זכר גבאים לברכה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

זכר גבאים לברכה

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 2:37 pm

זכר גבאים לברכה

אפשר וואלט געוועהן כדאי צו מאכן אזא אשכול וואס זאל ווערן אדורך געטון אלע גבאים ומשמשי קודש ביי צדיקים, ווי אויך בילדער מיט דאקומענטן, און פארשידענע אינטרעסאנטע עפיזאדן ווי די גבאים האבן געשפילט א ראלע,

צווישן צדיקים און רבי'ס זענען די גבאים געוועהן פארשינדארטיג, אין טייל הויפן איז דער גבאי געוועהן א האלבע רבי, ווידער אין טייל הויפן איז דער גבאי געוועהן סתם א נער נאר דער רבי האט טאקע זיין נערנות ליב געהאט כדי אים משמש צו זיין, א שטייגער ווי דער משמש ביים ראפשיצער רב (נו וויאזוי האט נאר געהייסן? דערמאנטס מיך...) וואס פילע זיסע מעשיות ווערן דערציילט אויף זיין נאמען,

אין בלאזוב איז געוועהן א גבאי וואס דער בלאזוב'ע רב דער צבי לצדיק האט זיך איבער געגעבן אלע זיינע בעלות פארן גבאי'ן (די הסבר איז געוועהן ווייל דאס איז מסוגל לארוכות ימים) ממש יעדע קלייניקייט האט ער געפרעגט דעם גבאי'ן רשות צו ער מעג, למשל צו ער מעג דאווענען פארן עמוד, איינמאל אין טאג פון זיין מאמעס יארצייט האט ער זיך ממש געבעטן צום גבאי'ן זאל אים לאזן דאווענען, ביז דער גבאי האט ענדליך מסכים געוועהן,

איך שרייב אביסל אן א סדר, אבער בהשקפה ראשונה אפשר מאכט מען א רשימה פון די באוויסטע גבאים פון רבי'שע הויפן, קודם לאמיר שרייבן וואס איך געדענק אזוי אויפן פלאץ,

ר' אהרן יושע – משמש בבעלזא
ר' חיים בער – משמש במונקאטש
ר' הערש מילך דים – משמש בראצפערט
ר' זלמן גבאי – משמש בצאנז ובשינאווא
ר' יוסף אשכנזי – משמש בסאטמאר
ר' חאלאוונא – משמש בטשערנאביל (הרה"ק ר' אהרן)

לייגסט צו נאך, איך בין נאר א פותח

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 2:50 pm

ר' אשר גבאי - לבית סיגוט
ר' אייזיק (מייזעלס) גבאי - של הה"ק מנאסויד
ר' שלמה זלמן סאנדער - גבאי של הה"ק משינאווע (דאס איז ר' זלמן גבאי וואס שאץ האט דערמאנט??)

וויזוי האט געהייסן דעם בלוזעבער רב'ס גבאי, וואס שאץ האט דערמאנט, כ'דארף נייטיג וויסן (האט ער איבער געלעבט די קריג, אדער געוואוינט אין א"י פארן\נאכן קריג?)

ר' אהרן יושע גבאי אין בעלז, האט געהייסן לאנדא
שמעתי מהגה"צ הישיש רבי אלימלך אשכנזי ממעלבוירן שליט"א לאויש"ט, הה"ח ר' אהרן יושע היה איש שמן, א פעשער יוד, וביקש מהה"ק מבעלזא שיפעול לו צו פארלירן וואג, אמר לו הה"ק מבעלזא, ר' אהרן יושע וואס ארט אייך נאך א שטיקל יוד.... ודפח"ח

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 2:55 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:
(נו וויאזוי האט נאר געהייסן? דערמאנטס מיך...) וואס פילע זיסע מעשיות ווערן דערציילט אויף זיין נאמען,


יושע'לע בהמה
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 2:59 pm

דער ערשטער גבאי איז געווען אליעזר עבד אברהם און יהושע עבד משה.

געוויסע גבאים זענען שפעטער געווארן רביים, ווי הרה"ק רבי הערש מרימנוב זי"ע און הרה"ק רבי ישעי' מקערעסטיר זי"ע.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:52 pm

תגובהדורך 11211 » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:03 pm

ר' נטע גבאי(ווייס) - לבית קאסאן
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:04 pm

ר' רפאל מח"ס דרכי חיים, גבאי ביים הייליגן דברי חיים.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:12 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:דער ערשטער גבאי איז געווען אליעזר עבד אברהם און יהושע עבד משה.

געוויסע גבאים זענען שפעטער געווארן רביים, ווי הרה"ק רבי הערש מרימנוב זי"ע און הרה"ק רבי ישעי' מקערעסטיר זי"ע.


