאכן אז אלעס איז אהערגעשטעלט טרויער אין חסידישע וועלט מיט פּטירה לחיי העולם הבא פון הרה"ח המפורסם רבי ישעי' יואל אונגער ז"ל לעגענדאַרער משב"ק פון אדמור"י בית סקווירא נפטר געוואָרן פאַרגאַנגענעם ערש"ק נאָך חצות, באַוויינט און באַגלייט געוואָרן דורך אלפי חסידים ואנשי מעשה בראשות מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און געקומען לקבורה סמוך לכניסת השבת אויפן בית החיים פון שיכון סקווירא – מחובר לטהור טהור: נטמן געוואָרן האַרט נעבן פּתח האוהל פון הרה"ק רבי יעקב יוסף מסקווירא זי"ע במחיצת הצדיק וועמען ער האָט אַזוי געטריי משמש געווען אַלע יאָרן, און זיך מוסר נפש געווען לרומם קרנות צדיק עד זיבולא בתרייתא
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2661
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מאנטאג יוני 09, 2014 5:20 pm

ביים הקמת המצבה
צוגעלייגטע
10473 Reb Shaya Ungar Hakumas Matzeive (3).jpg
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2661
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מאנטאג יוני 09, 2014 5:24 pm

חשובע אידן ביים מעמד
צוגעלייגטע
10473 Reb Shaya Ungar Hakumas Matzeive (1).jpg
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דינסטאג יוני 10, 2014 9:42 pm

פיטום האט געשריבן:חשובע אידן ביים מעמד

מיינסט צו זאגן זיינע חשובע איידימער ביים מעמד
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2661
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מיטוואך יוני 11, 2014 11:45 am

הלשון האט געשריבן:
פיטום האט געשריבן:חשובע אידן ביים מעמד

מיינסט צו זאגן זיינע חשובע איידימער ביים מעמד

גראדע איז נאר יינער זיין אידים אויפן בילד
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך יוני 11, 2014 1:39 pm

ווער איז דער מיטן שפאלט הוט?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2661
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מיטוואך יוני 11, 2014 1:42 pm

ר' מרדכי שווארץ! א איד א זקן ותלמיד חכם! און א גרויסער עסקן מיט אסאך געלט און א גרויסע נומער אייניקלעך
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך יוני 11, 2014 1:46 pm

פיטום האט געשריבן:ר' מרדכי שווארץ! א איד א זקן ותלמיד חכם! און א גרויסער עסקן מיט אסאך געלט און א גרויסע נומער אייניקלעך


איז ר' מרדכי נישט דער כמו "ועד הקריה" פון סקווירא?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2661
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מיטוואך יוני 11, 2014 2:28 pm

קען זיין
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
דובי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 2:34 pm
לאקאציע: צווישען תענית אסתר און פורים

תגובהדורך דובי » מאנטאג יוני 16, 2014 3:04 pm

פיטום האט געשריבן:קען זיין

דאס ווייס איך אויכט
קען זיין קען נישט זיין
באמערקט מיין שמועסן ווינקעל - מאנטריאל www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=23491&start=50

מטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 15, 2014 12:10 pm

תגובהדורך מטל » מאנטאג יוני 16, 2014 3:06 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:
פיטום האט געשריבן:ר' מרדכי שווארץ! א איד א זקן ותלמיד חכם! און א גרויסער עסקן מיט אסאך געלט און א גרויסע נומער אייניקלעך


איז ר' מרדכי נישט דער כמו "ועד הקריה" פון סקווירא?

ער קען זיין און ער איז!!

אוועטאר
דובי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 2:34 pm
לאקאציע: צווישען תענית אסתר און פורים

תגובהדורך דובי » מאנטאג יוני 16, 2014 3:08 pm

פיטום אפשר שרייבסט דו די מעשה פון ר' מרדכי אז ער האט אריינגעוואקט קיין מאנסי.......
באמערקט מיין שמועסן ווינקעל - מאנטריאל www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=23491&start=50

אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

תגובהדורך חיים ושלום » מאנטאג יוני 16, 2014 3:13 pm

דובי האט געשריבן:פיטום אפשר שרייבסט דו די מעשה פון ר' מרדכי אז ער האט אריינגעוואקט קיין מאנסי.......

ער לעבט נאך
העמיר זיך זען אויף שמחות


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טראכט א מינוט און 9 געסט