יהושע עבד משה איז אויך געוארן שפעטער רבי...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:15 pm

ר' משולם גבאי אצל הרה"ק האהבת ישראל מוויזניץ
ר' שלום פויגל אצל הרה"ק מהר"א מבעלזא

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:20 pm

ר' שלום פויגל, בעלז.

בכלל, וואלט כדאי געווען תיכף ווען מען הייבט אן די נושא, קלאר צו שטעלן וואסערע מין גבאי יעדער איז געווען. דאס הייסט אז די לעצטע 75 יאר זיכער, און מסתמא פאר דעם אויכעט, איז דאך געווען עטליכע משמשים. וואלט כדאי געווען צו וויסן ווער עס איז געווען למשל ווי ר' עזריאל גליק, און ווער עס איז געווען דער בן בן משק בית ועל פיו ישק כל דבר, ווי ר' יוסל לדוגמא.
לעצט פאראכטן דורך imzist אום מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:37 pm

ר' שבח - גבאי אצל הרה"ק ר"א מטשערנאבל זי"ע.

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:38 pm

ר' ניסן יוסט משב"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זצ"ל
לחיים ולברכה!

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:45 pm

רבי זאב וואלף קיצעס נאבן ביתו של הבעש"ט זי"ע.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:46 pm

באמבאסטיש האט געשריבן:ר' שבח - גבאי אצל הרה"ק ר"א מטשערנאבל זי"ע.

אויכעט איז באקאנט, חאלאוונא וועמען ער האט געירשנ'ט פון זיין פאטער, און איז שפעטער געווען ביי ר' יוחנ'טשע ראחמסטריווקער.
===
איצט באמערק איך אז מאצעלע האט עס שוין געשריבן אבער איך האב דאך מוסיף געווען.
לעצט פאראכטן דורך בן בוזי אום מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:46 pm

באמבאסטיש האט געשריבן:רבי זאב וואלף קיצעס נאמן ביתו של הבעש"ט זי"ע.

מהיכן דנתנו?
לעצט פאראכטן דורך בן בוזי אום מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:46 pm

ר'ישעי גבאי אין סקווירא זז"ג.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:48 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:ר' ישעי' יואל אונגאר גבאי אין סקווירא זז"ג.

און פון ר' שיע האסטו פארגעסן?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:49 pm

11211 האט געשריבן:ר' נטע גבאי(ווייס) - לבית קאסאן
, כמדומה היה לפנ"כ בטאהש
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:50 pm

ר' ישעי' האבעך פאריגע מאל נישט געזעהן מיטן רבי'ן שליט"א, כ'האף אז אלעס איז אמבעסטן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:50 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:דער ערשטער גבאי/באהעלפער איז געווען

חוה אשת אדם הראשון
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:51 pm

בן בוזי האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:דער ערשטער גבאי/באהעלפער איז געווען

חוה אשת אדם הראשון


היינט איז דאך שוין פארקערט, דער מאן דינט די פרוי, לא"ל.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:52 pm

רעזמאוויטש מח"ס ימים מקדם משב"ק הרח"ם מוויזניץ
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:54 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:דער ערשטער גבאי/באהעלפער איז געווען

חוה אשת אדם הראשון


היינט איז דאך שוין פארקערט, דער מאן דינט די פרוי, לא"ל.

ווילאנג דער מאן שרייבט נאך אויף אייוועלט איז דער פרוי דער דעפאקטאו באדינער
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:54 pm

בן בוזי האט געשריבן:
באמבאסטיש האט געשריבן:רבי זאב וואלף קיצעס נאמן ביתו של הבעש"ט זי"ע.

מהיכן דנתנו?

כך מצאתי בכתבי י. אלפסי, ואולי מצץ אותו מבין אצבעותיו

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:58 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:ר' ישעי' האבעך פאריגע מאל נישט געזעהן מיטן רבי'ן שליט"א, כ'האף אז אלעס איז אמבעסטן.

ר' ישעי' איז געווען א קרבן צו העלדישער גבאית'שאפט, פאר עטליכע וואכן צוריק האט באזוכט בחצר הקודש ר' ישראל'טשע מוויזניץ ב"ב, און דער'ולעם האט זיך פראבירט אריין צו שטופן אין שטוב אבער ער האט פארגעסן פון זיין עלטער און צוריק געשטופט דעם טיר על אפם וחמתם, אבער מחמת הדחק איז ער אנידער געפאלן אויף דער ערד און זיך גוט צוקלאפט אבער אויך דארט האט ער נישט אויף געגעבן ובמתיקת לשונו האט ער נאך עספיעט צו שרייען, קעינער זאל נישט אריין געין! דעריבער איז ער נישט ביכולות יעצט מיטצופארן איבעראל, אבער ער גיבט נישט אויף.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2772
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 3:58 pm

ר' משה גבאי/בטלן ז"ל (ר' משה שלמה ווייס),
משב"ק בסקווירא, בעיקר בשנים ששהה האדמו"ר זצ"ל ברומני'.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט